בלאט 1 פון 1

האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 2:20 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אזוי ווי אין די פריערדיגע יארן, בין איך מיך היי יאר אויך מקבל בל"נ נישט צו ליינען און שרייבן אויף אייוועלט במשך די הייליגע טעג - פון א' סליחות ביז נאך שמחת תורה.

דערביי וויל איך ווינטשן פאר אלע מיינע פריינט (און פיינט) א כתיבה וחתימה טובה און א זיס ליכטיג יאר מט אלע השפעות טובות! אויב האב איך עמיצן מצער געווען במישרין אדער בעקיפין בעט איך אים דא איבער ברבים.

אויב ווילט איר מיר עפעס זאגן אדער פרעגן ווען איך בין אפוועזנד (מיינסט טאקע איינער איז אינטערעסירט אין דיר?) קענט איר מיר קאנטאקטן אין אימעיל: [email protected]

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 1:21 pm
דורך נישט פשוט
אמן.
פאר דיר אויך א זיסע יאר וכל טוב.

א שטארקע זאך פון דיר, ערשט יעצט באמערקט די אשכול מיט דיין געדאנק, איך מיין כ'וועל אויך אזוי טוהן.

על כן ווינטש איך פאר יעדעם א כתיבה וחתימה טובה

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:59 pm
דורך דערבארומדיג'ער
גוט האסטו געטאן.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:26 pm
דורך וואס טוט זיך
דיע אשכול איז געמאכט פאר יעדעם צו וואונטשן?

א גוט שבת, כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר, און איך האף אויב כ'האב איינעם מצער געווען איז ער מיר מוחל.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 5:53 pm
דורך מומחה יוחס
א כתיבה וחתימה טובה א גוט געבענטש יאהר מיט אלעס גוטענ'ס

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 8:38 pm
דורך קלאָצקאָפּ
Annotation 2020-09-09 203454.png
Annotation 2020-09-09 203454.png (670.03 KiB) געזען 1883 מאל

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:44 pm
דורך סטיטשינער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אזוי ווי אין די פריערדיגע יארן, בין איך מיך היי יאר אויך מקבל בל"נ נישט צו ליינען און שרייבן אויף אייוועלט במשך די הייליגע טעג - פון א' סליחות ביז נאך שמחת תורה.

דערביי וויל איך ווינטשן פאר אלע מיינע פריינט (און פיינט) א כתיבה וחתימה טובה און א זיס ליכטיג יאר מט אלע השפעות טובות! אויב האב איך עמיצן מצער געווען במישרין אדער בעקיפין בעט איך אים דא איבער ברבים.

אויב ווילט איר מיר עפעס זאגן אדער פרעגן ווען איך בין אפוועזנד (מיינסט טאקע איינער איז אינטערעסירט אין דיר?) קענט איר מיר קאנטאקטן אין אימעיל: [email protected]

הייסט דו דינגסטעך מיט דאייען סאכדעס?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:45 pm
דורך סטיטשינער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:(מיינסט טאקע איינער איז אינטערעסירט אין דיר?)

די נאמבערס קענער וואלט גלייך געשפרינגען אויף דעם שורה...

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:55 pm
דורך שמואל בארג
הצלחה רבה, וואו זאגט מען סליחות היי יאר?

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 1:23 am
דורך חבקוק
דארט ווי פאריגעס יאר.

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 4:56 pm
דורך ינוקא
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטש יאר.

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:17 am
דורך קלאָצקאָפּ
שוין אריבער נאך א יאר צום גוטן, און איך וועל ווידעראמאל באנייען מיין קבלה, בל"נ נישט צו באזוכן אייוועלט במשך די קומענדיגע תקופה, ביז נאך שמחת תורה הבעל"ט.

מערכת קלאצי טוט ווינטשן פאר אלע ליינער, קאמפלימעטירער, קריטיקירער, און פאר גאנץ כלל ישראל, א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!

אויב זאל איך אנהייבן איבערבעטן דעם עולם דא, יכלה הזמן והם לא יכלו... אין דער לעצטער תקופה ספעציעל האב איך מיך אביסל ארומגעריבן מיט אפאר אידן דא, מ'ברויך זיך איינ'חזר'ן אז די וועלט איז נאר א פרוזדור, און אייוועלט איז נישט מער ווי א שטויבעלע אויפ'ן וואנט פונעם פרוזדור. כ'וועל פראבירן בעתיד נישט צו נעמען די שטותים אזוי ערנסט...

מ'קען זיך פארבינדן מיט מיר אין אימעיל/הענגאוטס אויף [email protected].

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 12:23 am
דורך חבקוק
דיסקלעימער: דער תגובה איז נישט געלייקט דורך מיר...

גראדע יא!!!

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 10:37 am
דורך שמואל בארג
יעצט קענמענאים אריינעגעבן וויפיל ס'גייט, ער'איז נישט מיט'ונז מער

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: זונטאג אקטאבער 11, 2020 11:28 pm
דורך ב שלום
א גוט יאר, ס'איז שוין מוצאי שמח"ת, קאלצי מיא ווארטן מיט שפאונג דיר צוריק צו האבן דא

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 12:02 pm
דורך אלעקסיי דער דריטער
ארויף לאור הוואטעווער....

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
דעיס יאר העסטו אויך אפוועזנד זיין?

אוי... מי יגדור לנו גדר... ומי יעמוד בפרץ....

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 5:03 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:ארויף לאור הוואטעווער....

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
דעיס יאר העסטו אויך אפוועזנד זיין?

אוי... מי יגדור לנו גדר... ומי יעמוד בפרץ....

מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.

מיר האבן ב"ה גענוג גודרי גדר, וועט נישט צופיל אויסמאכן אויב איינער פעלט.

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 5:12 pm
דורך יאללא
און וואס העט זיין מיט עומדי בפרץ?

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 5:13 pm
דורך שמואלי לענעראוויטש
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.

מיר האבן ב"ה גענוג גודרי גדר, וועט נישט צופיל אויסמאכן אויב איינער פעלט.

אה... יעצט איז מיין צייט צו ווערן א גרינער...

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 6:30 am
דורך כתוב וחתום
יאללא האט געשריבן:און וואס העט זיין מיט עומדי בפרץ?

צענזור אשכול איז פאשפארט?...

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:17 pm
דורך קלאָצקאָפּ
א גוט געבענטשט יאר מיינע פריינט!

מ'קען מיר סיי ווען קאנטאקטן דורך טשעט:
[email protected]

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 8:13 pm
דורך הלבלר בקולמסו
welcome back!

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 8:45 pm
דורך Haklal
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
welcome back!

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 3:10 am
דורך פרישע קוגל
.

Re: האטס מיר אלע א גוט געבענטשט יאר!

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 6:37 pm
דורך נו גוט נו שוין
פרישע קוגל האט געשריבן:.