גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארעמונג?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארימונג?

יא
24
20%
ניין
84
69%
טיילווייז (ביטע מסביר זיין אין תגובה)
13
11%
 
סך הכול שטימען: 121

גרשון
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 11:13 am

;l;p- זייער שיין און קלאר.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:48 pm

פאר עפעס א סיבה קוקט אויס, אז חכמות און השערות זענען אין די אויגן פון מענטשן דא איין און די זעלבע זאך, מען דארף אבער נישט זיין דער גרעסטער חכם צו פארשטיין אז השערות זענען בסך הכל השערות, זיי זענען בלויז - אויב געטוהן ריכטיג - "געבויט" אויף חכמות.

כ'האב נישט יעצט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער צו זאגן אז אויב מ'האלט אז ס'עקזעסטירט אזא מושג ווי חכמה מוז מען אננעמען אויך די "חכמה" פון עוועלושען קען נאר קומען פון א חוסר הבנה אז עוועלושען איז א חכמה בכלל... ס'איז בסך הכל אן השערה וואס מענטשן האבן געמאכט, און יענסמאל זענען זיי נישט געווען גערעכט... פונקטליך וועלכע חכמה פון די וועלט איז אפגעפרעגט ווען מ'ווייסט אז עוועלושען איז בעלאוני? און וויאזוי טוט די פאקט אז עוועלושען איז בעלאוני אפפרעגן די מושג פון חכמה?

און מ'רעדט דא ניטאמאל פון קיין טיפע חכמות אין וועלכע מ'דארף גלייבן צו ארויסהאבן אז קלימאטן טויש איז עכט, די חכמה וועלכער איז שוין אלט טויזענטער יארן באקאנט אלס "מאטעמאטיקס" אליינס - למשל - איז גענוג צו אויפווייזן דאס, צו לייקענט דען איינער אין די חכמה?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:35 pm

א דאנק יענג פאר דיין שיינע תגובה, נישט קיין חילוק צו מען איז מסכום מיט דיר צו נישט העט יעדער מסכום זיין אז דיין פענע איז פוהל מיט קוואלעטי און שכלדיגע תגובות

איך בין מקנא דיין רואיגקייט, עס איז גאר שטארק מערקבאר.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 14 געסט