אלטערנאטיווע מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

Wow! איין תגובה בעסער פונעם צווייטן.
כ׳האלט אינמיטן א לענגערע תגובה איבערן נושא, אבער כ׳האב מיר נישט געקענט איינהאלטן.
חכמים ונבונים אוהבי הדי׳ אנשי אמת.
I’m proud to be part of such a wonderful group (ס׳איז מער שרייבעריש. ס׳פאסט נישט שרייבן ׳איך בין שטאלץ׳...)
עניוועי
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א שרייבערל האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:צייט צו טוישן די קעפל צו 'פרייע מיוזיק'!!

די אשכול איז א שאנדע פאר אייוועלט!!!

כ'מיין בכלל נישט דעם לעצטן תגובה, דאס איז נאר א תוצאה פונעם אשכול.
כ'רעד פון די גאנצע מהלך פונעם אשכול, די 'הייליגער פליכט' צו אריינברעגען אלטערנאטיוו און משוגע מאכן די עוילעם. אפמאכן ווי שוואך איז די חסידישע מיוזיק נעבעך, און אריינברענגען אלע שמוץ דא.

מ'איז שוין אריבער דא אלע גרעניצן. לכה"פ שעמט'ס ענק עס צו שרייבן בריש גלי.
ס'געווארן דא א מצב אז ס'נישט קיין בושה צו רעדן פון כל צרוע וכל זב אלעס מיטן 'אלטערנאטיווע' הכשר!

און דאס איז א שאנדע פאר אייוועלט! אייוועלט איז א פלאץ פאר חסידישע היימישע יונגעלייט וואס קומען זיך אויסלופטערן אין א וועב זייטל על טהרת הקודש.

אלטערנאטיווע מיוזיק איז פרייע מיוזיק (זעהט'ס מתמודד'ס הערליכער ארטיקל), ווילט עט'ס רעדן פון שולי רנד וכדו', בעלי תשובות וואס גייען אויף דעם וועג? אקעי, בדיעבד. מ'קען אויך דן זיין די מעלות און חסרונות דערפון. און די חילוקים צו אונזער מיוזיק אפי' אויך. אבער פון דא ביז רעדן פון אלע פרייע?

די יומעדיטי דא איז זייער נאס'לעך

דיין גאנצע איבערקערעניש דערמאנט מיר פון א מעשה מיט א דארפסמאן וואס פלעגט פארן צו א געוויסע רבי און איינמאל האט ער אפגעמאכט אז די נעקסטע נסיעה צום רבי'ן גייט ער מיטשלעפן זיין חבר א בעל עגלה וכך הוה ער האט אים געברענגט צום רבי'ן רופט זיך אן די רבי צום דארפסמאן לאמיר דיר דערציילן א מעשה: ס'איז געווען אמאל אן עם הארץ וואס האט זיך געפערליך ארומגעמיטשעט ביים דאווענען ביי רבי ישמאל אומר כלל פרט כרט פלל פרט וכלל דארט האט ער זיך ארומגעשטאלפערט איז ער געגאנגען צום בינדער בעטן אז ער זאל ארויסנעמען פונעם סידור דעם רבי ישמאל דער בינדער איז אבער געווען א ירא שמים ער האט זיך נישט געקענט זעהן ארויספליקן א שטיקל אינגאנצען האט ער אריינגעבינדען דאס בלעטל מער סוף סידור ביי ויתן לך האפענדיג אז דער עם הארץ וועט קיינמאל נישט אנקומען אהין, למעשה יענע וואך מוצ"ש האט דער עם הארץ געזאגט ויתן לך און פלוצים דערזעהט ער ש'מער ש'ווייניגער דער ר' ישמאל איז דא אויף אלע באקן גיבט ער זיך א רוף אן פון דיר ר' יוחנן האב איך שוין לאנג געוואלט פטור ווערן כ'מוטשע זיך ארום מיט דיין 'ע-נ-ו-ת-נ-ו-ת-ו' ברענגסטו נאך אהער דיין חבר ר' ישמאל. רופט זיך אן די רבי, פון דיר דארפסמאן האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין קורת רוח ברענגסטו מיר נאך אן דיין חבר דעם בעל עגלה?

לעניננו פונעם גרינדונג פון דעם אשכול נאך מיט @מתמודד בשעתו האסטו שוין געהאט א שלעכטן בליק אויף דעם גאנצן מושג פון אלטערנאטיווע מוזיק ס'איז טאקע געווען טענהרייען און דו האסטעך ארויסגעשטעלט פאר א שטארקן סעפאורטער פארן די היינטיגע חסידישע נגינה אבער האסטעך היבש איינגעהאלטן ווי דו האסט ערווענט אויבן פאר @מתמודד
דא איז דיר אבער אונטערגעקומען א היבש פעטן ביינדל צום ערשט מיט יוסף נטיב און דערנאך מיט דעם עידן רפאל חביב וואס אגב זינגט ער אויף איינע פון די חבד'סקע צמאה אלבוים'ס דא האסטו שוין זיך נישט געקענט איינהאלטן
אמער דעם גאנצן געדאנק פון אויפקלערן אז ס'איז דא נאך עפעס חוץ פון די אויפגעכאפטע חתונה היטס, וואס דאס רופט זיך אלטערנאטיוו האט דיר געשטאכן ווי א דארן ביים סדר נאכט, ברענגסטו מיר נאך פרייע איזרעיליס זאלן מיר ריפלעיסן אונזערע מוזיק.
כ'פארשטיי טאקע דעם ווייטאג אבער וואלסט נישט געדארפט ארויפברענגען דעם שארפן גע'דרעפט'ן תגובה וואס איז געבליבן איינגעהאלטן אנפאנג דעם אשכול ס'פאסט טאקע נישט צו רעקאמענדירן אזעלכע חברה פאר אונזער היימישן עולם און ס'האט זיך טאקע פארלאנגט א מחאה אבער ס'וואלט געקענט צוגיין אביסל מער מילד לדעתי

אגב ווייס איך נישט צו ס'איז בעסער אויסצוהערן ניגונים פון געוויסע היימישע קאמפאוזערס וואס מאכן אידישע און גויאישע ניגונים צוגלייך געוואנדן אין די קונדן,
א ניגון פון א פארגויאישטע קאפ שאדט פונקט אזוי פארן נפש

ספעציעל ווען די קאמפאזירער פון די לידלעך זענען אנגעפיקעוועט מיט ערגערע סארט נגינה ווי דעם סארט וואס די אלטערנאטיווע זינגער הערן זיך אן.

איך גיי נאר געבן איין ביישפיל, און אויב איר ווילט קען איך שעירן א גאנצע ליסטע וואס איך האב ערגעץ פארווארפן ביי מיר אין די ארכיוון פון פילע לידער וואס זענען גענומען פון די ערגסטע און נידריגסטע פלעצער, וועלכע שאטן מער ווי ציונות.

איין ביישפיל איז דער ניגון ׳בר אילעי׳ וואס די גאנצע אינטראו איז קאפירט פון א גוי׳שע טרעק, יא, עטוואס ארומגעשפילט כדי אז יוטוב זאל עס נישט אראפנעמען, אבער דאך ס׳זעלביגע גוי׳שע ניגונים.

אויב שרייט מען שוין אויף נגינה אין די היימישע קרייזן ברויך מען פון פארדעם רייניגן די היימישע סטודיא׳ס.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

עס איז דא אןיף יו טוב צענדליגע די דזשעי מיקסעס פון די נידריגסטע גוים, וואס דארט קען מען הערן די גאנצע חתונה וואס קומט פאר יעדע נאכט אין די היימישע געגנטער,
איינער האט מיר געגעבן צו הערן א איטראוי פון דעי די דזשעי מיקס, און עס איז דא א שפילער וואס ניצט עס ביי חתונות יעדע נאכט, ער איז געגאנגען פרעגן דעם שפילעער פשט, האט ער געזאגט אז ער איז דארט געווען לייוו צוזאמען מיט נאך אפאר היימישע שפילערס.
דאס איז אונזער היימישע מיוזיק.

----

דאווענען דריי מאל א טאג און לייגן תפילין מיינט נאכנישט אז ער האט אריינגעטראכט איינמאל אין די לעצטע צען יאר מה חובתו בעולם,

----

@סטראקעס איך קען נישט מער ווי אגריען
און אגב מ’האט שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, קום אריין אפטער.

