פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
פארהאן אמאל א בילד וואס טראגט אונטער זיך אזויפיל אזאפיל פרטים... לאמיר דא דעזיגנירן אן אשכול צו פארטייטשן בילדער, און כ'העל מכבד זיין מיין ברודער מיט פתיחה.
הק' פופציגער - זעכציגער
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם
פה זונטאג ניו יארק
אייוועלט .קאם
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9902
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
דער צושפידלטער אינג
דער פידל הארטנעקיג,
געווארן אכצן-עקיג,
בינג באנג בונג.
דער שטעקן דאפלט,
דאס רעקל ראפלט,
בונג באנג בינג.
קנעפל אויף קנעפל,
א הוט ווי א טעפל,
באנג בונג בינג.
קוקט אויס נאך יונגער,
צאללאזע פינגער,
בונג בינג באנג.
צום טאקט פון געזאגנ,
א ריזן רעקל לאנג,
באנג, בינג, בונג.
לעשות נחת רוח,
פיצי טייני שיך,
בינגאנגאנגינגונגאנבאנג!
דער פידל הארטנעקיג,
געווארן אכצן-עקיג,
בינג באנג בונג.
דער שטעקן דאפלט,
דאס רעקל ראפלט,
בונג באנג בינג.
קנעפל אויף קנעפל,
א הוט ווי א טעפל,
באנג בונג בינג.
קוקט אויס נאך יונגער,
צאללאזע פינגער,
בונג בינג באנג.
צום טאקט פון געזאגנ,
א ריזן רעקל לאנג,
באנג, בינג, בונג.
לעשות נחת רוח,
פיצי טייני שיך,
בינגאנגאנגינגונגאנבאנג!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6267
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
וויל איך פארשטיין די געבוי פון די גראמען. ווען איז עס "באנג בונג בינג" און ווען איז עס "בינג באנג בונג".
- מיין ניק איז...
- שר חמש מאות
- תגובות: 580
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 12:42 pm
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
יעקב פריינד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 21, 2023 4:02 pmוויל איך פארשטיין די געבוי פון די גראמען. ווען איז עס "באנג בונג בינג" און ווען איז עס "בינג באנג בונג".
די קענסט טראכטן אז מיין ניק איז... אבער עכט איז מיין ניק, מיין ניק איז...
- הארי פלארי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
א באנדע צוקנעפלטע מדריכים דא
ס'דא א גרויסע חילוק צווישן א ראדני זיץ און א ראדני זיצער.
- ר' אבנר
- שר האלף
- תגובות: 1568
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
- לאקאציע: אין צענטער פון מחאה
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
מוראדיגע חיזוק פאר כלל ישראל
שכויח
שכויח
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
- פינעווער
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער/ביכל.
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
פופצי איז אן ערנסטער פאעט!
אבער ווערידאס זעכציגער וואס האט געעפנט דעם אשכול?

- מוחמד סעוד
- שר חמישים
- תגובות: 91
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 3:06 pm
- לאקאציע: סאודיע אראביע
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
פיצי טייני שיעך אויש ביסטו גוט
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
שוין איז געווען אן אסיפה, שוין מאכט מען ליצנות...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17144
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
לויט ווי ס׳זעט מיר אויס קומט אויך דער פיוט פון די זעלבע מקור ווי דעם בילד...
- זויער טייג
- שר האלף
- תגובות: 1436
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
- לאקאציע: אין בעקעריי
- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9902
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
שלשה אחים; שפאנענד און שפינענד
דריי ברידער זענען זיי געווען.
געוואקסן און געפאשעט אינאיינעם אין א קליין באשיידן פעלדל וואס זייער פאטער האט פארמאגט בירושה נאכן ערמארדן זיינס א יוגנט פריינד און אנעקסירן דעם קרבנ'ס פארמעגן.
די דריי ברידערלעך [פון ר.צ.ל.] טאוני, פאוני, און קלאוני, האבן שוין פון יונגווייז אן ארויסגעוויזן א ספעציעלע ליבשאפט צו פעטע מאכלים, און דאס האט זיי באגלייט אין זייער גאנצן לעבן.
שכנים געדענקען ווי דער מוטער זייערער - זאל זיך מיען - פלעגט זיך ארומדרייען א פארסאפעטע זוכן נאך עסן צו געבן פאר אירע שנעל וואקסנדע בנים זיי זאלן נישט חלילה קומען צו א מצב אין הונגער אז זיי זאלן איר נעזל אראפבייסן און איינשלינגען ווי אן עלעפאנט שלינגט איין א שטיקל זויערטייג.
דער לאקאלער דאקטאר גיבט איבער אז אין איין פאל ווען די הונגער זייערע האט זיך זייער געשטארקט, נאכ'ן נישט עסן פאר נאנט צו א האלבע שטונדע, האבן זיי באשלאסן צו נעמען דראסטישע שריט און אנגעהויבן אראפבייסן איינער דעם צווייטנס פינגער, אזוי אז ביז היינט פארמאגן זיי נישט קיין גאנצע 10 פינגער.
וואוינענדיג נעבן א וועלדל האבן זיי זיך גרינג אן עצה געגעבן מיט'ן שאפן די אווער-סייז מלבושי כבוד. נעמליך, יעדע מאל זיי האבן געזען מענטשן נעכטיגן אין וואלד אין אזעלכע געצעלטלעך האבן זיי בארויבט די געצעלטן און דאס גענוצט אנצוטון - און מיינט נישט אז דאס עסן האבן זיי איבערגעלאזט אומבארירט.
אזוי האבן זיי זיך מיט די צייט ערווארבן א נאמען אלס געפארפולע וואלד רויבער, ווען יעדער וואס איז אריין אין דעם שכינות'דיגן וועלדל איז ארויס געצעלט'לאז.
האט זיך געמאכט אזא מעשה אז ידידינו @פה מפיק איז אריין אינעם וועלדל, באוואפנט ביז צו די ציין מיט א פאטאגראף מאשינקע, און צוריקגעברענגט ערשטמאליגע בילדער פון די דריי שרעק אנווארפנדע ברידער.
גרויסע אנאליזירער און דיטעקטיוון באטראכטן דעם בילד וואס ער האט ארויסגעלייגט פאר'ן פובליק און האלטן אינמיטן קומען צו א באשלוס איבער די אייגנארטיגע נאטורן פון די חברה'לייט.
מונטער און וואך,
א געזונטן לאך,
קולות ביזן דאך.
ענגע בגדים,
דאס קנעפל אויף א פאדים,
מאכט די מוד אים.
לאנגע האר,
קענטליך קלאר,
געווען רויט גאר!
איבערגעיורן מאסיוו,
אפילו נישט פרואוו,
זיך צו בייגן שיף.
רינדעכיגע נעזער,
פארקנייטשט זע איז ער,
פון לאכן גרעי איז ער.

- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5558
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
- מאנדל ברויט
- שר האלף
- תגובות: 1956
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm
- יעקב פריינד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6267
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
OMG @פופצי וואס דו טוסט נישט דא!
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
גוט איז גוט
- אן אייניקל
- שר האלף
- תגובות: 1530
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
- לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
פופצי....
דיינע בילדער רעדן אזא צוואנציג טויזנט ווערטער....
יוי ביסטו פארריקט.
לאז דיין אינטערשריפט, עס ברענגט הויכע געלאכעכץ

@פופציגער יוש ביסטו גוט!
די בילד רעדט מער פון טויזענט פונט...
כהאב הנאה מיין בילד איז אנגעקומען אויף גוטע פלעצער
מאך נאר זיכער די נעמסט קעיר פון זיי קענען נאך אויסגיין פאר הונגער דארט און דיין אינטערשריפט
די בילד רעדט מער פון טויזענט פונט...
כהאב הנאה מיין בילד איז אנגעקומען אויף גוטע פלעצער
מאך נאר זיכער די נעמסט קעיר פון זיי קענען נאך אויסגיין פאר הונגער דארט און דיין אינטערשריפט
- פינעווער
- שר חמש מאות
- תגובות: 617
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער/ביכל.
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
געמיינט האב איך מיין געלעכטער, אבער יא, די העמד פלאצט טאקע...
- מאנדל ברויט
- שר האלף
- תגובות: 1956
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm
- עפעס א ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 310
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm
Re: פארטייטשטע בילדער - לענגערע אפהאנדלונגען
פאר ווער עס ווייסט נישט:
פופצי איז מיין ראשעקאל!
פופצי איז מיין ראשעקאל!