מוזיקפידיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מוזיק דיקשענערי


לכבוד׳ן געקרוינט ווערן אלס שר מאה, עפענען מיר א שפאגל נייע אשכול דאהי אינעם היכל הנגינה וואס וועט בעזר הויה זיין אינטערעסאנט און אינפארמירנד פארן עולם.
מיר וועלן דא דורכטוהן און מסביר׳ן וואס איז די באדייט פון נוסח/שירים/פיוטים/ארטיסט/קאמפאזיטער/דיכטער/גראמער/זינגער/אררעינדזשער/פראדוסער/מיקסער/מעסטער/חזנות/ארקעסטרא/פילהארמאניע/
קאנדוקטער/טעמפא/בענד/קווארטעט/קלאסיקעל מוזיק/דזשאנרעס/קווייער/אינסטרומענטן און אלס אנבאלאנגט נגינה.
בכלל וועט מען ארום רעדן וואס מיינט דאס א גוטע קאמפאזיציע, ווי אזוי דארף א ניגון געבויט ווערן, וואס איז די דזשאב פון אן אררעינדזשער, וואס מיינט חסידישע נגינה, ווי שטיי מיר היינט אא״וו.
און יעדע אנדערע ווארט אדער קאנסעפט וואס איינער וויל פארשטיין קען ער דא אנפרעגן און דער וואס ווייסט קען ענטפערן.
........

מיר וועלן בעזר הויה אנהייבן מיט ארטיסט. וואס מיינט דאס? איינער וואס קען מאלן? אדער איז טאקע יעדער זינגער וואס שטייט אויפן טרעק ״ארטיסט״, אן ארטיסט?
בשם השם נעשה ונצליח.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דאנערשטאג יולי 08, 2021 2:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מיר ווארטען מיט שפאנונג
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געוואלדיג! קען זיין זייער אינפארמאטיוו.

כ׳מיין מ׳זאל טוישן די קעפל צו ״מוזיק דיקשאנערי״
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

קענט וועיט
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

וואף! וואס דער כינור קומט אלץ אויף..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ענדע צדיק! האט געשריבן:כ׳מיין מ׳זאל טוישן די קעפל צו ״מוזיק דיקשאנערי״
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

בוקמארקד.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דאס איז גוטע נייעס!! ווארטן מיר מיט גרויס שפאנונג און נייגער! א דאנק אייך (און יעדער) פון פאראויס.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

געטוישט דעם קעפל צו מוזיק דיקשענערי על עצת ענדע צדיק און מקווה איד. א דאנק טאקע אלע וואס האבן באגריסט דעם אשכול.
מסירות מודעה: די קומענדיגע תגובה/ארטיקל וועט אביסל אפגעשטופט ווערן. מיר האבן בסייעתה דשמיא א פיצי חלק אין א גאר גרויס פראיעקט וואס אפאר ניקס ארבעטן דערויף שוין גאר א לאנגע צייט וואס וועט אפהילכען מאייעולם ועד סופו. אין די ליידיגע צייט בינעך פארנומען ואתכם הסליחה
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

געשפאנט!
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:געשפאנט!

אונזער כינור איז ערווארטעט אהערצושטעלן א פיינע זאך, כדרכו.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

כינור האט געשריבן:געטוישט דעם קעפל צו מוזיק דיקשענערי על עצת ענדע צדיק און מקווה איד. א דאנק טאקע אלע וואס האבן באגריסט דעם אשכול.
מסירות מודעה: די קומענדיגע תגובה/ארטיקל וועט אביסל אפגעשטופט ווערן. מיר האבן בסייעתה דשמיא א פיצי חלק אין א גאר גרויס פראיעקט וואס אפאר ניקס ארבעטן דערויף שוין גאר א לאנגע צייט וואס וועט אפהילכען מאייעולם ועד סופו. אין די ליידיגע צייט בינעך פארנומען ואתכם הסליחה

המממ... איך ווער נייגעריג..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מען וועט בסייעתא דשמיא אנהייבן א סעריע ארטיקלען איבער די יסודות פון נגינה.
ביי די ענדע פון די ארטיקלען וועט מען האבן א בעיסיק פארשטאנד ווי אזוי מוזיק ארבעט און פארוואס געוויסע זאכן הערן זיך גוט און געוויסע נישט.
קומט מיט אויפן רייזע עס וועט זיין אינפארמירנד און העכסט אינטערסאנט.

קול



Sound waves

קול איז א כוואליע. א וויבעראציע וואס לויפט דורך חומר ווי לופט און וואסער. וואלן אין לופט ווערן געשאפן דורך צושטערונגען אין לופט מאלעקיולס. צו פארשטיין געבן לאמיר נעמען דעם ספיקער אלס ביישפיל. א ספיקער פארמאגט סך הכל צוויי אויפגאבעס. ער דארף זיך רוקען א טראפקעלע אויף פאראויס, און דאן זיך צוריק אריינציען. ווען די דייאפרעים (דעם דינעם רינדיכיגן cone מיטן באלי אינדערמיט) אינעם ספיקער רוקט זיך אויף פאראויס, ווערן די לופט מאלעקיולס דערנעבן אריינגעשטופט איינס אינעם צווייטן; זיי ווערן קאמפרעסד צוזאמען און עס שאפט אזא קליינעם ׳בערגל׳. ווען די דייאפרעים ציט זיך צוריק, שלעפט עס די לופט מיט זיך און שאפט א קליינעם ׳טאל׳. דאן שטופט די ספיקער נאכאמאל אויף פאראויס און שאפט נאך א בערגל. ווען עס חזר׳ט זיך איבער אפאר מאל ווערט א סעריע בערג און טאלן - א סאונד Wave.

