יעדע שטימע ציילט !!! פ"ר תשע"ט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

גיבט אפ אייער שטימע

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג מארטש 05, 2019 12:38 am

אסדר לסעודתא
16
14%
טשאדעלע באדעלע
35
30%
דערבארומדיגער
23
19%
שמאטע
29
25%
אהאנגז"א
1
1%
קלאצ-קאפ
4
3%
לאקשן ברעט
3
3%
כאפצעם
7
6%
 
סך הכול שטימען: 118

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

יעדע שטימע ציילט !!! פ"ר תשע"ט

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג פאברואר 15, 2019 12:38 am

היות די טעג רוקן זיך, אט אט און פורים קטן איז מיט אונז, און קיין רב איז פארהאנען, ווילמער בעטן און דערמאנען, אייער שטימע אפצוגעבן, א קאנדידאט אויסוועלן, זאל קומען זיך שטעלן, פאר יעדן געפעלן, די טישן פירן, עפענען זיינע טירן, דעם עולם פארפראווען, אנווארימען מיט זיין דאווענען, טיילן קנאבל מיט בארשט, קוגל האלאפצעס פון אלע סארט, ס'זאל זיין בשמחה מרבין, מיט אלע פארבן.

ובכן ויהי בחצי, זיך גענומען די מי, די אלע וואס זענען ארויף אויפן ליסט, זייענדיג באקאנט און באוויסט, ראוים לאותה איצטלא, צו ערוועקן דעם ריכטיגן פינטעלע, ווי קלאצ-קאפ האט שוין דא מעורר געווען, ווי איר קענט אליין זען, האמער צוזאמען גענומען, געטון באשטימען, אלע קאנדידאטן, וואס זענען געקומען צו רייטן, אליין אדער דורך א שליח, אחד על הכסא נניח, ונזכה לביאת המשיח, אמן
לעצט פאראכטן דורך נו גוט נו שוין אום מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
. . . . . . .

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:28 am

פאלט מיר איין א פלאן, צו שטעלן די שטימען פון אהאנגז"א, אויף מיסטעריעז'ס קרעדיט....

וואס זאגט איר?
. . . . . . .

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:14 am

כעוורע שערטס ענק אפ! דערווייל ליגט עס ביי שמאטע!!
. . . . . . .

אוועטאר
א גוטע ניק
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:19 am

וואס גייט דא פאר?
אינטערשריפט גייט דא

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג פאברואר 15, 2019 3:44 pm

כאניש קאנאאאאאאאאאאאאאאאאהההההנונג
. . . . . . .

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג פאברואר 15, 2019 4:24 pm

שמאטע
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:48 pm

מען קען נישט האבן מער ווי איין פורים רב?

--
איך געדענק נישט אז איך זאל קראכן אזוינע גוטע וויצן ווי שמאטע אדער טשאטשקעלע... אבער איך וועל נעמען די אטענשאן, זאל זיין...
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג פאברואר 17, 2019 12:35 am

יא יא טשאדעלע קומט אריין גאנץ קלאר!!!!!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:26 pm

ווער איז דאס לאקשן ברעט?
:roll:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 17, 2019 8:03 pm

בישות נוראות וואס דא גייט פאר!

ווי זענען אונזערע לוחמים?
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג פאברואר 17, 2019 8:15 pm

יא יא טשאדעלע!

בישות אהער בישות אהין ..... גרייט אייך אן ווייל סזעט אויס ערענסט!!
. . . . . . .

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג פאברואר 17, 2019 8:28 pm

טשאדעלע, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט ווי דיינע צוואנציג ניקס וועלן צוניץ קומען... און דער אהנגגז"א דער שוטה, האט זיך נאר געמאכט דריי, יעצט עסט ער די פירות!
הוי מחשב...

הרב דפה
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » זונטאג פאברואר 17, 2019 8:47 pm

פארוואס האב איך געשטימט פאר טשאדי?
ווייל פון זיינע תגובות האב איך מערסע הנאה.
עס איז אלץ מיט א קליפיטש און א שמייכל, און דאס דארף מיר אונז פאר פ"ר

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » מאנטאג פאברואר 18, 2019 12:16 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווער איז דאס לאקשן ברעט?

ער האט דאך אנגעדרייט די גאנצע וואקסין כאאס...
חלילה אים צו נעמען פאר פ"ר.
שמאטע? אוודאי איז ער א גוטע קאנדידאט, אבער שוין נישט דא געווען שטאקן מיט יארן. צו זיין פ"ר דארף מען ארום גיין קאמפיינען.
יקנה"ז ווייס איך נישט ווי עס קומט אריין אין פורים.
2016 - מ'גייט בויען א מעכטיגע וואנט - ארום גאנץ מעקסיקא גרעניץ - מעקסיקא וועט באצאלן
2019- נישט ממש א וואנט - נישט ממש איבעראל - נישט ממש מעקסיקא

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג פאברואר 18, 2019 12:18 am

געדענקט! המרח''ם על הפריו''ת דערבארומדיגער מוז געווינען איבער אלע קאנדידאטן.

איך וויל דא רופן צו אלע מיינע כאסידים, איך האב שוין צוגעגרייט א אויספארשונג טיעם זאל נאכגיין די געמיינע רוסישע העקערס וואס שטימען פאר טשאדעלע, קיינער זאל נישט זארגן עס וועט נאך קלאר נתברר ווערן אז די וואלן זענען דא ריגד!

אגב, דארט איז דא א טראק מיט אייער, ווען טשאדעלע הייבט אן רעדן זאל קיינער ח''ו נישט ווארפן קיין אייער!

החותם ב...
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 18, 2019 12:21 am

אה אה עפעס ווערט,

שוין דא א 45.......

ווי זאגן זיי שטענדיג, קאמפאטישן איז זייער געזונט

אונז העמער לאזן טשאדעלע'ן אליין באשטיין זיין שטעטל!!
. . . . . . .

אוועטאר
יש בו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג פאברואר 18, 2019 12:32 am

טשאדעלע דארף זיכער נישט פ״ר,
ענק זעהן נישט אז רוב מענטשן האבן נישט געוואוט פאר טשאדי?
67% קעגן 33%
#פאליטיקלי קארעקט
תש19: איזהו מכובד הכובש את הבריות
קרעדיט: מעלות

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:32 am

ברעקינג: א פרישע אנקעטע איז ערשינען פון ק.נ.א. פעלשונג ביורא, וואס לייגט טשאדי אין שאטן פון דעם אינגערן אבער קאנטראווערסיעלער קאנדידאט אהנגז"א.

אהנגז"א איז פרעדיקטעד צו געווינען זיין היימשטאט - בית לפליטות, און פון דארט וועט ער מארשירן מיט די גרעסטע צאל דעלעגאטן ביז צום גרויסארטיגן געווינס.

לויט אונזער שאצונג וועט דער סדר זיין ווי פאלגענד: אהנגז"א קומט אריין גאר שטארק אין די מיטל-וועסט אשכולות, בשעת ווען טשאדי האט זיך פארשמירט אין פאליטיק. טשאדי טאנצט יעדן טאג אויף אן אנדערע זייט, בשעת ווען אהנגז"א האלט זיך שטארק צו זיינע פאלעסיס.

לויט דער אנקעטע איז שמאטע היסטאריש נידריג, ווארשיינליך צוליב זיין לעצטערע סטעיטמענטס אין א בטעות-ארויסגעליקטע אשכול איבער דראגס...

אהנגז''א: 8 בענקלעך
טשאדי: 4 בענקלעך מיט 2 רעקליינערס
דערבארימדיגער: 6 אפיס בענקלעך
קלאצקאפ: 4 מקוה בענק
שמאטע: א בענקל ביים שערער
כאפצעם: מאכט עס נישט
לאקשן-ברעט: קומט אריין מיט א מיינוס.

די אנקעטע ווייזט אז מען וועט העכסט ווארשיינליך דארפן גיין צו אן איבערציילונג אויב קיינער ציט נישט אן קיין 40 פראצענט.

אין די זעלבע צייט האט שמאטע קאטאגאריש געלייקנט די באריכטן איבער א מעגליכע צוזאמשטעל מיט די "בונדאש פארטיי", זאגנדיג אז הייבט זיך נישט אן און אלע שונאים זאלן האבן א וויסטן מפלה און גיין וואו די רויטע פעפער פאלט.

אין די יעצטיגע טעג גרייטן זיך די קאנדידאטן צום ערשטן עפענטליכן דעבאטע, עס זענען פארהאן שמועות אז קלאצקאפ וויל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט א טאג פארן דעבאטע און צוריקקומען א טאג שפעטער צום פארמעסט.

כל הזכיות שמיר-עס, אסאדער.קאם.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

looking forward
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » מאנטאג פאברואר 18, 2019 12:11 pm

נאדיר א געלע @אסדר!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג פאברואר 18, 2019 12:33 pm

פארוואס פארשטייט איר נישט אז נישט יעדער וואס זאגט גוטע ווערטלעך איז גוט פאר פ"ר?!

צו דעם דארף מען האבן קוואליפיקאציעס!

און מיט דעם טו איך שטימען פאר מיין "רייט אין" קאנדידאט אסדר לסעודתא, ווייל הי אונלי העוו די קעפעביליטי טו דו איט פאר אלל אוו אז!!!!!!!! (קלאטשעריי)

טשאדעלע האב איך דאכצעך באשטימט פאר גבאי'ן.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:15 pm

אוטש רוסלאנד דרייטצעך און די געגנט
. . . . . . .

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:31 pm

ממש איך גלייב נישט!!

פון די זערא שטימען רעדט מען דא??

זעצעך אויס אז ווען מ'וויל צולייגן איינעם, ווערט אפגעמעקט אלע שטימען פון ביז יעצט.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג פאברואר 18, 2019 1:52 pm

יאפס ס'בישות נוראות

וואס איין מסדר קען אנמאכן....

זעט אויס אז ס'איז א נקמה אקציע, פארן נישט ארויפשטעלן לכתחילה.

כ'האב עס פשוט פארזען, די אלע וואס מ'האט ארויסגעשטעלט צום געלויף אינעם ערשטן אשכול, זענען ארויפגעדרינגען געווארן, נאר נ'אסדר'ן נ'אבעך פארגעסן....
. . . . . . .

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג פאברואר 18, 2019 5:40 pm

וואס איז דא געשעהן? וויזוי איז אלעס געגאנגען אראפ?

[כ׳וואלט מיר סייווי אפגעזאגט פונעם התמנות, כ׳האב פשוט ליב צו האבן טענות.]
די קראך פון די פיקל.. יוי..

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:24 pm

ווען מ'פאררעכט א שטים בודקע, ווערן אלע שטימעס פארלוירן, ער האט צוגעלייגט 'אסדר' איז עס געווארן מסודר.
הוי מחשב...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט