וואס ליגט אונטער פשטידא ?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

וואס ליגט אונטער פשטידא ?

תגובהדורך נישט פשוט » מוצ"ש נובעמבער 24, 2018 11:30 pm

העלאוי חברע, וואט'ס דאינג ? ענק זענען ביזי יעצט? ניין ?! אה איז גוט.!

איינער גלייכט דא פעטעטע קוגל ? אייגענטליך ווער נישט ? עני וועי , ווער ס'האט יא ליב, און ווער סעפארשטייט אביסל צו עסן ד.ה. אז זיין וואג איז העכער 250 אדער זיין סייז איז פארטי סיקס ענד אפ, ווייסט אז די בעסטע חלק פון א קוגל איז די קצות!

עני וועי וואס וויל איך יעצט ? קומט מיט מיר אין לאמיך ענק ווייזן.
קום, אונז גיין צו מיר אהיים !
לעטס גאו! קום לאמיר דיר ווייזען.
קודם אביסל מיין הייזקע !

אקעי, קום אריין, נא ! נא...... ! קום שוין ! מאך נישט משוגע ! קום..... ס'ההצע.... נא.... נא ! קום שוין! האסטעגעזהעןאזאנס! !
אהה... פיינעלי, אקעי, לאמיר דיר ווייזען מיין קלאזעט , שעם זיך נישט ! קום.. קום געהעריג אריין!

אקעי, שלעפ צוזאם דיין קאוט איך זאל קענען אריבער , אזוי, פיין ! אקעי, קענסט דא שטיין, אהה.... דא נישט, ווייל, אמממ.... אקעי, גיי דא ! אהה.... גיי אויפן קאוטש!
יא נאוי וואט, אממ.. אקעי שטיי דא ביי די זייט! אזוי, פיין.

איך גיי דיר נישט עכט ווייזן מיין קלאזעט! קענסט נאך זעהן איך וויל נישט זאגן וואס ....
איך מיין צו זאגן מיין ... עעעהעההם מיין קאך קלאזעט!
נישט נאר די קלאזעט, נאר די גאנצע קאך קענסטו זעהן, די קלאזעט מיט די קאך ! ווייל אלעס איז איינס ! פארשטייסטא ?!

אהה, קענסט קיין אין דיינוג רום, ווייל איך דארף האבן דא די פלאץ .
ווינדערסט זיך שוין וואס איך גיי שוין מאכן ? הא ? !
אהאא דעי וואך גיי איך מאכן די פאטעטע קוגל ! !

וואס איז ?! נישט קיין חילק וואט עווער..... דע וואך בין איך מכובד מיט #קוגלמאכן!
אקעי לאמיר דיר נישט אויף האלטן לעטס גאוי טא דע פיפמעל, קודם דארפסט עפעס צו טרינקען ? ניין ? ביסט זיכער ? נאו פראבלעם! , דארט איז די ביסכיסא אויב די שפירסט אז די ברויכסט.

אקעי אייגענטליך וואזוי אין דער ערד קוגל מאכט מען א קוגל ? וועם פרעגט מען ? נישט די ווייב! נאוי וועי ! אקעי מ'גייט קאלן שרי, מיין שוועסטער.
דרינג .....דרינג......, סרי...?! יא! וואס זאגסטו ?! איך דארף מאכן א פעטעטע קוגל, געב מיר די "בעסטע" רעספי !
אהה... העלאוי, שאור, נאו פראבלעם ! מיין שוויגער האט מורא'דיג א גיטע....! איך גיי קאלן מיין שוועגרען פרעגען די רעספי, ביז דערווייל קענסטו אנהייבן שיילען די פאטעטעס! פיעל עם..... טוועניטי פאטעראס! קעי?!

אקעי, טעניק יא סאוי מאטש, דאנט פארגעט טא קאלל מי בעק!
שאר, נאו פראבלעם! אינזשוי איט !

אקעי חברע ענק זענען גרייט ? ווייל איך גיי מיך ערשט יעצט אנהייבן גרייטן!
איך נעם דאס ווייבעלס באקען שירצעל מיט די טשערי דעזיין, מיט די גרויסע טאשן פון פארענט, אין א גארטעל, ספיט נישט עפעס מורא'דיג גוט, באט ס'איז עני וועי נאר א סימבאלישע זאך אז יעצט באקט מען.... !

אקעי מהייבט אן ! ארויף מיט די בעג פעטעטע'ס אויפן טיש, די קאונטערס איז שוין פארנומען געווען, איך שפרייט אויס א פאר צייטונג פעפער ווי די שאלכטץ ברויך צו לאנדען דורך דשי פי עס סיגנאלען.

איך זיך שנעל אויף א שיילער, ס'האט נישט גענומען צו לאנג, ווייל ס'איז דא נישט מער ווי גאנצע 2 לעדליך ווי צו זיכען, איך זעה א גרינע שיילער, באט איך ווייס נישט צו ס'איז פליישיג
צו מילכיג פארווע,אפשר גאר טריפה ? אבער א שנעלע קאלקעלאציע זאגט, אז ס'איז נאר פאר קאלט, בצירוף אז ס'איז נאר א ספק, און יעצט איז עס א ספק ספיקה, סאוי איט וויל ווארק פאר מי.

און וואאמממ... מ'הייבט אן....! די ערשטע פעטעטע, איז געווען א פיינער גראבע לענגליכיגע פאטעטע, סאוי ס'האט זיך געשיילט וואן טא טרי, די נעקסטע פעטעטע ,איז שוין געווען אביסל מער קאמפלאקעטעט ווייל ס'האט געהאט טיפע לעכער, און איך האב געמוזט ניצן די זייטיגע טאול פארדעם , ווייס וואס איך מיין ?! אזא כמין גם, אזא קלייניטש'גע באלי.
די נעקסטע פאטעטע איז געווען א הדר פון אונדרויסן, אבער ווי מער כ'האב געשיילט אלץ מער ברוינע בלאט פלעקען האבן ארויס געשפראצט אזוי אז ווען כ'האב גענדיגט שיילען די פעטעטע איז עס געווען קלענער ווי א כביצה, סוי ביי די נעקסטע פעטעטס האב איך דיסיידעד אז וואס איז קלענער ווי א גריס קען מען מען מקיל זיין.

פון דא אין ווייטער איז די מצב געווארן גאנץ שווערליך ווייל די אלע איבריגע פעטעטס זענען געווען קליינע "באלי" פאטעטעס, סאוי איך האב עס גע'דארפט אנכאפן אזוי פון די צוויטע חלק און אראפ , מיטן שבכל הלילות פינגער פון איין זייט און מיט די טייטלער פינגער ארום גענימען פון די אנדערע זייט ווי א גארטעל , און אויך זיכער מאכן אז די שיילער ווערט נישט קיין "נעגעל שיינדער".

נאך גאנצע דריי פאטעטעס האט שוין מיינע פינגערס "געפרינגען פאר ווייטאג", ס'איז מיר ביי געטארסקעט א יאווזשנע המצעה, איך גיי לייגען די פעטעטע אין די רעכטע הענט אנשטאט די לינקע, און די שיילער אין די לינקע הענט! ווא מיינסטו ? נאך איין שייל , איז די פעטעטע "געפלויגן" אונטער די אויוון און כ'האב שיעור נישט אפגעשיילט מיין הענט.


טא מעק איט שארט, איך בין פיינעלי פערטיג געווארן מיטן שיילן, און כ'האב אנגעפילט מיין בעיבי וואנע (קאך סינק) פאר די פאטעטע'ס . איך האב געלייגט אפאר פעטעט שאלאכטץ צו פארשטאפן די דרענוטש, און איך האב אנגעצונדין די קאלטע מיט די הייסע , סזאל גיין שנעלער, איך האב אפי' ארויס געשלעפט די שפריצער אין געלייגט א ראבער אויף די קוועטשער, אזוי האבן זיי ממש געהאט א טשעקאזי.

נעקסט? ! אוי! מיין שוועסטער האט מיר קיינמאל נישט צוריק געקאלט!
איך קאל איר צוריק, ..... הייבט אויף..... פליז ליוו יאר נעם ענד פאון נאמבער ענד ווי וויל ריטרען יאר קאל ביפ...!
ענד.. ענד.. ענד... טראך.....!

אוי טאטע קרוין וואס טוט מען דא ?! הא ?! איינער ווייסט ?
די פאטעטאס שווימען דארט נאקעט'דיגערהייט זיי ווארטן שוין ארויס קומען, אקעי, מגייט אליין נוצען די קאפ קעיק!
וואס איז שוין דא און א קוגל ? הע ?! אביסל ערד עפל! מיט אייער! זאלץ! איך מיין ?! וואטס די ביג דיעל ?הא ?!
אקעי, מ'גייט עס צומאלן און נאך דעם וועט זי שוין זיכער קאולן.

איך שלעפ אראפ די פראוד פראסעסער, באט סענדיגט זיך נישט ביי דעם , ס'קומט מיט א גאנצע טרעיל מיט זאכן.... ס'נעמט זיך פליען מעסערסליך, מיט קוועטשערס, קליינע קאנטענער'ס גרויסע, מיטלע, איך ווייס אליין נישט וואס !
נאך א קורצע אינזעניריג איז מען צוגעקומן אז איך דארף לייגען עפעס א ווייסע זאך און א בלעט אריין אין דעם ! די באבמבע פראגע איז: וועלעכע ?!
איך טראכט אז מן הסתם די קוגל בלעט, ניין ?! וואס זאגסטו ?, אומע ועושה, איך פלאג אים איין, אין ער מינד זיך נישט אן ! איך דריי שלעפ איך מאך אהה איך דארף קליקען די דעקעל און באם ס'צינד זיך אן
איך מאך עס אןיף מעקס,
און בראאאמממממ........ אריין...... נעקסט אריין ברררר.... איך פאש אראפ מיטן גאנצען כוח, די קוועטשער איז פיינע נייעס, און די מאשין האט "געעעעעקוויטשעעעעט:" פאר יסורים, סאו וואט ?! גייט מיך נישט אן !
איך פאק אריין צוויי אויף אמאל , אין דריק ! איך האב הנאה געהאט צו זעהן אז ס'איז דא איינער וואס ארבעט שווערער ווי מיר, איך דריק נאך א פעטעטע און אל.... אוו ....דע..... סאודען..... דע בחור האט זיך גענומען ווארפן ווי גוסס...... ס'איז געווען מפרכס לצאת! און ס'האט זיך גענומען שפריצען ! ! די ג-א-נ-צ-ע קאך, די בעק ספלעש די ווענט, אין כמעט די דאך ! האבען געהאט פאקעדאצע'ס פון פעטעטס! מיין גלעזער, קאפל אלעס, איך זעה ניט פארוואס א שירצל איז געמאכט געווארן ?!
איך האב אים שנעל אויסגעלאשן, אין אים באראיגט, זאגט ער מיר..... עפען מיר ביטע ! !
איך עפען אים, זעה איך, ווי די ברכה איז אריין געקומען ! סאיז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה!
איך האב שיעור געהאט די מעגליכקייט צו קויפן א נייע מתנה פאר מיין ווייב!

שוין, אז ס'איז פיל, וועט מען דיר אויסליידיגען, איך גיס אריין די פריש געריבנע חרוסת אין די בעקעלע וואס איז געליגען אויפן בענקעל.
איך הייב אן מיט די נעקסטע שיפמענט פעטעס, אין בין שוין ביי נאו עקספירענסט אז מ'טאר עס נישט איבערפילען.
ביז דערווייל זעה איך ווי די פעטעטעס און די בעקעלע הייבן אן ווערן אווערנייט'דיג, אזוי ברוין ! אההה.... מחי' , איך הייב שוין אן זיך רייבען דעם כרס, די אויגן דרייען זיך אין די לעכער און פינקלען מיט פיכקייט . פארגלייזטערהייט מיט איבערגנימענע פרייד זינג איך מיר אונטער, טודעה.. טודעה לכאהא השעם.....

אביסל נערוועזערהייט טראכט איך... וואס איז נעקסט?.... אייער!
אבער טאטע! וויפל .....?
אקעי לעטס קאול היער, פליז ליוו יאר נעם.....! טראך!

אקעי מיט הימלישע גבורה, מגייט זיך נעמען צו די ביצים!
וויפל ? אההה..... נישט קיין שווערע תורה! פינקט ווי די פאטעטס איז צוואנציג , קענמען ארויס לערנען קיחה קיחה, און מיט א גזירה שוה, און מיטן דין פון דיו לבא מן הדין להיות כדנידין, קומט אויב אז סאיז פינקט צוואנציג אייער ! געלויבט דעם בורא פאר דע קליגע קעפעלע!

מעפענט די פרידזש איך שלעפ ארויס די אייער, ארויף אויף די פאטעטע שאלאכטץ ( ס'איז איבראל )
און מ'הייבט אן אריין קראכען אין די דוריזיכטיגע פוד פראסעסטער שיסעל, ווי אזוי צו קראכען אייער דארף מיר קיינער נישט אויסלערנען ! איך בין א בקי פון דעם נאך פון ישיבה, איך קראך אריין 10 אייער, ביי די 11טע זעה איך א גראבע בליטץ טראק!
וואם...... אריין אין סינק ! נאך גאנצע .....5 און ..... האב איך פריש אנגעהויבן קלאפען 20 אייער , א נס אז סאיז נישט געשען ביי די נייצענטע!

איך האב שוין א גאנצע שיסעל מיט צופאנשטע אייער , איך טריי אפצוציילען די געלעכלעך צו ס'איז טאקע דא צוואנציג באליס, זעה איך פון אינטען ! איז ! דא ! אייער שאלאכטץ ! אהוי ! וואט טוט מען דא ?! ווי אזוי נעמט מען עס ארויס .?
איך טריי מיט מיין גראבע פינגער אראפ צו קוועטשקן אויף עס , דע חברה פליען צו מעריב זייט ! איך בין געהעריג געגאנגען שאלאכטינג! סנעמט אבער נישט קיין עק, איך טריי מיט א שטיקעל שאלאכטץ, עעה כא כא ! חוץ צופליקען די געליכעלך איז גארנישט געשען, בקיצור.

מ'גייט יעצט לייגען פעפער! איך טרעף די פעפער וואס מלייגט אויף די צינג ווען מ'רעד מיסע ווערטער, איך מאך שווארץ דערמיט די גאנצע אויבערשטע שיכט! נעקסט ? אהה.. זאלץ! אהה... וויפל ? . איך קען די שיעור פון קמיצה ! איך פול אן מיין גרויסע הענט מיט זאלץ, און רייב די אויבערשטע פינגער אזוי... מיט די גליינע פינגער פון אינטען ! בקיצער זאלץ איז מסודר. איך צינד אן די אויוון ס'זאל זיך ביז דערווייל הייצען.

וואטס נעקסט ?! איך דערמאן זיך אז איך האב אמאל געהערט אז "סעלצער" איז די סוד !
1 2 3 איך עפען די פרידזש , נאו סעלצער ! ס'איז דא טשערי פלעווערד סעלצער,! איך טראכט צו מיר, וואס קען שוין זיין ?! העט זיין טשערי פעטעטע קוגל! איך שמעטער אריין די באטעל, אין וואמ...! די מאשין האט עס פיין צומישט, נעקסט, אריין אין די בעקעלע!
איך גיס עס אריין , באט פון דערהייך, אזוי סזאל ספלעשען. איך נעם א האלצרענע לעפעל, וואס איך ניץ ביי בדיקת חמץ, אין הייב אן מישען ! איך מיש אין מיש, אבער סווערט נישט צומישט! די פעטעטס האלטען זיך אבער גאר באחדות‘דיג אין די רינדיגע אייער זאפט פארען צו די קארנערס, ותראה כי לא יכול לו,
טוהו איך אן א גלאף, אבער ס'פיט אפשר פאר די קלניג לעדי, נישט אויף מיין! איך צי און שלעפ, אה.... אקעי, די פינגערס איז געקאווערד איך געב עס א שלעפ ארויף אויף די האנט פלאך, ס'האט באקומען א גראבע לאך, פערטיג גייט מיך נישט אן !
איך פאר אריין מיט מיינע פלינקע פינגערס, און די בעקעלע די פראבלעם איז נאר געווען אז די בעקעלע איז נישט געווען גערישט אויף דעם! און אלץ ריזטאלט האט ער ארויס געשטיפט אביסל סחורה אויפן פלאר , אזוי אז ס'איז געווען בתוך עמי אנכי יושבת, און איך בין געווען אין די קוגל !

איך מאך מיך גרייט אריין צו לייגען די בעקעלע אין אויוען, איך עפען עס אויף, ס'איז מיר אנקעקגען געקומען א מין ווארימע העפליכקייט, איך האב מיך דערמאנט אז מ'טאר נישט טהון קיין עבירה'ס די גהנים סאום האו איז יא הייס !

איך הייב אויף דאס בעקעלע, אין איך וויל אים אריין לייגען , ! אבער דא עקא, אז פאר סאום ריזען איז דא א שיפע באמפ וואס איז ביים אנהויב רעק , ימ"ש. אזוי ס'זאל מוזן אראפ גיסען פון די סחורה אין די אויוון, הקיצור נאכען טרייען דאס בעסטע צו גיסען ווי וויינגער , האב איך אויף געגעבן די קאמף אין אראפ געלייגט די קוגל, מיין רוקען האט אפגעאטעמט נאכן זיין צו בויגען אזוי מיט די קוגל אין די הענט,
איך נעם מיין קאפעל אין שלעפ ארויס די רעק, אין לייג ארויף די בעקעלע , איך שטופ עס שטאט צוריק אריין אבער ס'האט נאך געמוזט געבען א לאטקע אראפ א לאטקע !

איך אטעם אפ ענדליך ! , איך דערמאן זיך אז איך האב פארגעסען עפעס ! אבער נישט סתם עפעס! געס וואוט ! יא! האסט גוט צוגעטראפן ! איך האב נישט געלייגט קיין אויל! אהוי טאטע! א קוגל אן אויל איז ווי מאטיאש הערינג אין וואסער ! !
וואס טוט מען דא ? איך עפען שנעל די אוויבן או ן גיס אריין א פעסעל אויל , פרעג נישט וויפיל ווייל איך ווייס אויך נישט !
איך מיש עס אויס די מאקסימעם וואס איך קען, סאיז שוין געווען צו הייס צו מישען מיט די הענט סאוי !...
שוין טיים איז אפ, לעטץ מעק איט שאורט, איך בין געווארן אביסל אנטוישט מיט די אויסקוק, מיט די בעסטע האפענוג האב איך געענדיגט מיין קוגל.

טא מעק איט שאורט וועל איך דא ענדיגען, איך נעם עס ארויס נאך דריי שעה ווא מיינסטו ? הא ? סאיז געווען ! א פיינע ! קוגל ! די אויברשטע חלק איז געווען ליכטיג גרין און פון אינטען איז געווען א פיינע אייערשפייז.

די איינציגסטע זאך וואס כהאב געקענט טוהון דערמיט איז געווען עס געבען פאר מיין שוויגער ! זאל זי איינמאל באקומען עפעס וואס איז גרוי.... און זי וועט מוזען זאגן אז זי האט זיך מחי' געווען דערמיט!
סאוי בלייבט איבער צו ווינשטן און זאגן א " גרויסן שכח " ס'ווייבל פארן מאכן יעדע וואך אזעלכע פיינע קוגל !



אילוסטראציע
(קרעדיט פאר גראפיג 24)

גידיריעגדריעכגדע.jpg
גידיריעגדריעכגדע.jpg (73.81 KiB) געזעהן 568 מאל
לעצט פאראכטן דורך נישט פשוט אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:05 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש נובעמבער 24, 2018 11:43 pm

אמאליגע קרעטשמע סטיל!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 12:09 am

פארפאלען אז מקען.....

אוועטאר
וזרח השמש
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 11, 2018 9:39 pm
לאקאציע: הוידא נאנאש

שקויעך הרב נישט פשוט!...

תגובהדורך וזרח השמש » זונטאג נובעמבער 25, 2018 12:23 am

זייער הנאה געהאט פון אייער "נישט פשוט'ן" ארטיקל אזש עס גיסט זיך אויל דערפון, עס קומט זיך אייך א ;l;p- פארן מהנה זיין דעם עולם!. קיפ איט אפ!...
בעסער א פאלטשע שמחה ווי אן אמת'ער עצבות (בשם מגידים)!.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 1:28 am

נאך נישט אנגעקומען צו ליינען אבער איך האב עס געבוקטמארקט!


צום קעפיל אינטער די פשטידא ליגט א טעלער,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 2:05 am

מ'זעט האסטעס נאכנישט געליינט ס'איז נאך קיין פשטידא פארהאנען

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » זונטאג נובעמבער 25, 2018 11:05 am

לכאורא האט געשריבן:אמאליגע קרעטשמע סטיל!
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » זונטאג נובעמבער 25, 2018 12:36 pm

זייער גוט!

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג נובעמבער 25, 2018 1:04 pm

איך האב געמוזט ניצן די זייטיגע טאול פארדעם , ווייס וואס איך מיין ?! אזא כמין גם, אזא קלייניטש'גע באלי :lol:

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג נובעמבער 25, 2018 2:18 pm

אנטשולדיג פאר די מיספעלניש, איך האב נישט געהייט קיין צייט עס צו מגיה זיין.
לאמיתו של דבר, די מעשה איז נישט דווקא פארגעקומען, סאיז נאר א ביישפיל.
און ווער סגלייכט די קוגל, זאל ביטע מאכן א נאך ברכה!

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג נובעמבער 25, 2018 3:12 pm

וזרח השמש האט געשריבן:זייער הנאה געהאט פון אייער "נישט פשוט'ן" ארטיקל אזש עס גיסט זיך אויל דערפון, עס קומט זיך אייך א ;l;p- פארן מהנה זיין דעם עולם!. קיפ איט אפ!...

נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 4:24 pm

נישט פשוט האט געשריבן:אנטשולדיג פאר די מיספעלניש, איך האב נישט געהייט קיין צייט עס צו מגיה זיין.
לאמיתו של דבר, די מעשה איז נישט דווקא פארגעקומען, סאיז נאר א ביישפיל.
און ווער סגלייכט די קוגל, זאל ביטע מאכן א נאך ברכה!


בד"וו האסט פארגעסן א נאך ברכה פאר ענ עס אר דעגריסער.....

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:04 pm

אָהאַ איי איי ייא ייא ייא איז דאס א גוטס!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג נובעמבער 25, 2018 9:56 pm

נישט פשוט האט געשריבן:אנטשולדיג פאר די מיספעלניש, איך האב נישט געהייט קיין צייט עס צו מגיה זיין.
לאמיתו של דבר, די מעשה איז נישט דווקא פארגעקומען, סאיז נאר א ביישפיל.
און ווער סגלייכט די קוגל, זאל ביטע מאכן א נאך ברכה!

...בורא נפשות רבות.... ס'נישט פשוט דאס!..........
לעצט פאראכטן דורך קלאָצקאָפּ אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:06 pm

ל...ה האט געשריבן:אמאליגע קרעטשמע סטיל!

יא יא דער עולם לערנט זיך צו...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:17 pm

ס'קוגל איז פיין... און דער ארטיקל איז נישט פשוט..

ווי נעמט מען אזא האסאגע..!? הא?! ביינינז האט מען געלערנט אז די טשערי קומט אן טאפ... נעקסטיים האסט נישט עפעס אנדערש פליק אראפ די סטיקער און פאטער אנייסעק
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:19 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
music helps your mood

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 6:23 pm

פיינער ארטיקעל.
איך שפיר די ווייטאג פון @נישט פשוט. ער האט זיך נעבעך ארויפ געשארצט די ארבעל, און אריין געכאפט בזיונות.

האבעך געקלערט אז איינער וועט זיכען א גוטע פשטידא רעסעפי, זאל ער עס שוין דא געפונען. והמלנקקים קענען דאס אריינצייכענען אינעם רעסעפי אשכול.

1) שייל אפ 11 פונט פאטעיטאס. (אז איר האט נישט קיין וואג, נעמט 22 גרויסע פאטעיטאס).
2) לייגעס אריין אין א שיסל קאלט וואסער.
3) קראך אויף אין זיי בודק 16 עקסטרע לארדזש אייער.
4) קלאפ אויף די אייער -אין א שיסעל- מיט א גאפל אדער אייער קלאפער. נישט מיט א בלענדער ח"ו.
5) גיס אריין צוויי 8 אונס קאפס וואסער אויף די אייער.
6) גיס אריין צוויי 8 אונס קאפס אויל אויף די אייער.
7) גיס אריין צוויי פילע טעבל ספאנס זאלץ אויף די אייער.
8) קוועטש אריין א גאנצע פרישע לעמאן אויף די מרקחת.
9) מיש אלעס גיט צוזאם, מיט א גאפל אדער אייער קלאפער. נישט מיט א בלענדער ח"ו.
10) נעמט אפיר דעם פוד פראסעסער מיטן טשיז שרעדער בלעיד. כזה [image]
s-l300.jpg
s-l300.jpg (11.53 KiB) געזעהן 526 מאל
[/image]
11) אויב די פאטעיטא איז גרסער פונעם פיסקעל, צושנייד עס אויף האלב.
12) אין די ברוין מאשין (וואס די אינגערישע אידענעס ניצען) גייט אריין ארום 11 גרויסע פאטעיטאס אויף איינמאל.
13) שיט אריין די געריבענע פאטעיטאס (מיט אלע וואסער וואס קומט נאטורלעך ארויס פון די פאטעיטע) אין די אויבן דערמאנטע מרקחת.
14) נעם א פול סייז ראסטער בעקעלע און שמייס אריין די גאנצע געמיש.
15) לייג עס באקען אויף 450 פערענהייט פאר איין שעה.
16) לאז עס באקען אויף 350 פערענהייט פאר נאך איין שעה.
17) אויב די ווילסט א הארטע דעכל לאז עס באקען אויף 275 פערענהייט פאר א דריטע שעה. אויב די ווילסט א ווייכע דעכל, דאן דעק גוט צו דאס בעקעלע פאר די דריטע שעה.
18) נעמט עס ארויס פונעם בראטער, זייט אייך מכבד מיט א הויכע שהכל.

נ.ב. די קוגעל וועט נישט ברוין ווערען נאר אויב איר לאזט עס אמת'דיג אווערנייט אין די בראטער.
תם ולא נשלם.

אז איר מאכט עס פאר א שמחה:
19) טוט א געפעליקייט און ניץ נישט די הויכע ראסטער. ניץ די פול סייז -מיטעלע ראסטער.
20) בייג אביסעל ארויף די רים פון די גאנצע בעקעלע, כדאי עס זאל נישט איבער רינען ווען עס בלאזט זיף אויף ביים באקען.
21) אז די שיקסט עס פאר א קרוב אדער אין א ביהמ"ד. ביטע צו-סלייס עס פארן שיקן.
22) פאר די שענסטע סלייסעס, דריי איבער די קוגעל אויפן דעקל אדער אויף א קאטינג בארד. (מאך זיכער אז די דעקל איז גוט פארמאכט פארן איבער דרייען).
22) עס איז כדאי צו ווארטען פינף/זעקס שעה פארן סלייסן.


הערות וועלקאם.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 6:30 pm

blue moon האט געשריבן:פיינער ארטיקעל.
איך שפיר די ווייטאג פון @נישט פשוט.
הערות וועלקאם.

אהה שכח לבנה, גיט א בליק

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 9:57 pm

צ"ק, א טעלער.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:11 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:צום קעפיל אינטער די פשטידא ליגט א טעלער,


למעלה משבעים האט געשריבן:צ"ק, א טעלער.


שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:38 pm

פון ווי קומט די לשון פשטידא?
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:39 pm

נודה לך האט געשריבן:
ל...ה האט געשריבן:אמאליגע קרעטשמע סטיל!

יא יא דער עולם לערנט זיך צו...

מ'זאגט אז עס איז א סגולה אויף אריכת ימים צו רופן א מענטש ביים פולן נאמען...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 12:05 am

לכאורה האט געשריבן:
נודה לך האט געשריבן:
ל...ה האט געשריבן:אמאליגע קרעטשמע סטיל!

יא יא דער עולם לערנט זיך צו...

מ'זאגט אז עס איז א סגולה אויף אריכת ימים צו רופן א מענטש ביים פולן נאמען...

אנדערע פארפירן ווען מקוואוט (מדארף מאכן עפעס א סימן ביי יעדן ניק ווער גלייכט אז מקוואוט און ווער נישט...)
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך נובעמבער 28, 2018 9:51 am

עפעס נישט פשוט די קוגל


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוינע באנאנע און 18 געסט