דער הייב פונעם כוואליע - די בערגל - רעפרעזענטירט די צייט ווען די לופט מאליקיולס זענען קאמפרעסד צוזאמען, די פאל פונעם כוואליע איז די צייט ווען די מאליקיולס שטופן אוועק איינער פונעם אנדערן. איין גאנצע וויבעראציע פון אזא כוואליע הייסט א cycle און דאס האלט זיך אין איין איבערחזר׳ן אין צייט.

לאמיר געבן א דוגמא. אז מ׳לייגט אריין די האנט אין א סינק/וואנע אנגעפולט מיט וואסער און מ׳געבט א שטופ אויף פאראויס ווערט געשאפן א בערגל וואסער. דאן אז מ׳געבט א רוק אויף צוריק, ווערט געשאפן א טאל. ווידער א שטופ אויף פאראויס און מ׳דערזעהט דעם גענויען בילד ווי אזוי סאונד ארבעט.

(בעצם איז פארהאן צוויי סארטן וואלן אין נאטור. א Transverse wave און א Longitudinal wave. ווען עס קומט פון אהונטער א Transverse wave, הייבט עס ארויף און שלעפט אראפ, ווי א שיף אויפן וואסער. א Longitudinal wave ווען עס קומט פון אהונטער שטופט עס פאראויס און צוריק ווי א ספרינג און א סלינקי. סאונד - נישט ווי וואסער - לויפט אין א Longitudinal wave. ווען ס׳קומט אבער צו אילוסטרירן soundwaves איז גרינגער זיך צו באניצן מיט וואסער כוואליעס. (נישט וויכטיג צו פארשטיין דעם שטיקל)

Waves.png
Waves.png (43.74 KiB) געזען 5946 מאל


די ספיד פון סאונד כוואליעס טוישט זיך לויט׳ן חומר אין וואס עס פארט.
א קול לויפט 1,125 פיס אין א סעקונדע ווען עס גייט דורך לופט און 4,826 פיס פער סעקונדע ווען עס גייט אין וואסער. (די סיבה דערפאר איז וויבאלד אין וואסער זענען די מאליקיולס נענטער איינס צום אנדערען ווי לופט). אין אלימינום וועט קול גיין אזוי שנעל ווי 21,063 פיס אין א סעקונדע.

Frequency

אבער אזוי קען מען נאכנישט הערן סאונד. אז מיר מענטשן זאלן אויפכאפן גערודער דארף זיך איבערשפילן די אויבערדערמאנטע פיל מאל פער סעקונדע. דא קומען מיר צו צו פריקווענסי (פריקווענסי קומט פון די ענגלישע ווארט ׳פריקווענט׳ וואס מיינט ׳כסדר׳). פריקווענסי באדייט די צאל פון cycles - כוואליעס פער סעקונדע און ווערט געציילט אין Hertz. אין קורצן Hz.
1Hz = איין cycle פער סעקונדע.
די מענטשליכע אויער איז נאר אומשטאנד אויפצוכאפן כוואליעס אין די לופט אויב עס לויפט לכל הפחות 20 מאל פער סעקונדע -20Hz און לכל היותר 20,000 כוואליעס פער סעקונדע - 20,000Hz וואס מ׳רעכנט אין 20khz - Kilo-hertz. ווייניגער פון 20 כוואליעס איז סאב סאניק, און מער פון 20,000 איז סופער סאניק און איז שוין אוממעגליך צו אויפכאפן. (סאב סאניק איז נישט הערבאר אבער יא פילבאר און מ׳קען עס שפירן. ווייניגער ווי 20hz ווערט אויך אנגערופן infrasound, און באשעפינישן באנוצן זיך דערמיט צו קאמיוניקירן איינער מיט די אנדערע פון צומאל הונדערטער מיילן ווייט! סיינטיסטן נוצן infrasound אויפצוכאפן ערדציטערנישן אדער וואלקאנישע אויסברוכן)

דאס איז די סיבה פארוואס אויב מען רוקט די האנט אהין און צוריק הערט מען נישט קיין גערודער (אויב עס צושטערט מאליקיולס פרודוצירט עס דאך וואלן, טא פארוואס הערט מען גארנישט) ווייל קיינער רוקט נישט די האנט 20 מאל פער סעקונדע. ווען מען קלאפט אבער אריין אין א גענגשטאנד, קען מען יא הערן סאונד ווייל די קלאפ נעמט נישט מער ווי אפאר מילי סעקונדעס און דאס איז שוין יא הערבאר.


Wave length


סאונד רוקט זיך אלס אינעם זעלבן ספיד נישט קיין חילוק וואס די פריקווענסי איז. אלע פריקווענסי׳ס לויפן אינעם זעלבן ספיד, נישט שטייטער און נישט שנעלער. מילא קען נישט זיין אז אלע כוואליעס זאלן זיין אין זעלבן גרויס, ווייל אויב אזוי וואלטן הויעכע פריקווענסי׳ס אנגעקומען פיל שנעלער צו אונזערע אויערן ווי נידריגע פריקווענסי׳ס - ווייל ער פראדוצירט דאך כוואליעס פיל שנעלער, נאר הויעכע פריקווענסי׳ס פראדוצירט קליינע וואלן - מער מאל פער סעקונדע און נידריגע פריקווענסי׳ס פראדוצירט גרעסערע (לענגערע) וואלן - ווייניגער מאל פער סעקונדע.

(הויכע פריקווענסי׳ס פראדוצירט ׳קורצערע׳ וואלן נישט קלענערע וואלן ממילא וועט עס ביי דיפאלט נישט זיין שטילער ווי נידריגע פריקווענסי׳ס)

עס צו לייגן אין פערספעקטיוו, א פריקווענסי פון צוואנציג Hertz גייט פארמאגן א Wave length פון 50.8 פיס. דאס איז גאר גרויס און פיל לופט צו רוקן פאר איין כוואליע. אויף די אנדערע זייט פונעם ספעקטרום, א פריקווענסי פון 20,000 Hertz אדער 20 KiloHertz גייט פארמאגן א wave length פון 0.669 אינטש, בערך צוויי דריטל פון אן אינטש.

אין קורצן: wavelength frequency ארבעט פאראדאקסיש. די העכער די פריקווענסי די קלענער די wavelength. די נידריגער די פריקווענסי די לענגער די wavelength.

(עס איז אינטערסאנט אנצומערקן, אז נידריגע פריקווענסי׳ס וועט קענען טרעוולען ווייטער ווי הויעכע פריקווענס׳יס וויבאלד ער פארנוצט נישט אזויפיל ענערגיע ווי הויעכע (הויעכע פריקווענסי׳ס דארף מער ענערגיע וויבאלד ער פראדוצירט מער כוואליעס פער סעקונדע), און אז נידריגע פריקווענסי׳ס פראדוצירט ווייניגער וויבערראציע אין חומר און וועט דעריבער אריבערגיין גרינגער דארף מען האבן מער סאונד פרוף מאטריאל דאס צו בלאקירן.)

Amplitude

אז Wavelength באדייט ווי לאנג א כוואליע איז, באדייט Amplitude ווי הויעך א כוואליע איז - די ענערגיע פונעם כוואליע. מיר רופן דאס וואליום. ווי העכער די כוואליע אלס העכער די וואליום און ווי קלענער די כוואליע אלס שטילער די וואליום.

לופט רעאגירט גאר ענדליך צו וואסער. פונקט ווי ווען מ׳ווארפט אריין א שטיינדעלע אין וואסער פרודוצירט עס וואלן וואס רוקן זיך אויף ארויס אין א צירקל, די זעלבע פאסירט מיט לופט. באטראכט די לופט מאליקיולס ווי וואסער, און די קול ווי א שטיינדעלע.
די סאונד Wave רוקט זיך ארויס פונעם מקור אין אלע דירעקציעס ווערענדיג שטילער ווי ווייטער עס ווערט. א קליינעם שטיינדעלע באשאפט קליינע וואלן וואס זענען גאר נאנט צוזאמען. א גרויסע שטיין באשאפט פיל גרעסערע וואלן וואס פארלאנגט מער פלאץ זיך צו פארמירן.

Sound.png
Sound.png (59.35 KiB) געזען 5946 מאל



Phase


אין סאונד איז דא גאר אן איטערסאנטע פענאמען גערופן Phase.
עס דארף אנגעמערקט ווערן אז די שייכות פון וואליום און די נומער פון אינסטרומענטן וואס שפילן איז נישט איינס אויף איינס. אז מען טאפעלט די נומער פון אינסטרומענטן וועט נישט געטאפעלט ווערן די וואליום פון די סאונד וואס עס פראדוצירט.
די סיבה דערפאר איז וויבאלד sound waves קענען זיך אדער שטארקער מאכן אדער זיך אויסקענסלען איינער דעם אנדערן.
נעמט א דוגמא דערצו פון כוואליעס וואס ווערן געשאפן ווען מען ווארפט אריין צוויי שטיינער אין א שיסל וואסער. ווען די כוואליעס געשאפן פונעם ערשטן שטיין קומט זיך צוזאם מיט די כוואליעס געשאפן דורך די צווייטע שטיין, גייען זיי זיך טיילווייז אויסקענסלען. ס׳וועט ווערן א צומישעניש פון פיל קליינע כוואליעס.
די זעלבע ביי סאונד. אז איינער שפילט אין א שטילן צימער איין נאט אויף א פידל, לאמיר זאגן די הויעכקייט - די וואליום דערפון איז 10. אויב וועט מען צולייגן נאך א פידל אין צימער און ס׳וועט שפילן די זעלבע נאט וועט עס אודאי העכער ווערן, אבער ווייט פון טאפעלט די הויעכקייט. (די הויעכקייט וועט זיין בערך ביי 14). דאס איז וויבאלד די soundwaves פון די צווייטע פידל קענסעלט אויס א חלק פון די soundwaves פונעם ערשטן פידל. אבער Phase cancelation פארמינערט נאר די Amplitude. נישט דעם פריקווענסי. מילא וועט די פיטש פונעם נאט בלייבן געהעריג (זעה באלד מער דערוועגן).

(אז מ׳רעדט שוין פון וואליום, א שטריק וואס וויבערירט גייט נאכנישט פרארוצירן א הויעך קול. כדאי דאס צו עררייכן שטעלט מען עס צאם מיט א שטיקל האלץ, און דאס איז גורם אז די האלץ זאל וויבערירן אין די זעלבע פריקווענסי ווי די שטריק. אנשטאט האבן נאר א שטריק וואס שאקעלט זיך האט מען יעצט א גרויס שטיק האלץ וואס וויבעררירט פאר זיך אליינס. דאס איז פשט פון די גוף פונעם גיטאר און פיאנא. די האלץ עמפליפייד די קול פונעם שטריק. עס איז נישט סתם פאר שיינקייט.)

Pitch
פיטש באדייט די הויעכקייט/נידריגקייט פון א סאונד.
לאמיר צוטיילן פריקווענסי אין צוויי גרופעס. נידריגע פריקווענסי און הויעכע פריקווענסי. זיך נישט פארמישן מיט וואליום - Amplitude. יעצט רעדן מיר פון וואלן פער סעקונדע. מיר הערן טוישינגען אין פריקווענסי ווי טוישינגען אין ׳פיטש׳. ווי העכער די פריקווענסי, אלס העכער די פיטש. ווי נידריגער די פריקווענסי, אלס נידריגער די פיטש.
(דער פיטש A אין א בעיס אינסטרומענט איז טונד צו 55hz - גאר א נידריגע פריקווענסי, הערט זיך עס גאר נידריג אין פיטש. די נאט A אין א פיאנא איז טונד צו 440hz דערפאר הערט זיך די פיאנא דינער און העכער אין פיטש וויבאלד ס׳פראדוצירט מער כוואליעס פער סעקונדע - העכערע פריקווענסי.)

מיט דעם וועט מען פארשטיין פארוואס ווען מען פעסט פארווערד אודיא (ווער ס׳געדענקט נאך טעיפ׳ס...) ווערט עס דין און קוויטשעדיג און ווען מען מאכט עס גאר שטייט ווערט די אודיא דיק און נידריג. ווען עס ווערט שנעל ווערט פארמערט די פריקווענסי פער סעקונדע ממילא הייבט זיך די פיטש. ווען עס ווערט שטייט איז דא ווייניגער פריקווענסי׳ס פער סעקונדע ממילא נידערט עס די פיטש.

מען קען דאס זעהן ווען מען מאכט צו א זיפער. ווי שנעלער מען ציט אויף ארויף אלס מער ווערט די קול קוויטשעדיג און העכער. דאס איז וויבאלד די פריקווענסי פון די אייזענעס וואס קלאפן אריין איינס אינעם צווייטן ווערט געהויבן.

איבער די וועלט ווערט לעצטנס מער און מער פאפולער צו אינסטולירן א זינגעדיג שאסיי צו פארשטייטערן די פארקער. וואס איז דאס א זינגעדיגע שאסיי און וויאזוי ארבעט דאס? אינדזשענערן זענען אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע קוריאזן אופן זיך צו באניצן מיט די אויבערדערמאנטע פיזיקס כללים. זייער איינפאל איז, אז וויבאלד ווי העכער די פריקווענסי אלס העכער די פיטש, קען מען אויסשטעלן קליינע באמפס אינעם ראוד אויף א סטראטעגישן אופן אז ווען מ׳וועט פארן דערויף וועט די ראוד זיך נעמען זינגען... לאמיר זאגן אזוי, לענגאויס דעם ערשטן שטיקל וועג האבן זיי אויסגעשטעלט סטרייפס אויף א וועג אז אויב וועט מען אריבערפארן גענוי 45 מייל פער שטונדע וועט מען איבערהיפן - לאמיר זאגן - 50 באמפס פער סעקונדע און דעריבער פראדוצירן דעם פיטש פון 50hz.
אביסל ווייטער לייגט מען דאפעלט ווי בעפאר, אז אויב וועט מען אריבערפארן מיטן זעלבן ספיד וועט מען איבערהיפן 100 סטרייפס פער סעקונדע און דערמיט פראדוצירן אן 100 hertz פיטש. און אזוי ווייטער און ווייטער ביז זיי האבן מצליח געווען צו פארענדיגן א גאנצן ניגון געזינגען דורך ׳אספאלט׳.
די געדאנק איז פארשטייט זיך נאר גילטיג אויב מען וועט זיך האלטן צו איין ספיד א גאנצן וועג. ווייל די רגע מען דערהייבט אדער נידערט די ספיד ווערט געטוישט די פריקווענסי און דערמיט די פיטש.

(צו הייסן א פיטש, מאכט נישט אויס ווי קאמפליצירט די כוואליעס זענען ווילאנג עס ענטהאלט א פעטערן וואס האלט זיך אין איין איבער׳חזר׳ן. (זעה באלד מער דערוועגן)

א פיטש באשטייט פון כוואליעס וואס לויפט אין א פעטערן און האלט זיך אין איין איבער׳חזר׳ן אין א מסודר׳דיגע וועג, דערווייל נויז איז צוזאמגעשטעלט פון כוואליעס אן א ספעציפישע סדר און קיין איין פריקווענסי האט נישט קיין שייכות צו די אנדערע און ס׳חזרט זיך נישט איבער.
ווען מען הערט א טיר פארמאכט זיך הערט מען פריקווענסי׳ס אן א ספעציפישע סדר און דערפאר פארמאגט עס נישט קיין פיטש און מ׳הערט בלויז נויז.

א מוזיקאלישע נאט דארף ניטאמאל געמאכט ווערן דורך מוזיק אינסטרומענטן. יעדע זאך וואס וויבערירט און צושטערט די לופט אין א רעגולארע פארמאט וועט פראדוצירן א פיטש. פון די פליגל פון א בין ביז די מאטאר פון א קאר.)

Harmonics

מיר ווייסן שוין טאקע פארוואס געוויסע אינסטרומענטן הערן זיך העכער אין פיטש און געוויסע נידריגער, אבער נאכנישט פארוואס אן A פון א גיטאר הערט זיך אנדערשט פון אן A אויף דער פיאנא. ביידע פארמאגן דאך 440hz פער סעקונדע?

יעצט קומען מיר צו צום יסוד אויף וואס מוזיק איז געבויט.

סאונד באשטייט פון Overtones. יעדע קול וואס מיר הערן א טאג איז צוזאמען געשטעלט פון א געמיש פון נאך פארשידענע קולות וואס פארעמען די עיקר קול וואס מיר הערן. די דאזיגע קולות הייסן Overtones.

Overtones קען זיין הארמאניק און נישט הארמאניק. אווערטאנס וואס זענען נישט הארמאניק, פראדוצירט סתם גערודער. נויז. אווערטאנס וואס זענען יא הארמאניק, האלטן אונטער די פונדאמענטאל פריקווענסי און פראדוצירט א פיטש.

