נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

engineer
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 04, 2021 1:53 pm

נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך engineer »

די נייע פראדזשעקט "מעלה" איז א נייע עפאכע אין די עולם הנגינה וואס ווערט באטראכט ווי א גרויסע פיוטשער פאר די מוזיק אינדוסטרי.
די איידיע איז אז אשטאץ א זינגער זאל דארפן ספענדן
, שווערע הונדרעטער טויזענטער דוללערס צו ארויסגעבן א אלבום
גייט מען מאכן א אלל סטאר אלבום ווי יעדע זינגער גייט אינוועסטן אין זיין טרעק, און אריינלייגן זיין גאנצע נשמה כאילו סאיז זיין אלבום, ארומלויפן צו קאמפאזערס, נעמען א מיוזיק ערעינדזער, קוויער, און אלע צוגעהערן, אין סגייט אים נאר קאסטן וואס קאסט זיין טרעק,
אבער היות סגייט זיין זייער א פאפולערער אלבום גייט ער איינקעשן די עדווערטייזמענט וואס ער פלעגט באקומען פון א גאנצע אלבום.
די מעלה דערפון איז צוויי פאכיג,
איינס, אז אויף די איין ניגון גייט מען מאכן די שענסטע אין די בעסטע אן זיך דארפן זארגן וועגן א בודזעט אטאמאטיש וועט די גאנצע אלבום זיין אויף א לעוועל וואס איז נישט געווען שייך ביז היינט ווייל יעדער וועט אריינלייגן די מאקסימום און זיין טרעק.
צוויי, אז די זינגערס וועלן נישט דארפן דערלייגן אזוי פיל געלט אין וועלן קענען ארויסגעבן מער אפט סחורה.
די אלבום ווערט פראדוסט דורך נפתלי משה שניצלער און וועט האבן אלע גרויסע זונגערס דערויף מיט די טייערסטע און שענסטע מיוזיק וואס כלל ישראל האט נאר אמאל געזעהן אין געהערט.
ווארטס מיט שפאנונג!!!
אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייטיגע צוקוקער »

די זינגער וועט ווערן פארוואסערט ציווישן די איבריגע 10/12 זינגערס.
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

נאך אין די פלענער אדער שוין אין די פראסעס?
#איך-פארק-מענטשליך
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

יעדע זינגער העט טאקע האבן איין בן-יחיד'ל ניגון און דערינען אריינלייגן אלע כוחות, אבער די פראדוסער טוט דאך אלע צוועלעף אהן קיין קאמפעטישן. וואס פארזיכערט אונז אז די מוזיק וועט זיין די רייכסטע וכו'.
אויך, אלע [גרויסע] זינגערס גייען ווייטער האבן זייערע אייגענע אלבומס, סא ס'גייט זיין מער ווי א קאלעקשן פון סינגעלס.
אוועטאר
שרויפקאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:08 am

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפקאפ »

סוועט האבן א טעם ווי די לב אל הנשמה אין פינגער פרינטס וכו, זייער שיין, אבער וויפיל בעסער קען שוין שלומי דאסקאל זיין ווי וואס ער איז דארט? איין ניגון איז ווייט נישט גענוג ווען א זינגער וויל ארויסקומען מיט אן אלבוים אין דאמינירן די העדליינס פאר צוויי וואכן, נאכדערצו ווען סאיז באגלייט מיט נאך צען זינגערס.
בכלל, ע''פ רוב ווען א זינגער האט 10 טרעקס וויל ער מיט יעדען טרעק ארויס ברענגען אן אנדערע כח וואס ער פארמאגט וואס דאס וועט אוודאי פעלן פון אזא אלבוים... אבער איך גלייב אז דער נמ''ש האט דאס אויך אדורך געטון
האמיר און זיימיר, א לעכטיגן ביי
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

זייער אינטרעסאנט דאס, עמיר ווארטן מיט שפאנונג צו אביסל קלוגער ווערן.

ס'האט טאקע מעלות און חסרונות, דער עיקר איז ס'זאל ארויסקומען פיינע גוטע סחורה.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

נמ''ש גייט מעטן פון די זינגער'ס געלט?
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
purim now
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 24, 2019 5:30 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purim now »

איך האלט נישט דערפון
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נתן בן ופסי האט געשריבן:נמ''ש גייט מעטן פון די זינגער'ס געלט?

כ'גלייב נישט אז ער מאכט עס בלויז לשם מצוה... פ"וו זאל ער נישט בעטן?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
engineer
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 04, 2021 1:53 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך engineer »

זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:די זינגער וועט ווערן פארוואסערט ציווישן די איבריגע 10/12 זינגערס.

פון די אנדערע זייט נעם אזא זינגערס ווי יששכר גוטמאן, יושע בערקא, וואס האבן יעדע נאכט חתונה'ס אבער ווילן נישט ספענדן אויף א גאנצע אלבום, וועלן זיך שנעל צוכאפן צו אזא זאך און דער עולם ווכט באקומען כאטשיג איין גיטע טרעק פון זיי.

שרויפקאפ האט געשריבן:סוועט האבן א טעם ווי די לב אל הנשמה אין פינגער פרינטס וכו, זייער שיין, אבער וויפיל בעסער קען שוין שלומי דאסקאל זיין ווי וואס ער איז דארט? איין ניגון איז ווייט נישט גענוג ווען א זינגער וויל ארויסקומען מיט אן אלבוים אין דאמינירן די העדליינס פאר צוויי וואכן, נאכדערצו ווען סאיז באגלייט מיט נאך צען זינגערס.
בכלל, ע''פ רוב ווען א זינגער האט 10 טרעקס וויל ער מיט יעדען טרעק ארויס ברענגען אן אנדערע כח וואס ער פארמאגט וואס דאס וועט אוודאי פעלן פון אזא אלבוים... אבער איך גלייב אז דער נמ''ש האט דאס אויך אדורך געטון

סאיז נישט קיין פארגלייך צו פינגערפרינט אדער לב אל הנשמה וואס זענען געווען נגונים פון א יחיד וואס האט געוואלט פארשפרייטן זיינע זאכן און גענומען זינגערס עס צו זינגען.
משא"כ דא גייט יעדע זינגער ארומגיין צו קאמפאזערס און זוכן וואס ער האט ליב וועט עס זיכער האבן בעסערע ניגונים און זיין סאך א שטערקערע אלבום
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

engineer האט געשריבן:
זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:די זינגער וועט ווערן פארוואסערט ציווישן די איבריגע 10/12 זינגערס.

פון די אנדערע זייט נעם אזא זינגערס ווי יששכר גוטמאן, יושע בערקא, וואס האבן יעדע נאכט חתונה'ס אבער ווילן נישט ספענדן אויף א גאנצע אלבום, וועלן זיך שנעל צוכאפן צו אזא זאך און דער עולם ווכט באקומען כאטשיג איין גיטע טרעק פון זיי.

א סינגעל האט א חסרון אז ס׳װערט נישט פארשפרײט אין די סטארס, נאר ס׳פארט סתם ארום אױף מוזיק פלאטפארמעס נישט געבנדיג א געהעריגע טשענס פאר די ניגונים צו װערן אױפגעכאפט,
משא״ך װען ס׳ליגט געהעריג צוזאמגענומען אױף א סידי װאס מ׳פארקױפט געהעריג, קען דאס די עולם אױסהערן, און הנאה האבן אױף אן אפיציעלן פארמאט,
לדעתי װעלן זינגערס זיך צוכפן דערצו װײל יעדער װיל דאך אז זײנע ניגונים זאלן װערן אױפגעכאפט,
אן אינטערעסאנטע געדאנק, (פארװאס איז עס מיר נישט אײנגעפאלן...... שױן.. באשערט...)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
engineer האט געשריבן:
זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:די זינגער וועט ווערן פארוואסערט ציווישן די איבריגע 10/12 זינגערס.

פון די אנדערע זייט נעם אזא זינגערס ווי יששכר גוטמאן, יושע בערקא, וואס האבן יעדע נאכט חתונה'ס אבער ווילן נישט ספענדן אויף א גאנצע אלבום, וועלן זיך שנעל צוכאפן צו אזא זאך און דער עולם ווכט באקומען כאטשיג איין גיטע טרעק פון זיי.

א סינגעל האט א חסרון אז ס׳װערט נישט פארשפרײט אין די סטארס, נאר ס׳פארט סתם ארום אױף מוזיק פלאטפארמעס נישט געבנדיג א געהעריגע טשענס פאר די ניגונים צו װערן אױפגעכאפט,
משא״ך װען ס׳ליגט געהעריג צוזאמגענומען אױף א סידי װאס מ׳פארקױפט געהעריג, קען דאס די עולם אױסהערן, און הנאה האבן אױף אן אפיציעלן פארמאט,
לדעתי װעלן זינגערס זיך צוכפן דערצו װײל יעדער װיל דאך אז זײנע ניגונים זאלן װערן אױפגעכאפט,
אן אינטערעסאנטע געדאנק, (פארװאס איז עס מיר נישט אײנגעפאלן...... שױן.. באשערט...)

סינגעלס זענען נישט אויפגעכאפט?!
וואס?
נעם מיילך קאהן / ארי היל / שיע גראס מיט יולי/ זייערע סינגעלס האבן זיי געמאכט פאפולער ופשוט הוא
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

וואס עפעס? האט געשריבן:

קענסט צײלן װיפיל פון די סינגעלס װאס זענען ערשינען די לעצטערע חדשים זענען געהעריג אױפגעכאפט?
(אפי׳ די זינגערס בײ װעלװל׳ס שפאציר איבער סינגעלס האבן נישט געקענט א שײנע פאר......)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א סינגל דארף האבן אסאך מזל, ס'קען אמאל זיין שטערקער ווי א סידי, און ס'דא זינגער'ס וואס זענען געווארן פאפולער נאר פון איין סינגל (מיילעך קאהן וכו'), און אמאל קען עס געשעהן נאך 10 סינגל'ס. אבער רוב מאל ווערט עס פארלוירן (ביז מ'שטעלט צאם א אייוועלט סידי..)
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

ס׳זיכער דא אסאך װאס װילן אז זײער ניגון זאל גײן געהעריג אױף א סידי, אבער האבן נישט די פינאנצן דערצו,
ממילא דאס איז לכאורה א גוטע פשרה,
אװדאי די װאס פילן אז זײ שײנען ענדערש אלײן װעלן װײטער ארױסגעבן אלײנס
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

וויאזוי וועט מען צוטיילן די געלט וואס קומט אריין פון פארקויפן דער אלבום?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
engineer האט געשריבן:
זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:די זינגער וועט ווערן פארוואסערט ציווישן די איבריגע 10/12 זינגערס.

פון די אנדערע זייט נעם אזא זינגערס ווי יששכר גוטמאן, יושע בערקא, וואס האבן יעדע נאכט חתונה'ס אבער ווילן נישט ספענדן אויף א גאנצע אלבום, וועלן זיך שנעל צוכאפן צו אזא זאך און דער עולם ווכט באקומען כאטשיג איין גיטע טרעק פון זיי.

א סינגעל האט א חסרון אז ס׳װערט נישט פארשפרײט אין די סטארס, נאר ס׳פארט סתם ארום אױף מוזיק פלאטפארמעס נישט געבנדיג א געהעריגע טשענס פאר די ניגונים צו װערן אױפגעכאפט,
משא״ך װען ס׳ליגט געהעריג צוזאמגענומען אױף א סידי װאס מ׳פארקױפט געהעריג, קען דאס די עולם אױסהערן, און הנאה האבן אױף אן אפיציעלן פארמאט,
לדעתי װעלן זינגערס זיך צוכפן דערצו װײל יעדער װיל דאך אז זײנע ניגונים זאלן װערן אױפגעכאפט,
אן אינטערעסאנטע געדאנק, (פארװאס איז עס מיר נישט אײנגעפאלן...... שױן.. באשערט...)

סינגעלס זענען נישט אויפגעכאפט?!
וואס?
נעם מיילך קאהן / ארי היל / שיע גראס מיט יולי/ זייערע סינגעלס האבן זיי געמאכט פאפולער ופשוט הוא

קענסט צײלן װיפיל פון די סינגעלס װאס זענען ערשינען די לעצטערע חדשים זענען געהעריג אױפגעכאפט?
(אפי׳ די זינגערס בײ װעלװל׳ס שפאציר איבער סינגעלס האבן נישט געקענט א שײנע פאר......)

רוב פון די סינגעלס זענען נישט פון באקאנטע זינגערס א סינגל פון א באקאנטע זינגער האט יא מער פאטענציאל
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

וואס וועט זיין מיטן נאמען פארן סידי? לויט א גורל, אדער ווער ס'צאלט ס'מערסטע?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

אגב אױב די זינגערס לײנען דא ביטע נעמט אין באטראכט די תגובה׃
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2637254
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:וואס וועט זיין מיטן נאמען פארן סידי? לויט א גורל, אדער ווער ס'צאלט ס'מערסטע?

װער ס׳גיבט ארױס א געהעריגע רײכע זאך, מײן מײנונג,
(געװענליך ש׳פענדט דער זעלבער די מערסטע...)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

masmid האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
engineer האט געשריבן:פון די אנדערע זייט נעם אזא זינגערס ווי יששכר גוטמאן, יושע בערקא, וואס האבן יעדע נאכט חתונה'ס אבער ווילן נישט ספענדן אויף א גאנצע אלבום, וועלן זיך שנעל צוכאפן צו אזא זאך און דער עולם ווכט באקומען כאטשיג איין גיטע טרעק פון זיי.

א סינגעל האט א חסרון אז ס׳װערט נישט פארשפרײט אין די סטארס, נאר ס׳פארט סתם ארום אױף מוזיק פלאטפארמעס נישט געבנדיג א געהעריגע טשענס פאר די ניגונים צו װערן אױפגעכאפט,
משא״ך װען ס׳ליגט געהעריג צוזאמגענומען אױף א סידי װאס מ׳פארקױפט געהעריג, קען דאס די עולם אױסהערן, און הנאה האבן אױף אן אפיציעלן פארמאט,
לדעתי װעלן זינגערס זיך צוכפן דערצו װײל יעדער װיל דאך אז זײנע ניגונים זאלן װערן אױפגעכאפט,
אן אינטערעסאנטע געדאנק, (פארװאס איז עס מיר נישט אײנגעפאלן...... שױן.. באשערט...)

סינגעלס זענען נישט אויפגעכאפט?!
וואס?
נעם מיילך קאהן / ארי היל / שיע גראס מיט יולי/ זייערע סינגעלס האבן זיי געמאכט פאפולער ופשוט הוא

קענסט צײלן װיפיל פון די סינגעלס װאס זענען ערשינען די לעצטערע חדשים זענען געהעריג אױפגעכאפט?
(אפי׳ די זינגערס בײ װעלװל׳ס שפאציר איבער סינגעלס האבן נישט געקענט א שײנע פאר......)

רוב פון די סינגעלס זענען נישט פון באקאנטע זינגערס א סינגל פון א באקאנטע זינגער האט יא מער פאטענציאל

טא פארװאס נישט לײגן אלע צוזאמען?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:די זינגער וועט ווערן פארוואסערט ציווישן די איבריגע 10/12 זינגערס.

נישט קיין פארגלייך צו א עלבאום וואס איין ניגון קען ווערן פארוואסערט אנטקעגן א אנדערע וואס נעמט איבער די מארקעט פאר א האלבע יאר! דא רעדט מען פון א סי.די. וואס די גייסט אפווארטן יעדע טרעק מיט א פרישע שפאנונג!!.. יעדע זינגער האט זיין קול און אייגענע טעיסט..
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

אור מופלא האט געשריבן:יעדע זינגער העט טאקע האבן איין בן-יחיד'ל ניגון און דערינען אריינלייגן אלע כוחות, אבער די פראדוסער טוט דאך אלע צוועלעף אהן קיין קאמפעטישן. וואס פארזיכערט אונז אז די מוזיק וועט זיין די רייכסטע וכו'.

נמש איז די פראדאסער און נישט די מוזיקאנט.. ער דארף עס בלויז באגלייטן ס'זאל זיין א צוזאמען ארבייט
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: נפתלי משה שניצלער נייע פראזשעקט "מעלה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

שרויפקאפ האט געשריבן:סוועט האבן א טעם ווי די לב אל הנשמה אין פינגער פרינטס וכו, זייער שיין, אבער וויפיל בעסער קען שוין שלומי דאסקאל זיין ווי וואס ער איז דארט? איין ניגון איז ווייט נישט גענוג ווען א זינגער וויל ארויסקומען מיט אן אלבוים אין דאמינירן די העדליינס פאר צוויי וואכן, נאכדערצו ווען סאיז באגלייט מיט נאך צען זינגערס.

ער קען זיין בעסער מיט א מיליאן! ווייל ער נעמט, פון די ניגון אנגעהויבן ביזן לעצטע דיטעיל, לויט זיין טעיסט! ער דארף זיך נישט רעכענען מיט רעכליץ'ס סטייל..

און ווידארים קען יעדע איין ניגון פון די סי.די איבער נעמען די העדליינס פאר א לאנגע צייט און ס'וועט נישט ווערן פארוואסער צווישן די אנדערע לפי עניית דעתי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”