יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

יעדער איינער קען גיין א ווייסע בעקיטשע שב"ק

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:17 am

פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,

איז דא א גוטע עיצה:

בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.

ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.
לעצט פאראכטן דורך יעקב99 אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:18 am

שטייט פון גדולי החסידות זיע"א אז מ'דארף מסי"נ צו גיין ווייס שב"ק.

און דא איז דא א גוטע און פשוטע עיצה.
עס איז זייער גרינג צו טוהן.

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:47 am

און וואס טוט זיך מיט ווייסע שיך, שטריימל, ברילן?

נאר די טאטע דארף גיין ווייס? וואס טוט זיך מיט די ווייב און קינדער?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 3:52 am

פארשטייט זעך אז דער עיקר איז דער בגד עליון, ווייסע בעקיטשע.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:16 am

יעקב99 האט געשריבן:פארשטייט זעך אז דער עיקר איז דער בגד עליון, ווייסע בעקיטשע.

זיי מסביר ביטע ,עס שטייט אזוי אדער די פארשטייסט אזוי?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 7:39 am

יעקב99 האט געשריבן:פארשטייט זעך אז דער עיקר איז דער בגד עליון, ווייסע בעקיטשע.

א קיטל איז אויך גוט?
איך קען נישט יעצט עפפארדן א ווייסע בעקיטשע.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:34 am

יעקב99 האט געשריבן:פאר ווער עס ווייל זוכה זיין צו דע הבטחות וואס דער אריז"ל האט געזאגט פאר ווער עס וועט גיין ווייסע בגדים שב"ק,
אבער שעהמט'זעך צו גיין ווייס אין גאס און אין שוהל,

איז דא א גוטע עיצה:

בשעת סעודת שב"ק קען יעדער איינער גיין א ווייסע בעקיטשע.

ביי דיר אין שטוב, קיינער זעט נישט,
קענסט רוהיג גיין א ווייסע בעקיטשע.


קערעסטעיר - אדער א אנדערע סגולה פאבריק גייט אנהייבען פארקויפן ווייסע בגדים?!

לענין, איך גיי מיט א ווייסע העמעד, אינטערוועש, ווייסע זאקען, איז עס גענוג? אז נישט קען אין איך אויך אנטיען מיין ווייסע שלאף קאפעל ביי די סעודה.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3735
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:54 am

יעדער קאן אלעס. אבער נישט אלעס איז פאר יעדן!
וואס איז דאס געווען די גורי האר"י? פארוואס איז נישט יעדער געווען דארט א תלמיד? פארוואס נאר געקליבענע?
ווייל נישט יעדע דרך און מנהג איז געמאכט פאר יעדן!
בוי זיך זעלבסט

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3042
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:15 am

יעקב איז ר"ת יעדער עיינער קויפט בעקיטשע
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:18 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
דממה דקה האט געשריבן:יעקב איז ר"ת יעדער עיינער קויפט בעקיטשע
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:40 am

יעקב99 האט געשריבן:שטייט פון גדולי החסידות זיע"א אז מ'דארף מסי"נ צו גיין ווייס שב"ק.

און דא איז דא א גוטע און פשוטע עיצה.
עס איז זייער גרינג צו טוהן.

יא יא וכן נהגו.

איך קען צענליגע אידן וואס פירן זיך אזוי יעדן שבת בתמימות שוין יארן לאנג, בפרט די וואס זענען אביסל אויסגעקאכט בספרי קבלה.
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 11:43 am

איך האב א חבר וואס האט זיך געלאזט לייגן א ווייסע פיטער אין די געהעריגע בעקיטשע כדי לקיים אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
יש בו
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:19 pm

איך האב נאכנישט כעת א ווייסע בעקיטשע, וועל מיר בע״ה ווי שנעל ער איינהאנדלן,

ביזדערווייל טוען מיר אן א טלית צו קידוש
די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:22 pm

קרעיזי.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:08 pm

דממה דקה האט געשריבן:יעקב איז ר"ת יעדער עיינער קויפט בעקיטשע


ולפי דבריך י"ל עוד:
יעקב ר"ת י'עדער ע'יינער ק'ויפט ב'ייסע ב'עקיטשע...

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:37 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:פארשטייט זעך אז דער עיקר איז דער בגד עליון, ווייסע בעקיטשע.

א קיטל איז אויך גוט?
איך קען נישט יעצט עפפארדן א ווייסע בעקיטשע.

לכאורה נישט. ווייל דאס איז א בגד מיוחד לימים הנוראים. און סאיז דא אין דעם עקסטערע עניינים לגבי ימים הנוראים.
אבער א ווייסע בעקיטשע, איז זייער גוט.
תלמידי הבעש"ט און תלמידי המגיד הגדול זיע"א זענען דאך אזוי געגאנגען שב"ק.

און זאיז זייער כדאי פאר יעדער איינער וואס וויל זוכה זיין צו די גרוייסע הבטחות וואס דער אר"י הקדוש או צדיקי החסידות האבן געזגאט.

און עס איז זייער גרינג.

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:39 pm

צו געזונט האט געשריבן:יעדער קאן אלעס. אבער נישט אלעס איז פאר יעדן!
וואס איז דאס געווען די גורי האר"י? פארוואס איז נישט יעדער געווען דארט א תלמיד? פארוואס נאר געקליבענע?
ווייל נישט יעדע דרך און מנהג איז געמאכט פאר יעדן!

אבער דער אר"י הקדוש האט געזאגט, אז אלע יידן זאלן דאס טאהן, נישט נאר זיינע תלמידים!

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:40 pm

איינער האט געפרעגט
א גוט יאר

איר גייט אינגאנצען ווייס שבת? ווייסע הויזן מיט זאקן און ווייסע בעקיטשע און וועסטעל?


ווייסע בעקיטשע און ווייסע זאקן.
איז נישט גענוג?


פארשטייט זיך אז נאר אין שטוב ווייס.
אין גאס און אין שול - א שווארצע בעקיטשע.


קענסט אויך.
עס איז גרינגט און עס איז כדאי.
לעצט פאראכטן דורך יעקב99 אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:42 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:שטייט פון גדולי החסידות זיע"א אז מ'דארף מסי"נ צו גיין ווייס שב"ק.

און דא איז דא א גוטע און פשוטע עיצה.
עס איז זייער גרינג צו טוהן.

יא יא וכן נהגו.

איך קען צענליגע אידן וואס פירן זיך אזוי יעדן שבת בתמימות שוין יארן לאנג, בפרט די וואס זענען אביסל אויסגעקאכט בספרי קבלה.

יישר כח!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:46 pm

צ/ק
יעדער איינער קען גיין א שטיוול אויפן קאפ, למעשה האט זיך בלויז vermin supreme אזוי געפירט
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:48 pm

באווסט אז דער בעל מתוך מדבש זצוק"ל,
פאר וואס ער איז געגאנגן אין שוהל, פלעג עהר אהנטאהן דע געלע קאפטן אויף די ווייסע בעקיטשע וואס ער איז שוין געגאנגען.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4610
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:48 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב א חבר וואס האט זיך געלאזט לייגן א ווייסע פיטער אין די געהעריגע בעקיטשע כדי לקיים אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו

גוט...
נאט אייך א גרינע...


יעקב99
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2018 4:54 am

תגובהדורך יעקב99 » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:53 pm

דער הייליגער אר"י הקדוש האט געזאגט (שער הכוונות דרושי שבת):

צריך האדם ללבוש בגדי לבן ולא של צבעים אחרים.
וקבלתי ממורי [האר"י] ז"ל, שכפי הצבע וגוון המלבושים שלובש האדם ביום שבת בעולם הזה, כן ממש יתלבש האדם בעולם הבא אחר פטירתו תמיד ביום השבת.

ואמר לי, כי בקבלת שבת פעם אחת נתגלה אליו נשמת חכם אחד שנפטר בימיו, וראהו לובש שחורים, ואמר לו לפי שבעולם הזה היה לובש שחורים ביום השבת, שלכך היו מענישים אותו שם, להלבישו אחר פטירתו בגדים שחורים, אף ביום השבת.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:17 pm

כ'ווייס נישט פארוואס, אבער ליינדיג די קעפל פון דעם אשכול האב איך מיר דערמאנט פון מיילעך קאהן

ייייעדער איינער....

@בענקל, ברענג א שטיקל צו הערן דערפון...

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:19 pm

ערעב יעקב וואו וואוינט איר? אין קערעסטיר? ווייל וואו איך דריי מיך איז דא א לאאאאאאאאנגע ליסטע מעורר צו זיין מענטשן אויף מצוות דאורייתא ודרבנן און אויף מנהגים וואס אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט, און די ערשטע זאך אויף די ליסטע איז נישט א ענין קבלה שלא ראינו אצל אבותינו.
ביי ביי אייוועלט. האטס מיר און זייטס מיר.
דא מעג מער נאר דעבאטירן איבער טראמפ אדער אונטערן פלעיס.
עטוואס טיפערע נושאים איז שוין למעלה מהשגתם פון די חשוב'ע מנהלים און וועט דעריבער געמעקט ווערן.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 3 געסט