----

עס איז אינטערעסאנט צו זען ווי די נשמת לאה און נשמת רחל צושפילן זיך שטארק און דעם אשכול.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

וואס דא גייט נישט פאר.....האב איך א געוואלד צו שרייבן מהעמיר פרובירן צו גיין איינס ביי איינס.

קודם כל מוז איך מיר מצרף זיין צום איבערבטעכטס באוועגונג וואס האט איבערגענומען דעם אשכול טאקע פאר א קורצע וויילע ביז דער עולם האט צוריקגענומען די געווער אין די הענט אריין אבער מיט דעם אלעם איז וויכטיג זיך איבערצובעטן בלויז קלארצושטעלן אז מען רעדט דא פון א מחלוקת לשם שמים אן קיינע פערזענליכע אינטערעסן, איך מיט @נאר מיט שמחה זענען נאנטע פריינט פון ווען איך האב מיר גענומען שרייבן אויף אייוועלט, אויב איז עס אמאל צו שארף בעט מיר זיך איבער אין אישי און ווער ספאלאוט מיינע תגובות אין אלגעמיין קען טרעפן מער ווי איינמאל וואס איך האב געשפענדעט גאנצעטע פאראגראפן אויסצלויבן נאר מיט שמחה פאר זיינע הערליכע שרייבווערק און אקטיוויטעטן.

הנוגע לענינינו, זינט דער בית המקדש איז חרוב געווארן האבן מיר פארלוירן אונזער ארגינעלן כח הנגינה חוץ געציילטע ניגונים און נסחאות וואס מאנכע קלעימען אז סקומט פון די לוים, אבער בכלליות האבן מיר נישט געהאט קיין עקסלוסיוו-אייגענע זשאנערן, איעדע תקופה האבן מיר געבארגט פון א אנדערן, ווילאנג מוזיק איז געברענגט געווארן צום טיש דורך הייליגע אידן איז קיינעם אנגעגאנגען פון ווי זי שטאמט, נאכן קריג איז געבוירן געווארן דער אינדוסטריע פון "חרדישע נגינה" דורך בלויזע עמך אידן וואס זייער איינציגסטע מעלה איבער אנדערע איז געווען זייער שטימע אבער זיי זענען ווייט נישט געווען מבינים איבער וואס מען מעג נעמען פון די אלגעמיינע גאס און וואס מען דארף לאזן דארט, זיי האבן געברענגט ראק ענד ראלל, דזשאז או רעגעי.

וויבאלד זיי האבן ממש גענומען וואס סאט זיך געלאזט איז אנטשטאנען א קאנטרעווערסיע איבער פלאגיאירן פון פרעמדע פלעצער מוזיק, כאטש וואס דער פאקט אז א גוי האט קאמפאזירט די מעלאדיעס איז נישט געווען דער עכטער פראבלעם, דער פראבלעם איז וואס מען נעמט, אפילו ווען היימישע זאלן ווען קאמפאזירן אט די לידער וואלט נאך אלס געווען פראבלעמען.

היינט צוטאג זענען רוב ניגונים אייגענע אבער די זשאנערן זענען געבארגטע פון די גרועים שבאומות, פאר 15 יאר צוריק בערך האט א געוויסער איזראעלי קאמפיינט קעגן די סארט מוזיק אויפווייזנדיג וואספארא שלעכטע השפעה סהאט אויפן מענטש פיזיש און גייסטיש, ער האט געהאט צעטלעך פון רבנים און האט ארויסגעגעבן א ספר מיט סייענטיפישע באווייזן איבער די שעדליכקייט פון די דאזיגע לידער, למעשה איז זיין קול נישט דערהערט געווארן און די מוזיק אינדוסטריע איז ווייטער געפארן אויף רעדער.

לענינינו, ווען מרעדט דא פון עפעס א הייליגן מוזיק זשאנער וואס גייט שוין בירושה צענדליגע דורות קען איינער האבן טענות אז מען איז משנה עפעס א מסורה, אבער ווען מען רעדט דא פון מוזיק וואס קומט ארגינעל פון די גרועים שבאומות און מען טוישט עס איין אין א סטייל וואס איז לכתחילה מער ספירטואל און נישט אזוי פארגרעבט איז דער שרייער בבחינת קאזאק הנגזל, איך בארעכטיג נישט דאס צוברענגען פרייע זינגער אבער צו האבן טענות אויף חרדישע מוזיק וויבאלד סאיז אויף א סטיל וואס קומט פון פרייע איז ממש אבסורד.

בסוף דארף מען ארויסברענגען לשבח @טינט פארן הערליכן פאעזיע, @א שרייבערל פארן צולייגן די קארטן, @סטראקעס פארן זיך לאזן הערן נאך אזא לאנגן ברעיק, דער עולם בענקט זיך נאך דיר... @מתמיד פארן צוגיסן אויל צום פייער...[כדארף דיר עקסטער איבערבעטן, אין די ערשטע צוויי פעידזשעס פונעם אשכול האמיר זיך געקריגט, נאטינג פערסאנעל...] @טישטוך פארן אריינקומען קלאר ווי אייביג, און אחרון חביב @ביסלי פארן מענעדזשן דעם אשכול אפילו ווען סאיז שטיל....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

טשיטשיקי אוי איז נאר א דוגמא. מען דארף נישט רעדן דוקא פון דעם ניגון. די גאנצע מעינסטריעם מוזיק וועלט איז היינט אנגעפילט מיט נגינה פון דעם ערגסטן סארט. פון מענטשן וואס האבן פון אויבערשטן גאנץ ווינציג געטראכט, מילד גערעדט.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיאושדיגער האט געשריבן:טשיטשיקי אוי איז נאר א דוגמא. מען דארף נישט רעדן דוקא פון דעם ניגון. די גאנצע מעינסטריעם מוזיק וועלט איז היינט אנגעפילט מיט נגינה פון דעם ערגסטן סארט. פון מענטשן וואס האבן פון אויבערשטן גאנץ ווינציג געטראכט, מילד גערעדט.

דו רעדסט אויך פון דיע וואס מ’רופט דא אן אלטערנאטיווע?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אין מיינע אויגן איז דאס די אינטערעסאנטסטע אשכול אויף אייוועלט.
איך האלט עס אין איין ריפרעשן
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

Bissli האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:טשיטשיקי אוי איז נאר א דוגמא. מען דארף נישט רעדן דוקא פון דעם ניגון. די גאנצע מעינסטריעם מוזיק וועלט איז היינט אנגעפילט מיט נגינה פון דעם ערגסטן סארט. פון מענטשן וואס האבן פון אויבערשטן גאנץ ווינציג געטראכט, מילד גערעדט.

דו רעדסט אויך פון דיע וואס מ’רופט דא אן אלטערנאטיווע?

ניין. איך פרוביר צו פארשטיין פארוואס ווען עס קומט צו די אלטערנאטיווע נגינה דערמאנט מען זיך פלוצלינג אין באשעפער.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיאושדיגער האט געשריבן:

ווייל די אנדערע זייט שרייט אז עס איז גויאיש
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

איך באצי זיך צו די שרייערס. פארוואס דערמאנען זיי זיך אז זאכן זענען גוי'איש, פונקט ווען עס קומט צו קריטיקירן דאס וואס מען רופט דא אלטערנאטיוו.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מתמודד האט געשריבן:וואס דא גייט נישט פאר.....האב איך א געוואלד צו שרייבן מהעמיר פרובירן צו גיין איינס ביי איינס.

קודם כל מוז איך מיר מצרף זיין צום איבערבטעכטס באוועגונג וואס האט איבערגענומען דעם אשכול טאקע פאר א קורצע וויילע ביז דער עולם האט צוריקגענומען די געווער אין די הענט אריין אבער מיט דעם אלעם איז וויכטיג זיך איבערצובעטן בלויז קלארצושטעלן אז מען רעדט דא פון א מחלוקת לשם שמים אן קיינע פערזענליכע אינטערעסן, איך מיט @נאר מיט שמחה זענען נאנטע פריינט פון ווען איך האב מיר גענומען שרייבן אויף אייוועלט, אויב איז עס אמאל צו שארף בעט מיר זיך איבער אין אישי און ווער ספאלאוט מיינע תגובות אין אלגעמיין קען טרעפן מער ווי איינמאל וואס איך האב געשפענדעט גאנצעטע פאראגראפן אויסצלויבן נאר מיט שמחה פאר זיינע הערליכע שרייבווערק און אקטיוויטעטן.

הנוגע לענינינו, זינט דער בית המקדש איז חרוב געווארן האבן מיר פארלוירן אונזער ארגינעלן כח הנגינה חוץ געציילטע ניגונים און נסחאות וואס מאנכע קלעימען אז סקומט פון די לוים, אבער בכלליות האבן מיר נישט געהאט קיין עקסלוסיוו-אייגענע זשאנערן, איעדע תקופה האבן מיר געבארגט פון א אנדערן, ווילאנג מוזיק איז געברענגט געווארן צום טיש דורך הייליגע אידן איז קיינעם אנגעגאנגען פון ווי זי שטאמט, נאכן קריג איז געבוירן געווארן דער אינדוסטריע פון "חרדישע נגינה" דורך בלויזע עמך אידן וואס זייער איינציגסטע מעלה איבער אנדערע איז געווען זייער שטימע אבער זיי זענען ווייט נישט געווען מבינים איבער וואס מען מעג נעמען פון די אלגעמיינע גאס און וואס מען דארף לאזן דארט, זיי האבן געברענגט ראק ענד ראלל, דזשאז או רעגעי.

וויבאלד זיי האבן ממש גענומען וואס סאט זיך געלאזט איז אנטשטאנען א קאנטרעווערסיע איבער פלאגיאירן פון פרעמדע פלעצער מוזיק, כאטש וואס דער פאקט אז א גוי האט קאמפאזירט די מעלאדיעס איז נישט געווען דער עכטער פראבלעם, דער פראבלעם איז וואס מען נעמט, אפילו ווען היימישע זאלן ווען קאמפאזירן אט די לידער וואלט נאך אלס געווען פראבלעמען.

היינט צוטאג זענען רוב ניגונים אייגענע אבער די זשאנערן זענען געבארגטע פון די גרועים שבאומות, פאר 15 יאר צוריק בערך האט א געוויסער איזראעלי קאמפיינט קעגן די סארט מוזיק אויפווייזנדיג וואספארא שלעכטע השפעה סהאט אויפן מענטש פיזיש און גייסטיש, ער האט געהאט צעטלעך פון רבנים און האט ארויסגעגעבן א ספר מיט סייענטיפישע באווייזן איבער די שעדליכקייט פון די דאזיגע לידער, למעשה איז זיין קול נישט דערהערט געווארן און די מוזיק אינדוסטריע איז ווייטער געפארן אויף רעדער.

לענינינו, ווען מרעדט דא פון עפעס א הייליגן מוזיק זשאנער וואס גייט שוין בירושה צענדליגע דורות קען איינער האבן טענות אז מען איז משנה עפעס א מסורה, אבער ווען מען רעדט דא פון מוזיק וואס קומט ארגינעל פון די גרועים שבאומות און מען טוישט עס איין אין א סטייל וואס איז לכתחילה מער ספירטואל און נישט אזוי פארגרעבט איז דער שרייער בבחינת קאזאק הנגזל, איך בארעכטיג נישט דאס צוברענגען פרייע זינגער אבער צו האבן טענות אויף חרדישע מוזיק וויבאלד סאיז אויף א סטיל וואס קומט פון פרייע איז ממש אבסורד.

בסוף דארף מען ארויסברענגען לשבח @טינט פארן הערליכן פאעזיע, @א שרייבערל פארן צולייגן די קארטן, @סטראקעס פארן זיך לאזן הערן נאך אזא לאנגן ברעיק, דער עולם בענקט זיך נאך דיר... @מתמיד פארן צוגיסן אויל צום פייער...[כדארף דיר עקסטער איבערבעטן, אין די ערשטע צוויי פעידזשעס פונעם אשכול האמיר זיך געקריגט, נאטינג פערסאנעל...] @טישטוך פארן אריינקומען קלאר ווי אייביג, און אחרון חביב @ביסלי פארן מענעדזשן דעם אשכול אפילו ווען סאיז שטיל....

א הערליכע תגובה! כדרכך הטוב.