ווען מען שאקעלט א שטריק אויף אן אינסטרומענט לאמיר זאגן אן A נאט אין 440hz, וויבערירט נישט די שטריק נאר אין דעם 440 פריקווענסי. עס וויבערירט אין נאך פיל אנדערע פריקווענסי׳ס אלעס אין די זעלבע צייט.
די איבריגע פריקווענסי׳ס וואס מיר הערן רופן מיר הארמאניק אווערטאנס.
די הארמאניק אווערטאנס גייען שטענדיג זיין די פונדאמענטאלע פריקווענסי מולטיפלייד ביי א גאנצן נומער. דאס מיינט זיי גייען אלעמאל זיין רעלאטיוו צו די נאט וואס מען שפילט. ס׳איז פארהאן א פשוטע פעטערן אונטער דעם. א יעדעס מאל מ׳שפילט א נאט, גייט מען אויך הערן אביסל פון די פריקווענסי וואס איז דאפעלט די שנעלקייט, אביסל פון די פריקווענסי וואס איז דריי מאל אזוי שנעל, פיר מאל אזוי שנעל, פינעף מאל, וכן הלאה.
אבער אפי׳ טאקע מיר הערן פארשידענע פריקווענסי׳ס צוזאמען, בלייבט די פיטש פונעם אינסטרומענט ווי די פונדאמענטאלע פריקווענסי - אין אונזער פאל 440hz. דאס איז וויבאלד אין די צייט וואס די פונדאמענטאלע פריקווענסי פארענדיגט איין פולע cycle, פארענדיגט די ערשטע אווערטאן צוויי cycles, די דריטע אווערטאן דריי cycles, און אזוי ווייטער. קומט אויס אז אלע פון זיי פארענדיגן זייערע פעטערן אינאיינעם ביי.440hz

די ערשטע און פונדאמענטאלע פריקווענסי באשטימט די פיטש פון די נאט, און די אלע אווערטאנס האלטן אונטער און געבן נאר צו צו די פונדאמעטאלע פריקווענסי צו ערצייגן א מער קאמפליצירטע און רייכערע סאונד.
מיר הערן נישט די אווערטאנעס ווי עקסטערע נאטן, אבער מיר הערן זיי אין הארמאניע. און בעצם אז מען לייגט צו אן אויער קען מען פאקוסירן צו הערן די אווערטאנס. (נייגט צו אן אויער צו א גיטאר שטריק וואס וויבערירט וועט איר הערן חוץ די פונדאמענטאלע פיטש נאך העכערע נאטן. כ׳האב עס פרובירט און מצליח געווען צו דערשנאפן די איבריגע קולות וואס פארעמען די עיקר קול).

Overtones.png
Overtones.png (87.57 KiB) געזען 5946 מאל


און מיט דעם וועט מען פארשטיין וואס פונאנדערשיידט איין אינסטרומענט פונעם אנדערן.

די הארמאניק אווערטאנס זענען די וואס געבן פאר יעדן אינסטרומענט זייער אייגנארטיגע קול.
דאס הייסט די פונדאמענטאלע פריקווענסי איז טאקע 440Hz אויף א פיאנא און גיטאר, אבער די כאראקטער פון אן אינסטרומענט ווערט אוועקגעשטעלט לויט די הארמאניקס. די הארמאניקס באשטימט די Timbre - די כאראקטער פונעם סאונד.

א יעדעס מאל מיר הערן א נאט פון אן אינסטרומענט הערן מיר דאך א געמיש פון העכערע פריקווענסי׳ס - אווערטאנס, און געוואנדען אין די אינסטרומענט, אין זיין פארעם און מאס, און דער וועג ווי אזוי די נאטן ווערן געשאפן - צו דורכ׳ן רוקן שטריק מיט׳ן פינגער, צו מיט א Bow, צו מיט האמער, און אפי׳ די מאטריאל פונעם אינסטרומענט, וואספארא סארט האלץ מען נוצט, וועט זיך ווענדן די וואליום פון די פארשידענע הארמאניק׳ס אינעם סאונד.

שפילן מיט א Bow אויף א פידל און מיט די פינגער אויף גיטאר טוישט די הארמאניק קאנטענט פונעם קול אפי׳ די פריקווענסי בלייבט די זעלבע.

דאס איז די סיבה פארוואס אפי׳ צוויי פידעלעך וועלן זיך קענען הערן אנדערשט. צוויי שטיקלעך האלץ זענען געווענדליך נישט די זעלבע. זיי קענען קומען פון אנדערע ביימער, קענען האבן אנדערע דיקקייטן, אדער איז איינס עלטער פון די אנדערע אא״וו. די אלע פאקטארן טוישן די Amplitude פון געוויסע אווערטאנס און דערפאר פונאנדערשיידן זיי איין אינסטרומענט פונעם צווייטן.(די חילוק פון א סטראדיוואריעס פידל און א פשוטע איז נישט אין די שטריק נאר אין די האלץ.)
איין פידל וועט ארויסהייבן די דריטע הארמאניק און איין פידל די פערטע. און דאס איז די גורם פארוואס זיי הערן זיך אנדערשט.

די פיטש פונעם נאט ווענדט זיך אבער נאר אין פריקווענסי, נישט אין די כוואליע פארעם (זעה באלד מער דערוועגן). אז מ׳טוישט די פארעם פון א Soundwave דורך פארטוישן די הארמאניק אווערטאנס, אבער מען האלט זיך צום זעלבן פריקווענסי, וועט זיך נישט טוישן די פיטש. עס וועט נאר טוישן די timbre און כאראקטער פונעם קול.

יעצט הערט (ליינט) און שטוינט:
אז מ׳וועט אוועקשניידן די הארמאניק אווערטאנס פון א קול, וועט א מענטש, א קלארינעט, און א פיאנא וואס זינגען אין זעלבן פיטש זיך הערן די זעלבע! ווייל מ׳וועט נאר הערן די פונדאמענטאלע Sinewave (זעה באלד מער דערוועגן).

סאונד קען גרופירט ווערן אין צוויי גרופעס; די פונדאמענטאלע פריקווענסי - דאס איז די sinewave וואס באשטימט דעם פיטש פונעם סאונד, און די הארמאניק אווערטאנס.

דראם פארמאגט נישט קיין הארמאניק אווערטאנס, און דערפאר איז עס נישט אן אינסטרומענט מיט א פיטש.

