100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

א ביזנעסמאן האט לעצטנס פארציילט וויאזוי ער דיעלט מיט סטרעס.

ער שרייבט אן ארטיקל מיט פונקטליך 100 ווערטער, דאס שטרענגט אן זיין מח זיך אריינצולייגן סיי אינעם עצם ארטיקל און סיי מיטן זיכער מאכן אז עס האט טאקע פונקטליך 100 ווערטער, און ווען ער ענדיגט שפירט ער זוך אויסגערוט.

למען הצלחת הענין זאל מען נישט שרייבן קיין תגובות סתם אין די וועלט אריין, פאר דעם איז דא גענוג אנדערע אשכולות, דא זאל מען נאר שרייבן ארטיקלען, מעשיות, שיינע געדאנקען וכו' ווי אויך זאל מען שרייבן אויף א וועג וואס זאל זיך ליינען געשמאק אז אויך דער ליינער זאל הנאה האבן.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אוי, לאמעכאפ!
100 ווערטער? וויאזוי ווילסטו איך זאל יעצט שטיין און ציילן מיינע ווערטער? הא?
נישט געניג איך בין אווערסטרעססד מיט ארבייט איבערן קאפ, חובות, חברותות, אפגעלאפענע וואראנטיס אויף מיין ווהיקל, ובנוסף איז נאך מיין סאשעל סעקיורעטי אפגעלאפן, און טובי' מאיר ניימאן האט אויסגעפינען מיין סעלנאמבער, ווילסטו נאך איך זאך שטיין און ציילן פינקטליך 100 ווערטער? פארוואס פאר ווי און פארווען???
אמין אומפאראנטווארטליכע פארלאנג פון א פארפלאגט ארבייטער!
איך זאל זיך שטעלן ציילן 100 ווערטער??? זאג מיר איין נארמאלע סיבה איך זאל יעצט שטיין און ציילן ווערטער!
וואס וואלט דיך געשטערט ווען איך זאל ווען ציילן די 100 ווערטער זיצעדיג?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זאג נאר דאס האסטו געליינט אין די עמי, אדער אין די נייע הונדערט אויסגאבע?
לויט ווי ס'האט מיר אויסגעקוקט האבן זיי אריינגעלייגט וואס ס'האט נאר דאס מינדנסטע שייכות מיטן ווארט הונדערט, ווי קאן זיין אז דער זאך האבן זיי פארגעסן?!

בקיצור בין איך געבליבן סטאק ביי פערציג ווערטער.

מיינסט איך בין דיין נאר, זיין סטרעסט וואס צו שרייבן דא?!
איך פרעג דיר נישט און איך שיק מיין תגובה מיט וויפיל ווערטער ס'האט און ס'גייט מיר נישט אן.

קענסט דיר הענגען אויף א צוקער שטריק.

וואאאאאס?! נאכאלץ נישט הונדערט ווערטער?! כ'פלאץ!! וואס נאך קען איך דא שרייבן? עני העלפ פליז? איינער?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

גברא דקפדנא האט געשריבן:https://wordcounter.net/

די ערשטע זאך מען זאל קענען דא פארלירן די סטרעס דארפסטו קודם ארויסגיין פון דא.

דיין ניק מיט דיין אנגעבלאזענע געסטרעסטע פרצוף געט נישט צופיל צו פאר די רואיגקייט...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

היינט אינדערפרי ביים אריינטרעטן אין די הייסע בור האב איך געשפירט שטעכערס, נישט אין די פיס נאר אויף מיין ריקן.. פון פנחס'ס שפיזיגע אויגן אפלען.. איך האב געוויסט אז היינט וועל איך פון דעם בור נישט אזוי שנעל ארויסגיין און אפשר שוין קיינמאל!, נאך דעם שוידערליכן סצענע נעכטן אינמיטן שמונה עשרה ווען איך האב זיך געוואגט צו שישקענען אויף פנחס'נען וואס ברימט אן א גרעניץ אריבער אלע גרעניצן,
אין א אויגן בליק האב איך זיך געפינען שטיין קעגן דעם רויטן פנחס'ן ווען ער קוקט אויף מיר שארף, ווען מיט זיינע ברייטע פויסטן שטיפט ער אוועק די הייליגע מקוה וואסער פון זיך, זיינע אויגן ברעמען הייבן זיך מיט צארן און זיינע אויגן ווערן גרעסער און אראנדזשער. די וואסער ווייבערעיט מיט קראפט פון דעם איינגעקניידלטע בלאשי אינגערמאן וואס שטייט ביים שאטן פון טויט! איך האב געווארט אויפן נס חוץ מדרך הסטעפס וואס פנחס האט עניוועי געבלאקט.. ווען פ ל י צ ל י נ ג! "בינעך אנגעקומען צו הינדערט ווערטער!"
ישועת ה' כהרף עין!.
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

חבקוק האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:https://wordcounter.net/

די ערשטע זאך מען זאל קענען דא פארלירן די סטרעס דארפסטו קודם ארויסגיין פון דא.

