פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

בדרך כלל אז א מענטש איז מחבר א גיטע ניגון וויל ער אז אנדרע זאלען הנאה האבון אין עס קענען . אויבער נישט אייביג געשעהט אזוי אין אינז ווייסען נישט די חשבונות פון הימל אויבער מקען טראכטען סברות לכאן ולכאן פאר וואס סאיז נתקבל געווארען אוידער פארקערט .די כלל איז אז סנישט דא קיין כלל . ווי איך האב זיך צוזאם געהרט פון מחברים פון באקנטע נגונים אויף אינטערוויאס במשך השנים לדוגמא אויף קול מבשר ווי מקען עס אליינס הערן דארט פון זיי . וואס איז פארפאסט געווארען שבת אוידער יום טוב וואלט איך געוואלט שרייבען וואס איך ווייס אין ווער סווייסט נאך זאל עס שרייבען די סיבה דערפון איז פשוט ווייל איך האלט אז דאס איז א אופנע התגלות וואס די באשעפער ווייזט פאר די דור סאיז א נסיון צו באקומען א גיטע ניגון אין די קענסט עס נישט ריקארדען נישט אז ח"ו אז זיי האבון א הו"א שבהו"א צו ריקארדען דאס זיכער נישט אין נישט דאס וויל איך ארויס ברענגן נאר סאיז כדי עס ארויס צו ברענגון די זאך נאך עס הערן למען ידעו דורתיכם .
די לימוד דערפון ווייס איך נישט .חוץ וואס זיי זענען גיטע נגונים אפשר
כאטש מ'היט שבת דערלייגט מען נישט אפילו סאיז בכלל נישט קיין נסיון
אין אפשר דאס קען זיין א שטיקל סיבה פאר וואס ס'טאקע נתפרסם געווארען בזכות שמירת שבת
אין סאיז דא א געפיל ווי די שבת בלייבט נישט שולדיג
אין נאך אסאך סיבות אזוי צו אזוי איז אינטערסאנט צו וויסע סיי ווייל א ניגון זאל פאפולער ווערין איז באשערט אין סיי צו גדענקין אהן א ריקארדער איז אויך באשערט .
איך פורביר צו שרייבעןדי טריקנע פאקטען אין די אמת סיבה וועט מען וויסען ווען משיח וועט קומען מפני מה התפרסמו כל כך.
אויבער א קידוש השם איז עס זיכער יא .
ממילא טוה איך עס אהנמערקען אז נאך אידען זאלען וויסען דערפון סיי ווייל ס'שוין דארך צייט זייט דעמאלטץ אין סיי נישט יעדער הערט עס
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מיטוואך אקטאבער 20, 2021 11:08 am, פארראכטן געווארן 14 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

ערשטע ניגון איז אבינו אב הרחמן פון רבי חיים באנעט שיחיו
שבת צופרי ביים דאוונען אין ער האט עס געחזר'ט מיט זיין שכן בין גברא לגברא פון קריאת התורה אין אזוי איז עס געבליבען
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

שומרי מצוותיה פון רבי יודל איינהארען שי' איז נתחבר געווארען פרייטיג צו נאכטס אין שבת ביום השבת האט ער עס אויס גלערנט זיינע חברים אין אזוי איז עס גדענקט געווארען
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

די ערשטע פאל פון 'כתר' פון אליעזר קאליש איז איהם איינגעפאלן שבת אינדערפרי בשעת'ן זאגן כתר.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די ניגון פון וידע כל פעול פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל ראש השנה ביים עמוד
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

אסאך ניגונים פון סקולענער רבין זצ"ל איז נתחבר געווארן אינמיטן טיש שבת
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

fiena nieas האט געשריבן:זייער אסאך ניגונים פון די סקולענער רביים זצ"ל זענען נתחבר געווארן אינמיטן טיש שבת
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

קולי שמע פון ר' משה גאלדמאן ע''ה, יוה''ק ביים זאגן דעם פיוט.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

טוב להודות פון זושא שמעלצער

ייצי וואלדנער האב איך אמאל געהערט פארציילן אז איין ניגון האט ער געמאכט יום כיפור ביינאכט זיים זאגן שיר היחוד
זוכט איר דוי?
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מזמור לדוד - ר' בן ציון שנקר.
איז געווען תש"ו אין חיפה אויף שבת, זיך נישט געפילט גוט און נישט ארויס פון שטוב אפי' נשיט אין ביהמ"ד און שבת נאכמיטאג האט ער געשאפט דער וועלטס ניגון.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

רבותינו האט געשריבן:די ניגון פון וידע כל פעול פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל ראש השנה ביים עמוד

ער האט עס געמאכט שבת נאכמיטאג נאך ר''ה ווען ר''ה איזגעווען דאנערשטאג און פרייטאג.

