סינגעלס אנאליזן.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

סינגעלס אנאליזן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יאפ! זוי ווי איר הערט...

לאמיר נישט מאריך זיין נאר צוגיין גראד גלייך פונקט אקורארט צום ווארט. זאזוי,

אזוי ווי עס קומען ארויס צענדליגע סינגעלס/קליפס יעדע מינוט... איינס בעסער פונעם אנדערן, און דער וואס האט אמאל מיטגעהאלטן פון אונטער די קוליסן ווייסט וויפל כוחות און מוחות, שעות אן גוזמאות, געלט און וועלט, לייגט מען אריין אין יעדן סינגעל, ווער רעדט נאך פון א קליפ'ל.

אלזא, עמיר דא עפענען דעם דאזידן אשכול (ס'שוין אפן, דו נאר) ווי מ'וועט יעדע סוף חודש (אדער סיי ווען) ארויפלייגן בעז"ה א ליסט פון אלע סינגעלס/קליפס וואס זענען ארויס דורכאויס דעם חודש, און יעדער זאל אריינקומען באשרייבן, אנאליזן, פידבעקן, ריוויען, קריטיקירן (פאזעטיוו, איידעלערהייט, אן קיין נגיעות וכו'...), יעדע זאך וואס מ'האט געזעהן און געהערט.

דער וואס וויל זאל שרייבן איין שורה/ווארט, און א צווייטער מעג חשקה נפשו'נען צו שרייבן א לענגערע אנאליז, הכל לפי המבייש וכו'.
מ'מוז נישט אלס אנכאפן, מ'קען באשרייבן די וואס מ'האט געהערט, די אנדערע קעמען אויסלאזן.

(וכאן המקום צו בעטן אז ס'מוז נישט זיין אז איך וועל זיין דער וואס וועט ברענגען די ליסט יעדן חודש, אויב איך קראץ מיך זאל א צווייטער מיר אויסכאפן געזונטערהייט, מיט אפעטיט).

אויף קול מבשר האט מען געטרייעט צו מאכן אזא מין זאך, וואסי געגאנגען שלאפן צו שנעל. טראכט איך אז דא קען עס אריינקומען מיט א פרישקייט, האפנטליך ס'וועצעך האלטן סאך לענגער...
אזוי אויך, א זינגער מוז נישט אייביג זיין קיין גרויסער מבין, און אויף קולמע האט מען געקענט אמאל ארויפברענגען איינער וואס אנשטאט שכל האט ער באקומען א שטימע (נישט דווקא ביי די סינגעלס אינטערוויו,ואכהמ"ל, גראדע רוב מאל ברענגט מען יא זאפטיגע מבינים. זאלסטו טייערער זינגער וואס ליינט יעצט די שורות וויסן אז דו ביסט יא פון די מבינים...), וועט לכאו' זיין אסאך אינטרעסאנטער צו זעהן דא אויפן וועלטל פון די טאלאנטפולע ניקס, וואס איינער וואס האט נישט גענוג שכל דרייט זיך דאך נישט דא...

אלזא, קומט אריין מיט א פרישקייט אפגעבן אייער פינגערפרינטן פאר די אידן וואס געבן אוועק וואכן און חדשים, זייער גאנצע נשמה, צו מהנה זיין כלל ישראל שלא ע"מ לקבל פרס.

נעמט איבער דאס ווארט!
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום זונטאג אוגוסט 15, 2021 1:12 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center]חודש מנחם אב תשפ"א[/align]
סינגעל'ס:

כהיום הזה – מאיר גאלדשטיין & שמעון דוד דאווידאוויטש & אה'עלע סאמעט & אבריימי באלטי

חלק אלוקי ממעל – ארי הילל & יוסף ניוקומב

ניגון שמחה – בעני פרידמאן

שכוייח - קובי גרינבוים & מלכות קווייער

באלד - פנחס מסרנו

ונזכה - אבריימי רוט & יוסי גרין

אבא גדול - משה טישלער

דרך חדשה - יונתן שיינפעלד

קער מיך צוריק - מאטי אטיאס

כל האור בעולם - מיכה גמרמן

נחמו עמי - חילו גענוד

שמע - לוי כהן

ירושלים (חיים ישראל) - יודא ביאלסטוצקי

ואמר ביום ההוא - עקיבא שעכטער

הוי רץ למשנה - מענדי ווייס

שמע קולינו - מענדי שטעקל & הערשי אפל



פראפעשעניל קליפס:

מחרוזת ירושלים – שלוימי גערטנער & ארי הילל

קליינע פרינסעסן – יאפטשיק כלי זמר & ליאור גראסמאן

טריפ ישראלי – דודי קנאפפלער

ותחזינה – זאנוויל וויינבערגער & מלכות קווייער

ביזן קרעטשמע – דובי מייזעלס & פינקי וועבער & נפתלי משה שניטצלער

ריבו מעדלי – אברומי בעקאו

הנה לפניך – שלום ברנהולץ

זכרנו לחיים קארליבאך – דובי מייזעלס & ליפא שמעלצער

חראשו – בעני פריעדמאן. (גע'כשר'ט דורך @איינס)

באלייכטן – נותי פוקס

שבת טאנץ - בני ברנסדורפר & גרשי אורי & נגינה כאר

חתונה מעדלי - יואלי פישער & שירהקווייער & מאטי אילאוויטש & בענצי וועבערמאן & יששכר גוטמאן & שרולי ווערדיגער & מנחם מאשקאוויטש.

והאר עינינו – מוישי שווארץ & אברומי בערקוי.

משכנו - שייע גראס & יואלי קליין & שלוימי בערנשטיין

חתונה מעדלי - אפרים מארקאוויטש & מלכות קווייער & אהר'עלע סאמעט & מענדי ווייס & אבריימי מאשקאוויטש & יואלי דאווידאוויטש & אברומי באלטי.

- - -

ייש"כ @מקוה איד פארן צוהעלפן און צושטיפן צום פתיחת האשכול.
אויב כ'האב עפעס אויסגעלאזט ביטע שיקן אין אישי/אימעיל, כדי נישט צו אנשמירן די אשכול צופיל מיט ארומיגע תגובות. שכ'ח.
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 1:04 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לעצט פארראכטן דורך מקווה איד אום דינסטאג אוגוסט 03, 2021 5:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ובזה החלי, לאמיר אביסל באשרייבן פון וואס כ'האב געהערט.

סינגעל'ס:

כהיום הזה – מאיר גאלדשטיין & שמעון דוד דאווידאוויטש & אה'עלע סאמעט & אבריימי באלטי
סימפל. שיין. יעדער זינגט הערליך, גראדע האבן אלע דריי עפעס א געוויסע זעלבע שמעק. לכאו' זענען די אנדערע צוויי אין א געוויסע בחינה תלמידים פון אהר'עלע, אדער עפעס אנדערש.

ניגון שמחה – בעני פרידמאן
א לעבעדיגע חבד'סקער ניגון, און נאך געזינגען דורך בעני מיט זיין פרישקייט און באטעמ'טקייט, דארף נישט מיין הסכמה.

שכוייח - קובי גרינבוים & מלכות קווייער
די דריטע ניגון דאכט זיך קאמפאוזט ביי פנחס ביכלער'ן (שערי שמים פתח דורך זאנוויל. מסלסלים מיט יוסל לייפער).
זייער פריש און לעבעדיג. דער קובי איז פיין, פארשטיי איך נישט וואו קומט צו א ליטווישער זינגער זינגען אזא ניגון, לכאו' ווייל די ליטווישע נעמען אסאך די חסידישע זינגערס...
מלכות איז פריש, ווי אייביג.
ביידע פעלער האבן נישט צופיל חידושים, אבער ביי זיי ביידע איז די צווייטע טייל עפעס זייער געשמאק און פשוט זיס. ווי מ'חזר'ט איבער דעם 'איך וויל דיר זאגן שכויעח' אדער דעם 'אשר עשית עימדי'.

באלד - פנחס מסרנו
זייער געשמאק. זייער הנאה געהאט פון יעדן קוועטש. כה לחי!

ונזכה - אבריימי רוט & יוסי גרין
זייער שיין, מוזיקאליש ווי נאר יאסי קען, און ווי נאר אבריימי מיט זיין שטארקע חן קען אראפלייגן. די שידוך ציווישן זיי צוויי האט שוין א לאנגע ווייסע בארד...

קער מיך צוריק - מאטי אטיאס
איז עס נישט קיין יצחק פוקס ניגון? אזוי ליגט מיר אין קאפ.
א געמישעכטס פון יצחק פוקס, רזאל אין אידיש, און ר' יואלי ראט. פשוט'ע ווערטער, טאטע איך וויל זיין 'קאנעקטעד' צו דיר. ער זינגט זייער תמימות'דיג און געפיליש.

נחמו עמי - חילו גענוד
נאכנישט געהערט נארמאל, פון אויבן אויף האט זיך עס געהערט זייער געשמאק, און א גוטע פראדוקשן.

הוי רץ למשנה - מענדי ווייס
נאך א בענצי שטיין ניגון מיט א פרישע שניט. דערמאנט מיר די סיום הש"ס ניגון פון מאטי שטיינמעץ. געשמאק און פשוט. א ליטווישע ניגון...

פראפעשעניל קליפס:

מחרוזת ירושלים – שלוימי גערטנער & ארי הילל
הערליך! א געלונגענע קאלעקשן. פון פינקי'ס בונה, וואס וואלט שוין געמעגט ווערן א שטיקעלע היט'עלע. 'אם אשכחך' איז ש'לאנג פון מיינע פעיווערטס. זינגען זייער גוט און געשמאק.

קליינע פרינסעסן – יאפטשיק כלי זמר & ליאור גראסמאן
די אוהבי הכלי זמר'לעך וועלן זייער הנאה האבן דערפון. זייער זיס און מוזיקאליש און כליזעמעריש... די עוילעם דארט איז פיין בגילופין.

טריפ ישראלי – דודי קנאפפלער
דודי זינגט פשוט גוט ווי אייביג. א געמישעכטס פון אלע 'להיטים ישראליים'. זיין שטארקע געזינגעכטס איז א אנדערע סטייל און וועלט פון די זינגערס וואס זינגען געווענליך די סארט ניגונים. אבער ס'זייער גוט אראפגעלייגט. הנאה געהאט פונעם 'טריפ ישראלי' נאמען.

ותחזינה – זאנוויל וויינבערגער & מלכות קווייער
וועגן דעם ניגון עמיר איבערלאזן ביים אנאליזן (האפנטליך!) דעם מעכטיגן סידי. די קליפ לכשעצמו ברויך א לענגערע אנאליז. א שלימות'דיגע מלכות'דיגע יצירה. מ'קען עס זעהן און איבערזעהן און נאכמאל איבערקוקן און יעדענס מאל באמערקן פרישע דעטאלן און אינטרעסאנטע שטיקלעך, כמנהג בית מלכות. אפגעשפילט הערליך דעם אמאליגן עלי' לרגל, און האפנטליך ברענגט עס צו נאך אביסל בענקשאפט 'ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים'.

ביזן קרעטשמע – דובי מייזעלס & פינקי וועבער & נפתלי משה שניטצלער
כאטש וואס די ניגון האט מיר אויסגעזהן זייער פשוט אן קיין חידושים, אבער עס ליגט א באנדזש הארץ, און ווער רעדט נאך אז דובי לייגט עס אראפ מיט זיין אייגנארטיגן שטימע, און ווער שמועסט נאך אז פינקי זינגט מיט... געוואלדיג!! ס'זייער געשמאק עס נאכצוזינגען ביי א קומזיץ אד"ג, דעמאלטס באקומט מען דעם געשמאק פונעם ניגון.
די קליפ איז הערליך, נאר די אויגן פון יענעם שמויגער האט מיר שוין אביסל נערווירט...

