פון די פילע אישי'ס וואס הערן נישט אויף אריינקומען צו בן גמלא זעט מען אז די עקסטיימענט פון די עולם שטייגט אויף הויכע גראדן, די הערצער גריזשען, די פינגער'ס קלאפן, די היטן פליען, אלע זענען איבערגענומען ביז גאר צוליב דעם בעפארשטייענדן שבת נחמו אין די הרי אררט!
מען ציילט די טעג, מען רעכענט די שעות, מען טיימ'ט די סעקונדע'ס, אלע ווארטן צו אנקומען צום גרויסארטיגן שבת ווען צענדליגע ניקס פון אייוועלט וועלן זיך צאמקומען אינטער איין ספיידער-וועב'עדיגע דאך און אינאיינעם ספאנטאניש אויסשרייען ''שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה'!!
די געמיטער זענען אנטוזיאסטיש און פאזיטיוו גענויגט אז עס גייט זיין א קנאק פון א שבת, א זעץ פון א נחמו, א ראלל פון א צאמקום, א טשיל פון א ליל שישי גריל, א הצלחה פון א שווים און א אנגענעמע מלוה מלכה,
איין מינוט, איינער רופט מיר
אקעי, די שבת איז קענסעלד. בן גמלא זאגט אז קיינער האט אים נאכנישט געאישי'ט איבערן שבת און קיינער האלט נישט ביים קומען
גוט שבת
אויב איר שפירט איך קען זיין בייהילפיג מיט עפעס קענט איר אלץ שיקן א אימעיל צו kakeroach&[email protected]
אי"ה ביז געציילטע מינוטן וועט לאנדן די מיליטערישע בלעקהאק העליקאפטער וואס וועט נעמען דעם עולם פאר א רייד העכער די גרענד קעניאן בערג און דארט וועט מען זיך משתתף זיין ביים שמחת הכנסת ספר תורה ביים ארטיגען חב"ד סענטער
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.