אלטערנאטיווע מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ציגאנער האט געשריבן:צום קעפל:
ס'איז פארהאן צוויי וועגן וויאזוי מ'קען ארויסברענגען געפילן און רעדן הארץ-שפראך. איין וועג איז פשוט זאגן געפילישע ווערטער אין רעדן צום הארץ פונעם מענטש, און די צווייטע שפראך וואס די הארץ פארשטייט איז נגינה.

בעצם איז גענוג צו נוצן איינס פון די צוויי מיטלען, און דערפאר וועט א גוטע ניגון רעדן צום הארץ אפילו ווען די ניגון האט נישט קיין ווערטער.

מ'זעהט עס ווען מ'זינגט א גוטע לא תבושי, מ'הייבט ממש אן צו טאנצן אפילו אן ווערטער. און זעלבע קען מען פארלאזן טרערן ביים אהבה רבה ניגון (אדער פון א גוט שטיקל מרה שחורה...). אויך זעהט מען ביי חתונות וועט ביי די 'מיל' אינטערשפילן אזא ניגון ווי עוד ישבו אפילו אן די ווערטער, פארוואס? ווייל די עצם ניגון רעדט שוין ווערטער. (און די זעלבע איז מיט גאר אסאך ניגונים פון ר' יו"ט עהרליך.)

ווען מ'טרעפט זיך אבער מיט א ניגון וואס די עצם ניגון פארציילט נישט גענוג, דארף מען נעמען א גוטע פסוק אדער מימרא וואס די ווערטער זאלן משלים זיין דאס וואס די ניגון פארפעלט, און דאן איז עס א דבר השלם.

וועט מ'האנדלט מיט נאך א שוואכערע ניגון דארף מען שוין צולייגן אידישע ווערטער אויף מאמע לשון אז מ'זאל פארשטיין דעם ניגון.

און אזוי איז דא אסאך מדריגות ביז ס'קומט צו א פוינט ווי ס'דא ווערטער, און די ניגון קומט בלויז צו פאלישן די ווערטער...
און ווען ס'האלט ביי אזא מצב האט עס שוין מיט תורת הנגינה נישט קיין שייכות...


ס'איז אמת אז היינטיגע ניגונים (-היינטיגע ניגונים מיינט נישט ניגונים וואס קומען היינט ארויס...) פארמאגן נישט קיין ניגון און נישט קיין ווערטער, און די פאר געלונגענע באשטייען אין בעסטן פאל פון איין גוטע סענטנס. די עצה איז אבער נישט אלטערנאטיווע מוזיק ווייל בעלי דרשנים האבן מיר גענוג, די לעזונג איז צוריקצוברענגען אן אינטערעסע אין אמת'ע טיפע נגינה .

לשיטתך, אין וועלכע קאטעגאריע זענען רבי יו"ט ערליךס ניגונים\ווערטער געפאלן?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ס'איז נישט בלויז צוויי קאטאגאריעס. ס'דא לעוועלס פון איינס ביז טויזנט, און יעדע ניגון קען מען מעסטן וויפיל פראצענט דערפון איז די ניגון און וויפיל פראצענט זענען די ווערטער.

כ'בין א עם הארץ מדאוריתא ווען ס'קומט צו ר' יו"ט, אבער אזויפיל באמערק איך אז ווען מ'וויל מאכן א גוטע מעלאדיע נוצט מען זיינע ניגונים...
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

@ציגאנער ;l;p-

@מיאוש'דיגער ;l;p-

גענאגעלט!

ממש דאס געמיינט ארויסצוברענגען אין מיין תגובה.


נגינה קען זיין א אלטערנאטיוו צו נגינה. עפעס אנדערש נישט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ציגאנער האט געשריבן:ס'איז נישט בלויז צוויי קאטאגאריעס. ס'דא לעוועלס פון איינס ביז טויזנט, און יעדע ניגון קען מען מעסטן וויפיל פראצענט דערפון איז די ניגון און וויפיל פראצענט זענען די ווערטער.

כ'בין א עם הארץ מדאוריתא ווען ס'קומט צו ר' יו"ט, אבער אזויפיל באמערק איך אז ווען מ'וויל מאכן א גוטע מעלאדיע נוצט מען זיינע ניגונים...

סאיז אמת אז נגינה און פאעזיע זענען צוויי פאכן פאר זיך, במציאות אבער זענען רוב אידישע ניגונים געווען א געדאנק ארויסגעברענגט דורך מעלאדיע, סאיז כמעט נישט געווען קיין בלויזע מעלאדיעס, אפילו אין חבד ווי מען האט געהאלטן אז ווערטער זענען מצמצם האבן אויך אסאך ניגונים ווערטער און אפילו די מעלאדיעס האבן אויך נעמען און פירושים וויבאלד געווענטליך האבן די מעלאדיעס געהאט א רעיון אונטער זיך, און אפילו א מעלאדיע אן קיין ווערטער אדער פירוש קומט געווענטליך פון א געוויסע השראה, אז נישט איז עס סתם א טענער שפיל פאר נגינה פראפעסארן, וואס איך ברענג ארויס איז א ניגון דארף לאוו דווקא זיין שוואך פון א מעלאדישן פרעספעקטיוו עס זאל דארפן צוקומען צו ווערטער, אויב דער ארטיסט קען ארויסברענגען זיין השראה סיי דורך ווערטער און סיי דורך טענער מיינט נישט אז איינס פון זיי דארף זיין שוואך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אמת. איך ווארט צו הערן א גוטע ניגון, זאל עס זיין מיט ווערטער. ווען ס'איז אבער דא א חלל אין נגינה קען מען עס נישט ערפילן מיט אן אלטערנאטיוו.

כ'מיין אונז זעמיר אויף איין פעידזש...
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

קודם כל מוז איך דיר זאגן אז סאיז גאנץ געשמאק צו זיין מיט דיר אויף איין פעידזש.....

סאיז אמת אז אלטערנאטיוו איז נישט קיין דירעקטע ערפילונג פאר א חלל אין נגינה אבער איך האלט אז אלטערנאטיוו וועט שטארק אויסקלאפן אויף די וועג פון קאמפאזירן אפילו ניגונים אן אייגענע ווערטער, סאיז א לענגערע שמועס פארוואס אפשר שפעטער וועל איך מאריך זיין.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איינער דא האט שוין געהערט שמע ישראל פון עוזיה צדוק?
מ’קען פון זינען אראפגיין! עפעס נישט נארמאל! ער זינגט עס אלס 13 יעריג בחורל!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דער נעימיש האט אוסגענוצט ספלאטפארמע זיינע אינעם "געלעכערט" אונטערצוהאקן דאס גאנצע אלטערנאטיווע אינדוסטריע...

כהייב שוין אן צו קאנספירירן אז די גאנצע זאך איז געווען במחשבה תחילה נאר צו קענען אויסדרוקן זיין ווייגעשריי....

viewtopic.php?f=3&t=46513#p2635387

פעידזש 24.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מתמודד האט געשריבן:דער נעימיש האט אוסגענוצט ספלאטפארמע זיינע אינעם "געלעכערט" אונטערצוהאקן דאס גאנצע אלטערנאטיווע אינדוסטריע...

כהייב שוין אן צו קאנספירירן אז די גאנצע זאך איז געווען במחשבה תחילה נאר צו קענען אויסדרוקן זיין ווייגעשריי....

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p2635387

פעידזש 24.

:oops: לאכן לאכט דער לעצטער...

ערנסט גערעדט: די פוינט און געלעכטער און וויי געשריי איז בעיקר אויף די מוזיק/ניגונים וואס דו און איך האקן און לאכן.
(נעמסט אביסל אראפ דיין נגינה מיטן עס אריינלייגן אינעם קאטעגאריע... שששש)

נעם עס נישט פרעזענליך, כ'האב באשריבן פישי'ן מיין טייערע פריינד. כ'האף די עוילעם הנגינה גייט מיר מוחל זיין...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מיליאן פראצענט! דער אמת איז אז ווען כהאב געזען אז נמ"ש באשרייבט מוזיק האב איך געוואוסט אז ער העט זיך נישט קענען איינהאלטן פון געבן דעם שטויס....האב איך עס גלייך אפירגעזוכט און צוגעברענגט [ווי נישט ווי איז שוין צו לאנג שטיל דא...].

אבער איך מוז זאגן אז אויב איינער וויל ליינען רעכטע מוזיק מבינות אויף א פראפעסיאנאלן און הומאריסטישן וועג זאל זיך נישט פוילן און אריינרייסן אינעם צוגעברענגטן אשכול און ליינען נמשס ארטיקל.....וואן אוו עי קיינד....

איך לויף צוריק ליינען.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אה ענדליך האט איינער אנגעצינדן די לייט דא...

צו שטיל דא לעצטענס
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איך פערזענליך האב זייער ליב ווען די סארט (אלטערנאטיווע - קרעדיט: @מתמודד) מנגנים אדאפטירן אונזערע סארט ניגונים [די ריכטיגע סחורה שטייצעך], עס גיבט מיר א נייער השגה און טעם אינעם עומק הרגש פונעם ניגון - אזש צו באנומען ווערן.

א שטייגער ווי: דאס, און דאס.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

נשמת השכל האט געשריבן:איך פערזענליך האב זייער ליב ווען די סארט (אלטערנאטיווע - קרעדיט: @מתמודד) מנגנים אדאפטירן אונזערע סארט ניגונים [די ריכטיגע סחורה שטייצעך], עס גיבט מיר א נייער השגה און טעם אינעם עומק הרגש פונעם ניגון - אזש צו באנומען ווערן.

א שטייגער ווי: דאס, און דאס.


גראדע 'צמאה' פון חב''ד מאכן די'ע זאכן געווענליך. ס'דא א געוואלד פון זיי יעדנ'ס יאר פון די'ע סארט ניגונים געזינגען דורך די'ע סארט אידן.
אחוץ פון דעם איז דא לעצטנ'ס א נייע סטייל, אז נישט היימישע - צו היימישע אבער מאדערנע - זינגערס געבן ארויס אלטע ווארעמע ניגונים.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דער צמאה פראיעקט איז ארגינעל געמאכט געווארן צו ברענגען אלטע חבד ניגונים אין א אלטערנאטיווע ווערסיע, זיי האבן שוין ארויסגעגעבן פינף אלבומס ועוד ידם נטויה, מעגליך אז זיי סעיוון נישט די קאפירייטס אויב איינער קען דאס מברר זיין וועל איך ארויפברענגען אלע פינף.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

כהאב יעצט געטשעקט זיי סעיוון די קאפירייטס.

בכל אופן רעקאמאנדיר איך עס אין גרויסן, לכאורה די ערשטע מאל אין די לעצטע פאר יאר וואס די זעכצן דאלער פאר א סידי וועט זיך האבן אויסגעצאלט.....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מתמודד האט געשריבן:כהאב יעצט געטשעקט זיי סעיוון די קאפירייטס.

בכל אופן רעקאמאנדיר איך עס אין גרויסן, לכאורה די ערשטע מאל אין די לעצטע פאר יאר וואס די זעכצן דאלער פאר א סידי וועט זיך האבן אויסגעצאלט.....

אוואו קען מען דאס באקומען אנליין?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

סאיז לכאורה דא אויף אלע סטרימינג עפס.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:איך פערזענליך האב זייער ליב ווען די סארט (אלטערנאטיווע - קרעדיט: @מתמודד) מנגנים אדאפטירן אונזערע סארט ניגונים [די ריכטיגע סחורה שטייצעך], עס גיבט מיר א נייער השגה און טעם אינעם עומק הרגש פונעם ניגון - אזש צו באנומען ווערן.

א שטייגער ווי: דאס, און דאס.


גראדע 'צמאה' פון חב''ד מאכן די'ע זאכן געווענליך. ס'דא א געוואלד פון זיי יעדנ'ס יאר פון די'ע סארט ניגונים געזינגען דורך די'ע סארט אידן.
אחוץ פון דעם איז דא לעצטנ'ס א נייע סטייל, אז נישט היימישע - צו היימישע אבער מאדערנע - זינגערס געבן ארויס אלטע ווארעמע ניגונים.

'צמאה' האט יעצט ארויסגעגעבען די ניגון ממצרים גאלתנו געזינגען דורך יעקב שוואקי איינער קען עס ברענגען?
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ווער נאך גייט פאר אמיר דדון?
זיינע ניגונים לבחור נכון מיט בין קודש לחול זענען עפעס משוגע צו ווערן
אזא שולי רנד מיט א שענערע שטימע...
לפנות בוקר
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ער איז א חילוני וואס רוב פון זיינע ניגונים זענען נישט געאייגנט פאר חרדים.

חוץ דעם וואס ער איז משוגע דעפרעסט [אז מיך שטערט זיין דעפרעסיע דארף עס טאקע זיין נעקסט לעוועל...]
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מען דארף צוזאמצושטעלן אלע גוטע ניגונים פון פרייע זינגער ווי אמיר דדון, שלומי שבת, עומר אדם, וכדומה אויף איין פלאץ אז איינער וואס וויל הערן א גוטן אלטערנאטיוון ליד אן זיך פארשמירן די אויערן זאל ער האבן וואו.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

מתמודד האט געשריבן:מען דארף צוזאמצושטעלן אלע גוטע ניגונים פון פרייע זינגער ווי אמיר דדון, שלומי שבת, עומר אדם, וכדומה אויף איין פלאץ אז איינער וואס וויל הערן א גוטן אלטערנאטיוון ליד אן זיך פארשמירן די אויערן זאל ער האבן וואו.

במה קהל אהבה פון ישי ריבו איז אזא געדאנק... :smile:
לפנות בוקר
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מתמודד האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1nbBOt_p7UM6ZfO7Xl_WrgP8Ic2UktKfs/view?usp=sharing

מוזיק?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

יא
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”