בלאט 1 פון 2

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:41 am
דורך אלמוני
מ׳האט כאטש גענומען די הוראה דערנאך?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:43 am
דורך צולייגער
אז מ'גיבט נעמט מען, אז מ'שלאגט אנטלויפט מען

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:48 am
דורך אלמוני
נו אויף דעם אידאך דא די רבנים וואס געבן

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:50 am
דורך צולייגער
נו, אין פאל די רבנים גיבן, נעמט מען, אוודאי געוויס, קיין פראגע נישט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 12:52 am
דורך אלמוני
וואס נאך האט מען אזוי געלערנט נאך וואונענדיג אין ווילי?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:00 am
דורך צולייגער
א"ב
עברי
חומש
רש"י
משניות
גמרא
רש"י
תוספות
ראשונים
אחרונים
טור
ב"י
שו"ע
ספרי מוסר וחסידות

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:01 am
דורך אלמוני
און אגב האמיר שוין אויגעפונען די אידענטיטעט פון איינער פון די איבער א דאזן ניקים וואס האבן זיך משתתף געווען ביי כוירע׳ן אויפ׳ן וואכנאכט...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:02 am
דורך אלמוני
צולייגער האט געשריבן:א"ב
עברי
חומש
רש"י
משניות
גמרא
רש"י
תוספות
ראשונים
אחרונים
טור
ב"י
שו"ע
ספרי מוסר וחסידות

קיינמאל אריינגעבליקט אין קיין משנה ברורה אדער שועה״ר?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 1:15 am
דורך צולייגער
אלמוני האט געשריבן:און אגב האמיר שוין אויגעפונען די אידענטיטעט פון איינער פון די איבער א דאזן ניקים וואס האבן זיך משתתף געווען ביי כוירע׳ן אויפ׳ן וואכנאכט...

נאופ.

ליידער האט אונזער קאלעגע דא ארויסגעטשיקנט פון אונז נעמען אויף א רייזע צו די בערג צום וואכנאכט, און צוליב זייענדיג פארנומען מיט א קרוב משפחה לרפו"ש לא אסתייעא מילתא זיך צו באטייליגן, האמיר זיך געמוזט באגנוגן מיט א געשריבענע דעפעשע צום בעל שמחה, אויף וואס א ווארימער אנטווארט באגלייט מיט הארציגע ברכות איז געקומען ווי נאר די ניסלעך שאלעכץ האבן קונה שביתה געווען אינעם טראמפ-קאסטן נאכן וואכנאכט.

אה, גלייכצייטיג האמיר זיך געשפארט א גילוי פראצעס.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:16 am
דורך פערדס מיניסטער
יונתן האט געשריבן:איך זיך א חברותא אין וויליאמסבורג, ביינאכט פאר א חלק אדער אלע פון די פאלגענדע לימודים:
תנ"ך (לכתחילה מיט די טראפן)
משניות. "וואס" מוז מען אלעס פארשטיין, "פארוואס" נו שוין וואס מען קען גרינגערהייט
גמרא רש"י. תוס' אדער אנדערע מפרשים וואו עס פעלט אויס צי פשט.
שלחן ערוך. ד'חלקי ש"ע מחבר רמ"א אנע שום נו"כ
מוסר. אויסעווייניג, יעדער זאגט פארן חברותא אלע עבירות פונעם טאג, און באקומט א מוסר שמועס עד כמה שידוע מגעת


דעט'ס איט?
ווילאנג ווילסטו זיצן מיט דעם חברותא?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:18 am
דורך אדער יא
ווענד זיך וויפיל מען האט געזינדיגט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:45 am
דורך קניידל פארעם
יונתן האט געשריבן:מוסר. אויסעווייניג, יעדער זאגט פארן חברותא אלע עבירות פונעם טאג, און באקומט א מוסר שמועס עד כמה שידוע מגעת

נישט אויסגעהאלטן! מ'איז זיך נישט מתודה נאר פאר אן אדם גדול וואס איז בכח צו מתקן זיין נר"נ און ארויסגעבן אמת'ע דרך תשובה, אויב נישט, זאגט די גמרא חציף איניש מאן דמגלי חטאי דכתיב אשרי נשוא פשע כסוי חטאה.

מוסר לערנט מען נישט אויפן עבר, מ'לערנט דאס אויפן עתיד! און דייקא די ספרים אין וואס רבותינו הק' האבן זיך געקאכט דערין זענען מסוגל צו דערהייבן דעם מענטש, סתם פלעפלערייען ברענגט נישט גארנישט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:23 pm
דורך מחשב
קניידל פארעם האט געשריבן:
יונתן האט געשריבן:מוסר. אויסעווייניג, יעדער זאגט פארן חברותא אלע עבירות פונעם טאג, און באקומט א מוסר שמועס עד כמה שידוע מגעת

נישט אויסגעהאלטן! מ'איז זיך נישט מתודה נאר פאר אן אדם גדול וואס איז בכח צו מתקן זיין נר"נ און ארויסגעבן אמת'ע דרך תשובה, אויב נישט, זאגט די גמרא חציף איניש מאן דמגלי חטאי דכתיב אשרי נשוא פשע כסוי חטאה.

מוסר לערנט מען נישט אויפן עבר, מ'לערנט דאס אויפן עתיד! און דייקא די ספרים אין וואס רבותינו הק' האבן זיך געקאכט דערין זענען מסוגל צו דערהייבן דעם מענטש, סתם פלעפלערייען ברענגט נישט גארנישט.




נישט ריכטיג. מגלי חטאה מיינט "ברבים". און אלע חסידישע ספרים, און איך מיין אז אויך אין מוסר, ספרים, שטייט איבערגע'חזר'ט גאר אסאך מאל אז מ'זאל האבן א חבר וואס מ'זאל זיך פארציילן איינער דעם צווייטן די שוועריקייטן, און זיך צוזאמען מחזק זיין.

וליתר שאת, נאט אייך א שטיקל צעטיל קטן.
image.png
image.png (50.34 KiB) געזעהן 961 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:28 pm
דורך ראספשע
לשון החיד"א בשם הגדולים (ערך ראשית חכמה):
ושמעתי מרב א' שקבל דהגאון מהרש"ל בשבתו על כסא ההוראה לרב ואב"ד צוה למוכיח אחד שיבא בכל יום שעה אחת ויוכיחנו ויזהירנו כאלו הוא אחד מהמון כי כך רצונו והרשות נתונה לו ובעת בא המוכיח תיכף מהרש"ל מתעטף ויושב לשמוע תוכחות מוסר ביראה ורעד לפני ה' אשריו ואשרי חלקו ואשרי העם שכבה לו רב חסיד וקדוש עכל"ק

מוסר חברותא פארמיטלונג

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:32 pm
דורך מחשב
עס אזי דאך געווען ר' לייב מוכיח וואס האט מוכיח געווען צדיקים, געדענק איך נישט וועלכע, אדרבה אויב איינער קען אנמערקן.

אבער א " מוכיח" איז עפעס אנדערש ווי א חבר זיך "אדורכצושמועסן".

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:35 pm
דורך ראספשע
סי'ז גראדע נישט קיין שלעכטע פרנסה
מ'קען זיך אנטראגן אלס א 'מוכיח'..
נו ווער הייערט מיר?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 2:42 pm
דורך מחשב
דאכצעכמיר אז "ראבינאוויטש" האט שוין דעם טיטול (קרעדיט: מאמענט)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 3:20 pm
דורך צולייגער
ראספשע האט געשריבן:סי'ז גראדע נישט קיין שלעכטע פרנסה
מ'קען זיך אנטראגן אלס א 'מוכיח'..
נו ווער הייערט מיר?

איר זוכט נישט פערצופאל א מוכיח? אפשר קעמען מאכן א שמור לי ואשמור לך געשעפט?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 3:22 pm
דורך ראספשע
נו אדרבא
זעהט אויז ווי א גוט געשעפט'ל
די שאלה איז נאר וויזוי העט מען מאכן געלט דא...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 3:24 pm
דורך צולייגער
כ'הייב אן:

וואס איז מיט דיר, מיינטס אלעס איז געלט?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 4:33 pm
דורך קניידל פארעם
מחשב האט געשריבן:
קניידל פארע האט געשריבן:
יונתן האט געשריבן:מוסר. אויסעווייניג, יעדער זאגט פארן חברותא אלע עבירות פונעם טאג, און באקומט א מוסר שמועס עד כמה שידוע מגעת

נישט אויסגעהאלטן! מ'איז זיך נישט מתודה נאר פאר אן אדם גדול וואס איז בכח צו מתקן זיין נר"נ און ארויסגעבן אמת'ע דרך תשובה, אויב נישט, זאגט די גמרא חציף איניש מאן דמגלי חטאי דכתיב אשרי נשוא פשע כסוי חטאה.

מוסר לערנט מען נישט אויפן עבר, מ'לערנט דאס אויפן עתיד! און דייקא די ספרים אין וואס רבותינו הק' האבן זיך געקאכט דערין זענען מסוגל צו דערהייבן דעם מענטש, סתם פלעפלערייען ברענגט נישט גארנישט.




נישט ריכטיג. מגלי חטאה מיינט "ברבים". און אלע חסידישע ספרים, און איך מיין אז אויך אין מוסר, ספרים, שטייט איבערגע'חזר'ט גאר אסאך מאל אז מ'זאל האבן א חבר וואס מ'זאל זיך פארציילן איינער דעם צווייטן די שוועריקייטן, און זיך צוזאמען מחזק זיין.

וליתר שאת, נאט אייך א שטיקל צעטיל קטן.
image.png

האבעך אויף דעם געהערט פון הגאון הגדול ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל, וואס ער האט נאכגעזאגט משמי' פון רבי'ן זי"ע, אז דאס איז גוט געווען פאר יענע צייטן, אבער היינטיגע צייטן טאר מען דאס נישט טוהן מער, ווייל אויב וועט ער אלעס דערציילן דעם חבר וועט דער חבר אויך גלוסטן...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 4:37 pm
דורך מחשב
וע"ז נאמר הכל לפי החבר והמתחבר.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 4:38 pm
דורך אדער יא
קיינמאל נישט געזעהן אזא פסוק!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 4:39 pm
דורך ראספשע
צולייגער האט געשריבן:כ'הייב אן:

וואס איז מיט דיר, מיינטס אלעס איז געלט?

אקעי,
יעצט פון וואנעט זאלעך וויסן די דזשורסי סיטי נעוויירעס
קום אריבער צונונז אין שטעטל, לאמיך ליינען דיין שטערן....

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 4:46 pm
דורך צולייגער
כ'בין אין ענקער שטעטל כמעט יעדן טאג, און בד"וו, די עבירות פון גאנץ דזשערסי סיטי קומען נישט נאנט לקרסולי רגליו פון איין גאס אין ווילי (אין קעיס דו ווייסט נישט, כ'האב אין ווילי געוואוינט אויף א גאס אן קיין איין איינציגער גוי).

אמר"ש, כ'האב נאר אנגעהויבן די דיסקוסיע ווייל כ'האב געוואלט זעהן ווילאנג ס'העט דויערן צו אריינקריכן צו דעם טעמע פון מיין געאגראפישע וואוינארט, קאנגרעטס! שנעל אנגעקומען אהין. דעט סעד, מיסיע פארפולקאמט און די דיסוקיסע איז געשלאסן.

א גוטן מועד.