זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

נשמה האט געשריבן:איך האף אז איינער פארשטייט מיך דא.

שוין איינמאל!

יישר כח נשמה טייערע :grin:

ווי איך האב פארשטאנען פון וואס דו האסט געשריבן וועגן נוראנס אז די העמקת המחשבה וועט טוישן די אוטאמאטישע סיסטעם פונעם מענטש,

צוב"ש אויב א מענטש איז אמאל אריבער א פלאץ און א הינט איז אים אנטקעגן געלויפן און ער האט זיך דערשראקן, א צייט שפעטער איז אים נאכאמאל אויסגעקומען צו זיין ביי יענע גאס און אודך איז אים אויסגעקומען צו באגעגענען א הינט אדער וואס אימער ס'האט אים געמאכט דערשראקן, צוביסלעך געוואוינט זיך די מוח צו אז יענע גאס מיינט שרעק, און ווען ער וויל נאכאמאל גיין אויף יענע גאס שיקט די מוח א מעסעדזש (נוראנס) גיב אכטונג,

דאס זעלבע אויב דו מוח איז איינגעוואוינט אז ווען עפעס געשעהט אנדערש ווי כ'האב געוואלט, די גרעיפ דזשוס גיסט זיך אויס, שיקט די מוח גלייך ארויס א מעסעדזש לויט די ביז איצטיגע געוואוינהייט,

און אנדערע ווערטער, די מוח קאנעקט אוטאמאטיש צוויי זאכן אן איבערגיין יעדעס מאל אויב צו וואס און ווען, אפילו זאכן האבן זיך שוין געטוישט אדער וויל איך זיי טוישן,

איז די עצה צו ריסעטן די אוטאמאטישע קאנעקשן (נוראנס) פון די מוח, און אריינלייגן נייע דעטע, פארשטייט זיך די אידיאלסטע!

כדי דאס צו קענען טון דארף מען זיין אין די מצב וואס דו האסט אזוי שיין צולייגט.

דאס איז בקיצור וואס כ'האב פון דיר פארשטאנען וויאזוי מ'קען זיך טוישן מיט די מעדיטעישאן.
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

ס'איז דא אפאר חלקים
1) צו קענעקטן צו א געוויסע מחשבה... אדער דורך אויסליידיגען אדער דורך טראכטן נאר פון דעם.
לדוגמה שבת, יעצט ווען דו האסט שוין נאר די מחשבה און קאפ עפען עס אויף אזוי ווי "נשמה" האט אויבן דערמאנט דאס איז חלק 2
2) עפען אויף די מחשבה
פאנגסט אן צוטראכטן וועגן די שיינקייט פון שבת, פון א ווארימע נשמת אפי' פון טשאלענט... פארברייטער די מחשבה.יעצט פראביר צו מאכן א קשר מיט די מחשבה
3) גיי אריין אין די מחשבה
לאמיר עס אנרופן דמיון הייב אן צו דמיון ווי שבת געט דיר אריין אזא חיות, וואו די פליסט ארויס פון די וועלט די גייסט אריין און העכערע עלמות
דאס איז אינקורצען מיידיטאציע
די וועסט טראכטן אז איך רעדט פון דמיונות... קען זיין אבער זאלסט וויסן אלע נביאים זענען געווען בעלי חלומות, חזיונות, דמיונות, ע' רבינו בחיי פ' שופטים
די גמרא חגיגה יב: ארבעה נכנס לפרדס זאגט דארט תוס' אויפן פלאץ בשם הערוך אז זיי זענען נישט ממש אריין געגאנגען נאר און זייער מחשבה נראה להם כאילו...
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

אידישע קאפ האט געשריבן:די וועסט טראכטן אז איך רעדט פון דמיונות... קען זיין אבער זאלסט וויסן אלע נביאים זענען געווען בעלי חלומות, חזיונות, דמיונות, ע' רבינו בחיי פ' שופטים
די גמרא חגיגה יב: ארבעה נכנס לפרדס זאגט דארט תוס' אויפן פלאץ בשם הערוך אז זיי זענען נישט ממש אריין געגאנגען נאר און זייער מחשבה נראה להם כאילו...

ס'איז אינטרעסאנט טאקע היינטיגע צייטן וואס אונז האבן מיר אזויפיל בעלי דמיונות, און חלומות וחזיונות, פארוואס ס'איז נישטא קיין נביאים וצע"ג

רעדטסט וויפל עטס ווילטס פון מעדיטעישן, מדיטיצי', המעקת המחשבה, היפנזי' וכל שום וחניכא דאית לי', אבער שטייט ביטע אוועק פון נבואות און רוח הקודש והדומה לה, מאכטס נישט קיין פארגלייכן און ברענגטס זיי נישט ארויף דא,
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

תמהואומר האט געשריבן:
אידישע קאפ האט געשריבן:די וועסט טראכטן אז איך רעדט פון דמיונות... קען זיין אבער זאלסט וויסן אלע נביאים זענען געווען בעלי חלומות, חזיונות, דמיונות, ע' רבינו בחיי פ' שופטים
די גמרא חגיגה יב: ארבעה נכנס לפרדס זאגט דארט תוס' אויפן פלאץ בשם הערוך אז זיי זענען נישט ממש אריין געגאנגען נאר און זייער מחשבה נראה להם כאילו...

ס'איז אינטרעסאנט טאקע היינטיגע צייטן וואס אונז האבן מיר אזויפיל בעלי דמיונות, און חלומות וחזיונות, פארוואס ס'איז נישטא קיין נביאים וצע"ג

רעדטסט וויפל עטס ווילטס פון מעדיטעישן, מדיטיצי', המעקת המחשבה, היפנזי' וכל שום וחניכא דאית לי', אבער שטייט ביטע אוועק פון נבואות און רוח הקודש והדומה לה, מאכטס נישט קיין פארגלייכן און ברענגטס זיי נישט ארויף דא,

;l;p- ;l;p-
אינטערעסאנט ער זאגט נישט זיי זענען געווען שוטים כהתרגום ואשתטי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קריכן קריכט מען! די שאלה איז נאר וואו. וכן בר׳ חיים ויטאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

isochronic tones

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

https://www.dropbox.com/s/n3opkecm6exjk ... 20hour.mp3

איז די שיטה אז די מח שפיגעלט צוריק די אפקלאנגען וואס ס'ווערט געהערט פון דרויסן.

די מח געט ארויס כוואליעס
פון .02 ביז 5 כוואליעס אין איין סקונדע הייסט עס דאלטא
פון 5 ביז 8 אין איין סקונדע הייסט עס טאטא
פון 8 ביז 12 הייסט עס אלפא
פון 12 און העכער איז עס באטא

איז אויב איך שיס אריין אינעם אויער דריי קלאפעס א סקונדע. וועט מיך די מח נאכקאפיען און פראדעצירן דריי קלאפעס א סקונדע. שטייטצעך מיט פארמאכטע אויגען און נאר הערן דאס און נישט טראקטארן אדער קולות פון לעבעדיגע קינדער.

אויב וויל איך די מח זאל לויפן אויף אלפא כוואליעס. וועל איך מאכן אז ס'זאל קלאפן אין די געגענט פון אכט צו צוועלעף.
די זמר וואס איך האב ארויפגעלאדענט אויף דראפבאקס. לויפט אויף 3 קלאפעס א סקונדע און עס ציהט זיך אויף א שטרעקע פון צוואנציג מינוט
אין די דאזיגע צוואנציג מינוט רילעקס איך יעדע מוסקעלע מיט געדולד. איך פרוביר צוצושטעלן מיין מח אז ס'זאל נאכשפילן דאס געהערטע. איך פרוביר צו גיין ווי טיפער אינעם יעצט.
און נאך צוואנציג מינוט גייט עס ארויף צו צעהן א סקונדע. כדי די מח זאל ווערן אקטיוו צו קענען דמיונ'ען ווי כאילו מ'קוקט זיך אן פון דרויסן.
און נאך דריי מינוט גייט עס צו אכט קלאפעס א סקונדע. דהיינו נידריגער אלפא. 8hz א סקונדע. גוט פאר וויזשואליזעזשאן.
איך נוץ עס
איך האב צוגעלייגט א ניגון אין די בעקראונד.
איך האב עס אלייין צאמגעשטעלט מיט א פראגרעם וואס הייסט 'ניורא פראגרעממער'.

