אפווישן קרעדיט קארד חובות??!!

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

אפווישן קרעדיט קארד חובות??!!

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אפריל 20, 2010 1:27 pm

א גוטער יוד א ידיד מיינער האט נישט ליידער קיין פרנסה לעבט אויך SSI טשעק און גייט נאך געלט מזמן לזמן צי שפייזן זיך ובני ביתו

ער צאלט אבער יעדע חודש א מינימום פעימענט בערך צוויי דריי הונדערט דאללער פאר צוויי קרעדיט קארדס
ביידע האלטן ביי בערך 10 אלפים

תכלית...???

איך האב אמאל געזען אדווערטייזט מאנכע וואס סעטלען קרעדיט
לעצטענס איז ארויס אפאר געזעצן אויף דעם (איינס קען יעדער זען אויף זיין ביל ווי סשטייט א טשארט אויסגערעכנט ווי לאנג סוועט דויערן צי באצאלען אויב מען צאלט נאר די מינימום פעי)

אויב איינער האט עפעס אינפארמאציע וואס קען דעם איד בייהילפיג זיין וועט קריגען אפאר גרינע פון די זייט דא פלאס מחיה זיין א איד!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אפריל 20, 2010 2:17 pm

;l;p- ;l;p- פאר וויכי פארן געבן אין אישי א נומער פון איינעם וואס טוט אין די זאכען

חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

תגובהדורך חיים של פרנסה » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:08 am

איך האב געהערט פון איינעם וואס האט מצליח געווען ביי די קאמפאני:
Settle for less
718-613-9124
877-937-9322
ער איז געווען זייער צופרידן פון די רואיגקייט וואס זיי האבן איהם געגעבן.
איך קען געבן יענעםס נומער אויב עס איז אין איינעםס הילף.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 10:18 am

הרב חיים דא האט איר
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

א שיינעם דאנק אייך באמת!!!!

--
שוועמל האקט..

אוועטאר
מצב
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:36 pm

תגובהדורך מצב » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 11:43 am

שוועמל האט געשריבן:לויט שמועות קען מען דאס טון פאר חובות העכער צען אלפים.
זיי סעטלען מיט דיר אבער דיין נאמען בלייבט אנגעק..ט אויף אייביג.
אויב קערסטו פאר געלט און נישט פאר דיין נאמען דאן איז דאס די אפציע.

דאס איז נישט אמת (לכאורה )
מיין נאמען איז געווארן אנגעזעצט דורך א גוטע חבר פאר 5 יאר צריק
אפאר וואכן צריק האב איך געמאכט א free credit report אין וואנדער איבער וואנדער מיין באלאנס איז געוון 0
יענער האט עס נישט אפגעצאלט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 1:49 pm

דיין מעשה האט גארנישט מיט סעטלמענט צוטון.

עס איז געשען א מיספארשטענדעניש עלאנג די ליין, און ס'יז נישט געווארן רעקארדירט אויף דיין נאמען דאס וואס דיין חבר האט אנגעשטונקען.
הגם איך צווייפל נאך אין די מעשה, אדער האט דיין חבר לבסוף יא געצאלט די באלאנס.
(קענסט שוין צוריק גוט ווערן מיט אים)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 1:55 pm

א סעטטלמענט זעצט טאקע שטארקער אן די קרעדיט, אבער פאר די זעלבע לאנג וואס עני אנדערע נעגאטיוו רעפארט.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 2:15 pm

איך פארשטיי נישט, נניח אז די נאמען ווערט אנגעזעצט, איז ווערט צו צאלן צענדליגע טויזענטער דאלארן דערפאר ?
קען מען נישט פאר אסאך ביליגער פאריכטן די קרעדיט ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 2:26 pm

גערעדט מיט יענע פאון נומער

ארויסבאקומענדיג פונעם צווישען די שורות (גראד זאגט ער טאר ער מיר נישט זאגען) אז כל זמן מבאצאלט דעם מינימום פעימענט קען מען נישט רעדן פון קיין סעטלמענט...