דיין ניק מיט דיין אנגעבלאזענע געסטרעסטע פרצוף געט נישט צופיל צו פאר די רואיגקייט...

אזוי האט אויסגעזעהן פנחס'נען #דזשסאט פאר די אימעדזשינעישן
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

א קליינע וועלט! האט געשריבן:

מהיכא תיתי? ער איז זיכער געלאפן מיט א שמחה של מצווה מקיים זיין דעם רצון ה’
(חוץ אויב דו ווייסט אנדערש פון א מקור)
לינק?
אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע: אלל אווער די פלעיס....

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

אוקעי.

איינמאל איז געווען א קעניג, אבער נישט סתם א קעניג, א מעכטיגע גרויסע קעניג. און נישט נאר דאס, ער האט אויך געהאט גרויסע שנארצן -א רגע.

פיר, אכט, צוועלעף, פיפצן.
- אקעי דעסיז ניש פאר מיר.....
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

הונדערט אנדערע איטערסאנטע אויסגאבעס קומען די וואך ארויס פאר דער איד. פונעם מאמענט וואס ער נעמט א בלאט אין דער הענט אין געבט א בליק דערויף, קען ער זיך פארזינקן אין דעם צייטונג צוזאמען מיט די גאנצע פאמיליע אדער משפחה, ביז דער גלאק געבט א קלינג.דאס איז מיין פאלק, עמי! זיין האבן ליב דעם שריפט, דאס איז איינע פון זייערע יסודות און מעלות!
איך וויל (ה)מדיע זיין, פאר אלע (ב)חצרות, אז אויב האב איך ענק אויסגעלאזט איז עס נישט געווען בכוונה. איך וואלט מיר בעצם ניטאמאל אנטשולדיגט, אבער איך האב פשוט נאך נישט געהאלטן ביי הונדערט ווערטער!
זייט אלע געזונט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מאנסי'ייט האט געשריבן:הונדערט אנדערע איטערסאנטע אויסגאבעס קומען די וואך ארויס פאר דער איד. פונעם מאמענט וואס ער נעמט א בלאט אין דער הענט אין געבט א בליק דערויף, קען ער זיך פארזינקן אין דעם צייטונג צוזאמען מיט די גאנצע פאמיליע אדער משפחה, ביז דער גלאק געבט א קלינג.דאס איז מיין פאלק, עמי! זיין האבן ליב דעם שריפט, דאס איז איינע פון זייערע יסודות און מעלות!
איך וויל (ה)מדיע זיין, פאר אלע (ב)חצרות, אז אויב האב איך ענק אויסגעלאזט איז עס נישט געווען בכוונה. איך וואלט מיר בעצם ניטאמאל אנטשולדיגט, אבער איך האב פשוט נאך נישט געהאלטן ביי הונדערט ווערטער!
זייט אלע געזונט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
כ’וואלט געוואלט לייגן נאר א ;l;p- כווייס אבער נישט אויב ס’איז אין איינקלאנג ניט די תקנות האשכול, וועמען צו פרעגן האב איך נישט, און אזוי אויך וויל איך נישט ארויסגיין און צוריק קומען, ווייל כ’וועל פארלירן די פאר וואס איך האב שוין געשריבן

געטס מיר א מינוט לאמיר ציילן ביז דא....

אקעי מ’האלט אויף א וועג.
איין זאך איז זיכער אז מ’שפירט אסאך רואיגער שוין בשעת’ן שרייבן ס’קען זיין אז אויב בשעת’ן שרייבן יעדע ווארט האלט מען חשבון וויפעלטע ס’איז פאדערט עס מער קאנציטראציע, און אויטאמאטיש בארואיגט עס שנעלער
שוין כ’האגעמיינט אז

#סארי איי ריטשט מיי גאול אללרעדי
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא ;l;p- איך בין חבקוק און ;l;p-
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

WOW!! אזא ריליעף!

איך פיל מיך ממש ווי א נייע מענטש!

גיי מיר גיין עסן טונא.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

קאפעלע האט געשריבן:
א קליינע וועלט! האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:https://wordcounter.net/

די ערשטע זאך מען זאל קענען דא פארלירן די סטרעס דארפסטו קודם ארויסגיין פון דא.

דיין ניק מיט דיין אנגעבלאזענע געסטרעסטע פרצוף געט נישט צופיל צו פאר די רואיגקייט...

אזוי האט אויסגעזעהן פנחס'נען #דזשסאט פאר די אימעדזשינעישן

מהיכא תיתי? ער איז זיכער געלאפן מיט א שמחה של מצווה מקיים זיין דעם רצון ה’
(חוץ אויב דו ווייסט אנדערש פון א מקור)

איך רעד נישט פון דעי פנחס'נען.. ליין איין מעסידזש פארדעם וועסטו וויסן פון וועם איך רעדט...
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

א קליינע וועלט! האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
א קליינע וועלט! האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:https://wordcounter.net/

די ערשטע זאך מען זאל קענען דא פארלירן די סטרעס דארפסטו קודם ארויסגיין פון דא.

דיין ניק מיט דיין אנגעבלאזענע געסטרעסטע פרצוף געט נישט צופיל צו פאר די רואיגקייט...

אזוי האט אויסגעזעהן פנחס'נען #דזשסאט פאר די אימעדזשינעישן

מהיכא תיתי? ער איז זיכער געלאפן מיט א שמחה של מצווה מקיים זיין דעם רצון ה’
(חוץ אויב דו ווייסט אנדערש פון א מקור)

איך רעד נישט פון דעי פנחס'נען.. ליין איין מעסידזש פארדעם וועסטו וויסן פון וועם איך רעדט...

אה אה מאכט שוין סענס :lol:
לינק?
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

חבקוק האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:https://wordcounter.net/

די ערשטע זאך מען זאל קענען דא פארלירן די סטרעס דארפסטו קודם ארויסגיין פון דא.

דיין ניק מיט דיין אנגעבלאזענע געסטרעסטע פרצוף געט נישט צופיל צו פאר די רואיגקייט...

איך טריי דא צו טרעפן הינדערט ווערטער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא ;l;p- איך
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

דער הייליגער "אוהב ישראל" זי"ע איז אנגעקומען קיין קאלבאסאוו איז ער געוואויר געווארן אז די רבנות פאסטן איז ליידיג וויבאלד די "ראש הקהל" אן ערענסטע ע"ה איז נישט צופרידן מיט קיין איין קאנדידאט.

האט דער אפטער רב באשלאסן צו פריבירן, ער קלאפט אריין צום ראש הקהל און זאגט אים אז ער איז געקומען פארן רבנות פאסטן, פרעגט די ראש הקהל "ווי זעט מען אז לבן האט געוואלט ארויף לייגן הבל אויפן עקידה?
די רב ברוב חכמות האט גלייך געכאפט זיין טעות. "ולבן בקש לעקוד את הבל"
די ר"ה איז געווען העכסט צופרידן און אים אויפגענומען געווארן אלס רב אין קאלבאסאוו.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

חסידים פלעגן כסדר פארציילן די פאלגענדע מעשה און געזאגט אז דא איז מרומז די גאנצע נס.

חבקוק האט זיך אמאל געטראפן ערב שבת מיטן
אוראייניקל אינעם קורארט, זאגט אים חבקוק בזה"ל "איך בין חבקוק און איך האב ליב טונא"

אוראייניקל הערט זיך איין, ער זאגט נישט גארנישט ונפרדו לשלום.

זונטאג צופרי האבן זיי זיך נאכטמאל באגעגנט ריפט זיך
אוראייניקלל אן "איך בין נישט חבקוק און איך האב אבער יא ליב טונא"

און ער לייגט צו "באמת האב איך דיר שוין געקענט דאס ענטפערן בעפאר שבת, אבער צוליב וכו' וכו' האב איך געווארט אױף וכו' ולא סיים.

ומי יעמוד בסוד קדושים.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די אויבנדערמאנטע מעשה דארף א טיפע הסבר, מאי קא משמע לן.
דאס אז חבקוק איז חבקוק איז דאך נישט קיין חידוש.
נאר די חידוש איז אז ער האט ליב טונא.

איי פארוואס איז ער מקדים אז ער הייסט חבקוק?
'נאר מוז זיין אז באמת האט ער נישט ליב קיין טונא, נאר אלץ 'כל דבר שקר שאין אומרים בו קצת אמת בתחלתו, אין מתקיים בסופו'.

איז אויב אזוי קען נישט זיין אז דער חידוש איז אז ער האט ליב טונא, ווייל דאס איז דאך נישט אמת, ממילא הדרא קושיא לדוכתה.

ויש בזה עוד אריכות, אבער כ'בין שוין אנגעקומען צום אשכול לימיט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: 100 ווערטער אשכול - סטרעסס מענעדזמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

ס'שיין געלאנגען געלויבט גאט. איך האב טאקע געארבייט פין ציפרי ביז יעצט, אבער ווען מיין באבע גייט מיר זאגען שבת נאכמיטאג ווי שיין ס'איז, גייט עס זיין ממש אן עונג שבת...
איי וואס גייט מיר אן וואס מיין באבע גייט זאגן?..
צוויי תשובת אין די מארד. 1 ווייל באקימען א קאמפלעמענט פין די באבע איז א זעלטענע זעלטענהייט... 2 ווייל איך האב געזיכט וואס צי שרייבען.

ס'האלט נאך אלץ נישט ביי 100 ווערטער.מיין סטרעס האט נישט קיין מענעדשער.
ווער ס'ווייסט פין א גיטע מענעדשער, אן א דזאב. זאל ביטע מיר נישט שיקן אין אישי.נאר לאזט א קלארע מעסיטש.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”