פראגעס און ענטפערס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:29 pm

עין טובה האט געשריבן:איך פגר עפעס צו פרעגן פון קרעמער.

וואס קען איך דיר פרעגן קרעמער?
יויש.. נא? וואס קען איך דיר פרעגן??

2 וויכטיגע אנווייזונגען בעפארדעם:

שרייבט א צוואה כדת וכדין ועפ"י דיני דמלכותא
בעט איינער זאל שרייבן א שיינע זכרון להולכים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:31 pm

פלטיאל האט געשריבן:שלום עליכם הרב קרעמער איר זעהט אויס צו זיין א וואוילע אינגערמאן, מאכט אייך היימיש דא, מיר האפן צו הנאה האבן פון אייך אין דער צוקונפט.

  • וועלכע קרעמער זענט איר, פון ירושלים?
  • האט איר נישט קיין פראבלעם מיט גילו צו ארויסשרייבן אייער לעצטע נאמען?
  • ביי וועם זענט איר א איידעם?
  • וואו ארבעט איר?
  • וויפיל געלט מאכט איר א וואך?
  • צום לעצט א פערזענליכע שאלה (איר מוזט נישט ענטפערן), איר גלייכט סמייטע?

אונזער משפחה שטאמט נישט פון ירושלים, און דאהי איז דא מערערע קרעמער'ס אלזא קיין גילוי פארמישט. איך בין אן איידעם ביי מיין שווער, איך ארבעט נישט, און איך מאך נישט קיין געלט.

סמעטענע גלייך איך גאר שטארק, בפרט די היימישע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:32 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:לכבוד א. טראכטער;

איך באטראכט עס נישט אלס 'מיין וועבזייטל', עס איז ארענדערס וועבזייטל וואס איך האב בשעתו געהאלפן אנפירן.

בין איך צופרידן דערפון? בגשמיות זייער. ברוחניות ווייס איך נישט. עס איז היינט אזא גרויסע קרעמל אז עס איז ביטער שווער צו האלטן קאנטראל דערויף, איך מיין אז היינט קען מען טרעפן אויף אייוועלט א היבשע צאל שמועסן וואס וואלטן קיינמאל נישט פארגעקומען אין 'אונזערע' צייטן.

האט איר געוואלט ס'זאל ווערן אזא גרויסע קרעמעל?

אדער האט איר גקענט באשטיין ס'זאל בלייבן בזעיר אנפין?

אוי לי מיוצרי אוי לי מיצרי. איך האב געוואלט עס זאל ווערן גרויס, ווי מער ליינער און שרייבער אלץ מער אידן וואס דרייען זיך אויף ערליכע פלעצער און אלץ מער געהאלפענע ביי די איש את רעהו און אנדערע הילפס אפטיילונגען. אבער היות מען האלט שוין בקרוב ביי "רבבה" (נישט די ניק) ניקס, איז עס ממש ווי א מאנסטער...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:33 pm

קרעמער האט געשריבן:2 וויכטיגע אנווייזונגען בעפארדעם:
איך האב שוין אריינגעשיקט א זכרון להולכים צו דער איד און דער בלאט.

(גוט. איך האב שוין געטראפן וואס צו פרעגן.)
ווילסט מיר העלפן שרייבן צוואה? איך דענק אז דו קענסט

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:33 pm

נאך א שאלה

זענט איר נאך היינט צוטאגס אקטיוו אין די טאגליכע אפעראציעס פונעם וועלטעל?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:39 pm

קרעמער האט געשריבן: אבער היות מען האלט שוין בקרוב ביי "רבבה" (נישט די ניק) ניקס, איז עס ממש ווי א מאנסטער...

רובא דרובא פון די אלע ניקס זענען בכלל נישט אקטיוו, און סך הכל זענען דא אפשר 500 ניקס וואס זענען געהעריג אקטיוו!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:40 pm

קודם כל, שלום וברוך שובך. מיר האבן זייער געבענקט


איז אייער נאמען 'קרעמער' בשייכות מיט א קראם/קרעמל?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:44 pm

עין טובה האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:2 וויכטיגע אנווייזונגען בעפארדעם:
איך האב שוין אריינגעשיקט א זכרון להולכים צו דער איד און דער בלאט.

(גוט. איך האב שוין געטראפן וואס צו פרעגן.)
ווילסט מיר העלפן שרייבן צוואה? איך דענק אז דו קענסט

רוף וויינבערגער, ער האט ערפארונג...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:46 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:נאך א שאלה

זענט איר נאך היינט צוטאגס אקטיוו אין די טאגליכע אפעראציעס פונעם וועלטעל?

איך פאדער די פינפטע

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:47 pm

טשאלענט האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: אבער היות מען האלט שוין בקרוב ביי "רבבה" (נישט די ניק) ניקס, איז עס ממש ווי א מאנסטער...

רובא דרובא פון די אלע ניקס זענען בכלל נישט אקטיוו, און סך הכל זענען דא אפשר 500 ניקס וואס זענען געהעריג אקטיוו!

דו ווייסט וואס עס מיינט 500 אקטיווע ניקס? פרוביר צו נעמען קאנטראל אויף א שפיל פלאץ מיט 500 אקטיווע באנוצער

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:48 pm

קרעמער האט געשריבן:איך מיין אז היינט קען מען טרעפן אויף אייוועלט א היבשע צאל שמועסן וואס וואלטן קיינמאל נישט פארגעקומען אין 'אונזערע' צייטן.

ס'דע פלאן?

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:48 pm

מ'פארציילט אז ס'איז אמאל געווען א איד וואס מ'האט איהם געגעבן אסאך כוחות פון הימל צו העלפן מענטשן אבער די מקטריגים האבן פארפירט און מ'האט איהם געמאכט א שיכור אזוי האט קיינער נישט אויסגענוצט יענעם'ס כוחות.

אז קרעמער איז גרייט צו ענטפערן נוצט אויס די געלעגנהייט.

יעצט מיין קשיא פארוואס נעמט מען נישט אויף מער מנהלים צו האלטן קאנטראל דא און מ'זאל זיך קענען דורך'שמועסן?

די פלאץ איז שוין אזוי צווואקסן און די מנהלים זענען געבליבן די זעלבע אדער נאך אפילו ווייניגער....

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:48 pm

קרעמער האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:נאך א שאלה

זענט איר נאך היינט צוטאגס אקטיוו אין די טאגליכע אפעראציעס פונעם וועלטעל?

איך פאדער די פינפטע


כל הכבוד.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:48 pm

איז אייער פידל נאך אין באנוץ ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:49 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:קודם כל, שלום וברוך שובך. מיר האבן זייער געבענקט


איז אייער נאמען 'קרעמער' בשייכות מיט א קראם/קרעמל?

ברוך הנמצא.

בכלל נישט. (וואס יא? פיגורירט פראמינענט ערגעץ וואו)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:50 pm

עין טובה האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך מיין אז היינט קען מען טרעפן אויף אייוועלט א היבשע צאל שמועסן וואס וואלטן קיינמאל נישט פארגעקומען אין 'אונזערע' צייטן.

ס'דע פלאן?

איך לאז דאס פאר די מנהלים שבימיך

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:50 pm

שלום עליכם ׳קרעמער׳

איך פלעג שטארק הנאה האבן פון דיינע פאליטישע תגובות, (געווען דאן נאר א ליינער)

אויב מעגליך שרייב אפ אין א נאט-שעל (אדער מער באריכות) דיין מיינוג איבער ׳טראמפ׳ והמסתעף.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:51 pm

פארוואס נישט האט געשריבן:מ'פארציילט אז ס'איז אמאל געווען א איד וואס מ'האט איהם געגעבן אסאך כוחות פון הימל צו העלפן מענטשן אבער די מקטריגים האבן פארפירט און מ'האט איהם געמאכט א שיכור אזוי האט קיינער נישט אויסגענוצט יענעם'ס כוחות.

אז קרעמער איז גרייט צו ענטפערן נוצט אויס די געלעגנהייט.

יעצט מיין קשיא פארוואס נעמט מען נישט אויף מער מנהלים צו האלטן קאנטראל דא און מ'זאל זיך קענען דורך'שמועסן?

די פלאץ איז שוין אזוי צווואקסן און די מנהלים זענען געבליבן די זעלבע אדער נאך אפילו ווייניגער....

די מנהלים זענען נישט געבליבן די זעלבע, די אלטע גווארדיע האט שוין מער ווייניגער געדאנקט און מען האט אויפגענומען נייערע במקומם. די זאך איז נאר אז די פרישע מנהלים און אחראים גלייכן צו בלייבן אנאנים, עס קען זיין אז אייער שכן/קרוב איז א מנהל/אחראי און איר ווייסט נישט דערפון.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:52 pm

דוד משה האט געשריבן:איז אייער פידל נאך אין באנוץ ?

זעלטן. מאכט זיך אז איך נעם דאס ארויס צו לערנען די קינדערלעך אביסל, צב"ש חול המועד סוכות.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:53 pm

קרעמער האט געשריבן:די מנהלים זענען נישט געבליבן די זעלבע, די אלטע גווארדיע האט שוין מער ווייניגער געדאנקט און מען האט אויפגענומען נייערע במקומם. די זאך איז נאר אז די פרישע מנהלים און אחראים גלייכן צו בלייבן אנאנים, עס קען זיין אז אייער שכן/קרוב איז א מנהל/אחראי און איר ווייסט נישט דערפון.

וואס הייסט אנאנים? אנעם רויטן/גרינעם קאליר?

דאס הייסט אז עס זענען דא אטליכע פון די אקטיווע ניקס וואס זענען פון די מנהלים?
לעצט פאראכטן דורך טשאלענט אום מאנטאג ינואר 02, 2017 12:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:53 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:שלום עליכם ׳קרעמער׳

איך פלעג שטארק הנאה האבן פון דיינע פאליטישע תגובות, (געווען דאן נאר א ליינער)

אויב מעגליך שרייב אפ אין א נאט-שעל (אדער מער באריכות) דיין מיינוג איבער ׳טראמפ׳ והמסתעף.

יישר כח.

עס איז ביי מיר א פארווייטאגטע טעמע, איך קען מיך נאכנישט צוזאמקלויבן פון זיין געווינס...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:53 pm

טשאלענט האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:די מנהלים זענען נישט געבליבן די זעלבע, די אלטע גווארדיע האט שוין מער ווייניגער געדאנקט און מען האט אויפגענומען נייערע במקומם. די זאך איז נאר אז די פרישע מנהלים און אחראים גלייכן צו בלייבן אנאנים, עס קען זיין אז אייער שכן/קרוב איז א מנהל/אחראי און איר ווייסט נישט דערפון.

וואס הייסט אנאנים? אנעם רויטן/גרינעם קאליר?

יא

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:58 pm

קרעמער האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:שלום עליכם ׳קרעמער׳

איך פלעג שטארק הנאה האבן פון דיינע פאליטישע תגובות, (געווען דאן נאר א ליינער)

אויב מעגליך שרייב אפ אין א נאט-שעל (אדער מער באריכות) דיין מיינוג איבער ׳טראמפ׳ והמסתעף.

יישר כח.

עס איז ביי מיר א פארווייטאגטע טעמע, איך קען מיך נאכנישט צוזאמקלויבן פון זיין געווינס...


איינער האט געהעקט די ניק? ווייל דער אלטער קרעמער פלעגט זיך יא קענענן שטעל צוזאמקלויבען..

ענעוועי, לאמיר דיר פרעגן א אנדערע פראגע,

ווי אזוי זעסטו די וועלטעל אין דריי - פינף יאר פון איצט?

פארוואס ציעט נישט די סייט מער אדווערטייזער?

איז שייך אז די וועלטעל זאל צירוק באקימען די אמאליגע מער מעטשוער (יגד״פ) כאראקטער?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:00 pm

איך קען נישט פארזעהן איין טאג, איך ווייס נישט וואס איך גיי טוהן אין דריי-פינף מינוט, ווילסטו איך זאל נבואה זאגען אויף אזא גלאבאלע פארנעם ווי אייוועלט?

איך מיין אז עס איז דא גאנץ אסאך אדווערטייזמענטס, עס איז אפילו דא א אינגערמאן וואס גיבט זיך ספעציעל אפ מיט דעם.

מעטור? אין לך אלא וואטעווער שבימיך. דו ביסט מסתמא עלטער געווארן (איך אויך).

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » מאנטאג ינואר 02, 2017 1:04 pm

קרעמער האט געשריבן:
די מנהלים זענען נישט געבליבן די זעלבע, די אלטע גווארדיע האט שוין מער ווייניגער געדאנקט און מען האט אויפגענומען נייערע במקומם. די זאך איז נאר אז די פרישע מנהלים און אחראים גלייכן צו בלייבן אנאנים, עס קען זיין אז אייער שכן/קרוב איז א מנהל/אחראי און איר ווייסט נישט דערפון.


פאר אזא שוואכע תירוץ האסטו נישט געדארפט אריינסיינען.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט