איך וועל דיר שרייבן ווי איך בין אלץ געווען אנגעהויבן פון די בעסטע און אראפ צו וועגס, און דו קוק ווי דיין באדשעט ערלויבט דיר.
קודם א נקידה צוויי וועגן קאליפארניע.
עסן איז נאר דא אין לאס אנדשעלעס אבער חוץ פון דעם האבעך דארט גארנישט געהאט וואס צוזיכן, אלעס איז אנגעפילט מיט טרעפיק און ווייניג ריזארטס.
שולן איז דא איבעראל.
די וועטער אין לאס אנדשעלעס און אזוי אראפ ביז סאן דיאגאו (2 שעה דרייוו) איז הערליך, נישט צו הייס אבער אויך נישט קאלט, מעגליך באנאכט איז גוט א סוועדער (מער פאר די אנדערע האלב).
ווייל די וועטער איז אזוי שיין איז דער ים אויך צניעות׳דיג, ווי אויך איז דער ים דארט זייער רוישיג נישט געמאכט צו שווימען, וועסט זען אסאך וואס סורפען אבער נישט שווימען.
סאיז דא עטליכע געגענטער צווישן לא (לאס אנדשעלעס) און סד (סאן דיעגאו) וואס האבן כשרס, נישט רעסטוראנטען און נישט צו גרויסע געשעפטן, אבער אויסגיין קען מען נישט, איינס איז אין אראנדש קאונטי (סאונד קענטליך, הא?) און נאך איינס ווי פריער געברענגט אין לע הויע ווילידש אין סד א כשרע סעקשן.
סאיז דא מקוה טהרות.
______
פאר שבת ווי פריער געברענגט בינעך געווען אין לע הויע ווילידש סד און איינמאל אין א צווייטער געגענט אין סד איך ברענג עס דא צו, אבער וואכן בינעך געווען אין די געגענטער צווישן לא און סד ביים ים.
הייאט האנטינגטאן ביעטשביים ים, גורדשעס האטעל עטליכע פולס, בעיוטיפעל ריזארט.
הייאט נופארט ביעטשאביסל ווייטער פונעם ים, אויך א ריזארט און עטליכע פולס, אויך זייער שיין.
מעריעט דענע פוינטנישט ווייט פונעם ים, אויך זייער שיין, עטליכע פולס, אויך א ריזארט.
הייאט סדביים מארינע, נישט ווייט פונעם ים. דארט געווען אויך אויף שבת און געוואקט היפש לאנג צום שול, אויך א ריזארט, מיט עטליכע פולס.
דאס איז ווי מזאגט די שיינע האטעלס, אלע דערפון זענען ריזארט האטעלן מיט גארדשעס גראונדס.
אין די פריעדיגע תגובה מיינער איז דער שעראטאן סיי נענטער צום שול פון דעם הייאט און סיי אסאך מער ריזארט, און איך מיין אויך ביליגער.
איך בין אויך געווען אין ביליגערע האטעלן ווי
שעראטאן סדנישט ביים ים.
קראון פלאזא רעדאונדאו ביעטש לאאין לא, נישט ווייט פון ים.
ווי אויך אין נאך האטעלס וואס איך געדענק נישט…
איך בין אויך געווען איינמאל אין פאלם ספרינגס, שרעקליך טריקן און הייס, ממש גארנישט וואס צו טון.
ממש אנטלאפן פון דארט…
דשעי דאבעליו פאלם ספרינגסא נעקסט לעוועל גארדשעס האטעל, אבער צו גרויס געווען פאר מיר.
_______
אראנדש קאונטי כשרע גראסערי און דעלידער כשרע גראסערי אין אק, דאס איז צווישן די געגענטער וואס איך האב דא אויסגערעכנט צווישן לא און סד.
סאיז דא נאך אסאך אינפארמעישן וואס איך קען דיר מעגליך העלפן, און ווי אויך אנדערע דא, שעם דיר נישט צו פרעגן.
הצלחה