@עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נישט געפערליך
אזוי גייט עס אמאל אמאל געלונגט עס נישט

אבער מיר דארפן מכיר זיין די שווערע ארבעט פין הרב עומד'ל
נאך אלץ איז מען אין די פארברענגן אשכול....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

פון די איינציגסטע ניקס וואס איך האב געפילט אז עס איז אףף. סאיז מעסטער פאנטאזיע, אבער כהאב קיינמאל נישט געחלומט אז פון אזא בעקגראינד זאל קענען ארויסקומען א מומחה יחוס.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

עומד מן הצד האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איין זאך האסטו זיכער אויפגעטוען אז די ניקים באקומען דא א צורה, צו סיז אמת צו נישט, גייט עס אריין און קאפ.

(גראדע נישט ביי מיר און קאפ).

כ'האף דער עולם נעמט נאר אריין די גוטע חלקים אין קאפ.......

אגב, א יישר כח פאר אייער כסדר'דיגע הגהות והערות, כ'גלייך עס שטארק, אפי' כ'בין נישט אייביג מגיב דערויף.

איך האב א פילינג אז איר לייגט אריין ארבעט און די דמיון, און עס אפצושרייבען, און נאכען שרייבען מיין טאגביך, און הנאה האבען פון יעדע יישר כח, פיל איך מער פאר וויכטיג צו באדאנקען פאר איינער וואס שטרענגט זיך אן צו מהנה זיין אנדערע אידען.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

מומחה יוחס האט געשריבן:נישט געפערליך
אזוי גייט עס אמאל אמאל געלונגט עס נישט

אבער מיר דארפן מכיר זיין די שווערע ארבעט פין הרב עומד'ל
נאך אלץ איז מען אין די פארברענגן אשכול....

הרב מומחה, ס'האט באמת גארנישט געהאט מיט אייך,

כ'בין נעכטן געווען אין די גיסטע פון באוואשן עפעס א פערציג יעריג'ס, וואס האט זיך זייער נישט מענטשליך אויפגעפירט צו אנדערע,

און ווי געשריבן צום סוף פונעם פאנטאזיע, ביסטו פשוט געפאלן א קרבן צו מיין שלעכטע גיסטע, און כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף דיר,

מ'וועט נאך צוריקומען צו אייך, מיט א ריכטיגע פאנטאזיע בעז''ה, כ'האף איר זענט נישט ברוגז.

חבקוק האט געשריבן:איך שליקעץ...

א טאם האט איר שוין פרובירט?

אפאר שלינגע'ס קאלט וואסער קען אויך בייהילפיג זיין.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

חבקוק האט געשריבן:איך שליקעץ...

:lol:
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

עומד מן הצד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:נישט געפערליך
אזוי גייט עס אמאל אמאל געלונגט עס נישט

אבער מיר דארפן מכיר זיין די שווערע ארבעט פין הרב עומד'ל
נאך אלץ איז מען אין די פארברענגן אשכול....

הרב מומחה, ס'האט באמת גארנישט געהאט מיט אייך,

כ'בין נעכטן געווען אין די גיסטע פון באוואשן עפעס א פערציג יעריג'ס, וואס האט זיך זייער נישט מענטשליך אויפגעפירט צו אנדערע,

און ווי געשריבן צום סוף פונעם פאנטאזיע, ביסטו פשוט געפאלן א קרבן צו מיין שלעכטע גיסטע, און כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף דיר,

מ'וועט נאך צוריקומען צו אייך, מיט א ריכטיגע פאנטאזיע בעז''ה, כ'האף איר זענט נישט ברוגז.

ח''ו כ'בין נישט ברוגז בכלל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

זעמל רינדערצווייג האט געשריבן:וואוו!! יא אר אלמאסט טזיר..

איים סא עקסיידעט!

באמת נישט געטראכט פון שרייבן דיין פאנטאזיע יעצט, אבער זעמל'ע קען מען נישט לאזן ווארטן צו לאנג................

