מוזיקפידיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

choc
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

ישר כח הרב כינור, זייער קלאר
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דאס איז א הערליכע ארבעט. פרינטער פרינט
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ברשות הפותח אויב מעג איך צולייגן א קלייניגקייט.

די פיטש פון א טאן וועט נישט זיין געוואנדן בלויז אין דאס וואס געבט עס ארויס, נאר אויך ביחס צו דער וואס הערט עס. און לאמיר דאס מסביר זיין אזוי:

ווען א ספיקער מאכט א 20hz פיטש לאזן זיך ארויס צוואנציג וועיווס יעדע סעקונדע און הייבן אן פארן אויף 1125 פיס פער סעקונדע, און עס וועט אויסקומען אז איינער וואס וועט שטיין 1125 פיס אוועק פונעם ספיקער וועט אנהייבן הערן דעם קול א גאנצע סעקונדע שפעטער.
(און דערפאר, ווען מ'שטעלט אויס ספיקערס פאר א מעמד אויף א גרעסערע שטח וועט מען דארפן נוצן א סאפיסטיקירטע סיסטעם וואס זאל קאנטראלירן אז די ווייטערע ספיקערס זאלן שפילן א טראפ שפעט - געוואנדן לויטן אויסשטעל, ווייל אויב וועלן אלע ספיקערס גיין אינאיינעם וועט אויסקומען אז די ווייטערע עולם וועט הערן דעם קול צומישט - איינמאל גלייך פון די ספיקערס וואס שטייען הארט נעבן זיי, און נאכאמאל א סעקונדע דערויף פון די ערשטע ספיקערס...)
יעצט, אויב איינער וועט שטיין נעבן די ספיקער און בשעת דעם סעקונדע אנטלויפן דערפון מיט 1125 פיס פער סעקונדע, וועט ער בכלל נישט הערן קיין קול - ווייל ער אנטלויפט אויף די זעלבע ספיד ווי די קול פארט און עס קען אים נישט גרייכן.

אויב אזוי וואס וועט זיין פארקערט - ווען איינער וועט צולויפן צום ספיקער מיט אזא שנעלקייט - וועט ער הערן דעם פיטש דאפלט אזוי הויעך ווי עס איז באמת - 40hz!

און מיט דעם קען מען זייער גוט פארשטיין פארוואס ווען מ'פארט אויפן הייוועי און א קאר וואס פארט אינעם פארקערטן ריכטונג פייפט, וועט מען הערן דעם פייף "פאאא-אאאפ" - קודם אויף א העכערע פיטש און דערנאך אויף א נידריגערע פיטש. ווייל אפילו די פייף איז באמת - לאמיר זאגן - 440hz וועט מען עס הערן אין אנפאנג אויף סאך א העכערע פיטש, ווייל מ'פארט דאך אקעגן דעם קול אויף א (דאפלטע) שנעלע ספיד!
און דערנאך וועט דער קאר איז שוין פארבייגעפארן פאסירט דאס פאקערטע - מ'פארט אוועק פונעם קול מיט א שנעלקייט, און דעריבער הערט מען דעם פייף אויף פיל א נידריגערע פיטש ווי עס איז באמת.

שטימט?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח כינור!! ריזיג! וואו!

איך האלט אינמיטן ליינען.
--

כ'האב קיינמאל נישט געוויסט צו איך דמיון אז אין וואסער הערט זיך קול העכער. כ'ווייס נישט צו ס'האט מיט דעם הסבר וואס דו האסט געזאגט. אבער אפשר. זייער אינטערעסאנט.

גיימיר ווייטער
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

מאסיוו! ש'כח כינור.
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ממוצע האט געשריבן:ש'כח כינור!! ריזיג! וואו!

איך האלט אינמיטן ליינען.
--

כ'האב קיינמאל נישט געוויסט צו איך דמיון אז אין וואסער הערט זיך קול העכער. כ'ווייס נישט צו ס'האט מיט דעם הסבר וואס דו האסט געזאגט. אבער אפשר. זייער אינטערעסאנט.

גיימיר ווייטער


איר דמיונט אינגאנצען נישט.

לאמיר ערקלערן. סאונד אין וואסער איז בעצם נישט העכער און עס פראדוצירט נישט ׳גרעסערע׳ וואלן. מיר הערן אבער סאונד העכער אין וואסער. ווי אזוי?

ווי ווייטער סאונד טרעוועלט אלס שטילער וועט עס ווערן וויבאלד די ענערגיע פונעם כוואליע שטארבט אפ. קומט אויס אז ווי נענטער מען איז צו די מקור פונעם סאונד אלס העכער וועט מען עס הערן, און ווי ווייטער מען איז דערפון אלס שטילער וועט עס זיין (אז מען נייגט צו אן אויער ממש נעבן א ספיקער גייט די וואליום פון די ספיקער נישט ארויפגיין... אבער מיר וועלן עס הערן אסאך אסאך העכער וויבאלד ווי נענטער מען איז צו די סאונד, פארמאגט נאך די סאונד כוואליעס די נאטורליכע גרויסקייט און ענערגיע). ממילא און וואסער שטייט מען פשוט נענטער צום ספיקער! ווייל אין וואסער פארט דאך סאונד ווייטער און שנעלער ווי אין לופט ממילא פראדוצירט עס ׳לענגערע׳ וואלן, שטייען מיר טעארעטיש נענטער צום סאונד מקור און מיר זענען ממש נעבן די נאטורליכע ענערגיע פונעם סאונד כוואליע. אין וואסער קענען אפי׳ מענטשן הערן קולות פון מיילן ווייט מהאי טעמא


ש׳כוח פאר די קאמפלימענט
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שטימט. גוט ערקלערט. יישר כח!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:ברשות הפותח אויב מעג איך צולייגן א קלייניגקייט.

די פיטש פון א טאן וועט נישט זיין געוואנדן בלויז אין דאס וואס געבט עס ארויס, נאר אויך ביחס צו דער וואס הערט עס. און לאמיר דאס מסביר זיין אזוי:

ווען א ספיקער מאכט א 20hz פיטש לאזן זיך ארויס צוואנציג וועיווס יעדע סעקונדע און הייבן אן פארן אויף 1125 פיס פער סעקונדע, און עס וועט אויסקומען אז איינער וואס וועט שטיין 1125 פיס אוועק פונעם ספיקער וועט אנהייבן הערן דעם קול א גאנצע סעקונדע שפעטער.
(און דערפאר, ווען מ'שטעלט אויס ספיקערס פאר א מעמד אויף א גרעסערע שטח וועט מען דארפן נוצן א סאפיסטיקירטע סיסטעם וואס זאל קאנטראלירן אז די ווייטערע ספיקערס זאלן שפילן א טראפ שפעט - געוואנדן לויטן אויסשטעל, ווייל אויב וועלן אלע ספיקערס גיין אינאיינעם וועט אויסקומען אז די ווייטערע עולם וועט הערן דעם קול צומישט - איינמאל גלייך פון די ספיקערס וואס שטייען הארט נעבן זיי, און נאכאמאל א סעקונדע דערויף פון די ערשטע ספיקערס...)
יעצט, אויב איינער וועט שטיין נעבן די ספיקער און בשעת דעם סעקונדע אנטלויפן דערפון מיט 1125 פיס פער סעקונדע, וועט ער בכלל נישט הערן קיין קול - ווייל ער אנטלויפט אויף די זעלבע ספיד ווי די קול פארט און עס קען אים נישט גרייכן.

אויב אזוי וואס וועט זיין פארקערט - ווען איינער וועט צולויפן צום ספיקער מיט אזא שנעלקייט - וועט ער הערן דעם פיטש דאפלט אזוי הויעך ווי עס איז באמת - 40hz!

און מיט דעם קען מען זייער גוט פארשטיין פארוואס ווען מ'פארט אויפן הייוועי און א קאר וואס פארט אינעם פארקערטן ריכטונג פייפט, וועט מען הערן דעם פייף "פאאא-אאאפ" - קודם אויף א העכערע פיטש און דערנאך אויף א נידריגערע פיטש. ווייל אפילו די פייף איז באמת - לאמיר זאגן - 440hz וועט מען עס הערן אין אנפאנג אויף סאך א העכערע פיטש, ווייל מ'פארט דאך אקעגן דעם קול אויף א (דאפלטע) שנעלע ספיד!
און דערנאך וועט דער קאר איז שוין פארבייגעפארן פאסירט דאס פאקערטע - מ'פארט אוועק פונעם קול מיט א שנעלקייט, און דעריבער הערט מען דעם פייף אויף פיל א נידריגערע פיטש ווי עס איז באמת.

שטימט?



פשיהא דו ביסט טיף. האסט אנגערירט א קאמפליצירטע נקודה.

יא, ביסט כשר גערעכט אז אויב לויפט מען אנטקעגן א סאונד - דאפעלט די שנעלקייט פונעם כוואליע - וועט די פיטש זיך דאפלען ווייל דער עיר דראם באמפט דאך אריין אין דאפעלט די כוואליעס.
די צווייטע נקודה וואס דו האסט אנגערירט ווערט אנגערופן The Doppler Effect. וואס מיינט דאס?
לאמיר ערקלערן. לכאורה, לויט די פאקטן און הסברים וואס מען האט אויסגעשמועסט אין ארטיקל, וואלט די פיטש פון א קאר וואס פייפט און פליעט פארביי אן אבזערווירער געדארפט בלייבן די זעלבע און עס וואלט נאר געדארפט שטילער ווערן אין וואליום ווי ווייטער די קאר ווערט פונעם אבזערווירער. אבער די מציאות איז נישט אזוי. די פיטש וועט זיך אויך טוישן. לאמיר זאגן די פיטש פון די פייף איז 1000Hz. ווען די קאר קומט צו פליען צום אבזערווירער וועט די פיטש זיין - לאמיר זאגן - 1200Hz, און ווען די קאר פארט פארביי דעם אבזערווירער וועט די פיטש זיין - לאמיר זאגן - 800Hz! פארוואס?

די דאפפלער עפעקט לויטעט אז אויב אן אביעקט וואס פראדוצירט גערודער רוקט זיך ביחס צו אן אבזערווירער וועט די פיטש זיך טוישן.

קוקט אויף דעם בילד:

The Doppler Effect.png
The Doppler Effect.png (205.25 KiB) געזען 3921 מאל


ווי מען זעט אינעם בילד, ווען די קאר פארט קאמפרעסט ער די סאונד כוואליעס אין פארענט פון זיך פראדוצירנדיג דערמיט א העכערע פיטש ווייל די וועיווס ווערן קלענער - א העכערע פריקווענסי. אונטערן קאר אבער, צושפרייטן זיך די כוואליעס מער, און מ׳וועט דערפאר הערן א נידריגערע פיטש ווייל די וואלן ווערן גרעסער - א נידריגע פריקווענסי.

די זעלבע פאסירט אין וואסער:

duck.png
duck.png (257.36 KiB) געזען 3921 מאל


יעצט, דער פענאמען איז נישט נאר ווען די אביעקט וואס פראדוצירט גערודער רוקט זיך. די זעלבע וועט פאסירן ווען דער אבזערווירער אליין רוקט זיך. ווען ער דערנענטערט זיך צום סאונד כוואליע וועט ער הערן א העכערונג אין פיטש און ווען ער דערווייטערט זיך פונעם גערודער וועט ער הערן א נידערונג אין פיטש. פארוואס? ווייל ווען ער גייט אנטקעגן די כוואליעס (ער דערנענטערט זיך צום סאונד) וועט ער זיך אנקלאפן אין די כוואליעס אסאך אסאך שנעלער און וועט דעריבער הערן א העכערונג אין פריקווענסי. ווען די פארקערטע פאסירט - ער רוקט זיך אוועק פון די כוואליעס - ׳כאפט ער זיך מיט׳ מיט די גאנג פונעם כוואליע און וועט דעריבער נישט באקומען אזויפיל קלאפעס אין זיין עיר דראם רעזולטירענדיג אין א נידריגערע פיטש.

אין אייער משל פונעם הייוועי, ווען די קאר פארט אויפן זעלבן ספיד ווי די קאר וואס פארט אינעם פארקערטן ריכטונג וועט ער הערן די סאונד פונעם אנטקעגן געקומענע קאר אסאך מער ווי דאפעלט די פיטש, ווייל סיי די אבזערווירער און סיי די סאונד רוקן זיך!
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

גענאגלט!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טענער



הקדמה:

אינעם פאריגן שיעור האבן מיר געשמועסט אז א מענטש קען הערן פון 20Hz ביז 20,000Hz, און מיר האבן געשמועסט אז ווי א העכער די נומער אלס העכער די פיטש. וואלט לכאורה געדארפט אויסקומען אז מיר זאלן קענען הערן קרוב צו צוואנציג טויזנט פארשידענע טענער - יעדע נומער א אנדערע טאן. למעשה אבער, וועט קיינער נישט טרעפן א פיאנא מיט אזויפיל קנעפלעך פשוט ווייל אין מציאות קען מען נישט הערן אזויפיל טענער.
און די סיבה דערצו איז, ווייל ווען מ'שפרינגט פון איין נומער Hertz צום צווייטן - למשל פון 100Hz ביז 101Hz - איז די חילוק אזוי דקות'דיג אז קיינער וועט עס נישט שפירן. מ'וועט נאר אידענטיפעצירן א קול אלס א העכערע טאן פונעם פריערדיגן ווען די צווישנשייד וועט זיין גענוג גרויס און מערקבאר.

פון סיי וועלכע נומער - אנצוקומען צו א העכערע טאן וועט מען דארפן שפרינגען 5.9454545% פון דעם נומער. צום ביישפיל פון 100Hz וועט מען דארפן גיין צו 105.945Hz, הערשט דאן וועט מען הערן א העכערע טאן ווי פריער.

אבער דאס מיינט נישט אז 5.945 וועט אלעמאל זיין גענוג צוצולייגן אז מ'זאל הערן א טאן העכער, ווייל מ'דארף שפרינגען 5.945 'פראצענט' פונעם פריערדיגן נומער, און ווען מ'האלט למשל ביי 200Hz וועט מען דארפן צולייגן 11.89 - (200+5.945%) און גיין ביז 211.89Hz כדי צו הערן א העכערע טאן. און אזוי ווייטער, ווי העכער מ'גייט אלס מער נומערן וועט מען דארפן שפרינגען אנצוקומען פון איין טאן צום
צווייטן. ממילא, אז מ'הייבט אן פון 20Hz און מ'שפרינגט 5.945% נאך יעדע טאן קומט מען אן אסאך שנעלער צו 20,000Hz. און אז מ'מאכט א חשבון קומט אויס אז מיר קענען בלויז הערן קארגע 120 טענער.

אין מערב וועלט מוזיק איז פארהאן צוועלעף נאטן. איך גלייב אז יעדע נייגעריגע מענטש האט זיך אמאל אפגעשטעלט טראכטן פארוואס און ווי אזוי זענען מיר אנגעקומען צו דוקא די ספעציפישע 12 פיטשעס. אין דעם ארטיקל וועלן מיר זיך דערגרונטעווען דערין.
מען גייט ערשט אנהייבן מיט די בעיסיקס און צושטייטליך שפאצירן א טרעפל נאך א טרעפל. ״קומט מיט אויפן רייזע עס וועט זיין אינפארמירנד און העכסט אינטערסאנט״.

ווארענונג: די ארטיקל ענטהאלט אביסל מאטעמאטיק. באווארפטס מיר נישט מיט אראנדזשעס און שמירטס ביטע נישט אן דעם בענקל מיט פינאט באדער. עס וועט זיין אינטערסאנטע מאטעמאטיק.

אפאר מוזיק טערמינען כדי בעסער צו פארשטיין דעם ארטיקל:

Interval

אן אינטערוואל באדייט די ווייטקייט צווישן איין נאט און צווייטן.

א Half step איז די קלענסטע אינטערוואל צווישן צוויי נאטן אויף דער פיאנא - C צו C שארפ איז א האלבע סטעפ.
איינס דערנאך איז א Whole step וואס באדייט א שפרונג פון א גאנצע נאט - C צו D איז א גאנצע סטעפ.

Sharp and flat

וואס באדייט דאס סי שארפ?

ווען א נאט גייט ארויף אין פיטש זאגן מיר אז עס ווערט Sharper, אויב עס רוקט זיך אראפ זאגן מיר אז עס ווערט Flatter. דערפאר ווען איינער קומט פון א נידריגערע פיטש, לאמיר זאגן פון A און גייט ארויף צו די האלבע סטעפ צווישן C און D, ווערט די נאט אנגערופן C Sharp. אויב אבער קומט מען פון א העכערע פיטש, לאמיר זאגן פון F צו די האלבע סטעפ צווישן C און D, ווערט עס אנגערופן D Flat.

די חילוק פון איין נאט צום צווייטן רעכענט מען דורך Cents. וויבאלד רעכענען מיט פריקווענסי איז אביסל קאמפליצירט איז מען אויפגעקומען מיט אן אנדערען סיסטעם - סענטס.

די צענט סיסטעם צוטיילט א יעדע האלבע סטעפ אינטערוואל אין הונדערט חלקים. די ווייטקייט פון C צו C שארפ איז הונדערט צענט.
אן אקטאווע איז 1200 צענט אפגערוקט. (די עיקר פונקציע פונעם צענט סיסטעם איז פאר אקוראטע טונינג פון אינסטרומענטן)

שוין, לאמיר אנהייבן.

Octave

לאמיר זאגן מיר פארמאגן צוויי פיטשעס וואס שפילן גענוי ביי די זעלבע פריקווענסי. אז מען וועט דערווייטערן פיטש ב׳ פון פיטש א׳ ארויף דעם פריקווענסי רעינדש וועט מען מיטאמאל אנקומען צו א לאקאציע ווי עס וועט זיך דאכטן אז ביידע פיטשעס ווערן אריינגעפלאכטן און הערן זיך איינס מיטן אנדערן. די אינטערסאנטע שייכות וואס פארעמט זיך באטיטלען מיר אלס אן אקטאווע - Octave.

