Shuli Rand - שולי רנד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:ער האט איינס מיט גורי אלפי. געוואלדאוונע
אלפי איז אן אזויגערופענער אטעאיסט און האט שולי'ן אויפ'ן פאדיום אויף א פארהער.
דער שולי צענעמט אים אויף זעגל שפענדלעך.

אויש אידאס גוט... דער גורי בלייבט מיט א פארמאכטע מויל.

טאקע נישט פאר אייוועלט. דארף עס איינער צענזור'ן און אהערברענגען.

שוין געזען דא מיט יארן צוריק. מדארף צענזור’ן די גאנצע חלק פון גורי ווייל סאיז עכט כפירה.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2012 8:42 pm

Re: פראפעשענעל קליפס פון זינגערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש דברים בגו »


ער האט פארפאסט א ניגון בערך א האלבע יאר פאר קארענע וואס איז געווען ממש ווי א כמו נבואה איבער מצב
ווען קאראנע איז אנגעקומען האט ער דאס ארויסעגעבן אויף א קליפ, עפעס אויסטערליש שלא מעלמא הדין.

https://www.kikar.co.il/354044.html

עד אז חיינו זרמו למישרין בנהר הטוב
היו לנו ימים יפים, רעננים כטל רטוב
לא היה שום ענן שיסגיר את מה שאיתנו עומד לקרות
בפה מלא אני מצהיר:
היטבנו לחיות
היטבנו לחיות

ואז החלו השמועות, הנשמות הטהורות
היה להן כבר מה ללעוס
מעל ביתנו הקטן והחמים אדי התרעלה החלו לתסוס
לא רצינו לשמוע, לא רצינו לראות
אמרנו סתם חלום רע
ביום סגריר אחד הבנו:
אנחנו בצרה צרורה
אנחנו בצרה צרורה

והספינה
איכשהו שטה
פלאי פלאים
שטה הספינה
רוטן, מתמרמר הים
מלחיה שיכורים כולם
רב-חובל חמק ונעלם
חמק ונעלם

גמרנו אומֵר למסור את נפשנו
לקרוע את רוע הגזירה
בכל כוחנו ועוצם ידנו
כביכול בני בחירה
איך עמדנו בפרץ
איך נלחמנו במרץ
חסמנו גשרים
עשינו טלפונים
הפעלנו קשרים
מה הועילו הקשרים?

"הרשות מביעה השתתפות עמוקה וכנה בצער"
אבל הם לא שום צד בעניין
הגזבר לחשש שבליבו הוא איתנו אבל יש לו אישה לפרנס
הוא רק בורג קטן
יום קשה מקודמו, מכה רודפת מכה
עוד זה הולך והנה זה בא
סדק מכוער
בבטן הרכה נבקע
בבטן הרכה נבקע

והספינה
איכשהו שטה
פלאי פלאים
איך שטה הספינה
הים שוצף וקוצף
מלחיה כתף אל כתף
רב-חובל בטליתו מתעטף
בטליתו מתעטף

אז שינה רב-חובל טעמו, פתח את פיו ואמר:
כל מי שעיניו בראשו יבחין
עוד מעט הכל נגמר
הרחיבו שפתיים
פירשׂוּ כפיים
יחדו ייחודים
אולי יאריך אף
עוררו רחמים

השם, השם, אל רחום וחנון
ארך אפיים ורב חסד ואמת
נוצר חסד לאלפים
נושא עוון ופשע
וחטאה ונקה

חננו, עננו
חננו, עננו
הגיעו מים עד נפש
הגיעו מים עד נפש

והספינה
איכשהו שטה
אחים הושיעו
עוד שטה הספינה
גל אדירים מעלינו נוסק
עברה וזעם, אש גופרית הוא יורק
והים
שפתותיו ילקק
שפתותיו ילקק


איבער געהערט איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ס'איז באמת אינטרעסאנט און הערליכע תנועות, מוזיק
יעצט קען איך באשטיין צו קענען די פירוש המילות ווי אויך די concept פון די פארשטעלונג
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שוין פריער געברענגט פון איינעם לאמיר טרייען מרחיב זיין

די שטארקייט פון די "הספינה" איז אז ס'איז צוזאמגעשטעלט פון א קנאקעדיגע טאן, מורא'דיגע ווערטער, און געלונגענע עיקטארס.

אנשטאדט צו מאכן א קליפ פון די תוכן הדברים, דהיינו נעמען א שיף און מאכן א פראפעסיאנאלע ווידאו קליפ, א זאך וואס שולי וואלט געקענט דעליווערן אויף נעקסט לעוול (און איינפאקן מענדי ראטה טויזנט מאל...), טוט ער דאס א צווייטע וועג. נישט קיין שיף נישט קיין כוואליעס, נישט קיין הונדערט מינע פרעימס פון עקטארס און קעמערעס. נאר א כאילו נארישע קליפ ווי א איד זעצט זיך אריין אין בעסמעדרש ביי א ספר, ווען איינער אונטער איהם דערציילט איהם עפעס א נארישע מעשה. דא קומט אריין די טאן און די ווערטער קאמביינד מיט זייער עקטן, בלויז מיט די הענט קאפ אויגן און פלייצע דערציילן זיי די מעשה אזש ס'איז שרעקליך...

זיצט זיך א איד אין בית מדרש, זעצט זיך אראפ צו לערנען א בלעטל גמרא, ער וויל אנהייבן לערנען, ווען פלוצים הערט ער עפעס א נערוון קריכער הייבט איהם אן דערציילן א מעשה....

די ווערטער פון שולי איז קונצליך געשריבן, און איך ווייס נישט צו מ'קען דאס ריכטיג אראפ שרייבן אין אידיש, ווייל אויף לשון קודש מערקסטו גראד אז ס'איז א משל וננשל באין כאחד אן דארפן מסביר זיין פונקטליך וואס די נמשל איז.

איי איי איי, געווען איז עס טעג געשמאק און זיס, אלעס איז געפארן געשמירט אויף א רואיגן טייכל. שיינע טעג האבן מיר געהאט, פריש לעבעדיג און לוסטיג, א מחיה איז עס כעווען.
נישט געווען אינעם האריזאנט קיין שום וואלקן וואס זאל פארציילן אז עפעס גייט דא געשעהן. לאמיר דאס זאגן גראב: מיר האבן געהאקט א לעבן...


דער איד דריידט זיך צוריק צו זיין גמרא "נו א שיינע מעשה... לאמיר לעבן, וואס קריכסטו מיר דא אויף די נערווען מיט סיפורי סרק על דא ועל הא.
דער יעניגער געבט אבער נישט אויף, יעדן מאל ער זעהט אז דער איד ווייזט נישט קיין אינטערעסע געבט ער איהם אזא קלעפל אין פלייצע, כאומר: איך רעד צו דיר, הער זיך צו צו מיינע בויכוויי, דו גייסט מיר אויסהערן צו דו ווילסט צו נישט!. און דער שאקלט צו און הערט איהם אויס, ביז עס ווערט איהם ווידער לאנגווייליג, וחוזר חלילה...

(און באמערק ווי פראפעסיאנאל זיי צוויי לייגן דאס אראפ, ער רירט איהם נישט אן, נאר ווען דער ערשטער וויל זיך שוין אויסדרייען, שטרעקט דער צווייטער אויס זיין היינט צו איהם געבן א קלאפ, אבער ער דארף שוין נישט קלאפן ווייל דער ערשטער האט זיך שוין צוריקגעדריידט...)

און דעמאלטס האט אנגעהויבן צו קומען די שמועות... די נשמה'לעך און מקוה נייעס זאגערס האבן שוין געהאט וואס צו קייען.
העכער אונזער קליינע ווארעמע הויז האט אנגעהויבן שוועבן די פארפעסטעטע לופט
(לגבי די משל איז דער שורה נאר א משל ווייל מרעדט פון א שיף נישט פון א הויז, אבער לגבי די נמשל איז עס צוריק צום שטיבעלע... געקניפט און געבינדן קונצליך אריינגעבלענדט)
אבער מיר האבן נישט געוואלט הערן און גלייבן, עה ס'סתם א בייזע חלום, האבן מיר זיך בארואיגט.
אבער איין טאג האבן מיר זיך געכאפט, יאפ מיר זענען אויף געהאקטע צרות!


דער איד ווערט לאנגווייליג. נו וואס ווילסטו מיר דערציילן יעצט דיינע דעפרעסטע זכרונות? אבער דער יעניגער געבט נישט אויף אזוי שנעל, ער דערציילט ווייטער זיין מעשה...

וואונדערליך איז אבער, אז די שיפעלע קוקט אויף קיינעם, ס'שווימט זיך ווייטער זיין וועג ווי כאילו גארנישט פאסירט דא.
די וואסער שטורעמט די כוואליעס בודזשעווען, די וווינט בונטעוועט, די שיפסלייט ווארפן זיך ווי שיכורים, און דער שיפס קאפיטאן איז ערגעצצוואו נעלם געווארן 'שטא צום געפינען. אבער דער שיפעלע פארט זיך ווייטער...


או... הופא... די מעשה הייבט אן ווערן אינטערסאנט
דער אידל דריידט זיך שוין האלבוועגס צום דערציילער און לייגט צו א הויער מיט אינטערעסע

מיר קליינע מענטשלעך האבן איינגעזעהן דא איז קיין תכלית, דא מוז מען עפעס טון. מיר האבן מחליט געווען אז מיר גייען מיט מסירות נפש!
מיטן גאנצן כח האבן מיר אנגעהויבן טון, ווי כאילו מיר קענען דא עפעס העלפן און ס'ליגט אין אונזער הענט.

(און דא קומט אריין די שטארקייט פון לשון קודש. ער נוצט די ווערטער בכל כוחנו ועוצם ידנו, וואס לגבי די עצם ניגון מיינט ער פשוט אז מ'האט געטרייט מיט אלע כוחות, אבער מיט א צינישע שמייכל מיינט ער די נישטיגע איינרעדעניש פון כחי ועוצם ידי)

מיר האבן זיך קעגן געשטעלט, זיך געשלאגן מיטן מצב, פארשטערקערט די קניפן, פארהאקט די לעכער, געשיקט א רוף פאר הילף, געטרייט מיט קאנעקשנס אבער וואס האט דאס אלעס געהאלפן

און דא ווייטער ווען ער זאגט מה הועילו הקשרים איז דא אויף איין שאס הן די קשרים פון די שטריק און הן די קאנעקשנס.

"הרשות מביעה השתתפות עמוקה וכנה בצער" א סטעטמענט וואס ווערט כסדר געהערט פון די הויכע פענסטערס אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען..א ביטער געלכעטער, זיי האבן אבער גארנישט קיין שייכות מיט די מעשה (יעדן מאל מיט זייערע גוט תירוצים).
דער קליינעק עסקן (וואס שפילט אייביג גרויסע פאלעטישן...) זאגט אונז שטילערהייט אז ער איז אויף אונזער זייט, אבער ער איז צו ביזי יעצט, איי מיען, ער האטעך א ווייב און קינדער צו שפייזן, און ער איז עני וועי נאר א קליין שרייפל אזוי אז ער וועט עני וועי נישט קענען העלפן...
דער מצב ווערט ערגער און ערגער, איין טאג ערגער פון צווייטן, איין מכה נאכן צווייטן. קוים די צרה אוועק קומט שוין א צווייטע. און מיטאמאל איז עס געשעהן! א ריזן שפאלט האט זיך אויפגעבראכן אינעם שיפל!!


אבער וואונדער איבער וואונדער, די שיף שטעלט זיך נישט אפ! ער פארט זיך ווייטער זיין וועג
וויאזוי איז דאס אבער מעגליך?! וואונדערליך!
דער ים ברויזט מיט א שרעק, די שיפסלייט כאפן זיך איינעם דעם צווייטן, דער עולם כאפט אז דא איז נישט דא וואס צו טון בדרך הטבע און כולם בעצה אחת, דער שיפס קאפיטאן (ער'ז פלוצים צוריק אויסגעוואקסן...) וויקלט זיך איין אין זיין טלית, און טוישט מהלך, מער נישט פראבירן בדרך הטבע און רופט זיך אן צו זיי


דער איד ווערט אריינגעשלעפט אין די מעשה, ער פילט זיך שוין ממש דארט אויפן ים, דאס געזיכט ווערט פארכמארעט און ער נעמט אפיר די פידל און זיינע געפילן צושפילן זיך.
דער דערציילער פון זיין זייט, גייט דא אויך אריין אינעם שפיל, ער טוט זיך אן זיין טלית און פארציילט ווייטער די מעשה, די קול ווערט ערנסטער און די טאן ווערט העכער:

דער שיפס קאפיטאן רופט זיך אן: ווער ס'האט נאך אויגן (=די קאפ אויפן פלאץ) זעהט דאך שוין קלאר איין, אז מיר שטייען אט אט ביים ענד!, הרחיבו שפתיים (העפנטס די מויל) פירשׂוּ כפיים (שפרייט אויס די הענטעלעך) יחדו ייחודים (שפארט נישט קיינע תפילות), אולי יחוס אולי ירחם, לאמיר איינרייסן!

מיטאמאל פילט זיך ווי אלעס טראסקעט אין פלאץ, די טאן, די ניגון, די ווערטער, די עקטארס, די לאגווייליגקייט אנהייבן און די ערסטקייט וואס האט געוואקסן געשפאנט, די געפילן ווערן איבערגענומען און ביידע אינאיינעם (מיט אונז צוקוקער צוזאמען) שרייען אויס:
השם, השם, אל רחום וחנון ארך אפיים ורב חסד ואמת נוצר חסד לאלפים נושא עוון ופשע וחטאה ונקה
חננו, עננו חננו, עננו הגיעו מים עד נפש הגיעו מים עד נפש


אהההההה..... דאס איז געווען א מאמענט, סאמטינג ספעישל, די נמשל גריבלט אין קאפ יעדער אויף זיין מהלך, און דא פילט זיך ווי מ'איז שוין געווען הויעך הויעך, די נפש ציהט יעצט צו תשובה און קרבת אלוקים, דער אידל זעצט זיך צוריק צו זיין גמרא, און איז שוין גרייט צו מאכן א כלי פון זיינע געפילן אז זיי זאלן זיך האלטן...

אבער ניין, ער פילט א קלאפ אין פלייצע!
נו, וואס יעצט?!

ר' איד איר כאפט נישט וואס איך דערצייל אייך, די מעשה איז נאכנישט געענדיגט!
א גוטע מייסע א גוטע תפלה, אבער דער שיפעלע פארט זיך ווייטער זיין וועג!, דור הולך ודור בא, מענשטן קומען און גייען, ס'דריידט זיך א וועלט אבער נישט יעדער האט שכל צו חוסה זיין בצל האל ולהתבונעעעעעעןןן...
אופס ווי בין איך פארפארן?...

סאמהאו פארט זיך ווייטער די שיף...
ברידערליך טייערע! די שיפעלע פארט נאך, די כוואליעס בודזשעווען נאך, מ'קען נאך אויפטון,. און דענקטס אז דער שטורעמישער ים וועט ביים בארטן נאר לעקן דעם פארט...


כי ככה שולי רנד מעביר את המסר… בהבעות הפנים ותנועות הידים!!!!!.

בשעתו ווען די קליפ איז ארויס געקומען האב איך געוואלט איבערטייטשן אבער נישט זיך געקענט צוזאמקלויבן, נאך וואס בעצם די ווערטער קען מען נישט אפטייטשן, אבער זעהט אויס הגיע מועד לחזון....

דא קען מען אריינקריכן אינעם משל און מסביר'ן, אבער דא ליגט די טיפקייט, די קענסט דאס נעמען לגבי צרות הגוף, צרות הנפש, צרות הכלל און צרות הפרט אדער צו וואו די ווילסט. איינמאל מ'איז אריינגעשלעפט אין די ווערטער פארט עס און פארט און שטעלט זיך נישט אפ.
ווי זוי זאגט ער דארט? והספינה איכשהו ש ט ה . . .


_


אז איך שרייב שוין וועל איך מיר שוין באציען צו מתמודדס אלטערנעטיווע אשכול
די סיבה פארוואס דאס איז א אלטערנעטויוו איז נישט ווייל דא קומט עפעס מוראדיג א דבר חידוש שלא היה מעולם, נאר וויבלאד מיר האבן זיך צוגעוואינט צו דאווענען אן טראכטן צו טיף פירוש המילות ממילא ווען איינער נעמט א פסוק תהלים טראכטן מיר נישט אריין פשט פון די ווערטער, און מבלייבט סטאק מיט די מילות כמצוות אנשים מלומדה און די עיקר פאקוס גייט אויפן טאן און לחן און נישט אויף די תוכן. ווען איינער קומט מיט אייגענע ווערטער שטעלט מען זיך יא אפ טראכטן וואס ער זאגט (ראיה לזה, אז ווען מאטי האט געמאכט אפאר שורות ביי די מרגלים האט זיך געטון א גאנצעטע שמועס איבער זיינע אייגענע לשון קודש ווערטער)
האט איינער אמאל געטראכט און געלערנט די ווערטע פון קה רבון עלם? פון צור משלו? פון כי אשמרה שבת? און פון יעדן פיוט ולחן קודש מרבותינו הראשונים.
מקען די ווערטער פון אלס קינד און מזאגט דאס נאך אן טראכטן צו טיעף.
אבער גלייב מיר - און דאס דארף נישט מיין הסכמה - די פיוטים פון די ראשונים איז עמוק עמוק עמוק און מקען דארט אריינקריכן עד כדי זיך מתדבק זיין און נישט וועלן ארויסקומען פון דארט.

מיין אלטערנעטיוו פאר דעם איז: לאמיר אנהייבן אן טראכטן וואס אונז רעדן, לאמרי צולייגן קאפ צו וואס אונז זינגען, וועסטו פלוצים זעהן אז די טאן און די דרייעדעיגע שטיקלעך איז נישט די עיקר פון היכל הנגינה, סאיז נאר די וועג צו קענעקטן מיט די וועטער.
זאלן מיר ווען לערנען תהלים אביסל טיפער וואלטן מיר געהאט די מינע מוזיק אין אונזער לשון קודש און נישט נאר אויף אידיש אדער עברית...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 06, 2021 10:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

@איינס שטארקע נייעס. מתחילה ועד סוף.
דו לייגסט עס אראפ בכתב אזוי גוט ווי שולי לייגט עס אראפ מיטן זינגען/עקטן.

מיט דיין אויספיהר שטים איך אויך צו.

כ'מיין אבער אז אזא שטיקל באלאנגט אין א עקסטערע אשכול. אין קרעטשמע...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

היסטאריש האט געשריבן:עוקר הרים איז מיין ערשטע ניגון וואס איך הער פון שולי, און איך האב עס געהערט צען מאל נאך פאר איך האב געזען די ווערטער

- און סאמהאw האט ער זיך אריינבאקומען ערגעץ אין מיין מח, און הערט נישט אויף ארומצוטאנצן דארט -

אבער מיט די פאעטישע ווערטער איז ער דאך צען מאל מער ווערד, "בי נשבעתי כי באתי לחסות בצל הקל להתבונן..."
כ'קען נישט זיינע אנדערע ניגונים, אבער די ניגון איז עפעס סאמטינג ספעשל

און שכח פאר אלע ברענגערס און שרייבערס

(באדערט מיר נאר פארוואס ער זאגט די שם השם, איינער ווייסט פשט?)

יא! די קליפ, זיינע פאקסען, די ניגון, איז עפעס נעקסט לעוועל, ס'האט קונה שביתה געווען אין מיין קאפ...נאו וועי אוט
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איינס האט געשריבן:שוין פריער געברענגט פון איינעם לאמיר טרייען מרחיב זיין

די שטארקייט פון די "הספינה" איז אז ס'איז צוזאמגעשטעלט פון א קנאקעדיגע טאן, מורא'דיגע ווערטער, און געלונגענע עיקטארס.

אנשטאדט צו מאכן א קליפ פון די תוכן הדברים, דהיינו נעמען א שיף און מאכן א פראפעסיאנאלע ווידאו קליפ, א זאך וואס שולי וואלט געקענט דעליווערן אויף נעקסט לעוול (און איינפאקן מענדי ראטה טויזנט מאל...), טוט ער דאס א צווייטע וועג. נישט קיין שיף נישט קיין כוואליעס, נישט קיין הונדערט מינע פרעימס פון עקטארס און קעמערעס. נאר א כאילו נארישע קליפ ווי א איד זעצט זיך אריין אין בעסמעדרש ביי א ספר, ווען איינער אונטער איהם דערציילט איהם עפעס א נארישע מעשה. דא קומט אריין די טאן און די ווערטער קאמביינד מיט זייער עקטן, בלויז מיט די הענט קאפ אויגן און פלייצע דערציילן זיי די מעשה אזש ס'איז שרעקליך...

זיצט זיך א איד אין בית מדרש, זעצט זיך אראפ צו לערנען א בלעטל גמרא, ער וויל אנהייבן לערנען, ווען פלוצים הערט ער עפעס א נערוון קריכער הייבט איהם אן דערציילן א מעשה....

די ווערטער פון שולי איז קונצליך געשריבן, און איך ווייס נישט צו מ'קען דאס ריכטיג אראפ שרייבן אין אידיש, ווייל אויף לשון קודש מערקסטו גראד אז ס'איז א משל וננשל באין כאחד אן דארפן מסביר זיין פונקטליך וואס די נמשל איז.

איי איי איי, געווען איז עס טעג געשמאק און זיס, אלעס איז געפארן געשמירט אויף א רואיגן טייכל. שיינע טעג האבן מיר געהאט, פריש לעבעדיג און לוסטיג, א מחיה איז עס כעווען.
נישט געווען אינעם האריזאנט קיין שום וואלקן וואס זאל פארציילן אז עפעס גייט דא געשעהן. לאמיר דאס זאגן גראב: מיר האבן געהאקט א לעבן...


דער איד דריידט זיך צוריק צו זיין גמרא "נו א שיינע מעשה... לאמיר לעבן, וואס קריכסטו מיר דא אויף די נערווען מיט סיפורי סרק על דא ועל הא.
דער יעניגער געבט אבער נישט אויף, יעדן מאל ער זעהט אז דער איד ווייזט נישט קיין אינטערעסע געבט ער איהם אזא קלעפל אין פלייצע, כאומר: איך רעד צו דיר, הער זיך צו צו מיינע בויכוויי, דו גייסט מיר אויסהערן צו דו ווילסט צו נישט!. און דער שאקלט צו און הערט איהם אויס, ביז עס ווערט איהם ווידער לאנגווייליג, וחוזר חלילה...

(און באמערק ווי פראפעסיאנאל זיי צוויי לייגן דאס אראפ, ער רירט איהם נישט אן, נאר ווען דער ערשטער וויל זיך שוין אויסדרייען, שטרעקט דער צווייטער אויס זיין היינט צו איהם געבן א קלאפ, אבער ער דארף שוין נישט קלאפן ווייל דער ערשטער האט זיך שוין צוריקגעדריידט...)

און דעמאלטס האט אנגעהויבן צו קומען די שמועות... די נשמה'לעך און מקוה נייעס זאגערס האבן שוין געהאט וואס צו קייען.
העכער אונזער קליינע ווארעמע הויז האט אנגעהויבן שוועבן די פארפעסטעטע לופט
(לגבי די משל איז דער שורה נאר א משל ווייל מרעדט פון א שיף נישט פון א הויז, אבער לגבי די נמשל איז עס צוריק צום שטיבעלע... געקניפט און געבינדן קונצליך אריינגעבלענדט)
אבער מיר האבן נישט געוואלט הערן און גלייבן, עה ס'סתם א בייזע חלום, האבן מיר זיך בארואיגט.
אבער איין טאג האבן מיר זיך געכאפט, יאפ מיר זענען אויף געהאקטע צרות!


דער איד ווערט לאנגווייליג. נו וואס ווילסטו מיר דערציילן יעצט דיינע דעפרעסטע זכרונות? אבער דער יעניגער געבט נישט אויף אזוי שנעל, ער דערציילט ווייטער זיין מעשה...

וואונדערליך איז אבער, אז די שיפעלע קוקט אויף קיינעם, ס'שווימט זיך ווייטער זיין וועג ווי כאילו גארנישט פאסירט דא.
די וואסער שטורעמט די כוואליעס בודזשעווען, די וווינט בונטעוועט, די שיפסלייט ווארפן זיך ווי שיכורים, און דער שיפס קאפיטאן איז ערגעצצוואו נעלם געווארן 'שטא צום געפינען. אבער דער שיפעלע פארט זיך ווייטער...


או... הופא... די מעשה הייבט אן ווערן אינטערסאנט
דער אידל דריידט זיך שוין האלבוועגס צום דערציילער און לייגט צו א הויער מיט אינטערעסע

מיר קליינע מענטשלעך האבן איינגעזעהן דא איז קיין תכלית, דא מוז מען עפעס טון. מיר האבן מחליט געווען אז מיר גייען מיט מסירות נפש!
מיטן גאנצן כח האבן מיר אנגעהויבן טון, ווי כאילו מיר קענען דא עפעס העלפן און ס'ליגט אין אונזער הענט.

(און דא קומט אריין די שטארקייט פון לשון קודש. ער נוצט די ווערטער בכל כוחנו ועוצם ידנו, וואס לגבי די עצם ניגון מיינט ער פשוט אז מ'האט געטרייט מיט אלע כוחות, אבער מיט א צינישע שמייכל מיינט ער די נישטיגע איינרעדעניש פון כחי ועוצם ידי)

מיר האבן זיך קעגן געשטעלט, זיך געשלאגן מיטן מצב, פארשטערקערט די קניפן, פארהאקט די לעכער, געשיקט א רוף פאר הילף, געטרייט מיט קאנעקשנס אבער וואס האט דאס אלעס געהאלפן

און דא ווייטער ווען ער זאגט מה הועילו הקשרים איז דא אויף איין שאס הן די קשרים פון די שטריק און הן די קאנעקשנס.

"הרשות מביעה השתתפות עמוקה וכנה בצער" א סטעטמענט וואס ווערט כסדר געהערט פון די הויכע פענסטערס אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען..א ביטער געלכעטער, זיי האבן אבער גארנישט קיין שייכות מיט די מעשה (יעדן מאל מיט זייערע גוט תירוצים).
דער קליינעק עסקן (וואס שפילט אייביג גרויסע פאלעטישן...) זאגט אונז שטילערהייט אז ער איז אויף אונזער זייט, אבער ער איז צו ביזי יעצט, איי מיען, ער האטעך א ווייב און קינדער צו שפייזן, און ער איז עני וועי נאר א קליין שרייפל אזוי אז ער וועט עני וועי נישט קענען העלפן...
דער מצב ווערט ערגער און ערגער, איין טאג ערגער פון צווייטן, איין מכה נאכן צווייטן. קוים די צרה אוועק קומט שוין א צווייטע. און מיטאמאל איז עס געשעהן! א ריזן שפאלט האט זיך אויפגעבראכן אינעם שיפל!!


אבער וואונדער איבער וואונדער, די שיף שטעלט זיך נישט אפ! ער פארט זיך ווייטער זיין וועג
וויאזוי איז דאס אבער מעגליך?! וואונדערליך!
דער ים ברויזט מיט א שרעק, די שיפסלייט כאפן זיך איינעם דעם צווייטן, דער עולם כאפט אז דא איז נישט דא וואס צו טון בדרך הטבע און כולם בעצה אחת, דער שיפס קאפיטאן (ער'ז פלוצים צוריק אויסגעוואקסן...) וויקלט זיך איין אין זיין טלית, און טוישט מהלך, מער נישט פראבירן בדרך הטבע און רופט זיך אן צו זיי


דער איד ווערט אריינגעשלעפט אין די מעשה, ער פילט זיך שוין ממש דארט אויפן ים, דאס געזיכט ווערט פארכמארעט און ער נעמט אפיר די פידל און זיינע געפילן צושפילן זיך.
דער דערציילער פון זיין זייט, גייט דא אויך אריין אינעם שפיל, ער טוט זיך אן זיין טלית און פארציילט ווייטער די מעשה, די קול ווערט ערנסטער און די טאן ווערט העכער:

דער שיפס קאפיטאן רופט זיך אן: ווער ס'האט נאך אויגן (=די קאפ אויפן פלאץ) זעהט דאך שוין קלאר איין, אז מיר שטייען אט אט ביים ענד!, הרחיבו שפתיים (העפנטס די מויל) פירשׂוּ כפיים (שפרייט אויס די הענטעלעך) יחדו ייחודים (שפארט נישט קיינע תפילות), אולי יחוס אולי ירחם, לאמיר איינרייסן!

מיטאמאל פילט זיך ווי אלעס טראסקעט אין פלאץ, די טאן, די ניגון, די ווערטער, די עקטארס, די לאגווייליגקייט אנהייבן און די ערסטקייט וואס האט געוואקסן געשפאנט, די געפילן ווערן איבערגענומען און ביידע אינאיינעם (מיט אונז צוקוקער צוזאמען) שרייען אויס:
השם, השם, אל רחום וחנון ארך אפיים ורב חסד ואמת נוצר חסד לאלפים נושא עוון ופשע וחטאה ונקה
חננו, עננו חננו, עננו הגיעו מים עד נפש הגיעו מים עד נפש


אהההההה..... דאס איז געווען א מאמענט, סאמטינג ספעישל, די נמשל גריבלט אין קאפ יעדער אויף זיין מהלך, און דא פילט זיך ווי מ'איז שוין געווען הויעך הויעך, די נפש ציהט יעצט צו תשובה און קרבת אלוקים, דער אידל זעצט זיך צוריק צו זיין גמרא, און איז שוין גרייט צו מאכן א כלי פון זיינע געפילן אז זיי זאלן זיך האלטן...

אבער ניין, ער פילט א קלאפ אין פלייצע!
נו, וואס יעצט?!

ר' איד איר כאפט נישט וואס איך דערצייל אייך, די מעשה איז נאכנישט געענדיגט!
א גוטע מייסע א גוטע תפלה, אבער דער שיפעלע פארט זיך ווייטער זיין וועג!, דור הולך ודור בא, מענשטן קומען און גייען, ס'דריידט זיך א וועלט אבער נישט יעדער האט שכל צו חוסה זיין בצל האל ולהתבונעעעעעעןןן...
אופס ווי בין איך פארפארן?...

סאמהאו פארט זיך ווייטער די שיף...
ברידערליך טייערע! די שיפעלע פארט נאך, די כוואליעס בודזשעווען נאך, מ'קען נאך אויפטון,. און דענקטס אז דער שטורעמישער ים וועט ביים בארטן נאר לעקן דעם פארט...


כי ככה שולי רנד מעביר את המסר… בהבעות הפנים ותנועות הידים!!!!!.

בשעתו ווען די קליפ איז ארויס געקומען האב איך געוואלט איבערטייטשן אבער נישט זיך געקענט צוזאמקלויבן, נאך וואס בעצם די ווערטער קען מען נישט אפטייטשן, אבער זעהט אויס הגיע מועד לחזון....

דא קען מען אריינקריכן אינעם משל און מסביר'ן, אבער דא ליגט די טיפקייט, די קענסט דאס נעמען לגבי צרות הגוף, צרות הנפש, צרות הכלל און צרות הפרט אדער צו וואו די ווילסט. איינמאל מ'איז אריינגעשלעפט אין די ווערטער פארט עס און פארט און שטעלט זיך נישט אפ.
ווי זוי זאגט ער דארט? והספינה איכשהו ש ט ה . . .


_


אז איך שרייב שוין וועל איך מיר שוין באציען צו מתמודדס אלטערנעטיווע אשכול
די סיבה פארוואס דאס איז א אלטערנעטויוו איז נישט ווייל דא קומט עפעס מוראדיג א דבר חידוש שלא היה מעולם, נאר וויבלאד מיר האבן זיך צוגעוואינט צו דאווענען אן טראכטן צו טיף פירוש המילות ממילא ווען איינער נעמט א פסוק תהלים טראכטן מיר נישט אריין פשט פון די ווערטער, און מבלייבט סטאק מיט די מילות כמצוות אנשים מלומדה און די עיקר פאקוס גייט אויפן טאן און לחן און נישט אויף די תוכן. ווען איינער קומט מיט אייגענע ווערטער שטעלט מען זיך יא אפ טראכטן וואס ער זאגט (ראיה לזה, אז ווען מאטי האט געמאכט אפאר שורות ביי די מרגלים האט זיך געטון א גאנצעטע שמועס איבער זיינע אייגענע לשון קודש ווערטער)
האט איינער אמאל געטראכט און געלערנט די ווערטע פון קה רבון עלם? פון צור משלו? פון כי אשמרה שבת? און פון יעדן פיוט ולחן קודש מרבותינו הראשונים.
מקען די ווערטער פון אלס קינד און מזאגט דאס נאך אן טראכטן צו טיעף.
אבער גלייב מיר - און דאס דארף נישט מיין הסכמה - די פיוטים פון די ראשונים איז עמוק עמוק עמוק און מקען דארט אריינקריכן עד גדי זית מצדבק זיין און נישט וועלן ארויסקומען פון דארט.

מיין אלטערנעטיוו פאר דעם איז: הייבט אן טראכטן וואס איר רעדט, הייבט אן טראכטן וואס מזינגט, וועסטו פלוצים זעהן אז די טאן און די דרייעדעיגע שטיקלעך איז נישט די עיקר פון היכל הנגינה, סאיז נאר די וועג צו קענעקטן מיט די וועטער.
זאלן מיר ווען לערנען תהלים אביסל טיפער וואלטן מיר געהאט די מינע מוזיק אין אונזער לשון קודש און נישט נאר אויף אידיש אדער עברית...

הרב איינס! דו ביסט...עם, כ'האב נישט קיין ווערטער
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:@איינס שטארקע נייעס. מתחילה ועד סוף.
דו לייגסט עס אראפ בכתב אזוי גוט ווי שולי לייגט עס אראפ מיטן זינגען/עקטן.

מיט דיין אויספיהר שטים איך אויך צו.

כ'מיין אבער אז אזא שטיקל באלאנגט אין א עקסטערע אשכול. אין קרעטשמע...
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:די קווייער איז 'ידידים העולמי', קעמען זעהן דארט אא"פ פון די אונטערן חבריא...

אידאס טאקע ער?

נעוואדע

ער וואונט דארט?

ווייסעך נישט, ער פלעגט לערנען אין מיר'ע ישיבה.

קען איך אפשר אויך די זכי׳ האבן וויסן ווער דער אא״פ איז?
(א חוץ טאמער מען מיז פארשטיין בלויז רמז שפראך)
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

איינס האט געשריבן:

כ'האב מיר באלעקט מיט יעדע שורה דיינע, הלוואי אויף נאך פון שולי'ס ניגונים

און צום סוף די פאר שורות איבער אלטערנאטיווע מוזיק האסטו צאמגענומען קורץ און שארף א אשכול פון 12 בלעטער אין געציילטע שורות מעט בכמות ורב באיכות
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

@איינס, יו אר סאמטינג ספעשעל. חילך לאורייתא!
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

בניהו האט געשריבן:@איינס, חילך לאורייתא!

געב נאר א בליק אין די פרישע מקרא כפשוטו אשכולות אין די ידיעת התורה פארום וואס @איינס ווארפט דארט צאם
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח איינס.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כחכם פאר די פידבעק

וועגן די אנדערע ניגונים, איז שוין נישט די זעלבע
די עוקר הרים האט נישט די אזוי ווייט א נמשל אונטער די ווערטער, די שטארקייט דארט איז מער די ווערטער זעלבעסט, נישט א מעסעדזש אונטער דעם.
אזוי אויך די קליפ ער שפילט אראפ זייער גוט מיט די הענט אבער סאיז שוין נישט ווי די הספינה.

משיח ניגון האט יא אביסל מער וואס מקען "אריינלערנען" אבער די ווערעטער זענען נישט אזוי היימיש (מילד גערעדט...), די ניגון איז במקור געשריבן געווארן (דורך א פרייער איד) אביסל צו בכלל חויזעק מאכן פון משיח ח"ו, ער האט דאס גענומען אבער צו א פלאץ פון אפטיילן דעם נארישן משיח וואס דער מענטש זיכט נאר ווען ער האט פראבלעמען און אז יענער משיח איז איינער וואס קען שטארבן, און דיוועג ווי ער לייגט דאס אראפ (ווי ער קוילערט זיך פאר געלעכטער פון די פרייע חברה וואס זענען אזוי שאקט צו הערן אז משיח איז געשטארבן...) ברענגט ער זייער גוט ארויס אז אבער אונזער אמתע משיח איז נישט צו סאלוון עפעס נארישע גשמיותדיגע פראבלעמען נאר סאך העכערז פון דעם. און ער האט צוגעלייגט צום סוף דעם ואף על פי שיתמהמה.

מקען ווען מאכן א שיינע באשרייבונג ארום דעם קליפ (נישט אזוי ווייט די ווערטער), אפשר אין א געלעגנהייט.

לדעתי די שיף ניגון מיטן קליפ איז עפעס וואס וועט זיין זייער שווער צו ביעטן און ארויף גיין העכער דעם!
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יוני 06, 2021 10:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א שרייבערל האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:@איינס, חילך לאורייתא!

געב נאר א בליק אין די פרישע מקרא כפשוטו אשכולות אין די ידיעת התורה פארום וואס @איינס ווארפט דארט צאם

עטס זענטס אלע וועלקאם אריינצוקומען דארט מיט הערות והארות

אנדערש ווי אלע אנדערע אפטיילונגען איז דאך די ידיעות התורה אפטיילונג למעשה יא עפעס העכערס...
ובדיבוק חברים ווערט אויסגעקלארט זאכן, ווי די עבר האט געוויזן

viewtopic.php?f=5&t=47895&p=2815971#p2815971

און א דנאק אייך ראביי שרייבער פארן אינטערדוסן...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4486
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

איינס האט געשריבן:שוין פריער געברענגט פון איינעם לאמיר טרייען מרחיב זיין

די שטארקייט פון די "הספינה" איז אז ס'איז צוזאמגעשטעלט פון א קנאקעדיגע טאן, מורא'דיגע ווערטער, און געלונגענע עיקטארס.

אנשטאדט צו מאכן א קליפ פון די תוכן הדברים, דהיינו נעמען א שיף און מאכן א פראפעסיאנאלע ווידאו קליפ, א זאך וואס שולי וואלט געקענט דעליווערן אויף נעקסט לעוול (און איינפאקן מענדי ראטה טויזנט מאל...), טוט ער דאס א צווייטע וועג. נישט קיין שיף נישט קיין כוואליעס, נישט קיין הונדערט מינע פרעימס פון עקטארס און קעמערעס. נאר א כאילו נארישע קליפ ווי א איד זעצט זיך אריין אין בעסמעדרש ביי א ספר, ווען איינער אונטער איהם דערציילט איהם עפעס א נארישע מעשה. דא קומט אריין די טאן און די ווערטער קאמביינד מיט זייער עקטן, בלויז מיט די הענט קאפ אויגן און פלייצע דערציילן זיי די מעשה אזש ס'איז שרעקליך...

זיצט זיך א איד אין בית מדרש, זעצט זיך אראפ צו לערנען א בלעטל גמרא, ער וויל אנהייבן לערנען, ווען פלוצים הערט ער עפעס א נערוון קריכער הייבט איהם אן דערציילן א מעשה....

די ווערטער פון שולי איז קונצליך געשריבן, און איך ווייס נישט צו מ'קען דאס ריכטיג אראפ שרייבן אין אידיש, ווייל אויף לשון קודש מערקסטו גראד אז ס'איז א משל וננשל באין כאחד אן דארפן מסביר זיין פונקטליך וואס די נמשל איז.

איי איי איי, געווען איז עס טעג געשמאק און זיס, אלעס איז געפארן געשמירט אויף א רואיגן טייכל. שיינע טעג האבן מיר געהאט, פריש לעבעדיג און לוסטיג, א מחיה איז עס כעווען.
נישט געווען אינעם האריזאנט קיין שום וואלקן וואס זאל פארציילן אז עפעס גייט דא געשעהן. לאמיר דאס זאגן גראב: מיר האבן געהאקט א לעבן...


דער איד דריידט זיך צוריק צו זיין גמרא "נו א שיינע מעשה... לאמיר לעבן, וואס קריכסטו מיר דא אויף די נערווען מיט סיפורי סרק על דא ועל הא.
דער יעניגער געבט אבער נישט אויף, יעדן מאל ער זעהט אז דער איד ווייזט נישט קיין אינטערעסע געבט ער איהם אזא קלעפל אין פלייצע, כאומר: איך רעד צו דיר, הער זיך צו צו מיינע בויכוויי, דו גייסט מיר אויסהערן צו דו ווילסט צו נישט!. און דער שאקלט צו און הערט איהם אויס, ביז עס ווערט איהם ווידער לאנגווייליג, וחוזר חלילה...

(און באמערק ווי פראפעסיאנאל זיי צוויי לייגן דאס אראפ, ער רירט איהם נישט אן, נאר ווען דער ערשטער וויל זיך שוין אויסדרייען, שטרעקט דער צווייטער אויס זיין היינט צו איהם געבן א קלאפ, אבער ער דארף שוין נישט קלאפן ווייל דער ערשטער האט זיך שוין צוריקגעדריידט...)

און דעמאלטס האט אנגעהויבן צו קומען די שמועות... די נשמה'לעך און מקוה נייעס זאגערס האבן שוין געהאט וואס צו קייען.
העכער אונזער קליינע ווארעמע הויז האט אנגעהויבן שוועבן די פארפעסטעטע לופט
(לגבי די משל איז דער שורה נאר א משל ווייל מרעדט פון א שיף נישט פון א הויז, אבער לגבי די נמשל איז עס צוריק צום שטיבעלע... געקניפט און געבינדן קונצליך אריינגעבלענדט)
אבער מיר האבן נישט געוואלט הערן און גלייבן, עה ס'סתם א בייזע חלום, האבן מיר זיך בארואיגט.
אבער איין טאג האבן מיר זיך געכאפט, יאפ מיר זענען אויף געהאקטע צרות!


דער איד ווערט לאנגווייליג. נו וואס ווילסטו מיר דערציילן יעצט דיינע דעפרעסטע זכרונות? אבער דער יעניגער געבט נישט אויף אזוי שנעל, ער דערציילט ווייטער זיין מעשה...

וואונדערליך איז אבער, אז די שיפעלע קוקט אויף קיינעם, ס'שווימט זיך ווייטער זיין וועג ווי כאילו גארנישט פאסירט דא.
די וואסער שטורעמט די כוואליעס בודזשעווען, די וווינט בונטעוועט, די שיפסלייט ווארפן זיך ווי שיכורים, און דער שיפס קאפיטאן איז ערגעצצוואו נעלם געווארן 'שטא צום געפינען. אבער דער שיפעלע פארט זיך ווייטער...


או... הופא... די מעשה הייבט אן ווערן אינטערסאנט
דער אידל דריידט זיך שוין האלבוועגס צום דערציילער און לייגט צו א הויער מיט אינטערעסע

מיר קליינע מענטשלעך האבן איינגעזעהן דא איז קיין תכלית, דא מוז מען עפעס טון. מיר האבן מחליט געווען אז מיר גייען מיט מסירות נפש!
מיטן גאנצן כח האבן מיר אנגעהויבן טון, ווי כאילו מיר קענען דא עפעס העלפן און ס'ליגט אין אונזער הענט.

(און דא קומט אריין די שטארקייט פון לשון קודש. ער נוצט די ווערטער בכל כוחנו ועוצם ידנו, וואס לגבי די עצם ניגון מיינט ער פשוט אז מ'האט געטרייט מיט אלע כוחות, אבער מיט א צינישע שמייכל מיינט ער די נישטיגע איינרעדעניש פון כחי ועוצם ידי)

מיר האבן זיך קעגן געשטעלט, זיך געשלאגן מיטן מצב, פארשטערקערט די קניפן, פארהאקט די לעכער, געשיקט א רוף פאר הילף, געטרייט מיט קאנעקשנס אבער וואס האט דאס אלעס געהאלפן

און דא ווייטער ווען ער זאגט מה הועילו הקשרים איז דא אויף איין שאס הן די קשרים פון די שטריק און הן די קאנעקשנס.

"הרשות מביעה השתתפות עמוקה וכנה בצער" א סטעטמענט וואס ווערט כסדר געהערט פון די הויכע פענסטערס אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען..א ביטער געלכעטער, זיי האבן אבער גארנישט קיין שייכות מיט די מעשה (יעדן מאל מיט זייערע גוט תירוצים).
דער קליינעק עסקן (וואס שפילט אייביג גרויסע פאלעטישן...) זאגט אונז שטילערהייט אז ער איז אויף אונזער זייט, אבער ער איז צו ביזי יעצט, איי מיען, ער האטעך א ווייב און קינדער צו שפייזן, און ער איז עני וועי נאר א קליין שרייפל אזוי אז ער וועט עני וועי נישט קענען העלפן...
דער מצב ווערט ערגער און ערגער, איין טאג ערגער פון צווייטן, איין מכה נאכן צווייטן. קוים די צרה אוועק קומט שוין א צווייטע. און מיטאמאל איז עס געשעהן! א ריזן שפאלט האט זיך אויפגעבראכן אינעם שיפל!!


