חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אזוי ווי מיר האבן ב"ה זוכה געווען אריינצובאקומען אין אונזערע רייען 2 גאר חשוב'ע ניק'לעך, "חסידא ופרישא" און "אייוועלט שרייבער", וועלכע פארן זיך צוזאם גאנץ אפט אין מערערע אשכולות און האבן עפעס א געמיינזאמע שפראך, האב איך מיך אריינגעלייגט אין די לענג און אין די ברייט און אין די הייך צו עפענען לכבודם א ספעציעל רעזערווירט אשכול וואו זיי וועלן זיך צונויפרעדן און מיר אלע וועלן זיך דערקוויקן - און צומאל אפילו אריינרעדן, מיט זייער ערלויבעניש.

חברים יקרים, לעבודה!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

וואו וואו וואו- דער אמת איז אז איך דער ערשטער מאל וואס איך בין אנגעקומען צו אייוועלט האב איך נישט געגלייבט בכלל אז איך וועל מאכן א ניק- יו נאוי, ס'איז א געשמאקע פלאץ ווי מ'קען טרעפען אינטערסאנטע ארטיקלען, אפיניאנ'ס, פיקטשור'ס און קליפ'ס אבער שרייבען? נעע, נישט פאר מיר
ביז איך האב געזעהן אפאר אינטערסאנטע שמוזען (קאראנה- איך האב געהאט מער צייט מעמיק זיין אין די עולם'ס רייטינג'ס) און איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן א ניק
אבער אז איך וועל מאכן א אשכול? עה! זיכער נישט! אפשר ריפלייען צו איינער וכדו' אבער נישט קיין אשכול....

אבער עכ"ז האב איך אייביג געטראכט "פון וואס קען איך יא מאכן א אשכול" איך האב אנגעהויבען מיטהאלטען יארצייט'ן כדי אז אויב איך קען אביס'ל אינפארמצי' וועגען עם זאל איך עס שרייבען. אבער ס'איז נישט אנגעקומען...

לעצטע וואך(אדער צוויי וואכען צוריק )האב איך געהאט א שמועז מיט אפאר חברים "וואס דארף א איד האלטען וועגען די עקספלאויזשען אין לבנון. מ'איז נישט ארויסגעקומען מיט א קלארע תשובה, סאו איך האב געטראכט, אפשר זאל'ך מאכן א אשכול אויף דעם?
נו אומר ועושה, (קרעדיט- לכאורה) און איך האב געמאכט א אשכול. איך האב נישט געגלייבט אז מ'וועט מיר ענטפערען ברצינות. אפשר איינס צוויי...
אבער ב"ה סאיז ארויסגעקומען פון דארטען צווי פייזש'עס און איך בין געווען מוראדיג צופרידען
???שוין. ב"ה געלונגען. אבער אשכול אויף מיר

אבער דער אייבישטער איז מחליט, און למעשה, כ"ד אב תש"פ, עפענט זיך א אשכול אין אייועלט אויף מיין נאמען מיט א גראנד אויפענינג- פון א מנהל,
NO LESS

?דברי ברכה, איינער
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דער אויבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א ריכטיגער "חסידא ופרישא" - יו נאו, אויף די אלטע שטייגער! קענען מהנה זיין אידן נאך אסאך לאנגע געזונטע יארן! ונאמ...ר אמן!!!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

אמן!
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך דארף זיך לערנען פון דיר הרב חסידא ופרישא צו אנקוקן זאכן פאזיטיוו. ווייסטאך ס'זענען דא מענטשן וואס זענען אלעמאל מלא טענות, קיינמאל זענען זיי נישט צעפרידן. פון די אנדערע זייט זענען דא מענטשן וואס אין די שווערסטע מצבים טרעפן זיי דאס גוטס.

דו קומסט אריין אזוי גוטמוטיג, אז ס'איז א מחי'!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חסידא, כ'פריי מיך זייער אז איך האב דיך געקענט דערפרייען. ווען איך ווייס ווען אז דאס קען דיר פארשאפן תענוג ונחת, וואלט איך עס שוין לאנג צוריק געטוהן.

כ'מיין אז דער עולם כאפט נאכנישט וואס מיר פארמאגן דא. אזא אריגינעלקייט און תמימות ווי חסידא ופרישא'לע איז זעלטן דא אויף אייוועלט. שפתים יושק!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

אוקיי אוקיי... נישט דאס האב איך געמיינט
!איך ווער אביסל רויט... איך בין נישט קיין בעבי
:grin:
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

לכאורה האט געשריבן:אזא אריגינעלקייט און תמימות ווי חסידא ופרישא'לע איז זעלטן דא אויף אייוועלט. שפתים יושק!


גם אני מצטרף 100%






אריין אין ניקס וואס איך וויל קענען אשכול

חסידא האקט, שטארק דיך זיי יעצט א מקבל פאר אביסל, פריי דיך ווי לאנג מ'געבט עס מיט א פיל הארץ
The Divided States Of America
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

צ/ק

געווענליך ווען ס'קומען זיך צוזאם צוויי אנשים מכובדים הייבט זיך אן א גאנצע געטועכץ איבער ווער ס'זאל אנהייבן קודם און ווער ס'זאל נאכפאלגן אלץ דעם שני בדומה לו.

איז בעצם ווען די צוויי חשוב'ע ניק'לעך אונזערע וואלטן פאר זיך אליין געעפענט דעם אשכול און זיך אליינס מסדר געווען א מעמד הבאזוך, (כדרכם של הגרויסע לייט...) ווי זיי גייען זיך ביידע דעזיגנירן פאר א שטיק צייט פון זייער פארנומענע סקעדזשועל, זיך צונויפצורעדן כשברים העובדים בתומו של עולם, ווי ס'פאסט פאר אזעלכע צוויי געהויבענע ניקים, וואלט געווען דא אן ערנסטע דילעמע ווער ס'זאל מכובד ווערן מיטן "אנהייבעכ'ץ".

צו הרבני ר' "אייוועלט שרייבער" זאל קודם לאזן פארויס שפאנען הרה"צ ר' "חסידא ופרישא", אדער מאן יימר אז "חסידא ופרישא" קומט זיך דעם כיבוד צו איבערגעבן דעם כבוד פאר "אייוועלט שרייבער" כרעה וכיעוס.

ע"כ דארפן מיר אפגעבן אן עקסטערן דאנק פאר די גבאים ומנהלים וואס האבן זיך אריינגעלייגט בעובי התורא און ארויסגעגאנגען פון זייער באקוועמן וועג, ממש שלא כדרכם, און זיי האבן אליינס אריינגעזיגעלט אינעם נאמען פונעם קעפל, און פארגעשטעלט בכתב אשר נתחם בטבעת המלך, אז מ'וועט מאכן א ראטעישן אויפן "אנהייבעכץ".

און דער פלאן וועט גיין כזה וכאלה:
קודם וועט "חסידא" געבן דעם ערשטן טריט פאראויס, און ווען ער גייט נאך האלטן ביים רעכטן שיך, אזוי שטייענדיג מיט איין פיס אריין און איינס ארויס, נישט אהין און נישט אהער... וועט ער שנעל טוישן מהלך און יא ווערן א נייס גאי, און שנעל אריינלאזן דעם "אייוועלט", עכ"פ זיין ערשטע העלפט זיכער...

דערנאך פאסט דאך שוין אז "אייוועלט שרייבער" זאל צוריק ווייזן זיין גרויסן בקיאות אין הלכות דשענטלמענשאפט, און שנעל שטופן דעם "ופרישא" פארויס, און פון דארטן איז דאך שוין פשוט אז "שרייבער" קען זיך שוין זיכער אריינרוקן אלץ דער לעצטער אחרון חביב אויפן קעפעלע פונעם אשכול הדין.

ע"כ מה שלא נלע"ד, והארכתי במקום שראוי לקצר (או שלא לכתוב כלל וכלל לא)... והוא רחום יכפר אם כי שלא כראוי ולא כנכון יצאתי בעטי.
---
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

גאנץ גוט... מר בשבילי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פיינע אשכול דאס!

חסידא ושרייבער: קיפ איט אן!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

איך טוה דא פערזענליך באגרוסן ידידי וחברי באייוועלט הרב חסידא!

פשיהא! אן אייגן אשכול צוגעשטעלט און נישט מער נישט ווייניגער ווי לכאורה אליינס! גיי אן!
לעצט פארראכטן דורך אלטער אום פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

@בשבילי נברא
לויט דיין תורה איז מובן פארוואס "מיין שותף" (?) איז שפעט.. ווייל מ'רעדט דא פון א גרויסע רבי
#לא לזלזל ח"ו, ווען א רבי איז שפעט ס'מיינט אז ער איז עוסק אין גרויסע עניינים
בפרט די צאנזער... די צאנזער רבי'ס כידוע פלעגן דאווענען מעריב זייער שפעט
????אפשר אונזער אייוועלט שרייבער איז גאר א צאנזער אייניקעל
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

א גוט יאר חסידא ופרישא עס איז מיר א כבוד צו זיין דיין שותף
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

!פארוואס רעדט דער עולם ווי דער אשכול האט עפעס מיט מיר?? ס'איז פון צ-ו-ו-י-י שותפים
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אה.. מאכטס פלאץ!

דא... דא איז די אויבן אן... קום אביסל נענטער... אט אזוי... דריי דיר אביסל מער רעכטס... יא, יא.. דא ביי דעים בענקל... אויף דיין רעכטע זייט זיצט חסידא... קענסט עס גלייבן?... קוק אן זיין שמייכל... הפלא ופלא! נו גיב אים די האנט.. אזוי... פיין.

דער עולם קען זיך שוין אראפזעצן.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

שכח פארן מיך אויפנעמען
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

מחשב האט געשריבן:אה.. מאכטס פלאץ!

דא... דא איז די אויבן אן... קום אביסל נענטער... אט אזוי... דריי דיר אביסל מער רעכטס... יא, יא.. דא ביי דעים בענקל... אויף דיין רעכטע זייט זיצט חסידא... קענסט עס גלייבן?... קוק אן זיין שמייכל... הפלא ופלא! נו גיב אים די האנט.. אזוי... פיין.

דער עולם קען זיך שוין אראפזעצן.


(שכייעח פאר'ן מקרב זיין)
רעד אביסל שטילער
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ס'איז די מייק, נישט איך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איז שוין דא בילדער פאר די כל העולם כולו?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו איז דאס דער ערשטע חברותא'שאפט אין די אייוועלט???
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

האסט נאכאיינס?
לכאורה איז די שרכן
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

חסידא ופרישא האט געשריבן:!פארוואס רעדט דער עולם ווי דער אשכול האט עפעס מיט מיר?? ס'איז פון צ-ו-ו-י-י שותפים

זעה איך שוין פארוואס לכאורה האט עס געדארפט עפענען פאר ענק.

דו שאקלסט דיך שוין אפ, קוים ביים אנהייב ווילסטו שוין אראפנעמען דעם אחריות פון דיר. און אייוועלט שרייבער האט נאך אפילו קוים אריינגעשטעלט זיין נאז דא.

א ריכטיגע קדירא דבי שותפי, לא חמימי ולא קרירי...
---
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: חסידא אייוועלט ופרישא שרייבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

איך קען נישט אזוי גוט ווי אים
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

ניבא וידע מה ניבא

חסידא ופרישא האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:מזל טוב אייוועלט שרייבער, ושותפו לדבר מצוה חסידא ופרישא.

שכח א גוטע שותף

שכייעח פאר די קאמפלימענט
זייט'ס ווען זענען אונז שותפים?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”