אז מען קוקט אריין דערין זעהט מען אז די סיבה צו די שייכות איז א מאטעמאטישע. פיטש ב׳ וועט זיין גענוי דאפעלט די פריקווענסי פון פיטש א וואס באדייט אז די כוואליעס פון פיטש ב׳ קומען זיך אויס מיט די כוואליעס פון פיטש א׳. לאמיר עס באטיטלען.
אן אקטאווע איז צוויי נאטן וואס וויבעררירן ביי א 2:1 Ratio (מען גייט שוין מסביר זיין…לויף מיר נישט ארויס פון קלאס). דאס מיינט אז פאר יעדע מאל וואס די פריקווענסי פון פיטש א׳ מאכט איין Cycle מאכט פיטש ב׳ צוויי Cycles.

ווען א קינד זינגט מיט זיין טאטע צוזאמען, זינגט ער טאקע אויפן זעלבן טאן מיט אים אבער ער איז אן אקטאווע העכער. און די סיבה פארוואס די צוויי קולות הערן זיך גוט צוזאמען איז ווייל אונזערע אויערן מאכן אט דעם פשוטן חשבון.

דאס הייסט, פונקט ווי נומערן גייען פון 1 ביז 10, און נאך 10 הייבט זיך פריש אן פון 1 אויף א צענער שטאפל 11 12 13 און אזוי ווייטער – די זעלבע איז מיט טענער. נאך די לעצטער גייט עס צוריק צום ערשטן, אויף א העכערע שטאפל.

איבערצייגט אייך אליינס. דרוקט א קנעפל אויפן קי-בארד און אנאלאזיר דעם קול. יעצט זוך אפיר די נעקסטע גרופע פון קנעפלעך און דרוק די זעלבע סארט קנעפל ווי פריער, וועסטו הערן אן אינטרעסאנטע זאך – עס איז גענוי די זעלבע טאן ווי די נידריגע, נאר מיט א גאנצע שטאק העכער… און אזוי חזר'ט זיך איבער די זעלבע פאר טענער נאכאמאל און נאכאמאל, יעדעס מאל אויף א העכערע אקטאווע.
אין מוזיק באנוצט מען זיך מיט די אקטאווע טערמין ווי פאלגענד: ווען פיטש ב׳ וועט זיין דאפעלט די פריקווענסי פון פיטש א׳, וועט פיטש ב׳ זיין אן אקטאווע העכער ווי פיטש א׳.

לאמיר א נאמען געבן פיטש א׳ - טאניק און פיטש ב׳ - אקטאווע. (דער טאניק פונקציאנירט אלס די ערשטע נאט און אנהייב צו אלע סקעיל קאמבינאציעס (קומענדיגע ארטיקל).

די אקטאווע איז א נאמען פון א ספעציפישע אינטערוואל. די אינטערוואל צווישן A און A הייסט אן אקטאווע.

Consonant & Dissonent

די אקטאווע קאמבינאציע איז קאנסענענט. דאס מיינט אז ס׳נישטא עפעס וואס באדערט אדער קראצט ווען מען הערט די צוויי פיטשעס אן אקטאווע אפגעטיילט. עד כדי כך אז ס׳איז אסאך מאל שווער אנצודייטן בכלל אז מ'הערט דא צוויי אנדערע פיטשעס. ווייל זיי הערן זיך ווי איינס.

אויב אבער מען הייבט אן רוקען פיטש ב׳ אביסל אראפ דעם פריקווענסי רעינדזש, וועט מען מיטאמאל הערן אז די נייע אינטערוואל איז מער דיסאנענט. דאס מיינט אז די צוויי פיטשעס הערן זיך עפעס נישט גוט אינאיינעם. און די סיבה דערפאר איז אויך צוליב די פריערדיגע מאטאמאטישע חשבון. די פריקווענסי׳ס האבן קיין שייכות איינס מיט די אנדערע, פלעכטן זיי נישט אריין, און ממילא צו אונזערע אויערן וועט זיך עס הערן אףף און אומבעטעמט.

(קאנסינענט ווערט אויך אנגערופן Stable. ווייל עס וויל נישט גיין אין ערגעץ. מען איז שוין דארט ווי מען וויל זיין. דיסאנענט איז פארקערט פון Stable. ווען מען שפילט צוויי דיסאנענט נאטן צוזאמען וויל מען פשוט אוועקגיין דערפון און אנקומען צו אן אנדערע נאט.)

דאס מיינט אבער נישט אז מען נוצט עס נישט אין מוזיק. דיסאנענט נוצט מען אנצופולן מוזיק מיט דראמא און עס מאכן אינטערסאנט. צומאל וועלן אררעינדזשער׳ס דירעקט שרייבן דיסאנענט נאטן, כדי ווען עס גייט דערנאך צוריק צו קאנסענענט נאטן זאל זיך שפירן א דערלייכטערונג, ווי מען איז אנגעקומען אהיים.

שוין, האבן מיר שוין צוויי נאטן. דער טאניק און אקטאווע. יעצט דארפן מיר טרעפן פיטשעס אינדערצווישן וואס הערן זיך גוט. מען קען נישט צאמקלאפן עפעס א לייטישע ניגון בלויז מיט צוויי נאטן.

Perfect Fifth

לאמיר באשאפן פיטש ג׳ און אים ארומרוקן אינעם פריקווענסי ספעקטרום, צווישן די טאניק און אקטאווע, און פרובירן דערגיין ווי עס וועט זיך הערן גוט צוזאמען. די ערשטע פלאץ ווי מען וועט זיך אפשטעלן און באשטימען אז יא, דאס איז א קאנסענענט נאט, וועט זיין גענוי ביי - די פערפעקט פיפט (ווען מען האט שוין אלע נאטן… איז ער די פיפטע נאט)
פונקט ווי דער אקטאווע - וואס איז דאפעלט די פריקווענסי פונעם טאניק - פארמאגט די פערפעקט פיפט אויך א גאר קלארע און פשוטע פריקווענסי Ratio. זיין פריקווענסי איז איין אהאלב מאל די טאניק פריקווענסי. וואס דאס ווערט גערופן א 3:2 Ratio - פאר יעדע צוויי Cycels פונעם טאניק, מאכט ער דריי Cycles. און דאס איז די מערסט פשוטע Ratio נאך אן אקטאווע.

די נענסטע שייכות צווישן צוויי נאטן אין מוזיק, די דאמענענט און די טאניק. די פערפעקט פיפט איז די מערסט קאנסענענט און סטאבילע אינטערוואל צווישן צוויי נאטן נאך אן אקטאווע.

אזוי ווי ביים אקטאווע, וועט מען צומאל קענען האבן א שוועריגקייט צו הערן די פערפעקט פיפט אלס אן עקסטערע נאט ווען עס ווערט געשפילט ביינאזאם מיטן טאניק.
א פערפעקט פיפט ווערט אויך אנגערופן דאמענענט.

Perfect forth

די קומענדיגע נאט וואס וועט זיך גוט הערן צו אונזערע אויערן איז די פערפעקט פארט. און זיין Ratio איז אויכעט פשוט - 4:3.

אויב וועט מען גיין ווייטער און אפירזוכן די פשוטע רעיטיאוס וועט די סדר גיין ווי פאלגענד: 6:5 5:4 4:3 3:2 8:5 און 5:3.
די נאטן זענען (לאמיר זאגן C איז די טאניק):

Eb - 6:5
E - 5:4
F - 4:3
G - 3:2
Ab - 8:5
A - 5:3

ס׳איז טאקע דא נאך פיטשעס וואס פארמאגן פשוטע Ratios אבער די זעקס זענען די מערסטע קאנסינענט.

פיין, מיט די זעקס טענער מיטן טאניק האבן מיר שוין זיבן נאטן אינאיינעם, און און עס זענען טאקע דא פעלקער אין די וועלט וואס באגענוגענען זיך מיט אט די זיבן טענער. עס זענען דא פעלקער וואס באגענוגענען זיך מיט בלויז פינעף נאטן (ווי למשל די פאלק לידער אין כינע וועלכע לויפן בלויז אויף פינעף טענער). אבער מוזיקאנטען אין אנדערע קולטורן האבן יא געוואלט פארמאגן נאך מער אפציעס זיך צו קענען ארויסגעבן אין מעלאדיע און הארמאניע, זענען זיי געגאנגען זוכן נאך טענער. אבער, מ'דארף פרובירן צו זוכן לויט די פאלגענדע כללים:

נומבער 1: מען זאל פארמערן די קאנסאנענט אינטערוואלס און פארמינערן די דיססאנענט אינטערוואלס. (נישט אז מען דארף עלעמענירן אלע דיססאנענט אינטארוואלס, מען שטעלט זיך נאר א ציל אז מען זאל פרובירן זוכן אינטערוואלס ווי מער קאנסאנענט - נענטער צו שלימות.)

נומבער 2: מיר ווילן נישט נאטן צו נאנט צוזאמען, ווייל מיר ווילן נישט האבן צופיל נאטן.
נומבער 3: אנפולען די לעכער ווען עס איז לאגיש.

(פאר מיר גייען באשרייבן ווי אזוי די אנדערע נאטן זענען געשאפן געווארן, איז וויכטיג צו באטאנען אז
די איבריגע פינעף נאטן וואס מען האט מוסיף געווען ווען זיי ווערן געשפילט צוזאמען מיטן טאניק הערט זיך עס דיסאנענט ווייל זייערע Ratios זענען מאדנע.

די אנדערע נאטן זענען:

C# - 16:15
D - 9:8
F# - 45:32
A# - 9:5
B - 15:8)

(דאס איז די סיבה פארוואס די B אויפן פיאנא איז אזוי אומבאלומפערט, פאר ווער עס ווייסט וואס איך מיין)

12 נאטן


מיט׳ן נוצן די דריי כללים איז דא אפאר וועגן ווי אזוי מען קומט אן צו צוועלעף נאטן. דער ערשטע וועג צו דערגרייכן צוועלעף איז דורך רעכענען לויט די נאטורליכע שייכות פון די דאמענענט און די טאניק.

Pythagorean Tuning

די אמאליגע וואס האבן איינגעזעהן אז סאונד וואס האבן פריקווענסי׳ס אין ענליכע Ratios הערן זיך אין הארמאניע - למשל דער טאפעלונג פון פריקווענסי וועט אונז געבן אן אקטאווע. א דריטל די פריקווענסי דער פערפעקט פיפט אא״וו - האבן דאס נישט געוויסט אין פריקווענסי טערמינען, נאר דורך די לענג פון וויבעררירנדע שטריק. Pythagoras (א גריכישע מאטימאטיקער וואס איז באוואוסט פארן ערפונדען א מהלך אויסצורעכענען דעם מאטימאטישע שטח פון א טרייענגל) האט באמערקט אז ווען מען צוטיילט א שטריק אין נארמאלע פראפארציעס פראדוצירט עס קאנסענענט סאונד. האלב די לענג פרודוצירט אן אקטאווע, און א דריטל די לענג א פערפעקט פיפט. מיט די אינפארמאציע האט ער אויפגעבויט די ערשטע סיסטעם פון צוועלעף נאטן.

די שליסל פון די גאנצע נאטן סיסטעם איז די ׳פערפעקט פיפט׳. א סיסטעם וואס איז אוועקגעשטעלט אויף די קאנצעפט פון ׳טאניק׳ און ׳דאמינענט׳.
די פונקציע פונעם דאמינענט איז צו אונטערהאלטן די טאניק דורך א ספעציעלע שייכות וואס נאר די צוויי פארמאגן. מיר ווייסן שוין די שייכות. נעמליך די דאמינענט איז גאר ענדליך צום טאניק דורך האבן א גאר פשוטע Ratio.

לאמיר גיין מיטן C סקעיל און רופן C דער טאניק, און G דער דאמענענט (-פיפט) פונעם טאניק. וויבאלד G איז דאך אזא נאטורליכע נאט, איז נישט מער ווי גערעכט צו רעכענען און זוכן די קומענדיגע נאט פון G. ווי אזוי? דורך זעהן ווער עס איז זיין דאמינענט! די דאמינענט פון G איז D (ווייטער א 3:2 Ratio). יעצט רעכענט מען דער דאמינענט פון D, און אזוי רעכענט מען ווייטער און ווייטער ביז אין די ענדע קומט אן צו גענוי די זעלבע נאט פון ווי מען האט אנגעהויבן! און אינדערצווישן דערזעהט מען זיך מיט צוועלעף נאטן.
קוקט אויף דעם בילד די Dominent חשבון - Circle of Fifth

Circle Of Fifth.png
Circle Of Fifth.png (48.05 KiB) געזען 3692 מאל


(Pythagoras האט אבער נישט געציילט לויט דער אלפיבעט ווי מיר רופן זיי היינט. ער האט געארבעט מיט נומערן. וואס מיר רופן C, האט ער גערופן 0. ער האט צוטיילט זיין צירקעל אין 1200 - Cents. קוקט אויס ווי א זייגער.)

למעשה איז דא א שטארקע פראבלעם מיט די סיסטעם. אז מען רעכענט גענוי א פערפעקט פיפט פון יעדע דאמענענט וועט אויסקומען אז מען וועט קיינמאל נישט צוריק קומען צו די זעלבע נאט ווי מען האט אנגעהויבן. און עס קומט אויס אז די לעצטע אינטערוואל איז נישט קיין פערפעקט פיפט, נאר עס איז בערך א פערטל פון א האלבע נאט אפגערוקט . 24 צענט פלעט. (עס קוקט טאקע נישט אויס ווי א גרויסע חילוק אבער עס איז שטארק מערקבאר ווען מען באנוצט זיך דערמיט.)
נאך א גרויסע פראבלעם מיט די סיסטעם איז אז די דריטע אינטערוואל מעידזשער 3׳ט (קומענדיגע ארטיקל) איז גרעסער ווי ס׳ברויך זיין און איז נישט קאנסענענט.
נאך א גרויסע פראבלעם מיט די סיסטעם איז אז די מעידזשער 3׳ט אינטערוואל איז גרעסער ווי ס׳ברויך זיין און איז נישט קאנסענענט. אנשטאט די Ratio זאל זיין 4:5 איז עס 81:64.
געוויסע אינסטרומענטן בויער האבן דערפאר געבויט צוויי עקסטערע פיטשעס פאר A flat און G sharp (זעהט בילד)

Flat_Sharp_25.png
Flat_Sharp_25.png (93.58 KiB) געזען 3692 מאל


די פראבלעם ווערט אנגערופן די The pythagorean comma און דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס אין די מיטל אלטער, האבן מוזיקאנטען אנגעהויבן עקספערימענטן מיט אן אנדערן נאטן סיסטעם גערופן Just intonation וואס איז געבויט אויף די הארמאניק סעריע.

די הארמאניק סעריע

די הארמאניק סעריע איז די פונדאמענט צו אלע קאורדס און סקעילס וואס מיר נוצן און איז די סיבה פארוואס געוויסע נאטן הערן זיך גוט אינאיינעם. (עס איז נישט אז איינער האט אמאל אפגעמאכט אויף א סקעיל וואס ער האט ליב און אונז אלע האבן צוגעשטימט דערצו און באניצן זיך דערמיט פון געוואוינהייט… נאר דאס איז די געזעצן פון נאטור וואס באשטימען די שייכות צווישן נאטן. פון לאנג בעפאר מוזיק האט עקזעסטירט.

ווען מען דריקט א נאט אויפן פיאנא קען זיך דאכטן אז מען הערט נאר די איין ספעציפישע פריקווענסי. אבער ווי אויסגעשמועסט פאריגע וואך איז עס נישט אזוי. מיר הערן אין די זעלבע צייט א גאנצע סעריע פון העכערע נאטן - Over Tones.
די אלע אווערטאנס פארמאגן א קלענערע שאנס צו דערגרייכן אונזערע אויערן ווי די פונדאמענטאלע פריקווענסי אבער עס איז הערבאר. (ווי נידריגער די נאט אויפן פיאנא אלס רייכער און דיקער וועט זיך עס הערן וויבאלד מיר קענען אויפכאפן מער אווערטאנס.)
עס איז באשטימט לויט די געזעצן פון נאטור אז אווערטאנס וועלן אלע זיין פונקט דאפעלט די הויעך פון די פנדאמענטאלע נאט.

לאמיר אלזא נעמען אלס דוגמא א נידריגע C וואס וויבערירט אין 132 Hz. די ערשטע אווערטאן וואס וויבערירט דאפעלט אזוי שנעל פונעם ערשטן פריקווענסי וועט זיין 264Hz - גענוי דאפעלט. דאס איז ווייטער א C נאט נאר אן אקטאווע העכער.

די קומענדיגע אווערטאן אינעם נאטורליכ׳ן סדר, רעזאלטירט פון די זעלבע פונדאמענטאל שטריק אבער וועט שוין יעצט זיין אן אנדערע נאט פון די פונדאמענטאל. עס וועט אויך זיין 132hz העכער פון די פריערדיגע אווערטאן אבער דאס מאל ווערט עס שוין א נייע נאט - G. (עס וועט מער נישט זיין די זעלבע נאט אן אקטאווע העכער וויבאלד אן אקטאווע איז אלס דאפעלט פון די פאריגע. ביינונז וואלט אן אקטאווע געדארפט זיין 264Hz העכער - 528Hz נישט 132 העכער). די אווערטאן וויבערירט יעצט אין דריי חלקים פון די פונדאמענטאלע פריקווענסי (דריי מאל אזוי שנעל). עס וועט וויבערירן ביי .396Hz

264 + 132 = 396

די צווייטע אווערטאן איז גענוי פינעף גאנצע נאטן (פערפעקט פיפט!) העכער די פונדאמענטאל. 5 נאטן העכער C איז G.
די דריטע אווערטאן וועט ווידעראמאל זיין א C (צוויי אקטאוועס העכערן פונדאמענטאל), פיר נאטן העכער פון די G פון ווי מיר קומען.
די קומענדיגע אווערטאן איז א נייע פיטש און דאס מאל איז עס דריי נאטן העכער פון איר פארגייער. די נייע אווערטאן וועט זיין אן E.
(באמערק ווי מיר גייען ווייטער ווערן די אינטערוואלס קלענער און קלענער אנגעהויבן מיט אן אקטאווע דערנאך א פיפט דערנאך א 4׳ט און יעצט א 3׳ט)

האלטן מיר שוין יעצט ביי דריי אנדערע נאטן. די פונדאמענטאל און די ערשטע און דריטע אווערטאנס זענען C, און די איבריגע אווערטאנס זענען G און E.

אויב איר האט נאכנישט באמערקט, די דריי נאטן פארמירן די ערשטע קאורד אינעם מעידזשער סקעיל.

(אויב איר האט נאכנישט באמערקט, די דריי נאטן פארמירן די ערשטע קאורד אינעם מעידזשער סקעיל און אויף דיע נאטורליכע אינטערוואלס און פשוטע רעטיאויס איז Just Intonation געבויט)
זעהט די פשוטע Ratios פונעם סיסטעם:

Just Intonation.png
Just Intonation.png (42.76 KiB) געזען 3692 מאל


למעשה איז אויך דא א פראבלעם צו נוצן די הארמאניק סעריע צו טונען אינסטרומענטן. ווייל אין מוזיק איז דא א מושג פון Transpose. דאס מיינט אז מען רוקט ארויף די ניגון צו אן אנדערן Key. למשל ווען מען זינגט א ניגון און מען האט אנגעהויבן צו נידריג, טרענספאסד מען די ניגון און מען הייבט אן די ניגון אפאר טענער העכער. אין Just Intonation קען מען נישט טרענספאזען א ניגון. די רגע מען הייבט אן די ניגון פון אן אנדערן טאן ווערט פארמישט די מאטימאטישע חשבונות און עס וועט זיך הערן דיסאנענט. מען קען אנשטעלן Just Intonation אין וועלכע Key מען וויל, אבער די ניגון וועט מוזן פארבלייבן אין דעם Key וואס איז א שטארקע אומבאקוועמליכקייט און נישט פראקטיש פאר ארקעסטרעס וואס ווילן שפילן ניגונים אין פארשידענע קי׳ס.

(די סיבה דערפאר איז, ווייל אין Just Intonation איז נישט יעדע חלק פון די 12 חלקים אין די אקטאווע די זעלבע גרויס. עס איז דא קלענערע און גרעסערע, און ממילא איז אוממעגליך צו שפילן די זעלבע ניגון אנגעהויבן פון אן אנדערן Key.)

דארף מען נעמען דעם וואנדער שטעקן און ווידעראמאל פרובירן טרעפן עפעס א לייטישע נאטן סיסטעם פאר אינסטרומענטן.

Equal temperament

די דע פאקטא טונינג סיסטעם וואס ווערט גענוצט אין מערב וועלט מוזיק - Equal temperament איז א פשרה. די געדאנק דערפון איז אז אנשטאט האבן צוועלעף פשוטע Ratios, צוטיילט מען דעם אקטאווע אין צוועלעף פונקטליכע אינטערוואלס. נישט ווייל ס׳הערט זיך בעסער, נאר כדי מען זאל קענען שפילן די זעלבע מוזיק אין יעדע Key. די פיאנא איז א פשוטע ליגענט! אזוי ווי איר הערט. מען האט אלעס געמאכט אביסל אףף טאן כדי אלעס זאל זיין אין טאן. (א פאראדאקס.)

לויט Equal temprament איז אונזער 4'ט 500 צענט און די 5'ט 700 צענט. דער עכטער 4'ט איז 498, און דער עכטער 5'ט איז 702.

קוקט אויף דעם בילד מיט וויפיל צענט עס איז אףף

(ס׳מיר נישט געלונגען צו עטטעטשן מער ווי דריי בילדער. זעה קומענדיגע תגובה)

אבער למעשה פארמאגט דער סיסטעם ביידע מעלות. סיי אז מען קען שפילן אין אן אנדערע קי אויפן זעלבן אינסטרומענט וויבאלד די ווייטקייט צווישן אלע נאטן - אין פיטש - איז גענוי די זעלבע. און סיי אז די צירקל פון פיפט׳ס איז אויך א פונקטליכע צירקל (זעה בילד)

מיר כאפן נישט ווי שלעכט געוויסע נאטן הערן זיך צוזאמען וויבאלד מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן און דאס איז שוין א חלק פון קולטור.

מיר זענען אבער נישט געבינדען צו דעם סיסטעם ביים זינגען. ווען מיר זינגען, זינגען מיר נאטורליך אין Just intonation לויט די הארמאניק סעריע! ווייל מיר זענען נישט געבינדען צו די באגרעניצונגען פון אינסטרומענטן. (ווען א קווייער זינגט פונקטליך צוזאמען קען מען צומאל הערן א נאט וואס זיי זינגען בכלל נישט! ווייל ווען אפאר מענטשן זינגען דעם זעלבן נאט פארשטערקערט מען צומאל איין געוויסע אווערטאן און מיר הערן עס אלס א באזונדערע נאט.)

די מענטשליכע אינסטרומענט - דער קול איז די מערסטע פיטש פלעקסיבל פון אלע אינסטרומענטן.

(עס זענען דא וואס האלטן אז דאס איינגיין אויף Equal temperament איז א פארדרוסליכע טעות. און דאס אז מ׳זאל קענען שפילן מוזיק אין יעדע קי איז נישט קיין סיבה אפצונייגן פון די ריכטיגע נאטורליכע מוזיק. און עס זענען טאקע דא היינט פארשידענע קאמפאזיטארן וואס שרייבן אין Just intonation. און עס זענען דא מוזיקאנטען וואס ווען זיי שפילן אויף א שטריק אינסטרומענט מאכן זיי קליינע שינוים צו זיין נענטער צו Just intonation.

געוויסע שרייבן אז מערב וועלט מוזיק איז שנעל וויבאלד עס איז נישט אין טאן. די קאורדס אין Just intonation זענען רואיגער און איידעלער. און די וואס אדוואקירן פאר Equal temperament טענה׳ן אבער אז ס׳איז מער אקטיוו און אויפגלעבט.

למעשה האט Equal temperament געעפענט נייע האריזאנטן צו נייע מוזיק דזשאנרע׳ס א שטייגער ווי דזשאז וואס טראנספאזד כסדר פון איין קי צום צווייטן און פון איין סקעיל צום אנדערן.)

אבער 12 נאטן איז ווייט נישט די איינציגסטע וועג צו פראדוצירן מוזיק. מוזיקאנטען און אינסטרומענטן בויער האבן עקספרעמענטירט מיט נאך פארשידענע אינטערסאנטע אינטערוואל קאמבינאציעס. אין אראביע און אין אינדיע צוטיילט מען דער האלבע סטעפ אין צוויי שאפענדיג 24 נאטן אין אן אקטאווע. דאס געבט זיי מער וועגן זיך אויסצודרוקן אין מעלאדיע. ס׳איז אויפן חשבון פון הארמאניע אבער. מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן מיט פערטעל נאטן קענען הערן פארשידענע פיטשעס וואס מיר מוגבל׳דיגע מערב וועלט מוחות קענען ניטאמאל הערן. פונקט ווי די עסקימאס פון צפון קענען פונאנדערשיידן אלע ערליי ווייסקייטן ווייל זיי וואקסן אין די שניי.

דער פיאנא

מיט די צוועלעף נאטן אין האנט, לאמיר זעהן ווי אזוי דער אויסשטעל פון די פיאנא איז געשאפן געווארן.

פון א פראקטישן שטאנדפונקט, אויב האבן מיר 12 ווייסע קנעפלעך וועט זיין אוממעגליך צו געפינען א ספעציפישע נאט. מען וועט דארפן רעכענען פון די אונטערשטע קנעפל ארויף ווייל ס׳איז נישט פארהאן קיין אנדייטונג צום אויג וועלכע קנעפל איז וועלכע.

אין ריאליטעט איז אבער דא א לאגישע סיבה צו די געדאנק פון שווארץ און ווייס און צו ווי זיי עקזעסטירן אינעם פיאנא.

ווי אויבן דערמאנט, די ווייטקייט צווישן אלע נאטן - אין פיטש - איז גענוי די זעלבע צו מען גייט פון א ווייסע צו א שווארצע אדער פון א שווארצע צו א ווייסע. אלע זענען Halfsteps גערוקט. די סיבה צו די פלאצירונג פון די שווארצע קנעפלעך איז ווייל די פיאנא איז אויסגעשטעלט אז ווען מען שפילט אלע ווייסע קנעפלעך זאל מען האבן די C major סקעיל - די מערסט פאפולערע סקעיל אין מוזיק און ווי מיר וויסן שוין איז עס נאטורליך אין די הארמאניק סעריע. אויב שפילט מען אלע ווייסע קנעפלעך פון C צו C האט מען די C מעידזשער סקעיל. די C מעידזשער סקעיל איז א סעריע פון גאנצע און האלבע סטעפס, מיט אלע גאנצע חוץ צווישן די דריטע און פערדע און זיבעטע און אכטע נאט. און דערפאר איז נישט דא קיין שווארצע צווישן E און F, און B און C.

