'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בניהו האט געשריבן:איך האב א שאלה אויף די גאנצע נומערן סיסטעם. קען זיין אז מען האט עס שוין בארירט פריער אבער אפשר קען איינע פון עקספערטן ענטפערן דערויף.

וויאזוי איז מעגליך צו ׳דיפיינען׳ א מענטש לויט נומערן וואס זענען געבויעט אויף הרגשים און נאטורן וואס פירן דעם מענטש אויף א געוויסע וועג און התנהגות? א מענטש, ספעציעל ווען מען איז שוין ערוואקסן, איז דאך א צוזאמשטעל פון אייגענע אמת׳ע הרגשים, מדות, מעלות און חסרונות, און ״אן טאפ אוו דעט״ איז ער על פי רוב אויסגעפארמעט געווארן דורך א געוויסע חינוך, ירושה פון עלטערן (אויף מדות און הרגשים, בלבוש) א געוויסע בליק אויף לעבן און אידישקייט וואס ער איז אומדירעקט נשפע פון זיין סביבה, וואס דאס ברענגט רוב מאל א התנהגות וואס איז נישט עכט זיין אייגענע מציאות. רוב מאל, מיין איך, טוהט א מענטש זאכן צוליב נאטורן וואס איז באמת נישט זיין נאטור. וויאזוי קען די נומבער סיסטעם מבחין זיין צוווישן זאכן וואס איז בעצם ״ער״ מצד נפשו ונשמתו אדער זאכן וואס זענען באמת נישט זיין נאטור, נאר ער איז פשוט איינגעפארעמט געווארן אזוי צוליב דרויסענדיגע אומשטענדן און ער דארף זיך פשוט ארויסזעהן דערפון. למשל, בעת וואס ער מיינט אז ער איז ״סטאק״ אין זיין ׳איינסער׳ באקס מיט אירע מעלות און חסרונות קען פשוט זיין ער איז א פערפעקשאניסט צוליב קריטיק וכדו׳ אויף זיין יוגנט וואס האט אריינגעלייגט און אים א דראנג צו מאכן אלעס 100% גוט? אדער דער ׳צווייער׳ איז געטריי ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען ״דער עסקן״ הידוע און ער איז געפארעמט געווארן א נאר דורך העלפן אנדערע איז מען א מושלם? מ׳קען אזוי געבן צענדליגע משלים אבער הקשיא במקומו עומדת.

די נומערן טוען צייגן אויף די זאכן אין די מענטש וואס איז די עצם וועג וויאזוי דער מענטש איז. דא איז דא צוויי פאקטארן, איינס איז די עצם געבוי פונעם נפש, יעדער וועט פארשטיין און אפרישיעטן די געוואלדיגע וואונדערליכקייט אז יעדע נפש איז א געבוי. א רוחניות'דיגע געוויסע עצם וואס מ'קען נישט זעהן נאר וויסן, און איז משפיע אויף א יוניק וועג אויף א נפש. דאס איז דאך הפלא ופלא.

נאכדעם איז דא די 'איגו'. יעדער מענטש פאלט אריין אין איינע פון ניין קאטאגאריעס. די 'איגו' איז א געוויסע וועג וואס עס האט זיך אויסגעקליבן ביים מענטש אז אזוי און אזוי עקזיסטיר איך. די און די געפיל מיינט אז איך עקזיסטיר. די און די געפיל מיינט אז איך עקזיסטיר נישט.

די צוויי זאכן זענען אזוי יסודית'דיג ביי א מענטש. אזוי ווייט אז ס'פאלט אוועק די קשיא אז אפשר איז ער סטאק אין א איינזערישע באקס. אזוי ווי דו פרעגסט נישט אויף א בוים "אפשר איז ער סטאק אין די עקזיסטענץ פון א בוים, אפשר איז ער נאר א בוים ווייל מ'האט אים איגנארירט" . דו פרעגסט נישט די קשיא, ווייל וואס האסטו דערפון יעצט? ער איז אין יסוד א בוים.

והשם הטוב יעזור
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ישר כח פאר אלע מגיבים.

@נשמה, קען זיין איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען דיין יסוד, אבער ווי ווייט איך פארשטיי זאגסטו אז ס׳איז דא נאטורן וואס קען טאקע זיין אז עס קומט מחוץ אבער ס׳איז נאכאלץ זיין עצם ווייל ס׳איז נקבע אין אים. ריכטיג?

איך האלט אז דאס איז נישט ריכטיג. א מענטש האט חלקים וואס איז זיין עצמיות וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן צו ארבעטן דערמיט און נאר אזוי גייט ער מצליח זיין. ס׳איז אבער דא זאכן וואס ער האט, וואס קומט אוודאי ווייל דער אייבערשטער האט עס אזוי צוגעפירט, אבער דאס זענען זאכן וואס ער דארף בעצם אינגאנצן ארויסקריכן דערפון. דאס מיינט, גע׳ירשנ׳טע נאטורן, הרגשים וואס זענען געדעמעדזשט געווארן צוליב פארשידענע סיבות וואס די אייציגסטע וועג איז, דורך עס לגמרי טוישן. נישט משלים זיין דערמיט ווייל ״אפשר איז ער סטאק אין די עקזיסטענץ פון א בוים, אפשר איז ער נאר א בוים ווייל מ'האט אים איגנארירט" ווייל דאס איז בכלל נישט זיין יסוד. ער בעצם דארף נישט האבן קיין שייכות דערמיט.

וויפול מער איך שטודיר די מהלך האלט איך אז ס׳איז טאקע א געשמאקע אינטערטעימענט, אבער נאר דאס. עס קען זיין א גרויסע שטער און א סכנה פאר איינער וואס וויל זיך באקענען מיט זיך און אמת׳דיג שטייגן. פארוואס? ווייל די מהלך לערנט דיר נישט צו דערקענען דיין אמת׳ע מהות ווערסוס א געשאפענע דמות, און זיך אריינבאקסן אין א נומער וועט נאר שטערן פון צוקומען צום אמת.

אדרבה, קום אריין אויב דו האלסט אנדערש, און פארוואס.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

Bissli האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:(אפשר נישט די ריכטיגע אשכול) נשמה, װאס איז דײן מײנונג אױף Internal family systems טעראפי?

https://drive.google.com/file/d/1-Bha98 ... p=drivesdk

כ׳האב געזען די װידעא, זײער שײן, א גרױסן ײשר כח,
קארל יאנג האט מודה געװען אז הרה״ק המגיד מ׳מעזריטש זי״ע האט ארױס פסיכאלאגיע בעסער פון אים אלײנס, מורא׳דיג!!, הודאת בעל דין..., יא יא, אין אונזער דרך החסידות המסורה לנו מדור דור ליגט אלעס!!!
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

בניהו האט געשריבן:איך האב א שאלה אויף די גאנצע נומערן סיסטעם. קען זיין אז מען האט עס שוין בארירט פריער אבער אפשר קען איינע פון עקספערטן ענטפערן דערויף.

וויאזוי איז מעגליך צו ׳דיפיינען׳ א מענטש לויט נומערן וואס זענען געבויעט אויף הרגשים און נאטורן וואס פירן דעם מענטש אויף א געוויסע וועג און התנהגות? א מענטש, ספעציעל ווען מען איז שוין ערוואקסן, איז דאך א צוזאמשטעל פון אייגענע אמת׳ע הרגשים, מדות, מעלות און חסרונות, און ״אן טאפ אוו דעט״ איז ער על פי רוב אויסגעפארמעט געווארן דורך א געוויסע חינוך, ירושה פון עלטערן (אויף מדות און הרגשים, בלבוש) א געוויסע בליק אויף לעבן און אידישקייט וואס ער איז אומדירעקט נשפע פון זיין סביבה, וואס דאס ברענגט רוב מאל א התנהגות וואס איז נישט עכט זיין אייגענע מציאות. רוב מאל, מיין איך, טוהט א מענטש זאכן צוליב נאטורן וואס איז באמת נישט זיין נאטור. וויאזוי קען די נומבער סיסטעם מבחין זיין צוווישן זאכן וואס איז בעצם ״ער״ מצד נפשו ונשמתו אדער זאכן וואס זענען באמת נישט זיין נאטור, נאר ער איז פשוט איינגעפארעמט געווארן אזוי צוליב דרויסענדיגע אומשטענדן און ער דארף זיך פשוט ארויסזעהן דערפון. למשל, בעת וואס ער מיינט אז ער איז ״סטאק״ אין זיין ׳איינסער׳ באקס מיט אירע מעלות און חסרונות קען פשוט זיין ער איז א פערפעקשאניסט צוליב קריטיק וכדו׳ אויף זיין יוגנט וואס האט אריינגעלייגט און אים א דראנג צו מאכן אלעס 100% גוט? אדער דער ׳צווייער׳ איז געטריי ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען ״דער עסקן״ הידוע און ער איז געפארעמט געווארן א נאר דורך העלפן אנדערע איז מען א מושלם? מ׳קען אזוי געבן צענדליגע משלים אבער הקשיא במקומו עומדת.

אניגראם איז נישט דא 'מבחין' צו זיין. די אניגראם איז דא אראפצולייגן שרשים בתכונות הנפש, ניין הויפט נקודות וואס זענען זייער יסודות'דיג אויף צו קענען פארשטיין אויף וואס געפילן פון מענטשן זענען געבויעט, און וואס זענען שרשים וואס ברענגט אז עס זאלן זיין חילוקי נפשות.

יעצט, דער חוש פון קענען מבחין זיין, וועלכע געפיל אדער נאטור איז פון זיין שורש עצם תכונות הנפש, און וועלכע איז נגרם געווארן אין רעזולטאט פון א דרויסנדיגער גורם. דאס איז א עקסטערע חוש וואס מען דארף האבן, צו פארשטיין באמת, און קענען ריכטיג אפלערנען א מענטש. דאס האט אבער גארנישט מיט אניגראם. אפילו אן אניגראם, זענען דא מענטשן וואס קענען תורת הנפש און פארשטייען וויאזוי געפילן ארבעט. אבער ווען עס קומט דיאגנאזירן און אפלערנען א מענטש און פארשטיין וואו 'ער' גייט אריין, זענען זיי נישט אזוי גוט. וכן להיפך.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בניהו האט געשריבן:ישר כח פאר אלע מגיבים.

@נשמה, קען זיין איך האב נישט ריכטיג פארשטאנען דיין יסוד, אבער ווי ווייט איך פארשטיי זאגסטו אז ס׳איז דא נאטורן וואס קען טאקע זיין אז עס קומט מחוץ אבער ס׳איז נאכאלץ זיין עצם ווייל ס׳איז נקבע אין אים. ריכטיג?
איך האלט אז דאס איז נישט ריכטיג. א מענטש האט חלקים וואס איז זיין עצמיות וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן צו ארבעטן דערמיט און נאר אזוי גייט ער מצליח זיין. ס׳איז אבער דא זאכן וואס ער האט, וואס קומט אוודאי ווייל דער אייבערשטער האט עס אזוי צוגעפירט, אבער דאס זענען זאכן וואס ער דארף בעצם אינגאנצן ארויסקריכן דערפון. דאס מיינט, גע׳ירשנ׳טע נאטורן, הרגשים וואס זענען געדעמעדזשט געווארן צוליב פארשידענע סיבות וואס די אייציגסטע וועג איז, דורך עס לגמרי טוישן. נישט משלים זיין דערמיט ווייל ״אפשר איז ער סטאק אין די עקזיסטענץ פון א בוים, אפשר איז ער נאר א בוים ווייל מ'האט אים איגנארירט" ווייל דאס איז בכלל נישט זיין יסוד. ער בעצם דארף נישט האבן קיין שייכות דערמיט.

פארוואס גייסטו לאכן טאמער איך ווייז דיר אויף א אכטער "זעהסט יענעם דארט, ער איז אמאל געווען א פירער, אזא איינגעזאפטער אין זיך, און ער האט זיך אויסגעארבעט און ער איז געווארן א אכטער, אלעס וואס מ'זעהט אויף אים איז אכט, א שטארקער מענטש, זאגט מיט א פעסטקייט וואס ער האט צו זאגן" פארוואס גייסטו לאכן? ווייל דו ווייסט אז ס'איז נישט מעגליך.

אבער עס איז דא א געזונטער טייפ און א אומגעזונטער טייפ, די נאטורן פון וואס דו רעדסט אז מ'קען לגמרי טוישן און נישט משלים זיין דערמיט און נישט האבן שייכות דערמיט, דאס זענען אומגעזונטע געוואוינהייטן. אדער אויפפאסונגען. וואס דאס קען מען לגמרי טוישן בעזרת השי"ת. אבער לאז דיך אפ פון טרעפן נאטורן וואס דער מענטש קען לגמרי טוישן. ווען דו ווילסט בוחן זיין וואסערע טייפ א מענטש איז דארפסטו טרעפן די עצם וואס דער מענטש קען נישט טוישן. וואס דער עצם איז מען בוחן ווען מ'שטעלט דא צו צו אנדערע ניין עצמים.

ס'דא ניין עצמים, ניין הבחנות. ווען דו נעמסט די עצם פון א מענטש און דו פירסט עס דורך די אלע ניין עצמים, וועלכע פון די ניין איז ער דאס מערסטע. נאר דער אייבערשטער איז א אחד יחיד ומיוחד, די טייפ פון א מענטש ווערט נבחן דורך אים אריינלייגן אין א קאטאגאריע. דו דארפסט האבן אין דיין קאפ אלע ניין קאטאגאריעס. דאס און דאס איז א איינזער, דאס און דאס איז א צווייער, דאס און דאס איז א דרייער, און אזוי ווייטער.

יעצט די קאטאגאריע פון איינס וואס דו האסט אין דיין קאפ, קען ווערן ברייטער און ברייטער, ארייננעמענדיג נאך און נאך קאלירן וואס זענען איינער אביסל אנדערש ווי דאס אנדערע, אבער נאך אלץ די קאטאגאריע פון איינס.

וויפול מער איך שטודיר די מהלך האלט איך אז ס׳איז טאקע א געשמאקע אינטערטעימענט, אבער נאר דאס.

עס קען זיין א גרויסע שטער און א סכנה פאר איינער וואס וויל זיך באקענען מיט זיך און אמת׳דיג שטייגן. פארוואס? ווייל די מהלך לערנט דיר נישט צו דערקענען דיין אמת׳ע מהות ווערסוס א געשאפענע דמות, און זיך אריינבאקסן אין א נומער וועט נאר שטערן פון צוקומען צום אמת.

אדרבה, קום אריין אויב דו האלסט אנדערש, און פארוואס.

איך געדענק נאך ווען איך האב געהאלטן ווי דו. אפשר איז די סיבה דערצו ביי דיר די זעלבע ווי עס איז געווען ביי מיר.

די אניאגראם איז גענוג א קלארער פאקט אז מ'זאל זיך נישט קענען אוועקדרייען דערפון, און גענוג אומקלאר אז מ'זאל בלייבן סטאק זיך צו דערגרינטעווען דערין. די בעסטע עצה איז צו אננעמען אז ס'דא זאכן וואס איך האב נאכנישט געכאפט. איך לייג עס אוועק אויף שפעטער. ס'דא מענטשן וואס פארשטייען טיפער ווי איך פארשטיי, זיי זעען טיפער ווי מיך, און איך לייג עס אוועק אויף שפעטער.

די אומקלארקייט פון די אניאגראם מאכט אז מ'זאל עס וועלן אוועקמאכן אז ס'איז נאר א אינטערטענמענט. אבער דאס היפש ביסל קלארקייט דערין מאכט אז מ'זאל עס דאך נישט קענען אוועקמאכן. די עצה דערצו איז, איך דארף מיך נאך אויסלערנען זאכן וואס איך האב נאך נישט געכאפט.

דו דארפסט קענען "ארויסשניידן" פון א מענטש די טייפ. ס'דא חלקים וואס זענען אומרעלעוואנט צו די טייפ. ווען דו קוקסט אויף א מענטש זעהסטו אלעס און גארנישט ספעציעל. דו דארפסט קענען כאפן אזא עצם וואס שטומט מיט איינע פון די ניין קאטאגאריעס. נישט אלעס וואס דו זעהסט אויף א מענטש דארף ווערן גענומען אין באטראכט ווען דו ווילסט אים טייפן. ס'דא זאכן וואס האט נישט מיט די עצם פון די ניין עצמים.

איך מיין אז איך האב שוין גענוג מאל געזעהן זייער קלאר אז מענטשן האבן זייער א קלארער טייפ. ווי כאילו זיי האבן געליינט זייער טייפ און נאכדעם אנגעהויבן צו לעבן. אלעס וואס זיי טראכטן, אלעס וואס זיי פיהלן, אלעס וואס זיי רעדן, אלעס וואס זיי וויינען, אלעס איז די און די טייפ.

דאס וואס דו שרייבסט אז ס'איז א סכנה פאר איינעם וואס וויל זיך באקענען מיט זיך אליין און אמת'דיג שטייגן, אז ס'איז א סכנה די טייפס, ווייל מ'ווערט אריינגעבאקסט. ממה נפשך, אויב כאפט מען די אמת'דיגע טייפ, איז דאך זיכער גוט, ווייל מ'ווערט נאנט צום באשעפער ווען מ'קריכט ארויס פון די אנכיות. צום ביישפיהל א זעקסער קען יעדע רגע ארבעטן ארויסצוקריכן פון זיין זעקסערישע איגו ב"ה.

און אויב מ'מיינט אז מ'איז א אנדערע טייפ, און מ'ארבעט נישט אויף די ריכטיגע טייפ, צום ביישפיהל א פירער מיינט אדער וויל מיינען אז ער איז א זעקסער, וואס קען געשעהן? דער אמת וועט אים פאטשן אין פנים. און גארנישט וויסן איז דען בעסער? בלייבן אומגעזונט איז בעסער?

א מענטש ווייסט אז ס'איז נישט אזוי. א מענטש האט ליב צו זיין אמת'דיג און צו וויסן דעם אמת מיט זיך אליין. ווייל דאס איז ער אליין. קיינער וויל נישט אויפגעבן אויף זיך.

והשם הטוב יעזור
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ישר כח נשמה. איך פארשטיי דיינע נקודות
אני הוא הנער, נער המדבר
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

נשמה האט געשריבן:נאכדעם איז דא די 'איגו'. יעדער מענטש פאלט אריין אין איינע פון ניין קאטאגאריעס. די 'איגו' איז א געוויסע וועג וואס עס האט זיך אויסגעקליבן ביים מענטש אז אזוי און אזוי עקזיסטיר איך. די און די געפיל מיינט אז איך עקזיסטיר. די און די געפיל מיינט אז איך עקזיסטיר נישט

ילמדנו @נשמה!
איז אניגראם א איגו, אדער א נאטור
און אנדערע ווערטער: די שרייבט "איגוי", און דאס גיבט אן איינדרוק אז עס קומט פון די נפש הבהמית, א שלעכטע זאך וואס מען דארף אויסארבטען, אבער ווי איך פארשטיי איז נישט שייך אויסצורייסן עניגראם, נאר מען דרייט עס אויף די ריכטיגע וועג, אזוי ווי אלע נאטורן פון א מענטש
אנא ילמדנו רבינו איזה דרך ישכון אור באניגראם?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

תגובה דורך Who knows »

בניהו האט געשריבן:ישר כח נשמה. איך פארשטיי דיינע נקודות

דו פארשטייסט אים? האסטו אים גע'הרג'ט, זיין מעלה איז אז קיינער פארשטייט אים נישט (א פירער), אמת'דיג גערעדט איך (אלס 9-1) פארשטיי נישט זיינע תגובות אין דעם נושא ע"פ רוב, איך שפיר ווי ער רעדט און רעדט און איך ווייס נישט וואס ער וויל זאגן (1)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

Who knows האט געשריבן:

נישט דאס מיינט די ווערטער אז קיינער פארשטייט אים נישט. ווען קיינער פארשטייט נישט וואס ער איז מסביר. נישט דאס מיינט אז א פירער וויל נישט אז מ'זאל אים פארשטיין.

די ווארט פארשטיין ביי א פירער, אין די זאץ "איך פארשטיי דיר" מיינט אז דו פיהלסט דיין 'דיך' די זעלבע וועג ווי ער פיהלט זיך. "איך פארשטיי דיר" מיינט "איך פיהל די זעלבע וועג וויאזוי דו פיהלסט".

ווען א פירער ווייסט [פיהלט] אז יענער פיהלט זיך די זעלבע וויאזוי ער פיהלט זיך, וועט ער טון פעולות זיך צו פיהלן אנדערש. ווייל די וועג וויאזוי א מענטש פיהלט זיין 'איך' איז ביי א פירער די גאנצע עקזיסטענץ פון א מענטש. אזוי ווי ביי א איינזער איז די גאנצע עקזיסטענץ זיינע אז איך טו ריכטיג. איך בין ריכטיג. איך בין אויסגעהאלטן. נאר דעמאלטס פיהלט ער זיך אז ער עקזיסטירט. די זעלבע וועט א פירער נאר פיהלן אז ער איז ער, ווען ער [רעדט זיך איין] פיהלט זיך אנדערש ווי יעדעם. ס'איז [ווארשיינליך] א איינרעדעניש.

דאס וואס פירערס רעדן זיך אפ "דו פארשטייסט מיך נישט" (ווייל דו פארשטייסט מיך טאקע נישט.) מיינט ער צוזאגן "דו ווייסט [פיהלסט] נישט מיין איך" "דו ווייסט [פיהלסט] נישט וויאזוי איך פיהל מיך" "דו ווייסט [פיהלסט] נישט וויאזוי איך עקספיריענס מיין אינערליכער עקזיסטענץ". וויאזוי ווייסט דער פירער אז יענער פארשטייט [פיהלט] אים נישט? ער פיהלט אזוי. ווייל דאס טוט ער אגאנצן צייט. ער מאכט זיכער אז מ'פארשטייט [מ'פיהלט] נישט אזוי ווי ער פארשטייט. דהיינו זיינע געפילן. ווייל ער וויל זיך פיהלן אנדערש ווי יעדער. ליין וואס איך שרייב: ער וויל פיהלן זיין 'זיך' אויף אזא אופן אז ס'איז אנדערש וויאזוי ער פארשטייט אז אנדערע פיהלן זייער זיך.

פרעג מיך וואס איך וויל זאגן וועל איך דיר עס פרובירן צו ערקלערן.

ברכה והצלחה האט געשריבן:

איגו קומט פון די רצון פון א מענטש צו פיהלן אז ער עקזיסטירט. די רצון פון א מענטש צו פיהלן אז ער עקזיסטירט קומט פון זיין נפש אלוקית.

(טראכט פאר א פאר סקונדעס די פאלגענדע זאץ) יעדער מענטש האלט אן אין זיך א געוויסע פיהלינג וואס דאס געט אים די געפיהל אז ער עקזיסטירט. אזוי ווי א מענטש וואס כאפט אן א געיט צו פיהלן זיכער, אפילו ווען ער ווייסט אז ער גייט נישט אראפפאלן, ווייל דאס געט אים די געפיל פון זיכערקייט.

די עצם זאך אז א מענטש וויל פיהלן אז ער עקזיסטירט קומט ווייל ער עקזיסטירט טאקע, ווייל יעדער מענטש איז דאך א חלק אלוק ממעל. אבער דער מענטש מיינט אז דער פיהלינג וואס ער פיהלט, אז דער אויבנדערמאנטער פיהלינג וואס ער האט זיך איינגערעדט אז ער מוז עס פיהלן, איז וויכטיג צו פיהלן כדי צו זיין זיכער אז ער עקזיסטירט. אבער ס'איז נישט באמת וויכטיג. דאס מיינט 'איגו'. ווייל א מענטש עקזיסטירט אפילו אויב ער האלט נישט אן די סארט געפיל. עקזיסטענץ איז א דבר מוכרח, בעל כרחך אתה חי.

דו ביסט א איינזער? אויב יא, האלסטו אן אין דיר די געפיל אז דו ביסט א אויפריכטיגער מענטש וואס טוט ריכטיג. דו פיהלסט ביי דיר "איך בין א מענטש וואס טוט ריכטיג". דו האלסט עס אן און דו לאזט עס נישט אפ. דאס איז איגו. ווייל דו מיינסט ביי דיר אז אויב דו גייסט עס אויפהערן פיהלן גייסטו ממש אויפהערן צו עקזיסטירן.

יעצט, אפילו אויב דו גייסט אפלאזן דער געפיל אז דו ביסט א מענטש וואס טוט וואס איז ריכטיג, וועסטו אבער דאך פיהלן א געוויסע געפיל. וואס איז געזונטער און העכער ווי די געפיל.

ס'דא צוויי חלקים, די אניאגראם טייפ און די איגו. די איגו קען מען אויסדרייען, אבער די אניאגראם טייפ, די אופן וויאזוי דיין עקזיסטענץ פיהלט זיך אן די איגו, דאס קען מען נישט אוועקנעמען.

לאמיר נעמען א ניינער. א ניינער האט צוויי חלקים, איינס איז די 'איגו' און דאס מיינט אז ער האלט אן אין זיך די געפיל פון ביטול און קאנעקשאן צו אנדערע מענטשן, די געפיל פון הארמאניע. די געפיל פון "איך בין א חלק פון די בריאה, די מענטשהייט איז מיין איך". און אפילו אויב ער קריכט ארויס ב"ה פון די געפיל פון ביטול, פון די געפיל פון "נאר ארומיגע זענען די זאך", אפילו אויב ער קריכט ארויס דערפון, און ער הייבט אן פיהלן אז ער אליין פאר זיך, אן די מענטשן, עקזיסטירט אויך, וועט ער אבער מיט דעם אלעם פיהלן א סארט ביטול צום באשעפער. א סארט האמאניע ווייל ער איז די סארט מידה. זיין עקזיסטענץ וועט זיך אלעמאל פיהלן צו אים אויף א געוויסע אופן. טאקע נישט אויף א איגואיסטישע אופן, אבער אויף א געוויסע אופן וועט זיך עס פיהלן. בקיצור א ניינער בלייבט א ניינער. א ניינער בלייבט א קישן.

און השי"ת זאל העלפן אז מ'זאל קענען ווערן נענטער צו אים.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ אז מיר זאלן טון וואס די תורת ה' זאגט.

דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אלע חולי נפש און אויך חולי גוף זאלן שוין אויסגעהיילט ווערן און די געזונטע זאלן מתמיד זיין בבריאותם.

די עצם וואס מיר דארפן בוחן זיין אין א מענטש כדי צו טייפן וועלכע טייפ פון די אניאגראם ער איז. מיר דארפן בוחן זיין א עצם.

באמת זענען מיר נישט בוחן דעם עצם, מיר דערשפירן נישט דעם עצם, מ'קען נישט דערשפירן א עצם. אפילו אויב מיר מיינען אז מיר זענען עס בוחן, אפילו אויב מיר מיינען אז מיר דערשפירן עס, און מיר כאפן עס אן מיט אונזער השגה, מיט דעם אלעם זענען מיר נאר בוחן די דמות פונעם עצם. אבער אזוי רופט מען עס "בוחן זיין דעם עצם".

יעצט, ווען מיר גייען צו צו א מענטש און מיר ווילן בוחן זיין זיין עצם, דארפן מיר טרעפן א קאמפענסעשאן. א גבורה. דער מענטש איז זיך אינערליך מתגבר. אזוי ווי א מענטש וואס איז הייזעריג - השם ישמור - און ער שטרענגט זיך אן צו רעדן. דאס מיינט קאמפענסעטן. compensate

דו ביסט בוחן אינעם מענטש אזא אינערליכע גבורה וואס דער נפש זיינע שטארקט זיך צו קאמפענסעטן אויף עפעס.

די רגע דו ביסט בוחן די קאמפענסעשאן, קענסטו אויך ארויסלערנען פון דעם אויף וואס דער מענטש איז זיך אינערליך מתגבר. און מיט דעם קענסטו אויך וויסן וואס דער מענטש וויל, און וויאזוי ער שפירט זיין איך. אבער אלעס הייב אן מיט'ן פרובירן צו בוחן זיין די קאמפענסעשאן זיינע. די אינערליכער גבורה וואס דער נפש זיינע איז זיך מתגבר אויף עפעס.

צום ביישפיהל א ניינער.

אויב עס איז פאר דיר א ניינער דארפסטו בוחן זיין אין אים א אינערליכע גבורה פון זיך אליין צוריקהאלטן פון ארויסקומען אין די וועלט. ער שלינגט זיך אריין אין די וועלט. דאס מאנט פון אים א קאמפענסעשאן. א אינערליכער גבורה. אויבערפלעכליך איז עס אפשר נישט אזוי מערקבאר, אבער דו וועסט עס בוחן זיין, דו וועסט עס באמערקן. ס'איז דא א אינערליכע גבורה וואס דער מענטש שטארקט זיך אויף עפעס.

ס'איז אזא גבורה שבתפארת. אדער גבורה שבהוד. וואטעווער.

אין א ניינער וועסטו בוחן זיין אזא אקצעפטירבארער אדיטוד. accepting. דאס איז נישט א נאטורליכער אקצעפטירונג, נאר דאס איז א איגואיסטישע אקצעפטירונג. עס מאנט פון אים אינערליכע כוחות צו זיין אזוי. א גבורת הנפש סארט. דאס אזא סארט קאמפענסעשאן.

ווייל דער ניינער האט מורא צו פארלירן קאנעקשאן מיט די בריאה, דערפאר ווייזט ער פון זיך אזא אקצעפטירונג. ער שטארקט זיך אינערליך אויף דעם אז ער פיהלט אז ער איז נישט געהעריג מקושר צו די מענטשהייט. ער פיהלט זיך נישט געהעריג מקושר צו די מענטשהייט, ווייל השי"ת האט אים באשאפן אז ער זאל אויך האבן א מציאות אין די וועלט. אבער ער פיהלט אז ער נישט געהעריג מקושר צו וואו ער וויל זיין מקושר (וואס דאס איז זיין מקושר למעלה) קומט אויס אז די 'אקצעפטירונג' זיינע קומט פון א קאמפענסעשאן, א פארגיטיגונג אויף דעם וואס ער פיהלט אז ער איז נישט מקושר צו די מענטשהייט.

איז די ערשטע זאך וואס דו קענסט בוחן זיין אין א מענטש איז אזא סארט אינערליכע גבורה, א התגברות אויף עפעס אזאך וואס מ'פיהלט אז מ'האט עס נישט געהעריג אין די "הענט".

די זעלבע זאך איז מיט די ניינערישער זיין 'אומבאוואוסטזיניג' אויף זיך אליין. דאס איז א קאמפענסעשאן. דאס איז א גבורת הנפש צוריקצוהאלטן די באוואוסטזיין פון זיין באוואוסטזיניג אויף זיך אליין. פארוואס? ווייל אזוי פיהלט ער אז ער איז ווייטער מקושר צו די מענטשהייט. הוד שבנצח.

און ווייטער די סטאבליטעט וואס דו ביסט בוחן אין א ניינער. די "רואיגקייט", דאס איז נישט נאטורליך פון געבורט אויס, דאס איז איגואיסטיש. דאס איז א קאמפענסעשאן. ער האלט זיך סטאביל, ער איז זיך אינערליך מתגבר זיך צו האלטן סטאביל און נישט ארויסקומען מיט זיין נפש. נישט פילן זיין אייגענע רעש, ווייל אזוי בלייבט ער קאנעקטעד צו די מענטשהייט.

דאס וואס דו זעהסט אויף א ניינער אז ער איז "א גרינגער מענטש" דאס איז נישט נאטורליך. דאס איז איגואיסטיש. דאס איז א קאמפענסעשאן, דאס איז א אינערליכע גבורה זיך צו האלטן אלץ א לייכטער מענטש. ווייל אזוי פיהלט ער זיך ווייטער קאנעקטעד צו די מענטשהייט.

פשטות, געדולדיג, א נייס מענטש. די אלע זאכן זענען א קאמפענסעשאן. ווייל די ניינער פיהלט אז ער איז נישט קאנעקטעד צו די בריאה, און ער איז זיך מתגבר אינערליך אויף דעם געפיל. דערפאר איז ער פשטות'דיג. דערפאר איז ער געדולדיג. דערפאר איז ער נייס. ווייל דאס מאכט אז ער זאל ווייטער פיהלן זיין קאנעקשאן.

יעצט, ווייל דער אינערליכער גבורה וואס דער - צום ביישפיהל - ניינער איז זיך אינערליך מתגבר, דאס געט אים א סארט געפיל וויאזוי ער פיהלט זיך. דאס מאכט אים פיהלן קאנעקטעד. א ניינער פיהלט זיך קאנעקטעד.

זאל דער הייליגער גוטער באשעפער העלפן אז מיר זאלן ארויסקריכן פון אלע שוועריגקייטן.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג אפריל 19, 2021 9:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נשמה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:ישר כח נשמה. איך פארשטיי דיינע נקודות

דו פארשטייסט אים? האסטו אים גע'הרג'ט, זיין מעלה איז אז קיינער פארשטייט אים נישט (א פירער), אמת'דיג גערעדט איך (אלס 9-1) פארשטיי נישט זיינע תגובות אין דעם נושא ע"פ רוב, איך שפיר ווי ער רעדט און רעדט און איך ווייס נישט וואס ער וויל זאגן (1)

נישט דאס מיינט די ווערטער אז קיינער פארשטייט אים נישט. ווען קיינער פארשטייט נישט וואס ער איז מסביר. נישט דאס מיינט אז א פירער וויל נישט אז מ'זאל אים פארשטיין.

די ווארט פארשטיין ביי א פירער, אין די זאץ "איך פארשטיי דיר" מיינט אז דו פיהלסט דיין 'דיך' די זעלבע וועג ווי ער פיהלט זיך. "איך פארשטיי דיר" מיינט "איך פיהל די זעלבע וועג וויאזוי דו פיהלסט".

ווען א פירער ווייסט [פיהלט] אז יענער פיהלט זיך די זעלבע וויאזוי ער פיהלט זיך, וועט ער טון פעולות זיך צו פיהלן אנדערש. ווייל די וועג וויאזוי א מענטש פיהלט זיין 'איך' איז ביי א פירער די גאנצע עקזיסטענץ פון א מענטש. אזוי ווי ביי א איינזער איז די גאנצע עקזיסטענץ זיינע אז איך טו ריכטיג. איך בין ריכטיג. איך בין אויסגעהאלטן. נאר דעמאלטס פיהלט ער זיך אז ער עקזיסטירט. די זעלבע וועט א פירער נאר פיהלן אז ער איז ער, ווען ער [רעדט זיך איין] פיהלט זיך אנדערש ווי יעדעם. ס'איז [ווארשיינליך] א איינרעדעניש.

דאס וואס פירערס רעדן זיך אפ "דו פארשטייסט מיך נישט" (ווייל דו פארשטייסט מיך טאקע נישט.) מיינט ער צוזאגן "דו ווייסט [פיהלסט] נישט מיין איך" "דו ווייסט [פיהלסט] נישט וויאזוי איך פיהל מיך" "דו ווייסט [פיהלסט] נישט וויאזוי איך עקספיריענס מיין אינערליכער עקזיסטענץ". וויאזוי ווייסט דער פירער אז יענער פארשטייט [פיהלט] אים נישט? ער פיהלט אזוי. ווייל דאס טוט ער אגאנצן צייט. ער מאכט זיכער אז מ'פארשטייט [מ'פיהלט] נישט אזוי ווי ער פארשטייט. דהיינו זיינע געפילן. ווייל ער וויל זיך פיהלן אנדערש ווי יעדער. ליין וואס איך שרייב: ער וויל פיהלן זיין 'זיך' אויף אזא אופן אז ס'איז אנדערש וויאזוי ער פארשטייט אז אנדערע פיהלן זייער זיך.

פרעג מיך וואס איך וויל זאגן וועל איך דיר עס פרובירן צו ערקלערן.

איך האב געשריבן איך פארשטיי ״דיינע נקודות...״

און גראדע דו @ווער ווייסט האסט מיך יעצט איבערצייגט אז ס׳איז יא יש דברים בגוי.. אויב פארשטייסטו נישט @נשמה שפראך דא איז זיכער דא פארשידענע נומערן...
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בניהו האט געשריבן:איך האב געשריבן איך פארשטיי ״דיינע נקודות...״

און וואס זענען דיינע נקודות? אדער דיין גאנצע בילד?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נשמה האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:איך האב געשריבן איך פארשטיי ״דיינע נקודות...״

און וואס זענען דיינע נקודות? אדער דיין גאנצע בילד?

איך האלט נאכאלץ אז דאס זענען גוטע ׳טולס׳ פון וואס מ׳קען נאשן גוטע אינפארמאציע אבער נישט גענוג טיף און גענוג געבויעט אז מ׳זאל מיט דעם קענען אוועקשטעלן א איד. א אידיש קינד, אפילו די גוף, איז אסאך אסאך טיפער, ברייטער און העכער ווי אן אניגראם.

נשמה, דו ביסט דאך יא א עמקות׳דיגער.. דו זעהסט נישט אין דעם א געוויסע באקסעדיגע קטנות המוחין?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

אניגראם איז אזוי טיף ווי טיף דער נפש פון א מענטש איז.

פארשטייט זיך נאר אויב האט מען עכט ארויס. אויב האט מען געהערט דערוועגן אין ישיבה פון בחורים, דאן קוקט עס טאקע אויס ווי א גאר אויבערפלעכליכער מענטשן אפסטעמפלער.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

נשמה האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:ישר כח נשמה. איך פארשטיי דיינע נקודות

דו פארשטייסט אים? האסטו אים גע'הרג'ט, זיין מעלה איז אז קיינער פארשטייט אים נישט (א פירער), אמת'דיג גערעדט איך (אלס 9-1) פארשטיי נישט זיינע תגובות אין דעם נושא ע"פ רוב, איך שפיר ווי ער רעדט און רעדט און איך ווייס נישט וואס ער וויל זאגן (1)

נישט דאס מיינט די ווערטער אז קיינער פארשטייט אים נישט. ווען קיינער פארשטייט נישט וואס ער איז מסביר. נישט דאס מיינט אז א פירער וויל נישט אז מ'זאל אים פארשטיין.

די ווארט פארשטיין ביי א פירער, אין די זאץ "איך פארשטיי דיר" מיינט אז דו פיהלסט דיין 'דיך' די זעלבע וועג ווי ער פיהלט זיך. "איך פארשטיי דיר" מיינט "איך פיהל די זעלבע וועג וויאזוי דו פיהלסט".

ווען א פירער ווייסט [פיהלט] אז יענער פיהלט זיך די זעלבע וויאזוי ער פיהלט זיך, וועט ער טון פעולות זיך צו פיהלן אנדערש. ווייל די וועג וויאזוי א מענטש פיהלט זיין 'איך' איז ביי א פירער די גאנצע עקזיסטענץ פון א מענטש. אזוי ווי ביי א איינזער איז די גאנצע עקזיסטענץ זיינע אז איך טו ריכטיג. איך בין ריכטיג. איך בין אויסגעהאלטן. נאר דעמאלטס פיהלט ער זיך אז ער עקזיסטירט. די זעלבע וועט א פירער נאר פיהלן אז ער איז ער, ווען ער [רעדט זיך איין] פיהלט זיך אנדערש ווי יעדעם. ס'איז [ווארשיינליך] א איינרעדעניש.

דאס וואס פירערס רעדן זיך אפ "דו פארשטייסט מיך נישט" (ווייל דו פארשטייסט מיך טאקע נישט.) מיינט ער צוזאגן "דו ווייסט [פיהלסט] נישט מיין איך" "דו ווייסט [פיהלסט] נישט וויאזוי איך פיהל מיך" "דו ווייסט [פיהלסט] נישט וויאזוי איך עקספיריענס מיין אינערליכער עקזיסטענץ". וויאזוי ווייסט דער פירער אז יענער פארשטייט [פיהלט] אים נישט? ער פיהלט אזוי. ווייל דאס טוט ער אגאנצן צייט. ער מאכט זיכער אז מ'פארשטייט [מ'פיהלט] נישט אזוי ווי ער פארשטייט. דהיינו זיינע געפילן. ווייל ער וויל זיך פיהלן אנדערש ווי יעדער. ליין וואס איך שרייב: ער וויל פיהלן זיין 'זיך' אויף אזא אופן אז ס'איז אנדערש וויאזוי ער פארשטייט אז אנדערע פיהלן זייער זיך.

פרעג מיך וואס איך וויל זאגן וועל איך דיר עס פרובירן צו ערקלערן.

גראדע דאס האב איך פארשטאנען, און איך בין מסכים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בניהו האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:איך האב געשריבן איך פארשטיי ״דיינע נקודות...״

און וואס זענען דיינע נקודות? אדער דיין גאנצע בילד?

איך האלט נאכאלץ אז דאס זענען גוטע ׳טולס׳ פון וואס מ׳קען נאשן גוטע אינפארמאציע אבער נישט גענוג טיף און גענוג געבויעט אז מ׳זאל מיט דעם קענען אוועקשטעלן א איד. א אידיש קינד, אפילו די גוף, איז אסאך אסאך טיפער, ברייטער און העכער ווי אן אניגראם.

נשמה, דו ביסט דאך יא א עמקות׳דיגער.. דו זעהסט נישט אין דעם א געוויסע באקסעדיגע קטנות המוחין?

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אוועקשטעלן א יודיש קינד מיינט אז א יוד זאלן מער און אמת'דיגער און נאך אמת'דיגער וועלן דעם רצון השי"ת און זיך מבדיל זיין פון טומאה, און זיך מדבק זיין אין די קדושה. זיך מדבק זיין אין קדושה מיינט: וועלן זיין נאנט צום אייבערשטן. והתקדישתם והייתם קדושים. קדושים תהיו לאלקיכם כי קדוש אני. ווען א יוד איז זוכה אז השי"ת העלפט אים און ער גייט ארויס פון זיין 'איגו', ווערט ער דבוק בעולמות העליונים און אין גדלות המוחין. מ'איז נאר אין א באקס ווען מ'איז אין די 'איגו', מ'איז נאר אין באקס ווילאנג מ'איז דבוק אין טומאה, און מ'איז נאר אין א באקס ווילאנג מ'איז א ערל.

השי"ת האט געזאגט פאר אברהם אבינו התהלך לפני והיה תמים. זיי - די אלגעמיינע ערלים - בלייבן אין זייער באקס אפילו ווען זיי קריכן ארויס פון זייער איגו, אבער אז א השי"ת העלפט א יוד און ער קריכט ארויס פון זיין 'איגו' ווערט ער געזונט בנפש און אין מידות בין אדם לחבירו ובין אדם למקום, און ער ווערט נאנט צום אייבערשטן און נישט צו זיך אליין. און נאנטקייט צום אייבערשטן איז גדלות המוחין.

פיהלן ביי זיך "איך בין די גדלות המוחין" איז יישיות. מ'דארף פיהלן אז ס'איז דער אייבערשטער וואס ער איז די מקור פון מיינע השגות. ס'איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן אז הכנעה איז קטנות המוחין. אז שבירת הלב איז קטנות המוחין.

וויאזוי דיין נפש זאל ווערן נאכדעם וואס דו קריכסט ארויס פון דיין 'איגו', דאס זאגט נישט די אניאגראם. דאס זאגט דער אייבערשטער. דאס זאגט אונז די תורה. א גוי בלייבט אין קטנות און א יוד גייט אריין אין גדלות און אין דערהויבענע השגות אלוקות.

לאמיר נעמען די זאץ: ס'איז נאר 'טולס' פון וואס מ'קען נאשן אינפארמאציע אבער נישט גענוג טיף און גענוג געבויט, און לאמיר עס אריינברענגען אונטער א געוויסע ליכטיגקייט.

די עצם זאך פון די 'איגו' אין די מענטשהייט איז די וועג וויאזוי א מענטש דערווייטערט זיך פון זיין נאנט צום באשעפער, איז די וועג וויאזוי א מענטש שאפט זיך פראבלעמען אין מידות. בין אדם לחבירו און בין אדם למקומו של עולם. איז די זאך וואס מאכט טראבל אין די וועלט.

די עצם זאך פון די איגו אין די מענטשהייט אין די טיפסטע זאך. ס'איז נישט א זייטיגע זאך. ס'איז די זאך. (ווי מוח בקדקדו זאגט שוין איינס פריער) אונזערע ספרים הקדושים איז פול מיט די ענין. און אונזערע ספרים ווערט עס אנגערופן 'אנכיות', 'גאווה', 'יישיות', 'כוחי ועוצם ידי', און נאך און נאך. ס'איז די עיקר עבודת המידות, די עיקר העלאת המידות. די עיקר החסידות. יא, די עיקר החסידות.

אויב דו קוקסט אויף די עצם אניאגראם, קען עס אויסזעהן ווי א קטנות, אבער אויב דו זעהסט אז דאס איז די זאך וואס שטערט א יוד פון זיין גוט במידות ובדביקות, קענסטו דען זאגן דערויף אז ס'איז א קטנות. ס'איז די זאך.

דו זאגסט אז א יודיש קינד, אפילו די גוף, איז אסאך אסאך טיפער, ברייטער, און העכער ווי די אניאגראם. דאס איז נישט ממש ריכטיג. לאמיר דיר ערקלערן. די איגו איז די זאך וואס א יודיש קינד האט אין זיך. א יודיש קינד האט אין זיך דער איגו. ער וועט עס נישט האבן אזוי נישט איידל און גראב ווי ביי א גוי ודי, אבער די עצם ערשיינונג פון איגו איז די זעלבע ממש. אזוי ווי דו פארשטייסט אז די עצם ערשיינונג פון 'גאווה' איז די זעלבע ביי א יודיש קינד, און עס איז נישט שייך צו זאגן אז ס'איז ברייטער און טיפער און העכער.

דו קענסט זאגן אז די קדושה צו וואס א יודיש קינד איז מחובר, איז טיפער ברייטער און העכער. אבער צי וועסטו זאגן אז די 'איגו', אז די 'אנכיות' פון א יודיש קינד איז טיפער און ברייטער און העכער? ס'איז טיפער, ווייל כשיורדין יורדין, ס'איז ברייטער, ווייל א יודיש קינד איז מקושר צו מער זאכן, און ס'איז העכער ווייל מ'קען פוגם זיין אין העכערע עולמות.

ווערטליך אין א זייט געלייגט. די עצם איגו איז אויך דא ביי א יודיש קינד, נאר ס'ברענגט נישט אזעלכע אומאיידעלע רצונות און מעשים ווי ביים אלגעמיינעם. אבער די איגו איז די זעלבע.

די אלע עכטע השגות וואס דו זעהסט אין א יודיש קינד, די אלע השגות האט גארנישט מיט די 'איגו' פון א מענטש. עס האט מיט'ן אייבערשטן, עס האט מיט די והייתם לי סגולה מכל העמים, ממלכת כהנים וגוי קדוש, עס האט נישט מיט די 'איגו'.

אדער איז מיר בייגעפאלן בדרך הלצה אז ס'האט יא מיט די איגו. ווייל א אלגעמיינער פירער וועט זיך באטראכטן אז ער איז דער וועלטס חזן, און דער יודיש קינד וועט זיך אננעמען אלץ דער גרויסער ספעציעלער צדיק וואס פליהט אין הויעכע הימלען. אפשר דאס מיינסטו צו זאגן אז א יוד איז טיפער, ברייטער און העכער. אדער א אלגעמיינער צווייער וועט זיך פארשטיין אלץ דער גוטער "גוי", אבער דער צווייער יודיש קינד וועט זיך אננעמען אלץ "ר' לייב שרה'ס". מיינט דען דאס טיפער ברייטער און העכער? ניין. זיכער נישט. ס'איז אלעס גאווה. און יישיות.

