ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שר התורה האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:א גוט חודש א גוט יאהר טייערע אידן

א גאר וויכטיגע פרשה, מען קען אסאך זאגן אין רעדן רש"י זאגט דאך שוין - פרשה זו יפה נדרשת... פון מחלוקת קען מען אלע מאל רעדן אין נישט מיד ווערן.. מענטשן האבן ליב צו רעדן פין יענעמ'ס מחלוקת...

אבער אין די ספה"ק איז דא א טיעפערע פשט אין די הייליגע רש"י..

וועלן מיר דא ברענגן פין די הייליגע אמרי יוסף זי"ע אין די וואכדיגע סדרה, - ווי יעדער ווייסט אז ווען נישט דער פרשה פין מרגלים וואלט מען שוין גלייך אריין אין ארץ ישראל, אין עס וואלט שוין געוועהן די תיקון השלם..

אין אר"י הק' שטייט עפ"י סוד צו מבאר זיין די פסוק אין יחזקאל הנביא, וואס שטייט "והכהנים הלוים בני צדוק".. זאגט די אר"י הק' אז לעת"ל ווען עס וועט זיין די תיקון השלם, וועלן דעמאלס אויך די לוים זיין ווי כהנים אין מאכן די עבודה..

אבער למעשה ווייל ס'איז געשעהן די מעשה פין די מרגלים איז געווארן די צייט פין די תיקון השלם אפגעשטיפט געווארן... אין קרח האט דאס געוואלט – ער האט זיך משתוקק געוועהן צו זיין א כהן אין טוהן די עבודה, האט ער געהאפט אז בקרוב קומט מען שוין אן קיין ארץ ישראל, וועט ער שוין קענען טוהן די עבודה, אבער די מעשה פין די מרגלים האט איהם פארהאקט אלע פלענער, ממילא ויקח קרח וכו'.

אין עס שטייט אין ס'איז ידוע אז יעצט איז דער שם הוי' בגימ' 26 צוזאמען מיט די שם אדנ"י בגימ' 91 אבער לעת''ל ווען ס'וועט זיין השם שלם, וואס דעמאלס וועט זיין דער שם.. י'ה י'ה וואס איז בגימ' 30 וואס צוזאמען מיט די שם אדנ''י בגימ' 95 – אין ווי עס איז באקאנט וואס די הייליגע ראשפיצער רב האט געטייטש יה''ר שהזיווג פין הוי' ואדנ''י יעלה זאל זיין בגימ' יפ''ה וואס דאס איז 95 , וואס די תכלית איז ס'זאל זיין השם שלם והכסא שלם, אין ווי דער רבי אליעזר'ל מדזיקוב האט ער מרמז געוועהן אז פין אמ''ן (בגימ' 91 ) זאל ווערן סל"ה (בגימ' 95)
ממילא פארשטייט מען שוין די הייליגע רש"י.. אז דער גאנצע נושא פין קרח איז געוועהן אויף די תיקון השלם.. פרשה זו יפ"ה נדרשת וגו'.. אז קרח האט שוין געוואלט ס'זאל זיין תיקון השלם וואס דאס איז בגימ' יפ"ה...

[align=center]**********************[/align]
הערליך מומחה, איך מיין די ווארט ווערט געברענגט פון ר' שלמה באבוב'ער,
און דער קדושת ציון לייגט צו אז סוף פון די פרשה שטייט אז די פרשת קרח האט צ''ה פסוקים,וואס דאס איז דאך 'יפה'
ווי אויך איז דער סימן איז 'דניאל' וואס ער איז דער נביא וואס זאגט אהן אויף בשורת הגאולה, און דעמאלטס וועט זיין יפה נדרשת,
(ר' אליעזר דזיקוב'ער חסידים פלעגן זאגן די נוסח ביי קידוש לבנה)

גוט שבת,


שר התורה טייערע

קען זיין אז די ווארט שטייט אויך פון הרה"ק רבי שלמה באבובער זי"ע..
אבער אין ספה"ק אמרי יוסף על הפרשה שטייט עס קלאר שווארץ אויף ווייס איך האב עס שוין געלערנט פאר כמעט 25 יאהר צוריק אין די ספר, אין איך האב עס לעצטע וואך נאכאמאל איבער געקוקט.. דארט שטייט נאך מער באריכות פין וואס יעך האב געשריבן..

עס איז נישט קיין סתירה

דער עיקר משיח זאל שוין קומען ס'זאל מקוים ווערן די יפה...

יישר כח פאר דיר פאר די שיינע רמזים וואס האט געברענגט נאכדעם..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מומחה יוחס האט געשריבן:
כתוב וחתום האט געשריבן:גיימיר מאכן א שטיקל ליל שישי מוקדם.


פארוואס?
אזוי פרי?
אויב שוין יא קען מען אויך עפענן א אשכול יום חמישי.... :lol:

יעך בין נישט געווען אינדערהיים איבער שבת.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:האמיר אקארשט אויסגעליידיגט א גאנצן פישקע פיסטעטשו ניסלעך, ליינענדיג די שיינע פרישע ליל שישי ווארע פון הרב כתוב'ל און ר' אורי מיט די הוספה פון ר' ממוצע. איי האבן מיר זאך באלעקט די פינגער.

די מאגן טוט מיר וויי פון אזויפיל ניסלעך וואס כ'האב אריינגעריקט אין מיין געדערים אזוי בהיסח הדעת, זייענדיג ציגעשמידט צי די פערלדיגע תגובות. ממש להפליא וואס דא גיסט זיך פון אינזערע תוכן'דיגע חברים. כה לחי!

האב איך הנאה אז איך האב מהנה געווען סטאוועלע. אגב וויפיל מאל דארף מען זאגן אז פיסטעשיוס קויפט מען נישט אין ראזנער'ס. פינטל. ראזנער'ס איז זייער גוט פאר געווענדליכע פראדוקטן, נישט פאר פיסטעשיוס אדער באנאנעס...
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

מומחה יוחס האט געשריבן:ערשט יעצט אנגעהויבן צו קוקן וואס די חשובע מגידים האבן געזאגט היינט

הרב כתוב'ל - הערליך שיין מלא חן יישר כח

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
יישר כח @כמשה כתוב @אורי @ממוצע @בעל מדריגה @ מומחה יוחס פאר די טייערע זיסע חידושים סיפורים טייטשן, ס’גייט זיך אנדערש צו צום שבת

יישר כח אייך!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איינס האט געשריבן:שטארקע דיבורים!

יישר כח אלע ברענגערס!

איך בין לעצטע וואך אריינגעפאלן דא, זעהט נישט אויס איך וועל אזוי שנעל אויפהערן קומען, כאטש נישט ליל שישי אבער יום שישי....

ולא יראה פניך ריקם, מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון די מערכה אויף פרשת שלח.
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

יישר כוחכם אלע מגידים.
ספעציעל פאר די קבוע'דיגע מומחה, אור אייניקל.
כתוב, שר התורה, יש לו, ממוצע און בעל מדריגה האבן אויכט שיין געזאגט.
געווען זיך צו באלעקן.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

אכט האט געשריבן:יישר כוחכם אלע מגידים.
מומחה, אור אייניקל, כתוב, שר התורה, יש לו, ממוצע און בעל מדריגה.
געווען זיך צו באלעקן.

ברוך תהי'!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גייט עס ליל שישי פרשת חקת - דא גזירת אורייתא.

ו' חוקת איז דאך די טאג וואס איז נקבע געווארן לזכר דעם שריפת התלמיד בשנת ה'ד, וואס דער מהר"ם מרוטנבורג האט מקונן געווען דערויף "שאלי שרופה באש".. קען זיין די סיבה פארוואס מ'האט עס קובע געווען לויט די וואך און נישט אויף ט' תמוז.. ס'ווערט געברענגט בשם רבינו יונה, די טעם פארוואס ס'איז נגזר געווארן די גזירה, וויבאלד אין יענע תקופה האט מען ממש אויף יענעם מארק פלאץ פארברענט די ספרי חקירה פונעם רמב"ם.. האט מען מן השמים זיך אנגענומען פארן כבוד פונעם רמב"ם.

