מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

שוין די לעצטע האלבע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט א נייע אויפגייענדע שטערן אויב מ'קען זיך נאך אזוי אויסדרוקן נאכן אביוזען דעי אויסדרוק,
אזוי צו וויאזוי מ'זאל נאר אנרופן דעם טאלאנט וואס האט זיך באוויזן אויפן סטעידזש רעדט זיך עס פון עפעס וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזעהן, עד כדי כך אז אויב וואלט איך ווען געהאלטן אז מיין מיינונג ווערט אטאמאטיש די ציבור'ס מיינונג, וואלט איך זיך אויסגעדרוקט אז דא רעדט מען ממש פון א כל בו אין זיין פעלד.

אינטערסאנט אז מ'האט נאכנישט גערעדט פון איהם דא אויפן וועלטעל, א נאמען האט מען איהם געגעבן אלימלך און ער איז געבוירן ביי משפחת ברוינשטיין,
אלס קינד האט מען מסתמא שוין געזעהן אז ער האט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן עפעס א ספעציעלע טאלאנט אין זיין קול וואס זיינע חברים אין זיין יארגאנג האבן נישט באקומען, און אלס עין הרע האט מען איהם נישט ארויסגעשאנקן פארן ברייטן ציבור זאל זיך פארסמאקעווען אויף זיין שטימע דעריבער האט מען נישט געהערט פון איהם ביז יעצט אבער אצינד וואס ער האט באוויליגט ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט פארדינט ער זיך ערליך אן עקסטערן אשכול.

ער האט א באמבאסטישע שטימע וואס צעקראצט זיך נישט ביים ארויפציען אויף הויעכע געדרייטע טענער ווי א פידל זינגט ער אפ צעדרייטע שטיקלעך גרינגערהייט אויסקוקענדיג ווי ער זאל האבן געווען ביי וואויס לעסאנס פאר 10 יאר ביי די בעסטע וואויס טיטשער,
ער זינגט לעצטנס אויף אסאך קומזיצען, א קומזיץ מיט איהם איז ווערד אסאך, זינגט זיך אזוי שירי נשמה מיט אזא געפיל און ווארעמקייט רוקענדיג די הענט פאכמאניש איבערן גיטאר אזש ער פארדינט ערליך דעם נאמען 'משנה למלך ה'קומזיצען' ווייל די נאמען מלך איז שוין לכאורה פארכאפט,

מ'דינגט איהם אויך אויף חתונות ער קומט אינמיטן הארא, לאזנדיג די אפיציעלע זינגער זיך אפרוען נעמט ער איבער דעם מייק טוט זיך אן דעם גיטאר און נעמט זיך שטורעמען דעם זאל מיט זיין אויסטערלישן שטימע מיט ווארעמע קומזיץ ניגונים מיטנעמענדיג מיט זיך די באטייליגטע אין א העכערן אטמאספער איבערלאזנדיג די בלויזע ביישויער זיך רייבן די שלייפן צו דאס איז טאקע א ווירקליכקייט

א גאר גאר שטארקע וואקאליסט וואס אזאנס ווי איהם איז דא ווייניג ביי אונזער עולם,
זה האברך גדול יהיה זאגן די מומחים

דא לייג איך ארויף קורצע רעקארדינוגען לשבר את האוזן פון וואס ס'רעדט זיך דא
הערטס קוקטס און גייטס אויס פון התפעלות
איז די לינק:

מיילעך ברוינשטיין - קליפ'ס

מיילעך ברוינשטיין.jpg
מיילעך ברוינשטיין.jpg (105.16 KiB) געזען 4948 מאל
לעצט פארראכטן דורך א שרייבערל אום דינסטאג יולי 27, 2021 9:25 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אוטטש! נישט געכאפט וואו דער ארטיקל ליגט..געמיינט סאין פארברענגן, שוין געדייעלט דע נומבער..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

וויצן אין א זייט געלייגט, דער אינגערמאן האט עס
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פּעיד עד?
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

טישטוך האט געשריבן:פּעיד עד?

כ'האב אזוי שטארק הנאה געהאט פון אים און עס געוואלט לאזן וויסן פאר אנדערע און כדי צו ציען אינטערעסע אפצוליינען די באשרייבונג האב איך אפגעמאכט אז כ'וועל איהם פראבירן אראפצולייגן ווי כאילו ס'איז א באצאלטע אנאנס אדער כאילו איך בין זיין מוזיק אגענט
אבער אל תסתקל בה''עד'' אלא במה שיש בתוכו
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

א שרייבערל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:פּעיד עד?

כ'האב אזוי שטארק הנאה געהאט פון אים און עס געוואלט לאזן וויסן פאר אנדערע און כדי צו ציען אינטערעסע אפצוליינען די באשרייבונג האב איך אפגעמאכט אז כ'וועל איהם פראבירן אראפצולייגן ווי כאילו ס'איז א באצאלטע אנאנס אדער כאילו איך בין זיין מוזיק אגענט
אבער אל תסתכל בה''עד'' אלא במה שיש בתוכו
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א שרייבערל האט געשריבן:הערטס, קוקטס, און גייטס אויס פון התפעלות.

חסדי ה' כי לא תמנו, איך האב געהערט און נישט אויס-געגאנגען פאר התפעלות, איך לעב ב"ה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

יא יא, שוין לאנג געטראכט צו עפענען אן אשכול איבער אים... דער איז ממש קרעיזי, ער לייגט אריין זיין גאנצע הארץ און נשמה אינעם ניגון און בשעת מעשה שפילט ער זיך ארום מיטן ניגון כאילו ס'איז זיין טוי... דעפינעטלי אז וואלט זיך פארדינט ערליך די טיטל מלך מלכי הקומזיצערס...

אויב מעגליך ביטע אריינקומען מיט מער פרטים וועגן אים, וואו וואוינט ער, וועלכע חסידות, א.ד.ג
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

masmid האט געשריבן:מלך מלכי הקומזיצערס...

viewtopic.php?f=96&t=49020

נישט געשריבן אויף דעם זינגער, נאר אויף דעם קוריאזער טיטל...
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

זינגט זייער בא'טעמ'ט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ער זינגט הערליך, גרייכט זייער הויכע טענער. איך בין שוין פשוט נמאס פון הערן טעגליך איבער נייע שטערנס. פונקט ווען עס האנדלט זיך איבער מיילעך ברוינשטיין קען מען זאגן אז ער זינגט ביוטיפל.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

נא_שכל האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:הערטס, קוקטס, און גייטס אויס פון התפעלות.

חסדי ה' כי לא תמנו, איך האב געהערט און נישט אויס-געגאנגען פאר התפעלות, איך לעב ב"ה.

האב איך אריינגעלייגט אפאר אזעלכע שטיקלעך מיט כוונה, פשוט צו זעהן ווער ס'גייט אריינקומען מיט א גוטס'ל אדער א וויץ און זוכה זיין צו משמח זיין שווערע צענדליגע ליינער
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

טישטוך האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:מלך מלכי הקומזיצערס...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=49020

נישט געשריבן אויף דעם זינגער, נאר אויף דעם קוריאזער טיטל...

ס'האט זיך געלוינט דעם גאנצן באשרייבונג נאר צו ארויסדערווישן פון דיר אזא שטיקל
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

טישטוך האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:מלך מלכי הקומזיצערס...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=49020

נישט געשריבן אויף דעם זינגער, נאר אויף דעם קוריאזער טיטל...

קומט זיך מיר געהעריג קרעדיט פאר די פאעזיע... טישטוך ביסט מלך מלכי הפאעזיע'רס..!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

א שרייבערל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:הערטס, קוקטס, און גייטס אויס פון התפעלות.

חסדי ה' כי לא תמנו, איך האב געהערט און נישט אויס-געגאנגען פאר התפעלות, איך לעב ב"ה.

האב איך אריינגעלייגט אפאר אזעלכע שטיקלעך מיט כוונה, פשוט צו זעהן ווער ס'גייט אריינקומען מיט א גוטס'ל אדער א וויץ און זוכה זיין צו משמח זיין שווערע צענדליגע ליינער

גייט אריין בגדר לשון הרע אויסלויבען א מענטש מער ווי ער האט....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

עפעס א רעקארדירונג איז דא פון אים איבער די אוקריינה אומגליק, איינער דערמיט?
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

וואלד האט געשריבן:עפעס א רעקארדירונג איז דא פון אים איבער די אוקריינה אומגליק, איינער דערמיט?

https://drive.google.com/file/d/1xEbdhj ... sp=sharing

https://drive.google.com/file/d/1d2Hfwh ... sp=sharing
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

א שרייבערל האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:עפעס א רעקארדירונג איז דא פון אים איבער די אוקריינה אומגליק, איינער דערמיט?

https://drive.google.com/file/d/1xEbdhj ... sp=sharing

https://drive.google.com/file/d/1d2Hfwh ... sp=sharing

שכוח!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הערליך שיין, א גוטע שטארקע הויכע און גאנץ א סמוט שטימע, דרייעט פיין.

וויל איך זיך דא ווענדן צו ר' מיילעכן. כ'בעט דיך, אל תלך בדרך אתם, טויש נישט דיין לבוש, בלייב מיט דיין שיינעם טלית קטן. רייס דיר נישט די בארד, ס'עט נאך שיין וואקסן. בלייב מיט די גאנצע חסיד'ישע געשמאק.

מיר כאניאקעס מעגן נאך האבן איינעם וועמען מיר זענען באקוועם מיט.

מיט דאנק, הק' סאכדעס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

זינגט זייער הארציג זינגט טיפע אייגענע שיינע תנועות ליגט שטארק אינעם ניגון וואס ער זינגט! זייער הנאה געהאט!
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

Wow so much agents
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איבערגעגאנגען די ווידיאוס אביסל. דער האט גרויסע שאיפות.. זינגט מיטן גאנצע נשמה, ציט ארויף מיטן גאנצען ברען און פרישקייט. מיט אסאך ענערדזשי.
דערמאנט אביסל פון יהודה גרינ'ס פייער.

כה לחי!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

וואף דער האט ענערגיע
ער זינגט פיין און ציט געוואלדיג
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
ארויף
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

איינער האט זיין נומער?
בבלי
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 26, 2021 11:48 pm

Re: מיילעך ברוינשטיין - קומזיצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבלי »

ברענגטס נאך סחורה פון אים. דער אינגערמאן האט עס!!!
שוין לאנג נישט געהערט אזאנס! ממש א כל בו די שטומע, ווארימקייט, ארויפציען, דרייען…
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”