(מיט דעם יסוד פון הארמאניקס וועט מען פארשטיין פארוואס די גאר הויכע נאטן אויפן פיאנא הערן זיך אזוי דין. וויבאלד די פונדאמענטאלע פריקווענסי איז שוין סייווי גאר הויעך, קען מען שוין נישט הערן א גרויס חלק פון די אווערטאנס וויבאלד עס גייט שוין ארויף מער ווי 20,000 hertz און איז נישט הערבאר. ממילא רעזולטירט עס אין א דינע נישט רייכע קול.)

Sine wave

סאונד כוואליעס קענען האבן פארשידענע פארעמען. פון גאר פשוטע צו גאר קאמפליצירטע. די פארעמען טוישן זיך געוואנדען אין די הארמאניק קאנטענט פונעם קול. יעדע קול וואס מיר הערן פארמאגט זיך זיין אייגנארטיגע כוואליע פארעם. דאס ווערט אנגערופן א complex wave. די אווערטאנס מאכן די פארעם פון די soundwave מער קאמפליצירט און דאס געבט איר אייגנארטיגקייט.

א Complex wave איז א סאונד וואס איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך אייצעלנע Waves וואס קומען זיך צוזאם צו פארעמען די קול.

ס׳איז נישט פארהאן א סאונד וואס באשטייט נאר פון איין פריקווענסי. א קול וואס האט נאר איין פריקווענסי און פארמאגט נישט בכלל נישט קיין אווערטאנס הייסט א Sine wave. א Sine wave איז די ריינסטע און מערסט פשוטע פארמאט פון סאונד וואס עקזעסטירט אויף דעם כדור. ס׳איז נישט פארהאן אין נאטור אבער מען קען עס גענערעיטן דורך א קאמפיוטער צו דורך א סינטעסייזער.

אז מ׳באטראכט אן איינצעלנעם Sine wave זעהט מען אז ס׳איז נישט פארהאן קיין שום אומפונקליכקייטן אינעם כוואליע און טאקע דערפאר איז עס לאנגווייליג און נישט געשמאק צום אויער.

די איינציגסטע פריקווענסי וואס איז רעפרעזענטירט אין א Sine wave איז די פונדאמענטאל. ס׳איז נישטא קיין שום Amplitude ביי אן אנדערן פריקווענסי. ביי אן אינסטרומענט ווי פריער דערמאנט איז פרעזענטירט Amplitude אין די הארמאניק אווערטאן פריקווענסי׳ס.

פשוטע soundwaves ווי פון א פלוט, הערן זיך סמוד און צוזאמגענומען. מער קאמפלעצירטע סאונד waves ווי די פון א פידל הערן זיך רייכער און וויניגער סמוד.

שוין, יעצט אז מיר ווייסן וואס מיר הערן דארף מען ערקלערן ווי אזוי מיר הערן.

שמיעה

אפי׳ טאקע סאונד באשטייט פון פילצאליגע קלאפעס הערן מיר עס אבער אין איין לאנגע קייט. נעמט א ביישפיל פון די ראמבל סטרייפס וואס זענען געשטעלט ביי די זייטן פון שאסיי מען זאל צוריק אריינגיין אל דרך המלך אויב פארפארט מען חלילה. בעצם קומט די גערודער פון די רעדער פון עקסטערע קליינע קריצן אין ראוד אבער מיר הערן דאס אלס איין לאנגע נערווירנדיג ברום.

ווי אזוי הערן אבער אונזערע אויערן?

די דרויסענדע זעהבארע אויער ׳כאפט׳ די קול און דערנאך שפרייזט עס דורך א שמאלע דורכגאנג וואס ווערט גערופן די אויער קאנאל. די וויבראציע קומט אן צום עיר דראם - א שטיקל פלייש אדער הייטל גרויס האלב די מאס פון א דיים - און שאקעלט דעם הייטל וואס שאקעלט ווייטער דריי קליינע ביינער דערנעבן. די ביינער פירן ווייטער די קול צום choclea, א שטיקל איינגעדרייעכץ וואס קוקט אויס ווי א שנעלקע און ענטהאלט פליסיגקייטן, און די וויבעראציע פראדוצירט וואלן אין זיי. דאן שאקלען די פליסיגקייטן פיצעלע הארעלעך וואס פארטוישן די וויבראציע צו עלעקטערישע סיגנאלן. ווען די מח כאפט אויף די סיגנאלן הערן מיר ׳סאונד׳. מה רבו!

מיט דעם וועט מען פארשטיין די סיבה פארוואס ביי עלטערע ווערט אפגעשוואכט די חוש השמיעה.
א חלק פון די הארעלעך אינעם choclia איז פאראנטווארטליך אויף הויעכע פיטשעס ווי די פיקאלע און פלוט, און א חלק איז פאראנטווארטליך פאר נידריגע פיטשעס ווי טראמבאן און טובא. ווען מען ווערט עלטער פארלירט מען די הארעלעך וואס זענען פאראנטווארטליך אויף די הויעכע פיטשעס און ס'ווערט גאר שווער פאר זיי צו הערן אותיות וואס האבן א הויעכן פיטש ווי פ׳ ס׳ און ט׳. נישט נאר אינדרויסן פארלירט מען האר, אינעווייניג אויך.

למעשה, אויב יעדע קול איז אן אנדערע פריקווענסי, ווי אזוי קענען מיר אויפכאפן אפאר קולות אויף אמאל? איין קול וויבערירט דעם עיר דראם 10,000 מאל פער סעקונדע און די צווייטע 50 מאל פער סעקונדע איז וויאזוי הערן מיר זיי בינאזאם? נאר ווען עס איז דא אפאר קולות אויף אמאל טוישט זיך די כוואליע פארעם פונעם קול. פונקט ווי אין וואסער ווען עס קומען זיך צוזאם פארשידענע כוואליעס ווערט געשאפן א נייע כוואליע, די זעלבע ביי קול. און וויבאלד אינעם choclia איז באשטימט געוויסע הארעלעך פאר געוויסע פריקווענסי׳ס, פונאנדערשיידט אונזער מח די פארשידענע פריקווענסי׳ס אינעם כוואליע פארעם!

גענוי ווי אן אויער ארבעט א רעקארדער. איר הויפט באשטיינדאל איז א קליין רינדעכיג בלעך וואס איז צוגעטשעפעט צו עלעקטראנישע סענסערס. די בלעך וויבערירט ווי דעם קול וואס מען וויל רעקורדירן, און די וויבעראציעס ווערן פאר טוישט צו עלעקטערישע פולסעס. די סדר פון די פולסעס ווערן אויפגעשריבן און אוועקגעלייגט אין ביינארי קאוד. ווען מען וויל איבערהערן דעם רעקורדירונג דארף פשוט א קאמפיוטער אפליינען און ציילן די פולסעס, און לויט דעם באפעלט ער דעם ספיקער וויפיל מאל ער דארף זיך רוקען פער סעקונדע. (דאס איז פשט פארוואס ווען מען רעדט אין א מייק קען מען עס גראד הערן אין ספיקער. די כוואליע אינפארמאציע ווערן אפגעהיטן אין עלעקטריציטעט ממילא לויפט נישט די ספיד פון קול וואס איז היפש שטייט (רעלאטיוו צו אנדערע ענערגיע), נאר ספיד פון לייט וואס איז פיל פיל מאל שנעלער ווי סאונד.)

לאמיר ענדיגן מיט אן אינטערסאנטן עפיזאד.
וויסנשאפטלער האבן גענומען א פשוטע בעג פאטעיטא טשיפס און אריינגעשטעלט אין א סאונדפרוף צימער ווי צוויי מענטשן האבן געשמועסט הויעך אויפן קול. אינדרויסן פונעם צימער האט מען פאקוסירט אויפן פאטעיטא טשיפ בעג גאר א פארגעשריטענע קאמערא וואס קען אויפכאפן טויזענטער פרעימס פער סעקונדע. די צימער איז געווען סאונדפרוף אזוי אז ס׳איז געווען אוממעגליך אויפצוכאפן קול כוואליעס דורך שמיעה. די וויסנשאפטלער האבן מצליח געווען צו ׳הערן׳ דעם שמועס פון די צוויי מענטשן דורך אפליינען די וויבערראציע פון די פאטעיטא טשיפ בעג! אינעם קאמפיוטער האט מען אנאליזירט די מיקרא ציטערנישן פונעם בעג וואס איז געשאפן געווארן דורך די מענטשליכע קולות און אזוי באוויזן צו דערשנאפן זייער שמועס.

...........

עני פראגעס? מ׳וועט בעזר הויה פרובירן ענטפערן
לעצט פארראכטן דורך כינור אום מאנטאג יולי 19, 2021 8:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נישט געלונגען צו עטעטשן מער ווי דריי בילדער אויבן.
דא איז א sine wave
Sine waves.png
Sine waves.png (74.91 KiB) געזען 5919 מאל


אן אויער דיאגראם
Choclia.png
Choclia.png (68.91 KiB) געזען 5919 מאל


פארשידענע כוואליע פארעמען
instrument waves.png
instrument waves.png (72.22 KiB) געזען 5919 מאל
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow!! גראד צום פרינטער... גיימיר עס ליינען מיט יישוב הדעת.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

שטארקער געדאנק!

ארויס געפרינט דער ערשטער חלק
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

Wow wow wow
דאס איז א מייסטער ארבייט! מ׳האב מיר געליינט אין איין אטעם. יעצט גיימיר עס אפליינען מיט ישוב הדעת.
קיפ איט אפ.
ב.ד.וועי. קענסט שוין נאכאמאל טוישן קעפל, ווייל אין מיין דיקשענערי איז דאס נישט די אפטייטש פון דיקשענערי. ענדערש ״אינציקליפידיע״
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ארויסגעפרינט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

וואס זאגט דער עולם צום געדאנק אז מען זאל טוישן דעם קעפל צו ״מיוזיק אינציקליפידיע״?
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

הייסע סחורה דאס! וואף וואס דער ווייסט אלץ… ככינור וכרגיל… אזא זאפטיגע באטעמטע שפראך.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

כינור ווי אלץ מיט זיין קלארע שפראך און רייכע ארטיקלען.
גיימיר עס ליינען ווען ס'עט זיין רואיג. שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

;l;p- כינור! א הערליכע היקוף מיט א מורא'דיגע קלארקייט!

-
איין זאך האב איך נישט פארשטאנען.
כינור האט געשריבן:סאונד רוקט זיך אלס אינעם זעלבן ספיד נישט קיין חילוק וואס די פריקווענסי איז. אלע פריקווענסי'ס לויפן אינעם זעלבן ספיד, נישט שטייטער און נישט שנעלער. מילא קען נישט זיין אז אלע כוואליעס זאלן זיין אין זעלבן גרויס, ווייל אויב אזוי וואלטן הויעכע פריקווענסי'ס אנגעקומען פיל שנעלער צו אונזערע אויערן ווי נידריגע פריקווענסיס - ווייל ער פראדוצירט דאך כוואליעס פיל שנעלער, נאר הויעכע פריקווענסי'ס פראדוצירט קליינע וואלן - מער מאל פער סעקונדע און נידריגע פריקווענסי'ס פראדוצירט גרעסערע (לענגערע) וואלן - ווייניגער מאל פער סעקונדע.

(הויכע פריקווענסי'ס פראדוצירט קורצערע' וואלן נישט קלענערע וואלן ממילא וועט עס ביי דיפאלט נישט זיין שטילער ווי נידריגע פריקווענסי'ס)

פארוואס דארפן די העכערע פריקווענסיס זיין קלענערע וואלן ווי די נידריגע? ס'קען דאך זיין פונקט אזוי גרויס, נאר קלענער אין צייט?

למשל, ווען די ספיקער מאכט א 20hz פיטש פאר איין סעקונדע האט זיך די דייאפרעים געשאקלט צוואנציג מאל אהין און צוריק און ארויסגעלאזט צוואנציג וועיווס איינס אינטערן צווייטן, און אלע וועיווס נעמען זיך יעצט פארן 1125 פיס פער סעקונדע ביז זיי ווערן אויס.
יעצט ווען ער מאכט 200hz דארף זיך גארנישט טוישן, נאר אנשטאט צוואנציג כוואליעס אין א סעקונדע באווייזט ער צו מאכן צוויי הונדערט, און אלע פון זיי קענען ווייטער זיין פונקט אזוי גרויס און שטארק ווי פריער און זיי קענען פארן גענוי אויפן זעלבן ספיד ווי די צוואנציג זענען געפארן.
פארוואס זאגסטו אז ס'דארף זיך עפעס טוישן?

יישר כח נאכאמאל, דיין קלארקייט אינעם נושא איז צום באוואונדערן...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:;l;p- כינור! א הערליכע היקוף מיט א מורא'דיגע קלארקייט!

-
איין זאך האב איך נישט פארשטאנען.
כינור האט געשריבן:סאונד רוקט זיך אלס אינעם זעלבן ספיד נישט קיין חילוק וואס די פריקווענסי איז. אלע פריקווענסי'ס לויפן אינעם זעלבן ספיד, נישט שטייטער און נישט שנעלער. מילא קען נישט זיין אז אלע כוואליעס זאלן זיין אין זעלבן גרויס, ווייל אויב אזוי וואלטן הויעכע פריקווענסי'ס אנגעקומען פיל שנעלער צו אונזערע אויערן ווי נידריגע פריקווענסיס - ווייל ער פראדוצירט דאך כוואליעס פיל שנעלער, נאר הויעכע פריקווענסי'ס פראדוצירט קליינע וואלן - מער מאל פער סעקונדע און נידריגע פריקווענסי'ס פראדוצירט גרעסערע (לענגערע) וואלן - ווייניגער מאל פער סעקונדע.

(הויכע פריקווענסי'ס פראדוצירט קורצערע' וואלן נישט קלענערע וואלן ממילא וועט עס ביי דיפאלט נישט זיין שטילער ווי נידריגע פריקווענסי'ס)

פארוואס דארפן די העכערע פריקווענסיס זיין קלענערע וואלן ווי די נידריגע? ס'קען דאך זיין פונקט אזוי גרויס, נאר קלענער אין צייט?

למשל, ווען די ספיקער מאכט א 20hz פיטש פאר איין סעקונדע האט זיך די דייאפרעים געשאקלט צוואנציג מאל אהין און צוריק און ארויסגעלאזט צוואנציג וועיווס איינס אינטערן צווייטן, און אלע וועיווס נעמען זיך יעצט פארן 1125 פיס פער סעקונדע ביז זיי ווערן אויס.
יעצט ווען ער מאכט 200hz דארף זיך גארנישט טוישן, נאר אנשטאט צוואנציג כוואליעס אין א סעקונדע באווייזט ער צו מאכן צוויי הונדערט, און אלע פון זיי קענען ווייטער זיין פונקט אזוי גרויס און שטארק ווי פריער און זיי קענען פארן גענוי אויפן זעלבן ספיד ווי די צוואנציג זענען געפארן.
פארוואס זאגסטו אז ס'דארף זיך עפעס טוישן?

יישר כח נאכאמאל, דיין קלארקייט אינעם נושא איז צום באוואונדערן...


זאגסט דאך אזוי גוט, ס׳איז טאקע די זעלבע גרויס נאר קלענער אין צייט. אויב דו באמערקסט האב איך צוגעצייכענט ׳לענגערע׳ וואלן טאקע דאס צו באווארענען. ביידע זענען אינעם זעלבען Amplitude נאר הויכע פריקווענסי׳ס פרודוצירט גאר אסאך וואלן פער סעקונדע ברויכן זיינע כוואליעס אריינפיטן אין ספיד אוו סאונד.

אויב א ספיקער פראדוצירט הויעכע און נידריגע פריקווענסי׳ס אין זעלבן וואליום, וועלן ביידע אנקומען צו אונזערע אויערן גענוי אין די זעלבע צייט. מען גייט נישט קודם הערן הויעכע אדער נידריגע פריקווענסי׳ס.

שכוח פאר די קאמפלימענט!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

לאמיר זאגן אזוי.
ס'זענען דא צוויי מאשין גאנס, איינס שיסט 20 קוילן אין א סעקונדע, און איינס שיסט 200 קוילן אין א סעקונדע. עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישן די צוויי, נישט אין די שטארקייט פון זייערע קוילן און אויך נישט ווי שנעל די קוילן פלעין. נאר סך הכל ווען זיין 10 מאל אזויפיל פלאץ צווישן די קוילן פון די ערשטע ווי צווישן די קוילן פון די צווייטע.
דאס מיינסטו צוזאגן?
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:לאמיר זאגן אזוי.
ס'זענען דא צוויי מאשין גאנס, איינס שיסט 20 קוילן אין א סעקונדע, און איינס שיסט 200 קוילן אין א סעקונדע. עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישן די צוויי, נישט אין די שטארקייט פון זייערע קוילן און אויך נישט ווי שנעל די קוילן פלעין. נאר סך הכל ווען זיין 10 מאל אזויפיל פלאץ צווישן די קוילן פון די ערשטע ווי צווישן די קוילן פון די צווייטע.
דאס מיינסטו צוזאגן?


יאפ. גאר א גוטע משל
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”