מסתמא האט געשריבן:לאמיר פרובירן צו אויסקלארן
טרעק 1 איז די ערשטע חלק (ביז מינוט 17) ר' גבריאל פישער, פון מינוט 17 ביז מינוט 23 איז ר' שמשון פישער ע"ה ווי ער זינגט די מלכיות זכרונות שופרות, פון מינוט 23 ביזן סוף איז ווארשיינליך אויכעט ר' גבריאל פישער
טרעק 2 איז די ערשטע האלב (ביז מינוט 34) ר' גבריאל פישער, פון מינוט 34 ביז מינוט 39 איז זייער טאטע ר' שמשון פישער ע"ה ווי ער זינגט ועל כן נקוה, פון מינוט 39 ביזן סוף (ביי ועל כן נקוה) איז ווארשיינליך ר' האשי פישער
טרעק 3 איז ווארשיינליך בלויז ר' גבריאל פישער ע"ה
------
א שטיקל ביוגראפיע
ר' גבריאל ע"ה איז געווען א תלמוד מובהק פון מהרי"ץ דושינסקי זי"ע און זיין הויז בחור פאר 9 יאר ביז צו זיין רבי'נס פטירה, שפעטער איז ער געווען די לאנגיעריגע בעל תפילה אין דעברעצינער ביהמ"ד אין בארא פארק,
א
בילד פון ר' גבריאל ע"ה,
מיט זיין רביןר' האשי ע"ה האט אלץ בחור געלערנט אין חכמי לובלין, בשעתן קריג איז ער אנטלאפן קיין קאנאדע וואו ער איז אפגעזיצן אין תפיסה פאר אפאר יאר אינטערן חשד אז ער איז א נאצי (די משפחה איז געקומען פון ווין עסטרייך), נאכן קריג נאך אלץ בחור האט אים ר' יונתן שטייף מכבד געווען צו זיין ימים נוראים בעל תפילה, שפעטער איז ער געווארן די לאנגיעריגע בעל תפילה אין נייטרא בארא פארק
א באשרייבונג פון ר' האשי ע"הזיי ביידע זענען געווען זונען פון ר' שמשון פישער ע"ה, א פרעשבורגער תלמיד און א פייערדיגע חסיד פון מהרי"ד מבעלזא (נאך אין ווין) וועלכער פלעגט אים זעצן אויבן אן, אויכעט איז ער געווען א חסיד פון ר' משה'לע שינאווער זצוק"ל, ער האט זיך אסאך געדרייט אין די חסידישע קלויזן אין ווין (חוץ די צענטראלע שיף שול) וואו ער מיט די קינדער האבן אויפגעכאפט אסאך חסידישע ניגונים, ער איז געוועזן א ימים נוראים בעל תפילה נאך אינדערהיים אין ווין (נישט זיכער וואו, אדער אין די
זאבנער שטיבל אדער אין די שיף שול, כווייס נישט) ביים קריג איז ער אנטלאפן מיט די גאנצע משפחה דורך די באקאנטע קינדער טראנספארט קיין ארץ ישראל וואו זיי האבן זיך מקשר געווען צו מהרי"ץ דושינסקי זצ"ל, א חלק משפחה איז נאך היינט אין דושינסקי, ביז היינט זינגט מען נאך אין דושינסקי די נוסחאות פון ר' שמשון און די קינדער
סהאט זיך אזוי אויסגעשטעלט נאכן קריג אז די יוצאי אויבערלאנד האבן ע"פ רוב מקבל געווען די ארגינעלע נוסחאות פון די פישער'ס