בלאט 1 פון 1

מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 8:55 am
דורך מיגו דאיתקצאי
אזויווי אט אט דערנענטערט זיך דעם פארכטיגן טאג וואס איז נאר אזויווי פורים (כ'פורים נישט אזוי?) אין א אינטעגראלער חלק פונעם טאג ווערט פארברענגט מיט שמעקן טאביק אדער לעמאן מיט בשמים (נא? "מאה ברכות" דערמאנסטעך שוין?)
על כן קום איך דא מיט א בקשה צו מיינע טייערע קרעטשמע'ניקעס
היות איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין דעם נושא לא מניה לא מקצתיה אין אין האב מחליט געווען ביי מיר אנהייבן צו שמעקן אוואו א מומחה זאל עטץ קרעטשמער'ניקעס מיך אויסלערנען די מלאכה

קודם כל אוואו קען מען איינהאנדלען די סחורה?
וואסערע איז גוטע סחורה?

און וואס טוט יך מיט א לייטישן פושקלע אזוינס וואס דער ראשעקאהעל זאל זיך שעמען מיט זיין ארימע פושקעלע אוואו קען מען דאס איינהאנדלען?
און וויפיל דארף דאס צו קאסטן?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 9:32 pm
דורך חוקר
עס ווערט געברענגט אז יוה"כ איז א יו"ט איז וואס איז מיט עונג יו"ט ברויך מען שמעקן טאבאק .בשמים איז אלץ מאה ברכות אין איך זעה אז די ווייסט דערפין

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 3:25 pm
דורך צדיק מושל
נעמט א עצה פון א גוטן פריינט, פארשמירט אייך נישט די נאז מיט טאבאק נאר אויב עס איז לשם מצוה און על דעת צדיקים הקודמים.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 9:30 pm
דורך חוקר
איוב איך געדענק גוט האט מען דאס געזאגט אויף רייכענען אבער אויף דעם האב איך א אפ פרעג ווי עס שטייט און איינער פין די מעלעצער ספרים אז קרייזער רב'ס (א זון פון דער דברי חיים)א זון וואס איז געווען א איידעם ביי ר'משהט מראזידאוו אין ער פלעגט צו רייכענען האט עם זיין שווער געקויפט א פייקער און געבעטן עס צו האלטן ער האט פארשטאנען דעם רמז און אויפגעהרט ווען ער איז ציריק געקימן קיין צאנז האט דער דברי חיים געפרעגט היתכן ער רייכעט נישט אין ער איז געבליבן שטיל האט דער דברי חיים געזאגט "נארישע אינגעלייט איך האב געהערט פונ'ם רבין פון לבלין אז רייכנען פאטרייפט מחשבות ראות"

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 3:17 pm
דורך מיגו דאיתקצאי
עס לייגט זיך שווער אויפן שכל אז דא אין קרעטשמע קען קיינער מיר נישט העלפן

נא?? ביטע?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 3:27 pm
דורך ביקסאד
אוואו וואוינט איר.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 3:44 pm
דורך מיגו דאיתקצאי
ווילי
למאי נפקא מינה?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 7:23 pm
דורך ביקסאד
מיגו דאיתקצאי האט געשריבן:קודם כל אוואו קען מען איינהאנדלען די סחורה?
וואסערע איז גוטע סחורה?
גיי אריין צו בית הספר רעד צו ר' חיים מרדכי אין א רואיגע מינוט, וועט ער דיר פונקטליך געבן צו פארשטיין וואס איז ארגינעלע סחורה און וועלכע זענען די וואס מען האט צוגעלייגט פארשידענע שמעקעדיגע טראפן.
מיגו דאיתקצאי האט געשריבן:און וואס טוט יך מיט א לייטישן פושקלע אזוינס וואס דער ראשעקאהעל זאל זיך שעמען מיט זיין ארימע פושקעלע אוואו קען מען דאס איינהאנדלען?
און וויפיל דארף דאס צו קאסטן?
ווענדט זיך צו איר ווילט זיך איינהאנדלן א זילבערענעם אדער פון אנדערע מאטריאלן.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 1:58 pm
דורך שאץ מאץ
דער טאסאק שמעקן איז א פארוויקלטע מסכת....

