גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארעמונג?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גלייבט איר אין גלאבאלע אנווארימונג?

יא
24
20%
ניין
84
69%
טיילווייז (ביטע מסביר זיין אין תגובה)
13
11%
 
סך הכול שטימען: 121

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג יולי 02, 2019 3:34 pm

צו די וועלט ווערט ווארימער צו נישט בין איך נישט באקאנט...(וואס ווייסטו די קלימאט מחזור ? אפשר גייט די וועלט יעדע טויזעט יאר אויף אזא מחזור ווארעם קאלט, אייז בארג צולאזן זיך..)
אבער דעס אז ס'האט מיט די מענטשהייט, און אונז דארפן זיך זארגן איז מאקראני...(עני וועי גלייבן מיר אז ס'קומט א אלף השביעי, אבער אפי' פארן גוי) איין בארג לאווע! שפייט אויס שזיגמיליען מאל מער פולשען און רויך ווי אלע מאפלערס פון גאנץ איך ווייס נישט וואס...

ס'אזי דא 1000טער פייערן וואס ברענען פון מענטשען און 1000ער פון נאטירילכע אויפרייסן, מנשל,די לעצטיגע וואלד פייער אין כאליפארניע.. וויפיל פלאשען האט דעס ארויס געגעבען ? וויפל באטלעך סאוידע און פלעסיגע בעגס וואלט מען געקענט מאכן מיט די מאס פלאשען ?! אלזא וואס מאכט מען משגיע פון קליינע רויכלעך, וואס איז געווען ווען מ'האט גענוצט קוילן? סהאט געשפיגען רויך אלל אווער!
הדא דכתיב תן לחמור פאדינג.
You only live one but if you do it right, once is enough

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש נובעמבער 02, 2019 11:58 pm

לעצטע וואכעדיגע פרשה, דור הפלגה, פרק יא פסוק י' רש"י ד"ה דברים אחדים: דבר אחר ודברים אחדים, אמרו אחת לאלף ותרנ"ו שנים הרקיע מתמוטט, כשם שעשה בימי המבול, באו ונעשה לו סמוכות.

סאנד ווי די "וועלט פארזארגער" וואס 'זארגן' זיך פאר די ענווייערמענט....

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:38 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:לעצטע וואכעדיגע פרשה, דור הפלגה, פרק יא פסוק י' רש"י ד"ה דברים אחדים: דבר אחר ודברים אחדים, אמרו אחת לאלף ותרנ"ו שנים הרקיע מתמוטט, כשם שעשה בימי המבול, באו ונעשה לו סמוכות.

סאנד ווי די "וועלט פארזארגער" וואס 'זארגן' זיך פאר די ענווייערמענט....

viewtopic.php?p=1951731#p1951731
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

ארגינעלע יוד
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מוצ"ש נובעמבער 09, 2019 11:33 pm

מזי רעב האט געשריבן:די איידיע אז מענטשען קענען טוישען די וועטער סיי אויף קעלטער סיי אויף ווארעמער איז כפירה אינעם משנה עיתים ומחליף את הזמנים, דאס אז ס'איז אמאל דא ווארעמערע יארען און אמאל קעלטערע יארען כבר הי' לעולמים, קוק אריין אין צמח דוד ווי ס'איז באשריבען אלע אינטערעסאנטע געשעענישען פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר איז דא איין יאר ערגעץ אין די ת' יארען ווען ס'איז בכלל נישט געווען קיין ווינטער און נאך

דאס אז דער באשעפער איז משנה עיתים ומחליף את הזמנים מיינט אז סאיז כפירה גלאבאל ווארמינג?
אלעס טוט דער אויבערשטער ני אשר ע"כ מעגסטו הארגענען דיין חבר?
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

ארגינעלע יוד
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:02 am

איך האב געשטימט טיילווייז
עס איז א הארטע מציאות אז די וועלט איז ארומגענומען מיט א שיכט פון גאזן וואס הייסט די אאזאן לעיער (רקיע?) וואס דאס שיצט אונזער וועלטל פון כל מרעין בישין אנגעהויבן פון די שעדליכע ראדיאציע און זון שטראלן וואס די זון שיקט אונז כסדר ביז סתם שטיינער וואס פליען ארום אין ספעיס און בכלל סהאלט די זון שטראלן אינעווייניג כדי סזאל זיין ווארעם ,און דאס מאכט אונזער אטמאספערע געאייגנט פאר ברואים צו לעבן.
סאיז אויך א מציאות אז די שיכט איז במשך די יארן דינער געווארן און אין טייל פלעצער (צב"ש ערגעץ העכער רוסלאנד) איז עס פשוט און פראסט געלעכערט געווארן, און פון דארטן קומט אריין ראדיאציע און סתם שעדליכע שטראלן פון די זון און שטערנס (דוכט זיך אז צוליב דעם האט זיך אסאך פארמערט די ביטערע מחלה).
די פראגע איז אויב דאס האט עפעס מיט אונז צוטון?
לכאורה נישט!! דאס איז דאך זיכער אז משיח וועט קומען, ווילסט מיר זאגן אז ביאת משיח וועט נישט האבן וואו צו חל זיין? חוץ אפשר אויב אילאן מאסק וועט באווייזן צו בויען א ייישוב אויפן מארס.... און בכלל וואס איז די באדייט פון יומם ולילה לא ישבותו,וואס סשטייט א הבטחה אויף נאכן מבול?
בקיצור א סעקולערן קאפ האט שוין איינמאל צו זיין באזארגט און א יוד קען זיך רואיג אויסלאכן און אויב נישט לכאורה צריך בדיקה אחריו.
אבער יעצט איז א שמוס פאר זיך, אויב די צוגאנג וואס די ליבעראלן נעמען איז אויסגעהאלטן?, די ענטפער איז א ריזיגע בלא!! עס שמעקט קולטיסטיש קאמוניסטיש און טיפשותדיג ביז גאר!!
הייסט טשיינע רוסלאנד און אינדיע מעגן שפייען רויעך און פעלושאן און דו נעמסט טעקסעס פאר שאפינג בעגס? אמעריקע איז זיך מחייב שווערע געלטער פאר אנדערע לענדער אלס טייל פון די "פאריזער קלימאטן טויש אפמאך" בשעת זיי לאכן דיר אין פנים??!! בכלל סזעט עפעס אויס ווי די ליבעראלן האבן זיך געטראפן א תירוץ פארוואס די גאווערנמענט זאל קענען קאנטראלירן, רעגאלירן, און טעקסירן אלעס!!
יעצט דער ריפובליקאנער גוי איז אויך רעליגיעז און ער לאכט אויך דערפון וועגן בערך די זעלבע טעם ווי אונז, ער ווייסט אז איינער פירט די וועלט און האט דעם אטאאיסט סייענטיסט טיף אין דער ערד, סהאט גארנישט מיט הגיון און עס דורכשטודירן זיי רעדן פשוט א אנדערע שפראך!! און גערעכט זענען זיי!! נאר אין די היינטיגע וועלט ווערט אנגעקוקט גלייבן אין רעליגיע אלס ראדיקאל, פארשטייט זיך אבער אז אין די רעליגיע פון סייענס מוז יעדער גלייבן, איי זיי אליינס זענען מודה אז זיי ווייסן מער נישט ווי יא?, אבער אזוי זעט אויס א באשלאסענע וועלט וואס קודם באשליסט מען כפירה און הפקירות (איי א גאנצע פאלק איז מעיד אז אונז האמער געזען!!) און נאכדעם זוכט מען דעקונג.
יעצט לע"ד אפשר קען עס זיין א אנדייטונג אויפן אלף הששי וואס די וועלט וועט דאך חרוב גיין (עיין בספר שער הגמול לרמב'ן) און פארשטייט זיך אז אין עצה ואין תבונה נגד השם.
נאך האב איך געקלערט, ס'שטייט ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער באפעלן צו בויען סוכות און סוועט זיין ביטער הייס והצדיקים מתעדנין בה וכו' און נאך שטייט וזרחה לכם יראי שמי שמש צדקה וכו', מזעט אנדייטונגען אויף גרויסע היצן בימות המשיח וואס פאר די ערליכע יודן וועט עס גאר זיין א תענוג, קען זיין אז אלעס איז איין זאך,אז דאס איז אן הקדמה צום אלף הששי און אויך אז פארדעם בימות משיח וועט זיין גאר גרויסע היצן. אבער כמיין אז אויב מיין טעאריע איז ריכטיג איז דאס פאר אונז יודעלעך גארנישט באזארגנד נאר אדרבה סאיז גאר גוטע נייעס....
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום פרייטאג נובעמבער 15, 2019 3:19 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג נובעמבער 10, 2019 5:23 am

הייבט זיך אן...
אין איטאליע גייט מען צווינגען די נעקסטע דור צו גלייבען אין גלאובעל ווארמינג

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 10, 2019 9:02 am

דער ארגינעלער איד שרייבט פיין.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 10, 2019 11:44 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער ארגינעלער איד שרייבט פיין.

גוט געזאגט!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:48 pm

כ'האב אמאל געהערט אין נאמען פון איינע פון די צדיקים, ווען ער האט נאכגעזאגט א זוהר האט ער געזאגט אז ער האט עס געזען אין חק...מ'זאל נישט וויסען אז ער לערנט קבלה. איך וועל אויך אזוי זאגען - להבדיל - איך האב געהערט אויף איינע פון ר' יום טוב עהרליך'ס טעיפס (גירסא דינקותא) אז די גאנצע וועלט האט דער אייבערשטער איבערגעגעבן צו פירען פאר די מלאכים אדער ס'זאל זיך פירען ע"פ טבע, חוץ איין זאך: די ווינטען קאנטראלירט דער באשעפער אליינס אן קיין שום טבע. קומען די סייענטיסטען-אטעאיסטען און זאגען אז פונקט די ווינטען-האריקעינס וכו' האבען די מענטשן ארום געטוישט...

גרשון
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:56 pm

איך גיי מיך נישט באציען צום עצם שאלה פון קלימאטן טויש, צי די מענטשהייט מיט אירע גאזן מאכט די פלאנעט ווארעמער צי נישט, ס'זענען דא אין דעם צדדים לכאן ולכאן. (כאטש וואס דאס אז די וועלט ווערט ווארעמער איז כמעט א זיכערע זאך – ווער ס'קען זאל דאס ביטע איינמעלדן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט.) איך וויל מיך אבער יא באציען צו דעם וואס ס'קען דא אויסקוקן ווי א דבר פשוט פאר יעדן וואס האט נאר א טראפ באקאנטשאפט אין אידישקייט, אז האלטן ווי דער אנגענומענער וויסנשאפטליכער מיינונג אז אונזער פארפעסטיגן די לופט שעדיגט די גאנצע בריאה איז ריין כפירה און אין קעגנזאץ צו אונזער אמונה. ניטאמאל האט זיך איינער גענומען די מי צו ערקלערן געהעריג וואס א כפירה ס'שטעקט דערין – כ'מיין, דו ביזט היינט געווארן א גר? דיין מלמד האט דיר נישט אויסגעלערנט קיין א-ב?

מיר ווייסן אלע אז דער אויבערשטער איז משנה עתים ומחליף את הזמנים. די טייטש פון דעם איז אז ער מאכט טונקל ביינאכט און ליכטיג בייטאג, און מ'קען אויך מרמז זיין אין די ווערטער אז ער טוישט די וועטערן פון מאל צו מאל אנדערש ווי ערווארטעט. מיט דעם קריגט זיך קיינער נישט. דאס מיינט אבער נישט אז מיר מענטשן קענען נישט שעדיגן דעם נאטורליכן סיסטעם פון די וועטערן, פונקט ווי מיר זענען בכח צו טוישן אנדערע נאטורליכע סיסטעמען.

מיר זעען אין גמרא אז ס'זענען פארהאן דריי שליסלען וועלכע ליגן בלויז ביים אויבערשטן אליין: דער שליסל פון רעגן, דער שליסל פון קינדער, און דער שליסל פון תחיית המתים. די אלע דריי ווערן היינט פאקטיש מאניפולירט טיילווייז דורך דער מענטשהייט (קליניש טויטע וועלכע דרייען זיך היינט ארום געזונט און פריש וואלטן פארצייטנס באטראכט געווארן דורך יעדן אלס טויט).

ס'ווערט נישט אין ערגעץ געברענגט א הבטחה פון השי"ת אז די וועלט וועט קיינמאל נישט חרוב ווערן. אויב עפעס פארקערט, די גמרא זאגט אז די וועלט איז בלויז אויף זעקס טויזנט יאר – קוים 220 יאר ווייטער פון וואו מיר שטייען – און אזוי זעט מען צענדליגע מאל אין חז"ל און אין פסוקי התנ"ך אז אונזער וועלטל איז נישט אויף אייביג. אבער אויסער דעם ווייסן מיר אז די מענטשליכע בחירה האט דער אויבערשטער כביכול געלאזט אז מיר זאלן קענען אויסוועלן צווישן טוב און רע. ס'שטייט אין זוהר הק' אז אפילו ווען ס'איז באשערט פאר א מענטש צו לעבן קען אים א צווייטער בעל בחירה הרג'ענען. פארוואס זאל מען אויב נישט קענען זאגן אז מיט אונזער בחירה קענען מיר אויך שעדיגן די גאנצע בריאה?

און בכלל, אפילו אויב מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז מיר קענען בשום אופן נישט חרוב לייגן די וועלט, איז איבער גענוג שלעכט דאס אז פילע באוואוינטע ערטער זאלן פארוואנדלט ווערן אין פוסטע מדבריות, אז מיאמי און אנדערע נידריגע בארטנס זאלן פארשוועמט ווערן אונטער'ן ים פלאך, און אז צענדליגע באשעפענישן און געוואוקסן פונעם ארקטיק זאלן אויסגעראטן ווערן. ווען וויסשאפטלער רעדן פון א חרוב'ע וועלט, רעדן זיי פון צענדליגער און הונדערטער יארן ארום, אבער שאדנס צוליב עקסטרעמע טעמפעראטורן פאסירן שוין פאקטיש יעצט!

למעשה פארשטיי איך לגמרי נישט פארוואס אמונה זאל אפלייקענען קלימאטן טויש. יעדער ווייסט אז מענטשן זענען בכח שוין די לעצטע פופציג יאר אפצואווישן דעם גאנצן ערד-קוגל ח"ו; ס'געפינען זיך איבער דער וועלט נוקלעארע וואפנס וועלכע קענען פארניכטן די פלאנעט עטליכע מאל. וועט איינער זאגן אז מ'טאר דאס נישט גלייבן? אלא מאי, דער רבש"ע וועלכער האט אריינגעגעבן חכמה אין דער מענטשהייט צו ערפינדן דעם אטאם, האט עס געגעבן אין א דור וואו ס'עקזיסטירט אינטערנאציאנאלן געזעץ און מענטשליך בלוט טראגט א שוויות, נישט אינעם מיטלאלטער ווען יעדער טיראן וואלט אויסגעשאסן זיינע באמבעס אן טראכטן צוויי מאל. אקוראט דאס זעלבע איז דא. טאקע ווייל דער אויבערשטער איז משגיח אויף דער וועלט און ער וויל זי זאל האבן א קיום, פארדעם גיבט ער, וואס לב מלכים ושרים איז בידו, אריין אין די הערצער פון די וועלט פירער זיי זאלן נעמען שריט צו פארמיידן א קאטאסטראפע און רעגולירן דאס באניץ פון שעדליגע גאזן. ממש אינעם פאריזן קלימאטן טויש אפמאך ליגט דער יד ה' וועלכער זארגט זיך פאר זיין וועלטל און איז מסבב ס'זאלן גענומען ווערן די ריכטיגע שריט.

למען האמת, איך קען פארשטיין פארוואס א היימישער איד זאל שפירן אומבאקוועם מיט אזעלכע וויסנשאפטליכע שטודיעס. סוף כל סוף ווערן זיי געשריבן מיט א גייסט פון אטעאיזם, ס'ווערן נישט אריינגעווארפן דיבורי אמונה צווישן די שורות (אזוי ווי ביי די ניטל שיעורים אין ישיבה), און רוב מאל גאר דאס פארקערטע.

דאס איז אבער נישט קיין באגנוגנדע סיבה ארויסצוטראגן א כפירה-אורטייל אויף יעדער שטודיע וואס קומט ארויס. אבערגלויבערישקייט האט למעשה פונקט די פארקערטע השפעה; טראכט וואס דו וועסט טון אין פאל דו וועסט באין ברירה מוזן מודה זיין אז ס'איז אמת. כך לימדונו חכמינו ז"ל: כל המוסף גורע.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 12:18 pm

שפתיים ישק, רבינו גרשון!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:58 pm

גרשון האט געשריבן:דאס איז אבער נישט קיין באגנוגנדע סיבה ארויסצוטראגן א כפירה-אורטייל אויף יעדער שטודיע וואס קומט ארויס. אבערגלויבערישקייט האט למעשה פונקט די פארקערטע השפעה; טראכט וואס דו וועסט טון אין פאל דו וועסט באין ברירה מוזן מודה זיין אז ס'איז אמת. כך לימדונו חכמינו ז"ל: כל המוסף גורע.

