וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

קען איינער רעקאמענדירען וואס איז די בעסטע וועג צו האלטען הדסים און ערבות פריש , איך נעם עס יעדן טאג אראפ פון לולב און כלייג עס אין פרידזשידער און כהאב שוין צווי מאל געדארפט טוישען ערבות , לעומת זה א חבר מיינע זאגט מיר אז ער לייגט עס בכלל נישט אריין אין פרידזש און סבלייבט עם פריש ווייל ער האלט עס אין א פארמאכט פעקל , קען איינער מצי זיין די בעסטע וועג עס צו האלטען ?
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

האלטן אין פרידזשידער
ס'זאל ליגן איו א פלאסטיג זעקל מיט אביסל וואסער פון אונטן (דארף נישט דוקא אנרירן די צווייגלעך)
ס'וועט דיר האלטן פריש גאנץ יום טוב שענער פונעם קויפן, אלע וועלן עס באוואונדערן!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לייגן מיר עס אין א פאכטע פאפיר טאועל מיט א זילבער פאפיר אין פרידזשדער = פריש ווי היינט געקויפט ב"ה
אוועטאר
דער שיבער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער שיבער »

שניהם לדבר אחד נתכונו, די עיקר אביסל נאסקייט אין פרידזש
נאר א שאד צו ארבעטן שווער איינצופאקן...
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

היי יאר פרובירט די ערשטע מאל: נישט קיין וואסער, האנטיכער, סילווער פעיפער וכדו׳ כהאב מיר איינגעהאנדעלט די זיפ לאק בעג פאר די הדסים און ערבות נאכן דאווענען עס אריינגעפאקט אין פריזש וזה הא און. וואונדער איבער וואונדער עס האט זיך געהאלטן שיין און פריש
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

קרייסלער האט געשריבן:היי יאר פרובירט די ערשטע מאל: נישט קיין וואסער, האנטיכער, סילווער פעיפער וכדו׳ כהאב מיר איינגעהאנדעלט די זיפ לאק בעג פאר די הדסים און ערבות נאכן דאווענען עס אריינגעפאקט אין פריזש וזה הא און. וואונדער איבער וואונדער עס האט זיך געהאלטן שיין און פריש

סעים טו מי, די ערשטע מאל וואס ס'האלט זיך מיר פריש די ערבות מבואו ועד צאתו
VCF
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VCF »

חאצאצקע רבי האט געשריבן:קען איינער רעקאמענדירען וואס איז די בעסטע וועג צו האלטען הדסים און ערבות פריש , איך נעם עס יעדן טאג אראפ פון לולב און כלייג עס אין פרידזשידער און כהאב שוין צווי מאל געדארפט טוישען ערבות , לעומת זה א חבר מיינע זאגט מיר אז ער לייגט עס בכלל נישט אריין אין פרידזש און סבלייבט עם פריש ווייל ער האלט עס אין א פארמאכט פעקל , קען איינער מצי זיין די בעסטע וועג עס צו האלטען ?



נישט קיין וואסער, האנטיכער, סילווער פעיפער וכדו׳
עס נעמט אויף א מיין טייערע צייט... די הדסים האלט זיך עניוועי און די ערבות האו אבאוט טשענזשען איינמאל אינמיטן יו"ט.... עס ארבט א מחי׳ עס איז פריש
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

און יעצט א סייענטיפיק ענטפער.
א בלעטל קען קיין וואסער ״נישט״ איינזאפן. וואסער קומט נאר ארויף פון אונטן דורך די צווייגן. אדרבה, וואסער אויף די בלעטל דיירעקט וועט שטערן דעם בלעטל. יעדע בלעטל איז אזוי אויסגעפארעמט מיט גאדערס אז ווען עס רעגנט זאל די וואסער גלייך אראפרינען.

א פרידשדער ציט ארויס נאסקייט = סאיז נישט גוט
סאיז צו קאלט פארן בלעטל = סאיז נישט גוט. (ווינטער פאלן אראפ אלע בלעטער)
די הושענות איז אייביג א טשאלאנדש צו האלטן פאר 7 טעג, און עס ווענט זיך ווען מהאט עס אראפגעשניטן.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך ווייס נישט סייענטיפיק, אבער איך האלט עס אין א נאסע פעפער טייוול אין סילווער פאפיר אין פרידזשידער, און מיינע ערבות האבן היינט אויסגעקוקט ווי פריש געשניטן

צוויי מאל ווען איך האב עס ארויסגענומען חוה"מ איז עס אפילו געווען פארפרוירן, און דאך האט זיך עס געהאלטן

עס איז נאר אינדרויסן פון די נאסע פאפיר ביים שאקלען לולב
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

שנאפס האט געשריבן:איך ווייס נישט סייענטיפיק, אבער איך האלט עס אין א נאסע פעפער טייוול אין סילווער פאפיר אין פרידזשידער, און מיינע ערבות האבן היינט אויסגעקוקט ווי פריש געשניטן

צוויי מאל ווען איך האב עס ארויסגענומען חוה"מ איז עס אפילו געווען פארפרוירן, און דאך האט זיך עס געהאלטן

עס איז נאר אינדרויסן פון די נאסע פאפיר ביים שאקלען לולב

קאפי פעסט פין מיר....
איך האב נאך קיין איין יאר נישט געטוישט די ערבות אינמיטן יום טוב.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

private האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איך ווייס נישט סייענטיפיק, אבער איך האלט עס אין א נאסע פעפער טייוול אין סילווער פאפיר אין פרידזשידער, און מיינע ערבות האבן היינט אויסגעקוקט ווי פריש געשניטן

צוויי מאל ווען איך האב עס ארויסגענומען חוה"מ איז עס אפילו געווען פארפרוירן, און דאך האט זיך עס געהאלטן

עס איז נאר אינדרויסן פון די נאסע פאפיר ביים שאקלען לולב

קאפי פעסט פין מיר....
איך האב נאך קיין איין יאר נישט געטוישט די ערבות אינמיטן יום טוב.


איך פלעג אויך אזוי טוהן און קיינמאל נישט געטוישט קיין ערבות אינמיטן יום טוב.

פאריאר האב איך אנגעהויבן ניצן דעם נייעם זיפ לאק האלטער אין געהאט די זעלבע רעזולטאטען.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

נאר ביי מיר ווערן די ערבות שווארץ פון די נאסע פאפיר?

אויך, איז דא עצות פאר דער וואס וויל מאיזה טעם נישט אראפנעמען די ערבות פון לולב און ממילא קען עס נישט גיין אין פרידזש?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מיר גייען לכתחילה צו מיטן מהלך אז מ'קויפט נאכאמאל ערבות אינמיטן יום טוב, די הדסים האלטן זיך ממילא הערליך, אנדערש ווערט די קוישעלע מיט די ערבות שווארץ פון די וואסער.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

איך קויף הדסים כסדר לכבוד שבת, עס האלט זיך פאר "דריי" וואכן פריש כאילו לא היה, עס ליגט אין א וואזע מיט וואסער

מסתמא אויב וואלט דאס געליגן אין א פריזש וואלט זיך דאס געהאלטן פאר לענגער
The Divided States Of America
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

זיצט מיר אן ערבה אויפ'ן טיש צוויי וואכן, די בלעטער שטיין דרך גידולן שיין גרין. טאקע נישט ווייעך אבער לאו דווקא פסול אויף יבש.
אבער צוזאמען מיט'ן לולב ווערט עס שווארץ און פאלט אראפ...
גיי פארשטיי.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

ארויף לכבוד יו"ט
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

באטאם ליין

בעסער צו האלטן אין א פארמאכטע בעג אידרויסן פון פרידש?

אדער ענדערש אין א סילווער פעיפער נאסע טאלפעיפער אינעם פרידש?
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

דאס איז דא צובאקומען אין א"י
אטעטשמענטס
20191014_203639.jpg
20191014_203639.jpg (353.01 KiB) געזען 968 מאל
20191013_025633.jpg
20191013_025633.jpg (531.63 KiB) געזען 968 מאל
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

וואנאוויטשער האט געשריבן:דאס איז דא צובאקומען אין א"י


דא צו באקומען ביי שמשים אין וויליאמסבורג
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

קרייסלער האט געשריבן:היי יאר פרובירט די ערשטע מאל: נישט קיין וואסער, האנטיכער, סילווער פעיפער וכדו׳ כהאב מיר איינגעהאנדעלט די זיפ לאק בעג פאר די הדסים און ערבות נאכן דאווענען עס אריינגעפאקט אין פריזש וזה הא און. וואונדער איבער וואונדער עס האט זיך געהאלטן שיין און פריש

ווי איז דא א גרויסע זיפ לאק בעג
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מציאות »

Haklal האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:היי יאר פרובירט די ערשטע מאל: נישט קיין וואסער, האנטיכער, סילווער פעיפער וכדו׳ כהאב מיר איינגעהאנדעלט די זיפ לאק בעג פאר די הדסים און ערבות נאכן דאווענען עס אריינגעפאקט אין פריזש וזה הא און. וואונדער איבער וואונדער עס האט זיך געהאלטן שיין און פריש

ווי איז דא א גרויסע זיפ לאק בעג

ס׳דא צו באקומען נארמאלע לולבים האלטערס וואס אנשטאט ס׳זאל זיך פארמאכן מיט א זיפפער, מאכט מען עס צו מיט א זיפ לאק.
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

נא תכלית...שוין באלד די זמן...

וואס איז די בעסטע עצה נישט צו דארפן טוישן די ערבות און/אדער הדסים אינמיטן יום טוב?

פאריאר האמיר געטיען די נאסע טאל פעיפער-סילווער פעיפער עצה אבער סהאט געהאלפן א רעטעך שוין די צווייטע טאג יום טוב זענען מיינע ערבות בלעטער געהאנגן און געווען געבויגן אויף אראפ ווי המן`ס קאפ אויפן תליה

עני אנדערע עצות?????
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

מיר איז גרינגער צו טוישן אינמיטן יו"ט, וווי זיך צו משוגע מאכן מיט די אלע טאוועל פעיפער.
פוצה פה ומצפצף
טאוסטעד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:08 am

Re: וואו אזוי האלט מען פריש הדסים און ערבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאוסטעד »

געזען סדא וואס שרייבן זיי לייגן עס צירוק אין די ערבות בעג יעדן טאג נאכן שאקלן

דארף מען פארמאכן די בעג? עס לייגן מיטן בעג אין פרידש? צילייגן וואסער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

Mezofzef האט געשריבן:מיר איז גרינגער צו טוישן אינמיטן יו"ט, וווי זיך צו משוגע מאכן מיט די אלע טאוועל פעיפער.

1+

ערבות טוישט מען און פיניש, הדסים ווי א יאר.

ארויסנעמען און אריינלייגן אינעם קיישעלע האט אויך א פראבלעם אז עס ווערט אפגעריסן אסאך בלעטער (אויב אויב שטעקט זיך נישט ארויס א גאנצע שיעור קען עס זיין א פראבלעם.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”