בלאט 1 פון 2

פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער!

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 3:39 pm
דורך ברוינע באנאנע
sgbdhkmUod_Singapore-First-Class-Suites_large.jpg
sgbdhkmUod_Singapore-First-Class-Suites_large.jpg (135.38 KiB) געזען 2892 מאל

איר האט שוין אמאל אריינגעטראכט, איר דארפט ערגעץ פארן אין די מרחקים, איר רופט אן דעם טראוועל אגעט, איר בעט גלייך אָן טראכטן אַן "עקאנאמי קלאס" טיקעט אויפן פליגער, איר קויפט דאס פאר א טויזנט דאלער. איר קומט ארויף אויפן פליגער, איר טרעפט אייער זיץ ערגעץ אין די בעק צוזאם געפרעסט ווי סארדינס, קוים וואס מ'קען דארט זיצן, נישטא קיין פלאץ אפילו פאר דיין פיס, ליגן? חלומ'ט אפילו נישט דערוועגן.
אבער איין רגע, פארוואס נישט חלומען? עטליכע פיס אוועק פון דא זיצן אידן ווי אין א פאלאץ, זיי האבן ברייטע באקוועמע לעדערנע פאטעלן, וואס קען ווערן מיט איין קוועטש פון א קנעפל א געהעריגע בעט, זיי קענען פארמאכן די לייטס ווען זיי שמעקט נאר, זיי באקומען זייער עסן סערווירט ווי פאר א קעניג. פארוואס זאל איך נישט קענען האבן דארט א זיץ? איך בין עפעס א שלעפּער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? ווי איז יושר? איך האב טאקע קוים געקענט צוזאם קראצן ס'געלט פארן טיקעט אין דריטע קלאס, מיט דעם אלעם, פּאסט דאס דען פאר מיר? "די מחסורו אשר יחסר לו" עפעס אזוי זאגט מען... איך וועל נישט איינרוען ביז איך וועל בארגן, שנארן, גנב'ענען (דהיינו בארגן און באצאלן כשירחיב...) כ'מיין, איך גיי דאך דא פליען א גוטע צען שעה, איך מיין אז עס איז ווערט דאס געלט.
אז דער איד וועט קומען צו מיר נאך געלט, גלייב איך אז איך וואלט אים געגעבן לכל הפחות א צוואנציגער, אבער נישט פארן טיקעט, נאר איך וואלט אים געשיקט מיט'ס געלט צום דאקטער. "וואס?" וואלט איך געשריגן אויף אים - "פאר די נישטיגע צען שעה פליען דארפסטו אזוי פארפירן?", "אבער מיין שכן פארט מיט די ערשטע קלאס! וואס איז יושר? פארוואס קומט עס נישט פאר מיר? וואס בין איך שולדיג אז איך האב נישט דאס געלט?" שרייט ער...
איך מיין אז איך וואלט אים געזאגט "טאקע ביסט א גרויסע רחמנות, אבער נישט ווייל דו קענסט נישט פארן אויף די ערשטע קלאס, נאר ווייל דו פארשטייסט נישט די פשוטסטע זאכן אין לעבן וואס יעדע קינדערגארטן אינגל פארשטייט... דיר האט דער אייבישטער געגעבן אזא לעבן, דו קענסט זיך ערלויבן א דריטע קלאס טיקעט, פריי דיך מיט דעם. דיין שכן דאקעגן, האט דער אייבישטער געגעבן אביסל מער געלט, קען ער זיך עס יא ערלויבן... ער קען יא, און דו קענסט נישט, דו דארפסט נישט האבן וואס יענער האט. לעב פאר דיך וועסטו האבן א גוט לעבן."
זייער פשוטע ווערטער, און מ'דארף נישט זיין קיין איינשטיין עס צו באגרייפן. אבער איין מינוט. אפשר איז דער איד וואס מוז פארן מיטן ערשטע קלאס נישט אזא חסר דעה. אפשר... אפשר... איז ער גאר גערעכט.
מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האב איך - געלויבט דעם אייבערשטן - א שידוך געטון. איך בין אין זיבעטן הימל. מ'דארף קויפן א ברעיסלעט. יעדער קויפט עכטע שטיינער מיט טייערע צירונג. מ'דארף קויפן איטאליענע פוירניטשור, טייערע מתנות, א בדחן פאר לכל הפחות טויזנט דאלער, א פאפולערע זינגער, א שיינע זאל זאל וכו', איך קען זיך עס נישט ערלויבן. פינטל. אבער - איך מוז עס טון. וואס הייסט? מיין שכן טוט אזוי, מיין שוועסטער מאכט אזוי חתונה, און בכלל איז עס דאך א "אידישע שמחה", און א אידישע שמחה דארף אויסזען לייטיש! (איך זוך נאך די מקור אויף דעם מאמר, ווער עס ווייסט וועלכע יענטע האט דאס אויסגעטראפן וועט בעקומען די אינטערנאציאנאלע יענטע מעדאל) איך בין דען א שלעפער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? "די מחסורו" שרייען די א.ג. תלמידי חכמים אריין אין מיין אויער, איך האב טאקע קוים דאס געלט אויף א באשיידענע חתונה מיט די וויכטיגסטע געברויכן פאר חתן כלה, אבער מען וועט אויפרודערן א וועלט, מען גייט יעדעם איינשפאנען, אלע שכנים קרובים ידידים יעדער גייט שנארן געלט פאר די חתונה. וואס הייסט, מען קען אים נישט לאזן ווי א שנארער חתונה מאכן! דאס הייסט "בלוט וועט זיך גיסן, אבער שלום וועט זיין..."
דערפאר האב איך באשלאסן, אז יעבור עלי מה, איך פאר נאר מיטן ערשטן קלאס. און - ביטע - ווען איך וועל קלאפן אויף אייער טיר פאר א "איד וואס דארף אן ערשטע קלאס טיקעט אויפן פליגער" - געט מיר א שיינע נתינה. איר קענט מיר נישט אזוי פארשעמען, צו דארפן זיצן צווישן אלע שלעפערס אויף די דריטע קלאס פון הונטן.

און פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער!

קרעדיט ברסלב סענטער
https://breslevcenter.com/news/%D7%90%D ... 7%A2%D7%A8

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 4:25 pm
דורך סאכדעס
איך פאר פון היינט און ווייטער מיט א שיף.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 5:01 pm
דורך עפל קאמפאוט
פירסט קלעס קוקט טאקע אויס אזוי ווי אינעם בילד? אויב אזוי לוינט זיך אפשר טאקע צו שנארן פאר אזא נסיעה...

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 5:47 pm
דורך פאטאקי08
גיב קרעדיט פאר וועם עס קומט

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 6:01 pm
דורך בערל קראקאווער
די פידזשאמע דארט אויפן בעטל האט נאך נישט געלאנדעט
א דרך צלחה.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 6:32 pm
דורך בענקעל
שרעקעדיג... ווי קען מען שלאפן ווען מען פליט זייטיג עטליכע הונדערט מייל א שטונד?
איך פרוביר נאך צו פונאנדערשיידן וועלכע זייט די נאניע פונעם פליגער איז.
אלענפאלס. א זיס'ן שלאף.
ווי זאגט מען, לייגט דיך צוריק און חלומ'דיך ווי דו ענדזשויסטעס...

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 6:53 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
מע, איך וואלט זיך נישט אריינגעלייגט אין א בעט ווען דער סטוערד קען מיר יעדע רגע אויפוועקן אז כ׳זאל מיר צובינדן ווייל ס׳קומט טורבעלאנסן.

ענדערש זיצן אויף א סיעט ווי מ׳קען נישט שלאפן געהעריג.

געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2019 7:34 pm
דורך צו געזונט
משל דומה צו ווייס איך וואס. אבער זיכער נישט צום נמשל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:19 am
דורך שפיגליצקי
ניין, ערשטע קלאס קוקט נישט אויס אווי אויפן בילד, אבער ביי געוויסע לופט ליניעס קוקט דאס אויס ענליך, אז די זעלבע דיוואנד קען אויך ווערן דער דערנעבנדיגער בעט לעת הצורך.

איך פאר 'נישט' מיט ערשטע קלאס, אבער איך מאך יא חתונה נארמאל, ביליג, שפארזאם, און אידישלעך.

אפשר איז טאקע דער נמשל מרומז אין די פידזשאמע דארט אויפן בעט, והבן.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:24 am
דורך נתן בן ופסי
די רייצט אן דעם עולם, איך האב טאקע מורא אז פון היינט און ווייטער פארן מיר מיט ערשט קלאסיג

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:31 am
דורך ווישוואש
שפיגליצקי האט געשריבן:ניין, ערשטע קלאס קוקט נישט אויס אווי אויפן בילד.

דאס איז גראדע יא אן אמת'ע בילד, פון סינגאפור עירליינס פירסט קלעס.

https://www.singaporeair.com/en_UK/us/f ... 80-suites/

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:20 am
דורך פאר'מוח'ט
נישט געזארגט, נישט יעדער פורסט קלעס זעהט אויס אזוי, מיינסטענס איז דאס א ברייטע אבגעזונדערטע בענקל מיט סערוויס, אונז אידעלעך לאזן זיך נישט קאסטן נאך א אלף'ל בלויז פאר אביסל א ברייטערן בענקל.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:34 am
דורך עפל קאמפאוט
פאר'מוח'ט האט געשריבן:נישט געזארגט, נישט יעדער פורסט קלעס זעהט אויס אזוי, מיינסטענס איז דאס א ברייטע אבגעזונדערטע בענקל מיט סערוויס, אונז אידעלעך לאזן זיך נישט קאסטן נאך א אלף'ל בלויז פאר אביסל א ברייטערן בענקל.


עס איז בכלל דא וואס יא? איך האב שוין געזעהן אמאל פורסט קלעס און עס האט בכלל נישט אויסגעקוקט אזוי

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:36 am
דורך פאר'מוח'ט
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:נישט געזארגט, נישט יעדער פורסט קלעס זעהט אויס אזוי, מיינסטענס איז דאס א ברייטע אבגעזונדערטע בענקל מיט סערוויס, אונז אידעלעך לאזן זיך נישט קאסטן נאך א אלף'ל בלויז פאר אביסל א ברייטערן בענקל.


עס איז בכלל דא וואס יא? איך האב שוין געזעהן אמאל פורסט קלעס און עס האט בכלל נישט אויסגעקוקט אזוי

ער צייכנט צו אביסל פריער צו סיגניפאר ערליינס ועיי"ש.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:39 am
דורך פאר'מוח'ט
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:נישט געזארגט, נישט יעדער פורסט קלעס זעהט אויס אזוי, מיינסטענס איז דאס א ברייטע אבגעזונדערטע בענקל מיט סערוויס, אונז אידעלעך לאזן זיך נישט קאסטן נאך א אלף'ל בלויז פאר אביסל א ברייטערן בענקל.


עס איז בכלל דא וואס יא? איך האב שוין געזעהן אמאל פורסט קלעס און עס האט בכלל נישט אויסגעקוקט אזוי

ער צייכנט צו אביסל פריער צו סיגניפאר ערליינס ועיי"ש.

א טיקעט פאנגט זיך אן דארט מיט העכער זיבן טויזענט דאלער...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:05 am
דורך ווישוואש
נישט מיט פוינטס..

און יא, ס'זענען דא גענוג היימישע אידן וואס צאלן קעש פאר אזעלכע טיקעטס. דאס איז דאך די נושא האשכול.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:25 am
דורך שפיגליצקי
ס'קאסט אזא נישטיגע פערצן אלפים "א וועג" אין אזא שטיבל.

אבער ניין, די משל איז נישט דומה צום נמשל, ווייל איך מאך חתונה אויך אין עקאנאמי קלעס, נאר נישט אין די ביהכ"ס פונעם פליגער, ויחי ההבדל.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:03 pm
דורך עפל קאמפאוט
שפיגליצקי האט געשריבן:ס'קאסט אזא נישטיגע פערצן אלפים "א וועג" אין אזא שטיבל.

אבער ניין, די משל איז נישט דומה צום נמשל, ווייל איך מאך חתונה אויך אין עקאנאמי קלעס, נאר נישט אין די ביהכ"ס פונעם פליגער, ויחי ההבדל.


נישט געקענט בעסער ארויסברענגען!!!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:06 pm
דורך אחת ואחת
פאר נאך אפאר טאלער קען מען זיך שוין באלד קויפן א אייגענעם פליגער

פון ישיבה בין איך טאקע געפלויגן מיט מיין אייגענע...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:37 pm
דורך yoel2124441100
פארן Business class איז נישט קײן Luxury אין מײנע אױגן,Economy איז נישט צום אױסהאלטן,חתונות איז סתם אױסגעבּרענגט געלט

איך פאר Business class אין איך פּלאן נישט אױסצוגעבּן אסאך געלט בײם חתונה מאכן

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:53 pm
דורך ווישוואש
אינטערעסאנט, איך בין אסאך געפארן פירסט און ביזנעס, און איך האלט גאנץ פיין אויס אין עקאנאמיע ווען איך צאל קעש פאר'ן טיקעט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:03 pm
דורך yoel2124441100
ווישוואש האט געשריבן:אינטערעסאנט, איך בין אסאך געפארן פירסט און ביזנעס, און איך האלט גאנץ פיין אויס אין עקאנאמיע ווען איך צאל קעש פאר'ן טיקעט.


פארװאס קױפסטו נישט א קינדער שיך פאר דיר? ס׳איז בּיליגער נאר ס׳פיט נישט.. Same here

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:04 pm
דורך ווישוואש
אה, ס'איז צו קליין פאר דיר, ס'האט אויסגעזען אז דו מאכסט א דזשענעראל סטעיטמענט.

כ'בין גראדע נישט אזוי זיכער אז מיין שיך איז טייערער ווי די קינדער שיך..

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 3:37 am
דורך רעסטאראנט
ווישוואש האט געשריבן:אינטערעסאנט, איך בין אסאך געפארן פירסט און ביזנעס, און איך האלט גאנץ פיין אויס אין עקאנאמיע ווען איך צאל קעש פאר'ן טיקעט.

איך קען נישט גלייבן אז די מלך פון פוינטס און מייל פארט עקאנאמי..אפשר נאר ביז פלארידא , פארסט נאך אמאל א 7 אדער 8 שעה פלייט עקאנאמי?

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 6:52 am
דורך blue moon
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מע, איך וואלט זיך נישט אריינגעלייגט אין א בעט ווען דער סטוערד קען מיר יעדע רגע אויפוועקן אז כ׳זאל מיר צובינדן ווייל ס׳קומט טורבעלאנסן.

ענדערש זיצן אויף א סיעט ווי מ׳קען נישט שלאפן געהעריג.



געהערט אמאל פון א קליגען איד אז מען דארף פארבינדען די סיעט בעלד העכער די דאכענע. אזוי ארום וועט דיך די מאנשאפט ערלויבען אפצי-ציען דיין דרימל אום געשטערט. וכן אנו נוהגין.

ואליבא דאמת, בין איך שוין אסאך געפארן איו ביזנעס קלעס מיט ערליכע חסידישע בעלי בתים פון פאריגען דור, זיי ציען זיך לגמרי נישט אויס. מעגליך משום צניעות אדער ווייסעך נישט וואס.