איך גיי דא נישט פארענטפערן "די כפירה" ווייל איך האל נישט אז עס איז כפירה
אבער ארגינעלער האט גאנץ גוט ארויסגעברענט עטליכע נקודות

וואס איך האב ארויסגענומען פון זיינע ווערטער
נישט אלץ כפירה איז אבער דאך דא א שטארקע מקום אז א מענטש וואס טראכט אויף יסודות פון אמונה זאל זיך ווייניג קימערן מיט דעם פראבלעם

את"ל אז עס איז א פראבלעם, די מהלך וואס מען ניצט דאס צו באהאנדלען איז לאו דוקא געבויעט אויף די זעלבע סייענטיפישע געזעצן

זעה דא האב איך געשריבן נאך נקודות

א נקודה להוסיף
א איד וואס גלייבט כי ששת ימים עשה השם את השמים ואת הארץ
פארשטיי איך זייער גוט אז ער ווערט נישט איבערגענומען פון הארטע בייווייזן פון סייענטיסטן איבער סיי וועלכע נושא
ווייל אפילו ער קען דיר נישט פינפוינטן ווי זיי האבן געגרייזט, איז אים אבער מוחלט אז "ערגעץ" האבן זיי געגרייזט, בטעות אדער במכוון

יעצט פרעג אים נישט פארוואס ער ניצט קאמפיוטער טשיפס, אדער ער רייזט מיט א פליגער אויף אויטא פיילעט, ניצט מעדיצינען, און לאזט זיך אפערירן מיט הילף פון ראבא דאקטורים,
עס ארבעט, ארבעט עס, און עפ"י הלכה מעג ער זיך פארלאזן דערויף, צוזאמען מיטן אמונה פון עלת העילות וסיבת הסיבות, און ער דארף זיך נאך אלץ נישט אינטערווארפן אינטער יעדע ליבעראלע אגענדע

גרשון
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:31 pm

יוד אלף האט געשריבן:א איד וואס גלייבט כי ששת ימים עשה השם את השמים ואת הארץ
פארשטיי איך זייער גוט אז ער ווערט נישט איבערגענומען פון הארטע בייווייזן פון סייענטיסטן איבער סיי וועלכע נושא
ווייל אפילו ער קען דיר נישט פינפוינטן ווי זיי האבן געגרייזט, איז אים אבער מוחלט אז "ערגעץ" האבן זיי געגרייזט, בטעות אדער במכוון

במחילת כבודך פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט דא. בעצם שרייבסטו גלייך נאכדעם פונקט פארקערט, אז ווען די תורה איז נישט קיין סתירה צו וויסנשאפט איז נישט קיין שום פראבלעם עס צו גלייבן - חכמה בגוים תאמין. פארוואס אויב אזוי איז זיכער אז ביי דער נושא גרייזן זיי "ערגעץ" בהחלט?

אויב האסטו געליינט וואס איך האב געשריבן, האסטו געזען אז איך האב אדרעסירט אלעס וואס ארגינעלער איד האט דערמאנט. און אגב, דער פסוק "יום ולילה לא ישבותו" וואס ער ברענגט ווייזט פונקט פארקערט ווי דאס וואס ער האט געוואלט ארויסברענגען. זע אבן עזרא אויף יענעם פסוק וועלכער פאנגט זיך אן "עוד כל ימי הארץ", אז פון דעם איז א ראיה אז אונזער וועלט האט א באשטימטן צאל יארן ווילאנג ס'וועט זיך האלטן...

איבער דעם וואס דו און ער זאגן אז אן ערליכער איד האט זיך נישט וואס צו זארגן, האב איך אייך גוטע נייעס: איך האלט גענוי די זעלבע. ווי איך האב געשריבן, גלייב איך אז השי"ת פירט צו אז די וועלט פירער זאלן זיך קימערן מיט דער גלאבאלער פראבלעם. למעשה זענען רוב מענטשן בכלל נישט באזארגט, זיי האלטן נאר אז ס'איז באזארגנד אויב טוט מען נישט דאס ריכטיגע.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:56 pm

גרשון האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:א איד וואס גלייבט כי ששת ימים עשה השם את השמים ואת הארץ
פארשטיי איך זייער גוט אז ער ווערט נישט איבערגענומען פון הארטע בייווייזן פון סייענטיסטן איבער סיי וועלכע נושא
ווייל אפילו ער קען דיר נישט פינפוינטן ווי זיי האבן געגרייזט, איז אים אבער מוחלט אז "ערגעץ" האבן זיי געגרייזט, בטעות אדער במכוון

במחילת כבודך פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט דא. בעצם שרייבסטו גלייך נאכדעם פונקט פארקערט, אז ווען די תורה איז נישט קיין סתירה צו וויסנשאפט איז נישט קיין שום פראבלעם עס צו גלייבן - חכמה בגוים תאמין. פארוואס אויב אזוי איז זיכער אז ביי דער נושא גרייזן זיי "ערגעץ" בהחלט?

אויב האסטו געליינט וואס איך האב געשריבן, האסטו געזען אז איך האב אדרעסירט אלעס וואס ארגינעלער איד האט דערמאנט.

זעהט אויס אז איך האב מיר נישט גוט ארויסגעברענט,
דו האסט somehow פארשטאנען פון מיר אז איך האלט אז זיי זענען בהחלט טועה איבער גלאבעל ווארמינג, ווען מיין כונה איז געווען אין גענעראל איבער זייערע איבערצייגונגען אין בריאת שמים וארץ וואס איז גענוג צו shape'ן די בליק פון א איד איבער זייערע ערפינדונגען

איך האב נישט געזען ארגינעלער זאל ארויסגעבן א כפירה אורטייל, די חילוק וואס איז איך האב געזען צווישן דיר און אים איז די HYPE איבער
גרשון האט געשריבן:למען האמת, איך קען פארשטיין פארוואס א היימישער איד זאל שפירן אומבאקוועם מיט אזעלכע וויסנשאפטליכע שטודיעס. סוף כל סוף ווערן זיי געשריבן מיט א גייסט פון אטעאיזם, ס'ווערן נישט אריינגעווארפן דיבורי אמונה צווישן די שורות (אזוי ווי ביי די ניטל שיעורים אין ישיבה), און רוב מאל גאר דאס פארקערטע.

