בלאט 461 פון 2279

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2020 8:38 pm
דורך אלטער
איך זע נישט וואס די פראבלעם איז צו שרייבן אבער מ'דארף מעסטן....

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2020 8:43 pm
דורך ב שלום
דעיס וואס איך מיין צו זאגן... אז דעיס זענען שוין דיינע געמאסטענע...

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2020 10:26 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אלטער האט געשריבן:צ/ק
איך דארף שוין טראכטן צוויי מאל פאר איך שרייב דא...

פאר וועמען האסטו דיך מגלה געווען?...

געשריבן: מאנטאג מארטש 02, 2020 10:32 pm
דורך צוקער וואסער
צ"ק

אז לעצטנס זענען צו געקומען צו איי וועלט אסאך גוטע שרייבערס.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:06 am
דורך אלטער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:צ/ק
איך דארף שוין טראכטן צוויי מאל פאר איך שרייב דא...

פאר וועמען האסטו דיך מגלה געווען?...

איך האב מיר נישט מגלה געווען פאר קיינעם, אבער איינער האט מיר מגלה געווען ווער איך בין :-( ער האט מיר געכאפט מיט איין תגובה :? .......

אבער צ/ק
כ'גיי מיר נישט לאזן....

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 9:33 am
דורך כאניש וואס צו טון
גם אני בחלומי...
כאשוין צוריקגעהערט פון אסאך חברה ווער איך בין,
(בעיקר זייט ....)
כאמוירע כעל מוזן דראפן, אדער רעפלעסן,
אויף דערווייל מוז איך וואטשן וואס איך שרייב!

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 9:40 am
דורך אלטער
שוין צרת רבים חצי נחמה...

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:01 pm
דורך Mister
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גם אני בחלומי...
כאשוין צוריקגעהערט פון אסאך חברה ווער איך בין,
(בעיקר זייט ....)
כאמוירע כעל מוזן דראפן, אדער רעפלעסן,
אויף דערווייל מוז איך וואטשן וואס איך שרייב!

כמיין, װיפיל מענטשן קענסטו װאס ברענגען א באקס װאסער אין װערהויז??... :wink:

בד"װ כהאב גראדע געטראכט צו מאכן אזא קעסטל רעטענעניש מיט אלע פאקטן װאס כאניש האט ארויסגעלייגט צו צאמשטעלן א פּיקטשער פון כאניש,
אבער כהאב מורא סאיז קעגען די שטאטאָטען, פין די אנדערע זייט דאס איז דאך אלעס אפען פאר יעדעם צו זיכען אליין...
שוין, װעל איך לאזן די קעסטעל רעטעניש פאר מיין יונגעלס פורים קונטרס :smile:

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:35 pm
דורך אלטער
צ/ק
@בארואיגט-אייך דיין ניק שטימט נישט מיט דיינע תגובות...
בארואיגט-אייך האט געשריבן:.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:38 pm
דורך ניס קראכער
צ/ק
צו א קליענט מיינער,

איר האט מיר היינט געגעבן א שטיקל לעקציע,
נישט ארויסצוגיין פון וועג פאר א קוסטעמער, ווייל ער העט אייך צוריק שפייען אין פנים פי כמה!

עה, נישט ממש... אוודאי ברויך מען ארויסגיין פון וועג פאר א קוסטעמער, אבער נאר ביז די דעד ענד, נישט אריינפארן אין וואנט אריין...

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:53 pm
דורך הייליג
נישט פשוט האט געשריבן:ביי די דעש-בארד איז דא א צו-ווייז צייכנער פאר די גאז FULE בלאבלא"ז, דערנעבען איז צומאל דא א בילד פון א פאמפ און צומאל נישט, אבער ס'איז אלץ דא דארט ערגעץ ווי, א קליינע עראוי (וואזוי זאגט מען דאס אין אידיש ?) עני וועי, די עראוי איז געפוינט רעכטס אדער לינקס!
וואס מיינט דאס, אה, ס'מיינט וועלעכע זייט פונעם וואגן ס'איז די שטאפער פונעם גאז פעסיל, אזוי אז ווען די פארסט צו צום פאמפ, און נאכן ווארטן 10 מניט'ן אין פאפססס, די טירעלע איז די אנדערע זייט.

פארוואס זאג איך דאס אייך?! פארוואס נישט?!, און פארן שוואכן עלעמענט, העלן זאגן אביסל ווייניגער מאוסע ווערטער. (נאכן הערן איינעם היינט מאכן א קאלעקשען פון קללות און.... מהאט געדארפט לייגן פעפער.....
ווייל ער האט געדינעגען א קאר אין זיך און נאכן בעקן, פארן ,האט ער געזהן אז יא! )

יישר כח קיינמאל געוואוסט
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:50 pm
דורך אונגארישע הייזער
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גם אני בחלומי...
כאשוין צוריקגעהערט פון אסאך חברה ווער איך בין,
(בעיקר זייט ....)
כאמוירע כעל מוזן דראפן, אדער רעפלעסן,
אויף דערווייל מוז איך וואטשן וואס איך שרייב!

#נייער אשכול: כאניש-אלטער איז איין ניק?

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:55 pm
דורך ב שלום
אונגארישע הייזער האט געשריבן:

נעעע.... קען זיין ביידע האבן נישט וואס צו טון.... אבער ווען די ליינסט די תגובות פון ביידע וועסטו זען א גרויסע חילוק צווישין די צוויי...

אז נישט...

קענסט פראבירן עפענען וואלען פאר דעם...

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 3:57 pm
דורך כאניש וואס צו טון
ב שולם האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גם אני בחלומי...
כאשוין צוריקגעהערט פון אסאך חברה ווער איך בין,
(בעיקר זייט ....)
כאמוירע כעל מוזן דראפן, אדער רעפלעסן,
אויף דערווייל מוז איך וואטשן וואס איך שרייב!

#נייער אשכול: כאניש-אלטער איז איין ניק?

נעעע.... קען זיין ביידע האבן נישט וואס צו טון.... אבער ווען די ליינסט די תגובות פון ביידע וועסטו זען א גרויסע חילוק צווישין די צוויי...

נו ברענג אויף די חילוקים...

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 5:10 pm
דורך הענדימען
ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
צו א קליענט מיינער,

איר האט מיר היינט געגעבן א שטיקל לעקציע,
נישט ארויסצוגיין פון וועג פאר א קוסטעמער, ווייל ער העט אייך צוריק שפייען אין פנים פי כמה!

עה, נישט ממש... אוודאי ברויך מען ארויסגיין פון וועג פאר א קוסטעמער, אבער נאר ביז די דעד ענד, נישט אריינפארן אין וואנט אריין...

צ/ק
אז א קליענט וואס ערווארט (ווער רעדט נאך אויב ער פארלאנגט) אז מ'זאל ארויסגיין פון וועג פאר אים טאר מען טאקע נישט גיין אפילו א טראפ אבער פאר א נארמאלע מענטש איז נישט קיין פראבלעם. מיט א מאס ווי פארשטענדליך

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 6:05 pm
דורך יש בו

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 6:33 pm
דורך שמארטיקל
ב שולם האט געשריבן:נעעע.... קען זיין ביידע האבן נישט וואס צו טון.... אבער ווען די ליינסט די תגובות פון ביידע וועסטו זען א גרויסע חילוק צווישין די צוויי...

וה''ה לגבי שמארטיקל וחוח

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 10:58 pm
דורך קנאפער ידען
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גם אני בחלומי...
כאשוין צוריקגעהערט פון אסאך חברה ווער איך בין,
(בעיקר זייט ....)
כאמוירע כעל מוזן דראפן, אדער רעפלעסן,
אויף דערווייל מוז איך וואטשן וואס איך שרייב!

איך האב אויך געהאט דער אישו נמ"ג פאר אפאר יאר צוריק... אבער איך האב געמאכט דער חשבון אנדערש, אויב ווייסט מען במילא וועריך בין קענעך דאך רעדן פונקט אזוי ווי כ'שרייב :lol: :wink:. ש'אזוי?

געשריבן: מיטוואך מארטש 04, 2020 10:11 am
דורך אלטער
דער אמת איז מ'דארף זיין גרייט אז מ'גייט געוואר ווערן ווער מ'איז... נאך דערצו אז מ'דרייט זיך אין בהמ"ד און מפארברענגט מיט אנדערע מענטשן און יענער דרייט זיך אויך דא ארום גייט יענער לכאורה (נדנ) געוואר ווערן ווער דו ביסט... און אזאך וואס דו ווילסט נישט א צווייטער זאל וויסן פון דיר איז נישט דער פלאץ דא צו שרייבן דערפון, איך מיין עס קענען מעיד זיין אויף דעם אלע גרויסע שרייבערס דא נאכדעם וואס מ'איז געוואר געווארן ווער זיי זענען...

אבער וואס יא, ווי לאנג קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט, קען מען שרייבן מיט א גערעסערע מאס רואויג'קייט. איך זאג נישט מ'דארף אויפהערן שרייבן ווען מווערט געוואר ווער דו ביסט אזוי ווי @קנאפער שרייבט אז ער קען רעדן די זעלבע ווי ער שרייבט...

דאס איז אמאל זיכער אז מטאר נישט נאך גיין זיכן ווער מ'איז איך רעדט נישט אלץ ס'איז קעגן תקנות המקום דא, אבער אלץ מענטשליך'קייט, איז דאס נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זיכט צו וויסן פינקטליך ווער דער שרייבער וואס כ'האב זיך נעכטן געשריבן מיט עם איז... ווייל דאס מאכט אז מען וועט זיך צוריק האלטן ווען מ'האט א גוטס צו שרייבן, ווייל יענער וועט דאס נישט געפעלן, צו ער גייט מיר אנקיקן פון היינט און ווייטער אז איך בין דער.... ער איז דאך געקומען דא שרייבן ווייל ער וויל מען זאל עם נישט קענען, ער וויל זיך אויס געבן אויף זאכן וואס ער וויל נישט זאגן סתם אזוי משום איזהו סיבה שהיא

דאס איז אויך זיכער אז אויבן אין הימל ווייסט מען פינקטלעך ווער דו (איך) ביסט (בין) דארט קען מען גארנישט באהאלטן

נ.ב. איך מיין מיר פינקט אזוי.....

געשריבן: מיטוואך מארטש 04, 2020 12:40 pm
דורך הענדימען
זייט איך בין געוואויר געווארן אז מ'ווייסט ווער איך בין בינעך געווארן אומבאקוועם. כאטש כ'האב באקומען גאר זאפטיגע קאמפלימענטס

למעשה האבעך אראפגעלאזט מיין גארד און נאך חברה האבן געכאפט ווער איך בין און נאכדעם האבעך כמעט אינגאנצן אויפגעהערט צו וואטשן

די וועלכע איך ווייס האבן אליינס מגלה געווען

געשריבן: מיטוואך מארטש 04, 2020 12:52 pm
דורך איינס
צ.ק.
אז אויב האסטו געזען היינט איינעם אהיים וואקן מיט א ברויט אין מילך אין די הענט אן קיין בעג, איז עס געווען מיר.

גראדע נישט אזוי שלעכט געפילט, ווייל מיר זענען געווען א גרופע פון 5 אינגעלייט און אלע האבן געוואקט שטאלץ מיט די אייטעמס אין די הענט!

געשריבן: מיטוואך מארטש 04, 2020 3:59 pm
דורך ארחיקה נדד
איינס האט געשריבן:צ.ק.
אז אויב האסטו געזען היינט איינעם אהיים וואקן מיט א ברויט אין מילך אין די הענט אן קיין בעג, איז עס געווען מיר.

גראדע נישט אזוי שלעכט געפילט, ווייל מיר זענען געווען א גרופע פון 5 אינגעלייט און אלע האבן געוואקט שטאלץ מיט די אייטעמס אין די הענט!

וואאאאףףףף!!!

אבער אז דו האסט שוין יא געמאכט גילו, לאמיר דיר זאגן...

איך בין געווען דער פערדער פון די זייט פון די גאדער

געשריבן: מיטוואך מארטש 04, 2020 4:01 pm
דורך איינס
נעקסט טיים זיי אזוי גוט און קום צו מיר גריסן...

געשריבן: מיטוואך מארטש 04, 2020 4:03 pm
דורך אלטער
שוין ווייס איך שוין 2 פון די 5 זייער ניק דא, דארף איך ווארטן אויף די אנדערע 3...

כ'האב פינקט אריבער געפארן האב איך געזען 5 מענטשן שלעפן זיך אויפן גאס...