וועט מען אפשר מיינען.. א סימן מן השמים אז מען דארף אלעס פארשטיין און חוקר זיין.. דערפאר האט מען עס קובע געווען אויף ו' חוקת.. גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר..קודם דארפסטו וויסן אז מ'דארף נישט אלעס פארשטיין.. און מ'קען נישט אלעס פארשטיין.. דערנאך קענסטו פרובירן צו פארשטיין וואס דו פארשטייסט יא..

ווי ס'איז באקאנט פונעם אסטראווצער און נאך צדיקים.. קודם קומט אין כאלוקינו.. דערנאך קען מען פרעגן מי כאלוקינו..

זעהט מען טאקע אין רש"י.. קודם לערן די גאנצע פרשת פרה אלץ חוקה.. גזירה היא מלפני.. נאך די גאנצע פרשה.. ס'איז שוין קלאר אז מ'נעמט עס אן, אן צו פארשטיין.. הייבט רש"י אן צו ברענגען טעמים אויף יעדע פרט ופרט..

*

א שטארקע לימוד לערן מיר זיך פון פרשת פרה.. דער חזקוני זאגט.. פארוואס איז אפר פרה מטמא ווען מ'שפריצט עס שלא לצורך.. ס'וואלטן געווען מענטשן וואס וואלטן געפראוועט פרומקייט.. אפשר איז דא א ספק ספיקא אז כ'בין טמא.. און געשפריצט אפר פרה יעדע מאנטיג און דאנערשטאג.. זאגט דער תורה.. אז דו ביסט נישט טמא.. איז די אפר פרה דיר מטמא.. פראווע מיר נישט דא קיין איבעריגע פרומקייטן..

*

וווי ס'האט געפרעגט דער בריסקער רב זצ"ל זיין תלמיד דער סטריקובער רבי זצ"ל.. ביי פרשת נזיר דרשנ'ען חז"ל 'וכי ימות מת עליו, לרבות שנפל עליו הבית ועל המת'.. דאס איז דאך לכאורה א מילתא דלא שכיחא.. הייזער פאלן נישט איין יעדן טאג.. און פונקט זאל נאך זיין א נזיר דארטן..

האט דער סטריקובער רבי געענטפערט.. א נזיר איז א פרומער.. ער זוכט חומרות.. פאר א פרומער שיקט מען צו שאלות אפילו ס'איז לא שכיחא..

*

און אזוי זעה מיר אויך פון חז"ל.. פון איין זייט האבן זיי מחמיר געווען די גרעסטע חומרות ביי אפר פרה.. טהרת הקודש איז טמא אצל פרה.. מ'האט מגדל געווען קינדער פון פארן געבוירן צו זיין טהור.. אבער אעפ"כ האט מען געמאכט די פרה אדומה מיט טבולי יום.. ללמד אז חומרות איז נאר וואס חכמי ישראל זאגן.. אייגענע חומרות איז נישט קיין ארטיקל..

קען זיין דאס איז פשט.. מה ראה קרח לחלוק על משה רבינו, פרשת פרה אדומה ראה.. איהם איז דאס נישט געפאלן.. משה רבינו וועט מחליט זיין וואס איז יא א ריכטיגע חומרא און וואס נישט.. אונז איז נישט גענוג א קליין פעדימל פון תכלת.. מיר דארפן א טלית שכולה תכלת.. כי כל העדה כולם קדושים.. אלע ווילן זיך מקדש זיין במותר להם.. ומדוע תתנשאו..

*

נאך א מהלך קען זיין.. שטייט פון הרה"ק מבארנוב זצ"ל בעל חמרא טבא.. קרח הייבט זיך אן מיט א ק'.. פרשת חקת איז די ק' אינמיטן.. און אין פרשת בלק איז עס צום סוף.. ק' וויזט אויף קדושה.. קרח איז מתחילה געווען ערליך.. חקת איז די קדושה אינמיטן.. מטהר טמאים ומטמא טהורים.. און בלק איז צום סוף מגולגל געווארן אין חמורו של רפב"י..

ס'איז דאך ידוע דעם ווארט.. וקרח שפיקח היה.. מה ראה לשטות זה צו זיין א פיקח.. קען זיין אז קרח האט געמיינט אז מ'קען אויפטוען מיט פקחות אויך.. וויבאלד דער פקח האט אויך א ק' אינדערמיט.. פרשת פרה אדומה ראה..

*

צו רבי מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע איז אמאל אנגעקומען א שמועה אז ס'פארהאן א שוחט וואס וויל נישט ארייננעמען קיין געסט.. ווי ס'איז געווען נהוג בימים מקדם אז די געסט זענען איינגעשטאנען ביים שוחט.. האט ר' מאיר'ל געהייסן איהם מעביר צו זיין פונעם שחיטה.. און עס מסמיך געווען אויפ'ן פסוק.. ולא נתן אדום.. דאס איז דער שוחט וואס איז געבוירן במזל מאדים.. נתן ישראל עבור בגבולו.. ער נעמט נישט אריין קיין געסט.. ויט ישראל מעליו..

*

און אז מ'רעדט פון איינשטיין ביים שוחט.. דערמאנט עס מיר א מעשה וואס כ'האב געזעהן מיט יארן צוריק.. געווען איז אמאהל א איד וואס האט געפראוועט גרויס צדקות.. ער איז ארומגעפארן אין די שטעט און געפראוועט סיגופים און תעניתים.. געדאוונט גאנצעטע שעות וכדו' וכדו'..

איינמאל איז דער צדיק'ל איינגעשטאנען בי א קלוגער איד. וואס איז כאמור געווען שוחט אין שטעטל.. דער שוחט האט גלייך אויפגעכאפט במה דברים אמורים.. און ער האט מחליט געווען איהם צו לערנען לקח..

אינמיטן די נאכט.. ווען דער אורח טוט זיך אן זיין זאק צו זאגן תיקון חצות.. זיכער מאכנדיג אז יעדער זעהט.. באמערקט ער פלוצלינג ווי דער שוחט שטייט און שארפט זיין חלף.. ווען יעדע פאר סקונדעס גיבט ער א בליק אויף איהם.. דער האט איהם אנגעכאפט א פחד.. ער פרעגט דעם בעל אכסניא.. ווי גייט ער יעצט שחט'ן אינמיטן נאכט..

זאגט איהם ער איהם אזוי.. מיר וואוינען דא אין א קליין שטעטל.. אלע יארן האבן דע געוואוינט פשוטע אידן.. ס'קומט אבער אן די הייליגע טעג.. איינער האט א צרה אין שטוב.. מ'וויל זיך גיין אויסבעטן ביי קברי צדיקים.. ברויכן זיי זיך צו שלעפן א היבשע מהלך ביז אן אנדערע שטאט ווי ס'ליגן צדיקים..

יעצט אבער זעהענדיג וואס א גרויסע צדיק איז איהם אנגעקומען אין שטוב.. איז איהם איינגעפאלן א מורא'דיגע רעיון.. ס'איז דאך ממש השגחה פרטית.. ער וועט אפענדיגן דעם צדיק דא.. מ'וועט איהם באהאלטן אויף אונזער בית עולם.. און מ'וועט האבן א ציון ווי זיך אויסצובעטן דא ביי די האנט.. והכל על מקומו יבא...

דער איד איז איהם שווארץ געווארן פאר די אויגן.. ער הייבט אן צו זאגן.. נעה כ'בין נישט ממש א צדיק.. כ'בין שוין א שיינע פאר מאל נכשל געווארן מיט אן עבירה דא.. אן עבירה דארט.. אבער דער שוחט גיבט נישט נאך.. אדרבה! כ'זעה איר זענט נאך אן עניו אויך!.. אויב אזוי וועט איר אודאי קענען פועל'ן פאר אונז פון אויבן!.. און ער זעצט פאר צו שארפן דעם חלף..

דער איד נעמט זיך שרייען.. כ'קען אייך ברענגען פונקטליכע פרטים ווי און וואס כ'האב עובר געווען .. קענסט גיין מברר זיין ביי די שותפים לדבר עבירה.. בקיצור.. ער האט איהם נישט ארויסגעלאזט ביז ער האט איהם אפגעשריבן זיינע עבירות לכל פרטיה ודקדוקיה.. און אונטערגעשריבן דערויף בחתימת ידו.. אז מער האט זיך איהם קיינמאל נישט געשמעקט צו שפילן צדיק..

קען מען טאקע מסמיך זיין.. אז די אידן זענען אייגעשטאנען נעבן אדום.. וואס איז מרמז אויפ'ן שוחט כאמור.. האט עס אנגעברענט קברי צדיקים.. אז אהרן איז דארט נסתלק געווארן בהר ההר..


זכות כל הצדיקים זאל מגיון זיין אויף אונז און אויפ'ן גאנצן כלל ישראל, אמן!

א ליכטיגן שבת!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

הערליך!

דער קרח-פקח איז א כאפ! געפעלט מיר זייער!...

יישר כח!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

מורא'דיג!

זייער שיין ר' @אורי.. איך בין נאר נייגעריג אין וועלכע פון די פרד"ס רעכענט איר אייערע פשטל'עך?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פנימחדשות האט געשריבן:מורא'דיג!

זייער שיין ר' @אורי.. איך בין נאר נייגעריג אין וועלכע פון די פרד"ס רעכענט איר אייערע פשטל'עך?

אלע פיר.

די מטרה איז ברענגען שמחה ביי אידן.

פרד"ס עם האותיות גי' שמ"ח..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אורי!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
בקיצור... זיי נישט קיין פרומער...
די לעצטע בליץ איז די טשערי אן טאפ
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

ייש''כ ר' אורי שיינע זאכן געשריבן,
איך האב הנאה געהאט פון די מעשה פונעם שוחט,
עס איז טאקע דא די קשיא פונעם אוה''ק פארוואס עס שטייט נישט זאת חוקת הפרה,
אויף דעם האב איך אמאל געהערט א ווארט (איך געדענק נישט פון וועם,)
אז עס שטייט און מדרש תנחומא, ווען הקב''ה האט געוואלט באשאפן די וועלט, ובקש לברות את האדם, האבן די מאלכי השרת געפרעגט מה אנוש כי תזכרנו,
האט הקב'''ה זיי געפרעגט און ווער וועט האלטן מיינע חוקים און מצות? האבן די מאלכים גענטפערט אינז וועל מיר מקיים זיין דיין תורה,
אמר להם כתיב בה אדם כי ימות באוהל, און צווישן ענק זענען נישט דא קיין מתים, וכ'
קומט אויס מכח די פרשה האמיר זוכה געווען צו די גאנצע תורה, וועגן דעם הייסט עס 'זאת חוקת התורה'
לעצט פארראכטן דורך שר התורה אום דאנערשטאג יוני 17, 2021 8:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע יודן א פרישע ליל שישי מיטן אלע חברים צוזאמען

לאמיר אריין בליקן אין די פרשה.

וועלן מיר אנהייבן מיט א הערליכע ווארט פין הגה"ק רבי שאול מאמסטערדאם זצוק"ל – וואס היינט ז' תמוז איז געוועהן די יא"צ – שטייט אין די ספר בנין אריאל אזוי

שטייט אין מדרש בקש קהלת להיות כמשה יצתה בת קול ואמר כתיב יושר דברי אמת, צו פארשטיין די כוונת המדרש, איז שוין פארגאסן געווארן אסאך טינט.

זאגט די בנין אריאל אזוי, שטייט ביי די פרשה פין די אפר הפרה, די פסוק ולקחו לטמא מעפר שריפת החטאת, שלמה המלך האט געוויסט אז משה רבינו ווייסט יא דער טעמי המצוה, פון די פרה אדומה אזוי ווי ס'שטייט אין מדרש לך אני מגלה טעמי הפרה ולאחרים חוקה וכו'... האט שלמה המלך פארשטאנען אז דאס איז מרומז אין די ראשי תיבות פין די ווערטער ל'טמא מ'עפר ש'ריפת ה'חטאת, איז ר"ת למש"ה, דאס איז מרומז אז פאר משה האט מען יא מגלה געוועהן די טעמי פרה האדומה.. האט שלמה המלך געוואלט טענה'ן אז איז אויך מרומז זיין נאמן שלמ"ה, אין די זעלבער ר"ת ממילא האט שלמה געהאלטן מעג ער אויך וויסן די טעם פין די פרה אדומה

אבער אין אמת'ן אריין, איז דא א שטיקל חילוק, דער ר''ת פין משה איז גלייך, משא''כ שלמה איז נישט מסודר לפי זיין נאמן נאר מען דארף אביסל אויסדרייען די אותיות זאל אויסקומען דער נאמן שלמה

אין דאס איז דער כוונה פין די מדרש, בקש קהלת להיות כמשה, שלמה המלך האט געוואלט וויסן די טעמי פרה האדומה אזוי ווי משה, ווייל ער האט געהאלטן אז זיין נאמען איז דער זעלבער מרומז אין די פסוק ווי משה... אויף דעם יצתה בת קול ואמר כתי' יושר דברי אמת, אז מען דארף קוקן גלייך ווי די אותיות גייען אויפן סדר אין נישט אז מען דארף אויסדרייען די אותיות...

[align=center]*************************[/align]

לכבוד די הילולא קדישא היינט נאכט פין הרה"ק רבי מאיר מדזיקוב זי"ע בעל אמרי נועם וועל איך אראפ ברענגן א הייליגע אין הערליכע ווארט פון איהם

שטייט אין מדרש מה ראה קרח לחלוק על משה, פר' פרה אדומה ראה.. צו פארשטיין די כוונת המדרש זאגט ער פשט אזוי.

וואס האט קרח זיך געקריגט מיט משה, קרח האט געטענה'ט אז משה טיט אלעס על דעת עצמו, גארנישט קומט פין די הייליגע באשעפער, - דארף מען פארשטיין די טענות.. ובכן, אז משה האט אליינס מחליט געוועהן איז נישט גענוג, איז דען די כח החכמים נישט גוט.. מיר געפינען דאך אין די גמ' אז דריי זאכן האט משה געטוהן על דעת עצמו וואס דער השי''ת האט מסכים געוועהן מיט דעם איינער פין די זאכן איז דאך באקאנט איז הוסיף משה יום אחד מדעתו והסכים הקב"ה על ידו...

נאר וואס דען, עס שטייט אין עבודת ישראל פין די קאזניצער מגיד זי"ע, אז דאס וואס משה האט מוסף געוועהן נאך א טאג האט גורם געוועהן אז מען זאל צו קומען די פרשה פין די חטא העגל, ווייל דורך דעם האט זיך גענדיגט דער פערציגטער טאג ט"ז תמוז, וואס דאס טאג איז שוין נישט קיין גוטע טאג וואס איז דאס זמן וואס די לבנה ווערט שוין ווייניגער.... ווייל אויב וואלט דאס געוועהן א טאג פריער וואלט די פערציגטער טאג געוועהן ט"ו וואס דאס איז יא א גוטע טאג וואס די ס"ם האט נישט קיין שליטה..

זאגט די אמרי נועם אז מיר ווייסן דאך די רש"י אויף ויקחו אליך וכו' אז די פרה אדומה קומט מכפר זיין אויף די חטא העגל.. איז דאס געוועהן א רמז אז משה האט אביסלע גרום געוועהן מיט דעם וואס ער האט מוסיף געוועהן א טאג אז מען זאל דארפן האבן די פרה אדומה פאר א כפרה, ממילא מיט דעם וואס קרח האט געזעהן די פר' פרה אדומה האט מחליט געוועהן ארויס צו גיין אקעגן משה.. ווייל דאס איז דאך געוועהן וואס הוסיף משה יום אחד מדעתו... האט געמאכט אייגענע זאכן...

אין דאס זאגט אונז דער תוה"ק זאת חקת התורה אשר צוה ד' לאמר – וואס מחמת קבלת התורה וואס איז געוועהן הוסיף משה יום אחד, האט גורם געוועהן די פרה אדומה זאל זיין א כפרה, ממילא ויקחו אליך.. גייט ארויף אויף משה רבינו


היות איך אייל מיר זייער שטארק וועל איך יעצט מאכן א הפסקה.. אין ענדיגן. אין טאמער וועל איך אניאגן וועל איך אפשר במשך די ליל ששי צו לייגן נאך נקודות
אסאך הצלחה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

רבי אורי סמאטינג ממש צו באלעקן די פינגער'ס...
איינס שענער פון די צווייטער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

ייש''כ מומחה, פארן מהנה זיין, איך האב הנאה יעדע וואך,

זאת חוקת התורה ווי קען מען אויסלאזן מיינע רבי'ס ווערטער אדם כי ימות באוהל,

אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו, אזווי עס שטייט (תמיד לב.) מה יעשה ויחיה, ימית עת עצמו.
וכעין זה בשבת לעולם אל ימנע אדם מן התורה אפילו בשעת מיתה,
*
איך האב געזען שטיין אין פנים יפות, שמעתי לפרש מה שאמרו שאומות ושטן מונין את ישראל, מה המצוה הזאת, ומה טעם יש בה, אפי' זיי ווייסן אז עס קומט צו מכפר זיין אויף חטא העגל, אבער חז''ל זאגן שהזכרות העוונות מעורר את הדין, אין זיי זענען מתכוון אז די אידן זאלן זיי ענטפערן וועגן חטא העגל כדי צו מעורר זיין דינים אויף די אידן, אויף דעם זאגט אינז א השי''ת אז מזאל זיי ענטפערן אז עס איז א חק,
*
איך האב געזען נאך ברענגן א אינטערעסאנטע זאך פון א ספר פעמון זהב פין ר' יצחק ונה זצ''ל
אז די חכמי תימן, האבן צוטיילט פרשת חוקת אויף צוויי חלק א' איז מחובר צו פרשת קרח און די צווייטע חלק צו פרשת בלק און אזוי ווערט טאקע מחולק אין מדרש הגדול איין חלק ווערט אנגעריפן 'פרה אדומה' און איין חלק 'ויסעו מקדש' ואין המדרש הנ''ל פרשה בשם חוקת,
*
עס איז באקאנט אז שלמה המלך האט געזאגט 'אמרתי אחכמה והיא רחוקה',
איז דא א רמז (פסוק י''ז) ''לטמא מאפר שריפת הפרה' איז ר''ת שלמה'', אז יצא בת קול ואמר יושר דברי אמת, אז פין די ווערטער זעט מען נאר משה ביושר ד''מ לויטן סדר פון די ווערטער איז ''מאפר שרפת הפרה'' ר''ת ''משה'' און שלמה איז נאר בסירוגין, (חידה)
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יישר כח אורי און אלע ברענגערס
איך בין די ערשטע מאל דא און דעם אשכול ממש הערליך שיין
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

מומחה, נישט באמערקט די האסט געשריבן די רמז פין שלמה המלך, אגב האסט עס סאך בעסער צילייגט,
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ שר התורה - זייער שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

הערליך שיין די פארברענג דא. הערליכע פערל רייד איינס ביי צוויי. ש'כח פאר אלע ברענגערס.
א ניגון?!
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קה אכסוף נועם שבת..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איז דער עולם גרייט צו הערן נאך עפעס?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

נעוואדע!!!
(הערן?! המממ... ליינען.)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מומחה יוחס האט געשריבן:איז דער עולם גרייט צו הערן נאך עפעס?

רעדי!
אבער אפשר ליינען וועל איך עס נאר מארגן אבער ס'שאדט נישט
פתח פיך ויאירו דבריך
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:איז דער עולם גרייט צו הערן נאך עפעס?

שאאאאר. זאג/שרייב נאר
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”