וואס לכאורה זענט עטץ אויף איין פעידזש דערמיט, מיר האט פשוט מער געצויגן די געוויכט וואס עס טראגט אין זיין תגובה, ווי אין דיינס, און דאס האב איך ארויסגעדרוקט

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:14 pm

גרשון האט געשריבן:
מיר זעען אין גמרא אז ס'זענען פארהאן דריי שליסלען וועלכע ליגן בלויז ביים אויבערשטן אליין: דער שליסל פון רעגן, דער שליסל פון קינדער, און דער שליסל פון תחיית המתים. די אלע דריי ווערן היינט פאקטיש מאניפולירט טיילווייז דורך דער מענטשהייט (קליניש טויטע וועלכע דרייען זיך היינט ארום געזונט און פריש וואלטן פארצייטנס באטראכט געווארן דורך יעדן אלס טויט).

דו ברענגסט א מעשה לסתור. קליניקלי טויט מיינט אז די מענטשהייט האט אים ערקלערט טויט. און טאקע נאר דער יוצר אדםמאכט אים לעבעדיג מיט די שליסל פון תחיית המתים.

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 6:58 pm

בכלל זענען דיינע ווערטער אין סך הכל זייער קאמיש.

אין קורצן וואס דו ברענגסט ארויס איז, חז"ל ווייסן חס ושלום נישט וואס זיי זאגן איבער די ג' מפתחות- גלאבאלע ווארעמינג ווערט געטריבן פון אטיעזים- און זיי ווייסן אבער יא פונקטליך וואס זיי רעדן.

דיין ראיה פון זוה"ק לגבי בעלי בחירה איז דויערהאפטיג קליינקעפיק. די זוה"ק רעדט פון הארגענען א מענטש/ מענטשן, און דו זעהסט פון דעם א ראיה אז עס איז אין די הענט פון די מענטשהייט חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט דורכן נוצן שטרויען ביים טרינקן.....

אבער איין זאך וועל איך יא מוזן מסכים זיין מיט דיר, ברוך שנתן עולמו לשומרים, וברוך שחלק מחכמתו פאר די חכמת המפורסמת קארטעז, זי געבט זיך טאקע גוט אפ מיט די ברענעדיגע פראבלעם, עס קוועלט די הארץ צו הערן אירע קלוגע געדאנקען, א שטייגער ווי: עסען בעבי'ס, נישט האבן קיין קינדער וכ'ו.

אגב, דו געבסט עס נאך 220 יאר, זי געבט דאס בלויז 12 יאר.

גרשון
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:48 pm

בלינצע האט געשריבן:בכלל זענען דיינע ווערטער אין סך הכל זייער קאמיש.

ווען איך טרעף ווען איין שורה פון מיר ציטירט ריכטיג אין דיינע ווערטער וואלט איך דיר געענטפערט. ס'קוקט נישט אויס ווי דו זוכסט צו באטראכטן די נושא טיפער ווי ביז היינט. איך האב נישט דיר געמיינט מיט מיין תגובה. אגב, קארטעז איז נישט קיין וועלט פירער, זי איז בסך הכל א קאנגרעספרוי, איינס פון צווישן עטליכע הונדערט, געווארן פאפולער הויפטזעכליך דורך רעכטע פראפאגאנדע.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

גרשון
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:57 pm

יוד אלף האט געשריבן:זעהט אויס אז איך האב מיר נישט גוט ארויסגעברענט,
דו האסט somehow פארשטאנען פון מיר אז איך האלט אז זיי זענען בהחלט טועה איבער גלאבעל ווארמינג, ווען מיין כונה איז געווען אין גענעראל איבער זייערע איבערצייגונגען אין בריאת שמים וארץ וואס איז גענוג צו shape'ן די בליק פון א איד איבער זייערע ערפינדונגען.

ס'איז ריכטיג וואס דו זאגסט, אבער ס'איז נישט ריכטיג. פון איין זייט דארפן מיר וויסן אז די תורה און אמונה איז ביי אונז שטערקער ווי סיי וועלכע וויסנשאפטליכע אויסטרעפן, אבער אין דער זעלבער צייט דארף מען זען נישט צו מאכן קיין טשאלנט און אויסמישן איין זאך מיט א צווייטער. אויב מיר קענען נישט אננעמען זייערע ווערטער ווען ס'קומט צו בריאת שמים וארץ, מיינט עס נאכנישט אז יעדע זאך וואס זיי זאגן איז אפגעפרעגט. "זיי" נעמט אריין אלע ערפידונגען פון דער מאדערנער ציוויליזאציע - און אפילו פון פארדעם - און קיינער האלט נישט אז דאס אלעס ווערט געשטעלט אין א זייט - אממערסנס קען עס דיר ברענגען צו סקעפטיציזם.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:58 pm

גרשון האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:בכלל זענען דיינע ווערטער אין סך הכל זייער קאמיש.

אין קורצן וואס דו ברענגסט ארויס איז, חז"ל ווייסן חס ושלום נישט וואס זיי זאגן איבער די ג' מפתחות- גלאבאלע ווארעמינג ווערט געטריבן פון אטיעזים- און זיי ווייסן אבער יא פונקטליך וואס זיי רעדן.

דיין ראיה פון זוה"ק לגבי בעלי בחירה איז דויערהאפטיג קליינקעפיק. די זוה"ק רעדט פון הארגענען א מענטש/ מענטשן, און דו זעהסט פון דעם א ראיה אז עס איז אין די הענט פון די מענטשהייט חרוב צו מאכן די גאנצע וועלט דורכן נוצן שטרויען ביים טרינקן.....

אבער איין זאך וועל איך יא מוזן מסכים זיין מיט דיר, ברוך שנתן עולמו לשומרים, וברוך שחלק מחכמתו פאר די חכמת המפורסמת קארטעז, זי געבט זיך טאקע גוט אפ מיט די ברענעדיגע פראבלעם, עס קוועלט די הארץ צו הערן אירע קלוגע געדאנקען, א שטייגער ווי: עסען בעבי'ס, נישט האבן קיין קינדער וכ'ו.

אגב, דו געבסט עס נאך 220 יאר, זי געבט דאס בלויז 12 יאר.

ווען איך טרעף ווען איין שורה פון מיר ציטירט ריכטיג אין דיינע ווערטער וואלט איך דיר געענטפערט. ס'קוקט נישט אויס ווי דו זוכסט צו באטראכטן די נושא טיפער ווי ביז היינט. איך האב נישט דיר געמיינט מיט מיין תגובה. אגב, קארטעז איז נישט קיין וועלט פירער, זי איז בסך הכל א קאנגרעספרוי, איינס פון צווישן עטליכע הונדערט, געווארן פאפולער הויפטזעכליך דורך רעכטע פראפאגאנדע.

איך האב דיר בכלל נישט צוטירט, איך האב געמאכט א סך הכל פון וואס דו האסט געשריבן.

די פראבלעם פון די פארשאלטענע משכילים איז געווען די כפירה "צווישן די שורות".

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:31 pm

גרשון האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:זעהט אויס אז איך האב מיר נישט גוט ארויסגעברענט,
דו האסט somehow פארשטאנען פון מיר אז איך האלט אז זיי זענען בהחלט טועה איבער גלאבעל ווארמינג, ווען מיין כונה איז געווען אין גענעראל איבער זייערע איבערצייגונגען אין בריאת שמים וארץ וואס איז גענוג צו shape'ן די בליק פון א איד איבער זייערע ערפינדונגען.

ס'איז ריכטיג וואס דו זאגסט, אבער ס'איז נישט ריכטיג. פון איין זייט דארפן מיר וויסן אז די תורה און אמונה איז ביי אונז שטערקער ווי סיי וועלכע וויסנשאפטליכע אויסטרעפן, אבער אין דער זעלבער צייט דארף מען זען נישט צו מאכן קיין טשאלנט און אויסמישן איין זאך מיט א צווייטער. אויב מיר קענען נישט אננעמען זייערע ווערטער ווען ס'קומט צו בריאת שמים וארץ, מיינט עס נאכנישט אז יעדע זאך וואס זיי זאגן איז אפגעפרעגט. "זיי" נעמט אריין אלע ערפידונגען פון דער מאדערנער ציוויליזאציע - און אפילו פון פארדעם - און קיינער האלט נישט אז דאס אלעס ווערט געשטעלט אין א זייט - אממערסנס קען עס דיר ברענגען צו סקעפטיציזם.

איר זאגט דאך ממש וואס איך זאג,

איין טריט ארויפצו, די ערפינדונגן, וואס זענען אינטערן השפעה פון די צווייפעלהאפטיגע הנחות, וועלן האבן א גרעסערע סקעפטיזם ווי אלגעמיינע שטודיעס.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:08 pm

דער הייליגער רמב"ם אין הל' קדה"ח סוף פרק י"ז (דאכט זיך) שרייבט אז ווען "זיי" קומען מיט פעסטע אומאפווענדבארע סברות, און ס'איז נישט קיין סתירה צו חז"ל, מעג מען גלייבן א גוי ווייל איך פארלאז זיך נישט אויף אים נאר אויף זיינע סברות, און אויף דעם איז געזאגט געווארן חכמה בגוים תאמין.

די אלע טמאים פון וועם מ'האט דא גערעדט קומען נאכנישט נאנט צו דעם אז זיי זאלן בכלל אריין גיין אין דעם קאטעגאריע.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:10 pm

די מערסטע קאמיש איז נאך ווען די אלע וואס גלייבן נישט אין חז"ל, קומען מיט די מימרא פון חז"ל חכמה בגוים תאמין.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:24 pm

א אטאם באמבע איז נישט אנדערש ווי מ׳זאל הרגענען טויזענטער מענטשן מיט שווערדן, וואס איז בידינו צו טאן, אויב ס׳איז דא אן הסכמה דערויף פון אויבן שטייצעך.

מ׳קען חרוב מאכן די וועלט מיט נוקלערע וואפן? כ׳הער, נו, אויב וועט דער באשעפער לאזן קענסטו עס טאן. מ׳קען אויך אינטערצינדן גאנץ אמעריקא אין פייער, אזוי אויך גאנץ אפריקא מיט יוראפ צוזאמען. דו טוישט אבער נישט דעם מהות הבריאה. זוממער ווערט הייס, ווינטער קאלט, ביינאכט טונקל, בייטאג ליכטיג.. און ערגסטן פאל לאזטו איבער א רושם פאר א תקופה, און אפילו פאר לאנגע יארן. דער בריאה איז אבער נישט אנדערש ווי ביפאר. פונקט ווי דאס ליגן אינטערן דאכענע פארשטייסטו אז די האסט נישט געענדערט דעם נאטור.. וואס הייסט, די נאטור איז אז יעצט איז קאלט, און דו ביסט דאך ווארעם. פיין, דו האסט ״דיך״ געמאכט ווארעם, האסט אבער נישט געטוישט דעם נאטור.

כ׳האב שוין אמאל געזעהן ערגעץ איבער דעם ענין, נישט אויף גלאובעל ווארעמינג, נאר טאקע איבער ווי ווייט די בחירה פונעם בשר ודם גייט. [קען זיין רמב״ם הלכות תשובה?]. ער רעדט דארט מער באריכות איבער דעם אז דער מהות הבריאה ליגט אינגאנצן נישט אינעם בחירה פונעם מענטש, ס׳איז נישט בידינו צו מאכן סיי וועלכע שינו אין דעם נאטור.