זעמל רינדעצווייג:

''פול אף לייף'', דאס זענען די ווערטער וואס האט זיך ווי פון זיך אליינס ארויסגעריסן, כאפענדיג א בליק אויף דעם קליינעם פרייליכער זעמל'ע, ער איז לאו דווקא געווען א ווילד קינד, וואס זיכט אנצודרייען, און פארלענדן אלעס וואס שטייט איהם אין וועג, אבער ער האט זיך מחי' געווען און געמאכט מטעמים מיט וואס נאר שייך, די פאר יאר וואס דער רבוש''ע האט איהם באשאנקן אויף די וועלט, איז איהם צו טייער געוועזן, אז ער זאל סתם זיצן ליידיג, נאר כל זמן די אייגעלעך זענען איהם אפען געווען, איז ער געווען אין פאר עקשאן, בכל מצב ובכל זמן,

די עלטערן האבן שוין געוואוסט, אז זעמל'ע דארף נישט קיין גרויסע זאכן, אביסעלע וואסער באלאנען מיט א גרויסע וואטער גאן, וועט מאכן די דזשאב מיט איהם, ( ווען זיי וואלטן אבער געוואוסט אז זעמל באהאלט זיך אונטער די ביימער, און איז מכבד יעדער זקן וואס גייט דורך, מיט א שפירץ פונקט אונעם סענטער פונעם פנים, וואלטן זיי עס קיינמאל נישט געקויפט.....)און אויב איז דאס אויך נישט געווען, האט זעמל'ע געטראפן זיין חיות אונעם נאטור, שפאצירט צווישן די ביימער, געפיטערט די פייגעלעך, אדער גאר האט ער גענומען א מיסיע צו אויסרייניגן די באמבע בינען פון די וועלט, און זיך ארומגעדרייעט שעות ארוכות, און וואונדערליך נאכשפיאנירט די מאכטפולע בינען, און זיי דערלאנגט דעם טויט'ן קלאפ, נאכ'ן אויסארבעטן די פונקטליכע מארד אקציע בעפאר מיט עטליכע חברים, מיטגלידער פונעם ספעציעלן קאמיטע וואס זעמל האט אויפגעשטעלט,

און דאס אז זעמל'ע האט געהאט אונדערהיים גאנצעטע קאנטעינער'ס מיט סאלעמענדער'ס/פרעש/היישעריק וכדו', און זיך אפגעגעבן מיט זיי מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, און געבויעט ספעציעלע געביידע'ס מיט די קליינע העלצלעך (וויאזוי רופט מען עס נאר??), און גאר מסביר געווען פאר די חבדים ווי א גאנצער מבין, אז די פראש איז זיך ממש מחי' דא, ווערנדיג פון איין מינוט אויפן צווייטן א גאנצער חיות מבין, דאס דארף מען אפילו נישט מסביר זיין,

ער איז זייער א פלינקער, ער איז געווען פון די סארט קינדער, וואס האבן גע'חלש'ט אז די מלמד זאל זיי מכבד זיין מיט שליחות'ער, און זיך כסדר אנגעטראגן צו עסקנ'ענען לטובת הציבור, און די מלמדים/מנהלים, האבן זיך טאקע שיין געלאזט באדינען פון איהם, וואוסענדיג אז די זיץ פלייש זיינער, הייבט איהם אן ברענען נאך עטליכע מינוט וואס מ'לייגט דרוק דערויף, און ס'איז פשוט געזונט פאר איהם אז מ'קיפט איהם ביזי,

די קינדער יאר'ן זענען גאנץ פיין אדורך, אבער ווערנדיג עלטער, האט דאס נישט קענען איינזיצן איהם אנגעהויבן היפש שטערן, ער האט נישט געהאט קיין געדולד זיך מעמיק צו זיין אין א שטיקעלע גמרא, ער האט טאקע געהאט גאנץ א פיין קעפל, אבער פארט נישט די בעסטע קאפ, ער וואלט געקענט באשטיין צו קענען און פארשטיין גאנצעטע שטיקער רשב''א וריטב''א, מיט'ן בלויזן דורכליינען בערך'דיג די סוגיא, אבער זעמל'ע טייערער ס'גייט נישט אזוי, חכז''ל האבן אונז געלערנט, ''לא יגעתי ומצאתי אל תאמין'', מ'ברויך זיך ממית זיין אויף די תוה''ק, ותורה שלמדתי באף וכו',

ער האט טאקע אייביג געהאט זיינע זיסע קאמאנטארן והערות, וואס מ'וואלט געקענט פיין שמייכלען, אבער זעהט אויס ער האט נישט גענוג מתפלל געווען ביים רבוש''ע ביים זאגן יעדן טאג ביי ברכהמ''ז דעם ''ונמצא חן ושכל טוב וכו''', זיין זיסע שפראך האט עפעס נישט קולט געווען ביי זיינע חברים, מ'האט איהם נישט אנערקענט געהעריג, ווען זעמל איז צוגעקומען צו א קיפקע מיט זיין זיסער שמייכל'ע, גרייט צו זאגן זיינע מליצות און געשמאקע הערות, האט זיך עפעס דערקענט אזוינע שטילע בליקן צווישן עולם, און צוביסלעך איינס נאך איינס, איז זיך יעדער צוגאנגען, לאזנדיג זעמל מיט די צונג אינדרויסן, און די שטיקעדיגע טרערן פון אינעווייניג,

אבער געלויבט גאט, אז ביי משפחת רינדעצווייג הערשט א געוואלדיגע מנוחה ושלווה, וואס דאס האט איהם אלץ מחזק געווען, און ער האט געוואוסט, אז אונדערהיים וועט איהם יעדער פארגינען דעם שמייכעל'ע, און מ'וועט איהם געבן דעם געפיל וואס קומט זיך איהם ערליך, און ווי אויך האט ער זיך געטראפן דעם רואיג ווינקל המכונה בשם ''אייוועלט'', וואס דארט טרעפט ער זיך מיט חבקוק ובניו, וואס נעמען איהם שיין אויף, און רעדן מיט איהם די שפראך וואס ער וואלט אלץ געוואלט הערן, און פיינעלי האט ער א פלאץ ווי ער קען זיך ריכטיג ארויסגעבן זיינע טאלאנטע'ן, און מ'פריי מיר זיך טאקע צו זעהן, ווי דאס פארוועלקט בלומעל'ע וואקסט אזוי שיין צוריק.

אויסזעהן:

אין די נידריגע צוואנציגער יאר'ן, היפש א הויעכער מאגערער געשטעל, ער שמעקט נאך פון די שנה ראשונה שמעק, אז די ד' אמות ארום איהם דערשפירט מען שוין זיין אנוועזנהייט, ברוינע היפש געדרייעטע פיאות, זיינע בגדים וועלן איהם זיין דער פונקטליכער סייז, אז מ'וועט דערקענען יעדעס מאל וואס ער נעמט צו פינעף פונט, און ווי אויך וועט ער שטארק מקפיד זיין אז די קאפל זאל נישט זיין אפי' א משהו צו גרויס, ער וועט ענדערש קויפן א סייז קלענער, אויב איז ער מסופק, און דאס זעלבע מערכה וועט ער האבן ביי די ציצית, וויבאלד ער רעדט זיך איין, אז אזוי וועט מען איהם מער עקסעפטן צווישן עולם.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

;l;p- איך מוז זאגן אז די אנאליז אויף חבקוק.. איך מיין צוזאגן מתיא.. סארי וואס רעד איך דא?! אה, זעמל. איז עפעס געוואלדיג
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
זעמל רינדערצווייג
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:35 pm
לאקאציע: אויפן בוים

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל רינדערצווייג »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :oops: :oops: :oops: :oops:

עומד'ל, דו ביסט טאטאל פאריקט..

נישט געגלייבט דו גייסט עס אזוי ארויס האבן...

איך וועל באלד אריינקומען מיט א באריכט.
האסט שוין אריין געווארפען עפעס פאר וויכי? טראסקע שוין אריין!

https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

@עומד... איך געב דיר רשות צו גיין פול פארס... (כאילו דו פרעגסט מיך..) די גאנצע וואס ליגט ביי דיר אין קאפ.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

עומד מן הצד האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:איך שליקעץ...

אטאם האט איר שוין פרובירט?

אפאר שלינגע'ס קאלט וואסער קען אויך בייהילפיג זיין.

אטאם? ס'קען זיין א גרויסע סכנה דאכצעך.

בכלל וואוין איך נישט אין איראן.

עמער זען וואס איך וועל למעשה טון דערפאר. שקויעך פארן פרובירן העלפן.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

יעצט גענדיגט ליינען די אנאליז אויף זעמל. יוש ביסטו גוט....

ער פארטיליגט באמבע בינען און האדעוועט היישעריק... :lol: נישט קיין וואונדער ער פארשטייציך מיט מתיא...

איך קעניש זעמל פערזענליך, איך מיין צו זאגן אז איך קען אים זייער גוט, און ס'גאר גוט צוגעטראפן! פונקטליך אקוראט אויפן האר פונעם תפלין בייטל!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

;l;p-
פארפאלן אידישע טאלאנט איס זטיל די בעסט

ביידיוועי איינער האט שוין פראפילירט עומד'ל?
#מירפאנטאזירן
יואלי פערל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:נישט געפערליך
אזוי גייט עס אמאל אמאל געלונגט עס נישט

אבער מיר דארפן מכיר זיין די שווערע ארבעט פין הרב עומד'ל
נאך אלץ איז מען אין די פארברענגן אשכול....

הרב מומחה, ס'האט באמת גארנישט געהאט מיט אייך,

כ'בין נעכטן געווען אין די גיסטע פון באוואשן עפעס א פערציג יעריג'ס, וואס האט זיך זייער נישט מענטשליך אויפגעפירט צו אנדערע,

און ווי געשריבן צום סוף פונעם פאנטאזיע, ביסטו פשוט געפאלן א קרבן צו מיין שלעכטע גיסטע, און כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף דיר,

מ'וועט נאך צוריקומען צו אייך, מיט א ריכטיגע פאנטאזיע בעז''ה, כ'האף איר זענט נישט ברוגז.

ח''ו כ'בין נישט ברוגז בכלל

ווען גייט מען צוריק קומען צו מיר?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

מומחה יוחס האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:נישט געפערליך
אזוי גייט עס אמאל אמאל געלונגט עס נישט

אבער מיר דארפן מכיר זיין די שווערע ארבעט פין הרב עומד'ל
נאך אלץ איז מען אין די פארברענגן אשכול....

הרב מומחה, ס'האט באמת גארנישט געהאט מיט אייך,

כ'בין נעכטן געווען אין די גיסטע פון באוואשן עפעס א פערציג יעריג'ס, וואס האט זיך זייער נישט מענטשליך אויפגעפירט צו אנדערע,

און ווי געשריבן צום סוף פונעם פאנטאזיע, ביסטו פשוט געפאלן א קרבן צו מיין שלעכטע גיסטע, און כ'האב עס ארויפגעלייגט אויף דיר,

מ'וועט נאך צוריקומען צו אייך, מיט א ריכטיגע פאנטאזיע בעז''ה, כ'האף איר זענט נישט ברוגז.

ח''ו כ'בין נישט ברוגז בכלל

ווען גייט מען צוריק קומען צו מיר?

כ'האף צו האבן דעם פאנטאזיע נאך היינט, שפעטער אין טאג בעז''ה.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

שפיצער האט געשריבן:;l;p-
פארפאלן אידישע טאלאנט איס זטיל די בעסט

ביידיוועי איינער האט שוין פראפילירט עומד'ל?
#מירפאנטאזירן

כ'מיין ער וועט זיך מוזן אליין פאנטאזירן
אוועטאר
זעמל רינדערצווייג
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 2:35 pm
לאקאציע: אויפן בוים

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל רינדערצווייג »

עומד מן הצד האט געשריבן:באמת נישט געטראכט פון שרייבן דיין פאנטאזיע יעצט, אבער זעמל'ע קען מען נישט לאזן ווארטן צו לאנג שכח................

זעמל רינדעצווייג:

''פול אף לייף'', דאס זענען די ווערטער וואס האט זיך ווי פון זיך אליינס ארויסגעריסן, כאפענדיג א בליק אויף דעם קליינעם פרייליכער זעמל'ע, ער איז לאו דווקא געווען א ווילד קינד, וואס זיכט אנצודרייען, און פארלענדן אלעס וואס שטייט איהם אין וועג, אבער ער האט זיך מחי' געווען און געמאכט מטעמים מיט וואס נאר שייך, די פאר יאר וואס דער רבוש''ע האט איהם באשאנקן אויף די וועלט, איז איהם צו טייער געוועזן, אז ער זאל סתם זיצן ליידיג, נאר כל זמן די אייגעלעך זענען איהם אפען געווען, איז ער געווען אין פאר עקשאן, בכל מצב ובכל זמן,גענאגעלט

די עלטערן האבן שוין געוואוסט, אז זעמל'ע דארף נישט קיין גרויסע זאכן, אביסעלע וואסער באלאנען מיט א גרויסע וואטער גאן, וועט מאכן די דזשאב מיט איהם, ( ווען זיי וואלטן אבער געוואוסט אז זעמל באהאלט זיך אונטער די ביימער, און איז מכבד יעדער זקן וואס גייט דורך, מיט א שפירץ פונקט אונעם סענטער פונעם פנים, וואלטן זיי עס קיינמאל נישט געקויפט.....)און אויב איז דאס אויך נישט געווען, האט זעמל'ע געטראפן זיין חיות אונעם נאטור, שפאצירט צווישן די ביימער, געפיטערט די פייגעלעך, אדער גאר האט ער גענומען א מיסיע צו אויסרייניגן די באמבע בינען פון די וועלט, און זיך ארומגעדרייעט שעות ארוכות, און וואונדערליך נאכשפיאנירט די מאכטפולע בינען, און זיי דערלאנגט דעם טויט'ן קלאפ, נאכ'ן אויסארבעטן די פונקטליכע מארד אקציע בעפאר מיט עטליכע חברים, מיטגלידער פונעם ספעציעלן קאמיטע וואס זעמל האט אויפגעשטעלט,

און דאס אז זעמל'ע האט געהאט אונדערהיים גאנצעטע קאנטעינער'ס מיט סאלעמענדער'ס/פרעש/היישעריק וכדו', און זיך אפגעגעבן מיט זיי מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, און געבויעט ספעציעלע געביידע'ס מיט די קליינע העלצלעך (וויאזוי רופט מען עס נאר??), און גאר מסביר געווען פאר די חבדים ווי א גאנצער מבין, אז די פראש איז זיך ממש מחי' דא, ווערנדיג פון איין מינוט אויפן צווייטן א גאנצער חיות מבין, דאס דארף מען אפילו נישט מסביר זיין,
נישט דווקא מיט דעי משלים, אבער די נמשל איז וואר..

ער איז זייער א פלינקער, ער איז געווען פון די סארט קינדער, וואס האבן גע'חלש'ט אז די מלמד זאל זיי מכבד זיין מיט שליחות'ער, ;l;p- און זיך כסדר אנגעטראגן צו עסקנ'ענען לטובת הציבור, און די מלמדים/מנהלים, האבן זיך טאקע שיין געלאזט באדינען פון איהם הלוואי, וואוסענדיג אז די זיץ פלייש זיינער, הייבט איהם אן ברענען נאך עטליכע מינוט וואס מ'לייגט דרוק דערויף, און ס'איז פשוט געזונט פאר איהם אז מ'קיפט איהם ביזי, ;l;p-

די קינדער יאר'ן זענען גאנץ פיין אדורך, אבער ווערנדיג עלטער, האט דאס נישט קענען איינזיצן איהם אנגעהויבן היפש שטערן, ער האט נישט געהאט קיין געדולד זיך מעמיק צו זיין אין א שטיקעלע גמרא, ער האט טאקע געהאט גאנץ א פיין קעפל, אבער פארט נישט די בעסטע קאפ די מגיד שיעורים האבן געטענהט פון די בעסטע, ער וואלט געקענט באשטיין צו קענען און פארשטיין גאנצעטע שטיקער רשב''א וריטב''א, מיט'ן בלויזן דורכליינען בערך'דיג די סוגיא, ;l;p- אבער זעמל'ע טייערער ס'גייט נישט אזוי, חכז''ל האבן אונז געלערנט, ''לא יגעתי ומצאתי אל תאמין'', מ'ברויך זיך ממית זיין אויף די תוה''ק, ותורה שלמדתי באף וכו',
ער ווערט מיר א מוסר זאגער...

ער האט טאקע אייביג געהאט זיינע זיסע קאמאנטארן והערות, וואס מ'וואלט געקענט פיין שמייכלען, אבער זעהט אויס ער האט נישט גענוג מתפלל געווען ביים רבוש''ע ביים זאגן יעדן טאג ביי ברכהמ''ז דעם ''ונמצא חן ושכל טוב וכו''', זיין זיסע שפראך האט עפעס נישט קולט געווען ביי זיינע חברים, מ'האט איהם נישט אנערקענט געהעריג, ווען זעמל איז צוגעקומען צו א קיפקע מיט זיין זיסער שמייכל'ע, גרייט צו זאגן זיינע מליצות און געשמאקע הערות, האט זיך עפעס דערקענט אזוינע שטילע בליקן צווישן עולם, און צוביסלעך איינס נאך איינס, איז זיך יעדער צוגאנגען, לאזנדיג זעמל מיט די צונג אינדרויסן, און די שטיקעדיגע טרערן פון אינעווייניג,
כ'מיין די עולם איז קיינמאל אוועקגעגאנגען.. אבער אויך נישט ספעציעל געלאכט..

אבער געלויבט גאט, אז ביי משפחת רינדעצווייג הערשט א געוואלדיגע מנוחה ושלווה, וואס דאס האט איהם אלץ מחזק געווען, און ער האט געוואוסט, אז אונדערהיים וועט איהם יעדער פארגינען דעם שמייכעל'ע, און מ'וועט איהם געבן דעם געפיל וואס קומט זיך איהם ערליך ;l;p- , און ווי אויך האט ער זיך געטראפן דעם רואיג ווינקל המכונה בשם ''אייוועלט'', וואס דארט טרעפט ער זיך מיט חבקוק ובניו, וואס נעמען איהם שיין אויף, און רעדן מיט איהם די שפראך וואס ער וואלט אלץ געוואלט הערן, און פיינעלי האט ער א פלאץ ווי ער קען זיך ריכטיג ארויסגעבן זיינע טאלאנטע'ן ;l;p- , און מ'פריי מיר זיך טאקע צו זעהן, ווי דאס פארוועלקט בלומעל'ע וואקסט אזוי שיין צוריק.