זאגט מיר וואס איר האט יא אדער נישט ליב דערוועגן.
וואס איר פילט.
איך קען ארוםטוישן
איך קען צולייגען און עס באפוצן לתועלת חברינו מ'קען עס פארשפרייטן. מ'קען טון וואס מ'וויל מיט עס.
ס'איז נישט פראפעשינאל. פשוט ווייל איך דארף פידבעק

אין פראפעשענאל וואנס. קומט אז ס'זאל זיך אנהייבן ביי הויעכן באטא און צוביסלעך אראפגיין. ביי מיר הייבט זיך עס באלד אן ביי נידריגער 'דאלטא'. דאס איז זיך צו שפארן צייט.
גראד ווען איך הייב אן מעדיטעשאן, פרוביר איך צו איינשטילן מיינע כוואליעס פון מיין מח'ל. ס'זאל נאכשפילן די רואיגע דאלטא. איך לויפ פון מיינע מוסקעלס צו די ריקארדינג אהין און צוריק.
איך האב פאן.
איך גיי טיפער און טיפער
דערנאך נאך צוואנציג מינוט רייסט עס ארויף הויעך צו צעהן. 10hz און דאס איז פאר מיר א סימן אנצוהייבן צו פראגראמירן מיט בילדער צו מיט ווערטער מיין מיינד.
און אזוי ביזן סוף
דאס איז נאר צו גיבן אן איידיע וואס ס'מיינט
איך קען ארומטוישן כיד ה' הטובה עלי

קאמענטירן אויב איר ווילט
אויב די גאנצע זאך איז אייך נישט נוגע
ביטע שרייבט פארוואס?
ביטע שרייבן איידל. איך בין זייער סענסיטיוו און קען ווערן באליידיגט.
והשם הטוב יעזור
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

נשמה האט געשריבן:קריכן קריכט מען! די שאלה איז נאר וואו. וכן בר׳ חיים ויטאל

איך זעה אז נשמה ווייסט אויך דערפון...
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
תמהואומר האט געשריבן:
אידישע קאפ האט געשריבן:די וועסט טראכטן אז איך רעדט פון דמיונות... קען זיין אבער זאלסט וויסן אלע נביאים זענען געווען בעלי חלומות, חזיונות, דמיונות, ע' רבינו בחיי פ' שופטים
די גמרא חגיגה יב: ארבעה נכנס לפרדס זאגט דארט תוס' אויפן פלאץ בשם הערוך אז זיי זענען נישט ממש אריין געגאנגען נאר און זייער מחשבה נראה להם כאילו...

ס'איז אינטרעסאנט טאקע היינטיגע צייטן וואס אונז האבן מיר אזויפיל בעלי דמיונות, און חלומות וחזיונות, פארוואס ס'איז נישטא קיין נביאים וצע"ג

רעדטסט וויפל עטס ווילטס פון מעדיטעישן, מדיטיצי', המעקת המחשבה, היפנזי' וכל שום וחניכא דאית לי', אבער שטייט ביטע אוועק פון נבואות און רוח הקודש והדומה לה, מאכטס נישט קיין פארגלייכן און ברענגטס זיי נישט ארויף דא,

;l;p- ;l;p-
אינטערעסאנט ער זאגט נישט זיי זענען געווען שוטים כהתרגום ואשתטי.

ווי איך האב שוין אויבן געשריבן זאג איך גארנישט קיין אייגען איך ברענג נאר נאך פון ר' אריה קפלן אבער פרובירט האב איך עס שוין און איך קען ענק נאר געבן חומר למחשבה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך רעד בעיקר וויאזוי מ'קען קריכן מיט מעדיטעשאן אין זיך אריין.
חזקו ואמצו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אויב איינער ווי איך למשל וואס וועט מאכן מעדיטעשאן און פרובירן קריכן וועט מען איהם שיין זאגן מיסטער גיי צוריק צו דיין פיצא. אבער אויב כ'וועל זיך נישט לאזן און איך וועל זיין אן עקשן וועט מען מיר געבן אורות וואס זענען נישט ריין. אבער אויב איך וועל זיך ווייטער נישט לאזן און עכט תשובה טון און מקבל זיין אויף מיר צו זיין וואויל וכו' וכו' וכו' וועט מען מיר העלפן פון הימל. כן בר' חיים ויטאל
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג פעברואר 10, 2014 4:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

נשמה האט געשריבן:אויב איינער ווי איך למשל וואס וועט מאכן מעדיטעשאן און פרובירן קריכן וועט מען איהם שיין זאגן מיסטער גיי צוריק צו דיין פיצא

נישט אזוי זיכער, פראביר וועסטו זען ווי הויעך דיין "נשמה" קען ווערן אויפגעהויבן יעדע שבת
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