אבער וואונדער איבער וואונדער, די שיף שטעלט זיך נישט אפ! ער פארט זיך ווייטער זיין וועג
וויאזוי איז דאס אבער מעגליך?! וואונדערליך!
דער ים ברויזט מיט א שרעק, די שיפסלייט כאפן זיך איינעם דעם צווייטן, דער עולם כאפט אז דא איז נישט דא וואס צו טון בדרך הטבע און כולם בעצה אחת, דער שיפס קאפיטאן (ער'ז פלוצים צוריק אויסגעוואקסן...) וויקלט זיך איין אין זיין טלית, און טוישט מהלך, מער נישט פראבירן בדרך הטבע און רופט זיך אן צו זיי


דער איד ווערט אריינגעשלעפט אין די מעשה, ער פילט זיך שוין ממש דארט אויפן ים, דאס געזיכט ווערט פארכמארעט און ער נעמט אפיר די פידל און זיינע געפילן צושפילן זיך.
דער דערציילער פון זיין זייט, גייט דא אויך אריין אינעם שפיל, ער טוט זיך אן זיין טלית און פארציילט ווייטער די מעשה, די קול ווערט ערנסטער און די טאן ווערט העכער:

דער שיפס קאפיטאן רופט זיך אן: ווער ס'האט נאך אויגן (=די קאפ אויפן פלאץ) זעהט דאך שוין קלאר איין, אז מיר שטייען אט אט ביים ענד!, הרחיבו שפתיים (העפנטס די מויל) פירשׂוּ כפיים (שפרייט אויס די הענטעלעך) יחדו ייחודים (שפארט נישט קיינע תפילות), אולי יחוס אולי ירחם, לאמיר איינרייסן!

מיטאמאל פילט זיך ווי אלעס טראסקעט אין פלאץ, די טאן, די ניגון, די ווערטער, די עקטארס, די לאגווייליגקייט אנהייבן און די ערסטקייט וואס האט געוואקסן געשפאנט, די געפילן ווערן איבערגענומען און ביידע אינאיינעם (מיט אונז צוקוקער צוזאמען) שרייען אויס:
השם, השם, אל רחום וחנון ארך אפיים ורב חסד ואמת נוצר חסד לאלפים נושא עוון ופשע וחטאה ונקה
חננו, עננו חננו, עננו הגיעו מים עד נפש הגיעו מים עד נפש


אהההההה..... דאס איז געווען א מאמענט, סאמטינג ספעישל, די נמשל גריבלט אין קאפ יעדער אויף זיין מהלך, און דא פילט זיך ווי מ'איז שוין געווען הויעך הויעך, די נפש ציהט יעצט צו תשובה און קרבת אלוקים, דער אידל זעצט זיך צוריק צו זיין גמרא, און איז שוין גרייט צו מאכן א כלי פון זיינע געפילן אז זיי זאלן זיך האלטן...

אבער ניין, ער פילט א קלאפ אין פלייצע!
נו, וואס יעצט?!

ר' איד איר כאפט נישט וואס איך דערצייל אייך, די מעשה איז נאכנישט געענדיגט!
א גוטע מייסע א גוטע תפלה, אבער דער שיפעלע פארט זיך ווייטער זיין וועג!, דור הולך ודור בא, מענשטן קומען און גייען, ס'דריידט זיך א וועלט אבער נישט יעדער האט שכל צו חוסה זיין בצל האל ולהתבונעעעעעעןןן...
אופס ווי בין איך פארפארן?...

סאמהאו פארט זיך ווייטער די שיף...
ברידערליך טייערע! די שיפעלע פארט נאך, די כוואליעס בודזשעווען נאך, מ'קען נאך אויפטון,. און דענקטס אז דער שטורעמישער ים וועט ביים בארטן נאר לעקן דעם פארט...


כי ככה שולי רנד מעביר את המסר… בהבעות הפנים ותנועות הידים!!!!!.

בשעתו ווען די קליפ איז ארויס געקומען האב איך געוואלט איבערטייטשן אבער נישט זיך געקענט צוזאמקלויבן, נאך וואס בעצם די ווערטער קען מען נישט אפטייטשן, אבער זעהט אויס הגיע מועד לחזון....

דא קען מען אריינקריכן אינעם משל און מסביר'ן, אבער דא ליגט די טיפקייט, די קענסט דאס נעמען לגבי צרות הגוף, צרות הנפש, צרות הכלל און צרות הפרט אדער צו וואו די ווילסט. איינמאל מ'איז אריינגעשלעפט אין די ווערטער פארט עס און פארט און שטעלט זיך נישט אפ.
ווי זוי זאגט ער דארט? והספינה איכשהו ש ט ה . . .


_


אז איך שרייב שוין וועל איך מיר שוין באציען צו מתמודדס אלטערנעטיווע אשכול
די סיבה פארוואס דאס איז א אלטערנעטויוו איז נישט ווייל דא קומט עפעס מוראדיג א דבר חידוש שלא היה מעולם, נאר וויבלאד מיר האבן זיך צוגעוואינט צו דאווענען אן טראכטן צו טיף פירוש המילות ממילא ווען איינער נעמט א פסוק תהלים טראכטן מיר נישט אריין פשט פון די ווערטער, און מבלייבט סטאק מיט די מילות כמצוות אנשים מלומדה און די עיקר פאקוס גייט אויפן טאן און לחן און נישט אויף די תוכן. ווען איינער קומט מיט אייגענע ווערטער שטעלט מען זיך יא אפ טראכטן וואס ער זאגט (ראיה לזה, אז ווען מאטי האט געמאכט אפאר שורות ביי די מרגלים האט זיך געטון א גאנצעטע שמועס איבער זיינע אייגענע לשון קודש ווערטער)
האט איינער אמאל געטראכט און געלערנט די ווערטע פון קה רבון עלם? פון צור משלו? פון כי אשמרה שבת? און פון יעדן פיוט ולחן קודש מרבותינו הראשונים.
מקען די ווערטער פון אלס קינד און מזאגט דאס נאך אן טראכטן צו טיעף.
אבער גלייב מיר - און דאס דארף נישט מיין הסכמה - די פיוטים פון די ראשונים איז עמוק עמוק עמוק און מקען דארט אריינקריכן עד כדי זיך מתדבק זיין און נישט וועלן ארויסקומען פון דארט.

מיין אלטערנעטיוו פאר דעם איז: לאמיר אנהייבן אן טראכטן וואס אונז רעדן, לאמרי צולייגן קאפ צו וואס אונז זינגען, וועסטו פלוצים זעהן אז די טאן און די דרייעדעיגע שטיקלעך איז נישט די עיקר פון היכל הנגינה, סאיז נאר די וועג צו קענעקטן מיט די וועטער.
זאלן מיר ווען לערנען תהלים אביסל טיפער וואלטן מיר געהאט די מינע מוזיק אין אונזער לשון קודש און נישט נאר אויף אידיש אדער עברית...


הספינה מאת שולי רנד עם ביאור הנפלא של הרב איינס.. האיך אומרים שמה? זה משהו אחר! אני בלי מילים!
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

קוק אהער האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אידאס טאקע ער?

נעוואדע

ער וואונט דארט?

ווייסעך נישט, ער פלעגט לערנען אין מיר'ע ישיבה.

קען איך אפשר אויך די זכי׳ האבן וויסן ווער דער אא״פ איז?
(א חוץ טאמער מען מיז פארשטיין בלויז רמז שפראך)

אהרן אלי' פריעדמאן פון בארא פארק
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

איינער האט די קליפ פון שולי רנד - בין קודש לחול
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאטינג ספעשיל אין יענע קליפ
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Wow הרב איינס.
שכח פאר די באשרייבונג און די איבערטייטש
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איינס!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

א היכי תימצי פון נומער איינס און "עשר" ביינעזאם....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שולי רנד

דער מייסטער זינגער, שרייבער, און אקטיאר וועלכער איז שוין א שם דבר איבער גאנץ מדינת ישראל פאר קרוב צו פערציג יאר טראגט מיט זיך א גאר אינטערסאנטע היסטאריע.

געבוירן איז ער צו א פאמיליע פון חרדל"ים (חרדים דתיים לאומיים, די מיט די ביר-דעקל קאפלעך) און ער איז אויפגעצויגן געווארן מיט א אידישער חינוך. אבער ווען ער איז געווארן זיבעצן יאר איז ער אפגעפארן און געווארן א פרייער חילוני. ער האט דאן שטודירט ארט און שפילעריי און ער איז געווארן איינער פון די אויסגעצייכנסטע אקטיארן וועלכע זענען ארויסגעקומען פון יענע שולע אין די צייט.

ער האט אנגעהויבן שפילן אויף פארשידענע מאווי'ס און טעלעוויזיע סעריע'ס, אבער נאך עטליכע יאר האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו טוישן, און שולי האט אנגעהויבן ווערן נענטער צו אידישקייט און דאסמאל צו חסידות. ער האט אראפגעווארפן פון זיך דעם נאמען שולי און אדאפטירט זיין אריגינעלע נאמען וואס מען האט אים געגעבן ביים ברית 'שלום יוסף'. ער האט זיך אריינגעלייגט בתורות חב"ד און ברסלב, און דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן חידושים אויף א גאר מייסטערהאפטיגע און ארטיסטישע וועג וואס האט ערשטוינט יעדן איינעם וואס איז געקומען אין בארירונג מיט זיינע אויסטערלישע ווערק.

ער האט דאן געהייראט א פרומע פרוי און אינאיינעם האבן זיי ארויסגעגעבן א קירוב פילם מיטן נאמען 'אושפיזין' וועלכע האט אנטהאלטן א שלל פון חיזוק און מאמרים פון רבי נחמן
מברסלב זי"ע. ער האט געבוירן ניין קינדער - דער ערשטער א ספעציעל קינד.

ער האט ארויסגעגעבן אן אלבום מיטן נאמען 'נקודה טובה' וועלכע האט גענאסן פון גרויס פאפולאריטעט אין מדינת ישראל, בעיקר ביי די פרייע קרייזן וועלכע זענען געווען באצויבערט נאך פון זיינע פרייע צייטן. אביסל שפעטער האט ער ארויסגעגעבן א צווייטער אלבום פון א קאנצערט אין קיסרייה, וואס דארטן האט ער זיך באמת ארויסגעגעבן, ער האט דארטן געזינגען א ניגון איבער די וויסנשאפטלער און גאט, דארט איז ער משלב פסוקים און מאמרי חז"ל באגלייט מיט ליצנותא דע"ז'דיגע אויסדרוקן אזש עס גייט א רויעך. אזוי ווי נאר שולי רנד קען.

רכילות טרעגער האבן דאן געוואוסט צו דערציילן אז ער מאכט מיט גיהנם אינדערהיים מיט א נערוון קראנקע ווייב, אבער קיינער האט דאס נישט געקענט ריכטיג באשטעטיגן. אבער מען האט יא געזען אז זיין פראדוקציע האט זיך אפגעשטעלט, אויך האט מען געכאפט אז ער איז מרמז עטליכע רייד אין זיין ניגון 'אייכה' וועלכע איז געבויעט אויף טיפע ווייטאג און בענקעניש צו גוטע צייטן. מענטשן האבן זיך זייער געוואונדערט.

מיט עטליכע יאר צוריק איז באקאנט געווארן אז א פרייע טעלעוויזיע סעריע האט אויפגענומען שולי'ן פאר א פאזיציע, מען האט שוין אנגעהויבן מיינען אז שולי פאלט צוריק. דער אמת איז אבער געווען אז ער האט דאס געמוזט טון פאר סורווייוועל. יא, דער גרויסער און באקאנטער זינגער האט מיטגעמאכט א גיהנם נישט פארמאגנדיג קיין גרייצער אין באנק!

וואס איז פארגעגאנגען?

מען איז געוואויר געווארן (דורך זיין פרוי'ס סאציאלע מידיא) אז באלד נאך זיין חתונה האט זי אים געמאכט אונטערשרייבן אויף א קאנטראקט אז זי קריגט ניינציג פראצענט פון די איינקונפטן וואס ער לייזט ביי זיינע קאנצערטן, אזוי אויך קריגט זי די תמלוגים אויף די מאווי'ס וואס זיי מאכן. זי פלעגט אים דערגיין די יארן פיזיש און גייסטיש. און ער האט איר אויסגעהאלטן פאר ניין יאר וואס זיי זענען געווען צוטיילט, אין די צייט וואס ער האט געוואוינט אן זיינע קינדער אין א לאך אין בני ברק, האט זי געוואוינט אויף א הויכער לעבנסטייל אין א פאלאץ אין תל אביב.

די מידיא האט דאס ארויסגעלייגט בשער בת רבים און אזוי האט זיך שולי געפטר'ט פון אויסגעבן זיין גאנצע געלט פאר זיין שווענדערישע ווייב. אבער אין אינטערוויו'ס וואו מען האט אים אויסגעפרעגט וועגן די שטורעם האט מען געזען אז דא האנדלט זיך פון א בעל מדריגה ממש, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט געשוויגן אלע יארן, ביז ווען איר אייגענע פאמיליע האט איינגעזען אז זי רודפ'ט אים, און זיי האבן זיכער געמאכט אז זיי ווערן צוטיילט און אז דער קאנטראקט ווערט מבוטל, האט ער געענטפערט "איך לערן אין חסידישע ספרים איבער קבלת יסורים, דאס זענען מיינע יסורים של אהבה - פון מיין באליבטע האב איך דאס מערסטע יסורים".

דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל, אבער היינט צוטאגס האט ער גענומען א חרדי'שער מענעזשער און זיי מאכן גרעסערע און קלענערע קאנצערטן, געמישט און צוטיילט, און ער שטעלט זיך צוביסלעך אויף די פיס.

צו פארשטיין אביסעלע פון זיין טיפקייט און שעפערישע שרייבן, וואלט איך געראטן צו הערן דעם לידל 'צדיק' וואס ער האט געשריבן איבער א געוויסע קאנטרעווערסיע אין ברסלב איבער א מנהיג שסר מן הדרך. דארטן שרייבט ער גארנישט איבער דעם, אבער אלעס שרייט דאס וואס ער האט געוואלט מען זאל הערן - אט דאס איז שעפערישע ארטיסטישע טיפע און דערהויבענע געשרייבעריי.

סארי פאר די לאנגע און אומצעוויליזירטע תגובה, איך האב עס געשריבן אין איין אטעם פאר מען כאפט מיר אויס... איך נעם שולי רנד פערזענליך.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

העי האסט מיר אויסגעכאפט.....אבער סהאט געלוינט, א געוואלדיגע ארבעט אראפגעלייגט.

אגב דער "צדיק" ניגון איז נישט געמאכט געווארן אויף קיינעם חוץ שולי זעלבסט, אזוי זאגט ער לכל הפחות. איך ארבעט אגב אין די יעצטיגע טעג פאר א אידישע איבערזעצונג פארן ניגון, כבעט שוין מזאלמיר נישט אויסכאפן...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

מתמודד האט געשריבן:העי האסט מיר אויסגעכאפט.....אבער סהאט געלוינט, א געוואלדיגע ארבעט אראפגעלייגט.

אגב דער "צדיק" ניגון איז נישט געמאכט געווארן אויף קיינעם חוץ שולי זעלבסט, אזוי זאגט ער לכל הפחות. איך ארבעט אגב אין די יעצטיגע טעג פאר א אידישע איבערזעצונג פארן ניגון, כבעט שוין מזאלמיר נישט אויסכאפן...

לויט מיינע מקורות איז עס געמאכט געווארן אויף א גאר גרויסע פרשה אין ברסלב, אבער שולי האט זיך נישט געוואלט עמטליך מישן וכו'
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: Shuli Rand - שולי רנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איבערן פריוואטן געפעכט זיינעם ווייסיך נישט צו סאיז אזא גוטע איידיע אויסצוגראמען געם גאנצן פרשה אויף דעם פלאטפארמע חוץ מזה וואס סאיז גארנישט אזוי פשוט ווי די מאכסט עס ואכמ"ל.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”