A 440hz

די פריקווענסי פון 440Hz איז די A העכער די מיטעלע C אויפן פיאנא און מען באנוצט זיך דערמיט צו ׳טונען׳ אינסטרומענטן. ס׳איז וויכטיג צו באטאנען אז די קאמבינאציע פון אינטערוואלס און אקטאוועס וועט זיך הערן גוט אנגעהויבן אין יעדע פריקווענסי ווילאנג דער גרויס פון די אינטערוואלס זענען די זעלבע. ביז די ניינצענטן יאר הונדערט איז נישט געווען קיין פאראייניגטע צוזאמארבעט צו סטאנדאזירן די פיטש. אנדערע לענדער האבן אנדערשט געטונד און עס האט זיך אפי׳ צומאל געוואנדען פון שטאט צו שטאט.
ביז די 1500 יארן איז די פיטש A געוועזן ערגעץ אינצווישן 400Hz און 500Hz

׳באהח׳ (Bach), א באוואוסטע פיגור אין די אלגעמיינע וועלט וואס האט קאמפאזירט גאוני׳שע מוזיק שטיק אין די אכצענטען יאר הונדערט האט געטונד זיינע ווערק צו A 415Hz.
היינט זענען דא מוזיקאנטען וואס ווען זיי שפילן ׳באהח׳ טונען זיי די A צו 415Hz וואס איז איין האלבע טאן נידריגער פון וואס מיר נוצן היינט צוטאגס.

אין די תקופה פון קלאסיקעל מוזיק (1730 - 1820) איז די A ארויף צו 430hz - 432Hz.
(מאצארטס ווערק ווערן געשפילט אין Hz432)

מיט די פארשטריט וואס די וועלט האט געמאכט און מיט דער אנטוויקלונג פון טעכנעלאגיע האבן אלע געשפירט די נויט זיך צו פאראייניגן אויף איין פיטש כדי מוזיק איבער די וועלט זאל זיך הערן אייניג. די ערשטע פראבע צו סטאנדאזירן די פיטש איז געווען אין 1859 ווען די רעגירונג אין פראנקרייך האט דורכגעפירט א געזעץ וואס האט געשטעלט די A ביי Hz435. עס איז געווארן גאנץ א פאפולערע פיטש אפי׳ אין אינטערנאציאנאל גרעניצן. אין 1885 האט די מוזיק קאמיסיע פונעם איטאליענער רעגירונג דעקלארירט אז אלע אינסטרומענטן אין ארקעסטרעס זאלן טונען צו Hz440. די אמעריקאנער מוזיק פעדעראציע האט אינדארסירט די איטאליענער פיטש. אין 1939 ביים יערליכע אינטערנאציאנאלע קאנפערענץ אין לאנדאן האט מען רעקאמאנדירט אז מען זאל שטעלן די A ביי 440Hz און אזוי איז עס שוין פארבליבן און איז באוואוסט אלס ׳קאנצערט פיטש׳.

די פיטש איז היינט צוטאגס אינטערנאציאנאל אקצעפטירט און איז די סיבה פארוואס א פיאנא אין טאראנטא הערט זיך גענוי די זעלבע ווי א פיאנא אין כינע.

עס איז היפש מאדנע. קיינער קען נישט זאגן פאר זיכער פארוואס מען האט אויסגעקליבן דעם פיטש. און דערפאר איז פארהאן א גאנצע אנטי 440 באוועגונג. אין דעם זענען דא צוויי סעקטעס. ס׳איז דא די וואס גלייבן פשוט אז 432 איז מער אין הארמאניע מיט די וועלט און קומען אפי׳ מיט שטודיעס וואס ווייזן אז מוזיק געשפילט אין 432 האט די מעגליכקייט צו רעדוצירן נערוויזעטעט און אראפצוברענגען די הארץ ראטע און בלוט דרוק. פארשער זאגן אז מוזיק אין 432 איז גרינגער אויסצוהערן און איז שענער.

פון די אנדערע זייט זענען דא קאנספיראטארן מיט גאר א שווארצן בליק דערויף. ס׳איז דא וואס זענען זיכער אז אלע מעריב וועלט מוזיק וואס איז געבויט אויף צוועלעף נאטן איז גענוצט צו קאנטראלירן די מח און איז א מיליטערישע וואפן. עס באשאפט קראנקהייטן און קאכט אויף די מענטש צו מלחמה.
זיי טענה׳ן אז יאזעף געבעלס ימ״ש, די פראפאגאנדע מיניסטאר אין נאצי דייטשלאנד, האט אנגעבליך געשטופט די אינטערנאציאנאלע סטאנדעזירונג פונעם פיטש אין 1939 צו קאנטראלירן די מענטשהייט און צורויבן פרייהייט פון טראכט. די ראקעפעלער׳ס, די ראטשילד׳ס, אלע זענען פארמישט דערין.

עס איז דא וואס צו טראכטן די קומענדיגע מאל איר הערט מוזיק.

די מער ראדיקאלע פון די אנטי גרופע האלטן אז די A ברויך זאגאר זיין ביי Hz528 ווייל עס איז - אין ענגליש:
 “digital bio-holographic precipitation crystallization [and] miraculous manifestation of diving frequency vibrations.”
איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט.

ס׳איז דא היינט א צאל ארגעניזאציעס וואס אדוואקירן פאר א יוניווערסאלע טויש צו 432Hz אפי׳ מען וועט דארפן ריטונען מיליאנען אינסטרומענטן דערפאר.

די פריקווענסי פון דעם A 440 סיסטעם איז ווי פאלגענד:

C - 261.626
C# - 277.183
D - 293.665
D# - 311.127
E - 329.628
F - 349.228
F# - 369.994
G - 415.305
A - 440 פונקטלעך
A# - 466.164
B - 493.883
C - 523.251 גענוי דאפעלט פון די ערשטע C

..........


עני פראגעס?
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דאנערשטאג יולי 29, 2021 3:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

קוקט וויפיל Equel Temprament איז אפגערוקט פון just Intonation אין Ratios.

Cents Chart.png
Cents Chart.png (112.95 KiB) געזען 3692 מאל
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טענער.pdf
(156.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 187 מאל
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

יישר כח
אפשר קענט איר מאכן א pdf פון דער ערשטער שיעור אויך?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

קול.pdf
(150.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 174 מאל
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

א גרויסן יישר כח
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
choc
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:34 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך choc »

WoW WoW
ישר כח
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איינער קען אפשר קאנווערטן די PDF פיילס צו word? כ׳האב באמערקט אפאר טייפאוס וואס מ׳דארף פאררעכטן. שיקן צו [email protected]
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wow.. טענקס סוי מאטש... נעקסט לעוועל....
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

האמיר געהאט אן אישי אויסטויש מיט ר' כינור און מ'וועלמיר דא ווייטער ציען דעם שמועס זאלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.

אלטער האט געשריבן:דורך געליינט דעם שבת. זייער הנאה געהאט! די קול האב איך נאך געקענט פארשטיין אבער די "פיטש" קען איך נאכנישט כאפן פינקטלעך וואס דאס מיינט. איז דאס די volume פון העכער און שטילער? אדער איז די wave דאס וואס מאכט העכער אדער שטילער? ווייל ווי שטארק די wave גייט, אלץ העכער ווערט עס.

יעצט צו די טענער וועל איך דארפן זיך זעצן ביי א פיענא און דארפן זען וויאזוי דאס ארבעט ווייל איך בין נישט קיין גרויסער תלמיד חכם אין די זאכן...


נאכאמאל באמת אדאנק פאר דיין שווערע ארבעט און צייט


כינור האט געשריבן:די גרויסקייט פונעם wave איז פאראנטווארטליך אויף volume - ווי דו האסט געשריבן, און די שנעלקייט - פריקווענסי פון די wave איז פאראנטוואטליך אויף פיטש. פיטש באדייט נישט וואליום. נאר די סארט טאן.
דוגמא: א קינד זינגט אויף א העכערע פיטש ווי זיין טאטע. דוגמא: די נידריגערע נאטן אויף די פיאנא זענען נידריגערע אין פיטש ווי די העכערע נאטן.


אלטער האט געשריבן:א אקטיוו מיט א פיטש איז די זעלבע זאך? איך האב אייביג פארשטאנען אז א אקטיוו איז די זעלבע ווי ווען מ’זינגט נידעריג אדער הויעך אבער די זעלבע טאן.

איך האב געזען אז אין די טענער שרייבסטו וועגן אקטיוו אבער ווי געשריבן האב איך עס נישט געקענט פארשטיין לגבי די נאטן


כינור האט געשריבן:ווען טאטע אין קינד זינגען, זינגט די קינד די זעלבע נאט, אבער אויף אן אקטאווע העכער - אויף א העכערע פיטש פונעם טאטן.


יעצט ווי איך פארשטיי איז א "פיטש" מיט א "אקטיוו" די זעלבע זאך?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

א 110hz 'פיטש' הערן מיר אלס א העכערע 'טאן' פון א 100hz פיטש.

א 200hz פיטש איז שוין צוריק די זעלבע 'טאן' ווי א 100hz פיטש, נאר אויף א העכערע 'אקטאווע'.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

לאמיר פרובירן אביסל מער מסביר צו זיין.

יעדע אקטאווע איז א גרופע פון טענער איינס דאפלט פונעם צווייטן, און ווען א טאטע און קינד זינגען די זעלבע טענער אויף אנדער אקטאוועס קומט אויס אז זייער ווייבערעישן איז פונקט דאפלט איינס פונעם צווייטן.

ווייל לאמיר זאגן זיי זינגען א ניגון וואס גייט טאן 1, טאן 2, און טאן 3. וועט אויסקומען אז דער טאטע וועט זינגען 100Hz, און 105.945Hz, און 111.89Hz. און דער קינד וועט אנהייבן אויף איין אקטאווע העכער (- פון דאפלט אזויפיל) און וועט זינגען 200Hz, און 211.89Hz, און 223.78Hz, און עס קומט אויס אז יעדע טאן פונעם קינד איז אלס פונקט דאפלט פונעם טאטן, און דערפאר הערט זיך עס אזוי שיין.
2.gif
2.gif (14.15 KiB) געזען 3338 מאל

און דאס ווערט אנגערופן א 2:1 רעטיא. דאס הייסט אז פאר יעדע סייקל פונעם טאטן איז דא צוויי סייקלס פונעם קינד. דאס איז די נענטסטע שייכות וואס קען זיין צווישן צוויי קולות, און דערפאר איז דאס אזוי ענדלעך אז זיי זענען טאקע די זעלבע טאן.

און אפילו ביי א בענד וואו די אינסטרומענטן זענען אפטמאל מיט מער ווי איין אקטאווע אפגערוקט זענען זיי אויך אויף א 4:1 (8:1 אדער 16:1) רעטיא – למשל, איינער הייבט אן אויף אויף 50Hz, א צווייטער אויף 200Hz, און א דריטער אויף 1600Hz. און דערפאר איז עס נאכאלץ שיין צו הערן צוזאמען.
2.png
2.png (9.94 KiB) געזען 3338 מאל

שטימט? גיימיר ווייטער...

יעצט, אז מיר ווייסן שוין אז פון איין טאן צום צווייטן וועט שטענדיג זיין 5.945 פראצענט, און אז דאפלט פון א נומער וועט זיין א העכערע אקטאווע - לאמיר אויסרעכענען וויפיל טענער וועלן קענען אריינגיין אין א אקטאווע.

אינעם פאלגענדן טשארט האבן מיר אלע טענער אנגעהויבן פון 16.35Hz ביז אזוי הויעך ווי 7902.13Hz. אלע טענער זענען אייניג אפגערוקט מיט 5.945% פונקטליך.

[די אלע נומערן אינעם טשארט זענען די אוועקגעשטעלטע טענער וואס מ'נוצט. דאס מיינט אבער נישט אז מ'קען נאר זינגען אויף די נומערן - ווייל מ'קען דאך פונקט אזוי אנהייבן פון יעדע אנדערע נומער אין שפרינגען די זעלבע פראצענטן, נאר מ'האט אוועקגעשטעלט די טענער אויף געוויסע נאמבערס כדי מ'זאל זיך קענען צונויפרעדן.

ווען א מענטש זינגט א ניגון קען זיך טאקע מאכן אז ער זאל זינגען דעם גאנצן ניגון מיט א פערטל טאן אראפ אדער ארויף. אויב איז אבער דא אן אינסטרומענט האלט ער דעם זינגער אויפן פונקטליכן אוועקגעשטעלטן טאן.]


פרוביר עס אליינס אויס. הייב אן פונעם ערשטן קעסטל און צייל אויף אראפ צוועלעף טענער, וועסטו זעהן אז דער דרייצנטער טאן וועט אלעמאל זיין דאפלט אזויפיל פונעם ערשטן נומער = אן אקטאווע העכער פון וואו מ'האט אנגעהויבן.
Screenshot 2021-08-01 201155.png
Screenshot 2021-08-01 201155.png (53.12 KiB) געזען 3338 מאל

און דער חשבון וועט שטימען אפגעזעהן פון וועלכע קעסטל מ'הייבט אן ציילן. ווייל אזוי ווי אלע טענער זענען אייניג אפגערוקט מיט די זעלבע פראצענטן - איז נישטא א פונקט וואו מ'קען אנצייגן אז דא הייבט זיך אן אדער ענדיגט זיך א אקטאווע, נאר פון וואו אימער מ'וועט אנהייבן דעם חשבון וועט מען האבן די זעלבע סך הכל.

קומט אויס אז עס וועט אלעמאל זיין גענוי צוועלעף טענער אין יעדן אקטאווע. און דאס מיינט אז עס זענען בלויז דא 12 טענער אין מוזיק , וואס זיי האלטן זיך אין איין איבער'חזר'ן אויף 9 אנדערע אקטאוועס . און פון סיי וועלכער טאן מ'הייבט אן, וועלן די פאלגנדע צוועלעף טענער זיין אן אקטאווע, און די צוועלעף טענער בעפאר און דערנאך וועלן זיין אן איבערשפיל פון די זעלבע טענער אויף א העכערע און נידריגערע אקטאווע. און אזוי אלע טענער ווייטער.


קומט אויס אזוי:
• א יעדע קול וואס מיר הערן איז א געוויסע פריקווענסי צווישן 20Hz און 20,000Hz.
• ווי העכער די פריקווענסי איז, אלץ א העכערע פיטש איז די קול.
• פון סיי וועלכע נומער וועט 5.945 פראצענט מער זיין א העכערע טאן.
• נאכן שפרינגען צוועלעף טענער וועט מען אנקומען צו דאפלט אזויפיל.
• דאפלט פון א נומער איז אן אקטאווע העכער.
• קומט אויס אז ס'זענען דא 12 טענער אינעם אקטאווע.
• און מ'קען אנהייבן דעם אקטאווע פון סיי וועלכע טאן.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:א 110hz 'פיטש' הערן מיר אלס א העכערע 'טאן' פון א 100hz פיטש.

א 200hz פיטש איז שוין צוריק די זעלבע 'טאן' ווי א 100hz פיטש, נאר אויף א העכערע 'אקטאווע'.


גענאגלט. אן אקטאווע איז סך הכל א נאמען פון אן אינטערוואל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:לאמיר פרובירן אביסל מער מסביר צו זיין.

יעדע אקטאווע איז א גרופע פון טענער איינס דאפלט פונעם צווייטן, און ווען א טאטע און קינד זינגען די זעלבע טענער אויף אנדער אקטאוועס קומט אויס אז זייער ווייבערעישן איז פונקט דאפלט איינס פונעם צווייטן.

ווייל לאמיר זאגן זיי זינגען א ניגון וואס גייט טאן 1, טאן 2, און טאן 3. וועט אויסקומען אז דער טאטע וועט זינגען 100Hz, און 105.945Hz, און 111.89Hz. און דער קינד וועט אנהייבן אויף איין אקטאווע העכער (- פון דאפלט אזויפיל) און וועט זינגען 200Hz, און 211.89Hz, און 223.78Hz, און עס קומט אויס אז יעדע טאן פונעם קינד איז אלס פונקט דאפלט פונעם טאטן, און דערפאר הערט זיך עס אזוי שיין.
2.gif

און דאס ווערט אנגערופן א 2:1 רעטיא. דאס הייסט אז פאר יעדע סייקל פונעם טאטן איז דא צוויי סייקלס פונעם קינד. דאס איז די נענטסטע שייכות וואס קען זיין צווישן צוויי קולות, און דערפאר איז דאס אזוי ענדלעך אז זיי זענען טאקע די זעלבע טאן.

און אפילו ביי א בענד וואו די אינסטרומענטן זענען אפטמאל מיט מער ווי איין אקטאווע אפגערוקט זענען זיי אויך אויף א 4:1 (8:1 אדער 16:1) רעטיא – למשל, איינער הייבט אן אויף אויף 50Hz, א צווייטער אויף 200Hz, און א דריטער אויף 1600Hz. און דערפאר איז עס נאכאלץ שיין צו הערן צוזאמען.
2.png

שטימט? גיימיר ווייטער...

יעצט, אז מיר ווייסן שוין אז פון איין טאן צום צווייטן וועט שטענדיג זיין 5.945 פראצענט, און אז דאפלט פון א נומער וועט זיין א העכערע אקטאווע - לאמיר אויסרעכענען וויפיל טענער וועלן קענען אריינגיין אין א אקטאווע.

אינעם פאלגענדן טשארט האבן מיר אלע טענער אנגעהויבן פון 16.35Hz ביז אזוי הויעך ווי 7902.13Hz. אלע טענער זענען אייניג אפגערוקט מיט 5.945% פונקטליך.

[די אלע נומערן אינעם טשארט זענען די אוועקגעשטעלטע טענער וואס מ'נוצט. דאס מיינט אבער נישט אז מ'קען נאר זינגען אויף די נומערן - ווייל מ'קען דאך פונקט אזוי אנהייבן פון יעדע אנדערע נומער אין שפרינגען די זעלבע פראצענטן, נאר מ'האט אוועקגעשטעלט די טענער אויף געוויסע נאמבערס כדי מ'זאל זיך קענען צונויפרעדן.

ווען א מענטש זינגט א ניגון קען זיך טאקע מאכן אז ער זאל זינגען דעם גאנצן ניגון מיט א פערטל טאן אראפ אדער ארויף. אויב איז אבער דא אן אינסטרומענט האלט ער דעם זינגער אויפן פונקטליכן אוועקגעשטעלטן טאן.]

פרוביר עס אליינס אויס. הייב אן פונעם ערשטן קעסטל און צייל אויף אראפ צוועלעף טענער, וועסטו זעהן אז דער דרייצנטער טאן וועט אלעמאל זיין דאפלט אזויפיל פונעם ערשטן נומער = אן אקטאווע העכער פון וואו מ'האט אנגעהויבן.
Screenshot 2021-08-01 201155.png

און דער חשבון וועט שטימען אפגעזעהן פון וועלכע קעסטל מ'הייבט אן ציילן. ווייל אזוי ווי אלע טענער זענען אייניג אפגערוקט מיט די זעלבע פראצענטן - איז נישטא א פונקט וואו מ'קען אנצייגן אז דא הייבט זיך אן אדער ענדיגט זיך א אקטאווע, נאר פון וואו אימער מ'וועט אנהייבן דעם חשבון וועט מען האבן די זעלבע סך הכל.

קומט אויס אז עס וועט אלעמאל זיין גענוי צוועלעף טענער אין יעדן אקטאווע. און דאס מיינט אז עס זענען בלויז דא 12 טענער אין מוזיק , וואס זיי האלטן זיך אין איין איבער'חזר'ן אויף 9 אנדערע אקטאוועס . און פון סיי וועלכער טאן מ'הייבט אן, וועלן די פאלגנדע צוועלעף טענער זיין אן אקטאווע, און די צוועלעף טענער בעפאר און דערנאך וועלן זיין אן איבערשפיל פון די זעלבע טענער אויף א העכערע און נידריגערע אקטאווע. און אזוי אלע טענער ווייטער.


קומט אויס אזוי:
• א יעדע קול וואס מיר הערן איז א געוויסע פריקווענסי צווישן 20Hz און 20,000Hz.
• ווי העכער די פריקווענסי איז, אלץ א העכערע פיטש איז די קול.
• פון סיי וועלכע נומער וועט 5.945 פראצענט מער זיין א העכערע טאן.
• נאכן שפרינגען צוועלעף טענער וועט מען אנקומען צו דאפלט אזויפיל.
• דאפלט פון א נומער איז אן אקטאווע העכער.
• קומט אויס אז ס'זענען דא 12 טענער אינעם אקטאווע.
• און מ'קען אנהייבן דעם אקטאווע פון סיי וועלכע טאן.



זייער שיין צולייגט אקטאוועס! כשלחן הערוך. די הסבר איז אבער נאכנישט גענוג צו פארשטיין געבן די ספעציפישע פארמולע פארוואס פונקט 12 נאטן. דאס צו דערגיין דארף מען צוקומען צו די מאטעמאטיק פון די פארשידענע סיסטעמען אויסגערעכענט אין טענער ארטיקל. ווייל מען קען פונקט אזוי שפרינגען 24 מאל אין אן אקטאווע אפי' מיט אייניגע פראצענטן.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אה, איך האב געמיינט אז דאס אז מיר הערן נאר א העכערע טאן ווען עס וועט זיין א טויש אין די פריקווענסי פון 5.945 פראצענט, איז פון די חקי הטבע. און מיט דעם האב איך 'אויסגערעכנט' וויפיל טענער עס וועט אריינגיין אינעם אקטאווע.

קומט הרב כינור, און איז אונז מגלה אז איך האב געלייגט די וואגן פאר די פערד...

די איינציגסטע זאך וואס מ'קען נישט טוישן איז דאס אז 2:1 איז די נענסטע רעטיא וואס איז דא, און דערפאר איז עס טאקע די זעלבע טאן, אויף א העכערע אקטאווע. (און זעלבע איז 4:1 - וואס איז 2:1 פונעם אקטאווע, 8:1, 16:1, איז אזוי ווייטער). פון דא און ווייטער קען יעצט יעדער באשלוסן וויפיל טענער אריינצורוקן צווישן די צוויי - דער טאניק און דער אקטאווע.

אזוי ווי מיר האבן באשלאסן אריינצורוקן צוועלעף טענער - איז אטאמאטיש אויסגעקומען אז די מרחק צווישן איין טאן אינעם צווייטן איז אלס 5.945 פראצענט, און ווייניגער ווי דעם וועלן מיר נישט אויפכאפן. (און אנדערע קולטארן וואס האבן עס צוטיילט אין מער, הערן טאקע יא א חילוק אין טאן ביי ווייניגער פראצענט).

אויב אזוי דארפן מיר פארשטיין פארוואס טאקע האט מען באשלאסן עס צו צוטיילן פונקט אויף צוועלעף?

זאגט ער אזוי. מיר זוכן נאך נאנטע רעטיאס וואס איז דא צווישן 1:1 און 2:1. און אזוי וועלן מיר שאפן נאך טענער.

מהלך א':
מ'נעמט די זיבן בעסטע רעטיאס, און מ'פולט אן די לעכער אז אלע טענער זאלן זיין מער ווייניגער אייניג.

מהלך ב':
דאמענענט. מ'נעמט די פיפט, די פיפט פון די פיפט, די פיפט פון די פיפט פון די פיפט, און אזוי ווייטער צוועלעף דורות.
פראבלעם: מ'וועט קיינמאל נישט צוריקומען אהיים, און די לעצטע אינטערוואל וועט זיין אביסל קערצער.

מהלך ג':
הארמאניק. מ'נעמט טענער פון די אווערטאנעס פונעם טאניק וואס זענען נישט קיין אקטאוועס ווי 3:1, 5:1, 6:1, 7:1, 9:1, און אזוי ווייטער.
פראבלעם: די אינטערוואלס זענען נישט אייניג, און אז מ'הייבט אן פון אן אנדערע טאן דארף מען אלעס פריש אויסרעכענען.


און פון דא און ווייטער גייט מיר נישט אריין אין קאפ. וועלכע מהלך נעמט מען למעשה און וויאזוי האט מען עס פארדרייט?

און פארוואס קען מען נישט נוצן די ערשטע מהלך אזוי ווי ס'שטייט און גייט, וואס איז די פראבלעם דערמיט???
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:אזוי ווי מיר האבן באשלאסן אריינצורוקן צוועלעף טענער - איז אטאמאטיש אויסגעקומען אז די מרחק צווישן איין טאן אינעם צווייטן איז אלס 5.945 פראצענט, און ווייניגער ווי דעם וועלן מיר נישט אויפכאפן. (און אנדערע קולטארן וואס האבן עס צוטיילט אין מער, הערן טאקע יא א חילוק אין טאן ביי ווייניגער פראצענט).

ניין דאס איז א טעות. אויב די חילוק איז 5 פערצענט קען מען הערן ביז סך מער ווי צוועלעף טענער אין און אקטאווע... ס׳האט גארנישט איינס מיטן צווייטן

אויב אזוי דארפן מיר פארשטיין פארוואס טאקע האט מען באשלאסן עס צו צוטיילן פונקט אויף צוועלעף?

זאגט ער אזוי. מיר זוכן נאך נאנטע רעטיאס וואס איז דא צווישן 1:1 און 2:1. און אזוי וועלן מיר שאפן נאך טענער.

מהלך א':
מ'נעמט די זיבן בעסטע רעטיאס, און מ'פולט אן די לעכער אז אלע טענער זאלן זיין מער ווייניגער אייניג.

די זיבן בלייבט. די קומענדיגע צוויי מהלכים איז אנצוקומען צו 12

מהלך ב':
דאמענענט. מ'נעמט די פיפט, די פיפט פון די פיפט, די פיפט פון די פיפט פון די פיפט, און אזוי ווייטער צוועלעף דורות.
פראבלעם: מ'וועט קיינמאל נישט צוריקומען אהיים, און די לעצטע אינטערוואל וועט זיין אביסל קערצער.

מהלך ג':
הארמאניק. מ'נעמט טענער פון די אווערטאנעס פונעם טאניק וואס זענען נישט קיין אקטאוועס ווי 3:1, 5:1, 6:1, 7:1, 9:1, און אזוי ווייטער.
פראבלעם: די אינטערוואלס זענען נישט אייניג, און אז מ'הייבט אן פון אן אנדערע טאן דארף מען אלעס פריש אויסרעכענען.

זייער קלאר!

און פון דא און ווייטער גייט מיר נישט אריין אין קאפ. וועלכע מהלך נעמט מען למעשה און וויאזוי האט מען עס פארדרייט?

מ׳בלייבט מיט Just Intonation אבער מ׳טוישט די צענט פון יעדע נאט אביסל כדי די אקטאווע זאל ווערן פונקטליך צוטיילט אין 12


און פארוואס קען מען נישט נוצן די ערשטע מהלך אזוי ווי ס'שטייט און גייט, וואס איז די פראבלעם דערמיט???
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”