אידישע קאפ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:אויב איינער ווי איך למשל וואס וועט מאכן מעדיטעשאן און פרובירן קריכן וועט מען איהם שיין זאגן מיסטער גיי צוריק צו דיין פיצא

נישט אזוי זיכער, פראביר וועסטו זען ווי הויעך דיין "נשמה" קען ווערן אויפגעהויבן יעדע שבת
נשמה האט געשריבן:אויב איינער ווי איך למשל וואס וועט מאכן מעדיטעשאן און פרובירן קריכן וועט מען איהם שיין זאגן מיסטער גיי צוריק צו דיין פיצא. אבער אויב כ'וועל זיך נישט לאזן און איך וועל זיין אן עקשן וועט מען מיר געבן אורות וואס זענען נישט ריין. אבער אויב איך וועל זיך ווייטער נישט לאזן און עכט תשובה טון און מקבל זיין אויף מיר צו זיין וואויל וכו' וכו' וכו' וועט מען מיר העלפן פון הימל. כן בר' חיים ויטאל

ס'קוקט אויס ווי די האסט פאראכטען דיין תגובה און איך האב נאר געזען דאס וואס איך האב געברענגט אדער קען זיין עפעס אנדערש... בקיצור דאס וואס די זאגסט איז אמת
די עיקר איז מ'זאל אנהייבן ארבעטן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך האב עס טאקע פארראכטן. ווייל דער אמת איז אז יעדער קען ווערן ווי משה רבינו
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

אוי אוי. אידן בני זמננו האלטן זיי קענען צוקומען צו מדריגות פון קדושי עליונים. ווער ווייסט ווי מען קען אנקומען.

(אבל לגופן של דברים ייש"כ הרב נשמה על דבריך היקרים והנעימים והנפלאים עד מאד, ועל טירחתך לטובת הקוראים).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

די בליק אויף ׳מנוחה כי טוב׳ פון אן עקספערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך וויל נאך דארט בלייבן און איך קען נאך דארט בלייבן
און איך האב נישט געוואלט אוועקגיין אבער איך קען עס מיטנעמען מיט מיר

וואס לויפ איך נאך די אלע טעכנאלאגיע, איז דאך נאר ווייל איך בין נישט רילעקס...

הערטס מיך צו, איך בין אן עקספערט אין רילעקסעשאן.

איך האב שוין געהערט זייער זייער אסאך רילעקסעשאן.

איך טו שוין דערין 12 יאר.

איין זאך קען איך אייך זאגן אזא רילעקסעשאן פראגרעם אזא וויזשואליזעשאן פראגרעם ווי 'מנוחה כי טוב' האב איך נאך קיינמאל נישט עקספיריענסט

די מח האט דאך ביליאנען צעלן און ווען איך הער מאמע לשון רעדן אזוי יודיש פון אייבערשטען, אזוי היימיש. פון אונטערן פארטוך ארויס, טוט עס אויף וואס די אנדערע שפירן זיך דאך פרעמד.

איך האב שוין געהערט אלע סארט צוזאמשטעל פון רילעקסעשאן ריקרדינגס. אלע סארט ווערטער וואס ווערן געזאגט. לינדאן און אזוי ווייטער. נאך און נאך.
אבער אזאנס...

אזאנס...

אזאנס...

לויפט און קויפט עס. איך האב נאך געטראכט אפשר זאל איך עס נישט קויפן. אבער כ'האב עס געגעבן א קויף. ס'איז אזוי רייך. די מיוזיק אין די בעקראונד. און ס'איז אויך נישט לאנג נאר א האלבע שעה אדער ווייניגער.
הלואי וואלט עס געווען לענגער
טייערער ליינער ווילסט וויסן דעם עמקות וואס איך האב דא געשריבן. לויפ און קויפ די cd 'מנוחה כי טוב'
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

נשמה האט געשריבן:איך האב עס טאקע פארראכטן. ווייל דער אמת איז אז יעדער קען ווערן ווי משה רבינו

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:אוי אוי. אידן בני זמננו האלטן זיי קענען צוקומען צו מדריגות פון קדושי עליונים. ווער ווייסט ווי מען קען אנקומען.

דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן:אל יעבור במחשבתך דבר זה שאומרים טיפשי האומות ורוב גולמי בני ישראל, שהקדוש ברוך הוא גוזר על האדם מתחילת ברייתו להיות צדיק או רשע. אין הדבר כן, אלא כל אדם ואדם ראוי להיות צדיק כמשה רבנו
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

היפאקריט האט געשריבן:

ווער ס'טראכט אז איינער בדורנו קען ווערן ווי משה רבינו, אויף אים איז געזאגט געווארן "חלמא טבא חזאית"
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

א דאנק פאר מטיב חלום זיין
דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן:אל יעבור במחשבתך דבר זה שאומרים טיפשי האומות ורוב גולמי בני ישראל שהקדוש ברוך הוא גוזר על האדם מתחילת ברייתו להיות צדיק או רשע. אין הדבר כן, אלא כל אדם ואדם ראוי להיות צדיק כמשה רבנו

כעת מצאתי בשם הגאון ר"א ווסרמן
אבל באמת כותב הג"ר אלחנן הדבר פשוט מאוד שאי אפשר לשום אדם להגיע
למדרגתו של משה רבינו ע"ה גם בצדקותו, ואם כן דברי הרמב"ם צריכין ביאור.
והנה מצינו בכתוב (תחילת ספר יהושע) כי משה רבינו נקרא בשם עבד ד', ופירש
הרד"ק כי גדר עבד הוא שאין קנין לעבד בלא רבו ויד עבד כיד רבו ומה שקנה עבד קנה
רבו, וכזה היה משה רבינו שכל כוחותיו וחושיו ודעתו היו כולן קודש לד' ולא השתמש
בהם לשום צורך אחר בלתי לד' לבדו. והמידה הזאת נדרשת מכל איש ישראל כדתנן
(אבות פרק ב' משנה י"ב) וכל מעשיך יהיו לשם שמים, והדבר הזה מוכרח מאליו שהרי
כל מה שיש לו לאדם נקצב לו במידה ובמשקל לתכלית הנרצה ולא ניתן לו שום דבר
לבטלה, ואם כן על כרחו חובתו להשתמש בכל מה שניתן לו לעבודת השי"ת, וזוהי
מדרגתו של משה רבינו. ואף שבודאי אפילו אם יעבוד אדם בכל כוחותיו אלפי אלפים
שנה לא יגיע עד כרסוליו של משה רבינו, היינו מפני שלא ניתנו לשום אדם כוחו ובינתו
של משה רבינו, אבל בשביל זה לא נגרע כלום מערכו של אדם פשוט, שהעני בקרבן עני
יוצא ידי חובתו כמו העשיר בקרבן עשיר, ואחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון לבו
לשמים. וזוהי כוונת הרמב"ם שכל אדם יכול להיות צדיק כמשה רבינו היינו שכל אדם
לפי ערכו ולפי כוחותיו יכול להיות עבד ד', כמו משה רבינו לפי כוחותיו.
לעצט פארראכטן דורך היפאקריט אום דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 1:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

היפאקריט האט געשריבן:א דאנק פאר מטיב חלום זיין
דער הייליגער רמב"ם האט געשריבן:אל יעבור במחשבתך דבר זה שאומרים טיפשי האומות ורוב גולמי בני ישראל שהקדוש ברוך הוא גוזר על האדם מתחילת ברייתו להיות צדיק או רשע. אין הדבר כן, אלא כל אדם ואדם ראוי להיות צדיק כמשה רבנו

דער עלעוועיטער ארויפצופארן ביז אויבן איז צובראכן היינטיגע צייטן, ואין כאן שום סתירה, דו"ק כי קצרתי, און נישט נאר ווי משה רבינו קען מען נישט אנקומען היינט, נאר אפילו אלפי אלפים מעלות אראפצי קען מען אויך נישט
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

שמעתי פעם. אז דער געדאנק וואס דער רמב"ם מיינט אז "יעדער" קען זיין ווי משה רבינו, מיינט, אז פונקט ווי משה רבינו האט זיך אויסגעארבעט אויף די מאקסימום שייך (כידוע המעשה המבקובל אז משה רבינו איז געבוירען מיט די שלעכסטע מידות, ואכהמ"ל אויב דער מעשה איז אמת אדער נישט, בכל אופן...), אזוי אויך קען יעדער יוד זיך אויסארבעטן דאס מאקסיומום וואס איז שייך. און ווען מעט טוט דאס, איז מען אין 'איכות' פונקט ווי משה רבינו. אבער אוודאי צו זיין בדרגת משה רבינו בנבואה אדער זיינע גאר הויכע מדריגות וכדו', איז אוודאי נישט שייך היינט בדור עקבתא דמשיחא.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

נישט ח"ו ליצנות, אבער וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן א דאטום ווען דער עלעוועיטער ארויפצופארן ביז אויבן איז צובראכן געווארן
כאילו, אין א געוויסן דור צוריק קענט איר זיך יא אויסמשל'ן א משה רבנו? אויף ווי ווייט אונז זענען בכלל משיג מה זה משה רבינו
-
מתבונן האקט
שיינער געדאנק גראדע
בנבואה האט שוין דער רמב"ם שולל געווען בדבריו, ווייל עס שטייט דאך אזוי מפורש אין די תוהה"ק
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

נשמה האט געשריבן:לויפט און קויפט עס

ווי???

נשמה האט געשריבן:ס'איז אזוי רייך. די מיוזיק אין די בעקראונד.

איז די מיוזיק איז די בעסטע זאך אין דעם סידי? וואס נאך איז אזוי רייך אנדערש ווי לערנען א מוסר ספר און האבן מיוזיק אין די בעקראונד? (כהאב אלעמאל ליב געהאט אזוי צו טון).
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

היפאקריט האט געשריבן:מתבונן האקט
שיינער געדאנק גראדע
בנבואה האט שוין דער רמב"ם שולל געווען בדבריו, ווייל עס שטייט דאך אזוי מפורש אין די תוהה"ק

וועגן דעם האב איך מוסיף געווען בדברי,
מתבונן האט געשריבן:אדער זיינע גאר הויכע מדריגות וכדו',
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

היפאקריט האט געשריבן:מתבונן האקט
שיינער געדאנק גראדע

יעצט זעה איך אז ממש דאס ברענגסטו בשם הגר"א ווסרמן זצ"ל. יתכן אז איך האב עס אויך געהערט ערגעץ ווי בשמו.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

היפאקריט האט געשריבן:נישט ח"ו ליצנות, אבער וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן א דאטום ווען דער עלעוועיטער ארויפצופארן ביז אויבן איז צובראכן געווארן
כאילו, אין א געוויסן דור צוריק קענט איר זיך יא אויסמשל'ן א משה רבנו? אויף ווי ווייט אונז זענען בכלל משיג מה זה משה רבינו
-

אין יעדן דור ווערט דער עלעוועיטער שוואכער און שוואכער, בדרך כלל ווייסט מען אז די תנאים זענען געווען גרעסער ווי אמוראים וכו' וכו', לפי דבריך איז דאס נישט מובן און א חסרון אין זייער גדלות הלמאי זיי האבן זיך נישט אויסגעארבעט אזוי ווי די פריערדיגע און נישט געטון די מאקסימום,

נאר וואס דען, ס'איז נישט מעגליך!!! די דורות רוקן זיך (זע א שיינער און טיפער הסבר אויף דעם אין אך פרי תבואה אנהייב פ' במדבר, אז דער פאקט אז די דורות פאלן ווייזט אויף די מעלה פון עם ישראל) און מען קען נאר אנקומען צו דער מאקסימום פון דעם דור, אין דעם דור איז אויך דא א מאקסימום און דאס וועט מען פארלאנגען פון מיר און דיר, ולא יותר מזה

יחידים זענען אייביג געווען וואס האבן געהאט מדרגות אזוי ווי א דור אדער עטליכע דורות העכער, כידוע וואס מ'זאגט אויפ'ן בעל שם טוב הק', אילו הי' בדורו של האבות וואלט מען געזאגט אלקי ישראל ועוד כזה. און א אויפן דברי חיים אז ער האט זיך אויסגעארבעט כר' שמעון בן יוחאי (וכידוע הסיפר שהדברי חיים אמר זה על עצמו, אבל הוסיף "בדורו" והבן)

ר' משה ראזדאווער זי"ע האט געזאגט, איך בין זיכער אז דער רבי ר' אלימלך איז געווען גרעסער ווי דעם דברי חיים, ווייל איז געווען פריער, אבער איך ווייס נישט מיטוואס מען קען זיין גרעסער ע"כ

חלום נישט אז אין היינטיגן דור קען א איד אנקומען צו די מדרגות פון די צדיקים פון א פריערדיגן דור, ווי למשל בעלזער רב זי"ע, ניטאמאל צו קלענערע פון אים.
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”