ווערעצקי האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:סופר סתם האט געשריבן:ווערעצקי האט געשריבן:איז די טאהש'ער אהבה רבה נישט ארויף?
איך האב זיך אויך געוואונדערט דערויף.
דאס איז דאך שבת'דיגע סחורה, גארנישט שפעציעל מיט שבועות.
ס'איז שבת'דיג אין טאהש, אז מ'זינגט עס דארט יעדן שבת, אבער כ'מיין נאך אלס אז עס וואלט געמעגט אריינגיין.
די עיקר וואס איך וויל, לפי השמועה פעלט כמעט די גאנצע ערשטע פאל פון די ניגון, זיי דיך מתבונן וועסטו זעהן אז ווי נאר מ'הייבט אן די ערשטע פאל, ביי די צווייטע תנועה, פארט מען גלייך אריין אינעם צווייטן פאל, ושמעתי אז ס'איז דא דארטן א שטיקל ארגינעל, נאר ס'איז פארלוירן געווארן במשך השנים, (ווייס נישט צו אין טאהש, אדער ערגעץ אנדערש), איך האב געהאפט אז ס'וועט אריינגיין אינעם גליון, וואלט מען זיכער זיך מטפל געווען מיט די נקודה.
דער דינוב'ער ניגון הידוע אלץ 'דער טאהשער אהבה רבה' וועט מען בס"ד דעקן אין א אנדערע געלעגנהייט. דער ניגון גייט נאך צוריק צים בני יששכר זי"ע און צווישן אלע הויפן ווי מ'האט געזינגען דעם ניגון איז עס נאר אין טאהש באקאנט אויף אהבה רבה. און הגם אז ס'איז אזוי מפורסם ביים ציבור איז עס פארט אין אלגעמיין נישט קיין אהבה רבה ניגון.
אין קאסאן זינגט מען דעם ניגון אויף יעלה (און ס'איז י"א, און מער מסתבר אז טאהש האט גענימען דעם ניגון פון קאסאן און נישט דורך דינוב. הגם וואס דער טאהשע רבי זי"ע פארציילט אז דאס האט ר' אלימלך מטאהש זי"ע געהערט ביים שם שלמה ממונקאטש זי"ע, איז אבער דא שטארקע סמכות אז דער ניגון האט שוין דער בני שלשים מקאסאן זי"ע געברענגט פון ר' דוד'ל דינובער זי"ע, און דער בני שלשים האט דאך מגדל געווען ר' אלימלך זייענדיג א קליין יתום, און ער איז געווען דער גרויסער שוואגער)
בנוגע די הערה אז אין טאהש האקט מען אפ דעם ערשטן פאל זענט איר כשר גערעכט.
דא האט איר א ריקארדינג פון הרה"ח ר' ישראל פייערשטיין ע"ה, יליד קאסאן ווי ער זינגט דעם ניגון מדויק דער ערשטע פאל. (הערט אנהייב ווי ער פארציילט אז דער קאסאנער רב זי"ע - דער אור מלא - לעגט עס זינגען אויף יעלה)