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 4:21 pm

איך האב געהערט גוטע גריסן אויף http://www.usdebt911.com (ער אדווערטייזט כסדר ביים היימישן עולם)
איך אליין נוץ אים יעצט העמיר געוואר ווערן צו ער טויג טאקע (ס' נעמט לערך 6 חדשים)
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 4:25 pm

אז מ' צאלט נישט פאר אפאר חדשים קען מען אנהייבן שמועסן פון א סעטעלמענט

וואס האט מען פון א גוטע קרעדיט רעפארט ווען מ'צאלט טבין ותקילין יעדן חודש אין מ'בלייבט נישט איבער פאר ברויט אויף הויזן

מ קען מאכן א סעטעלמענט אין דערנאך אנהייבן בויען קרעדיט כתינוק שנולד דמי
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 4:43 pm

די ערשטע זאך דארפסטו מחליט זיין וויפיל געלט איז דיר דיין קרעדיט ווערד? צו פארשטיין מיין שאלה וועל איך דיר גיבן א משל. דיינס א חבר קומט צו דיר און אפפערט דיר $20,000 אז די זאלסט אים גיבן דיין נאמען פאר א מארטגעדש און ער וועט עס מעגליך אנזעצן, און אז די ביסט מםכים פאר די 20 אלפים, מיינט עס אז דיין קרעדעט איז דיר ווערט 20 אלפים. און אויב מיטן סעטלען די קרעדיט קארדס שפארסטו 20 אלפים לוינט זיך עס.

צווייטנס, די קרעדיט ווערט נאר אנגעזעצט פאר דריי יאר לויט די עקספערטן. נישט אויף אייביג.

דריטנס, סאיז דא אסאך אינגעלייט וואס האבן ליידער פארלוירן די פרנסה און די לעצטערע צייטן, און געלעבט אויפן קרעדיט קארד ביזן עס אנפילן די לימיט, האבן זיי דערנאך געמאכט אליינס א סעטעלמענט דערויף, נו יעצט אז ער האט באוויזן צו סעטלען מיטן באנק זיינע קרעדיט קארדס איז ער שוין א "מומחה", און לייגט אריין א עד און לוח היום/דבר יום אז ער איז א "מומחה". און וואס עס געשעהט ווייטער מיט אזעלכע מומחים איז איבריג צו זאגן.
איז פאר די גייסט צו איינעם פרעג דיך גוט נאך וואסערע מומחה ער איז. 

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 6:05 pm

איך קען איינער וואס האט אויך אנגעזעצט זיין קרעדיט און ער האט זיך געוואנדן צו NFP SOLUTIONS (יא טאקע די זעלבע וואס באמבעדירן דאס יהדות החרדית די לעצטע האלבע יאר) פאר עדווייס און זיי האבן אים געשיקט צו איינעם וואס האט אים געהאלפן סעטלען מיט די באנק און אזוי אראפגעווישט איבער 30 אלפים.

יא פארפאלן אז מ'קען קען מען...  
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 6:21 pm

אז מען צאלט יעדן חודש נאר די מינימום פעימענט, און מען האט הויכע באלאנסעס אויף די אקאונטס, ווערט די קרעדיט אויך אנגעזעצט.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 23, 2010 10:00 am

די מעשה איז אז יענער האט א געליעסטע קאר און ער וויל בלייבן מיט די קאר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 23, 2010 10:25 am

שטרויזאק, ס'איז א חילוק צווישן אנזעצן, און אויסגעמעקסטע קרעדיט.

פאטאקי, וואס איז געווארן מיט די נאמבער וואס כאדער געגעבן? איך טראכט אז ער טוט שוין היינט נישט אזעלעכע קליינע זאכן.

איך האב געזעהן א שיינע סעטעלמענט פון 350,000, האט מען געסעטעלט אויף 3,000... איר האט גוט געליינט, און איך האב נישט קיין טעות, פון דריי הונדערט און פיפציג טויזענט, צו דריי טויזענט דאללער.

און נישט א ליען ריליס, וואס דאס מיינט אז זיי זענען נישט מוחל די חוב, נאר דו קענסט פארקויפן דעם הויז, נאר א פול סעטעלמענט....
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » פרייטאג אפריל 23, 2010 10:36 am

פאטאקי08 האט געשריבן:די מעשה איז אז יענער האט א געליעסטע קאר און ער וויל בלייבן מיט די קאר


DON"T WORRY ער קען ראויג בלייבן מיט זיין קאר ווילאנג ער צאלט עס, אפי' ער סעטלט מיט די קרעדיט קארדס.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » פרייטאג אפריל 23, 2010 10:40 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב געזעהן א שיינע סעטעלמענט פון 350,000, האט מען געסעטעלט אויף 3,000...

WOW! דער באנק האט געמוזט זיין דעספערעיט ווי א קאטשקע אז זיי האבן געסעטלט אויף דעם סכום...

ביי א קרעדיט קארד ווייס איך אז דער רעפרעזענטעטיוו האט א רעכט דיר אראפצולאזן ביז 50% פונעם חוב אויפן פלאץ. פאר מער, דארף מען שוין פייטן.

א ליעס קענסטו רואיג אנהאלטן ביזן סוף. דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען ער פרובירט צו ליעסן א נייע.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 23, 2010 1:34 pm

וואלדעק האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:די מעשה איז אז יענער האט א געליעסטע קאר און ער וויל בלייבן מיט די קאר


DON"T WORRY ער קען ראויג בלייבן מיט זיין קאר ווילאנג ער צאלט עס, אפי' ער סעטלט מיט די קרעדיט קארדס.


מהאמיר געשמועסט אז צי סעטלען מוז ער קודם אפאר חדשים נישט צאלען די מינימום פעימענט איא?
(איך רעד נישט פון סעטלען 20 אלפים אויף 7500 ווייל ער האט דאס אויך נישט)

יעצט מינטיים דאס הייסט ביז ער סעטלט מוז נאך נעמען א יאר עפעס, וועט מען אים נישט ציכאפן די קאר?
ער האט באקומען גאר א גוטע רעיט קען זיין אז די רעיט וועט ארויפגיין?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 23, 2010 2:21 pm

מאנאגראמס, לויט ווי דער וואס האטעס ערלעדיגט האט מיר געזאגט, קענערעס היינט מאכן פאר כמעט יעדע סעקאנד מארטגעדזש פון געוויסע בענק.

ער זאגט אז איה"נ אונטער א פראצענט געשעהט נישט יעדן טאג, אבער 2-3 פראצענט האטער א שיין ביסל, ער האט מיר געוויזן 4-5 שטיק וואס ער האט געסעטעלט אונטער 5 פראצענט. אלעס אין די לעצטע חודש.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אפריל 23, 2010 5:21 pm

וויכי
וואזאלעכדערזאגען סמאכט עפעס נישט קיין סענס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש אפריל 24, 2010 7:50 pm

פאטאקי, איך פארשטיי דיך, כאבעס נישט געגלייבט ביז איז האבעס געזעהן, און איך עקספעקט נישט אז דו זאלסט גלייבן, איך זאג נאר וואס איך האב געזעהן.

אויב ס'איז איינעם נוגע, און וויל זעהן פראףף, קענעך פראבירן עס צו פארשאפן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מוצ"ש אפריל 24, 2010 8:13 pm

דאס איז אלעס טעכניש גערעדט... אבער וואס האלט איר וועגן די מענטשליכקייט דערפון, און וואס זאגט די תורה צו אזא זאך?

א מענטש מעג גיין צו זיין בעל חוב און אים צווינגן אנצונעמען ווייניגער און אויב נישט באקומט ער גארנישט?

ביי מארגיטשעס האביך געליינט א ארטיקל אז די בענק זענען זיך ווערד די שאדן'ס וועגן זייער גרויליגע אויפפירונג, איך האב דאס נישט מברר געווען, באט ביי קרעדיט קארד'ס וואס פשט איז אז מ'בארגט פלען געלט און ווען ס'זאמעלט זיך אן א סכום הגון מאד 'ווישט מען עס אפ'... דאס איז א מהלך?

כ'זע ס'איז א גאנצע ביזנעס געווארן מערערע מענטשן טוהן דערין צו העלפן מענטשן עס ערלעדיגן, שטעלט זיך די פראגע, אידאס ריכטיג צוניש?

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא, ס'איז מיר אבער אונטערסאנט צו הערן וואס דער עולם האלט וועגן דעם.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » זונטאג אפריל 25, 2010 7:51 pm

די מעשה איז אז די אידן האבן שוין אנגעבארגט. זיי האבן שוין געמאכט דעם טעות.
ס'איז נישט אז זיי האבן מתחילה אן זיך אנגעבארגט אדעתא אז ווען ס'וועט קומען דער צייט צו באצאלן וועלן זיי טענה'ען 'אין לי'.

דער באנק האט אויך געוואוסט אז ווען זיי העכערן איינעמס קרעדיט ליין צו $50,000 בלויז ווייל זיי האבן דערשנאפט אז לויט זייערע קריטעריע* איז ער א שטיקל ספענדער וואס קען זיי אריינברענגען א 'סכום הגון' [און אויך ווייל דער יונגערמאן האט פלעין אריינגעקאלט בעטן א רעיז], העכערן זיי אויך דעם ריסק אז דער יונגערמאן וועט איין שיינעם ווערן אנגעמעקסט דאס גאנצע $50,000.
ווען אזא מעשה געשעט, איז געווענליך דער יונגערמאן אויף גרויסע צרות. ער האט שוין כמעט נישט פון וועמען צו בארגן. ער פרובירט נישט צו צווינגען קיינעם צו נעמען דאס געלט, ער זאגט פשוט "דאס האב איך. אן עצה טובה וואלט געווען אז דו כאפסט דאס ביסל געלט ווילאנג עס איז נאך דא".

*עס איז היינט צוטאגס שוין א באוואוסטע זאך אז די בענק האלטן אויף אפטיילונגען וואס מאניטארן פונקטליך די קאסטומערס. למשל, אויב קאלט איינער אריין אינמיטן נאכט סתם צו הערן זיין באלאנס, איז עס ביי זיי א סימן אז דער מענטש איז אין גרויסע צרות. והא ראי', ער קען נישט שלאפן ביינאכט. אויב איינער קאלט אריין אינמיטן טאג איז עס א סימן אז דער מענטש האט נישט קיין דשאב. אז איינער וועט נוצן זיין דעביט קארד צו געמבלען, קען ער האבן אן עקסעלענט קרעדיט און נישט זיין שולדיג קיין פעני, ער וועט לכאורה קיין קרעדיט רעיז (און קיין לאונס) מער נישט באקומען.

אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

תגובהדורך וואלדעק » מאנטאג אפריל 26, 2010 4:45 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
וואלדעק האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:די מעשה איז אז יענער האט א געליעסטע קאר און ער וויל בלייבן מיט די קאר


DON"T WORRY ער קען ראויג בלייבן מיט זיין קאר ווילאנג ער צאלט עס, אפי' ער סעטלט מיט די קרעדיט קארדס.


מהאמיר געשמועסט אז צי סעטלען מוז ער קודם אפאר חדשים נישט צאלען די מינימום פעימענט איא?
(איך רעד נישט פון סעטלען 20 אלפים אויף 7500 ווייל ער האט דאס אויך נישט)

יעצט מינטיים דאס הייסט ביז ער סעטלט מוז נאך נעמען א יאר עפעס, וועט מען אים נישט ציכאפן די קאר?
ער האט באקומען גאר א גוטע רעיט קען זיין אז די רעיט וועט ארויפגיין?


ווילאנג ער צאלט די קאר פעימענט, וועט ער בלייבן דערמיט, און ווען ער וועט ענדיגן די ליעס וועט אים די זעלבע ליעסינג קאמפאני גרייט זיין צו פארליעסן א נייע קאר אויב האט ער גוט געצאלט די פעימענטס פאר די קאר. עס האט גארנישט מיט די קרעדיט קארדס.

איך רעדט פון מיין אייגענעם עקספיריענס.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, El Rushbo און 17 געסט