קנאפער ידען האט געשריבן:Rak Tov האט געשריבן:די ברויכסט דווקא א channel lack 440 , אנדערש וועט זיך די נאט נישט רירין
(און האלטן די גוטע זייט שטייצעך)
אופס, געווען א טייפאו. כ'האב טאקע א 440.
וואס הייסט די גוטע זייט?
די פארט וואס ליעקט איז כמעט אייביג די סיעט (seat)
צוצוקומען דערצו ברויך מען ארויסנעמען דעם קארטרידזש און עס אביסעלע צענעמען און דאן טוישן דעם סיעט. דאס ברויך אבער אביסעלע עקספערטיז
צו טוישן דעם
דעלטא קארטרידזש איז גאנץ פשוט:
אויב די שאוער באדי האט סטאפס (וואלווס):
פארמאך די סטאפס (נישט צי טייט ווייל ס'פעלט נישט אויס און קען\וועט זיך צוברעכן) עפן דעם שאוער (דריי דעם הענטל ביז די עק)
אויב האט עס נישט קיין סטאפס אבער ס'איז דא א לאקאלע מעין וואלוו פאר די טוילעט, וועניטי און שויער מאך עס צו, און עפן אויף דעם סינק ביז ס'קומט מער נישט קיין וואסער
אויב איז דאס אויך נישטא דא מאך צו די מעין פון די הויז\דירה און מאך זיכער אז די הייס וואסער טאנק איז אויך פארמאכט, מאך אויף די סינק ביז ס'קומט מער נישט קיין וואסער
וויכטיג זעה אויף וועלכע זייט פון די קארטרידזש איז דא א "H" און לייג א שטיקעלע טעיפ אויב ס'איז אויף די רעכטע זייט (געווענליך איז עס אויך די לינקע)
נעם אראפ דעם זילבערנעם רינג (RP22734 Bonnet Nut)
שלעפ ארויס דעם קארטרידזש
לייג ממש א געדאנק פלאמבערס גריס אויף די או רינגס (די שווארצע ראבערס) פון אלע זייטן
לייג אריין דעם קארטרידזש מיט דעם H אויף די ריכטיגע זייט
לייג צוריק דעם זילבערנעם רינג. מאך עס
נישט טייט מיט א צווענגל. אפילו נישט זייער טייט מיט די האנט
שטעל אן דעם דרייערל (די ווייסע פלאסטיק) אז די שאוער זאל קענען ווערן גענוג הייס
לייג ארויף דעם פלעיט, קארטרידזש קאווער
לייג א טראפקעלע גריס אויף דעם סעט סקרו פונעם הענטל. דאס וועט העלפן ס'זאל נישט ווער פארזשאווערט און פארשווערן צו עפענען קומענדיגע מאל
לייג ארויף דעם הענטל און פארטיג
כ'האב עפעס אויסגעלאזט?