ריבו מעדלי – אברומי בעקאו
זייער שיין. זייער הנאה געהאט. זייער מוזיקאליש. זינגט נישט דווקא די היטס פון ריבו, נאר עטליכע שיינע ניגונים, און מיט די בענד באקומט עס א פרישע געשמאק און חן.

הנה לפניך – שלום ברנהולץ
א ליטווישע ניגון, א ליטווישע קליפ. זייער פיין.

חראשו – בעני פריעדמאן.
א פארזעצונג פון זיין 'עברי אנוכי' קליפ, וואס האט אויפגעשטורעמט די נישט היימישע וועלט, א בחינה פון יפוצו חוצה וואס אין חב"ד האט מען זייער געטוהן דערוועגן.
שוין געשריבן אז כ'פארשטיי נישט וואס די פאר סעקונדעס וואס מ'זעהט נשים געבט צו פאר א קליפ. אבער וואס פארשטייט א גוי?...
די ניגון איז דאך פשוט בעני פרידמאנדיג..

באלייכטן – נותי פוקס
מיין שורה וואס כ'קען שרייבן אויפן ניגון איז: א קידוש ה' אז אידן אין אזא מצב זינגען זיך אויס פארן באשעפער!
גראדע דער נותי זינגט זייער שיין. די חיים גאלד ליבהאבער וועלן אויך ווערן קאנעקטעד צום ניגון אליינס.

שבת טאנץ - בני ברנסדורפר & גרשי אורי & נגינה כאר
א גוטע קאלעקשן, א אינטרעסאנטע איידיע פון מאכן אויף שבת ניגונים. גערשי איז פריש און לעבעדיג, זינגט זייער גוט. די נגינה קווייער קעמען שוין פון מיכאל'ס סידי, זיי האבן אינטרעסאנטע חידושים, א שמעק טאביק פונעם מלכות קווייער. אבער עכט שיין און פראפעשעניל. דער בעני איז אויך זייער גוט.

חתונה מעדלי - יואלי פישער & שירה קווייער & מאטי אילאוויטש & בענצי וועבערמאן & יששכר גוטמאן & שרולי ווערדיגער & מנחם מאשקאוויטש.
א הערליכע שטיקל דאס. חסידיש היימיש פראפעשעניל און געשמאק. גראדע וואלט איך געוואלט ס'זאל זיין אביסל א בעסערע קאלעקשן, אבער גוט אידאס.
יואלי פישער שפילט זייער גוט. שירה מאכט ווי אייביג א גוטע דזשאב. ס'הערט זיך טאקע ווי א לייוו מעשה.
מאטי איז גוט כנהוג, די ניגון אימער געווען אביסל באררינג, ביזן הויעכן פאל וואס ס'מיר זייער געפאלן די אידישע ווערטער.
דער בענצי איז א חידוש.. דערמאנט מיר אביסל יואלי פאלקאוויטש און שמואלי אונגאר (ווי אסאך האבן געשריגן). ער זינגט זייער געשמאק גוט און פשוט 'זיס'. מיט אסאך ענערדזשי.
יששכר וואלט איך געוואלט זעהן זינגען בעסערע שטיקלעך. לכשעצמו דארף ער דאך נישט מיין הסכמה.
שרולי מיט פארצייטישע מרדכי ניגונים זענען דאך איינס. (גראדע כ'ווייס נישט פון וואו שטאמט די ניגון). זייער געשמאק. און צום שלוס מנחם מיט זיין געשמאקע ריינע שטימע, זייער שיין און גוט.

והאר עינינו – מוישי שווארץ & אברומי בערקוי.
זייער א שיינע ניגון, מיטן אמאליגן קארליבאך חן. גוט אראפגעלייגט. און די הארמעני פון אברומי איז דאך געוואלדיג, ווי אייביג.

משכנו - שייע גראס & יואלי קליין & שלוימי בערנשטיין
די קליפ וועלעך לאזן פאר אנדערע אנאליזן. די ניגון איז זייער שיין, לבוא אל המלך האב איך זייער ליב געהאט, און אולי מיט די נייע ווערטער וועט עס אריינקומען ביי חתונות.
נישט פארשטאנען פ"וו מ'דארף האבן סיי ישעי' גראס און סיי שלוימי ברענשטיין פאר די סארט שטימע. אבער מיט יואלי קליינ'ס קאליר הערט זיך עס זייער געשמאק.

חתונה מעדלי - אפרים מארקאוויטש & מלכות קווייער & אהר'עלע סאמעט & מענדי ווייס & אבריימי מאשקאוויטש & יואלי דאווידאוויטש & אברומי באלטי.
אקעי, דאס וועל איך מוזן מקצר זיין, ווייל כ'האב צופיל צו שרייבן דערויף.
מלכות שיסט ארויס א באמבע איז עס אייביג מיט א ספעציעלן פרישקייט, א קליפ וואס מ'קען זעהן נאכמאל און נאכמאל און נאכאלס נישט זאט ווערן.
דא האב איך זייער ליב געהאט די קאלעקשן. גראדע קומט עס בעיקר פון פנחס'ן, ער האלט אין איין אויפפרישן אלטע ניגונים, און דאס גייט היינט ביי חתונות אין א"י. (ביי ליטווישע חתונות זינגט מען די חסידישע מאדערנע היינטיגע ניגונים, ביי די חסידישע וועסטו איז עס בעיקר די מין סטייל. א עברית'ישע ניגון וועסטו נישט הערן כמעט ביי א היימישע חתונה, נאר ביי זייער זייער מאדערנע. אזוי דאכט זיך).
דער מארקאוויטש שפילט פשוט 'גוט'. הנאה געהאט צו זעהן אז דער קען זיין לעבעדיג אויך. און ווי כ'שטעל מיך פאר האט ער געמאכט די גאנצע מוזיק אליינס, און נאר צום קליפ האט מען גערופן נאך געסט.
מלכות קומט דא אריין עפעס פרישער ווי פריש... א הערליכע געוואלדיגע קונצליכע מלאכה.
קרוץ מחומר איז א שטיקל נאסטאלגיע, אוי פלעגט עס אמאל ראקן.. גראדע יענקי דאסקאל'ס ניגון. אהר'עלע סאמעט מיט מאיר אדלער פלעגן ראקן מיטן ניגון... מלכות הארמעני ביים הויעכן פאל איז געוואלדיג. מענדי ווייס איז אויך פיין.
אוי חנינא בני... נאסטאלגיע פון אראלע מיט מאיר. מאיר'ס א ניגון. און די בתק! אויל יוי! צאת ווע! אוימערתכל! העוי! לאם כולו! איז א פיין שטיקל... און אהר'עלע איז עפעס גוט מוטיג דא...
דער באלטי אידאך פיינע נייעס. דא קעמען הנאה האבן אביסל פון די מוזיקאלישע שטיקלעך אינאיינעם.
אבריימי מאשקאוויטש איז לכאו' פון די ווייניגסטע באוואוסט אין די מידיע, אבער ווער עס אינטרעסירט זיך וועט געוואר ווערן אז ער איז פון די פאפולערסטע זינגערס אין א"י. ער איז געבוקט פאר די נעקסטע פאר יאר... (דאכט זיך אז ער בעט א פיינעם פרייז אן קיין פראדוסערס למיניהם...). ער איז א שטיקל בחינה יששכר גוטמאן פון א"י. ער זינגט נאר היימישע גוטע פארצייטישע ניגונים, א חתונה מיט איהם איז מעין עולם הבא. ער איז גוט לעבעדיג אויך. דאכט זיך ער האט זיך אינטערגענומען בתחילת דרכו צו זינגען נאר מיטן גארטל צו געדענקען מאין באת...
און שטייצעך אז ער דארף זינגען א סקולענער ניגון.. זייער פריש לעבעדיג און חסידיש.
די אשת חיל ניגון איז א פיינעם איידיע... און מלכות לייגט עס דאך אראפ אזוי גוט. בפרט די צווייטע מאל די ערשטע פאל... אינטרעסאנט אויב ס'וועט אריינקומען ביי חתונות.
און צום שלום.. דער יואלי אידאך א צולאזטע נשמה.. מ'זעהט איהם נאר וויל מען כאפן א קאדאטשקע... ער קומט אריין מיט די גאנצע ענערדזשי אזש יעדער שטעקט זיך אן פון איהם..
ער הייבט אן מיטן חבד'סקע ניגון וואס איז לעצנטס ארויס דורך מוטי ווייס און געווארן אויפגעכאפט ביי די מאדערנע עוילעם: 'מחשבות טובות'.. די ווערטער זענען גוט, חוץ פונעם שירה 'ס'פארט א באן' וואס לא זכיתי להבין, בפרט אז אויף 'האנט' קעמען טרעפן אזויפיל בעסערע גראמען...
די שבח ניגון איז אויך גוט. געגנב'עט פונעם קידוש קליפ. און ביים שטיקל 'מלכות ווי הייליג וכו' זינגט ער 'אפרים ווי זיס ביסטו'... גאנץ זיס...
פון וואו שטאמט די 'יבנה המקדש' ווייסעך נישט, אבער ס'א פאסיגע סיום.
בקיצור... זייער זייער הנאה געהאט, האפעך צו זעהן נאך פון די סארט.
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 5:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

נמש די ביסט אנבעליוועבעל... א מתנה פאר אייוועלט.. זייער הנאה געהאט. טענקס ווערי מאטש !!!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

נמ''ש דו ביסט איין שטיק חידוש פון אויבן ביז אונטן..!
שכח פארן אונז מהנה זיין מיט דיינע גאט געבענשטע טאלאנטן!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

שכ׳׳ח פאר דיין אנשטרענגונג צוזאמצושטעלן דעם ליסט און פאר דעם הערליכען אנאליז
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יש"כ פאר די באדאנקערס.
מיר ווארטן אויף נאך אנאליזן... קומט'ס אריין קלאר!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

לא איש דברים אנכי... אבער כ'בין זיך מחזק און כ'זאג מיינע בויך תורה'ס.


ונזכה - אבריימי רוט & יוסי גרין
כ'זעה נישט קיין גרויסע גאונות און דע ניגון

מחרוזת ירושלים – שלוימי גערטנער & ארי הילל
זייער א שיינע קאלעקשן! הערליך שיין אראפ געזינגען! עכט שיין!

טריפ ישראלי – דודי קנאפפלער
מוזיק איז זייער פיין. די 2 בחורים'ליך טויגן... זייער א שיינע קאלעקשן.

ותחזינה – זאנוויל וויינבערגער & מלכות קווייער
ווידיאו איז מורא'דיג! איך האב נישט ליב דעם געדאנק פון ארויס געבן א סינגעל - ווידיאו פון א ניגון פון א CD וואס האלט אט אט ביים ארויס קומען (נאכדערצו א CD וואס מ'ווארט אזוי לאנג). ענדערש געב ארויס די ווידיאו 2 טעג נאך די CD קומט ארויס.

ביזן קרעטשמע – דובי מייזעלס & פינקי וועבער & נפתלי משה שניטצלער
זייער שיין. קוקט אויס צו זיין א שטארקע קומזיץ היט. אבער די ניגון איז ליידיג, די ערשטע פאל איז די פאר ווערטער, און די צווייטע פאל איז נאך אפאר ווערטער... ס'וואלט געדארפט אפשר האבן מער ווערטער, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין אז דאס איז די קונץ פון די ניגון אז ס'זאל ווערן אויפגעפיקט.

חראשו – בעני פריעדמאן. (גע'כשר'ט דורך @איינס)
דורך @איינס איז עס זייער שיין... אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ס'האט אים אזוי שטארק וויי געטון אז ער האט 2 - 3 מאל געדארפט אריין ווארפן פרויען.

שבת טאנץ - בני ברנסדורפר & גרשי אורי & נגינה כאר
אויף דעם אליין ווייס איך נישט. אבער איך מיין אז מ'מאכט שוין א שבת טאנץ, דארף עס זיין ראוג און שבת'דיג.
DJ זאל מען לאזן פאר די צווייטע טאנץ...

חתונה מעדלי - יואלי פישער & שירה קווייער & מאטי אילאוויטש & בענצי וועבערמאן & יששכר גוטמאן & שרולי ווערדיגער & מנחם מאשקאוויטש.
זייער שיין - הערליך, חתיד'יש און לעבעדיג. כ'האב זייער הנאה פון עס

משכנו - שייע גראס & יואלי קליין & שלוימי בערנשטיין
און מיינע אויגן איז עס זייער... כ'ווייס נישט וואס צו שרייבן.



.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

געלט גייער האט געשריבן:

;l;p- קורץ אבער שארף.

וועריז נעקסט?..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

און פארגעסן... א ריזן שכוח פארן אשכול...
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

@נמ"ש גוטע בייפאל און א דעטאלירטע הערליכע אנאליז אבער ס'וואלט געווען כדי אז מ'זאל אנפאנגען אנאליזן ר"ח ווייל וויפיל איך ווייס גייט נאך ארויסקומען א שיינע פאר הערליכע סינגעלס ביז ר"ח אלול
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דא האט עטס א לינק צו אלע סינגעלס וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם אשכול:
viewtopic.php?f=18&t=49159&p=2940248#p2940251

בד"וו, מ'ווארט אויף נאך זאפטיגע אנאליזן, קורץ צו לאנג, אבער שרייבט...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דא האט עטס א לינק צו אלע סינגעלס וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם אשכול:
viewtopic.php?f=18&t=49159&p=2940248#p2940251

בד"וו, מ'ווארט אויף נאך זאפטיגע אנאליזן, קורץ צו לאנג, אבער שרייבט...

כיהודה ועוד לקרא, זאפטיגע אנאליזן, אבער מיט פאזיוויטעט, דהיינו אפילו ווען סאיז דא קריטיק, ברענג עס ארויס אביסל איידעלער, ווי למשל לענ"ד וואלט דאס מער אריינגעקומען אדער זייער גוט געלונגען, אבער ער קען דערליווערן עפעס בעסער... וכדו' יעדע זאך אויף זיין שניט...
עכ"פ און איין ווארט, ברענג שטערקער ארויס וועלכע חלק איז יא גוט געלונגען, ווי איידער אראפקנאקן יענעם
(וחוץ מזה, אז אן אנאליז וואס שפיגלט פון פאזיטיווע קאנסטרוקטיווע קריטיק ליינט זיך געשמאקער ווי אן אנאליז וואס פסל'ט אפ עפעס און גייט ווייטער...)

עניוואן דיסעגרי ?
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מה בכך האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:דא האט עטס א לינק צו אלע סינגעלס וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם אשכול:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p2940251

בד"וו, מ'ווארט אויף נאך זאפטיגע אנאליזן, קורץ צו לאנג, אבער שרייבט...

כיהודה ועוד לקרא, זאפטיגע אנאליזן, אבער מיט פאזיוויטעט, דהיינו אפילו ווען סאיז דא קריטיק, ברענג עס ארויס אביסל איידעלער, ווי למשל לענ"ד וואלט דאס מער אריינגעקומען אדער זייער גוט געלונגען, אבער ער קען דערליווערן עפעס בעסער... וכדו' יעדע זאך אויף זיין שניט...
עכ"פ און איין ווארט, ברענג שטערקער ארויס וועלכע חלק איז יא גוט געלונגען, ווי איידער אראפקנאקן יענעם
(וחוץ מזה, אז אן אנאליז וואס שפיגלט פון פאזיטיווע קאנסטרוקטיווע קריטיק ליינט זיך געשמאקער ווי אן אנאליז וואס פסל'ט אפ עפעס און גייט ווייטער...)

עניוואן דיסעגרי ?

יא יא, דאס איז דאך איינע פון די צענדליגע מעלות פון אונזער @נמ''ש.. זיין פאזיטיוויטי אייביג איז כמים קרים על נפש עיפה דא אסאך מאל...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

masmid האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:דא האט עטס א לינק צו אלע סינגעלס וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם אשכול:
viewtopic.php?f=18&t=49159&p=2940248#p2940251

בד"וו, מ'ווארט אויף נאך זאפטיגע אנאליזן, קורץ צו לאנג, אבער שרייבט...

כיהודה ועוד לקרא, זאפטיגע אנאליזן, אבער מיט פאזיוויטעט, דהיינו אפילו ווען סאיז דא קריטיק, ברענג עס ארויס אביסל איידעלער, ווי למשל לענ"ד וואלט דאס מער אריינגעקומען אדער זייער גוט געלונגען, אבער ער קען דערליווערן עפעס בעסער... וכדו' יעדע זאך אויף זיין שניט...
עכ"פ און איין ווארט, ברענג שטערקער ארויס וועלכע חלק איז יא גוט געלונגען, ווי איידער אראפקנאקן יענעם
(וחוץ מזה, אז אן אנאליז וואס שפיגלט פון פאזיטיווע קאנסטרוקטיווע קריטיק ליינט זיך געשמאקער ווי אן אנאליז וואס פסל'ט אפ עפעס און גייט ווייטער...)

עניוואן דיסעגרי ?

יא יא, דאס איז דאך איינע פון די צענדליגע מעלות פון אונזער @נמ''ש.. זיין פאזיטיוויטי אייביג איז כמים קרים על נפש עיפה דא אסאך מאל...

יא יא, דאס איז א דוגמא פון א פאזיטיוויטי קריטיק, די 'אסאך מאל'... :lol:
בד"וו טענקס.

- -
נו, מ'ווארט אויף נאך אנאליזן...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א קרישקעלע וועגן משכנו
הנאה געהאט אז ער טרייט נישט זינגען מיטן אמעריקאנרע רי״ש...
ארגינעל איט איז היילגעך באשעפעך... !!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

צווי נקודות אויב סאיז שייך. איינס אויב מקען מאכן אז אלע קליפס זאל זיין א אפציע צו הערן אלס אדיא, צוויי אויב שייך צו איינטיילן לויט די היימישקייט דערפון
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:[align=center]חודש מנחם אב תשפ"א[/align]סינגעל'ס:

ירושלים - חיים ישראל


תיקון טעות יודא ביאלסטוצקי זינגט א אלטע סינגל פון חיים ישראל

יודא בילסטוצקי שר חיים ישראל.jpg
יודא בילסטוצקי שר חיים ישראל.jpg (106.66 KiB) געזען 1330 מאל
לעצט פארראכטן דורך איידל און באחיינט אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 10:21 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

.
לעצט פארראכטן דורך איידל און באחיינט אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 10:20 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איידל און באחיינט האט געשריבן:
תיקון טעות יודא ביאלסטוצקי זינגט א אלטע סינגל פון חיים ישראל


פארראכטן, ייש"כ.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

זייער הנאה געהאט דעם שבת צו ליינען דעם אנאליז אינעם פאפולערן "שרייבער אויסגאבע"
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: חודש'ליכע סינגעלס אנאליזן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:זייער הנאה געהאט דעם שבת צו ליינען דעם אנאליז אינעם פאפולערן "שרייבער אויסגאבע"
#איך-פארק-מענטשליך
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”