בלאט 1 פון 2

המעוררים

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 2:35 pm
דורך ניס קראכער
כ'האב דיר געוואלט מעורר זיין
האלאו די יא די מיט בארד שוין איינגעפעקלט אין די ראבער אבער נאך נישט אריינגעשליידערט אינעווייניג, קענטסמיר זאגן פשט אין נישט ארייפאקן דעם בארד תיכף ומיד? צו וואס ברויכסטעס, צו מישן די קאווע אפשר? שוין. נישט דאס איז די נושא יעצט
אז ווען די מאכסט א קאווע אין די נעמסט די מילעך פון די קוה(אן עקסטערע התעוררות פארלאנגט זיך באמת פאר דעם, זינט ווען מ'ברענגט אריין בעלי חיים אין ביהמ"ד? העמער עס לאזן פאר צווייטן)
לענינינו. טראפט אראפ נאכדעם פון די מילעך איטליכע טיפות מסתמא קוקסטו נישט ווייל ס'בארד שטערטעך אבער דאס איז די מעשה האבעך דעך געוואלט מעורר זיין אז ווען די ענדיגסט מעלקן לאז דארט דעם כלי שני כדי ס'זאל נישט גיין לעיבוד די מילעך (כנודע חומר העבירה ועיין בסימן תכשס"ל סעיף ף')

וואס זאגסטו? אה ניין איך האב נאר געוואלט זען צו די מישט טאקע די קאווע מיט די בארד

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 3:31 pm
דורך א נייער
ניס האט געטראפן אפאר האר אין זיין קאווע.
און פאר די ארטיקל האסטו עס איז מער ווערט ווי דע פאר האר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 3:53 pm
דורך דניאל אויערבאך
ניס קראכער האט געשריבן:אז ווען דu נעמסט די מילעך פון די קוה (אן עקסטערע התעוררות פארלאנגט זיך באמת פאר דעם, זינט ווען מ'ברענגט אריין בעלי חיים אין ביהמ"ד? העמער עס לאזן פאר צווייטן)

זינט עס איז נולד געווארן די היתיר פון צורך פרנסה....................
(מקור: א השומרים קארטל)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 3:28 pm
דורך ניס קראכער
המעוררים

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 1:41 pm
דורך קלאָצקאָפּ
כ'האב אייך נאר געוואלט מעורר זיין, אז אויב קענט איר נישט דעם ניגון אדער איר קענט נישט האלטן קיין טאן, און כש"כ אויב איר קענט ביידע נישט... דאן בלייבט בעסער שטיל.

המשוררים

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 1:54 pm
דורך ניס קראכער
המעורר-א (שיעור) אפגעבריטער

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 10:38 am
דורך געריבענער סוחר
ניס קראכער, סיז דא א גאנצע ליסטע פון אשכלונים וואס מען דארף עפענען, עס ענדיגט זיך נישט ביי המעוררים.

המסדרים.
העסקנים.
הוועד.
רבני העיר.
וועד בעלי בתים.

וכו'

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:40 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אויסגעלאזט: עקסנים

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:50 am
דורך געריבענער סוחר
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אויסגעלאזט: עקסנים

מיינסט צזאגן עקשנים, איא?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:54 am
דורך געריבענער סוחר
איך האב געוואלט מעורר זיין די קאר הינטער מיר, אז אזוי ווי איך דרייוו א מיני ווען, במילא זעהסטו נישט וואס עס טוטצעך אין פארנט פון מיר, סאו וואס פליקסטע מיט די היי בימס? ווער זאגט דיר אז איך איך האב זיך פארקלאצט? אפשר איז דא א קאר אין פארנט פון מיר?

המעוררים.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 2:57 am
דורך געריבענער סוחר
ביים תיקון ציפרו נאך שחרית, ווען סיז דא א פרישע טאץ קעיק, ביטע נישט אראפ נעמען די ''טאפ'' פון אלע סלייסעס און איבער לאזן נאר די איטערשטע חלק.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 11:32 am
דורך קלאָצקאָפּ
געריבענער סוחר האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אויסגעלאזט: עקסנים

מיינסט צזאגן עקשנים, איא?

ניין.

ועיי"ש תגובת המיניסטער נעיז

געשריבן: דינסטאג יאנואר 01, 2019 6:54 pm
דורך מאנסי שטופער
געריבענער סוחר האט געשריבן:ביים תיקון ציפרו נאך שחרית, ווען סיז דא א פרישע טאץ קעיק, ביטע נישט אראפ נעמען די ''טאפ'' פון אלע סלייסעס און איבער לאזן נאר די איטערשטע חלק.

אבער סידאך נאר גיט די אויבערשטע ראפאגאש חלק... נעקסטיים געמיר א ווינק כעל דיר איבערלאזן א בראוני טאפ

געשריבן: מיטוואך יאנואר 02, 2019 3:51 pm
דורך געריבענער סוחר
מאנסי שטופער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:ביים תיקון ציפרו נאך שחרית, ווען סיז דא א פרישע טאץ קעיק, ביטע נישט אראפ נעמען די ''טאפ'' פון אלע סלייסעס און איבער לאזן נאר די איטערשטע חלק.

אבער סידאך נאר גיט די אויבערשטע ראפאגאש חלק... נעקסטיים געמיר א ווינק כעל דיר איבערלאזן א בראוני טאפ

דארפסט פארשטיין אז צי עסן די ראפאגאש דארף מען אויך אריינשטיפן דעם הינטערשטען חלק, קיין איין בעקער האט נאכנישט אויפגעטראפן וויזוי מען מאכט קאפ קעיק נאר פון די ''טאפ'' ראפאגאש שטיקל.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:28 pm
דורך קלאָצקאָפּ
געריבענער סוחר האט געשריבן:
מאנסי שטופער האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:ביים תיקון ציפרו נאך שחרית, ווען סיז דא א פרישע טאץ קעיק, ביטע נישט אראפ נעמען די ''טאפ'' פון אלע סלייסעס און איבער לאזן נאר די איטערשטע חלק.

אבער סידאך נאר גיט די אויבערשטע ראפאגאש חלק... נעקסטיים געמיר א ווינק כעל דיר איבערלאזן א בראוני טאפ

דארפסט פארשטיין אז צי עסן די ראפאגאש דארף מען אויך אריינשטיפן דעם הינטערשטען חלק, קיין איין בעקער האט נאכנישט אויפגעטראפן וויזוי מען מאכט קאפ קעיק נאר פון די ''טאפ'' ראפאגאש שטיקל.

דו ביסט אביסל צוריקגעבליבן... שוין דא היינט צו באקומען אין גראסערי צווישן די דענישעס וכדו' א "קאפקעיק טאַפּ".

געשריבן: מיטוואך יאנואר 02, 2019 4:31 pm
דורך מאנסי שטופער
@געריבענער
דא האט איר, טעמו וראו כי טוב....
178930.jpg
178930.jpg (251.69 KiB) געזען 2878 מאל

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 12:54 pm
דורך געריבענער סוחר
Wow!! איך האב נישט געוויסט.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 11:48 am
דורך קלאָצקאָפּ
image (2).png
image (2).png (12.57 KiB) געזען 2699 מאל

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2019 2:15 pm
דורך ניס קראכער
.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2019 2:28 pm
דורך מחשב
המעוררים: דבר השנוי במחלוקת, לייגט דאס נישט אראפ אלץ אנגענומען פאר א דבר פשוט. (איך באציה זיך אויף די צווייטע האלב).

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2019 3:44 pm
דורך שפיגליצקי
מיר ווילן אויפמערקזאם מאכן דעם חשוב'ן ציבור יראי ה' אז לעצטנס האבן די ביבער הוט פאבריקן אנגעהויבן פראדוצירן אביסל העכערע ביבער הוטן, דאס איז אין קעגנזאץ צו די מסורה פון די וואס זענען דייקא מקפיד צו גיין מיט פלאכע הוטן, מערקט אויף אייער סוחר דערויף און פארלאנגט אויסדרוקליך די פלאכע הוטן פון ביז היינט.

המעוררים.

נ. ב. דאס איז אן אמת'ער אנאנס אין א טעגליכער בלעטל, נישט היינט, אבער א צייט צוריק.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 10:23 am
דורך בבל
האב איך א קרוב זייער א ערליכע וואס יעדע מאל עס קימט ארויף אזאנע זאכן מיינט עס ביי אים אפאר זאכן ווייניגער וואס ער אין זיין משפחה קענען עסן. פלייש. איז שוין לאנג אראפ פין זיין ליסט ווי אויך אסאך הכשרים. ווען איינער א המעוררים קימט אויף אויב ער מיינט עס נישט 100 % לשם שמים נישט ווייל ער האט פארלוירן א דין תורה ביי יענע ב'' ד אדער ווייל יענע רב דארף באקומען א מעסידש אדער פאר אטענטשן . אדער ווייל איינער וויל פארקויפן זיין פראדוקט ממילא איז אלע אנדערע למשל א נייע שלאק וואס באוואסערט נישט קיין גראז וועט ער מאכן זיכער צי פסלן אנדערע. אין נעמט ציזאמען אפאר תמימותדיגע ערליכע יודן העצט זיי אויף אן זאגן א צווייטע זייט
איז זיינע הענט פארשמירט מיט יודיש בליט. מאך 100 % זיכער אז די מיינסט לשם שמים אן קיין שום נגיעות. אין שמיעס עס אויס מיט א אוטערייזט דיין וואס פארשטייט צי הנהגה. אין זאג אים אויך די 2 זייט אין ווער אלץ עס האלט אנדערש פין אייך אן באשיצן אדער אוועקמאכן יענעם
המעוררים

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 11:36 am
דורך farshlufen
מחשב האט געשריבן:המעוררים: דבר השנוי במחלוקת, לייגט דאס נישט אראפ אלץ אנגענומען פאר א דבר פשוט. (איך באציה זיך אויף די צווייטע האלב).

ער דערמאנט דאך נאר 1 [געהעריג ארומגעוויקעלט] און 3 [הענגעדיג פון די זייטן], און לאזט אפ דאס וואס איז שנוי במחלוקת [פארמאכט אבער נישט ארומגענומען].

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 3:07 pm
דורך מחאה
לכבוד מיין חשוב'ער שכן ביים דאווענען שליט"א
איך האב שטארק הנאה פון דאווענען לעבן דיר, דיין ווארעמקייט און השתפכות הנפש צוגיסט זיך אין אלע ביינער. איך וויל דיר נאר מעורר זיין א נקודה, אז ווען איך לייג טו"ת (אדער ששש... ווען איך האלט שוין ביי ה' מלך, ודי.) בין איך נישט קיין וואלונטיר צו ענטפערן אמן אויף דיינע ברכות.... וכ"ש אז איך וויל נישט נענש ווערן אויף יעדע מאל וואס איך האב ליידער נישט גענטפערט אמן... אשר ע"כ ביטע זאג די ברכות שטיל (אביסל שטילער ווי שטילע שמו"ע ווייל דעמאלטס האב איך פרישע שאלות בדיני אמן...)
הכ"ד מקירו ומעריצו הק' דיין לינקע שכן 3 טישן אונטער דיר...

געשריבן: זונטאג פעברואר 03, 2019 3:05 pm
דורך שפיגליצקי
ס'איז לעצטנס געווען אדווערטייזד אז די בית המקדש סליידס האט געהעריג ווידעא און ס'איז חל דער זעלבער איסור דערויף פונקט ווי אויף געהעריגע ווידעא.

וויל איך מעורר זיין אז ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זעהן די ביהמ"ק סליידס, און ס'איז נישטא דארט קיין זכר פון קיין ווידעא!