עס איז דא א מעשה פון אים, פון דעמאלס. (איך האב נישט יעצט קיין צייט)
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:די ניגון פון וידע כל פעול פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל ראש השנה ביים עמוד

ער האט עס געמאכט שבת נאכמיטאג נאך ר''ה ווען ר''ה איזגעווען דאנערשטאג און פרייטאג.

עס איז דא א מעשה פון אים, פון דעמאלס. (איך האב נישט יעצט קיין צייט)

ווען זיינס א קינד איז זייער נישט געזונט געווען און עס האט שוין געהאלטן זייער שמאל, עפעס אזא מעשה, עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט עס לעצטענס דערציילט ביי א שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער אסאך פון זיינע ניגונים האט ער געמאכט שבת ויו"ט, אסאך קומט פון אמירת ההלל דאכט זיך אינמיטן מה אשיב.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דונש האט געשריבן:
ייצי וואלדנער האב איך אמאל געהערט פארציילן אז איין ניגון האט ער געמאכט יום כיפור ביינאכט זיים זאגן שיר היחוד

אשירה ואזמרה פון שרולי ווערדיגער.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'האב אמאל געהערט אז דער הויכער פאל פון 'בספר חיים' האט ר' יצחק אונגאר מחבר געווען אינמיטן טיש פון זיין רבי'ן דער אמרי חיים. מסתמא ראש השנה.
ער האט געזינגען זיין ניי-פארפאסטן ניגון (שטילער פאל) און דער אמרי חיים האט אים געהייסן צולייגן א הויכער פאל, וכן עשה אויפן פלאץ.
כך שמעתי.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

א נייע מעשה האט געשריבן:
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:די ניגון פון וידע כל פעול פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל ראש השנה ביים עמוד

ער האט עס געמאכט שבת נאכמיטאג נאך ר''ה ווען ר''ה איזגעווען דאנערשטאג און פרייטאג.

עס איז דא א מעשה פון אים, פון דעמאלס. (איך האב נישט יעצט קיין צייט)

ווען זיינס א קינד איז זייער נישט געזונט געווען און עס האט שוין געהאלטן זייער שמאל, עפעס אזא מעשה, עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט עס לעצטענס דערציילט ביי א שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר.

איז אזוי.

איך האב געהערט דעם מעשה פונעם פיטסבורגער רביס חברותה, וואס האט געלערנט מיט אים ווען די מעשה האט געשען.

עס איז געווען א יאר וואס ר''ה האט אויסגעפאלן דאנערשטאג-פרייטאג. דאס מיינט אז עס איז א דריי טאגיגע יו''ט, און אין א''י אויף קיין שום יוד געזאגט... דער עולם ווערט משוגע פאר ליידיגיין.

דעם רעביס טאכטער איז געווען מורא'דיג קראנק. און ער האט געהאלטן און איין ארויף גיין צו איר איר מבקר חולה צו זיין, אבער די מצב איז נישט געווארן בעסער, און עס איז געווען מיטוואך, ערב יו''ט פון דריי טעג, און ווען דער רבי האט אהיים פון שפיטאל האט זי ממש געהאלטן ביי גסיסה, זי האט געהאלטן אויף זייער א שמאלע מצב. אירע שעות זענען געווען געציילטע.

ער האט אהיים, און געפירט א יו''ט ממש כאילו לא היה, און אינק אלע האבן קינדער, אינק קענען זיך זיכער פאר שטעלן וואס דאס מיינט פאר א טאטע פון א קינד נישט צו וויסן אויב זיין טאכטער לעבט, אדער נישט און ער בלייבט דא מיט א פילע שטיב יתומים ה''י. און ער האט זיך געפירט א געהויבענע יו''ט און אויסגע'פועל'ט פאר אלע יודן אלעס גיטס.

עס איז שוין געווען שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודה'ס, ער האט נישט געוויסט די מצב, און ער איז נישט געווען אזוי זיכער אויב יעצט מוצאי יו''ט וועט ער דארפן רייסן קריעה פאר זיינע אייניקלעך, די איינציגסטע זאך וואס ער ווייסט איז אז ערב יו''ט (3 טעג צוריק) איז ער געווען און שפיטאל, און מ'האט איר געגעבן ממש געציילטע שעות.

זעצט ער זיך אוועק מיט זיין חברותה (דער וואס האט מיר פארציילט די מעשה) שבת נאכמיטאג, און אינמיטן לערנען גיבט ער זיך א רוף אן צו זיין חברותה:

"עס איז שוין 3 טעג וואס איך האב גארנישט געהערט פון מיין טאכטער, איך ווייס נישט צו זי לעבט, אדער נישט. אבער איין זאך בין איך זיכער! אז דער באשעפער פירט זיין וועלט און אלעס וואס ער טוט איז צום גיטן!" און ער האט זיך גענימען זינגען:

"וידע כל פעול כי אתה פעלתו, ויבין כל יציר כי אתא יצרתו, ויאמר כל אשר נשמה באפו, נשמה נשמה באפו... ה' אלוקי, אלוקי ישראל, אלוקי ישראל מלך מלך, ומלכותו בכל משלה, בכל משלה..."

א שטארקייט פון א יוד דאס צו קענען זאגן!!!

(איך בין כמעט זיכער) איך ווייס נישט ווען, אבער א שטיק צייט שפעטער האט די טאכטער אוועק.

זי''ע
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:מזמור לדוד - ר' בן ציון שנקר.
איז געווען תש"ו אין חיפה אויף שבת, זיך נישט געפילט גוט און נישט ארויס פון שטוב אפי' נשיט אין ביהמ"ד און שבת נאכמיטאג האט ער געשאפט דער וועלטס ניגון.

פארוואס געדענק איך פון אן אינטערוויא מיט אים אויף קול מבשר אז ערט עס געמאכט אויפן שיף אויפן וועג קיין ארץ ישראל?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
א נייע מעשה האט געשריבן:
אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
רבותינו האט געשריבן:די ניגון פון וידע כל פעול פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל ראש השנה ביים עמוד

ער האט עס געמאכט שבת נאכמיטאג נאך ר''ה ווען ר''ה איזגעווען דאנערשטאג און פרייטאג.

עס איז דא א מעשה פון אים, פון דעמאלס. (איך האב נישט יעצט קיין צייט)

ווען זיינס א קינד איז זייער נישט געזונט געווען און עס האט שוין געהאלטן זייער שמאל, עפעס אזא מעשה, עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ער האט עס לעצטענס דערציילט ביי א שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר.

איז אזוי.

איך האב געהערט דעם מעשה פונעם פיטסבורגער רביס חברותה, וואס האט געלערנט מיט אים ווען די מעשה האט געשען.

עס איז געווען א יאר וואס ר''ה האט אויסגעפאלן דאנערשטאג-פרייטאג. דאס מיינט אז עס איז א דריי טאגיגע יו''ט, און אין א''י אויף קיין שום יוד געזאגט... דער עולם ווערט משוגע פאר ליידיגיין.

דעם רעביס טאכטער איז געווען מורא'דיג קראנק. און ער האט געהאלטן און איין ארויף גיין צו איר איר מבקר חולה צו זיין, אבער די מצב איז נישט געווארן בעסער, און עס איז געווען מיטוואך, ערב יו''ט פון דריי טעג, און ווען דער רבי האט אהיים פון שפיטאל האט זי ממש געהאלטן ביי גסיסה, זי האט געהאלטן אויף זייער א שמאלע מצב. אירע שעות זענען געווען געציילטע.

ער האט אהיים, און געפירט א יו''ט ממש כאילו לא היה, און אינק אלע האבן קינדער, אינק קענען זיך זיכער פאר שטעלן וואס דאס מיינט פאר א טאטע פון א קינד נישט צו וויסן אויב זיין טאכטער לעבט, אדער נישט און ער בלייבט דא מיט א פילע שטיב יתומים ה''י. און ער האט זיך געפירט א געהויבענע יו''ט און אויסגע'פועל'ט פאר אלע יודן אלעס גיטס.

עס איז שוין געווען שבת נאכמיטאג ביי שלש סעודה'ס, ער האט נישט געוויסט די מצב, און ער איז נישט געווען אזוי זיכער אויב יעצט מוצאי יו''ט וועט ער דארפן רייסן קריעה פאר זיינע אייניקלעך, די איינציגסטע זאך וואס ער ווייסט איז אז ערב יו''ט (3 טעג צוריק) איז ער געווען און שפיטאל, און מ'האט איר געגעבן ממש געציילטע שעות.

זעצט ער זיך אוועק מיט זיין חברותה (דער וואס האט מיר פארציילט די מעשה) שבת נאכמיטאג, און אינמיטן לערנען גיבט ער זיך א רוף אן צו זיין חברותה:

"עס איז שוין 3 טעג וואס איך האב גארנישט געהערט פון מיין טאכטער, איך ווייס נישט צו זי לעבט, אדער נישט. אבער איין זאך בין איך זיכער! אז דער באשעפער פירט זיין וועלט און אלעס וואס ער טוט איז צום גיטן!" און ער האט זיך גענימען זינגען:

"וידע כל פעול כי אתה פעלתו, ויבין כל יציר כי אתא יצרתו, ויאמר כל אשר נשמה באפו, נשמה נשמה באפו... ה' אלוקי, אלוקי ישראל, אלוקי ישראל מלך מלך, ומלכותו בכל משלה, בכל משלה..."

א שטארקייט פון א יוד דאס צו קענען זאגן!!!

(איך בין כמעט זיכער) איך ווייס נישט ווען, אבער א שטיק צייט שפעטער האט די טאכטער אוועק.

זי''ע

די טאכטער איז לפי ידיעתי נישט געווען פארהייראט
דביה תחדי נפשא
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

עד הנה עזורנו שבת בייטאג טריסקע רבי פון מאנסי מיט הרב ישראל חיים שמערלער די פאל פון ואל תטשנו שבת צופרי
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

נחמו עמי פון הרב שלמה קאליש אין א"י א פאפולערע ניגון ליל שבת פאר קידוש
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

אמר ר"ע אשריכם ישראל פון הרב שלמה קאליש ליל שבת ביי די סעודה
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

farshlufen האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:זייער אסאך ניגונים פון די סקולענער רביים זצ"ל זענען נתחבר געווארן אינמיטן טיש שבת

געהערט פון א איד וואס איז געווען א הויז בחור ביים נועם אליעזר זצ"ל, אז ער האט אן הסכמה פונעם סקולענער רבי'ן אז ער [דער מספר] קען נישט זינגען...

דערציילט ער אז דער סדר איז געווען, ווען דעם רבין איז איינגעפאלן א ניגון שב"ק פלעג ער געווענליך זוכן איינעם פון די שטוב מענטשן פאר וועמען ער האט אויסגעלערנט דעם ניגון, און נאך שבת פלעגט מען עס איבערזינגען און רעקארדירן.

איינמאל איז איהם בייגעפאלן א ניגון און ער האט געפרעגט: "ווער איז דא איצט?", האט מען איהם געזאגט אז דער הויז-בחור איז דא.

גיט ער אזא מאך מיט די האנט, ווי איינער זאגט: "נע, נישט דאס מיינט מען..."
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

כי כל פה לך יודה פון הרה"ג רבי משה הארוויץ ז"ל רב דחסידי זעוויהל בשכונת הגפן איז געמאכט געווארען שבת אין האט עס פארגעסון אין די קומענדיגע שבת האט ער זיך עס דערמאנט אין פון דעמאלץ האט ער עס שוין גדענקט
לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

די ניגון נכספה פון סקולען האב איך געהרט האט די רבי נוע"א ז"ל געמאכט אין תפיסה ראש השנה ווען ער האט ליידער נישט געהאט א שופר קען עס איינער באשטעטונגון ?
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: פאפולערע נגונים וואס זענען נתחבר געווארען שבת ויום טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

רבותינו האט געשריבן:די ניגון נכספה פון סקולען האב איך געהרט האט די רבי נוע"א ז"ל געמאכט אין תפיסה ראש השנה ווען ער האט ליידער נישט געהאט א שופר קען עס איינער באשטעטונגון ?

אזוי האב איך אויך געהערט מפ"ק פון זיין זוהן זצ"ל, ביים טיש ל"ג בעומר תשנ"ח לפ"ק
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”