די זאך איז נאר, אז אין הכי נמי. איך בין זייער אלערגיש צו די היינטיגע דזשאנערן. איך הער בעיקר נאר אלטע זאכן, וואס הגם אסאך פון זיי זיי האבן אויך פון יענע ספייסעס, איז עס דאך פארט איידעלער ווי די היינטיגע.

למעשה שפיר איך אז ס'איז א חילוק צווישן א היימישער 4/4 בעללעד, וואס האט אביסל ספייס פון ראק און ראלל און סווינג, און אלטערנאטיווע רעפ. פארוואס מאכן איין גרויסע געמישעכטץ?

אוןמיין נישט אז דער עולם מוחים זענען שטיל ווען ס'קומט צו אזוי גערופענע היימישע חאלאזען. האלב היכל נגינה אשכולות זענען אנגעפילט מיט מחאות, און קאנטער מחאות... און 'אלטערנאטיווע' ווערט נישט פארשוינט.

ס'איז דא נאך א חילוק, אז די לאקאלע מוזיק איז עטליעסט די ווערטער זיכער הייליגע, און אויב די ניגון איז נישט שלעכט, איז עס שוין א גוטע זאך. אנדערש איז אלטערנאטיוו.

אבער בכלל, וואס האט דאס מיט הערן ניגונים פון אידן וואס זענען ליידער נישט ערליך? יא, איך ווייס אז דער 'היימישער' חשיש'ער איז שוין אויך גארנישט אזא שומר תורה, אבער איך הער אים טאקע אויך נישט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

דער עולם מוחים אין יענע אשכולות איז נישט דער זעלבער עולם מוחים דא.

אויב קומט א ניגון פון א חאלאז, מאכן די הייליגער ווערטער עס מיט גארנישט הייליגער.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיאושדיגער האט געשריבן:דער עולם מוחים אין יענע אשכולות איז נישט דער זעלבער עולם מוחים דא.

דאס זאג איך. חאלאזן זענען אפגעפרעגט בכל מקום שהם, אפילו זיי זינגען רעגולער קאנטרי. איך הער דאס טאקע נישט. און ס'שטערט מיר אויך ווען מ'לויבט אויס פרייע 'אלטערנאטיווע' גערעפעכץ.

ווען דו ענטפערסט מיך אפ אז 'יונגערליך' האט אויך א געמישעכטץ פון שלעכטע מוזיק סטיילס, פארשטיי איך אז ס'איז א שוואכע צושטעל. און דא זאג אז בנוסף לזה האט יונגערליך אויך הייליגע ווערטער. (חוץ די אידישע.. חחח)

און איך הער נישט יונגערליך אויך נישט, ווייל ס'זעטיגט נישט מיין מוזיקאלישער נפש.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

איך רעד נישט פון די יונגערליך סטייל. דאס איז א עקסטערע זאך, וואס ווי דו שרייבסט, געבט יונגערליך כמעט גארנישט פאר א נפש וואס קאנעקט מיט מוזיק און נגינה אויף א טיפערן פארנעם.

איך רעד פון דאס אראפרייסן גאנץ 'אלטערנאטיוו', וויבאלד עס זענען דא דארט שוואכע סחורה. אין דערצייט וואס די 'מעינסטריעם' נגינה וועט מען ארויסהייבן אז עס איז גאר אויפ'ן וועג אראפ, כאטש וואס דארט זענען דא פיל ערגערע קוצים ודרדרים.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ווען איך הער די אזויגערופנע אלטערנאטיווע מיוזיק טרעף איך נישט קיין רעפ.
איך הער א הארץ רעדן. א נשמה שרייען. א צובראכענער זיך בעטן. און א נפש גלוסטן. צו זיין טאטן אין הימל.
מיט א טאן וואס נישט קיין חילוק ווי הייליג אדער אומהייליג עס הערט זיך דיר איז עס געבוירן געווארן אין זיין הארץ, אן צו אפילו פרובירן צו נאכמאכן איינעם, נישט קיין אידן און נישט קיין גוים.
עס איז ארגינעל, הארציג און געפיליש.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיאושדיגער האט געשריבן:איך באצי זיך צו די שרייערס. פארוואס דערמאנען זיי זיך אז זאכן זענען גוי'איש, פונקט ווען עס קומט צו קריטיקירן דאס וואס מען רופט דא אלטערנאטיוו.

טאקע צוליב דעם האט מען געפענט די אשכול.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

Bissli האט געשריבן:ווען איך הער די אזויגערופנע אלטערנאטיווע מיוזיק טרעף איך נישט קיין רעפ.
איך הער א הארץ רעדן. א נשמה שרייען. א צובראכענער זיך בעטן. און א נפש גלוסטן. צו זיין טאטן אין הימל.
מיט א טאן וואס נישט קיין חילוק ווי הייליג אדער אומהייליג עס הערט זיך דיר איז עס געבוירן געווארן אין זיין הארץ, אן צו אפילו פרובירן צו נאכמאכן איינעם, נישט קיין אידן און נישט קיין גוים.
עס איז ארגינעל, הארציג און געפיליש.

דאס איז נאך א חילוק צווישן די אלטערנאטיווע און די קאנווענציאנאלע מוזיק. די קאנוועציאנאלע נגינה, אויב איז ער גוי'איש, קענסטו נישט טרעפן קיין שום נקודה טובה דערין, ווייל דער מחבר האט גארנישט אינזין געהאט ווען ער האט געמאכט דעם ניגון. ווידער די אלטערנאטיווע, אפילו פון דעם נידריגן סארט, פארט איז אבער דא א הארץ וואס וויל דא עפעס זאגן. אמאל סתם געפילן, אמאל רעדן צום אויבערשטן, פון דעם אויבערשטן. אפילו עס איז נידריג, פארט אבער טראכט ער פון אויבערשטן, ער וויל עפעס דא ארויסגיסן.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיאושדיגער האט געשריבן:איך רעד נישט פון די יונגערליך סטייל. דאס איז א עקסטערע זאך, וואס ווי דו שרייבסט, געבט יונגערליך כמעט גארנישט פאר א נפש וואס קאנעקט מיט מוזיק און נגינה אויף א טיפערן פארנעם.

איך רעד פון דאס אראפרייסן גאנץ 'אלטערנאטיוו', וויבאלד עס זענען דא דארט שוואכע סחורה. אין דערצייט וואס די 'מעינסטריעם' נגינה וועט מען ארויסהייבן אז עס איז גאר אויפ'ן וועג אראפ, כאטש וואס דארט זענען דא פיל ערגערע קוצים ודרדרים.

איך האב נישט אראפגעריסן גאנץ 'אלטערנאטיוו'. איך האב אייגענטליך גארנישט אראפגעריסן. דא האט מען אבער גערעדט פון 'פרייע' זינגער.

אבער למען האמת, מיין פערזענליכע אומבאקוועמליכקייט מיט אלטערנאטיוו איז, ווייל איך קען באשטיין צו שטייגן דורך נגינה, דורך דעם וואס דער ניגון זאל מיר געבן א פרישע העכערע פערספעקטיוו, וואס קומט פון א ריינערע ארט פון ווי איך בין, און נישט דורך דעם וואס מיינע פערזענליכע שוועריקייטן ווערן וואלידעטירט דורך עמיצן וואס גייט דורך אן ענליך פעקל. כ'האף דו פארשטייסט מיר.

איך האב ליב מוזיקאלישע שטיק פון 'פיניע חזן'. דאס איז איין זאך. אבער שטייגן וויל איך דורך סקולענע ניגונים צום ביישפיל. ווייל איך באקום א פראדזשעקשאן פון א פלאץ וואס איז פיל העכער און ריינער און ערליכער ווי דער פלאץ ווי איך בין. נישט ווייל איך טרעף 'מיין' אידענטעטי און עקזיסטענץ אין עפעס מיט וואס מיינע שוואכקייטן קאננעקטן. (כאטש ס'איז א וויכטיגע זאך גראדע, אבער נישט דאס איז ווי אזוי איך פארשטיי דאס וואס נגינה קען און דארף מיר ברענגען)
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

דאן האב איך נישט גערעדט פון דיר.

דיין נקודה איז ריכטיג.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וויפול אזאליכע סקולענע ניגונים זענען ארויסגעקומען אין די לעצטע 10 יאר?
קיינער לייקנט נישט אין סקולענע ניגונים, אבער צווישן די היינטיגע "חסידישע" און די היינטיגע אלטערנאטיווע איז די אלטערנאטיווע דער געווינער.
און דעיס איז וואס @מתמודד שרייט שוין פון די ערשטע תגובה אין דעם אשכול
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

קרום ביצה איז נישט דער הייטל און אויך נישט דער שאלעכץ,
ס'איז עפעס גאר דינטשיג אינדערמיט.

אט אזוי איז די הבדל ביי אלטערנעטיוו.
גאר גאר שארף און דין.
און ווען דו שפאצירסט בטעות אריבער דאן ביזטו זייער ווייט.
אבער א יוד וואס האט א ווילן צו בלייבן ביי עפעס א ליניע, האט למחצה לשליש ולרביע א געפיל וואס יא און וואס ניקס.

יעדער קען ציען די נקודה צו זיין צד...
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ממוצע האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:דער עולם מוחים אין יענע אשכולות איז נישט דער זעלבער עולם מוחים דא.

אויב קומט א ניגון פון א חאלאז, מאכן די הייליגער ווערטער עס מיט גארנישט הייליגער.

דאס זאג איך. חאלאזן זענען אפגעפרעגט בכל מקום שהם, אפילו זיי זינגען רעגולער קאנטרי. איך הער דאס טאקע נישט. און ס'שטערט מיר אויך ווען מ'לויבט אויס פרייע 'אלטערנאטיווע' גערעפעכץ.

ווען דו ענטפערסט מיך אפ אז 'יונגערליך' האט אויך א געמישעכטץ פון שלעכטע מוזיק סטיילס, פארשטיי איך אז ס'איז א שוואכע צושטעל. און דא זאג אז בנוסף לזה האט יונגערליך אויך הייליגע ווערטער. (חוץ די אידישע.. חחח)

און איך הער נישט יונגערליך אויך נישט, ווייל ס'זעטיגט נישט מיין מוזיקאלישער נפש.

וועלכע מוזיק זעטיגט אייער נפש?
א היינטיגע מוזיקאלישע ניגון וועט זעטיגן אייער מוזיקאלישן נפש, אדער נאר דעם אמאל זעטיגט אייך? האט עס צוטוהן מיט מוזיקאלישקייט אדער הייליגקייט און דערהויבנקייט?
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

חבדניק האט געשריבן:

לויט ווי איך געדענק פון דיינע שרייבערייען האסטו וואס צוצוגעבן צו דער שמועס!
ברענג אריין דיין אור אין די אשכול.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

כינור האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:דער עולם מוחים אין יענע אשכולות איז נישט דער זעלבער עולם מוחים דא.

אויב קומט א ניגון פון א חאלאז, מאכן די הייליגער ווערטער עס מיט גארנישט הייליגער.

דאס זאג איך. חאלאזן זענען אפגעפרעגט בכל מקום שהם, אפילו זיי זינגען רעגולער קאנטרי. איך הער דאס טאקע נישט. און ס'שטערט מיר אויך ווען מ'לויבט אויס פרייע 'אלטערנאטיווע' גערעפעכץ.

ווען דו ענטפערסט מיך אפ אז 'יונגערליך' האט אויך א געמישעכטץ פון שלעכטע מוזיק סטיילס, פארשטיי איך אז ס'איז א שוואכע צושטעל. און דא זאג אז בנוסף לזה האט יונגערליך אויך הייליגע ווערטער. (חוץ די אידישע.. חחח)

און איך הער נישט יונגערליך אויך נישט, ווייל ס'זעטיגט נישט מיין מוזיקאלישער נפש.

וועלכע מוזיק זעטיגט אייער נפש?
א היינטיגע מוזיקאלישע ניגון וועט זעטיגן אייער מוזיקאלישן נפש, אדער נאר דעם אמאל זעטיגט אייך? האט עס צוטוהן מיט מוזיקאלישקייט אדער הייליגקייט און דערהויבנקייט?

מוזיק, נגינה דארף עפעס צו טון מיט א מענטש. אים העלפן ארויסגעבן און אויסדריקן זיינע געפילן/מחשבות, אים מאכן ווערן מקושר צו זיינע געפילן/מחשבות, אים ברענגען צו דביקות'דיגע געפילן/מחשבות, שמחה'דיגע געפילן/מחשבות.

גאר ווייניג ניגונים וואס קומען היינט ארויס, טוען דאס.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”