געב א קוק, די גאנצע גלאובעל ווארעמינג / קליימעט טשעינזש פאוביע איז א סייענטיפישע ערפינדונג וואס נעמט זיך מתחילה פון דעם אז אונזער געלעקסי און אירע סאולער סיסטעמס, אונזער וועלט׳ל, זענען באשאפן געווארן ביים ״ביג בענג״.. עימיצער האט געמאכט אייער-שפייז, און ווען די אויל איז געווען הייס האט ער אריינגעשפריצט וואסער און ״בום״.. די וועלט איז באשאפן געווארן.

כ׳האב דירעקט געזיכט צו מאכן לצנותה דע״ז, דאס איז אבער א סייענטיפישע גלויבונג. עפעס א קאמבענאציע פון גאזן האבן אויפגעריסן, און אזוי איז דער וועלט באשאפן געווארן. און יעצט קומט טראמפ און מיט זיינע פלעסטיק בעגס פארדרייט ער די רעסעפי.

איך גלייב אז דער בוכ״ע האט באשאפן די וועלט, און עס שטייט אינגאנצן עדוואס ווינציגער ווי 6 טויזענט יאר.. נאכמער, לפי זיי אז די בריאה שטייט שוין ווייסעך וויפיל מילאונען בילאונען יארן.. וויזוי זענען זיי נישט זיכער אז פאר 1.75 בילאון יאר צוריק איז דער דורכשניטליכער טעמפעטור געווען 120 דעגרי?..

ס׳איז אלעס שטותים, סאו ס׳איז אירעלעווענט, און אייגענטליך אסור צו טראכטן דערפון. גלאובעל ווארעמינג/קליימעט טשעינדזש איז געווארן ממש ווי א געטשקע. ״מ׳גלייבט״ מ׳לייקענט״. ס׳איז א געהעריגע קולטור.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:19 am

קוקט מיר אויס ווי דא הערשט א שטיקל דור הפלגה. מען טענה'ט זיך דא אויף כאטש פיר נושאים (איז עס כפירה? את"ל אז נישט, איז דא א סיבה צו זיין סקעפטיש? איז עס למעשה אמת? את"ל אז יא, אינגאנצן אדער טיילווייז?), און געוויסע ליינען עפעס אנדערש ווי וואס איך ליין. אין מיינע אויגן זאגן "גרשון" און "יוד אלף" בערך די זעלבע זאך, און איך בין מער ווייניגער מסכים מיט זיי ביידע.

איך בין מסכים מיט גרשון אז נישט יעדע זאך וואס וויסנשאפטלער זענען מחדש איז שוין אויטאמאטיש נאריש און אפילו אפיקורסיש. איך האב נאכנישט געזען קיין הסבר מצד די תורה פארוואס די טעאריע זאל מוזן זיין אפגעפרעגט (זע אויך ווייטער)
און איך בין מסכים מיט יוד אלף אז עס איז דא א סיבה צו זיין סקעפטיש. און אפילו נישט דווקא מצד די תורה און אידישקייט, נאר סתם אזוי, וויבאלד דאס איז געווארן א פאליטישע אישו, איז דא א רגליים לדבר אז ביידע זייטן גייען נישט מיטן גאנצן אמת, וממילא דארף מען נישט קויפן יעדעס ווארט פון די ליבעראלע מידיא כתורה מסיני.

טשאדעלע באדעלע און אנדערע זאלן מיר מוחל זיין, אבער קלימאט טויש האט נישט קיין ברעקל שייכות צום ביג בענג טעאריע. די גרעסטע מאמינים (כופרים) אין די צוויי שטעלן עס נישט צוזאם. נאר וואס יא, די פארשער שטיצן זיך אין טייל אויף זייערע מעסטונגען ווי הייס די וועלט איז געווען אין די לעצטע מיליאנען יאר, וואס למנין שאנו מונין פאלט די חלק אוועק. אבער די עצם טעאריע איז נישט געבויט אויף דעם נאר אויף פשוטע פיזיקס, וויפיל די גרינהאוז גאזן נעמען אריין ענערגיע און לאזן עס נישט ארויס, און די פארשער וואלטן געקענט אויפקומען דערמיט אויך אויב האלטן זיי אז די וועלט איז נעכטן באשאפן געווארן.

אויב קען איינער ברענגען א קלארע מקור אז קיין מענטש קען בשום אופן נישט טוישן דעם וועטער, וועט מען ערשט דארפן דן זיין וויאזוי צו פארענטפערן די פאקטן פון cloud seeding און אנדערע Weather modification און אפילו weather warfare, וואס זענען נישט טעאריעס איבער וואס גייט געשען אין צוועלף יאר ארום נאר פאקטן וואס געשעען שוין און זענען שוין געשען, און דערנאך וועט מען דארפן זען אויב נאך די תירוצים בלייבט נאך שווער אויף קלימאט טויש.

