אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:07 am

ווי דער ציבור קען דא זעהן, גרייטן זיך אלופי אלפי ישראל אינאיינעם מיט מיליאנען אמעריקאנע בירגער זיך צו משתתף זיין מארגן אין א שטורעמישע "וואשינגטאן פראטעסט" צו אויסשרייען אונזער וויי געשריי אקעגן די גניבה פון די אמעריקאנע וואלן, וועלכע איז גע'גנב'עט געווארן פון פרעזידענט טראמפ יר"ה.

דער מארגנ'דיגער ראלי טראגט א באזינדערע באדייט צוליב וואס עס איז גערופן געווארן דורך פרעזידענט טראמפ אליין, און דער פרעזידענט זעלבסט וועט אי"ה אויפטרעטן מיט א רעדע.

לויט ווי די עסקנים זאגן איז קריטיש וויכטיג אז עס זאל זיך דארט באטייליגן א גרויסע ציבור פון היימישע אידן, גענוג אז מיר זאלן זיך אנזען צווישן די מאסן, און מיט דעם צייגן אונזער הכרת הטוב פאר טראמפ אויף אלעס וואס ער האט געטון, און זיך ארויסגעשטעלט פאר היימישע אידן, באזינדער איז דא שטארקע האפענונגען אויף פארשידענע פעולת אין די קומעדיגע טעג פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות וד"ל ואכמ"ל.

מען זעט טאקע אז א ריזיגער ציבור גרייט זיך צו ארויספארן מקדש שם שמים זיין, און מען הערט פון פארשידענע שטעט ווערט צוגעשטעלט א פלאטע פון באסעס צום פראטעסט.

נאך וואס כ'האב געשריבן א תגובה אין יענע אשכול איבער גיין מיט די באן האבן אסאך פארגעשלאגן אז מען זאל מאכן א באזינדערע "אייוועלט באס" צום פראטעסט, וואו די חשובע חברים וועלן אי"ה קענען פארברענגען געשמאק דורכאויס די גאנצע וועג צו און צוריק פונעם פראטעסט.

לויט דער פלאן וועט דער באס בע"ה ארויספארן פון קרית יואל מאכן א סטאפ אין מאנסי, און דערנאך קיין וויליאמסבורג, און פון דארט קיין די סי. דער וועג פון וויליאמסבורג וועט בע"ה נעמען בערך דריי און א האלב שעה. - אויב עס וועלן זיך מעלדן גענוג מענטשן פון קרית יואל - מאנסי, וועט זיין צוויי באזינדערע באסעס איינס פון אפסטעיט, און איינס פון די סיטי.

די עסקנים זענען אין פארבינדונג מיט פארשידענע נאנטע צום טראמפ קאמפיין, און לויט ווי זיי געבן איבער וועט דער ראלי זיין דורכאויס דער גאנצער טאג, אבער זיי פארשטייען אז פאר אונז היימישע אידן איז אביסל שווער דארט צו זיין די גאנצע טאג, און זיי זאגן אז דער עיקר איז כדאי צו דארט זיין פון בערך איינסע נאכמיטאג, ביז נאך די ראוש אוערס, וואס איז בערך זיבענע פארנאכטס.

לויט דעם האט מען געמאכט די פלענער.

אנווייזונגען

דער באס (אויב עס וועט נאר זיין איינס) וועט אי"ה פארלאזן קרית יואל פונקטליך 8 אזייגער צופרי, פארלאזן מאנסי פונקטליך 8:40 צופרי, און בע"ה פארלאזן וויליאמסבורג בערך 10 אזייגער. אויב עס וועט זיין א עקסטערע באס וועט מען שפעטער מעלדן אין א אפדעיט די נייע זמנים. (פרטים איבער טראנספאטאציע פון ב"פ קיין וויליאמסבורג וועט מען שפעטער מעלדן)

עס וועט אי"ה זיין עטליכע מנינים שחרית אויפן באס.

עס וועט אויך זיין צוגעשטעלט געשמאקע סענדוויטשעס און טשיפס פאר די וועג (נדבת לבו פון א חשובע ניק הרוצה בעילום שמו). מען בעט יעדער זאל מיטנעמען א זעקל פאר זיין מיסט, און זען צו האלטן דער באס ריין.

לויט דער פארלאנג פון די ערשטע פאר איינגעשריבענע וועט נישט זיין קיין רעדנער אויפן וועג - אויב א מערהייט פון ציבור וועט אנדערש וועלן וועט מען עס מסדר זיין.

מען וועט אויסטיילן אויפן באס אמעריקאנע און טראמפ פענער מיט פאסיגע שילדן וואס דער עולם וועט האלטן ביים פארטעסט.

מיר האבן באקומען פערמיטן אז אונזערע באסעס וועלן קענען צופארן גאנץ נאנט צום צענטער, אזוי אז מען וועט נישט דארפן צו לאנג שפאצירן אין די ארטיגע גאסן וועלכע וועלן זיין אנגעלייגט כמובן.

אזוי אויך האט מען מסדר געווען א באזינדערע ווינקל וואו דער ציבור וועט קענען שטיין און נישט דארפן שטיין אויסגעמישט מיט די גוים, וואס איז שטארק נישט פאסיג פאר א היימישע יונגערמאן כמובן. לויט ווי זיי זאגן וועט מען פון יענע ווינקל אויך קענען זייער גוט מיטהאלטן דעם פרעזידענט'ס רעדע בע"ה, און זען דעם פרעזידענט.

מען בעט זייער אז מען זאל נישט ארויסגיין פון די גלייזן, און געדענקען די גאנצע צייט אז מען איז א חלק פון דער עם הנבחר, און זיכער זאל מען זיך נישט אריינלאזן און טענה'רייען און כש"כ אין פיזישע געשלעגן מיט אנטיפא צו אנדערע גוים וואס גיין וועלן איבערדרייען.

מען וועט דאווענען מנחה דארט אויפן פלאץ.

בערך 7 אזייגער וועט מען צוריקגיין צום באס און מען וועט צופארן צום ארטיגן בית חב"ד וואו מען וועט דאווענען מעריב, און עס וועט דארט אויך זיין צוגעגרייט סענדוויטשעס ועוד, מיט א הרחבה פארן גאנצן עולם.

מען האפט בערך אכט אזייגער צו פארלאזן די סי.

מען בעט יעדער זאל קומען אנגעטון גוט ווארעם, ווייל מען וועט שטיין לאנגע שעות אויפן גאס.

די באס איז אומזיסט, עס איז נתנדב געווארן דורך א חשובע נדבן, אבער ווער עס וויל נעמען א חלק אין די הוצאות קען זיך ווענדן צו די עסקנים.

ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו - מער דעטאלן שפעטער בע"ה אין דעם אשכול.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:13 am

זייער א געפערליכע איידיע.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:13 am

קען קיין גוטס נישט ארויסקומען. ודיר י האט נישט געלאזט גיין מיט אריבער און זיכער נישט מיט ראסיסטישע פראוד באיס.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
tesla
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך tesla » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:14 am

;l;p-
פאר דיין אינטערשריפט...

מ'גייט שרייען פוי?...

מ'מעג גיין מיט א קאטשמע?...

ס'איז שוין דא איינער וואס גייט נאכלויפן די באס?...

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:16 am

אקעי, היינט שאץ איך שוין אונטער, איך האב שוין עכט געגלייבט ביז עכט (יד״נ)לאזט מיר וויסן אז עס איז א דזשאוק...
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5684
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:16 am

:lol:

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3609
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:17 am

מען ברויך א באס פון טאהש, און פון דשערזי סיטי. :smile:
דאס איז גאר וויכטיגע מעסעדש פארן ויהיקל אייגענטומער, דיין קאר וואראנטי איז אפגעלאפן, דאס איז די לעצטע ווארנונג פאר מיר פארמאכן די קעיס.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:17 am

דממה דקה האט געשריבן:מען ברויך א באס פון טאהש, און פון דשערזי סיטי. :smile:

;l;p-
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך באטעמטקייטן » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:19 am

;l;p-
אפגעדימונט א ריזן דימוין לייק נאו טאמאראו!...

האסט אבער פרגעסן צו צולייגן אז אויב וועט שנייען וועט א חשובע ניק [הרוצה שמו] פופצי פארן אין פארנט מיט זיין פיקאפ טראק מיט א ריזיגע שאוועל אין דע פראנט!...
ויה'ר שוויזויהייסטעס על ידינו...
טעמי וראו. כי...

טעמטי. זה באטעמטקייטן!


אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:24 am

איר זענט געהעריג נישט דאהי @עכט.. :lol:
פרעזידענטן וואס האבן געהאט א ספעשל קאנסיל דורכאויס זייער טערמין:
ראנעלד רעיגען, דזשארדזש בוש 41, ביל קלינטאן, דזשארדזש בוש 43, דאנאלד טראמפ

פרעזידענטן וואס האבן 'נישט' געהאט א ספעשל קאנסיל דורכאויס זייער טערמין:
באראק אבאמא, ווילאדעמיר פוטין..

באנאנא
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: ביי די רעפובליקאנער (הה"ד באנאנא רעפובליק)

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך באנאנא » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:28 am

וואס איז מיט גילוי?
קיין שום תקנות אויף דעם נישט צוציקומען צו א מכשול?
פאסט נישט....

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:30 am

באנאנא האט געשריבן:וואס איז מיט גילוי?
קיין שום תקנות אויף דעם נישט צוציקומען צו א מכשול?
פאסט נישט....

איך קום נישט (סיבה אין מיין חתימה). - און ווער עס קומט יא ווען פארשטייט זיך אינטערנעמען נישט צו דערציילן.

מען וועט מעגן ארויסשיקן בילדער און סעלפיס ווי מען אינדזשויט, אבער נישט אויסזאגן ווער עס איז וועלכע ניק. ווער עס וועט נישט וועלן וועט בכלל נישט מוזן דערציילן וואס זיין ניק איז.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:48 am

איך הער זאגן אז חיים פריינד קומט צוריק אין ביזנעס לכבוד המאורע.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג ינואר 05, 2021 10:48 am

@עכט נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ביזסט פיינע נייעס!
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג ינואר 05, 2021 11:12 am

דער עכט איז אויפגעשטאנען אין א גוטע גוסטע היינט, און מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור מיט זיך.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 05, 2021 12:37 pm

עס גייט אי"ה זיין א באזינדערע באס פון קרית יואל 8:30, דערנאך 9:20 אין מאנסי, און פון דארט גלייך קיין די סי.

די ווילי באס גייט פארן אום 10 ווי געמאלדן פריער.

---
טייל ווילן אז עס זאל יא זיין א רעדנער אויף די וועגן, מען וועט באלד מחליט זיין בע"ה.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 14884
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג ינואר 05, 2021 12:46 pm

עכטי עז יוזועל!
הנה ימים מבורכים באים!!!

קענסט נישט שרייבן איין תגובה אזוי שנעל נאך די צווייטע.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 05, 2021 12:51 pm

צווישן די וואס קומען טוט זיך טישן און בענק - און דער פריוואטער פארום וואס @כוירע האט געפענט ספעציעל פאר אלע וואס קומען - ווער עס זאל רעדן אויפן וועג.

די נייעס חברה ווילן טייל אז נקדימון זאל דערציילן נייעס, אנדערע ווילן א דעבאטע צווישן כאפצעם און בלינצע, אנדערע ווילן גאר צל מיט טשאדי זאלן דעבאטירן. אבער פון די צווייטע זייט טענה'ן די פארברענגען חברה אז עס וועט זיין גענוג א היציגע פאליטישע טאג אין די סי זעלבסט, און אויפן וועג מעג מען הערן פון עפעס אנדערש, זיי ווילן ענדערש אז טעמטי, מיט פיפציגער און כאניש מיט חבקוק זאלן מאכן א קאמעדי.

וואס זאגט דער עולם?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך בעסער אזוי » דינסטאג ינואר 05, 2021 12:54 pm

איך וואלט געזאגט אז כאפצעם און טשאדי זאלן מאכן א קאמעדי
פרעזידענטן וואס האבן געהאט א ספעשל קאנסיל דורכאויס זייער טערמין:
ראנעלד רעיגען, דזשארדזש בוש 41, ביל קלינטאן, דזשארדזש בוש 43, דאנאלד טראמפ

פרעזידענטן וואס האבן 'נישט' געהאט א ספעשל קאנסיל דורכאויס זייער טערמין:
באראק אבאמא, ווילאדעמיר פוטין..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 05, 2021 12:56 pm

וואס טוט זיך מיט מנחה? כ'זע נישט אויפ'ן סדר היום קיין ווארט וועגן דאווענען מנחה
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 05, 2021 12:59 pm

לכאורה האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט מנחה? כ'זע נישט אויפ'ן סדר היום קיין ווארט וועגן דאווענען מנחה

דאס מיינט אז האסט עס נישט אפגעליינט בעיון.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:03 pm

אההה. גוט!!!
סאו איך דארף נישט פארן מיט מיין פיקאפ טראק?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:06 pm

פופציגער האט געשריבן:אההה. גוט!!!
סאו איך דארף נישט פארן מיט מיין פיקאפ טראק?

באטעמטקייטן האט געשריבן:;l;p-
אפגעדימונט א ריזן דימוין לייק נאו טאמאראו!...

האסט אבער פרגעסן צו צולייגן אז אויב וועט שנייען וועט א חשובע ניק [הרוצה שמו] פופצי פארן אין פארנט מיט זיין פיקאפ טראק מיט א ריזיגע שאוועל אין דע פראנט!...
ויה'ר שוויזויהייסטעס על ידינו...
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:08 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:אההה. גוט!!!
סאו איך דארף נישט פארן מיט מיין פיקאפ טראק?

באטעמטקייטן האט געשריבן:;l;p-
אפגעדימונט א ריזן דימוין לייק נאו טאמאראו!...

האסט אבער פרגעסן צו צולייגן אז אויב וועט שנייען וועט א חשובע ניק [הרוצה שמו] פופצי פארן אין פארנט מיט זיין פיקאפ טראק מיט א ריזיגע שאוועל אין דע פראנט!...
ויה'ר שוויזויהייסטעס על ידינו...

אפסס.
נישט באמערקט.

כבעטיך איבער טעמטי, כהאב געליינט דיין תגובה נאכן מגיב זיין.

(מיין שאוול איז... וואטעווער... לאמיר שוין נישט רעדן...)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: אייוועלט באס צום יאנאור 6 פראטעסט אין וואשינגטאן די סי.

תגובהדורך באטעמטקייטן » דינסטאג ינואר 05, 2021 1:21 pm

פופציגער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:אההה. גוט!!!
סאו איך דארף נישט פארן מיט מיין פיקאפ טראק?

באטעמטקייטן האט געשריבן:;l;p-
אפגעדימונט א ריזן דימוין לייק נאו טאמאראו!...

האסט אבער פרגעסן צו צולייגן אז אויב וועט שנייען וועט א חשובע ניק [הרוצה שמו] פופצי פארן אין פארנט מיט זיין פיקאפ טראק מיט א ריזיגע שאוועל אין דע פראנט!...
ויה'ר שוויזויהייסטעס על ידינו...

אפסס.
נישט באמערקט.

כבעטיך איבער טעמטי, כהאב געליינט דיין תגובה נאכן מגיב זיין.

(מיין שאוול איז... וואטעווער... לאמיר שוין נישט רעדן...)

ש'מוחל זבה ובאבא!!...
טעמי וראו. כי...

טעמטי. זה באטעמטקייטן!



צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט