א גוטן צו אייך פיפעל, יושבי חושך וצאמבעס.

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

א גוטן צו אייך פיפעל, יושבי חושך וצאמבעס.

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 2:45 pm

א גוטן צו אייך פיפעל, יושבי חושח וצאמבעס.
ביטע הערט עס מיינע קרעמפן, סדריק מואר'דיג שטארק, און אויב די פארנעמסט נישט דיינע אייגענע?! איז דא שטארקע שאנסן אז יענעמס איז לייכטער, אין מעגליך שטארק באלייכטן די סוטיאציע וואס זיצט העכערן פאסיג.
אקעי, איך שטעל מיך דא ארויף אויפן סטעדזש, איך גיי יעצט די ערשטע מאל רעדן פאר א רבים.
אהעעםם.. טאחחח ...טאחח... אהעכחעיף... ארבעט ? איינס... אהה .. נעם אראפ די ווידער קול..! וואון..טא... וואן טא... אה, בעסער... נאכערף.. (מיט נאז) אה, יעצט איז פיין!

איךהאבמיךנישטצוגעגרייזט.... אמממ... איך מיין צו זאגן.... לא איש דברים אנכי, "די" ביסט נישט קיין רעדנער, דעס טייטש עס ניין ?! דעס זאגן אלע בעלי מגידים. ענדיריוועי, די מעשה איז אזוי.

ראשית כל פותחין בכבוד הקרעטשמע, ברשות כל הקהל הפורש הזה. ס'שטייט אין די וואכעדיגע סעדריי, מער צום סוף, ווי די מלאכים זענען געגאנגן קיין חרן, די גאנצע מעשה און געטראפן די ישמעלים מיט די סטדע שאף. איז דא די באוויסטע מדרש וואס זאגט, מכאן למדה תורה דרך ארץ שלא יהא כפי טובה, קען מען אפשר זאגן, אז די זעלבע זאך דא, אויב האסטו הנאה פון די פערל שטיינער, זעה צו קוועטשן דעם גליי"ך אדער אהבתי כפתור און איך וועל שוין ופרח.

ווי יעדער וואס זיינע אויגן אין די לעכער, דערשפירען די דאמף און פאשטויבקייט וואס די קרעטשמע גייט דורך אין די יעצטיגע פארשנייטע ווינטער טעג, די וועגן זענען זייער אנגעלייגט אינדרויסן , ס'איז כמעט נישטא קיין באזוכער פון די אלטע היים וואס קומען אריין , נישט קיין פויערן, נישט קיין באהלטענע צדיקים, די גאנצע ארום איז אנגעלייגט מיט הויפנעס געהענגליך, אנקעטעס, גאר שוואכע סחורה.... חוץ ממש געציילטע ניקעלס ביי פאליטשע אנגעלגענהייטן וואס דארט ווערט אסאך מאל פארויכערט, איז שא שטיל...! ששששש... שא...!

איך ווייס נישט ווי די געשמאקע גלעזעלע שנאפס ליגט, סאיז אזוי שטיל.. קען מיר איינער זאגן ווי מאשקע און די סעקטאר איז ? איך הער (נישט) איך פיל מיך ווי קהל'ס נאר, ווי איז דער אלטער בחור דער גרויזמער א מין יאנטטאש געווען ! סוואקסט שוועמל דא, אין מיין מוועט מיזן האבן א מומחה עצום צו דערוועקן א נייע קרמער דא , נאטירלך איז נישט מעגליך אנצוגיין אן א מאשקע, גראדע איז די מצב ווייט פון גראדער ווי גראד, סאיז קרעזי ,און איך בין גאנץ א קנאפער יעדן צו וויסן פינקליך ווער סהאט זיך דא געשאקעט,און געוולגערט אויפן געלעגער, איך וויל נישט לכתחילה אריבער גיין ניק ניק, ווייל איך וועל נישט זיין אינדערהיים צייטליך.

אבער איך גיי נישט מאכן קיין הספדים יעצט אויף די שלאפעדיגע סאוי, לאמיר פראבירן זעהן צו איך וועל קענען עפעס געבען צו טרינקן, איינער גלייכט יעקב דניאל ? דעס איז וואס איך האב.

שוין לעטס גאו טא דעי פימפעל, נא וואס קען איך שוין ? ספעלן נישט, טייפן אויך נישט, די איינציגסטע באטן וואס איך קען טייפן שנעל איז די בעקספעיס, איידיעס אויך גאנץ קנאפ, סאוי האבן מיר זיך ארויס געלאזט זיכן א טאפיק, האב איך געטראפן איינס מיט זיגעל וואס איז זויבער און גלאנציג פון די אלטע קעלערן, און געטראכט אז לאמיר עס איבער שרייבן מיט מיין שטייסל און קיבארד.
מיר וועלן עס פלאציערן און פארברענגן, נישט און קרעטשמע, אזוי איז עס מער עטוואס היימיש.

דיסקלעמער! איז פאר איך הייב אן, ווער סאיז אין שנה רשאונה! אדער אין שנה רשאונה "מאוד", דעס הייסט ביז 4 5 יאר נאך די נארישע שריט, וואס נאר בחורים אדער גרושים טוהן, אדער ווער ס' באקומט נאך פרישטאג צופרי אין א זעקעלע, זאל יעצט דריקען אקטיווע אשכולת!

הקדמה! איך פערסנאל האב ברוך השם א געזינטע שלום בית, און מעמיטשעט זיך ווי יעדעם, איך האב בלויז געזיכט משקה מיט וואס זיך צו דערווארמען.
אויב די(ס'ווייבל) זעהסט עס אמאל, מיין נישט אז סאיז האו קנאוס וואט, והאי' ראי' איך זאג דיר עס נישט. סאיז דזשאסט א פיינע געשמקע וויסקי זיך צו דערפרישן אין מיט די אנדערע טרינקערס צוגלייך.
סאוי וואס איז שוין די קרעמפן ? פאר א שווארטץ איבעריאר ?...!
אקעי...
די פראבלעהעם איס... ביקאזס.. דע גיי.....יא נאוי חעים ? איי מין די לעריס.... איטז בעררי בערי ביג פראבלעהעם . מאטשא פראבלעמא.

וואס אנאמעס, זענען זיי גארנישט שולדיג, ווייל ווער האט דיך געהייסן ?! הא ? פארסט אריין אין א געמויזאכטס ! און האסט נאך טענות ?!.... און בכלל זענען זיי אייביג גערעכט עני וועי, ווייל נאכן בלאזן ווי א מזרח ווינט וועסטו שוין אויך מודה זיין אז זי איז גערעכט...! און צווייטענ'ס ס'וועט נישט העלפן וואס איך זאג דיר יעצט, סאוי לאמיר ווייטער זיך קריגען און שלום על ישראל. און אזוי קענען אנדערע אויך הנאה האבן, סאוי סאיז ממש א נבירעה צו דיר עס זאגן.

וואס יא! די כלה טישער'ס ! אויב איינער האט צוטריט צו זיי, קען ער עס זיי צושיקן אולי משה יחוס, וועט זיין א שינו לצורך און וועט זיין מצטמק וטוב לו. אויב עני פרויען רעכטען (צער בעלי חיים ) גרופע דרייט זיך דא , קענסטו אויסברעכן דא דיינע קאמענטארן.

שוין גענוג געווען מיט הקדמות,(אזוי זעט מען אויס ווען מגרייט זיך נישט צו)
איז וואס האב איך געוואלט זאגן....... ? אךךך.. ךךךך! נו! עקענמיך נישט דער דערמאנען... האסט אזאנס געזען!! שאקס..! טאקאשעפייענעקי ! ווי זינגט מיכאל סגרויסע בושות.

אקעי, העמיר טראכטען נייע זאכן לאמיר זעהן וואס מקען מאכן. ווי הייב איך אן ? הא ? אקעי לאמיר זעהן, צופרי! אה....!
די טוט פעיסט, אויב זיין, ביטע, מעגליך, אפשר, זאל זיין צו געמאכט די דעקעל ווען די ענדיגסט עס ניצען, צו וואס זאל איך דארפן האבען אויף מיין ברא"ש א הארטע שמעכוזס ? סאוי ביטע !
נעקסט: איך האב ליב צו גיין אין קאר מיט א קאפי! נישט מיט א (איבער)געפילטע גארזביזש בעג, איך בין טאקע א " מיס"ט ער " אבער צופרי איז מיינע הענט פארנומען! ווער רעדט נאך אויב די האסט דארט געלייגט די ביינער פון די זיפ! און פינקט דע גארביזש האט אויך א הענגער פון די קלינערס, וואס ווען דעס קומט זיך צוזאם איז דא א קבלה אז ס'נעמט זיך טראפן אויפן שיך בעסט קעיס.
אז מרעד שוין פון גארבידזש, ווען די נעמסט ארויס די אנגעפולטע בעג ! ביטע לייג גלייך! א נייע און די קאנטענער,נישט באלד, ווייל געווענדליך פינקט דעמעלס האב איב א איבערגעפילטע טישא, מיט שמי... הענט און ....... וואס טוט מען יעצט ? איך קען מיך שטיקן דערמיט!

ביי שחרית ארבעט נישט מיין טעלעפאון, סאוי איך ווייס נישט אז די קאלסט! סאיז נישט חלילה איך ווי ל נישט רעדן יעצט צו דיר. .

די טונא איז מורא'דיג גוט די פראבלעם געשענט ווען, איך וויל צו לייגען מיינעס, און די גאנצע הענט ווערד מיר יאולידיג, איך האב אזעלכע קליינע גראבע פינגערס, און סאיז זייער שווער צו כאפן די לעפעל פון אינדערווייניג, און ווען סגעלונגט שוין יא איז די גאנצע לעפעל פארחא....ערט .

2 א זייעגער איז מיר נישט אינטערסאנט ווי גוט די ביסט געשלאפן, איך האלט דעמעלס אינמיטן ארבטען.

4 אייזגער דארפסטו נישט פרעגען וואס צו מאכן פאר סאפיר, ווייל די מאכסט עני וועי וואס די ווילסט, און סתם הערן וואס די גייסט מאכן, און איך זאל נישט ווערען דיסעפוטנטעד איז אקעי, איך ווייס.

איןווער רעדט נאךאז ביים אהיים קומען זעה איך טשאלנט פאר סאפיר, ווייל די קינדער "באלעקען" זיך דערמיט איז מיר שווער צו מאכן א פרייליכע גרימאסע .

די קאטוש ווען איך קום אהיים איז רעזערווד פאר מיר, נישט פאר וועש וואס ווארטן צו ווערן אוועק געלייגט, אויב ווארטסו אויף א קאמפלעמענט ביטע בעט עס קלאר איך כאפ נישט קיין רמזים!
די קעטשאפ, אויב מאכט עס שוין א גרודערד און שפריצט קליינע פרעקלעך איז צייט פאר א נייע, ממעמיז נישט עפנען די דעקל און האאאאקען ס'זאל עפעס ארויס קומען! עני וועי געלונגט עס אייביג אויפן טישטיך.

קעבענטס טירן ווערן געבטען צו פארמאכט ווערן,און אויב מעגליך אן א האק. און די זעלבע איז ווען מוואשט דישעס, האק נישט די טעלערס! איך ווער טויב.

אויב פלאנסטו ארויס צו גיין, צו א פאדי (פרויעשע מנחה מעריב) אדער א שמחה "זאג מיר ביטע נישט" אז די האסט נישט וואס אנצוטהון! איך קען דיר נישט העלפן!
אפי' נאכן קויפן נייע זאכן יעדע שני וחמישי הער איך נאך אלץ די זעלבע נגינים, סאוי פליז דא מי א פעווער.
איך מיין סאיז מער עפעס א לחש אדער ברכה וואס ענק זאגן ביים זיך אנטוהן. אז מרעד שוין פון ... ווייסט איינער פארוואס א כלה איז אזוי פרייליך אין די טאג פון איר חתונה ? ווייל סאיז די איינציגסטע טאג וואס זי ווייסט שוין צופרי וואס זי גייט אנטהון.
די זעלבע איז ביי די שיך, ווען איך פארבאלזשנע זיך אין דיין שיך קלאזעט, צו אפשר ליגט דארט מיינס, סעזעט מער אויס ווי א שיך סטאר ווי א קלאזעט. אבער איך האב נישט קיין שיך! פארוואס דארף מען אזויפל שיך ? די האסט מער ווי צוויי פיס ....?! (אפס ! איך האב גארנישט געזאגט!)

מעריב קען האבן אמאל יוצר! סאוי סנעמט אמאל לענגער און אמאל שנעלער , און אויב איך בין נאך נישט אהיים געקומען, מיינט נישט אז איך בין געשטארבן...! אפי' כהאב געזאגט אויפן טעלעפאון איך קום שוין, ס'איז פינקט ווי די זאגסט איך מאך מעך רעדי, אין קום.
אקעי, איך מיין סעגענוג, וואווף גייט זיין א בכיה...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג נובעמבער 18, 2018 2:53 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אייזען גוט !!!!!
מיט אזא שפראך...............

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 18, 2018 3:03 pm

וואף!!!! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: איז נישט דאס אויסדרוק!

@נישט פשוט, נאדיר א קוש אויף דיין שטערן! מתוק ממתוק.
הוי מחשב...

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 3:23 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- יוא ביזטו משוגע, ווי וואנט מאר.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:04 pm

נישט פשוט האט געשריבן:און ווער רעדט נאך אז ביים אהיימקומען זעה איך אז עס איז דא טשאלנט פאר סאפיר, ווייל די קינדער "באלעקען" זיך דערמיט איז מיר שווער צו מאכן א פרייליכע גרימאסע.


;l;p- :lol:

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג נובעמבער 18, 2018 4:05 pm

ווען דער נער וואלט נישט געווען מיינער העטעך זיך געקאטשקעוועט פאר געלעכטער....
. . . . . . .

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:14 pm

פאלטמיר יעצט איין, אז איך קען עס יעצט געבען צו ליינען פאר די משפחה, און זאגן קוק וואס איינער שרייבט דא .
ווי זאגט די וועלט ווי חכמה דארט תורה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:23 am

מער אמת ווי א דשאוק.

איך מיין די תשעה קבין איז מרמז אז מ'קען רעדן 'וועגן זיי' תשעה קבין... דיינע ווערטער זענען נאר די התחלה.


עניוועי נהנתי מאד!
אונז זענען מתפלל ווייטער אויף סימכעס געזונעטערהייט אזוי וועלמיר האבן נאך פרישס זיך צו דערפרישן
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 7:49 am

צוקאש! ווער עס רילעיט נישט צו דיין דרשה איז... אוואו האסטו נאר געזאגט? אדער א בחור אדער.. נו שוין...
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 10:06 am

זייער גוט !

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:28 pm

נישט פשוט האט געשריבן:פאלטמיר יעצט איין, אז איך קען עס יעצט געבען צו ליינען פאר די משפחה, און זאגן קוק וואס איינער שרייבט דא .
ווי זאגט די וועלט ווי חכמה דארט תורה.

עט זי דיר פרעגן פארוואס האט נישט יענער געקענט זאגן אז איינער האט עס געשריבן

טענקס ווי וואנט מאר

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 6:44 pm

קענדי'ס האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:פאלטמיר יעצט איין, אז איך קען עס יעצט געבען צו ליינען פאר די משפחה, און זאגן קוק וואס איינער שרייבט דא .
ווי זאגט די וועלט ווי חכמה דארט תורה.

עט זי דיר פרעגן פארוואס האט נישט יענער געקענט זאגן אז איינער האט עס געשריבן

טענקס ווי וואנט מאר

זי קען טראכטן וואס זי וויל, פרוף האט זי נישט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 8:30 pm

:lol: :lol: :lol:
אט אזוי האט אמאל די קרעטשמע אויסגעזען.

@נישט פשוט, גיי אן, שרייב'זשע נאך, די פאליטישע ניקעלס וועלן סוף כל סוף קומען צום טעם און קומען פארברענגן ווי אין די אלטע גוטע צייטן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 11:25 pm

פיינע נייעס דער נישט פשוט!! מיטן אמאליגן היזיגן חן!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 3:48 pm

:lol: :lol: :lol: :lol:
גיי אן ! מיר ווילן הער מער אפט !
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 4:54 pm

יוש ביסטע גוט!!! זעהט אויס האסטעך גוט אנגעליינט מיט די אלטע געשמאקע סחורה, ווי וואנט איט בעק, קום אריין עפטער מיט דיס קיינד אף סטאף, און מאך עס צירוק פאר א קרעטשמע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג נובעמבער 25, 2018 3:47 am

נישט פשוט דער נישט פשוט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג נובעמבער 25, 2018 5:49 pm

ס׳האט זיך אנגעהויבן מיט א שמייכל, אבער פלוצים אחזתני פלצות,
שאקס! געשאסן.
דער איז טאקע נישט פשוט, סארא מין שפראך, ס׳צוגיסט זיך פון לחלוחית!

קום אריין אפטער, מיט אזוינע שמאלציגע סחורה
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט