אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

סתם א שאלה, אמאל איז דא א הערליכע אשכול מיט אסאך ווערטפולע אינפארמאציע, נאר היות עס ווערט פארפארן אין א קינדערישע שמועס מעקט מען אויס די גאנצע אשכול און שוין. פארוואס זאל דאס אזוי זיין? מען קען סך הכל אויסמעקן די קינדערייען און שוין.

אויף אזא וועג איז שוין פארשווינדען געווארן פון אייוועלט זייער אסאך הערליכע אשכולות מיט ווערטפולע שמועסן, אלעס צוליב די קינדערישקייט וואס האט זיך דארט אריינגעכאפט. קינדערישקייט קען זיך אריינכאפן סיי ווי, און וועגן דעם מיז מען נאך נישט אוועקווארפן און באהאלטן די גאנצע מעשה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אחראי האט געשריבן:
שעפעריש האט געשריבן:געלייגט א תגובה אין קרית יואל אשכול און אינטער א מינוט איז עס געמעקט געווארן. איך וואלט געוואלט מטריח זיין דער מעקער זאל קומען אין אישי זאגן פארוואס.

פאר אדווערטייזמענטס ביטע זיך ווענדן צו די הנהלה.

נייע תקנה?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נע! איינע פון די עלסטע און כ'גלייב אז יעדער פארשטייט... קאממאן סענס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפעריש »

אחראי האט געשריבן:
שעפעריש האט געשריבן:געלייגט א תגובה אין קרית יואל אשכול און אינטער א מינוט איז עס געמעקט געווארן. איך וואלט געוואלט מטריח זיין דער מעקער זאל קומען אין אישי זאגן פארוואס.

פאר אדווערטייזמענטס ביטע זיך ווענדן צו די הנהלה.



ווי קען מען זיך ווענדן?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

[email protected]

אונטן איז דא א בעננער
אטעטשמענטס
Screenshot_20191225-102430_Chrome.jpg
Screenshot_20191225-102430_Chrome.jpg (191.39 KiB) געזען 1056 מאל
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וואס'ט פאסירט מיט די געווער אשכול?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס איז פשט פון פארשפארן דעם שטעכעריי אשכול?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

ברעיקינג! א מאסן שיסעריי איז פארגעקומען אינעם מאנסי שטעכעריי 2.0 אשכול, לויט באריכטן זענען עטליכע שיסער געווען פארמישט. די מנהלים האבן געענפערט מיט פייער און געשטעלט דעם אשכול אויף לאקדאון ביז די מצב ווערט באשטעטיגט צו זיין אינטער קאנטראל.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איז דא ערגעץ וואו דא א רואיג ווינקל וואו מען רעדט ווי ערוואקסענע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

שמשון הגיבור האט געשריבן:ברעיקינג! א מאסן שיסעריי איז פארגעקומען אינעם מאנסי שטעכעריי 2.0 אשכול, לויט באריכטן זענען עטליכע שיסער געווען פארמישט. די מנהלים האבן געענפערט מיט פייער און געשטעלט דעם אשכול אויף לאקדאון ביז די מצב ווערט באשטעטיגט צו זיין אינטער קאנטראל.

און די שיסער זענען נאך אויף דער פריי און קענען עני טיים דורכפירן א שיסעריי אין אן אנדערע אשכול.... זייט געווארנט און פארזיכטיג.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

איך גראדע האב נישט פארשטאנען וואסי ווראנג מיטן קאמפלעינען אנטקעגן דיע "סעלף העיטינג זשו/בעבי בומער"....

אבער די חת"ס'ס האט אביסל פארדרייט דעם אשכול.....
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

און?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

farshlufen האט געשריבן:איז דא ערגעץ וואו דא א רואיג ווינקל וואו מען רעדט ווי ערוואקסענע?

די פראבלעים איז אז יעדער האלט אז ער איז ערוואקסען

אופס שוין ווייטער געענטפערט קינדעריש
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דער אמת איז אז כ'האב מיר גערישט אז די שטעכעריי אשכול גייט ווערן פארשפארט פאר א וויילע, פארוואס? ווייל ס'איז געווען 5 נארישע קאמענטס, און ס'קען דאך אנברענגן אז זאכן זאלן ווערן אינגאנצן צופארן און די וואס ווילן ליינען די נייעס וועלן דאס נישט קענען טוהן אויף א נארמאלע אופן, ממילא מוז מען לערנען דעם עולם א לקח.

אבער אזוי לאנג צו פארשפארן איז דאך שוין פיל ערגער... קיינער קען דאך גארנישט ברענגן/ליינען. פארשטייעך נישט.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וואסי דער מנהלים מעגן נישט פראווען קיין פארטי היינט?
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

פארוואס קען נישא אנהייב פון יעדע ברעקינג נייעס ווערן תיכף צוויי אשכולות, איינס פאר בלויז נייעס וואס וועט ליגן אין אקטועלע, און איינס פאר זייטיגע טענהריי, וואס וועט ליגן אין פארברענגען?

אויב איינער וועט בטעות שרייבן עפעס וואס איז נישט נייעס וועט מען עס תיכף אריבערפירן אנשטאט דארפן מעקן אדער פארשפארן.

אוודאי זאל דאס מער נישט נוגע זיין נאר פאר גוטע נייעס

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

עס איז זייער ווייטאגליך אנצוקומען יעצט צום קאמפיוטער, און טרעפן ביידע אשכולות ווי מען קען נאר שרייבן איבער דער שטעכעריי טאטל פארשלאסן אינטער שלאס אין ריגל.

קיין טענות צו די געטרייע מנהלים קען מען וודאי נישט האבן, זיי ארבעטן איבער דער זייגער, און ווען א צוויי דריי יונגעלעך מאכן אפ צו מאכן יו"ט ערגעץ, איז ממש נישטא גענוג מנהלים צו מעקן, און על כרחך באשליסט מען צו פארשליסן דער אשכול.

אבער אין אזא צייט פון יעצט ווען ער נייעס איז נאך הייס, איז ממש א שד אז אזא זאך פאסירט, איך וואלט רעקאמאדירט די מנהלים צו אויפקומען מיט געדאנקען ו פארבעסערן דער מצב, צי דורכן אויפנעמען נייע מנהלים, אדער מיטן איינשטעלן נייע תקנות, ווי למשל א ניק וואס פארפירט א שמועס ווערט אינעם ערשטן פאל פארמעקט פאר 12 שעה, און דערנאךך פאר 24, און דערנאך פאר צוויי וואכן, און דערנאך לנצח, וואס דאס וועט מאכן מענטשן (?) טראכטן צוויי מאל פארן שרייבן א תגובה, און מיט דעם האלטן אייוועלט אלץ אייוועלט של פעם, וואו מען זאל נאך קענען האבן אמאל א נארמאלע שמועס.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איך קום נעכטן אריין אין ס'אשכול זעהן וואס איז נייעס, איך טרעף מיר אן מיט א ים מיט תגובות, אלעס אויסער נייעס. מ'טענה'ט זיך אהער, מ'טענה'ט זיך אהין. אלעס אויסער נייעס.

איך האב באריכטעט א תגובה און ביז מינוטן איז די אשכול געווארן פארשפארט און עטוואס גערייניגט.

נישטא קיין שום סיבה איך זאל אריינקומען און לייענען טענה'רייען אין א נייעס אשכול...

אפשר טאקע קען מען אריבעררוקן די שמועס צו "אקטועלע" נייעס..
...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

עין טובה האט געשריבן:איך קום נעכטן אריין אין ס'אשכול זעהן וואס איז נייעס, איך טרעף מיר אן מיט א ים מיט תגובות, אלעס אויסער נייעס. מ'טענה'ט זיך אהער, מ'טענה'ט זיך אהין. אלעס אויסער נייעס.

איך האב באריכטעט א תגובה און ביז מינוטן איז די אשכול געווארן פארשפארט און עטוואס גערייניגט.

נישטא קיין שום סיבה איך זאל אריינקומען און לייענען טענה'רייען אין א נייעס אשכול...

אפשר טאקע קען מען אריבעררוקן די שמועס צו "אקטועלע" נייעס..

מ'דארף אבער דאך יא האבן א פלאץ ווי זיך אויסצוגעבן די אלע טענה'רייען.

איהר זענט דאך א מאנסי'ער, ווייסט איהר אוודאי אז די רעדע אין כמעט אלע בתי מדרשים איבעראל ובפרט אין מאנסי איז יעצט די רעדע איבער סעקיוריטי סעקיוריטי סעקיוריטי, אנגעהויבן פון שלעסער אויף די טיהרן, גארדס ביי די סקולס, ביז באהאלטענע אדער גאר אפענע גאנס אין די בתי מדרשים, זה אומר בכה וזה אומר איפכא, אוודאי זאל מען נישט פארדרייען די הויפט אשכול אבער ס'דארף דאך זיין א ווינקל ווי מ'קען דאס אויסשמועסן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען קען נישט מעקן די צוויי דריי תגובות און פטור אן עסק? פארוואס פארשפארן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס זענען דא כמה וכמה אשכולות וואו עס טוען זיך טענה'רייען, און מען פארשפארט עס נישט, אויב א מנהל אדער אחראי שפירט אז די אשכול ווערט צופיל פארדרייעט, קען ער פשוט ארויסנעמען די צוויי דריי תגובות אזוי ווי מען טוט אסאך מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מחשב האט געשריבן:דער אמת איז אז כ'האב מיר גערישט אז די שטעכעריי אשכול גייט ווערן פארשפארט פאר א וויילע, פארוואס? ווייל ס'איז געווען 5 נארישע קאמענטס, און ס'קען דאך אנברענגן אז זאכן זאלן ווערן אינגאנצן צופארן און די וואס ווילן ליינען די נייעס וועלן דאס נישט קענען טוהן אויף א נארמאלע אופן, ממילא מוז מען לערנען דעם עולם א לקח.

אבער אזוי לאנג צו פארשפארן איז דאך שוין פיל ערגער... קיינער קען דאך גארנישט ברענגן/ליינען. פארשטייעך נישט.

פאר וואסערע נושא האט מען פארשפארט די אשכול ?
איך האב געשירבן א תגובה וועגן די שיכות צווישן די שטעכעריי און די פאריגע שטעכעריי, לגבי אויב ס'איז דא א יד ישראל באמצע. און מען האט עס געמעקט.
איז דאס געווען די סיבה פארן פארשליסן ? אדער צוליב אנדערע נושאים ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לכאורה וועגן די טענה'רייען איבער כלי נשק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אדער צו האלטן נידריג די טרעפיק אויפן סייט
פארוואס דען איז עס נאכאלץ פארמאכאט

#קאנספיראציע אלערט
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

פעיק נוז האט געשריבן:מען קען נישט מעקן די צוויי דריי תגובות און פטור אן עסק? פארוואס פארשפארן?

און אין דעם פאל האט אחראינו קלאר געשריבן אז ער גייט אזוי טון.
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”