קודם דער אופן וויאזוי יעדער שמעקט,
ס'מאכט זיך אייין איד אין ביהמ"ד וואס האט טאבאק און שיקט ארום זיין יונגל געבן צו שמעקן דעם ציבור,
אסאך מענטש גיבן נאר א קליינע שמעק, טייל מענטשן גיבן א טיפע שמעק, טייל אידן גיבן גאר א שטארקע צו אריין מיט די נאז אזש ער טרינקט אויס ס'גאנצע מיט די נאז אליין, טייל אידן ציפן אראפ מיט די פינגער למען יעמדו למשמרת,

דערנאך קומט דער שמעק אליין,
דער ארגולענלע ריח, איז דא צו באקומען בעיקר אין ענגלאנד, אבער רוב ציבור האט נישט ליב דער ארגונעלע ריח,
רוב עולם האט ליב מיט עפעס א פלעוואר, די מערסטע אנגענומענע פלעווער איז דער מינט...,
ס'האט אזא שארפן ריח אז מיט איין צו גייט ער ארויף גראד און קאפ אריין...

אלץ שאץ קען איך שפירן אסאך מאל פארנעפלט, אבער מיט איין גוטן שמעק (א מיטלגאטיגע שמעק נישט צו שטארק נישט צו ווייניג) ווערט דער מוח אויסגעקלארט.
ואידך פרישא זיל געמיר.....

ווי קען איך קויפן טאביק?

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2019 9:58 pm
דורך nmi
איך זיך צו קויפן די בארימטע טאביק פון "mac baren tobacco company" פון לאנדן. כ'האב פראבירט צו נישטערן אביסל דא דארט אבער מיט גארנישט ארויס געקומען. איז דא ערגעץ אנליין ווי איך קען עס באשטעלן מיט די טראפן מיט די גאנץ געשעפט?

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 10:29 pm
דורך nmi
@מיגו דאיתקצאי דו האסט למעשה געטראפן גוטע סחורה?

אך. איך רעד דא צו די 4 ווענט. שוין 10 יארע איז ער נישטא...

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 9:55 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
און גיבט א טיפע צי אריין.. נאך טיפער... נאך אביסל... אביסל נענטער... און...

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 11:58 pm
דורך פּשוט און פּראָסט
ער מאכט עס געשיקט, אזױ בנשימה אחת א האַפּטשאָ װי ס׳דארף צו זײן

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 5:49 am
דורך פאר'מוח'ט
זייענדיג אין א"י ווי טאבאק איז גאר גאנגבאר, האט מען אביסל קענען געלערנט דאס נושא, טאבאק פארמאגט אין זיך א געוויסן סארט באשטאנדטייל אזוי ווי קאפין וועלכע גיבט א פריש אויף א מענטש (דעריבער שטייט אויפן פושקע אז דאס קען זיין אדיקטיוו),
ס'איז נישט בלויז א געשמאקן שמעק... די ארגינעלע טאבאק קומט אן קיין שמעק, אבער ווען דאס דרינגט אריין אינעם נאז גייט ארויף גלייך צום מח, (געוויסע מאכן זיכער דאס אריינשארן אין נאז... לאכט נישט ווען איר זעהט דאס... אזוי דארף עס גיין כדי ס'זאל נישט זיין א שמעק וואס ווערט פארשווינדן נאך א סעקונדע...)
למעשה כדי דאס זאל זיין געשמאק האט מען צוגעלייגט אלע סארט טעמים... די ריכטיגע מבינים זענען מהדר נאך רויע שטיקער טאבאק וואס מען צוזעצט און עס ווערט שארפע שטארקע טאבאק וועלכע קען אויפפרישן א מענטש אין סיי וואספארא מצב, (אין א וועג שטערקער פון קאווע וויבאלד דאס גייט גלייך ארויף צום מח).