דאס וואס דו זעהסט א יודיש קינד אלץ הייליגער, אלץ העכער, אלץ איידעלער, דאס האט נישט מיט די 'איגו'. סאו קענסטו נישט זאגן אז א יוד איז העכער און ברייטער און טיפער ווי די אניאגראם. דו קענסט אבער יא זאגן אז א יודישע איגו איז נישט אזוי נידעריג ווי ביים אלגעמיינעם. דהיינו, דער יודישער זיבענער איז נישט אזוי אין די קליפות און אזוי ווייט אין חשכות ווי דער אלגעמיינער. אוודאי אזוי. אבער דאס מיינט נישט אז די יוד אז העכער ווי די אניאגראם. נאר די מקור הקדושה וואו א יוד איז מקושר איז העכער ווי ביים אלגעמיינעם שלוש קליפות הטמיאות. אבער קוק אריין אין תניא די נפש הבינוני. און דו וועסט זעהן אז א בינוני איז די זעלבע ווי א נפש הבהמית.

אונזער עצם אָן דעם אייבערשטן איז וואס? אונזער עצם איז הייליגער נישט ווייל מיר שפירן זיך הייליגער. נאר ווייל כי קדוש אני. דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט הבדלה, ער איז דער וואס איז אונז מבדיל און שיידט אונז אפ פונעם גוי.

דאס וואס דו זאגסט אז די עצם יודיש קינד איז טיפער ברייטער און העכער, דאס איז אזוי. אוודאי. אבער נישט ווען ס'קומט צו די איגו. נישט ווען ס'קומט צו די אניאגראם. די איגו איז די זעלבע מושג. די זעלבע מובחן.

לאמיר נעמען א אלגעמיינער פירער. פאר א אלגעמיינעם פירער וועט מען זאגן אז ער זאל אויפהערן צו טראכטן פון זיך, און אנהייבן טון צום זאך אפילו אויב עס האט נישט מיט אים פערזענליך. פאר א יודישן פירער וועט מען זאגן אז ער זאל אנהייבן טון צום זאך אפילו אויב עס האט נישט מיט אים פערזענליך. ביידע וועלן אבער אנקומען - נאכן ארויסקריכן דערפון - צו גאר עפעס אנדערש. דער אלגעמיינער וועט ווערן א געזונטער גוי, און דער יוד וועט ווערן א שטיק קדושה. פיהלן א נאנטקייט צום אייבערשטן, אז ער איז אלעס.

אוועקצושטעלן א יודיש קינד איז ווען מ'לערנט אים אויס אז ער זאל ארויסקריכן פון זיין אנכיות, און אזוי ארום ווערן נאנט צום אייבערשטן. ווילאנג א מענטש איז אין זיין אנכיות איז דא שאנסן?

די איינציגע זאך וואס בלייבט איבער איז, אז די אניאגראם איז אזאך וואס זיי האבן דורכגעטון. איז וואס? חכמה בגוים תאמין. אוודאי דארף מען זיך אפשיידן פון די גויאישע קולטור, פון די גויאישע ריח. אבער חכמה בגוים? תאמין! און איך וועל דיר זאגן נאך. ס'איז מער א פאקט ווי חכמה, און ס'איז מער רפואת הנפש ווי חכמה. איי פארוואס ווערט עס נישט אזוי מבואר אין אונזערע ספרים הקדושים אויף א דירעקטן אופן? דאס האט זיך זיינע סיבות פארוואס עס גייט אזוי. אבער עס גענוג און נאך מבואר.

די איגו איז א ערשיינונג אין א מענטש.

אונטערשטע שורה איז אז די וועג נאכ'ן עפענען די טיר און ארויסקריכן פונעם איגו איז גארנישט קטנות'דיג. נאר ס'איז די עיקר וויאזוי זיך צו דערנענטערן צו השי"ת.

והשם הטוב יעזור אז מיר זאלן זיך אפשיידן פונעם גוי.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

נשמה האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:נאכדעם איז דא די 'איגו'. יעדער מענטש פאלט אריין אין איינע פון ניין קאטאגאריעס. די 'איגו' איז א געוויסע וועג וואס עס האט זיך אויסגעקליבן ביים מענטש אז אזוי און אזוי עקזיסטיר איך. די און די געפיל מיינט אז איך עקזיסטיר. די און די געפיל מיינט אז איך עקזיסטיר נישט

ילמדנו @נשמה!
איז אניגראם א איגו, אדער א נאטור
און אנדערע ווערטער: די שרייבט "איגוי", און דאס גיבט אן איינדרוק אז עס קומט פון די נפש הבהמית, א שלעכטע זאך וואס מען דארף אויסארבטען, אבער ווי איך פארשטיי איז נישט שייך אויסצורייסן עניגראם, נאר מען דרייט עס אויף די ריכטיגע וועג, אזוי ווי אלע נאטורן פון א מענטש
אנא ילמדנו רבינו איזה דרך ישכון אור באניגראם?

איגו קומט פון די רצון פון א מענטש צו פיהלן אז ער עקזיסטירט. די רצון פון א מענטש צו פיהלן אז ער עקזיסטירט קומט פון זיין נפש אלוקית.

(טראכט פאר א פאר סקונדעס די פאלגענדע זאץ) יעדער מענטש האלט אן אין זיך א געוויסע פיהלינג וואס דאס געט אים די געפיהל אז ער עקזיסטירט. אזוי ווי א מענטש וואס כאפט אן א געיט צו פיהלן זיכער, אפילו ווען ער ווייסט אז ער גייט נישט אראפפאלן, ווייל דאס געט אים די געפיל פון זיכערקייט.

די עצם זאך אז א מענטש וויל פיהלן אז ער עקזיסטירט קומט ווייל ער עקזיסטירט טאקע, ווייל יעדער מענטש איז דאך א חלק אלוק ממעל. אבער דער מענטש מיינט אז דער פיהלינג וואס ער פיהלט, אז דער אויבנדערמאנטער פיהלינג וואס ער האט זיך איינגערעדט אז ער מוז עס פיהלן, איז וויכטיג צו פיהלן כדי צו זיין זיכער אז ער עקזיסטירט. אבער ס'איז נישט באמת וויכטיג. דאס מיינט 'איגו'. ווייל א מענטש עקזיסטירט אפילו אויב ער האלט נישט אן די סארט געפיל. עקזיסטענץ איז א דבר מוכרח, בעל כרחך אתה חי.

דו ביסט א איינזער? אויב יא, האלסטו אן אין דיר די געפיל אז דו ביסט א אויפריכטיגער מענטש וואס טוט ריכטיג. דו פיהלסט ביי דיר "איך בין א מענטש וואס טוט ריכטיג". דו האלסט עס אן און דו לאזט עס נישט אפ. דאס איז איגו. ווייל דו מיינסט ביי דיר אז אויב דו גייסט עס אויפהערן פיהלן גייסטו ממש אויפהערן צו עקזיסטירן.

יעצט, אפילו אויב דו גייסט אפלאזן דער געפיל אז דו ביסט א מענטש וואס טוט וואס איז ריכטיג, וועסטו אבער דאך פיהלן א געוויסע געפיל. וואס איז געזונטער און העכער ווי די געפיל.

ס'דא צוויי חלקים, די אניאגראם טייפ און די איגו. די איגו קען מען אויסדרייען, אבער די אניאגראם טייפ, די אופן וויאזוי דיין עקזיסטענץ פיהלט זיך אן די איגו, דאס קען מען נישט אוועקנעמען.

לאמיר נעמען א ניינער. א ניינער האט צוויי חלקים, איינס איז די 'איגו' און דאס מיינט אז ער האלט אן אין זיך די געפיל פון ביטול און קאנעקשאן צו אנדערע מענטשן, די געפיל פון הארמאניע. די געפיל פון "איך בין א חלק פון די בריאה, די מענטשהייט איז מיין איך". און אפילו אויב ער קריכט ארויס ב"ה פון די געפיל פון ביטול, פון די געפיל פון "נאר ארומיגע זענען די זאך", אפילו אויב ער קריכט ארויס דערפון, און ער הייבט אן פיהלן אז ער אליין פאר זיך, אן די מענטשן, עקזיסטירט אויך, וועט ער אבער מיט דעם אלעם פיהלן א סארט ביטול צום באשעפער. א סארט האמאניע ווייל ער איז די סארט מידה. זיין עקזיסטענץ וועט זיך אלעמאל פיהלן צו אים אויף א געוויסע אופן. טאקע נישט אויף א איגואיסטישע אופן, אבער אויף א געוויסע אופן וועט זיך עס פיהלן. בקיצור א ניינער בלייבט א ניינער. א ניינער בלייבט א קישן.

און השי"ת זאל העלפן אז מ'זאל קענען ווערן נענטער צו אים.

נשמה ביסט מתוק מדבש, אזוי טיעף און קלאר!!
זייער שטארקע יסודות אין די שורש וואס איז עניגראם
עניגראם איז געפיל וואס מאכט פילן דער מענטש אז ער עקזיסירט!!

איז דאס וואס ר' שרגא רופט אן 'מציאותית'?

די חכמה אומות העולם [ושאר חכמי ישראל] האלטן אויך אז עס איז נישט ריכטיג צו לעבן מיט די איגוי שבו, אדער דאס איז ר' שרגא חידוש?

קענסטו אפשר שרייבן די צוויי חלקים אין די וועלט פון די זיבענער?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ברכה והצלחה האט געשריבן:נשמה ביסט מתוק מדבש, אזוי טיעף און קלאר!!
זייער שטארקע יסודות אין די שורש וואס איז עניגראם
עניגראם איז געפיל וואס מאכט פילן דער מענטש אז ער עקזיסירט!!

איז דאס וואס ר' שרגא רופט אן 'מציאותית'?

יא, דאס איז וואס ר' שרגא נ"י רופט מציאותיות.
די חכמה אומות העולם [ושאר חכמי ישראל] האלטן אויך אז עס איז נישט ריכטיג צו לעבן מיט די איגוי שבו, אדער דאס איז ר' שרגא חידוש?

השי"ת זאל העלפן אז נאר דער אמת זאל ארויסקומען.

אונזערע חכמים און אפילו להבדיל קצת מחכמי אומות העולם האבן געוואוסט וואס עס באדייט צו לעבן נאנט צום אייבערשטן, און פונקטליך וואס אינעם מענטש דערווייטערט אים פון זיין נאנט צום באשעפער. און יעדע זאך אינעם מענטש וואס דערווייטערט אים פון זיין נאנט צום באשעפער האט מען געוואוסט אז ס'איז נישט ריכטיג, אפילו אויב מ'האט עס נישט גערופן 'איגו'.

די חסידישע ספרים זענען זיכער פול מיט דעם. דאס איז דאך די חטא פון גאווה. קוק - צום ביישפיהל - אין ספר הקדוש יושר דברי אמת. און נאכדעם אין זיין ספר 'דרך אמת' וואס איז צוגעלייגט צום סוף פונעם ספר יושר דברי אמת.

זייט אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת - וואס האט אים דערווייטערט פון זיין נאנט צום באשעפער - איז געווארן די באגריף אז א מענטש דארף זיך צוריק דערנענטערן צום באשעפער. ווי דער יושר דברי אמת דרוקט זיך 'כי הגבהות מזוהמת הנחש וס"מ אשר לנצח יאבדו והמה יאבדו ואנחנו בני ישראל נעמוד'. אונזערע חכמים און להבדיל קצת מהם האבן אלעמאל געוואוסט אז ס'דא א אופן ווען א מענטש איז אפגעהאקט פון זיין מקור, און א אופן ווען דער מענטש איז נאנט צו זיין מקור.

אין אונזערע ספרים הקדושים קענסטו זיכער טרעפן שטיקלעך וואס זענען מסביר די טעות פונעם פירער, די טעות פונעם צווייער, די טעות פונעם אכטער, די טעות פונעם ניינער, די טעות פונעם איינזער, די טעות פונעם זעקסער, און אזוי ווייטער. זיי זאגן אבער נישט, דאס איז די טעות פונעם פירער, דאס איז די טעות פונעם זעקסער.

מ'קען אבער יא טרעפן אז יעדער מענטש האט זיך זיין שורש אין מידות און מ'קען עס פארשטיין נישט ריכטיג.

סוף דבר איז, דאס אז ס'איז נישט ריכטיג צו לעבן מיט די 'איגו', דאס אז מ'זאל האבן א געזונט באלאנסירטן נפש, דאס אז א מענטש זאל אויפהערן צו דעקן זיין 'איך', סיי בנוגע עולם הזה און סיי בנוגע עולם הבא, דאס איז אלעמאל געווען גאר שטארק אונזערס א זאך.

און ווען מיר ווילן נאנט ווערן צום אייבערשטן, לערנט מען די תורה הקדושה, לערנט מען אונזערע ספרים הקדושים. אבער מיט 'איגו' האט מען אלעמאל געוואוסט אז מ'קען אזוי נישט נאנט ווערן צום אייבערשטן. ווייל 'איגו' איז א זאך וואס שטערט א מענטש פון זיין נאנט צום אייבערשטן בלי שום ספק. פון וואו האט דער יושר דברי אמת גענומען זיין מהלך, פון וואו האבן די חסידישע ספרים פארשטאנען? פון אונזער תורה. און אונזערע ספרים הקדושים שטייט סך סך מער. יעדער ווייסט עס.

אין יעדע דור דארף מען מער מבאר זיין. זאכן וואס יעדער האט אמאל געוואוסט דארף מען מבאר זיין. דערפאר האט ר' שרגא נ"י ארויסגעגעבן זיין 'לימודים לדעת'.

עס אנצורופן מציאותיות, דאס איז ווארשיינליך ר' שרגא'ס חידוש.

קענסטו אפשר שרייבן די צוויי חלקים אין די וועלט פון די זיבענער?

איך האב אמאל געהערט א ס'דא דריי חלקים. איך האב נישט אזויפיל געטון דערין. רוב זאכן פון די טבעיים פון מענטשן האבן זיי (די אלגעמיינע פארשער) דורכגעטון בעת מיר יודישע קינדער זענען געווען פארנומען מיט עבודת השי"ת, לערנען און דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים, און נאכדעם זענען זיי געקומען מיט א פארטיגע זאך. אזוי אז מיר יודן זאלן נישט דארפן אזויפיהל עוסק זיין צו פארשן די טיפקייטן פונעם יצר, פארשן די טיפקייטן פונעם נפש הבהמית, פונקטליך וויאזוי ער ארבעט. נאר די אונטערשטע שורות זענען וויכטיג פאר אונז.

איך שטעל מיך פאר אז א סאושל זיבענער איז מער סאושל. און א סעלף פריזערוועשאן זיבענער איז מער פאר זיך, און דער דריטער זיבענער איז נישט סאושל, און נישט פאר זיך, נאר ער וויל זיין גוט נאנט צו איין מענטש, אדער צו איין זאך וואס געט אים שטארקע סיפוק.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

אין ספר מאור ושמש די וואכעדיגע סדרה פרשת קדושים זאגט ער - וויאזוי איך האב עס אפגעלערנט - אז א מענטש זאל נישט מיינען אז ווען ער וועט זיצן פאר זיך בהתבודדות און זיך אפהאלטן פון זיין צוזאמען מיט נאך יודן אנשי השם, עובדי השם באמת וועט ער בעסער צוקומען צו דביקות בה'. און ער ברענגט פון רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל זי"ע וואס האט געטייטשט דעם פסוק אם יסתר איש במסתרים, אויב א מענטש וועט מיינען אז מיט דעם אז ער איז בהתבודדות און ער פרובירט צו גרייכן דביקות בה' וועט עס אים געלונגען, ווייל ואני לא אראנו נאום ה', ער וועט דערצו נישט אנקומען.

ער זאגט: אבל להשיג הקדושה העליונה אינו זוכה עד שידבק עצמו אל אנשי השם עובדי ה' באמת ולהשתתף עמהם יחד בעבודה רבה הן בתפילה והן בלימוד התורה ועיקר המצוות הכל יהיה בכנסיה יחד עם מבקשי ה' ואז יוכל להשיג הקדושה העליונה, ולפי רוב העם המתקבצין יחד לעסק עבדות ה' כן שורה עליהם הקדושה עליונה כמו שאמרו חכמי המשנה...

אין פרשת תרומה די ערשטע שטיקל קוקט אויס אז א מענטש דארף זיין בהתבודדות גדול. לפרוש עצמך מאת כל איש, שלא להתערב עצמך עם בני אדם, רק להיות בהתבודדות גדול.

לכאורה איז דאך עס א שטיקל סתירה. ווייל דא אין פרשת קדושים זאגט ער אז מ'זאל זיין צווישן אנדערע יודן, נאר אין פרשת קדושים - די וואכעדיגע סדרה - רעדט ער פון א פירער, און דארט אין פרשת תרומה רעדט ער מער פון א זיבענער איגו. ווייל דארט רעדט ער אויך אז מ'זאל נישט נאכלויפן געלט, נאר האבן מידת הסתפקות.

ער זאגט פאר'ן זיבענער אז ער זאל נישט מיט יעדעם זיך מחבר זיין, ווייל פונקט אזוי ווי ס'איז א שטער פאר'ן פירער ווען ער איז זיך נישט מחבר מיט אנדערע ערליכע יודן, ווייל ער ווערט מחובר צו זיך אליין, אזוי איז א שטער פאר'ן זיבענער ווען ער איז זיך מחבר מיט בני אדם שאינם הגונים, ווייל ער ווערט מחובר צו זיי און נישט צום אייבערשטן.

און דא - אין פרשת קדושים - רעדט ער פון א פירער, אדער די פירערישע איגו. פאר א פירער איז שווער צו זיין צווישן יודן און אזוי זיך מדבק זיין צום אייבערשטן. פארוואס? ווייל ער וויל זיך טרעפן. די התבודדות געט אים אויך די געפיל פון "איך בין דאך אזוי נאנט צום אייבערשטן", אבער 'ואני לא אראנו נאום ה'', פארוואס? טאקע ווייל ס'איז 'איגו', אלעס וואס ער טרעפט איז דביקות בעצמו, און נישט דביקות בה'.

און נאר ווען ער איז צווישן ערליכע יודן, און ער קוקט אויף זיי און נישט אויף זיך, ער קוקט אויף זיי זיך אפצולערנען פון זייערע גוטע מעשים, נאר דאן קען ער זיך מדבק זיין זיין מחשבה צו טראכטן נאר פון השי"ת און נישט פון זיך אליין.

ס'קוקט אויס ווי איך קוועטש אריין א פשט, אבער אז מ'טראכט גוט און מ'זעהט די אנדערע שטיקלעך וואס ער רעדט פון דעם - פיהלט זיך שטארק אז ער רעדט פון דעם מציאות. ווייל די איגו איז אלעמאל געווען א מציאות אין א מענטש. און אלעמאל האט מען געוואוסט אז ס'שטערט פון אמת'ע דביקות בה'.

ווייל אויב מ'דארף זיך נאר מדבק זיין אין השי"ת, איז פארוואס קען מען נישט זיין אליין? פארוואס דוקא נאר מיט נאך יודן קומט צו באמת צו עבודת השי"ת? און פארוואס ווען מ'איז יא צווישן יודן דארף מען זיך פארשטעלן כאילו מ'איז ממש אליין?

ווייל די עיקר זאך איז געווען ארויסצוקריכן פונעם אנכיות. איינמאל דורכ'ן זיך מחבר זיין צו ערליכע יודן בקהל רב דייקא און נישט ווערן דבוק צו זיך אליין, און איינמאל דורך פרישות און התבודדות כדי נישט צו האבן די זיבענערישע איגו. אדער די דרייערישע איגו פון פניות.

והשם הטוב יעזור שנזכה אז ער זאל אונז אפשיידן מכל טומאה וזוהמא וכו'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ברכה והצלחה האט געשריבן:קענסטו אפשר שרייבן די צוויי חלקים אין די וועלט פון די זיבענער?

איך וואונדער מיך צי דו מיינסט די צוויי חלקים, די חלק פון די טייפ וואס מ'קען נישט טוישן און די חלק פון די איגו. וואס מ'קען זיך פון דעם אפגעוואוינען בעזרת השי"ת.

די חלק פון די טייפ פון א זיבענער איז אז א זיבענער איז א זיבענער. ער קוקט זיך ארום אין די וועלט און ער האט ליב די וועלט, ער האלט זייער שטארק פון די וועלט, ער איז דא פאר די וועלט, ער איז דאנקבאר אויף די לעבן וואס השי"ת האט אים געגעבן און אויף די לעבן וואס השי"ת באלעבט די גאנצע בריאה. ער איז פרייליך און צופרידן און לעבט אריין מיט זיין גאנצע חיות. שמייכלט צו די וועלט און די וועלט שמייכלט צוריק.

איך זאג דיר אז די זיבענערס זענען אזוי זיבענעריש. איך מיין צו זאגן אז זיי זענען אזוי אפרישיעטיוו אויף די עצם לעבן. זיי האבן ליב לעבן. זיי זענען די מענטשן וואס האבן אין זיך אזא פרישקייט. און א ליכטיגקייט. זיי זענען די בלום וואס שמייכלט צו דיר און אנטפאנגט דיר מיט א גרוס.

זיי האבן ליב די לעבן. איך זעה נישט מער וויאזוי איך קען דיר שילדערן א זיבענער. פלעין דעס: האבן ליב די לעבן.

יעצט, וויבאלד 'לעבן' געט זיי אזוי סך, און זיי האבן עס אזוי ליב, און זיי אפרישיעטן 'לייוו', און זיי זעען אין די לעבן א וועג וויאזוי צו פיהלן זייער חיות, זייערע געברויכן, געברויכן מיין איך צו זאגן, די זאכן וואס זיי פארשטייען אז ס'גייט זיי געבן חיות.

מה רבו מעשיך ה'. ווי וואונדערליך ביסטו זיבענער. דו ביסט די לעבהאפט פון די בריאה. דו ביסט די בלומען וואזע אינמיטן טיש.

יעצט, דער זיבענער אבער, קען ווערן פארכאפט און זוכן און אין נאכגיין חיות.

יעצט, א זיבענער איז נישט א פירער. א זיבענער איז חיות, חיות, חיות, חיות. אזוי ווי די קוועלע וואסער וואס שפרודעלט ארויס אויפן אויבערפלאך פונעם וואסער. נאך און נאך חיות. דו זעהסט נישט צופיל מער, דו זעהסט איין זאך: וואס איז נייעס? און שוין.

אבער זיבענער טייערער: מ'דארף טראכטן מיט א רואיגן טראכט. שטעל דיך אפ א רגע און טראכט. אפרישיעט דיין יעצטיגע מינוט. און הייב נישט אן צו נאכלויפן נאך און נאך פאן, נאך און נאך פרענדס, נאך און נאך שאלעשידעסער, ווייל דאס דערווייטערט פון זיין מחובר צו די חיות פון לעבן. מ'ווערט פארנומען נאכצולויפן לעבן, און מ'פארגעסט צו זיין מחובר צו די עצם חיות אז דו לעבסט. די עצם חיות וואס השי"ת געט דיך אין לעבן.

א פירער קען אויך לעבן, א זעקסער אויך, א אכטער אויך, א ניינער אויך, און אזוי אלע אנדערע נומערן.

אבער א זיבענער האט נאר דאס" "חיות". ס'איז די עצם חיות. ס'איז וואונדערליך.

די צוויי חלקים פון א זיבענער זענען, קודם די עצם זיבענערישקייט, די עצם שפרודל, די עצם ציפור דרור וואס טאנצט פון צווייג צו צווייג און זינגט און אפרישיעט. און נאכדעם איז דא די רדיפת התענוג, אוי די רדיפת התענוג. דאס איז די איגו פון א זיבענער.

די איגו פון א זיבענער איז צו זוכן די געברויכן וואס גייען אים געבן חיות. נעמען נאך און נאך חיות פון די וועלט. סתם חיות. גארנישט מער. נישט דייקא חכמה, אינטעליגענציע, נישט דייקא טיפע קאנעקשאן, נאר סתם זוהן שטראלן! געב מיר אביסל זוהן שטראלן. דערווארעם מיינע ביינער. קום שווימען, מאכן א גריל, און ס'זאל זיין יאמי און שוין. העווען. פארשטייסט?

זייער לייכט, זייער איידל, זייער פאזיטיוו, זייער לעבעדיג. סתם א טרינק סאודע. דאס איז א זיבענער.

א זיבענער האט נאך פעסטע שטריכן, ווי למשל זיי ווערן נישט אזוי דערשראקן פון לעבן. כך נראה לי. ווייל פחד איז נישט אזוי ווייט אין זיי. זיי 'כאילו' אנטלויפן פון פחד.

שוין.

האמיר די צוויי חלקים, די ערשטע איז די עצם זיבענערישקייט, די עצם "אפשר טראגסטו מיך מיט דיין קאר איינקויפן עפעס נייע חידושים", און נאכדעם איז דא די 'רדיפת התענוגים', די 'רדיפה' קען חלילה ווערן מער און מער.

ס'איז די ענין זיך אריינצואווארפן מער און מער אין די וועלט. ווערן א שטיק וועלטליכקייט. א שטיק רדיפת התענוגים. דאס איז די צווייטע חלק, דאס איז די 'איגו' פון די לייכטער פאזיטיווער זיבענער.

והשם הטוב יעזור. אז מיר זאלן זיך איינגעוואוינען אין מידת הסתפקות. זיך איינגעוואוינען צו לאזן די מחשבה זיך בארואיגן און אפרישיעטן די עצם לעבן וואס מ'פיהלט אינסייד. לאזן לעבן משפיע זיין פאר דיר גוטס און אויפהערן קאמפלענען אז דו דארפסט נאך און דו האסט עס נישט.

יישר כח!
זייער קלאר!
אין קורצן: די עצם מהות פון 7 איז 'לעבעדיקייט'. דאס איז די נאטור פון א 7, מען קען עס נישט טוישן, מען דארף עס נישט טוישן, אדרבה ''ממנו ניקח לעבוד את השם'', די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען הייבט עס אן נאכלויפן 'נאך אין נאך'.

וואס עס באדערט מיר שוין לאנג:
פארוואס יעדער איינער וואס לייגט אראפ די מהות פון א 7 גייט שרייבן מער ווייניגער דאס "האלו! וואס איז נייעס!!, א מעכטיגע קאר!, באמינג ראקינג מוזיק!, קום שפרינגן ביז די דאך! העי!!
פארוואס נעמט מען די ''מהות' פון 7 אין מען לייגט עס אראפ אזוי גשם אין פראסט, מען קען די זעלבע ניצן 7 פאר חיות אין רוחניות, ''העי קום האקן אפאר שעה רצופות בלעטער גמרא, זיך טענה'נן אין שרייען, אויסקלארן די סוגיא מיט די גאנצע חיות!!!!! א מחיה!! קאכן אין ברענען אין א דאווענען אין א נשמת, אין א שבת! זינגען לעבדיג זמירות, וכו' וכו'

7 קען מען דרייען אויף אלע זייטן, אין פארוואס ווערט עס געווענליך אראפגעלייגט אויף אזא גשם וועג?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווייל ער גייט נישט גיין טיף מיטן לערנען
אויך ווייל ער וויל זען תוצאות אויפן מינוט
כנלע"ד
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

Bissli האט געשריבן:ווייל ער גייט נישט גיין טיף מיטן לערנען
אויך ווייל ער וויל זען תוצאות אויפן מינוט
כנלע"ד

טאקע דאס איז וואס איך וויל דא ארויסברעגן!
די אייבערשטער האט געגעבן פאר א מענטש א בחירה 50/50
אריינגערעכנט די 7נער
7נערס האבן נישט מער נסיונות ווי אנדערע טייפס
אויב אזוי פארוואס האט זיך די עולם ארויף געכאפן דווקא אויף די זיבענער אראפצולייגן אזוי פראסט. אין די צייט וואס מען קען אים אראפלייגן אזוי הייליג אין געשמאק
ווילסט מיר זאגן אז צווישן די גדולים איז געווען ווייניגער 7נערס ווי אנדערע טייפס, לא מסתבר!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:ווייל ער גייט נישט גיין טיף מיטן לערנען
אויך ווייל ער וויל זען תוצאות אויפן מינוט
כנלע"ד

טאקע דאס איז וואס איך וויל דא ארויסברעגן!
די אייבערשטער האט געגעבן פאר א מענטש א בחירה 50/50
אריינגערעכנט די 7נער
7נערס האבן נישט מער נסיונות ווי אנדערע טייפס
אויב אזוי פארוואס האט זיך די עולם ארויף געכאפן דווקא אויף די זיבענער אראפצולייגן אזוי פראסט. אין די צייט וואס מען קען אים אראפלייגן אזוי הייליג אין געשמאק
ווילסט מיר זאגן אז צווישן די גדולים איז געווען ווייניגער 7נערס ווי אנדערע טייפס, לא מסתבר!!

זיכער אזוי
יעדע נאמבער האט נסיונות
א 4’ער וועט האבן מער געפילישע נסיונות
א איינס וועט טון ווייל די סיסטעם טוט אזוי אנשטאט פארן אייבערשן
און אזוי ווייטער

דו קוקסט אן גשמיות אלץ עבירות, דו ווייסט וויפיל מען קען דינען דעם אייבערשטען אויף דעם וועג?
דער גאנצער דרך החסידות איז דאך דאס, אריינצוברענגען דעם באשעפער אין דיין לעבן.
כנלע"ד
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”