ברכה והצלחה האט געשריבן:וואס איז די ריכטיגע אידישע צוגאנג, בנוגע "אן פילן די חסרון"?
נשמה שרייבט אז אנצופילן דעי צורך קומט פון איגוי, איז מיין שאלה - וואס איז די נפש אלקית מהלך כלפי דע חסרון, מען דארף עס לאזן לויפן אין נישט נאך געבן בכלל, אדער נאכגעבן באופן עבודת השם?
איך וואונדער מיך צי 'מוח בקדקדו' האט שוין אפגעשריבן א גאנצע מהלך מיט א ביאור דערויף וויאזוי ארויסצוקריכן פון די זיבענערישער איגו. אויב א זיבענער קען דא אריינקומען און שרייבן וויאזוי ער ווייסט אדער קלערט וויאזוי מ'קריכט ארויס פון די זיבענערישער 'איגו', איז עס מער ערשטהאנטיג ווי ווען איך שרייב עס.
איך גיי שרייבן וואס איך קלער. און ווער ס'קען זאל מיך פאררעכטן.
איך קען דיר זאגן וואס איך קלער בענין הזה. און וואס ס'ליגט מיר אין קאפ. אפשר פון ר' שרגא פליישמאן נ"י און פון נאך.
לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ זענען עס די זיבענער וואס זיי זענען תמידיות'דיג פארנומען צו גיין פון אקטיוויטעט צו די קומענדיגע אקטיוויטעט. זיי זענען פארנומען מיט זייערע אקטיוויטעטן. שטייען אויף און טראכטן "וואס ערווארט מיך היינט א גוטן טאג?" "אפשר ווען איך וועל ארויסקוקען פון די פענסטער וועל איך טרעפן עפעס גוטס וואס זאל מיך אויפלעבן" "איך מוז עפעס
טון, ס'איז נישטא וואס צו טון"
ווען זיי זיצן און שמועסן, טראכטן זיי פון די קומענדיגע גוטע ווערטער, פון די קומענדיגע גוטע דשאוק. זיי זענען אריינגעדרייט אין די אקטיוויטעטן פון לעבן ביז זיי פיהלן זיך ווי איינס מיט די אקטיוויטעט. איך מיין אז אפילו ווען זיי - צום ביישפיהל - זאגן תהלים, איז זייער פאוקעס פארנומען מיט די קומענדיגע ווארט וואס מ'דארף נאך זאגן. זייער איגו איז עפעס אזא סארט געפיהל וואס פיהלט זיך "איך בין פארנומען מיט די אקטיוויטעטן אין מיין לעבן"
די 'איך' זייערע איז פארנומען. די 'איך' זייערע איז פארנומען מיט די אקטיוויטעטן פון טון אין זייער לעבן.
און די תכלית פון א יוד איז דאך זיך צו דערנענטערן צום בורא כל עולמים. און דער 'איך' איז פארנומען מיט די עצם אקטיוויטעטן, טון, און טון, און טון, און וואס נאך... איז מען מקושר צום בורא? דער 'איך' איז דאך פארנומען. ווער איז מקושר צום בורא אויב נישט דער 'איך'. און דא איז דער 'איך' פארנומען מיט "וואס נאך קען מען טון?" אפילו אויב מ'זאגט תהלים, אבער אויב מ'זאגט עס אויף א אופן ווי "איך דארף יעצט אפזאגן די פאר ווערטער דא" מיינט דאס אז מ'גליסט זיך מקשר זיין צום אייבערשטן?
שריי דיך נישט אן. טראכט פשוט.
וויאזוי קען מען פיהלן נאנטקייט צום אייבערשטן, קאנעקטעד צום אייבערשטן, קאנעקטעד צו די חסד השם, אויב מ'איז קאנעקטעד צו די אקטיוויטעטן פון לעבן.
איך מיין אז די וועג ארויסצוקריכן פון די זיבענערישע איגו איז נישט זיך אריינלייגן אין א באקס, אדער זיך קריטיקירן. אדער זיך אראפקלאפן. אדער זיך אנשרייען. נאר פשוט: אנשטאט צו זיין מער און נאך מער קאנעקטעד צו די מעשים פון לעבן, זיין פארנומען נאכצולויפן מעשים, און ווערן מער און מער איינס מיט דעם, וויל
איך אנהייבן צו ווערן באוואוסטזיניגט אויף דער גוטער באשעפער וואס שענקט
מיך די אלע גוטע זאכן. ווען איך פיהל אז איך וויל זיך ארויסלאזן און אנהייבן נאכצולויפן נאך פאן, און נאך אינטערעסאנטע זאכן, און נאך און נאך. וויל איך ענדערש זיך אפשטעלן א רגע און קוקען צום אייבערשטן וואס האט מיך ליב און איך וויל ווערן קאנעקטעד צו אים: רבש"ע
דו ביסט דער וואס געט מיך גוטע זאכן אין מיין לעבן. איך וויל ווערן אנגעפיהלט מיט דיין רצון מיך צו טון גוטס, מיט דיין רצון מיך צו געבן תענוג, און מיט מיין הכרת הטוב צו דיר, פון די אלע גוטע זאכן וואס איך האב שוין אין מיין לעבן.
קומט אויס אז דער 'איך' ווערט ענדערש פארנומען מיט השי"ת וואס געט די אלע גוטע זאכן, און עס ווערט ווייניגער פארנומען מיט די עצם טון.
לאזן די תענוג, די גוטסקייט פון לעבן, די חסדים פון השי"ת, קומען צו דיר, אנשטאט עס נאכצולויפן.
איך מיין אז כדי ארויסצוקריכן פון די זיבענערישער איגו דארף מען זיך אפטיילן פון זיין א חלק פון די אקטיוויטעטן, און זעהן מער השי"ת וואס געט מיך די אלע מעשים. דאס איז דאס מערסטע וואס איך קען מיך יעצט פארשטעלן. זיבענערס דארפן זיך אויסלערנען צו
זיין, און אביסל ארויסקריכן פון דעם ענין פון
טון.
איך מיין אז יעדע מענטש קען צומאל פיהלן וואס דער זיבענער פיהלט. איך מיין אז ס'פיהלט זיך אזוי ווי ווען דו האסט זייער זייער א פארנומענע טאג און דו לויפסט פון איין אקטיוויטעט צו די צווייטע ביז די פיהלסט דיך ווי א חלק פון די אקטיוויטעטן, דו ווערסט א שטיק געלויף. און סוף טאג געסטו עפעס אזא רילעקס. דו טרעפסט דיך אליין.
אפילו ווען א זיבענער וויל זיך מקשר זיין צו השי"ת דורך - צום ביישפיהל - תהלים זאגן, האט עס אויך א ברירה צו זאגן, זאגן, זאגן, זאגן, זאגן... אדער "באשעפער ש'כח אז דו געסט מיר א געלעגנהייט צו זאגן פאר דיר דיבורים".
והזיבענערס יוסיפו לקח, ווייל איך שרייב נאר וואס איך שטעל מיך פאר די נפש פון א זיבענער. אבער דער זיבענער אליין ווייסט דאך יא.
והשם הטוב יעזור.