גם זו לטובה...

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

גם זו לטובה...

תגובהדורך נישט פשוט » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:32 pm

היינט וועל איך אייך נעמען אויף א שפאציר און מיין אפיס.
בערך אזוי איז געווען די אנהייב.

מאמי, מאמי...! מ-א-מ-י !! צפורה..... ! צפורה פיגא ! ! ! ! ! מאמי! אהה ענדליך, דא ביסטו.....! די הערסט נישט ?! איך שריי און שריי " די מאכס'ט זיך נישט וויסענדיג" ? !

אוי, אנטשאלדיג! איך האב גהאלטן אינמיטן באדן יוטלע , וואס דארפסטו ?

ברענג מיר זיי מוחל, די נאמבער פון די "קאמפיטער סטאר" .

אהא.... אקעי, איך ברענג עס שוין, איין מניט נאר . "7189631234"

נישט-אזוי-שנעל !! "איך הער נישט".... ! וואס ?! סעוון... וואן ....עיט.... ווייטער.....!!

962 1234

האסטו נישט פריער געזאגט 963 ? ! ! !

קען זיין, איך דענק שוין נישט.

אקעי....! טויחל מויבס..... זיי מיר געזונט ! איך קען אליין קוקען די נאמבער ! ! סעווען וואן עיט, ניין סיקס טא וואן טא פאור. דרינג.. דרינג... דרינג ....... אנאנסמענט, יא העוו ריזשד דע נאן ווארקינק נאמבער, פלאיז טשעק יאר נאמבער ענד דייל עגין...

אך.... וואס קען זי נישט שטיין צו הילף וען מ'דארף איר... .? שוין גם ז"י לטובה...!
נאכאמאל.... סעווען וואן עיט, ניין סיקס טררי, וואן טא טרי פאור.... ! אההה..... ברוך השעם.. טרררר.... טררר...

העלוי, איי טי סערוויסעס, הא קען איי העלפ יא ?

ה....ע.... העלאוי..... ? קען איי טאלק יא.... עהה..

יא! יא ! איר קענט רעדן אידיש. וואס קען מען אייך העלפן ?

יא, דא רעדט, ירחמיאל משה זאב.... !

יא... ! וואס מאכט איר ?! וואס וואס קען מען אייך העלפן ?

איר זענט א טעכניקער ?

יא !

פיין . איך ווייס נישט צו איר וועט מיר קענען העלפן , די מעשה איז אז אז . . . . איר הערט ?

יא יא ! זאגטס זאגטס!

די מעשה איז, איך שרייב יעצט א ספר. סגייט הייסן "תגלחת והמסתעף", זייער א שיינער ליקוט, מיט אויך אביסל מיינע "אייגענע חידושם דא און דארט "... מיט מראה מקומת , זייער שיין....! איר הערט ?

יא יא ! (אוי טאטע וואס טוט מען דא ?)

די מעשה איז, "ס'האט" זיך געמאכט דא א פראבלעם. איך ריף צו אייך וועגען, איך האב געקויפט ביי ענק, פאר 7 יאר צוריק, מיין קאמפיטער, פאר מיין ספרים שטוב איר געדענעקט ? !

ניין !... אבער... וואס איז יעצט ?! אונז סערוועסען נישט קיין קאמפיטערס וואס איז מער ווי 3 חדשים נאכן קויפן !

סאוי, איר קענט עס נישט פאררעכטען ?

מן הסתם יא! איך זאג נאר, אז איר וועט מוזן "צאלן" פאר די סערוויס !

אהה... "נישט קיין פראבלעם" איך העל צאלן מיט עובר לסוחר.!

אקעי, וואס איז די מעשה ?

די פראבלעם איז בערך אזוי, איך האב געהאלטן אינמיטן שרייבן מיין ספר, ס'דארף שוין באלד זיין פארטיג! ווייל איך האב געהאט חשק אז ס'זאל זיין גרייט פאר די אפשערען! און אפאר פרינטיג קאמפעניס, האבן מיר געזאגט אז זיי טוהן עס נישט מער ! אינטערסאנט.... ווייל איך ווייס פון אנדערע פאר וועם זיי האבן עס יא געטהון! שוין גם זו לטובה.

נו.... נו.... איר ווילט זאגן וואס די פראבלעם איז ? ! ווייל איך מיין אז באלד טוהו איך, אויך נישט מער ........!

אה נישט קיין פראבלעם, איך זאג אייך שוין, איר זענט דא ?

יא יא ! (אהוי... וואס טוט מען נישט פאר פרנסה)

איך האב געהאלטן אינמיטן שרייבן, איר הערט ?

יא, איר האלט אינמיטן שרייבן א ספר פאר ...... און וואס איז יעצט די פראבלעם ?

די פראבלעם איז, אז אינמיטן שרייבן איז אלעס "אוועק געפלויגן" ! איר הערט ?

וואס הייסט אוועקגעפלויגן... ? ווי איז עס געגאנגען.... ?

איך ווייס נישט ! פארדעם רוף איך אייך... דעם "מומחה" !

אקעי ....... מיט וואס שרייבט איר עס ?

מיט די קנעפלעך, איך ווייס נישט וואזוי ס'הייסט א קיערבארד ? אפשר ?! הוי.. גם זו לטובה..

ניין, איך פרעג אין "וועלכע" פראגראם ?!!

אהה.. איר פרעגט "אין" די קאמפיטער ?!

יא יא ! !

אהה... איך מיין ס'הייסט עפעס ווארד ? ? קען זיין ?

אקעי וואס זעסטו יעצט ? וואזוי זעט עס אויס ?

יעצט ?! ה.. הא הההא.. הא.. האטשא !!!

אסיסיא !

וואס האט איר געזאגט ? איך האב נישט געהערדט.

גארנישט איך האב געזאגט אסי... גארנישט...! נעווער מיינד !

וואס מייינט ?

גארנישט! וואס .. וואס ? זעט איר יעצט ? אויף די סקרין ?

ההההאטשא !! פרררררררררר........ טערררר.... פרעככככככעעעעעף... טשאלדיג איך בין זייער פארקילט!

איך הער! איר דארפט מיר נישט זאגן!

ניין, די וועטער אינדרויסן טוישט זיך יעצט, סע בבאביש סקאנעס נעפשוס....! שוין גם זו לטובה.

א " גאנצע רפואה" פאר אייך .....! אקעי איז די ווארד פראגראם געפרוירן ?

וואה הייסט ? ?

ס'פריזט ווען איר שרייבט ? איר קענט עס נישט צו מאכן ? מאכטס עס צו מיט טעסק מענזשער!

נישטא דא קיין מענזשער! דעס איז אין מיין אפיס! איך האב נישט קיין מענדזשער...
איין מינוט נאר..... ( יצחק...! ציפ נישט ! ! מאמי.... שלוימי..... ! יצחק און מוישי גייטס אריין און בעט ! אבער שוין! מאמי לייג יעדעם שלאפן! איך קענישט אזוי מיט די קולות..... יצחק, יצחק ! די גייסט כאפן געבראטענע מכות...)
העלאוי ! העלוי !

יא וואס זאגט איר ? וואס זעט איר אויפן סקרין ?

גארנישט ! הוי.. וואס פארשטייט איר נישט?!שוין גם זו לטובה.

וואס הייסט גארנישט?! ס'שווארץ ?!

שווארטץ.... ? ! איך ווייס ? .... ? צו ממש שווארץ, היבש טונקעל !

א הא פיין.

אזוי ברויך עס זיין ?

ניין ניין ! אזוי ווייס איך ווי איך האלט . אקעי , זאגטס מיר , די לייט פון די מאניטער ארבעט ?

וועלעכע מאניטער ? פאר די קינדער שטוב? ההההוווווי... גם זו לטובה.

איר זעט א קליינע באטן אויף די סקרין, בי די רעכטע זייט ?

קלייינע באטען ? ניין !

קוקטס גוט.. אינטען אדער ביי די זייט, די רעכטע זייט !

יא !

אקעי פיין, די לייט דעראויף ארבעט ?

וועלעכע לייט ?

סארבעט א קליינע לעקטערל אויף די באטן? ארענזש, אדער בלויע ?

ניין.

אהה פיין. אקעי, זעסט א ווייער וואס קומט ארויס פון די בעק פון די מאניטער ?

יא!

ווי גייט די אנדערע עק פון די ווייער ?

אממ.... איך מיין סגייט דא צו עפעס א מאשין, אפשער צו די פעקס... אהה ! סגייט צו די גרוסע באקס די קאמפיטער !

אקעי פיין זעהסט נאך א ווייער ? וואס קומט ארויס פון די בעק ?

אממ.. ניין .. עםם... יא !

אקעי, ווי איז די אנדערע עק פונעם ווייער ?

אויפן פלאר!
טא טא.... טא א טא א .... דייל טאון.
טררר.... טרררר..... יא, סהט זיך אפגעהאקט די פאון ,גם זו לטובה .

אקעי, פלאג עס איין אין די וואנט פלאג ! .


אהה אהה.... ברוך השם, איך זעה ס'צינד זיך אן ! אהה ! סארבעט !

אקעי פיין, אלעס איז פיין יעצט ?

יא, די גאנצע זאך איז דא!

אקעי , געווענדליך בעט איך א שעה 175, אבער יעצט וועל איך נאר בעטען 125.

אמממ... איך דארף אייך צאלן ?! אבער איר האט עס נישט געפיקסט ! פארוואס דארף איך צאלן ?! "איך" האב עס געפיקסט! דאס איז נישט אויסגעהאלטן !

איר דארפט פארשטיין, איר האט מיר גערופן. איך האב אייך געזאגט פון אנפאנג אז איר וועט מיזן צאלן פאר סערוויסען !

אבער.... איר האט עס נישט גע... פיקסט ס'איז אפי' נישט געווען צובראכן! איך האב געמיינט אז...

זאגטס ר' איד, איר ארבעט ?

ניין איך בין עוסק מיט.... מיין משפחה ארבעט.

יא , אבער "איך" ארבעט יא ! ס'אוי איך האב נישט איבריג צייט, איר פארשטייט? !

יא.... אנו עמלים והם עמלים ...

איר ווייסט נישט ווי גוט איר זאגט ! (אקעי פארגעריט) זאגטס מיר, איר האט א טעלעפאן ביך ?

יא !

אקעי, טוט מיר א טובה, זיכט אויף ביי די קאמפיטער אפטיילונג.

איך האב עס אפן דא פון פריער.

אקעי, זייער פיין , שנייד'ס ביטע ארויס די גאנצע צעטעל ./i]

אקעי, און ?


[i]לייגטס עס ווייקען און א שיסל וואסער פאר א האלבע שעה!


בלייבט איבער צו זאגן "גם זו לטובה" !!!
לעצט פאראכטן דורך נישט פשוט אום זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3783
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:38 pm

חחח.... וועלכע זייט טרייבל ביזטו געווען?
...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:46 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:47 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דער איז דאך נישט פשוט

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:14 pm

גם זו לטובה..... איי וואס איז די גם..... קשיא

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:30 pm

און וועליכעס אפיס זיצטו? איך פלאץ פאר געלעכטער, אבער זאג שוין, ווען גייט די ספר ארויסקימען? קענט וועיט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:35 pm

:lol: :lol: :lol:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:45 pm

:lol: :lol: :lol:
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:50 am

יענע וויץ דאס. טעקנישנס פארדינען שיין פון ענליכע קליענטן.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1811
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:33 am

די לעצטע שורה האט מיר דאס מערסטע געמאכט לאכן (לאזטס עס ווייקן...)
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:31 am

עין טובה האט געשריבן:חחח.... וועלכע זייט טרייבל ביזטו געווען?

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p-

לץ אחד דוחה, די גאנצע זאך...

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:35 am

בענקעל האט געשריבן:יענע וויץ דאס. טעקנישנס פארדינען שיין פון ענליכע קליענטן.

ביטע זיי מסביר, כאפ נישט וואס איר מיינט צו זאגן..

אגב א גוטע מעשה, איינער איז אמאל געקומען צון דענטיסט ארויס צו שלעפן א צאן, ווען ער איז פערטיג געווארן פרעגט די פאציענט וואס קאסט ?
זאגט ער 95 קעש.
פרעגט פאר 1 מניט ארבעט ? ?!
זאגט ער אים אז די ווילסט קען איך עס שלעפען נעקסטע מאל פאר א האלבע שעה...

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:13 pm

בענקעל האט געשריבן:יענע וויץ דאס. טעקנישנס פארדינען שיין פון ענליכע קליענטן.

איך פארשטיי, אז אמאל איז עס ממש א 1 מינוט די גאנצע טעלעפאון קאול, איז טאקע אפשר נישט שיין צו טדזשארשען, אבער איר דארפט פארשטיין אז אמאל האלט יענער אויף א גאנצע שעה, פאר דעם...

איך וואלט טאקע געדארפט אביסל ארויסברענגען די פוינט און די ארטיקל, אז סהאט געדוירט א דריי פערטעל שעה..

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:13 pm

זייער איינפאך. טעקנישנס באקומען צומאל פאון-קאלס פון נאיווע קאסטומער'ס, רוב מאל פרויען מיט א פראבלעם אז די פעקס, פרינטער אדער קאמפיוטער קען זיך נישט אנצינדן און די ענדע לייזונג צו דעם פראבלעם איז אז די תקע איז געווען אויסגעשאלטערט.

די דיפערענץ איז אז די באדאנקען זיך טויזנט מאל און באצאלן זייערע שיין.

דיין ארטיקל איז אבער ווי מען זאגט 'הילעריוס'.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:20 pm

וואס א נפק"מ צו די פראבלעם איז א שווערע נעטווארק פראגע אדער א נארישע זאך ?
די האלטסט איינעם אויף באצאל !
די האסט א אינטערעס אז יענער זאל זיך ברעכען קאפ ?
קענסט נישט אליין, באצאל.
אגען, איך רעד נישט ווען די גאנצע זאך נעמט 1 מינוט.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:47 pm

הונדערט פראצענט. און דיין ארטיקל ברענגט טאקע ארויס דעם פוינט גאר שטארק.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » זונטאג דעצמבער 02, 2018 1:46 pm

זיער גוט !

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:48 pm

בענקעל האט געשריבן:יענע וויץ דאס. טעקנישנס פארדינען שיין פון ענליכע קליענטן.

ווי אמאל
ס'דא וואס צאלן גערן און אזעלכע וואס פארשטייען נישט דעם שייכות צווישן אים און דאס אז איך דארף שבת מאכן
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג דעצמבער 02, 2018 3:40 pm

חחח...
איך בין משוגע געווארן נאר לייענענדיג..

בד"וו ווער עס האט עקספריענס מיט משפחה ארבעט ווערט געבעטן מסבר זיין פארן עולם וואס דאס איז

;l;p-
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג דעצמבער 02, 2018 7:23 pm

פיין געלאכט.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג דעצמבער 02, 2018 8:19 pm

עיקר שכחתי

כ'האב נישט פשוט הנאה געהאט און געשיקט די לינק פאר אנדערע
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 9:56 am

זייער שיין

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 2:04 pm

:lol: :lol: :lol:
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 10:42 pm

;l;p- ;l;p-

כ'האף נאר אז בית הספר וועט נישט יעצט באקומען קיין טעלעפאן רופן פאר קוים-פטור הילף..
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 12:42 pm

משום מדת הכרת הטוב וואס איז איינס פון די יסודות פון די בריאה און אידישקייט, איז היות כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל געב איך עטליכע הענטלעך און שמייכלעך...

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :grin: ;1@
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט