ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:@ממוצע, נאך אזא אנאליז, שטעל איך זיך אויך אין ליין.

אויב איך מעג אויך.
פעיק נוז איז א געשמאקע אינגערמאן און די מיטעלע צוואנציגער יארן, גייט מיט א שטאפענע היט, אביסל איבערוואגיג אבער נישט צו סאך, א פולע אריינגעדרייטע בארד מיט שיינע סלינקי פיאות ביי די זייט, וועט שמיסען מיט יעדעם איינעם נישט קיין חיליק צו יענער איז צוואנציג יאר עלטער ווי עם צו צוואנציג יאר אינגער פון עם.

וועט אלץ כאפן א שמיעס און מקוה נישט קיין חיליק צו ער קען שוין יענעם פון פאר דעם צו נישט, קיינער קען עם נישט שיסן קיין ערעטאוט ווייל ער נעמט עס פשוט נישט, ער כאפט אבער נישט אז מענטשן קענען אסאך מאל פילן אימבאקוועם צו שמיסען אזוי געשמאק מיט איינעם וועם זיי רעדן יעצט דאס ערשטע מאל.

א שטארקע בעל שיטה און עס איז שווער עם צו מאכן טוישן מיינונג, אבער האט נישט קיין פראבלעם צו מודה זיין ווען ער איז נישט גערעכט.

גייט נישט דורך א ליל שישי אן קיין טשולענט און א מוצאי שבת אן קיין פיצא, און פארשטייט זיך אז א שבת צופרי אן קיין גאלע און לעבער איז נאך נישט געשען זייט זיין חתונה.

דאווענט שבת און און די געגענט בית מדרש אבער קען יעדע איינציגע מתפלל, און מאכט אייביג זיכער צו זאגן פאר יעדעם א גיט ווארט, מאכט זיכער אז עס גייט נישט דורך צוויי וואכן וואס ער זאל נישט האבן גערעדט צו יעדע מתפלל פון די בית מדרש.

ער קען זיך פארשמיסן נאך סתם א מעריב א שיינע פאר שעה און פון גארנישט וויסן, אבער ער ווייסט אז זיין ווייב האט עס נישט ליב פראבירט ער עס צו טיען ווי ווייניגער....
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פיין פיין. אויף א גרויסער חלק וואלט איך געזאגט: הלוואי...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

ממוצע האט געשריבן:מיין ליין איז די וואס שטייט און ווארט אויף עומד'ן... פון צייט צו צייט קומעך און פיק מיר ארויס איינעם פון די רייע, רענדעמלי.

עמיר זעהן, לפי הצייט והגעדולד. כ'קען אבער נישט סתם פאנטאזירן. אז ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן א פארקער מיט א ניק, אדער ליינען אסאך פון אים, קען איך פאנטאזירן. איינעם מיט וועם כ'האב זיך נישט געהעריג באקענט, ווייס איך נישט וואו צו אנפאנגען.

אקעי
וואס איז נייעס?
וועלכע הדלקה גייסטו היינט נאכט?
וואס האסטו געגעסן פאר פרישטאג?
און צום לעצט, דו האסט ליב מאשרומס???
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

התבודדות האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:

איך האב זייער א שטארקע דיסקריפציע אויף דיר,
אבער אזוי ווי איך בין זייער שלעכט אין שרייבן, וועט עס לכאורה (נדן) ליידער קיינמאל נישט ווערן אראבגעשריבן. וה' הטוב יכפר בעדיו

אפשר דאך שרייבסטו עפעס??

אויב שעמסטו זיך, שרייב דעם דעסקריפציע אין אישי.

(גראדע האלטעך די ביסט גאר גוט אין שרייבן)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ער קען שוין ליידער נישט שרייבן.
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:

ס’געשעהן?
לינק?

קאפעלע האט געשריבן:

ער'ז נחסם געווארן ליידער.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Y
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
התבודדות האט געשריבן:איך האב זייער א שטארקע דיסקריפציע אויף דיר,
אבער אזוי ווי איך בין זייער שלעכט אין שרייבן, וועט עס לכאורה (נדן) ליידער קיינמאל נישט ווערן אראבגעשריבן. וה' הטוב יכפר בעדיו

אפשר דאך שרייבסטו עפעס??

אויב שעמסטו זיך, שרייב דעם דעסקריפציע אין אישי.

(גראדע האלטעך די ביסט גאר גוט אין שרייבן)

ער קען שוין ליידער נישט שרייבן.

ס’געשעהן?

ער'ז נחסם געווארן ליידער.

אההה מיט דעי ניק....כאגעמיינט ער קען שויניש שרייבען
לינק?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נארמאליזעם האט געשריבן:Y

IDK
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

קאפעלע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:אפשר דאך שרייבסטו עפעס??

אויב שעמסטו זיך, שרייב דעם דעסקריפציע אין אישי.

(גראדע האלטעך די ביסט גאר גוט אין שרייבן)

ער קען שוין ליידער נישט שרייבן.

ס’געשעהן?

ער'ז נחסם געווארן ליידער.

אההה מיט דעי ניק....כאגעמיינט ער קען שויניש שרייבען

מען האט אים צוגעמאכט, געעפנט, און צוריק צוגעמאכט.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ער קען שוין ליידער נישט שרייבן.

ס’געשעהן?

ער'ז נחסם געווארן ליידער.

אההה מיט דעי ניק....כאגעמיינט ער קען שויניש שרייבען

מען האט אים צוגעמאכט, געעפנט, און צוריק צוגעמאכט.

כגעדענק נישט ער זאל שטויסן
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

סיז מסודר האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן: ס’געשעהן?

ער'ז נחסם געווארן ליידער.

אההה מיט דעי ניק....כאגעמיינט ער קען שויניש שרייבען

מען האט אים צוגעמאכט, געעפנט, און צוריק צוגעמאכט.

כגעדענק נישט ער זאל שטויסן

ווער רעדט דא פון שטויסן?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ער'ז נחסם געווארן ליידער.

אההה מיט דעי ניק....כאגעמיינט ער קען שויניש שרייבען

מען האט אים צוגעמאכט, געעפנט, און צוריק צוגעמאכט.

כגעדענק נישט ער זאל שטויסן

ווער רעדט דא פון שטויסן?

פארוואס דען האט מען חוסם געוועזן
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

סיז מסודר האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
קאפעלע האט געשריבן:אההה מיט דעי ניק....כאגעמיינט ער קען שויניש שרייבען

מען האט אים צוגעמאכט, געעפנט, און צוריק צוגעמאכט.

כגעדענק נישט ער זאל שטויסן

ווער רעדט דא פון שטויסן?

פארוואס דען האט מען חוסם געוועזן

לא בשמים הוא. איך בין נישט אין מנהלים/אחראים צימער צו וויסן וואס די עבירה פון התבודדות איז.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נו גוט נו שוין,

אינעמעסן אריין, קען איך דיר נישט צו גוט. אבער לאמיר זעהן וואס מ'קען דא מאכן.

אויסזעהן: כאיש מן השורה. כ'טראכט אז ער זייער נישט אויפפאלענד. אין א וועג קען מען זאגן אז ער איז א פערפעקט מענטש. ער בלענד איבעראל גוט אריין. מער אויף די העכערע זייט, און א נארמאלער ברייט. אפילו זיין שטימע איז מסתמא עפעס וואס בלענד זייער גוט אריין צווישן מענטשן. ס'שטארט נישט ארויס. אין א כאר וואלט ער זייער גוט אריינגעבלענדט. כאטש מסתמא קען ער נישט ווער ווייסט וואס זינגען. ער האט לכאורה ליב צו זינגען, אבער ער איז נישט זייער מוזיקאליש.

ער קומט ארויס ווי א שטארקע מבקש. ער האט אזא סארט בענקעדיגע זעהל. איך פיל אבער אביסל אז ס'פעלט אים מאטיוואציע. קען זיין ווייל ער האט שוין אסאך מאל פרובירט בכה ובכה, און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט, ממילא נעמט מען עס איזי. ס'זעט אויס ווי ער שווימט אביסל ארום אינעם לעבן.

נגנ"ש איז ב"ה זייער א פארשטענדליכער. פארשטענדליך איז דער ווארט. און דאס בעסטע וואס דו קענסט אים געבן, איז א שטיקל "פארשטאנד" אין סיי וואס. וועלטליך ווי אידישלעך. ער איז א שטארקע חסיד פון "קאממאן סענס". ס'דארף נישט זיין טיף, און ס'זאל נישט זיין טיף. צוברעך מיר נישט דעם קאפ. אבער אביסל פארשטענדעניש איז א מחי'. א ספר וואס ערקלערט, געבט פירוש, אין עפעס, איז דאס בעסטע. ס'קומט שבועות. דו קענסט אריינגיין אין לומדות. דו קענסט זאגן חסידישע תורות, דו קענסט זאגן קבלה מעשיות. און דו קענסט גוט "מפרש" זיין די זאך. די לעצטע. דאס איז עס.

איך וואלט געוואלט זיין מער הומאריסטיש. זעט אויס אז כ'בין נישט אין די מוד. איז אזוי. אויב וואלט איך באקומען די געלעגנהייט צו זאגן עפעס א מעסעדזש, וואלט עס געווען אז מ'דארף מחשיב זיין יעדע קליינע פעולה וואס מ'טוט. באמת שעצן יעדע גוטע זאך. בכלל זיך אנקוקן מיט א גינסטיגע בליק. און אז נסיונות איז א מיטל זיך צו דערהייבן. נישט ווערן צובראכן דערפון. אז א טאג איז נישט געלונגען. מ'האט נישט געטון וואס מ'האט געוואלט, נוצט מען דאס צו ווערן נאנט צום אייבירשטן. זיך אויסרעדן, און זיך איבערבעטן.

ער איז נישט דער גרעסטער סאשעלייזער. ער איז מער אויף די שטילערע זייט. ער ציט נישט קיין גרויסע אויפמערקזאמקייט אין א שמועס פון מער ווי דריי מענטשן. אבער מענטשן פילן געשמאק צו רעדן מיט אים. מסתמא ביי די שמחות האבן זיינע קוזינעס אלץ געווארט אז ער זאל קומען. ס'האט געברענגט אזא סארט פרישקייט. נישט קיין לעבעדיגקייט, ווייל נגנ"ש איז אויסערליך א רואיגער, ער גייט נישט אויסערליך ארויס פון די כלים. ער האלט אן זיין מאנאטאנישער גאנג, אפילו ווען אינערליך איז צומאל זויער. זיין טאן איז מער אויף די רואיגע שטילע און אפיציעלע זייט. אבער זיין פארשטענדליכקייט, און שכל הישר, ברענגט א געשמאק אינעם סביבה.

איך גלייב אז אונז פערזענליך וואלטן געקענט הנאה האבן איינער פונעם צווייטן.
---

ווי גייט נאר @עומד'ס אויספיר מעסעדזש?...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ממוצע האט געשריבן:נו גוט נו שוין,

ממוצע האסט מיר שטארק בארירט ...
וואס זאלעך זאגן וואס ס’איז נישט אמת?!... ס’איז עניוועי קוים %10 ...
צום לעצטן שורה ס’איז דא א פאסט קעסטל...
אוועטאר
ריעל עסטעיט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 27, 2020 8:23 am
לאקאציע: ביים באנק אקואנט

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט »

עומד מן הצד האט געשריבן:
ריעל עסטעיט האט געשריבן:
עומד מן הצד האט געשריבן:
ריעל עסטעיט האט געשריבן:עומד ווען קום איך?

ריעלי..... בעליוו איט אר נאט, די ביסט נעקסט,

יעצט לאמיר גיין צום פארפעסינאלע נוסח:

נעקסט אן דע ליין איז ''ריעל עסטעיט''

מיר פאנטאזירן.........

עומד מיין בויך דריייט זיך שוין איבער פון ערווארטונג א גאנצע נאכט בינעך שוין נישט געשלאפן איך פיל
ווי פאר מיין באשוי
אדער ווי נאך מיין באשוי ווען מיין טאטע האט געדיילט די נומער צום שדכן
אדער ווי ווען איך בין געשטאנען און געווארט ביים מנה'לס אפיס נישט וואוסנדיג פארוואס ער האט מיר גערופן

ווי קען מען לאזן ידידנו הרב ריעלי צוגיין צום שבת אין אזעלכע אומשטענדן........ וועלמיר שוין צוגיין צום פאנטאזיע בעז''ה

ריעל עסטעיט:

איי ריעלי, ריעלי, ווי הייבט מען אן?, מ'האמיר דאך אזויפיל צו שרייבן איבער דיר....

דער קליינער זיסע ריעלי איז נעבעך אויפגעוואקסן אין א צובראכענע משפחה, האט גאר אסאך מיטגעמאכט, ער איז געווען פון די קינדער וואס זענען געקומען אייביג שפעט אין חדר, אבער די מלמד האט גארנישט געקענט טוען, וואוסענדיג אונטער וועלכע אומשטענדן ריעלי געפינט זיך אונדערהיים, און ס'איז באמת נישט דעם קינד'ס שולד, און ריעלי וואוסענדיג זיין מצב, האט גענומען גרויס עטווענטידזש דערפון, און טאקע זיכער געמאכט אריינצושטורמען אין כתה יעדן טאג, -ארומגענומען מיט'ן גרויסן אויפגעבלאזענעם ווינטער מאנטל-, אין די שפעטע צופרי שעות, :lol: :lol: :lol: טאקע געהאקט א לעבן אין חדר

פון מאל צו מאל האט אבער די מלמד יא געשפירט אז ער דארף איהם יא זאגן א ווארט, כדי די אנדערע קינדער זאלן זיך נישט אפלערנען פון איהם, און נאכטוען, און ס'איז צוגעגאנגען בערך אזוי:

מלמד: ''שעפעלע, פארוואס ביסטו געקומען שפעט?
ריעלי: (פארסאפעט מיט א שווער אטעם אויסגעמישט מיט א פארקילטן שליים) ''מיין מאמע האט מעך נישט אויפגעוועקט''(צו זיין שלעכט מזל, איז פונקט דערנאך געקומען א מאכטפולער האפטשו, וואס האט פארשליימט און נאס געמאכט גרויסע חלקים פונעם מלמד'ס טישל) :lol: :lol: :lol:
מלמד: (נעמט ארויס אן אויסגעבלאזן טישא פונעם ביזעם, און איז ממשיך בדיבור, ווען זיינע אויגן זענען געוואנדן צו באהאנדלען דעם אומ'פאראויס'געזעהנע צונאמי וואס ריעלי האט אקאורשט אנגעזייעט דא) ''מארגן וועסטו קומען פריער, יא?''(האט ער געזאגט מיט א פיל ווייעכערע טאן, בשעת ווען זיין הארץ גייט אויס פאר'ן אומבאהאלפן קינד וואס שטייט פונקט אקעגן איהם מיט גרויסע פארקלאצטע אויגן פון די מינוט וואס ער האט אריינגעפארקט נעבן מלמד'ס טישל, מיט די גרויסע ידים אנגעלאנט דערנעבן)
ריעלי: (קוקט אריין די מלמד אין פנים מיט א בייזע פארווייטאגטע בליק) ''זאג פאר מיין מאמע זאל מיך אויפוועקן, וואס ווילסטע פון מיר'' ניין א מחוצף בינעך קינמאל נישט געווען(דא האט שוין ריעלי געכאפט א פאר'גנב'עטע בליק אויף די אנדערע קינדער אין כתה, וואס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט א מאדנע פאקס אויף פנים)
מלמד: (האט שוין לאנג חרטה באקומען פאר'ן אנהייבן די שמועס מיט'ן צובראכן נפש'ל) ''פיין, זעץ זיך אוועק'' (נאך עטליכע סעקונדע'ס בלייבן פארטראכט, האט ריעלי צושטייטליך אנגעהויבן רירן דעם שווערן גוף, וואס האט ענדערש אויסגעזעהן ווי א סמארט קאר, און זיך שווערליך אריינגעלאזט אין זיין קביעות'דיג מקום, נישט בעפאר ער האט געמאכט א סצענע, ביים דארפן איבערקריכן דעם באנק, כדי זיך צו דערזעהן על מקומוו בשלום)

אזעלכע און ענדליכע סצענע'ס האט ריעלי מיטגעמאכט טעגליך, אבער ער האט אייביג געהאט וואס צו ענטפערן, ווייל ווי געשריבן האט ער גענומען עטווענטידזש פון זיין מצב, ווען דער שמש אין ביהמ''ד האט פארשיקט די קינדער וואס האבן זיך געשפילט מיט די לעכט, שרייענדיג, ''קינדער, גייט'ס צו ענקערע טאטע'ס'', האט ריעלי צוריקגעשריגן, ''מיין טאטע איניש דא, סאו איך מעג בלייבן דא'', דער גאנצער עולם איז שטיל געווארן, און דער שמש האט זיך געטראפן שטיין אקעגן דעם הויעך-געוויקסיגער בוים, וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים רירן פון ארט, און ריעלי האט שנעל אויסגעניצט די פארלוירענע מינוט'ן, און צירוק איינגעשפאנט אלע קינדער, מ'זאל ווייטער ממשיך זיין מיט די דליקות,

שפעטער אלץ בחור, האט ער זיך אסאך געטוישט, ער איז געווארן אן ערנסטער בחור, ;l;p- ;l;p- ;l;p- וואס דאס האט גורם געווען ער זאל ווערן שטארק פארמאכט, ווייל ער האט געוואלט אנטלויפן פון זיך, און פארגסן פונעם שווערן עבר, ער האט זיך געלעבט אין זיין ווינקל, זיך אייביג צוגעשטעלט צו סדרי הישיבה, שטארק מצליח געווען בתורה ועבודה, אבער אלעס מיט א פארמאכטקייט, דאס שרייבן אויף אייוועלט יעצט מיט אזא זעלטענע פרישקייט, איז א תוצאה פון די אלע בחוריש'ע יארן וואס ער איז געווען פארקלאפט מיט זיך, און נישט אויסגעניצט זיין הומאר און לעבעדיגקייט וואס ער טראגט מיט זיך, נאר אגאנצן טאג פארבראכט בין תנור לכירים, ער מיט'ן רבוש''ע,

ער האט א געוואלדיגע תמימות אין זיך, ער זיכט צו זיין שטארק אויסגעהאלטן ע''פ הלכה, און איז אייביג גרייט צו הערן הערות פון די ארומיגע איבער זיין התנהגות, און ער וועט שנעל ווערן נכנע אונטער יענעם, און גראד אנקוקן ווי א ת''ח הבקי בש''ס ופוסקים, ווען באמת האט איהם יענער מעורר געווען א פשוט'ע אפענע הלכה אין שו''ע או''ח,

ער האט נישט קיין ספעציעלע נושא אין וואס ער ליגט, אבער ער האט ליעב צו קענען אלעס אויפן שפיץ גאפל, ער זאל קענען קומען אין ביהמ''ד פרעגן אזעלכע שאלות ווי, ''וואס גייט פאר מיט דעם שאווין?'', אדער, ''דער טראמפ זעהט אויס גיבט נישט אויף,וואס?, מ'קען זיך לערנען פונעם,''

ער האט געלדענע מידות במלוא מובן המילה, און האט באמת א אינערליכע הנאה, ווען ער קען מחי' זיין א צווייטע איד מיט סיי וואס, ווען ער וועט זיך גיין מאכן א קאווע ביי די ארבעט, וועט ער אלץ צוגיין פרעגן ביז אפאר דעסק'ס נאך איהם, ''קיינער דארף נישט יעצט קיין קאווע פארצופאל?'', די ארבעטער וועלן זיך כסדר לאזן באדינען מיט איהם, וואוסענדיג אז ער טוט עס מיט'ן גאנץן הארץ, און מ'טוט איהם נאך באלד א גרעסערע טובה, ווי די טובה וואס ער טוט זיי, ער וועט אלץ צועסן עפעס צו די קאפי, לכתחלה וועט עס זיין א פלעקי דעניש, ובדיעבד, וועט א דריי פיר קאצקע צוקער אויך זיין גוט,

ער האט א שיעור קבוע, וואס ער האלט אן מיט א געוואלדיגע ערנסקייט, און קיינמאל נישט ארומפאנפענען, אבער ווען זיין חברותא וועט ארויסגיין פאר אפאר מינוט, וועט ער שנעל געבן אן עפן אייוועלט, און קוקן זיינע נאטאפיקאציע'ס, און וועט נאך אפי' צומאל אניאגן צו געבן א שיס א שנעלע תגובה אויכעט, ובפרט אויב ס'איז א סמיילי אדער א גרינע, :lol: :lol: :lol: למלש יעצט...

אויסזעהן:

נארמאלע הייעך, גאנץ פעשליך, זייער אבער שוין נישט אזוי גראב ווי אלץ קינד,הלוואי ער טראגט א גרויסע טאהש'ער קאפל, נייו גראדע נישט וואס פאלט אריין כמעט ביז די אויגן, און זעהט אויס ענדערש ווי א העלמעט, האט העלף פרעים מתיבתא גלעזער, מער א קלענער בארד, ער האט א שטיקל הויקער, וואס דאס מאכט איהם אויסקוקן עטוואס גרעבער ווי ער איז באמת.

ריעלי כ'האב נאך באמת גאר אסאך צו שרייבן, אבער דער עולם ווארט, און כ'וויל נישט אויפהאלטן, אפשר א צווייט מאל וועט מען ממשיך זיין. מ'ווארט מיר מיט שפאנונג

גארנישט פערזענליך, ס'בלויז הוילע פאנטאזיע'ס.
לעצט פאראכטן דורך ריעל עסטעיט אום מאנטאג ינואר 10, 2022 4:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 999 סך הכל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@עומד מן הצד

א אינגערמאן, אין די הויכע צוואנציגער יארן. פריש ווי רעטעך. וואוינט אין ראדני. א אינגערמאן וואס לעבט אין דעם סיסטעם, אבער דא דארט פרובירט ער ארויסצושטעקן דעם קאפ, אבער נעמט עס גלייך צוריק, מורא האבנדיג אז ער וועט ארויספאלן. אבער ביני לביני נאשט ער אביסל פון דרויסן אויך. ער איז בכלל מער אפן צו הערן מערערע מיינונג, כאטש וואס ער האט מער ווייניגער אן אפגעמאכטער כלליות'דיגער מיינונג אויף זאכן.

ער איז זייער א געשמאקער שמועסער, אבער נאר ווען ער שמועס פריוואט איינס אויף איינס. כאטש וואס ער שטייט ביים קופקע אין קאווע שטיבל במשך היום מיט'ן ברייטן פלאכן ביבער היטל אויף ארויף ווען דאס קאפל קומט אים אזוי אראפ ביז'ן מצח. פארט אבער וועט ער נישט צופיל ווערטער אריינווארפן, צוליב זיין מדת הבושה פון וואס ער האט נישט ווייניג דערפון.

שחרית בעפאר חצות עקזיסטירט נישט בייניאים. נאך שחרית קומט א לחיים מיט הערינג אין פאליש ביז דריי אזייגער. דערנאך גייט ער ארבעטן פארט טיים.

דער ציגארעטל איז א שטענדיגער איינוואוינער ביי עומד'ן אין מויל. א לילקע ציבעך האט ער שוין אויך טועם געווען.

בכלל נישט צו די מאגערע זייט. נישט צו הויך, עס טראגט זיך פון אים א ריח וואס לאזט וויסן פאר אירע פארבייגייער אז דעם שויער האט דער אינגערמאן נישט געזען ממש לעצטנס. זיין בארד איז א שווארצע אדער טונקל ברוין, נישט צו לאנג און צו קורץ, אבער עס איז פול. זיינע פיאות זענען נישט לאנג. שבת גייט ער ווייסע זאגן.

שוין....
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

פעיק, די ביסט גאר גוט!

מארגן וועט בעז''ה קומען א דעטאלירטע באריכט.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פעיק! ;l;p-
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

@פעיק.. דו נעמסט אן?
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

פעיק נאר איין זאך... האסט שוין אמאל אין דיין לעבן געזען א לחיים אין ראדני מיט הערינג...?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
תלמי המלך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
לאקאציע: עגיפטן

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמי המלך »

masmid האט געשריבן:פעיק נאר איין זאך... האסט שוין אמאל אין דיין לעבן געזען א לחיים אין ראדני מיט הערינג...?

פארוואס נישט? איך האב שוין געזען.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ניק'ס פראופייל - אין פאנטאזיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

masmid האט געשריבן:פעיק נאר איין זאך... האסט שוין אמאל אין דיין לעבן געזען א לחיים אין ראדני מיט הערינג...?

ניין. איך ווייס ניטאמאל וואו דער פאליש איז.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”