אלטערנאטיווע מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

לאמיר נעמען דעם פרייען זינגער.

ער איז אויפגעוואקסן אן קיין אידישקייט. אן קיין שבת און יום טוב. אן קיין שמירת הברית. אא"וו.
זיינע חברים זענען פרייע, זיינע שכינים זענען פריי, זיין משפחה איז פריי,

ער האט א טאלאנט אז ער קען ארויסגעבן זיינע געפילן אין פארעם פון א ניגון.

יעצט ער קומט און ער זינגט צום אייבערשטען!
זיינע חברים דארפן עס נישט. פאר זיי איז גענוג פוסטע ניגונים.
זיין קאמיוניטי דארף עס נישט, עס מאנט פון זיי עפעס ווען זיי הערן עס.
די וועלט וואס וויל נישט הערן פון באשעפער איז ריזיג ברייט, ער קען האבן מיליאנען פאלאוערס אן רעדן פון אייבערשטען.
ער ווייסט אפילו נישט אז דו עקזיסטירסט און ער איז נישט אינטערעסירט צו זיין דער אויפגעפיקטער סעלעבריטי ביי די פאר חסידישע אידן וואס האבן פונקט אריינגעבאמפט אין אים ביים סוירטשן פאר דזשויאיש מיוזיק.

סאו פארוואס טוט ער עס???
ווייל עס איז נישט ער וואס זינגט, עס איז זיין נשמה וואס ברענט אין אים, עס איז זיין חלק אלוקי ממעל, וואס קען נישט ווערן אוועקגענומען. אויף קיין שום נידריגקייט אינדערוועלט. עס איז הער טו סטעי פארעווער. און עס איז נישט שטיל, ס’רוהט נישט איין. ס’לאזט אים נישט גיין ווייטער.

סאו ווען איך הער א ניגון וואס ער זינגט אלץ פרייע איד הער איך נישט א פרייע איד זינגען! איך הער דאס אידישע פונק וואס האט זיך צופלאקערט אויף א אבנארמאלע פארנעם, ס’שטייט העכער ווי זיין לעבן, העכער פון זיינע חברים, העכער פון זיין איגוי, עס גייט ביזן הימל!

יעצט לאמיר נעמען דעם חסידישן זינגער.

ער איז באשאנקען געווארן פון הימל מיט א שיינע קול. א מתנה פון זיין טאטע ברוך הוא.

ער האט זיך אריינגעלייגט אין נגינה, און עס האט זיך פאר אים געפענט א ים אן א סוף! און די ים איז פארהאן חלקים ווי מ’קען שווימען, חלקים וואס איז טיף, חלקים וואס איז ברייט אבער אן קיין טיפעניש, חלקים וואס זענען ברוין און חלקים וואס זענען בלוי.

עס האט אים געצויגן צו ברענגען חידושים וואס קיינער האט נישט. אבער אזוי ווי ער איז נישט צופיל מקושר צו זיין הארץ קען ער נישט ארויסברענגען וואס עס ליגט דארט.

איז געבליבן איין עצה, צו בארגן פון אנדערע.
יעצט איינמאל עס איז שוין נישט דו, ברענגסטו דיר נישט ארויס און עס איז נישטא א פלאץ ווי דו ווילסט בלאנגען צו יענע נגינה.
סאו וואס זאל ער ברענגען און פון ווי זאל ער נעמען? גייט ער צו די ליידיגע גויאישע גאס און ברענגט חידושים אויף זיין נאמען.איי ער ווערט אויסגעשפיגן פון אלע וועלטן, ווייל די נישט היימישע גאס האט דאך דאס שוין און די היימישע גאס דארף דאך דאס נישט, מוז מען גיין זוכן א וועג עס אריינצוברענגען אין אידישקייט, און ויבא! ער האט א באמבע חידוש! אלע בחורים געבן אים אטענשאן, און שלום על ישראל.

יעצט וועלכע ניגון ברענגט מיר צו מיין אידישע געפיל? צו מיין פינטעלע אין הארץ? רעדט צו מיין נשמה?



(איך האב נישט גערעדט פון אלע אלטענאטיווע, און פון אלע חסידישע, נאר ארויסצוברענגען וואס עס גייט פאר)
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ביסלי האט אהערגעשטעלט א שטארקן קעיס!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כינור האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
מיאושדיגער האט געשריבן:דער עולם מוחים אין יענע אשכולות איז נישט דער זעלבער עולם מוחים דא.

אויב קומט א ניגון פון א חאלאז, מאכן די הייליגער ווערטער עס מיט גארנישט הייליגער.

דאס זאג איך. חאלאזן זענען אפגעפרעגט בכל מקום שהם, אפילו זיי זינגען רעגולער קאנטרי. איך הער דאס טאקע נישט. און ס'שטערט מיר אויך ווען מ'לויבט אויס פרייע 'אלטערנאטיווע' גערעפעכץ.

ווען דו ענטפערסט מיך אפ אז 'יונגערליך' האט אויך א געמישעכטץ פון שלעכטע מוזיק סטיילס, פארשטיי איך אז ס'איז א שוואכע צושטעל. און דא זאג אז בנוסף לזה האט יונגערליך אויך הייליגע ווערטער. (חוץ די אידישע.. חחח)

און איך הער נישט יונגערליך אויך נישט, ווייל ס'זעטיגט נישט מיין מוזיקאלישער נפש.

וועלכע מוזיק זעטיגט אייער נפש?
א היינטיגע מוזיקאלישע ניגון וועט זעטיגן אייער מוזיקאלישן נפש, אדער נאר דעם אמאל זעטיגט אייך? האט עס צוטוהן מיט מוזיקאלישקייט אדער הייליגקייט און דערהויבנקייט?

זיכער אפילו היינטיגע. ס'קומען אבער ארויס ווייניג מוזיקאלישע ניגונים וואס מיין ספיריטואלער זעהל זאל נישט האבן קיין פראבלעם צו הערן. וואס זאל איך טוען אז די היינטיגע ארטיסטן קריכן זייער גויאיש? אבער דאנט געט מי ווראנג. איך הער גענוג און נאך היינטיגע... איך קויף ווייניג היינטיגע, אבער איך הער פיין...

--

און זיכער האט מיואש'דיגער א פוינט. נאך אלעם דארף איך 'ליב האבן דאס געזינגעכץ. מוזיקאלישקייט איז נישט אלעס. דאס איז בערך די זעלבע וואס איך זאג דא אויבן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Bissli האט געשריבן:לאמיר נעמען דעם פרייען זינגער.

ער איז אויפגעוואקסן אן קיין אידישקייט. אן קיין שבת און יום טוב. אן קיין שמירת הברית. אא"וו.
זיינע חברים זענען פרייע, זיינע שכינים זענען פריי, זיין משפחה איז פריי,

ער האט א טאלאנט אז ער קען ארויסגעבן זיינע געפילן אין פארעם פון א ניגון.

יעצט ער קומט און ער זינגט צום אייבערשטען!
זיינע חברים דארפן עס נישט. פאר זיי איז גענוג פוסטע ניגונים.
זיין קאמיוניטי דארף עס נישט, עס מאנט פון זיי עפעס ווען זיי הערן עס.
די וועלט וואס וויל נישט הערן פון באשעפער איז ריזיג ברייט, ער קען האבן מיליאנען פאלאוערס אן רעדן פון אייבערשטען.
ער ווייסט אפילו נישט אז דו עקזיסטירסט און ער איז נישט אינטערעסירט צו זיין דער אויפגעפיקטער סעלעבריטי ביי די פאר חסידישע אידן וואס האבן פונקט אריינגעבאמפט אין אים ביים סוירטשן פאר דזשויאיש מיוזיק.

סאו פארוואס טוט ער עס???
ווייל עס איז נישט ער וואס זינגט, עס איז זיין נשמה וואס ברענט אין אים, עס איז זיין חלק אלוקי ממעל, וואס קען נישט ווערן אוועקגענומען. אויף קיין שום נידריגקייט אינדערוועלט. עס איז הער טו סטעי פארעווער. און עס איז נישט שטיל, ס’רוהט נישט איין. ס’לאזט אים נישט גיין ווייטער.

סאו ווען איך הער א ניגון וואס ער זינגט אלץ פרייע איד הער איך נישט א פרייע איד זינגען! איך הער דאס אידישע פונק וואס האט זיך צופלאקערט אויף א אבנארמאלע פארנעם, ס’שטייט העכער ווי זיין לעבן, העכער פון זיינע חברים, העכער פון זיין איגוי, עס גייט ביזן הימל!

יעצט לאמיר נעמען דעם חסידישן זינגער.

ער איז באשאנקען געווארן פון הימל מיט א שיינע קול. א מתנה פון זיין טאטע ברוך הוא.

ער האט זיך אריינגעלייגט אין נגינה, און עס האט זיך פאר אים געפענט א ים אן א סוף! און די ים איז פארהאן חלקים ווי מ’קען שווימען, חלקים וואס איז טיף, חלקים וואס איז ברייט אבער אן קיין טיפעניש, חלקים וואס זענען ברוין און חלקים וואס זענען בלוי.

עס האט אים געצויגן צו ברענגען חידושים וואס קיינער האט נישט. אבער אזוי ווי ער איז נישט צופיל מקושר צו זיין הארץ קען ער נישט ארויסברענגען וואס עס ליגט דארט.

איז געבליבן איין עצה, צו בארגן פון אנדערע.
יעצט איינמאל עס איז שוין נישט דו, ברענגסטו דיר נישט ארויס און עס איז נישטא א פלאץ ווי דו ווילסט בלאנגען צו יענע נגינה.
סאו וואס זאל ער ברענגען און פון ווי זאל ער נעמען? גייט ער צו די ליידיגע גויאישע גאס און ברענגט חידושים אויף זיין נאמען.איי ער ווערט אויסגעשפיגן פון אלע וועלטן, ווייל די נישט היימישע גאס האט דאך דאס שוין און די היימישע גאס דארף דאך דאס נישט, מוז מען גיין זוכן א וועג עס אריינצוברענגען אין אידישקייט, און ויבא! ער האט א באמבע חידוש! אלע בחורים געבן אים אטענשאן, און שלום על ישראל.

יעצט וועלכע ניגון ברענגט מיר צו מיין אידישע געפיל? צו מיין פינטעלע אין הארץ? רעדט צו מיין נשמה?



(איך האב נישט גערעדט פון אלע אלטענאטיווע, און פון אלע חסידישע, נאר ארויסצוברענגען וואס עס גייט פאר)

איי עגרי. ווען דו קאמפערסט די צוויי מענטאליטעטן, ביזטו גערעכט. און איך מיין טאקע אז מ'דארף זיך פון ביידע מונע זייין.

פארגעס נישט וואס דער ננמ"ח דער הייליגער רבי נחמן זי"ע האט געזאגט: "כל השומע ניגון מאיש שאינו הגון וכו'". בערך אזוי. ס'שאדט.
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

קען זיין אז מען דארף זיך טאקע מונע זיין. אבער עס איז א שטארקע נקודה למחשבה.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ממוצע האט געשריבן:איי עגרי. ווען דו קאמפערסט די צוויי מענטאליטעטן, ביזטו גערעכט. און איך מיין טאקע אז מ'דארף זיך פון ביידע מונע זייין.

פארגעס נישט וואס דער ננמ"ח דער הייליגער רבי נחמן זי"ע האט געזאגט: "כל השומע ניגון מאיש שאינו הגון וכו'". בערך אזוי. ס'שאדט.

איך בין נאך שוואך. איך בין נישט פערפעקט. פינטל.
איך ווייס אז איך דארף נאך ארבעטען אויף מיר.
אבער ביז דעמאלטס ווייס איך אז איך גיי דורכפאלן. איך גיי הערן. סאו וועלכע פון די צוויי זאל איך טשוזען?
פאר ביזדערווייל.?
בגשמיות ווייס איך אז דער תירוץ איז אלטערנאטיוו. אבער ברוחניות?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

חוץ מזה וואס איך האלט נישט אז עס איז דער איש שאינו הגון וואס זינגט.
עס איז עפעס טיפער. עס קומט פון א ריינע פלאץ אין די גארבידזש קען.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Bissli האט געשריבן:חוץ מזה וואס איך האלט נישט אז עס איז דער איש שאינו הגון וואס זינגט.
עס איז עפעס טיפער. עס קומט פון א ריינע פלאץ אין די גארבידזש קען.

זאלסט מיר אנטשולדיגן אז איך בין נישט מסכים צו אייך. רבי נחמן האט בפשטות דאס אויך געמיינט. וואס דו שרייבסט איז געפילישע טעאריעס.

--
ווען דו פרעגסט צו דו זאלסט הערן דעם היימישן באָם אדער דער אלטערנאטיווער איד... ווייס איך דיר באמת נישט וואס צו ענטפערן. איך טראכט אז מעגליך אלטערנאטיוו איז בעסער. פשוט ווייל איך בין בכלל נישט איבערצייגט אינעם אידישקייט פון די היימישע חברה. שוין. ודי בזה.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ממוצע האט געשריבן:. פשוט ווייל איך בין בכלל נישט איבערצייגט אינעם אידישקייט פון די היימישע חברה. שוין. ודי בזה.

דעיס איז וואס איך ברענג ארויס
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Bissli האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צו זען ווי די נשמת לאה און נשמת רחל צושפילן זיך שטארק און דעם אשכול.

:grin: ;l;p-
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

כינור האט געשריבן:וועלכע מוזיק זעטיגט אייער נפש?
האט עס צוטוהן מיט מוזיקאלישקייט אדער הייליגקייט און דערהויבנקייט?

עס האט צוטוהן מיט 'ארגינעלקייט'.

ארגינעלע אמת'ע געפיל - אן די חיצוניות'דיגע איינדרוקן.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

@ביסליס תגובה איז שרעקליך...

כזוך נאך א ווארט דערווייל מיין איך אז "גענאגעלט" וועט ארבעטן....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ממוצע האט געשריבן:פארגעס נישט וואס דער ננמ"ח דער הייליגער רבי נחמן זי"ע האט געזאגט: "כל השומע ניגון מאיש שאינו הגון וכו'". בערך אזוי. ס'שאדט.

רבי נחמן שרייבט אז דורכן לערנען תורה ביינאכט פאלן אוועק די פראבלעמען, רבי יעקב מאיר שטרייכט אונטער אז דאס איז נאר ווען די איינציגסטע פראבלעם פונעם ניגון איז אז סאיז פארפאסט געווארן דורך א איש שאינו הגון, א רעכטן דוגמא פאר דעם איז קארליבאך לויט מאנכע, משא"כ ווען דער עצם ניגון איז פראבלעמאטיש העלפט נישט די דאזיגע עצה.

אגב דער פראבלעם פון הערן אפילו גוטע ניגונים אויב סאיז פארפאסט געווארן דורך א אדם רשע וווערט שוין געברענגט אין א מהרש"א אין איינע פון די מועד מסכתות.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

סאיז לכאורה זייער קלאר אז איש שאינו הגון מיינט נישט א מענטש וואס איז נישט מושלם בעבודת השם, און דער פרייער איז נאך אזוי הגון ווי אונז ווען ער שטרעבט צו גוטס ווען מען קוקט מיט א רעלאטיוון בליק.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מתמודד האט געשריבן:סאיז לכאורה זייער קלאר אז איש שאינו הגון מיינט נישט א מענטש וואס איז נישט מושלם בעבודת השם, און דער פרייער איז נאך אזוי הגון ווי אונז ווען ער שטרעבט צו גוטס ווען מען קוקט מיט א רעלאטיוון בליק.


חס וחלילה. קענסט דאך הערן גוים אויך ווען זיי האבן א מאמענט פון גדלות און מאכן א ניגון איבער גאט און ערליכקייט.
נישט קיין חילוק וואס ער מיינט, א היימישע איד דארף זיך דערווייטערן דערפון כמתחוי קשת. חוץ א מעשה וואס ס׳איז א פשוטע גדר נישט אריינגעשלעפט צו ווערן צו הערן זיינע אנדערע סחורה וואס איז ווייט ווייט פון ערליך.
די קאצקע ווארט אויף במקום שבעלי תשובה עומדים וכו׳ איז נאך די מערסטע רעלעוואנט ווען ס׳קומט צו נגינה.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום דינסטאג יוני 15, 2021 3:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מתמודד האט געשריבן:סאיז לכאורה זייער קלאר אז איש שאינו הגון מיינט נישט א מענטש וואס איז נישט מושלם בעבודת השם, און דער פרייער איז נאך אזוי הגון ווי אונז ווען ער שטרעבט צו גוטס ווען מען קוקט מיט א רעלאטיוון בליק.

איך בין שטארק מחולק מיט דעם. זינט מיר ווייסן אז אן עבירה ברענגט א פאקטישער טויש אינעם מענטש. עס איז אים מלביש מיט קליפות.

חוץ מזה וואס - איך קען נישט פונקטליך דעם מהלך המחשבה פונעם פרייען אבער - איך בין שטארק מסופק צו ער גלויבט אין אלע י"ג עקרים, און אין די תורה.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

Bissli האט געשריבן:לאמיר נעמען דעם פרייען זינגער.

ער איז אויפגעוואקסן אן קיין אידישקייט. אן קיין שבת און יום טוב. אן קיין שמירת הברית. אא"וו.
זיינע חברים זענען פרייע, זיינע שכינים זענען פריי, זיין משפחה איז פריי,

ער האט א טאלאנט אז ער קען ארויסגעבן זיינע געפילן אין פארעם פון א ניגון.

יעצט ער קומט און ער זינגט צום אייבערשטען!
זיינע חברים דארפן עס נישט. פאר זיי איז גענוג פוסטע ניגונים.
זיין קאמיוניטי דארף עס נישט, עס מאנט פון זיי עפעס ווען זיי הערן עס.
די וועלט וואס וויל נישט הערן פון באשעפער איז ריזיג ברייט, ער קען האבן מיליאנען פאלאוערס אן רעדן פון אייבערשטען.
ער ווייסט אפילו נישט אז דו עקזיסטירסט און ער איז נישט אינטערעסירט צו זיין דער אויפגעפיקטער סעלעבריטי ביי די פאר חסידישע אידן וואס האבן פונקט אריינגעבאמפט אין אים ביים סוירטשן פאר דזשויאיש מיוזיק.

סאו פארוואס טוט ער עס???
ווייל עס איז נישט ער וואס זינגט, עס איז זיין נשמה וואס ברענט אין אים, עס איז זיין חלק אלוקי ממעל, וואס קען נישט ווערן אוועקגענומען. אויף קיין שום נידריגקייט אינדערוועלט. עס איז הער טו סטעי פארעווער. און עס איז נישט שטיל, ס’רוהט נישט איין. ס’לאזט אים נישט גיין ווייטער.

סאו ווען איך הער א ניגון וואס ער זינגט אלץ פרייע איד הער איך נישט א פרייע איד זינגען! איך הער דאס אידישע פונק וואס האט זיך צופלאקערט אויף א אבנארמאלע פארנעם, ס’שטייט העכער ווי זיין לעבן, העכער פון זיינע חברים, העכער פון זיין איגוי, עס גייט ביזן הימל!

יעצט לאמיר נעמען דעם חסידישן זינגער.

ער איז באשאנקען געווארן פון הימל מיט א שיינע קול. א מתנה פון זיין טאטע ברוך הוא.

ער האט זיך אריינגעלייגט אין נגינה, און עס האט זיך פאר אים געפענט א ים אן א סוף! און די ים איז פארהאן חלקים ווי מ’קען שווימען, חלקים וואס איז טיף, חלקים וואס איז ברייט אבער אן קיין טיפעניש, חלקים וואס זענען ברוין און חלקים וואס זענען בלוי.

עס האט אים געצויגן צו ברענגען חידושים וואס קיינער האט נישט. אבער אזוי ווי ער איז נישט צופיל מקושר צו זיין הארץ קען ער נישט ארויסברענגען וואס עס ליגט דארט.

איז געבליבן איין עצה, צו בארגן פון אנדערע.
יעצט איינמאל עס איז שוין נישט דו, ברענגסטו דיר נישט ארויס און עס איז נישטא א פלאץ ווי דו ווילסט בלאנגען צו יענע נגינה.
סאו וואס זאל ער ברענגען און פון ווי זאל ער נעמען? גייט ער צו די ליידיגע גויאישע גאס און ברענגט חידושים אויף זיין נאמען.איי ער ווערט אויסגעשפיגן פון אלע וועלטן, ווייל די נישט היימישע גאס האט דאך דאס שוין און די היימישע גאס דארף דאך דאס נישט, מוז מען גיין זוכן א וועג עס אריינצוברענגען אין אידישקייט, און ויבא! ער האט א באמבע חידוש! אלע בחורים געבן אים אטענשאן, און שלום על ישראל.

יעצט וועלכע ניגון ברענגט מיר צו מיין אידישע געפיל? צו מיין פינטעלע אין הארץ? רעדט צו מיין נשמה?



(איך האב נישט גערעדט פון אלע אלטענאטיווע, און פון אלע חסידישע, נאר ארויסצוברענגען וואס עס גייט פאר)

דעי זינגען צום אויבערשטן טעאריע איז דורכאויס פאלש. עקלדיג. (איך רעד פון אנהייב פון דיין תגובה)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

וואס האט דיר געברענגט צו די החלטה?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

Bissli האט געשריבן:וואס האט דיר געברענגט צו די החלטה?

דער פאקט אז ער האט נישט דורכגעליינט דיין גאנצע תגובה.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

טישטוך האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:וואס האט דיר געברענגט צו די החלטה?

דער פאקט אז ער האט נישט דורכגעליינט דיין גאנצע תגובה.

אדער יא
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

פופציגער האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:וואס האט דיר געברענגט צו די החלטה?

דער פאקט אז ער האט נישט דורכגעליינט דיין גאנצע תגובה.

אדער יא

אויך די לעצטע שורה?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

כ'זעה די עוילעם קומט אריין דא שרעקליך קלאר. איינער טיפער פונעם צווייטן. דער אשכול איז זייער טיף און אינפארמאטיוו, א מחיה....

@פיאנא ברענגט ארויס וואס ס'האט מיר געבאדערט. כ'וויל נאך אויך שרייבן א לענגער'ס, דערווייל ווארט איך אויף @כינור'ס אנאליז, און אויף @מתמודד'ס פארזעצונגען, און שטייצעך אז כ'זאל זיך מאכן אביסל צייט...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איין זאך מיט וואס דער אשכול איז אנדערש ווי גאנץ אייוועלט, אז מען קריגט זיך נישט אויף א פערסאנאלע אויפן.
דא קען מען פראוון אז גאנץ אייוועלט קען ווען אזוי זיין!
#מעיק אייוועלט גרעיט עגעין!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מתמודד האט געשריבן:רבי נחמן שרייבט אז דורכן לערנען תורה ביינאכט פאלן אוועק די פראבלעמען, רבי יעקב מאיר שטרייכט אונטער אז דאס איז נאר ווען די איינציגסטע פראבלעם פונעם ניגון איז אז סאיז פארפאסט געווארן דורך א איש שאינו הגון, א רעכטן דוגמא פאר דעם איז קארליבאך לויט מאנכע, משא"כ ווען דער עצם ניגון איז פראבלעמאטיש העלפט נישט די דאזיגע עצה.

אגב דער פראבלעם פון הערן אפילו גוטע ניגונים אויב סאיז פארפאסט געווארן דורך א אדם רשע וווערט שוין געברענגט אין א מהרש"א אין איינע פון די מועד מסכתות.

איך פארשטיי אז ער רעדט פון א תיקון ווען ס'האט זיך געמאכט אז א מענטש האט עס געהערט. נישט אז מ'קען עס לכתחילה גיין הערן על סמך זה.

עניוועי, ווען אונז וואלטן מיר געהאט דעם ריכטיגן אפשיי צו זינד, וואלט אונז לכאורה נישט באקומען דאס געזינגעכץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”