איז די ניגון אריגינאל?

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שוין יארן וואס איך האב חשק זיך אויסצולערנען דעם גאנצן סקולענער כל מקדש אבער קען נישט פערזענליך קיינעם וואס קען עס

נעכטן האב איך געטראפן דאס אבער איך זעה אז די פאר שטיקלעך וואס איך האב געקענט ביז היינט זענען שרעקליך אומריכטיג

איז דא איינער וואס קען עס ריכטיג און קען באשטעטיגן אדער פארקערט?

איך וויל נאך געוואר ווערן אויף נאך ניגונים וועלכע ס'איז די ארגינעלע ווערסיע. ווי למשל די לאנגע ידיד נפש וואס ר' שלמה טויסיג זינגט (וואס ווי ווייט איך ווייס זינגט ער עס היבש פארדרייט)


אויב איז שוין דא אזא אשכול ביטע אנווייזן (און צאמשמעלצן)
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30717
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אן ענפער האב איך נישט, אבער דא האסטו א מער אריגענעלער/היימישער (נישט פראפעסניאל, סאו ווייניגער שאנס אז עס זאל זיין פארדררייט דוקא) רעקארדירונג פון דער סקולען'ער כל מקדש https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 2#p1291622
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יישר כח גדול
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30717
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

און דא האסטו דער מעליצער ידיד נפש (הולחן ע"י האדמו"ר רבי אלימלך הורוביץ זצ"ל הי"ד ממעליץ) דורך ר' דוד ווערדיגער אויף דער אלבום א מעליצער עונג שבת 2:
https://www.dropbox.com/s/6902n027xz5fn ... 9.mp3?dl=0

(קרעדיט פאר דער מקור: viewtopic.php?p=1143195#p1143195)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ר' דוד פלעגט נאכזינגען פונקטליך?

נאכאמאל א יישר כח גדול

הלוואי זאל מען דאס צוריקברענגען און זינגען ביי די קומזיצן. סידאך נישט קיין פארגלייך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קנאפער ידען האט געשריבן:אן ענפער האב איך נישט, אבער דא האסטו א מער אריגענעלער/היימישער (נישט פראפעסניאל, סאו ווייניגער שאנס אז עס זאל זיין פארדררייט דוקא) רעקארדירונג פון דער סקולען'ער כל מקדש https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 2#p1291622

אבער דאס איז וויאזוי דער נועם אליעזר האט עס געזינגען, דער לעצטער רבי האט אסאך זאכן געטוישט/צוגעלייגט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זעט טאקע אויס גוט.
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

קנאפער ידען האט געשריבן:און דא האסטו דער מעליצער ידיד נפש (הולחן ע"י האדמו"ר רבי אלימלך הורוביץ זצ"ל הי"ד ממעליץ) דורך ר' דוד ווערדיגער אויף דער אלבום א מעליצער עונג שבת 2:
https://www.dropbox.com/s/6902n027xz5fn ... 9.mp3?dl=0

(קרעדיט פאר דער מקור: viewtopic.php?p=1143195#p1143195)

דא אן אנדערע ווערסיע הערליך און ווארעם [דוד ווערדיגער איז אביסל שנעל]
https://www.dropbox.com/s/jd69jcf8pcn3e ... z.mp3?dl=0
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מעליצע ידיד נפש, געזינגען אריגינעל:

אדמו"ר ר' איציקל מעליצער זי"ע

ר' מענדל קורץ ע"ה

ר' שמואל בן האדמו"ר ר' יצחק הורוביץ ע"ה
(נישט זיכער ס'איז איהם, אזוי דאכט זיך מיר)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

אויף עתיקא קדישא 5 ביי ונתנה תוקף זינגט ר' ירמי' כבקרת אזויווי יאסעלע'ס, איז די שאלה ווער האט גענומען פון וועם?

אזוי אויך אויף עתיקא קדישא 3 ביי די אודה ניגון,ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ זינגט ער א תנועה אקוראט ווי יאסעלע'ס גשם, די חלק פון ייחד לב וגל אבן, איז די זעלבע שאלה ווער האט גענומען פון וועם?
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

הענדימען האט געשריבן:שוין יארן וואס איך האב חשק זיך אויסצולערנען דעם גאנצן סקולענער כל מקדש אבער קען נישט פערזענליך קיינעם וואס קען עס

נעכטן האב איך געטראפן דאס אבער איך זעה אז די פאר שטיקלעך וואס איך האב געקענט ביז היינט זענען שרעקליך אומריכטיג




אויפן קול מבשר אינטערוויו האט דער ארויסגעבער פונעם אלבום געזאגט אז מ'האט עס איבערגעזינגען אסאך מאל און געגעבן פאר יודעי דבר איבערצונעמען צו מאכן זיכער אז עס איז די ריכטיגע ווערסיע
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

און שוין! האט געשריבן:אויף עתיקא קדישא 5 ביי ונתנה תוקף זינגט ר' ירמי' כבקרת אזויווי יאסעלע'ס, איז די שאלה ווער האט גענומען פון וועם?

אזוי אויך אויף עתיקא קדישא 3 ביי די אודה ניגון,ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ זינגט ער א תנועה אקוראט ווי יאסעלע'ס גשם, די חלק פון ייחד לב וגל אבן, איז די זעלבע שאלה ווער האט גענומען פון וועם?

דאס האט רבי איטשע דמן ע"ה מעצמו גענימען פון יוסעלע, האט נישט מיט ראפשיץ/ראזוואדאוו קיין שייכות, דאס איז טאקע איינע פון די אומבא'טעם'טקייטן מיט ר' ירמי'ס אלבום'ס א געמישאכטס פון ראזוואדאוו מיט סתם זאכן פון אינדרויסן און באלד וועט מען זאגן (שוין דא וואס זאגן שוין) אז דאס זענען ראזוואדאווע ניגונים...

---
גאנץ אודה איז יוסעלע'ס גשם נאר פארדרייט כדרכו..
נאך א מזל זיי שרייבן עס קלאר ארויס...

FDCAB17D-15A0-42BA-A1C4-9C26292291CB.jpeg
FDCAB17D-15A0-42BA-A1C4-9C26292291CB.jpeg (14.54 KiB) געזען 1078 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן:אויף עתיקא קדישא 5 ביי ונתנה תוקף זינגט ר' ירמי' כבקרת אזויווי יאסעלע'ס, איז די שאלה ווער האט גענומען פון וועם?

אזוי אויך אויף עתיקא קדישא 3 ביי די אודה ניגון,ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַ זינגט ער א תנועה אקוראט ווי יאסעלע'ס גשם, די חלק פון ייחד לב וגל אבן, איז די זעלבע שאלה ווער האט גענומען פון וועם?

דאס האט רבי איטשע דמן ע"ה מעצמו גענימען פון יוסעלע, האט נישט מיט ראפשיץ/ראזוואדאוו קיין שייכות, דאס איז טאקע איינע פון די אומבא'טעם'טקייטן מיט ר' ירמי'ס אלבום'ס א געמישאכטס פון ראזוואדאוו מיט סתם זאכן פון אינדרויסן און באלד וועט מען זאגן (שוין דא וואס זאגן שוין) אז דאס זענען ראזוואדאווע ניגונים...

---
גאנץ אודה איז יוסעלע'ס גשם נאר פארדרייט כדרכו..
נאך א מזל זיי שרייבן עס קלאר ארויס...

FDCAB17D-15A0-42BA-A1C4-9C26292291CB.jpeg

יישר כח!! איך האב נישט די ביכעלעך פון די עתיקא קדישא סידיס, נאר איך הער עס אויס אויף jm און ס'מיר געווען א חידוש...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

בכלל איז ר' ירמי'ס זאכן זייער געפיצט, זיינע ניגונים פון ר' יו''ט ערליך זענען היפש פארדרייט, שוין אפגערעדט זיין חזנות טיש וואס געוויסע שטיקלעך זענען ממש נישט צום דערקענען.
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

און שוין! האט געשריבן:בכלל איז ר' ירמי'ס זאכן זייער געפיצט, זיינע ניגונים פון ר' יו''ט ערליך זענען היפש פארדרייט, שוין אפגערעדט זיין חזנות טיש וואס געוויסע שטיקלעך זענען ממש נישט צום דערקענען.

חזנות טיש איז מעגליך אז ר' יוסף משה כהנא האט עס געטוהן, ער האט געוויסע מאל א שיטה צו פארדרייען אביסל א ניגון ס'זאל זיין מער גרינגער נאכצוזינגען און ווערן א נחלת הכלל.
בכלל איז די חזנות טיש בעל תפילה'דיג נישט די וועלט אנגערופענע חזנות, און מעגליך אז דאס איז אויך פשט פונעם פארדרייען.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן:אויפן קול מבשר אינטערוויו האט דער ארויסגעבער פונעם אלבום געזאגט אז מ'האט עס איבערגעזינגען אסאך מאל און געגעבן פאר יודעי דבר איבערצונעמען צו מאכן זיכער אז עס איז די ריכטיגע ווערסיע

יישר כח

ווארטמער אז די קינדער זאלן אהיימקומען פון קעמפ....

שווער צו מאכן היינטיגע קינדער אויסהערן עפעס אן אלטן איד זינגען א ניגון
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:שוין יארן וואס איך האב חשק זיך אויסצולערנען דעם גאנצן סקולענער כל מקדש אבער קען נישט פערזענליך קיינעם וואס קען עס

נעכטן האב איך געטראפן דאס אבער איך זעה אז די פאר שטיקלעך וואס איך האב געקענט ביז היינט זענען שרעקליך אומריכטיג




אויפן קול מבשר אינטערוויו האט דער ארויסגעבער פונעם אלבום געזאגט אז מ'האט עס איבערגעזינגען אסאך מאל און געגעבן פאר יודעי דבר איבערצונעמען צו מאכן זיכער אז עס איז די ריכטיגע ווערסיע

א שאד ער האט מיר עס נישט געגעבן אויסצוהערן...

נישט איבעראל קען מען אנצייגן וועלכע פרט ס'איז נישט ריכטיג, אבער מ'קען זען אז ער לערנט פשוט נישט גוט אפ דעם ניגון.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: איז די ניגון אריגינאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:האסטו 2, די ערשטע מיין איך איז גאר פיין

https://www.dropbox.com/s/1mztidbw7pi5l ... 9.mp3?dl=0

https://www.dropbox.com/s/d008jfvmnzfrh ... 9.mp3?dl=0

די ערשטע ריקארדינג איז ווארשיינלעך כ”ק אדמו”ר מסקולען מאנסי שליט”א וואס כפי השמועה זענען די בעלי מחברים פון דעם סידי אפגעזעצען ביי איהם אומצאליגע שעות איבערצוגיין יעדן קנייטש פונעם ניגון עס זאל ארויסקומען די מערסטע ארגינעל וואס שייך. כמובן אז אויף א סידי מיט מוזיק און קווייערס איז זייער שווער עס זאל ארויסקומען מיט די פארצייטישע הייליגע חן וויאזוי עס איז געזינגען געווארן ביי די לעכטיגע טישן בהילו נרו פונעם רבי’ן זי”ע.

(געהערט פון איינעם וואס זיצט אסאך אפ בחצר הקודש סקולען מאנסי, אז במשך די פארגאנגענע ווינטער חדשים האט מען אסאך מאל געקענט ארויסהערן פונעם רבי’נס שטוב וויאזוי די רבי גייט איבער דעם ניגון מיט בעלי מנגנים - איינמאל האט מען אפילו ארויסגעהערט וויאזוי די רבי זינגט עס אינאיינעם מיט א קווייער)
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”