בלאט 1 פון 132

אקטיווע ניקס וואס זענען הערשט נעלם געווארן

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 1:35 pm
דורך bailout
איך וואס נישט וואס עס קומט דא פאר, אבער ווי זענען די טעגליכע קורצע נייעס פון אונזער געערטן פרעזידענט, באגלייט מיט זיינע קאמענטארן.

חני, פון דיר הערט מען שוין נישט פאר א פאר וואכן סידאס?...

און צום לץ'ט איינער ווייסט וועלכע רוחות האבן פארכאפט וויכי?...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 1:44 pm
דורך למעלה משבעים
חני מיין איך איז פון די ניק'ס וואס זענען געגאנגן אויף פארקלואזשער.
און וויכי איז לכאורה ערגעץ אויף א געהיימע מיסיע אפיר צו קראצען גרויזאמער, און כדי מען זאל אים נישט טרעפן, האט ער אויסגעלאשן אלע זיינע פארבינדונג'ס כלים.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 3:16 pm
דורך שטארק זיך
מאשקע איז אויך נישט צום האבן (פתח אונטער די אלף)

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 3:29 pm
דורך farshlufen
דער אשכול געהערט אין "זכור ימות עולם"...

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 3:47 pm
דורך שטארק זיך
פארשלאפן, האסט מיך אויפגעוועקט...
חחחחח חח ח

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 8:00 pm
דורך צום זאך
bailout האט געשריבן: אבער ווי זענען די טעגליכע קורצע נייעס פון אונזער געערטן פרעזידענט, באגלייט מיט זיינע קאמענטארן.?...

מסתם האט זיין טשעק געקראכט.. איי פארוואס האט ער עס נישט באריכטעט אין די קראכן אשכול? ווייל ער האט שוין נישט געקענט צאלן זיינע פעימענטס, האט די באנק איינקעסירט זיין ניק!
יעצט אז צייטליך האט איבערגענומען די אדמיניסטראציע פון די נייעס פארום'ס איז צום ערווארטן ער זאל איינפירן די נייע "מעיק ניק עפאורדעבל" אקט! וואס דורך איר וועט מען קענען מאדיפייען די פעימענטס אדער מאכן א שאורט סטאפ.. כ'מיין שאורט סעיל..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 8:55 am
דורך מאשקע
הא?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 9:34 am
דורך למעלה משבעים
רבותי לאמיר זיך נישט לאזן פארפירן פון גרויזאמער, ער שרייבט דא מיט אונטער די ניק וויכי, מאשקע, און משה קאפויער.
לאזט נישט נאך, ביטע פראבירט געוואויר צו ווערן וואס גייט פאר מיט זיי, מבשרח על תסאלעם.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 10:24 am
דורך פרעזידענט
דער פרעזידענט איז געווארן אן אלגעמיינער ליינער.
די ערב הייליגע טעג ארטיקלן אין קרעטשמע זענען עפעס געוואלדיג!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 11:28 am
דורך bailout
אקעי רוב עולם האט זיך שוין אפגעפונען, נאך חני דארף מען זען צו דערווישן...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 11:34 am
דורך 1x1
און האמבורגער?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 7:39 pm
דורך פרעזידענט
טויש דער קעפל צו ניקס זענען שטיל געווארן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:33 am
דורך bailout
האט איינער באמערקט אז די פלאר האט מען שוין גאנץ לאנג נישט געקלינט דא?

אפשר האט עס עפעס מיט
דעם

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 9:47 am
דורך יא יא
האניג איז אנגעשטעקט געווארן מיט די
האניג האט געשריבן:די שרעקליכער "ניין און ניינציגער" קרעטשמע סינדראם!

עריז שוין נישטא זייט זיין לעצטע תגובה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:43 pm
דורך יאנאש
בעילאוט, איכל איבערזאגן מאשקע'ס ווארט 'הא?'.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:47 pm
דורך bailout
אהא!!

איך זעה אז האניג האט זיך אויכעט אפגערופן, די אשכול ארבעט בעסער ווי כ'האב געמיינט, איך האף נאר אז ס'איז געווען א גוטע סיבה, שווערע סעילס, אדער א שמחה.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 7:54 pm
דורך שמערי בערי
יאנאש איז נישט דא לעצטנס. איינער ווייסט וואו ער איז?

(עה, כ'האב נאר געוואלט אז ער זאל זיך אנרופן...)

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 9:20 am
דורך יאנאש
זאלעך?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 9:29 am
דורך שמערי בערי
כ'האב געוואוסט אז ס'וועט ארבעטן....

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2009 7:37 pm
דורך ווער בין איך?
וועלקאם חני

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2009 8:03 pm
דורך איך_הער
ווי לאנג דארף מען שטיל זיין אז מ'זאל ווערן אויפגעהאנגען דא? כ'זע אז איין וואך אינישט גענוג.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2009 8:10 pm
דורך ווער בין איך?
דו ווילסט אויך עטענשאן, קעי איך וועל דיר עס געבן
וועלקאם בעק איכער, פליז ווער נישט נאכאמאל פארשוואונדן

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 07, 2009 8:56 pm
דורך איך_הער
ווער דארף עטענשן? כאנאר געפרעגט, כ'קען באשטיין צו וויסן וויזוי אלעס ארבעט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2009 2:38 pm
דורך אלחנן
ווער בין איך, שעכויח פארן אבער ברענגן דעם אשכול..

איך ווייס נאך נישט צו איך בין צוריק.. צו נישט אבער עס איז געווען א גוטע וועקעישן..

.
.
.
.
.
.
לאוו דוקא פונעם קרעטשמע נאר די וויקעשן פאר זיך.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2009 3:36 pm
דורך וויכטיג מאכער
חני, שאמאלייכעם...