ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

הודו להשם האט געשריבן:שויניש געווען קיין מנין דא זייט דאנערשטאג?

די רב'ס בענקל איז שוין שטויביג.

מ'מעג זיך שוין ערלויבן א נייע.


פאר אדווערטייזמענטס און ביזנעס אנגעלעגענהייטן, ביטע זיך ווענדן צו גבאי בית מדרשינו.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

מיר ווילן לאזן וויסן אז אין ליכט פון די לעצטיגע סומאטוכע גייט מען אראפנעמען די געיט ארום די ביהמ"ד, און מיט דעם אפשטעלן דעם שרעקליכן סכנה.
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדסט.

ס'קיינמאל נישט געווען קיין געיט אין סמעדריש!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

כאילו דו ווייסט אלעס. מאך נאר א אנקעטע וועסטו געוואויר ווערן די טריקענע פאקטן!
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

א אנקעטע אויף וואס?

אפשר זאליך אויך מאכן א אנקעטע צו ס'בכלל דא א סמדעריש סיזמע?

אויף פאקטן מאכט מען נישט קיין אנקעטע'ס!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

קוק אויף די ווידיאו ביי 36: וועסטו קלאר זעהן ווי די מענטשן שטעלן זיך אפ ליינען די צעטליך ביים טיר!

און חוץ דעם. ווען סוואלט נישט געווען קיין געיט וואלטן די קינדער זיכער געשפילט אויף די גראז!

עניוועי סאיז א שאד זיך צו טעהנע'ן מיט דיר, דו גייסט מיטן קאפ אין געיט אריין
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

וויאזוי קען איך גיין מיטן קאפ אין געיט אריין אויב ס'נישט דא קיין געיט?

טראכט וואס דו רעדסט!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בשבילי נברא האט געשריבן:צ/ק

דאכט זיך ס'שוין צייט צו טוישן דעם קעפל צו "סיז מסודר האט געעפענט א בית המדרש".

דער ביהמ"ד שטייט שוין פאר די longest time, און סיזמע רב ווערט שוין אביסל עלטער, און ס'זעהט שוין נישט אויס ווי ער "גייט נאך" אמאל עפענען אן אנדערן ביהמ"ד, אלזשא בלייבט עס ביים:

סיז מסודר "האט שוין" געעפענט א שוהל און פארטיג.

חוץ מזה, בין איך ביז יעצט אלץ געווען מסופק ווי ווייט דער קהל סיזמע וועט האבן א קיום. ווייל ש.עי.כּ.ע.ר איז דאך אין לו רגלים, און דער ביהמ"ד פארקויפט דאך נישט גארנישט, חוץ אביסל איבערגעדרייטע באטלעך טרינקען ארויס פון א קוריאזע ברייטע קאאלער, וואס אפילו דאס האט מען געדארפט צוקומען צו א ספרדי'שער נביא פון לאס אנדזשעלעס, וחבקוק שמו, זאל עס מנדב זיין. און ווילאנג קען דען אזא מקום נאך אנהאלטן?!

אבער היינט האמיר אנטדעקט אז ס'טוט זיך שוין ערנסטע מחלוקת דא בתוככי קהילתינו הקדושה, און נישט נאר האט זיך עס יעצט אנגעהויבן, נאר סאיז חוזר וניער פון אן אלטע קריגעריי פון נארוואס אנטדעקטע אלטע פאפיראסן כתבים, ווי ס'ווערט קלאר פארציילט איבער שטורמישע קריגערייען וואס זענען נאך פארגעקומען אינדערהיים אין סיזמע, און די נייע דורות האבן ניטאמאל געהאט א השגה דערין. מ'האט זיך שוין דעמאלט געריסן די בערד און געפאטשט אין די גענאקן, און געפייערט די אש המחלוקת ווי געשולטע סיזמער חסידים פונדערהיים.

און דערפאר בין איך שוין רואיג אז יא! די סיזמע קהילה האט א שטארקע עתיד, און מיט די מחלוקה'לע אינאיינעם וועט עס בליען און וואקסן לשם ולתפארת עד ביאת הגואל.

ווי האט נאר יאנקל מיללער געזאגט? א שאד אזא קליינע מחלוקה'לע פאר אזא גרויסע קהילה...

אזויפיל הבלים אין איין תגובה...

דער סיז מסודר האט נאך ניקס קיין סמדרש.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

סאכדעס האט געשריבן:אזויפיל הבלים אין איין תגובה...

דער סיז מסודר האט נאך ניקס קיין סמדרש.

אזויפיל הבלים אין איין תגובה...

כאניש נאך ניקס
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סיז מסודר האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אזויפיל הבלים אין איין תגובה...

דער סיז מסודר האט נאך ניקס קיין סמדרש.

אזויפיל הבלים אין איין תגובה...

כאניש נאך ניקס

א רבי וואס האט ניקס, איז ניקס קיין רבי...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

סאכדעס האט געשריבן:אזויפיל הבלים אין איין תגובה...

דער סיז מסודר האט נאך ניקס קיין סמדרש.

ביטולה זו היא קיומה!

דעם דאיען'ס דברי ביטול, און געבן אזא מאך אוועק מיט די הענט דאס גאנצע סיזמע'ר אימפעריע, איז דער בעסטער סימן שלא יבוש המעין ולא יקצץ האילן

והי' כערער בערבה, ווי מער מערערים ביי די מעריב שעות, אלץ בעסער און שטערקער וועט דאס וואקסן און בליען לתפארת אבות אבותינו ורע-בויעס-טייני הגדושים מצוקי טייוול...

סיזמע וועט זיין א ווינקל פאר וואטעווער ביז ווענעווער משיח וועט קומען!!!!
---
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

בשבילי נברא האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:אזויפיל הבלים אין איין תגובה...

דער סיז מסודר האט נאך ניקס קיין סמדרש.

ביטולה זו היא קיומה!

דעם דאיען'ס דברי ביטול, און געבן אזא מאך אוועק מיט די הענט דאס גאנצע סיזמע'ר אימפעריע, איז דער בעסטער סימן שלא יבוש המעין ולא יקצץ האילן

והי' כערער בערבה, ווי מער מערערים ביי די מעריב שעות, אלץ בעסער און שטערקער וועט דאס וואקסן און בליען לתפארת אבות אבותינו ורע-בויעס-טייני הגדושים מצוקי טייוול...

סיזמע וועט זיין א ווינקל פאר וואטעווער ביז ווענעווער משיח וועט קומען!!!!

העסט ווען געקענט באשטיין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

יעצט אין די הייסע זומער טעג ווען איר פארט דורך דעם בעסמעדריש קענט איר אריינקומען כאפן א קאלט גלעזל משקה און א זיך אפקילן פון די פיינע ערקאנדישן און צודערזייט אריינכאפן א לערן

אגב: מזוכט דרינגענד א נדבן זאל מנדב זיין צו פלאנצן ביימער ארום דעם פארטש, אז סזאל זיין א געשמאקע שאטן צו לערנען דארט במשך די זוממער וואכן
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

סיז מסודר!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

סיז מסודר האט געשריבן:יעצט אין די הייסע זומער טעג ווען איר פארט דורך דעם בעסמעדריש קענט איר אריינקומען כאפן א קאלט גלעזל משקה און א זיך אפקילן פון די פיינע ערקאנדישן און צודערזייט אריינכאפן א לערן

אגב: מזוכט דרינגענד א נדבן זאל מנדב זיין צו פלאנצן ביימער ארום דעם פארטש, אז סזאל זיין א געשמאקע שאטן צו לערנען דארט במשך די זוממער וואכן

Wow גוטע נייעס!!
ס’איז דא א גבאי פאר חברותות?
וואס איז וועגן א פאליש, קופקעס, ס’איז ערלויבט?
א געזונטן זומער
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אה!

ענדליך האט מען צוריק געפנט דעם ס'מעדריש צום פרייד פון אלע מתפללים!

כאב שוין געהאט ערנסטע חששות אז דער ס'מעדריש געפינט זיך אין אינדיע ווי די קאראנע בוזשעוועט יעצט און דעריבער האט מען עס פארשפארט.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

חבקוק האט געשריבן:אה!

ענדליך האט מען צוריק געפנט דעם ס'מעדריש צום פרייד פון אלע מתפללים!

כאב שוין געהאט ערנסטע חששות אז דער ס'מעדריש געפינט זיך אין אינדיע ווי די קאראנע בוזשעוועט יעצט און דעריבער האט מען עס פארשפארט.

כ'האב אלץ חושד געווען אז סיז אין אינדיע... אינטערסאנט דו האסט אויך געטראכט אזוי.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

צו אלע חשובע חברים וידידים

ווי יעדער האלט מיט, קומט פאר א ערשטמאליגע מאסיווער קאמפיין פאר א ידיד לבית אייוועלט וואס איז נעבעך געשטארבן ביי די 23

לאמיר אים מחי' מתים זיין אינאיינעם. מיר וועלן אים שטיצן מיט סכומים למעלה מדרך הטבע און אים ברענגען א ישועה למעלה מדרך הטבע.

דרוק דא זיך משתתף צו זיין
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

מעטשעם היינט נאכט ביי מנחה מעריב וועט זיין א טישל ווי מוועט זיך קענען משתתף זיין צום געהויבענעם קאמפיין

כדי צו קענען נאכקומען אפנעמען די נדבות ביים ציבור וואס וועט זיך שטופן צו געבן, בעט מען יעדער זאל נעמען אן ענוועאלאופ און אויספילן די אינפארמאציע

אגרא דתעניתא צדקתא
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיך משתתף געווען פאר'ן רב'ס צוועק
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

מיר ווילן זיך באדאנקען פאר די פילע וואס האבן זיך משתתף געווען ביז דאן.

אויפן פארלאנג פונעם ציבור האט מען ארויפגעשטעלט א פושקע אויפן וואנט גלייך נעבן די טיר, מיט א האלטער מיט ענוועלאופס אינדערזייט ווי מזאל קענען איבערלאזן די נתינה פיר און צוואנציג שעה אין טאג.

געדענקט: די רב גייט פון צייט צו צייט איבער אלע נתינות, פון וואס ער האט א שטארקע קורת רוח!
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
הויפט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 11, 2021 8:22 pm
לאקאציע: ביים דעסק

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויפט »

וואו קען מען דא דינגען א זיץ?
איך בין באהויפטעט געווארן צו זיין הויפט
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

ביים הויפט פון בית המדרש
אבער איך גלייב נישט ער זוכט נאך א הויפט ביי זיך אין בית המדרש
קענסט אפשר פרובירן אין דאלינע קהלה
חחח...
אוועטאר
הויפט
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 11, 2021 8:22 pm
לאקאציע: ביים דעסק

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויפט »

סיז מסודר האט געשריבן:


וואס זאגט דער רב? איך באקום א זיץ אויבן אן. ריכטיג?
איך בין באהויפטעט געווארן צו זיין הויפט
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ברעיקינג: סיז מסודר עפנט א בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

ברוך הבא א חשובער גאסט אין בעסמעדריש. דער וואס זיצט דא ביי די דריטע זיץ איז אין קאנטרי, דערווייל קענט איר זיך דא זעצן. חודש אלול ווען מפארדינג די זיצן וועט מען אייך צוטיילן א פיינעם זיץ
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”