אויסזעהן:

אין די נידריגע צוואנציגער יאר'ן ;l;p- , היפש א הויעכער מאגערער געשטעל, נישט הויעך נישט נידריג ער שמעקט נאך פון די שנה ראשונה שמעק נישט ממש, אבער אויך נישט ווייט.., אז די ד' אמות ארום איהם דערשפירט מען שוין זיין אנוועזנהייט, ברוינע היפש געדרייעטע פיאות ;l;p- , זיינע בגדים וועלן איהם זיין דער פונקטליכער סייז, אז מ'וועט דערקענען יעדעס מאל וואס ער נעמט צו פינעף פונט, און ווי אויך וועט ער שטארק מקפיד זיין אז די קאפל זאל נישט זיין אפי' א משהו צו גרויס, ער וועט ענדערש קויפן א סייז קלענער, אויב איז ער מסופק, און דאס זעלבע מערכה וועט ער האבן ביי די ציצית, וויבאלד ער רעדט זיך איין, אז אזוי וועט מען איהם מער עקסעפטן צווישן עולם. נישט ממש...

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס.
גארנישט קיין פאנטאזיעס..

כ'מיין כ'האב שוין געזאגט צו סאך, מיין אישי איז אפען...
האסט שוין אריין געווארפען עפעס פאר וויכי? טראסקע שוין אריין!

https://www.dryveup.com/tzedek/132
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

מומחה יוחס האט געשריבן:נישט געפערליך
אזוי גייט עס אמאל אמאל געלונגט עס נישט

אבער מיר דארפן מכיר זיין די שווערע ארבעט פין הרב עומד'ל
נאך אלץ איז מען אין די פארברענגן אשכול....

און דאס מאל וועט עס יא געלונגען, ווער ווייסט?..................

מומחה יוחס:

א וואויל אינגעל געוועזן, זיין באשיידן צורה האט מעיד געווען, אז ער האט נאכנישט געטשעפעט א פליג אויפן וואנט, זיך געלעבט אין זיינע ד' אמות, און קיינמאל נישט פארלאנגט גארנישט, אבער ער האט זיך שטארק געפרייעט ווען איינער איז געקומען שמועסן מיט איהם, און איהם אנערקענט אלץ מענטש צווישן מענטשן, וואוסענדיג וויאזוי ס'פילט זיך צו זיין איינזאם אליין, האט ער פרובירט זיך צושארן צו אנדערע קינדער אין זיין מצב, און פרובירט מאכן קשר מיט זיי, ס'געווען אינטערסאנט צוצוקוקן דעם מחזה, ווי צווי בא'חנ'ט קינדערלעך שפאצירן זיך אין חדר הויף, און פרובירן זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן, בשעת די אנדערע קינדער לויפן זארגלאז ארום אין הויף און זענען מקיים דעם שמח בחור בילדותך, זענען זיי שוין אבער געווען פארנומען מיט ''איש את רעהו יעזורו וכו',

נישט אז ס'האט איהם עפעס געפעלט, נאר פארקערט, ער האט דירעקט געהאט א גאלדענע הארץ, און ספעציעל גוטע מידות, אבער ער האט פשוט נישט געמאכט דעם רושם וואס דערשרעקט, און צווינגט ארויף א פריינדשאפט, און ווי אויך איז ער נישט געקומען פון עפעס א ספעציעל ארויפגעקוקטע פאמיליע, און זייענדיג אזוי שטיל און צוריקגעצויגן, איז ער אריין אין אזא מצב, וואס מ'האט נישט צופיל געקוקט אויף זיין זייט, אבער די טיכטיגע חברה אין כתה, האבן גוט געוואוסט וויאזוי איהם אויסצוניצן, מ'האט זיכער געמאכט ארויסצושנארן פון איהם די גאנצע ריסעס, וואס ער האט אוועקגעגעבן מיט'ן גאנצן הארץ, און צוגעלייגט א שטילע בקשה דערביי צום רבוש''ע, אז דאס זאל איהם העלפן זיך בעסער איינגלידערן צווישן עולם, אבער יענע חברה, האבן פונקטליך געוואוסט וואס זיי ווילן, די סעקונדע מ'האט שוין נישט געקענט האבן א טובת הנאה פון איהם, האט מען איהם צוריקגעווארפן למקומו הקבוע, דארט מן הצד,

ער האט נישט געהאט די בעסטע קאפ, ס'איז איהם גאנץ שווער אנגעקומען דאס פארשטיין א שטיקעלע גמרא, און בכלל, האט ער זיך געמיטשעט מיט יעדע נייע זאך וואס מ'האט געלערנט אין חדר צו זאל עס זיין ענגליש/רעכענען א.א.וו., אבער זייענדיג א שטארק תמימות'דיגער, האט ער נישט געשפארט קיינע תפילות צום רבוש''ע בכל עת ועידן, און אפי' צוגעלייגט אפאר הייסע טרערעלעך צום רבוש''ע אויב האט זיך אויסגעפעלט, ובפרט ביים זאגן אזעלכע פסוקים ווי ''והאר עינינו בתורתך'' ''הוא יפתח ליבנו בתורתו'',

ער איז בטבע זייער א רואיגער, וואס וועט נישט דערהייבן קיין פרעשור אין קיין שום זמן, און ווי אויך וועט זיין וועג פון רעדן זיין אויף א שטייטע רואיגע איינגעהאלטענער מהלך, וואס וועט צושפרייטן א געוויסע מנוחה ושלוה ארום איהם, אבער צומאל, וועט עס קענען היפש נערווירן אויכעט, ווען ער וועט אריינשפאצירן אונעם משמש שטיבל עש'ק קרוב לזמן הדלקה''נ וועט די שמועס צווישן איהם אונעם פארנומענעם משמש צוגיין בערך אזוי:

מומחה: ''א גוטן ערב שבת'' ( בשעת ווען ער וועט געבן א לייכטער שאקל מיט'ן גוף, וואס איז ווי א צייכן, אז דער בחור איז העיר טא סטעי )

משמש: ( נישט אין די גיסטע יעצט פון קיין פארצויגענע שמועסן, אבער וועט געבן א שנעלע בליק אין ריכטונג פונעם גאסט, און זאגן: ) ''א גוטן ע''ש פאר אייך אויך, וואס קענעך אייך העלפן?''

מומחה: ''פאריגע וואך'' ( דא וועט ער שטיל בלייבן פאר אפאר סעקונדע'ס און ווארטן צו באקומען דעם פולן אויפמערקזאמקייט פונעם משמש, איידער ער הייבט אן מיט זיינע שטורימישע געשיכטע'ס ) האסטו מיך געגעבן עפעס א וויין'' ( און וועט בלייבן שטיין מיט אן איינגעקנייטשט שטערן, און זיך פרובירן צו דערמאנען דעטאלן ארום יענעם וויין, )

משמש: ( דער משמש זעהנדיג אז דער איד האט גאר אסאך צייט, און דער שבת רוקט זיך אונטער, געט איהם אזא האק איבער: ) ''איר מיינט דעם פראנצויזישער קאבארנעי?''

מומחה: ( וועט געבן אזא לייכטער שמייכל מיט א קענטיגער הנאה, און זאגן: ) ''יא, יא, דאס מיינעך טאקע, כ'זעה די האסט אינזין דיינע קאסטומער'ס, א שיינע זאך'' ( דא וועט זיך די שמייכל צוברייטערן, און ר' מומחה וועט אריינקוקן גראד אין די אויגן פונעם משמש ערווארטענדיג א רעספאנס אויף זיין קאמפלימענט, )

משמש: ( זעהנדיג אז ס'ווערט שפעט, וועט ער זיך מאכן ווי ער הערט נישט דעם קאמפלימענט און וועט פארלאנגען פון ר' מומחה מיט קלארע ווערטער: ) ''וואס איז מיט די וויין פון פארגאנגענע וואך?, ''צו וואס האט איר געוואלט צוקומען?''

מומחה: ( האט נישט ליב זיך אנצולייגן אויף די מענטשהייט, און וועט שנעל כאפן דעם מעסעדזש, און וועט זאגן: ) ''אה.... גארנישט, ס'איז זייער פיין געוועזן''

בקיצור, ער איז געבענטשט מיט אן איבערפלוס פון רואיגקייט, וואס וועט זיך ארויסגיסן פון איהם צו יעדע צייט,

ער פארמאגט גאר א ווייעך הארץ, מיט שטארקע הרגשים, און היפש תמימות'דיג איז ער אויך, די סעודת שב''ק זיינע, וועלן זיך קענען פארציען ביז קרוב לחצות, אנגעהויבן ביי די ווארימע קה אכסוף און געענדיגט מיט די פייערדיגע לעבעדיגע מעין עולם הבא ניגונים, ווען במשך דעם גאנצן סעודה וועט זיך דערקענען א ברען אויף זיין פנים, פון וואס די קינדער וועלן זיכער רעדן ביים הספד לאחר מאה ועשרים,