אן קיין מקורות קומט דאס פון אונזער אלגעמיינע מענטאליטעט אוועקצומאכן די וויסנשאפטלער. אויב זאגן זיי נישט אפיקורסות, זאגן זיי אבער נארישקייטן. די סקעפטיציזם איז זייער געזונט, ווילאנג עס איז מיט א שיעור. ביי זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות צו די תורה ועניני דעות טוען זיי דייקא א גוטע זאך מיטן אנטדעקן די וואונדערליכע חכמה וואס דער בורא האט אריינגעלייגט אין די בריאה. דער נצי"ב אין זיין הקדמה צו העמק דבר שמועסט דאס שיין אויס, אז די חכמי אומות העולם טוען א מצוה דערמיט, און דאס מיינט אשר ברא אלקים לעשות, דער באשעפער האט באשאפן מ'זאל עס נאכפארשן, וכבוד מלכים חקור דבר, און אלע צבא השמים זענען בצער ווען די פעלקער קענען נישט ריכטיג דערגיין די חכמות. און אזוי שרייבט ער (און אנדערע) אויף כמה מקומות. און דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס די אלע חכמות ברענגען בסופו של דבר צו פארבעסערונגען אינעם לעבן, מיר זאלן קענען דינען השי"ת מיט מנוחה און הרחבת הדעת. דארפן מיר אוודאי לויבן דעם חונן הדעת אויף דעם וואס ער שיקט אריין די געדאנקען צו די פארשער, ווי חז"ל האבן שוין טאקע מתקן געווען די ברכה שחלק מחכמתו לבשר ודם, (און דער מהר"ל אין נתיבות עולם נתיב התורה פי"ד איז טאקע מדייק פונעם לשון חכמתו, אז זייער חכמה קומט אויך פונעם אויבערשטן, איז דאך אוודאי נישט קיין חכמה עס אוועקצומאכן).
ר' יעקב פרוונצאלי שרייבט אין א תשובה, שכל חכמה משבע החכמות המדעיות הן משובחות ונערכות בעיני חכמינו ואהבו אותה אהבה גמורה, לא תמצא בשום אגדה שבעולם לא בבבלי ולא בירושלמי ולא בשום מדרש שגינו הם ז"ל שום חכמה.
כדאי אויך צו ברענגען די ווערטער פונעם בן איש חי (סוף פתיחה ראשונה לעוד יוסף חי חלק הדרוש):
בדברים הטבעיים הנמצאים לפני האדם בתבל, אשר באלה לא דברה תורה ולא פרשה הקבלה בהם כלום, הנה בודאי כי באלה תעסוק בהם בדרך ההשכלה והחקירה. ולא תהיה פתי שתאמין לכל דבר שלא תדע טעמו ואמיתתו ע"פ השכל שחננך השי"ת ונתן לך, ולא תהיה כאדם שיש לפניו עניינים חדשים נפלאים והוא הולך בעינים סגורות שאינו יודע איך המה נעשים. למשל רואה שבא לו מן לונדון לבגדאד בטילגראף ואינו יודע איך הלכו ובאו דברים אלו בחוטי הברזל בשעה אחת, שידמה לו בזה כאלו מעשה כשפים הם. וכן רואה המכינ"א שמכניסין בתוכה דברים ושירים וחוזרים השירים ויוצאין מתוכה ונשמעין לבני אדם היושבים מבחוץ באותו מקום, שאינו יודע פועל זה איך נעשה בטבע ודומה לו כמעשה כשוף. וכן כמה דברים ועניינים כיוצא בזה שהם טבעיים ונראין דברים נפלאים רחוקים מן הטבע, הנה בכל אלו וכיוצא בהם צריך האדם לידע עניינם בשכלו שחננו השי"ת, ויכיר שהם נעשים בטבע הגמור ההווה ומורגל ואינם מעשה כשפים. ואל יאמר האדם למה לי להטריח עצמי להבין טעמים ועניינים של מעשים אלו שהם פלאות הטבע, יהיו מה שיהיו הלא אנכי נהנה ממלאכתם ומעשיהם, ומה אכפת לי לידע טעמם ומהותם. הנה האומר כן טועה הוא ותועה מדרך השכל, שנחשב בזה כבהמה, יען כי הקב"ה נתן לאדם שכל כדי להתבונן בו בכל דבר ודבר וידע בו גם פליאות הטבע שברא הקב"ה בעולמו. והחושב על פליאות הטבע מעשה כשפים הם הרי זה מבזה הבריאה, כי כבודו יתברך הוא שידעו הבריות פלאות הטבע שברא בעולמו, ואיך נולד מן הטבע דברים נפלאים ומתחדשים הם ונגלים דור אחר דור, וכו’. למה יתעצל להתבונן וללמוד טעם לפלאות הטבע אשר תחזינה עיניו אשר בזה יהיה כבוד שמים. וכאשר כתבתי בס"ד בסה"ק אמרי בינה ח"א בדרושים המובאים שם בחיוב לימוד שבע חכמות, אשר מצינו לגדולים חכמי ישראל שטרחו בהם ללמוד אותם, ואע"פ שבודאי פזרו זמן רב בעבורם. ואם יהיה האדם המתעצל לבקש ידיעה לידע טעם לפלאות הטבע הוא פתי מעיקרו ואין לו שכל להשתמש בו החרשתי, אך אם באמת חלק לו השי"ת בבינה ונתן לו שכל חשוב שיוכל להתבונן ולהשכיל בו להועיל לעצמו ולאחרים עמו, כמה תגדל פשעתו שפשע במתנה זו שנתן לו השי"ת והוא השליכה בקרקע ויאבדנה וישחיתנה

דאס אלעס מצד די תורה און אידישקייט. מצד די טרוקענע פאקטן קוקט מיר די מערסטע אויס כשיטת Lukewarming. דהיינו אז עפעס אמת שטעקט דערין, און עס איז כדאי עפעס צו טון, אבער נישט כאילו די וועלט האלט הארט פארן אונטערגאנג. און די ליבעראלע אגענדע איז היבש פאלש אדער פארנארט איבערגעטריבן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:34 am

Yang2020 האט געשריבן:קוקט מיר אויס ווי דא הערשט א ש

;l;p- ;l;p- ;l;p-
Well put, thanks

מצדי, איז דער שמועס געענדיגט, נאכדעם וואס איך זעה אז מען האט דא געמעקט, ווי איך פארשטיי איז דא א ציבור וואס פילט זיך געטראפן ווען מען שמועסט אויס די ענינים, איז דאך נישט שייך אויסצושמועסן מיט קלארע דיבורים,
איך קען נישט פירן אן איינזייטיגער דייעלאג, בין איך אינדערויסן.

ווי אויך האלט איך נישט אז א אינגערמאן וואס האט אביסל סיינעטיפישע ידיעות איז אן אפיקורס/משכיל אפילו ער רופט אן דעם קינד ביים נאמען, אדרבה עס איז א חיוב אויסצושמועסן, און אידישע יסודות זענען נישט געבויעט אויף פארקלאפן דעם טיר אויפן פרעגער,
למעשה קוקט אויס אז אייוועלט איז נישט וועלקאם די שמועס.

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט