אלטערנאטיווע מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

גראדע שמעקט מיר צו זעהן עפעס פון @נאר מיט שמחה אויף די טמנע שפראך....

פארפאסט נישט די געלעגנהייט...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אויף "במה קהל ואהבה" פון ריבו זינגט איינער מיט אויפן ניגון "קול פעמונים" סשטייט נישט ווער אבער יענער זינגט עפעס מוראדיג גוט, ווייסט איינער אפשר ווער דאס איז?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מתמודד האט געשריבן:גראדע שמעקט מיר צו זעהן עפעס פון @נאר מיט שמחה אויף די טמנע שפראך....

פארפאסט נישט די געלעגנהייט...

האמיר ליידער פארפאסט די געלעגנהייט..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

עקיבא!
זיין נייע סינגעל "שלום בבית" איז עפעס נישט נארמאל... זיין פשטות ווי אזוי ער זיגט עס זיין הארץ הערליך - איך הער עס איבער און איבער!
נשבור תגדר, לב פתוח...

ייעוץ אומנותי: ישי ריבו - וואס מיינט?
לפנות בוקר
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

לפנות בוקר האט געשריבן:עקיבא!

ייעוץ אומנותי מיינט אז ישי האט עם געגעבן עצות אויף די ארטיסטישע פראנט.

איז שייך צו ברענגען אין דרייוו אדער דראפבאקס?
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

לפנות בוקר האט געשריבן:עקיבא!
זיין נייע סינגעל "שלום בבית" איז עפעס נישט נארמאל...

אפשר דאך איינער? דרייוו? דראפבאקס?

סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבאבא »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:עקיבא!
זיין נייע סינגעל "שלום בבית" איז עפעס נישט נארמאל...

אפשר דאך איינער? דרייוו? דראפבאקס?

https://drive.google.com/file/d/1L_Z4IL ... sp=sharing
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך [email protected]
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אויב איך מעג אריינווארפן מיינע צוויי צענט איבער די נושא... איך האב אסאך געהערט אלטערנאטיווע מוזיק. אונזער היימישע מוזיק מעג ווען האבן א גרויסע טויש אין די תוכן פון די ניגונים, (וואס דאס איז בעצם די תכלית פון א ניגון, ארויסצוברענגען רגשי הלב וואס זענען צו טיף פאר פשוטע ווערטער) אבער די היינטיגע אלטערנאטיווע מארקעט איז בכלל נישט קיין השלמה פאר דעם. וויפול איך הער עס, זעה איך נישט ווי עס טראגט. עס ערוועקט טאקע הרגשים (צומאל יענע מיני.. וד״ל) אבער עס טראגט נישט אין ערגעץ.

איך האב אמאל געטראכט א הגדרה איבער דעם, און איך בין נייגעריג אויב איינער איז מסכים מיט מיר. קען זיין אז איינער האט שוין געברענגט די נקודה פריער, אויב יא זאל מען מיר מוחל זיין.. אלטערנאטיווע מוזיק, ציעט שטארק וויבאלד עס קומט געווענליך פון א טיפע פלאץ בעולם ההרגשים, און עס ערוועקט דאס ביי דער וואס הערט עס. אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד עס קומט פון א בשר ודם וואס לעבט אין זיין וועלטל מיט פארשידענע מיני רצונות און הרגשים, ממילא ווען דו הערסט עס באקומסטו א פעקעדזש פון רצונות, מלחמות, השתוקקות (צומאל) און אויך נסיונות, ווייל די מחבר האט דיך אריינברענגט אין זיין הארץ, און זיין וועלט, און דאס איז צומאל מסוכן. אפילו ווען די ניגון קומט פון א גוטע פלאץ אין הארץ, מיט השתוקקות צום אייבערשטער, איז אבער נאכאלץ דא א עירוב טוב ורע, און ס׳איז זייער זייער שווער צו פילטערן וואס עס זאל זיך אריבערכאפן און וואס נישט. משא״כ ניגונים פון פריעדיגע צדיקים וואס קומט ריין פון די קדושה איז לא ימלט אז עס זאל נישט מעורר זיין די מענטש צו תשובה.

אונזער היימישע ״מעינסטרים״ נגינה האט נישט די פראבלעם אזוי שטארק ווייל עס ווערט געמאכט מיט די זעלבע ׳סיסטעם׳ ווי אלעס אנדערש... מ׳מאכט ניגונים ווייל מ׳דארף האבן וואס צו זינגען. די קאמפאוזער קריכט נישט אזוי שטארק אריין אין זיין אייגענע וועלט פון הרגשים, ממילא פיטערט ער דיך מיט פאלשע פיש. און איינער וואס וויל פון נגינה עפעס טיפערס האט א ערנסטע מאנגל אין ריכטיגע סחורה...
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, א עבירה ווערט אויף קיין פאל קיין חלק פונעם אינערליכן גייסט, ווען א מענטש קאמפאזירט גוט א ניגון איז שווער צו זעהן אז נסיונות זאלן אים ליגן אויפן מאגן, חוץ אין א פאל פון א רשע גמור וואס ביי אים זענען זינד א טייל פון זיין פערזענליכקייט.

אגב, פון וועלכע אלטערנאטיווע מוזיק רעדסטו ווען די זאגסט אז עס טראגט נישט אין ערגעץ, סאיז דא מער פון איין זשאנער אין אלטערנאטיווע מוזיק אליינס, און וואס מיינט ביי דיר א ניגון וואס טראגט יא ערגעץ?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בניהו האט געשריבן:
אונזער היימישע ״מעינסטרים״ נגינה האט נישט די פראבלעם אזוי שטארק ווייל עס ווערט געמאכט מיט די זעלבע ׳סיסטעם׳ ווי אלעס אנדערש... מ׳מאכט ניגונים ווייל מ׳דארף האבן וואס צו זינגען. די קאמפאוזער קריכט נישט אזוי שטארק אריין אין זיין אייגענע וועלט פון הרגשים, ממילא פיטערט ער דיך מיט פאלשע פיש. און איינער וואס וויל פון נגינה עפעס טיפערס האט א ערנסטע מאנגל אין ריכטיגע סחורה...

עקזעקטלי, עס איז אזוי ווי א געשעפט פון פראדוקטן. מען באשטעלט צוויי שנעלע און פיר שטאטע, איין רעגעי און א פאנק... הזאת זינגער? הזאת קאמפאזירער?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מתמודד האט געשריבן:אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, א עבירה ווערט אויף קיין פאל קיין חלק פונעם אינערליכן גייסט, ווען א מענטש קאמפאזירט גוט א ניגון איז שווער צו זעהן אז נסיונות זאלן אים ליגן אויפן מאגן, חוץ אין א פאל פון א רשע גמור וואס ביי אים זענען זינד א טייל פון זיין פערזענליכקייט.

אגב, פון וועלכע אלטערנאטיווע מוזיק רעדסטו ווען די זאגסט אז עס טראגט נישט אין ערגעץ, סאיז דא מער פון איין זשאנער אין אלטערנאטיווע מוזיק אליינס, און וואס מיינט ביי דיר א ניגון וואס טראגט יא ערגעץ?

נסיונות און זינד זענען צוויי זאכן. נסיון און שוועריקייטן וואס אפעקטירן דעם מענטש'ס הרגשים, איז אויטאמאטיש א חלק פון אים - פון זיין געפיל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

בניהו האט געשריבן:אויב איך מעג אריינווארפן מיינע צוויי צענט איבער די נושא... איך האב אסאך געהערט אלטערנאטיווע מוזיק. אונזער היימישע מוזיק מעג ווען האבן א גרויסע טויש אין די תוכן פון די ניגונים, (וואס דאס איז בעצם די תכלית פון א ניגון, ארויסצוברענגען רגשי הלב וואס זענען צו טיף פאר פשוטע ווערטער) אבער די היינטיגע אלטערנאטיווע מארקעט איז בכלל נישט קיין השלמה פאר דעם. וויפול איך הער עס, זעה איך נישט ווי עס טראגט. עס ערוועקט טאקע הרגשים (צומאל יענע מיני.. וד״ל) אבער עס טראגט נישט אין ערגעץ.

איך האב אמאל געטראכט א הגדרה איבער דעם, און איך בין נייגעריג אויב איינער איז מסכים מיט מיר. קען זיין אז איינער האט שוין געברענגט די נקודה פריער, אויב יא זאל מען מיר מוחל זיין.. אלטערנאטיווע מוזיק, ציעט שטארק וויבאלד עס קומט געווענליך פון א טיפע פלאץ בעולם ההרגשים, און עס ערוועקט דאס ביי דער וואס הערט עס. אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד עס קומט פון א בשר ודם וואס לעבט אין זיין וועלטל מיט פארשידענע מיני רצונות און הרגשים, ממילא ווען דו הערסט עס באקומסטו א פעקעדזש פון רצונות, מלחמות, השתוקקות (צומאל) און אויך נסיונות, ווייל די מחבר האט דיך אריינברענגט אין זיין הארץ, און זיין וועלט, און דאס איז צומאל מסוכן. אפילו ווען די ניגון קומט פון א גוטע פלאץ אין הארץ, מיט השתוקקות צום אייבערשטער, איז אבער נאכאלץ דא א עירוב טוב ורע, און ס׳איז זייער זייער שווער צו פילטערן וואס עס זאל זיך אריבערכאפן און וואס נישט. משא״כ ניגונים פון פריעדיגע צדיקים וואס קומט ריין פון די קדושה איז לא ימלט אז עס זאל נישט מעורר זיין די מענטש צו תשובה.

אונזער היימישע ״מעינסטרים״ נגינה האט נישט די פראבלעם אזוי שטארק ווייל עס ווערט געמאכט מיט די זעלבע ׳סיסטעם׳ ווי אלעס אנדערש... מ׳מאכט ניגונים ווייל מ׳דארף האבן וואס צו זינגען. די קאמפאוזער קריכט נישט אזוי שטארק אריין אין זיין אייגענע וועלט פון הרגשים, ממילא פיטערט ער דיך מיט פאלשע פיש. און איינער וואס וויל פון נגינה עפעס טיפערס האט א ערנסטע מאנגל אין ריכטיגע סחורה...

עס ווענדט זיך וועם דו הערסט, יעדער איינער פארקויפט זיין געפיל. איינער פארקויפט שמחה, איינער הוללות, איינער נסיונות, איינער צעבראכנקייט, איינער השתוקקות, איינער אמונה. יעדער מיט זיין נקודה, דארט טראגט ער דיר.

טישטוך האט געשריבן:

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פעיק ניוז האט געשריבן:

א ניסיון איז נישט ווייניגער היילג פון א מצוה, סאיז קלאר אז סוועט מיט קיין ניגון נישט מיטקומען קיין אינפארמאציע וואס ברענגט נסיונות וכדומה וויבאלד דאס איז נישט דער מענטש, די איינציגע זאך וואס קומט מיט איז דער וטועג וויאזוי דער מן דהו דיעלט מיטן ניסיון, וואס ווען דער קאפ איז קלאר איז עס געווענטליך נישט צו ארג.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מתמודד האט געשריבן:

יא יא. צוליב דעם האב איך געשריבן: "נסיון און שוועריקייטן וואס אפעקטירן דעם מענטש'ס הרגשים". די וועג וויאזוי דער געפיל פון דעם מענטש באגייט זיך מיט'ן נסיון, צו זאל עס זיין זיך שטארקן אויפ'ן נסיון, צו זאל עס זיין פאלן פאר'ן נסיון, דאס ווערט א חלק פון דעם מענטש, וויבאלד זיין געפיל איז יעצט איבערגענומען דערמיט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מתמודד האט געשריבן:אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, א עבירה ווערט אויף קיין פאל קיין חלק פונעם אינערליכן גייסט, ווען א מענטש קאמפאזירט גוט א ניגון איז שווער צו זעהן אז נסיונות זאלן אים ליגן אויפן מאגן, חוץ אין א פאל פון א רשע גמור וואס ביי אים זענען זינד א טייל פון זיין פערזענליכקייט.

אגב, פון וועלכע אלטערנאטיווע מוזיק רעדסטו ווען די זאגסט אז עס טראגט נישט אין ערגעץ, סאיז דא מער פון איין זשאנער אין אלטערנאטיווע מוזיק אליינס, און וואס מיינט ביי דיר א ניגון וואס טראגט יא ערגעץ?

ח״ו אז נסיונות זענען א חלק פון זיין מהות! איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט. די מציאות איז אבער אז פונקט ווי ווען דו רעדסט מיט איינעם קענסטו אים איבערגעבן דיינע הרגשים און אים אריינפירן אין דיין וועלטל קענסטו עס טוהן און דו טוסט עס דורך א ניגון.

אז א ניגון זאל קומען ממש מעמקי הנשמה, אן קיין שום עירוב טוב ורע, דארף מען זיין גאר א גרויסע בעל מדריגה...

איך הער ממש יעדעם וואס איז שוין דערמאנט געווארן דא אין דעם אשכול. אפשר איין צוויי ניגונים האבן מיך אביסעל מעורר געווען. ס׳ערוועקט טאקע הרגשים אבער ס׳טראגט דיך אין צירקלען.. (אויב דו כאפסט וואס איך מיין)
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מתמודד האט געשריבן:אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, א עבירה ווערט אויף קיין פאל קיין חלק פונעם אינערליכן גייסט, ווען א מענטש קאמפאזירט גוט א ניגון איז שווער צו זעהן אז נסיונות זאלן אים ליגן אויפן מאגן, חוץ אין א פאל פון א רשע גמור וואס ביי אים זענען זינד א טייל פון זיין פערזענליכקייט.

עס איז נישט אמת וואס דו זאגסט.

מצד די חלק העבירה גופא ווייס איך נישט, אבער מצד זיינע נסיונות - הער וואס איך זאג דיר: אן קיין נסיונות וואלטן רוב גוטע ניגונים נישט עקזעסטירט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

נשמת השכל האט געשריבן:אן קיין נסיונות וואלטן רוב גוטע ניגונים נישט עקזעסטירט.

;l;p-
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:אן קיין נסיונות וואלטן רוב גוטע ניגונים נישט עקזעסטירט.

;l;p-

ווי די באקאנטע (ברעסלעבע? מאדזישצע?) ווארט גייט:
א ניגון רעדט צו א מענטש ווייל אזויווי די לעבן גייט עס מיט עליות און ירידות און אינאיינעם קומט ארויס א געזאנג.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

נשמת השכל האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, א עבירה ווערט אויף קיין פאל קיין חלק פונעם אינערליכן גייסט, ווען א מענטש קאמפאזירט גוט א ניגון איז שווער צו זעהן אז נסיונות זאלן אים ליגן אויפן מאגן, חוץ אין א פאל פון א רשע גמור וואס ביי אים זענען זינד א טייל פון זיין פערזענליכקייט.

עס איז נישט אמת וואס דו זאגסט.

מצד די חלק העבירה גופא ווייס איך נישט, אבער מצד זיינע נסיונות - הער וואס איך זאג דיר: אן קיין נסיונות וואלטן רוב גוטע ניגונים נישט עקזעסטירט.

הונדערט פראצענט, כהאב עס דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה, כרעד פונעם חלק וויאזוי יענער טריעט דעם נסיון וועלכער קומט נישט מיט, וואס קומט יא מיט איז אדער געפילן פון צווייפל און פארלוירנקייט, און אין רוב פעלער חרטה.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

מתמודד האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, א עבירה ווערט אויף קיין פאל קיין חלק פונעם אינערליכן גייסט, ווען א מענטש קאמפאזירט גוט א ניגון איז שווער צו זעהן אז נסיונות זאלן אים ליגן אויפן מאגן, חוץ אין א פאל פון א רשע גמור וואס ביי אים זענען זינד א טייל פון זיין פערזענליכקייט.

עס איז נישט אמת וואס דו זאגסט.

מצד די חלק העבירה גופא ווייס איך נישט, אבער מצד זיינע נסיונות - הער וואס איך זאג דיר: אן קיין נסיונות וואלטן רוב גוטע ניגונים נישט עקזעסטירט.

הונדערט פראצענט, כהאב עס דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה, כרעד פונעם חלק וויאזוי יענער טריעט דעם נסיון וועלכער קומט נישט מיט, וואס קומט יא מיט איז אדער געפילן פון צווייפל און פארלוירנקייט, און אין רוב פעלער חרטה.

די מענטש איז א צוזאמגעשטעלטע באשעפעניש פון א נפש הבהמית און א נפש אלוקית, ער ראנגעלט זיך און וואקעלט זיך, אלטערנאטיווע זינגער זינגען ארויס פון זייער אפענע וואונד, יא עס ליגט דארט עבירות, עס ליגט דארט התגברות אויף נסיונות, עס ליגט דארט א ים פון הרגשים, גילט, שעים, וכו' עס איז אבער א פלאץ פון אמת.
אנדערש ווי מען מאכט שיינע ניגונים און עס באט נישט מיטן נפש, נישט מיטן אלוקית און איך מיין אז אפילו נישט מיטן בהמית.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פעיק ניוז האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:אויב איך מעג אריינווארפן מיינע צוויי צענט איבער די נושא... איך האב אסאך געהערט אלטערנאטיווע מוזיק. אונזער היימישע מוזיק מעג ווען האבן א גרויסע טויש אין די תוכן פון די ניגונים, (וואס דאס איז בעצם די תכלית פון א ניגון, ארויסצוברענגען רגשי הלב וואס זענען צו טיף פאר פשוטע ווערטער) אבער די היינטיגע אלטערנאטיווע מארקעט איז בכלל נישט קיין השלמה פאר דעם. וויפול איך הער עס, זעה איך נישט ווי עס טראגט. עס ערוועקט טאקע הרגשים (צומאל יענע מיני.. וד״ל) אבער עס טראגט נישט אין ערגעץ.

איך האב אמאל געטראכט א הגדרה איבער דעם, און איך בין נייגעריג אויב איינער איז מסכים מיט מיר. קען זיין אז איינער האט שוין געברענגט די נקודה פריער, אויב יא זאל מען מיר מוחל זיין.. אלטערנאטיווע מוזיק, ציעט שטארק וויבאלד עס קומט געווענליך פון א טיפע פלאץ בעולם ההרגשים, און עס ערוועקט דאס ביי דער וואס הערט עס. אבער פון די אנדערע זייט, וויבאלד עס קומט פון א בשר ודם וואס לעבט אין זיין וועלטל מיט פארשידענע מיני רצונות און הרגשים, ממילא ווען דו הערסט עס באקומסטו א פעקעדזש פון רצונות, מלחמות, השתוקקות (צומאל) און אויך נסיונות, ווייל די מחבר האט דיך אריינברענגט אין זיין הארץ, און זיין וועלט, און דאס איז צומאל מסוכן. אפילו ווען די ניגון קומט פון א גוטע פלאץ אין הארץ, מיט השתוקקות צום אייבערשטער, איז אבער נאכאלץ דא א עירוב טוב ורע, און ס׳איז זייער זייער שווער צו פילטערן וואס עס זאל זיך אריבערכאפן און וואס נישט. משא״כ ניגונים פון פריעדיגע צדיקים וואס קומט ריין פון די קדושה איז לא ימלט אז עס זאל נישט מעורר זיין די מענטש צו תשובה.

אונזער היימישע ״מעינסטרים״ נגינה האט נישט די פראבלעם אזוי שטארק ווייל עס ווערט געמאכט מיט די זעלבע ׳סיסטעם׳ ווי אלעס אנדערש... מ׳מאכט ניגונים ווייל מ׳דארף האבן וואס צו זינגען. די קאמפאוזער קריכט נישט אזוי שטארק אריין אין זיין אייגענע וועלט פון הרגשים, ממילא פיטערט ער דיך מיט פאלשע פיש. און איינער וואס וויל פון נגינה עפעס טיפערס האט א ערנסטע מאנגל אין ריכטיגע סחורה...

עס ווענדט זיך וועם דו הערסט, יעדער איינער פארקויפט זיין געפיל. איינער פארקויפט שמחה, איינער הוללות, איינער נסיונות, איינער צעבראכנקייט, איינער השתוקקות, איינער אמונה. יעדער מיט זיין נקודה, דארט טראגט ער דיר.

ריכטיג. אלעס ווענדט זיך ווי דער מענטש שטייט איין. אבער על פי רוב זענען די ׳אידישע׳ אלטערנאטיווע ניגונים פון די זעלבע קאליבער.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אוודאי זענען ניגונים וואס זענען געמאכט דורך הייליגע אידן פול מיט דביקות און התשוקקות צום אויבערשטן, אויף א פיל העכערער דרגא און קען ברענגן דעם מענטש אויף א העכערן דרגא, געוויסע מער געוויסע ווייניגער. דא רעדט מען אבער פון אלטערנאטיווע נגינה ווערסוס מעינסטריעם נגינה. ווי דורך געטראכטער איז שיין מסביר, אז למעשה די ניגונים קומען פון אן אמת'ער נקודה. משא"כ די אנדערע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, א עבירה ווערט אויף קיין פאל קיין חלק פונעם אינערליכן גייסט, ווען א מענטש קאמפאזירט גוט א ניגון איז שווער צו זעהן אז נסיונות זאלן אים ליגן אויפן מאגן, חוץ אין א פאל פון א רשע גמור וואס ביי אים זענען זינד א טייל פון זיין פערזענליכקייט.

עס איז נישט אמת וואס דו זאגסט.

מצד די חלק העבירה גופא ווייס איך נישט, אבער מצד זיינע נסיונות - הער וואס איך זאג דיר: אן קיין נסיונות וואלטן רוב גוטע ניגונים נישט עקזעסטירט.

הונדערט פראצענט, כהאב עס דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה, כרעד פונעם חלק וויאזוי יענער טריעט דעם נסיון וועלכער קומט נישט מיט, וואס קומט יא מיט איז אדער געפילן פון צווייפל און פארלוירנקייט, און אין רוב פעלער חרטה.

די מענטש איז א צוזאמגעשטעלטע באשעפעניש פון א נפש הבהמית און א נפש אלוקית, ער ראנגעלט זיך און וואקעלט זיך, אלטערנאטיווע זינגער זינגען ארויס פון זייער אפענע וואונד, יא עס ליגט דארט עבירות, עס ליגט דארט התגברות אויף נסיונות, עס ליגט דארט א ים פון הרגשים, גילט, שעים, וכו' עס איז אבער א פלאץ פון אמת.
אנדערש ווי מען מאכט שיינע ניגונים און עס באט נישט מיטן נפש, נישט מיטן אלוקית און איך מיין אז אפילו נישט מיטן בהמית.

דער נפש הבהמי איז געווענטליך אויף סיילענט אין א צייט פון מוחין, וועלכע איז געווענטליך די סיטואציע אין וואס א ארטיסט געפינט זיך בעתן שרייבן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בלויזע מוחין פאבריצירט נאכנישט קיין ארט. מען דארף זיכער האבן געפיל דערצו אויך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”