
איינע פון די זאכן וואס האבן מיך זייער אויפגעוועקט לעצטנס און אריינגעברענגט אין מיך א שטארקע פלאמעדיגע התעוררות איבער דעם נושא פון

עס איז א גאר תוכנ'דיגע ליד און איז זייער מעורר דאס הארץ צו דעם הייליגן נושא פון

און דא האט איר א העתקה פון א כתב יד וואס איז לעצטנס געפינען געווארן אין די אקס-פערד לייברערי אין ענגלאנד:
ווייסטו וואס איך האב אין מיין טאש,
נישט קיין (כאן קרוע וחבל על דאבדין, אבל באמעריקע גורסין 'פעני') אויכניש קיין נאש,
וואאאפפססס ס'איז א שמייכל איך האב עס אזוי ליב,
איך טו עס אן אין די גאס און אין מיין שטוב!!
עכלה''ק אות באות וה' יצילנו משגיאות.
מערערע חוקרים טוען דערין צו דערגיין ווער פונקטליך עס האט עס מחבר געווען, און צו דער שרייבער פונעם כתב יד איז אויך די מחבר פונעם ליד אדער איז עס שוין א העתקה פון א העתקה. געוויסע ווילן זען אז די כתב יד קוקט אויס דאס זעלבע ווי די כתב יד אין א בריוו פון ר' נחום ב''ר ישמעאל פון טריפולי משנת תפ''א - גענוי מיט דריי הונדערט יאר צוריק, און דעריבער ווילן זיי טאקע זאגן אז ער איז אויך די מחבר פון דעם דערהויבענעם ליד, און זיי צייגן טאקע אן אז אין זיין ספר 'באטי וצאמי במשנת חז''ל' זעט מען טאקע ענליכע געדאנקען. אנדערע ווארפן עס אפ און זאגן אז עס קען נישט זיין. בקיצור, ס'א גאנצע מבוכה און סאמעטוכע אז יכלו המחיצות והם לא יכלו.
אבער דאס איז זיכער ווי מען זעט צווישן די שורות, אז מען רעדט דא פון נישט א פשוטן מענטש, מען רעדט דא פון איינער וואס פלעגט שטארק ליב האבן צו שמייכלן, און ווי אויך פלעגט ער זיך נישט ארומדרייען מיט קיין נאש אין טאש!! ווי אויך זעט מען קלאר אז ער האט געהאט א שטוב און איז נישט געווען האומלעס!! וואס דאס אלעס צייגט אז דער מחבר איז געווען א גרויסע מענטש און געוואוסט וואס ער רעדט און וואס ער זינגט און מען קען אנעמען וואס ער זאגט כאילו ניתנה מפי המנגן.
אזוי צו אזוי, האלטן מיר דערווייל אז

און מען טראכט אריין זעט מען אז מען קען טאקע אזויפיל מאל נוצן דעם

מען קומט אריין אין מקוה און אין ביהמ''ד אין די צופרי שעות, דער עולם דרייט זיך ארום אנגעצויגן און בייז, מען זיצט אויף שפילקעס און מען טאנצט אויף קאטשקע פיסלעך, יעדער קוקט אויפן שכן מיט א נערוועזן בליק פיל מיט עדיטוט, בקיצור, די מצב איז אנגעצויגן ווי א פאס פולווער כמנהג אנשי שלומינו דבר יום ביומו.
און פלוצלינג קומסטו אריין דארט פלעין מיט א


אין א מינוט איז די גאנצע אנגעשטרענגטע מצב אויפגעלאזט און צוגאנגען, דער עולם ווערט פריש און מינטער און יעדער דרייט זיך ארום מיט א


און ווער רעדט שוין אז דו קומסט אריין אין אייוועלט און דו זעסט איינער האט געזאגט א גוט ווארט, דאן געב אים א שיק אינטער א




און עס איז נישט באגרעניצט נאר צום







בקיצור, אונז האמיר צוגעשטעלט א ריזן אויסוואל וואס מען קען נוצן, אבי מען זאל נישט נוצן דאס



און נאך און נאך קען מען נאכברענגען אזויפיל דוגמאות און מאמרי חז''ל און מערערע שירים און לידער פון פריעדיגע און היינטיגע איבער דעם ברייט פארצווייגטן נושא פון

נאר איין לשון פון חז''ל מוזיך אראפברענגען, ווערטער פון אבות דר' נתן:
המקבל את חברו בסבר פנים יפות, אפילו לא נתן לו כלום, מעלה עליו הכתוב כאילו נתן לו כל מתנות טובות שבעולם!!
און נישט נאר פאר יענעם איז עס גוט נאר אויך פאר זיך.
מערערע פארשונגען צייגן אז



און איייגענטליך, לעצטנס איז געווארן איינגעפירט אז מען געט מילך איבעראל, מען טיילט דערפון מיט א ריזן שפע, די מוסדות וואס טיילן אזויפיל באטלעך מילך אז מען ווייסט שוין נישט וואס צו טון מיט דעם.
אבער וויפיל מען טוט נאר א ריזיגע מצוה מיטן פארטיילן מילך בשפע, זאגן אונז אונזערע רבי'ס אז עס איז גרעסער פון דעם צו געבן א

אמר ר' יוחנן טוב המלבין שיניים לחבירו יותר ממשקהו חלב!!
דארף מען אנהייבן טיילן

שוין, איך וועל מיך דא אפשטעלן און גיין פרובירן טאקע מקיים זיין מיינע ווערטער און גיין


