ער האט נישט מורא צו הערן און מקבל זיין פון אינגעלייט וואס זענען פיל אינגער פון איהם, פארשטייט זיך, נאר אויב יענער רעדט צום דבר, און וועט נאך ענטפערן זיין חבר וואס וועט איהם פארהאלטן דערויף מיט א טענה ''די לאזט דיך פירן פון יעדע שמאק וואס דערקלערט זיך דיין?'' וועט ר' מומחה ענטפערן ''וואס הייסט, מ'ווייס מיר דאך קבל את האמת ממי שאומרו, נישט אזוי?''

אבער אויב וועט דער יעניגער אינגער תלמיד חכם פרובירן זאגן אנדערש ווי מ'האט איהם אויסגעלערנט און אויפגעצויגן ( זאג נאר, איר זענט אפשר א קלויזענבורג'ער?, אזוי דאכט זיך מיר) וועט ער זיכער מאכן אז ער און זיינע קינדער הערן נישט יענעם, און וועט זיך ערלויבן צו בארעדן און בא'טיטלען יענעם מיט פארשידענע לשונות של גנאי, ווען נאר אימער ס'וועט זיך איהם מאכן א געלעגנהייט,

אויסזעהן:

נידריגע פערציגער, גאנץ הויעכער געשטעל, א פולער געפאקטער קנאבל בארד, וואס ווערט צוזאמגענומען מיט אן איידעלקייט און מתינות יעדן צופרי מיט פארשידענע פאנטענטישע המצאות, ס'זאל בלייבן פארקנאבלט פאר'ן טאג, די מיטעלסטע חלק פונעם בארד, הייבט מען שוין אן דערקענען די ווייסע האר, וואס מאכן זיך גרייט איבערצונעמען דעם צורה, און פארוואנדלען אין א ריכטיגער זקן, ער וועט פרובירן גיין כסדר מיט'ן הוט אויפן קאפ און מיט א צוגעמאכט רעקל, אבער ער וועט זיך נישט שטעלן דערויף, בקיצור, גארנישט ביי איהם איז א מאסט, אחוץ לערנען, דאווענען, און די ד' חלקי שו''ע.

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

איך קען נישט מומחה, אבער די דעסקריפציע שטימט היבש מיט מיין דעסקריפציע וואס איך האב אין קאפ אויף מומחה
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

עומד מן הצד האט געשריבן: די סעקונדע מ'האט שוין נישט געקענט האבן א טובת הנאה פון איהם, האט מען איהם צוריקגעווארפן למקומו הקבוע, דארט מן הצד,

עריז גאר א קרוב דיינער?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

אוראייניקל האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן: די סעקונדע מ'האט שוין נישט געקענט האבן א טובת הנאה פון איהם, האט מען איהם צוריקגעווארפן למקומו הקבוע, דארט מן הצד,

עריז גאר א קרוב דיינער?

:lol: :lol:

גראדע טרעף איך זיך אין דעם שורה, ס'געווען זמנים בימי ילדותו וואס מ'האט זיך אויפגעפירט צו מיר אזוי.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

בעסער אזוי האט געשריבן:איך קען נישט מומחה, אבער די דעסקריפציע שטימט היבש מיט מיין דעסקריפציע וואס איך האב אין קאפ אויף מומחה
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

שפיצער האט געשריבן:;l;p-
פארפאלן אידישע טאלאנט איס זטיל די בעסט

ביידיוועי איינער האט שוין פראפילירט עומד'ל?
#מירפאנטאזירן

יא, אפאר האבן מיר שוין פאנטאזירט,

דאס לעצטע איז טאקע אין דעם אשכול, עטליכע בלעטער צוריק, ווי @און שוין! האט אראפגעלייגט א פאנטאזיע צום שטוינען.

@בעסער אזוי, האט גאר א רייכע געשמאקע פאנטאזיע אין די 'ניק'ס פראפייל אין פאנטאזיע'' אשכול,

די איבעריגע געדענק איך שוין נישט ווי ס'ליגט.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: @עומד מן הצד'ס ניקים פראפייל - פאנטאזיע ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

נעקסט אן דע ליין איז ''יש לו מנה''

מיר פאנטאזירן, אז ס'גייט א רויעך (פונעם ציגרעטל)................
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”