אלטערנאטיווע מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

סאיז נישט קיין סוד אז די אלטערנאטיווע מוזיק עפאכע איז שוין אין פולן שוואונג, אין ארץ ישראל איז שוין כמעט נישט דא עפעס אנדערש און אפילו ביי אונז חסידשע איז עס שוין היפש שטארק אריינגעקומען, אונז האבן טאקע נאכנישט קיין אייגענע אלטערנאטיווע ווערק, אבער עס איז זיכער אז רוב פון די היינטיגע זינגערס און אויך אסאך פשוטי עם ווערן שטארק אינספירירט ביי אט דעם מוזיק זשאנער, אזש אז "הלב שלי" פון ישי ריבו איז אומאפיציעל געקרוינט געווארן דורך וועלוול שמעלצער אלס דער שטערקסטער ניגון פון יאר תש"פ, און ממש יעצט איז מאטי אילאוויטש ארויסגעקומען מיט א אידישע ווערסיע פאר "שבורי לב" פון חנן בן ארי.

די סיבה דערפאר איז זייער פשוט, נעמליך א מאנגל אין קאמפאזיציעס, יוסי גרינס פיאנא האט שוין לאנג נישט געזען קיין נייעם גוטן ניגון, און די ספעציעלע ווענט פון פינקיס סטודיא זענען שוין גארנישט אזוי ספעציעל, דער פרישער דור פון קאמפאזירער זענען-מילד גערעדט-רכים בשנים וריקים מחכמת ההלחנה, די ניגונים פון זיי זענען געצילט צו מאקסימום ניין יעריגע קינדער און אפטמאל יונגער, די געציילטע ניגונים וואס קלעבן זיך יא אן אינעם המון עם ווערן טאקע אין א קורצע צייט היפש קלעבעדיג און אומאפעטיטליך.

וואס איז פשט אז אונזערע אלטע קאמפאזירער זענען געגאנגען א גאנג? לדעתי איז דער סיבה וויבאלד דער כשרון פון הלחנה מיטן כשרון פון קריעטיוויטעט גייען ביינעזאם, איז דא א מעגליכקייט אז ווען מען ווערט עלטער ווערט מען אביסל ווייניגער שעפעריש און דאס זעט זיך אן אויף די קאמפאזיציעס זייערע. אן אנדערן אוקימתא קלער איך היצט, וויבאלד די אמאליגע זינגער זענען געווען אידן פונעם אלטן דור, אפילו זיי זענען נישט געווען די גרעסטע צדיקים בדורם זענען זיי בדורנו א חידוש בבחינת יש דורשין אותו לגנאי ביי נח, און ווען אזא איד פונעם אלטן דור האט זיך אראפגעזעצט מיט א קאמפאזירער וואס איז אליינס געווען א בעל נפש און יודע ספר, האבן זיי גערעדט אנדערע זאכן ווי וואס די היינטיגע, אזוי זענען זיי אריין אין א גייסטליכע עקסטאזא וואס פון דעם אליינס איז שוין בדרך הטבע ארויסגעקומען באמבאסטישע ווערק.

וויבאלד שטארקע ניגונים זענען געווארן א זעלטנהייט אויפן חסידישן ארענע, האט דער עולם געמוזט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער, און דאן האט זיך געפנט א נייע וועלט פאר חרדישע מוזיק, אנשטאט נעמען טעקסט פון שמונה עשרה און בויען דערפון א צוויי פעלערדיגע ניגון וואס מען צושרייט זיך ביים אויבערשטן פאל, האט מען אנגעהויבן צו שרייבן אייגענע פאעטישע ווערטער, מיט סאלידע תנועהלעך וואס פאנגען דעם הארץ מיט אן איידלקייט, עס האט טאקע געדויערט צייט ביז ווי לאנג עס האט זיך איינגעגעסן, אבער היינט איז דאס שוין דער סטאנדארט ביי די ליטאים, און אט אט וועט דאס אדאפטירט ווערן צו אונזערע קרייזן.

דער טערמין "אלטערנאטיווע מוזיק" איז געגעבן געווארן דורך די חרדישע ארץ ישראלדיגע ראדיא, פונקטליך וואס אלס סגייט אריין אין דעם קאטעגאריע איז שווער צו זאגן, אבער וואס איז זיכער איז אז א ניגון וואס איז געמאכט געווארן אויף אלטע טעקסטן, וועט נישט אריינגיין אין דעם קאטעגאריע, דער אפטייטש פון דעם ווארט אלטערנאטיוו דא איז אז עס איז נישט די מעינסטרים מוזיק, ווען אודי דוידי מיט שולי רנד און נאך האבן אריינגעברענגט דעם זשאנער ביי די חרדים, איז עס ווייט נישט געווען דער מעינסטרים, אבער מען קען שוין פאראויס שמעקן אז סאיז נישט געבליבן קיין סאך צייט פאר די ביז יעצטיגע מעינסטרים מוזיק זיך צו האלטן מיטן מעינסטרים קרוין, און אט אט וועט זי זיך דארפן טוישן נאמען מיט די היינטיגע אזוי גערופענע אלטערנאטיווע מוזיק.

דער שטערן פון אלטערנאטיווע מוזיק ביי חרדים איז אן קיין צווייפל "ישי ריבו", אויף הלב שלי זענען ארויסגעקומען איבער דרייסיג [!] קאווערס, און זיין קאראנע ניגון "כתר מלוכה" האט זוכה געווען אינעם ערשטן פלאץ ביי אלע חרדישע יערליכע מוזיק פארמעסטן, דארונטער זענען דא א שלל פון גרויסע ארטיסטן פון דעם זשאנער וואס זעען גרויס סוקסעס, אהרן רזאל, שולי ראנד, חנן בן ארי, עדי רן, אליעזר בוצר און נאך פיל, ביי זייערע קאנצערטן זענען נישטא קיין ליידיגע פלעצער, און זייערע אלבומס ווערן פארקויפט אין די צענדליג טויזנטער.

די ארטיסטן זענען על פי רוב בעלי תשובה, לאו דווקא אזוינע וואס האבן אראפגעגליטשט פון גראדן וועג און דערנאך זיך צוריק ארויפגעכאפט, נאר אזעלכע וואס האבן מוסיף געוווען מחול אל הקודש, א שטייגער ווי "עדי רן" וואס איז געבוירן געווארן ביי א גענצליך סעקולארע פאמיליע און היינט צוטאגס גייט ער א פולן בארד אלס א טייל פון די ברסלבע באוועגונג, אדער "אהרן רזאל" וואס איז אויך געבוירן געווארן אין א פרייע שטוב און היינט צוטאגס לערנט ער אין א ליטווישע כולל פאר בעלי תשובה.

רעדנדיג פונעם ענין פון ארטיסטן וואס האבן חוזר בתשובה געווען איז אינטערסאנט צו זען בחוש דעם היכל התשובה נעבן היכל הנגינה, אויף ויקיפדיה איז דא א ליסטע פון פינעף הודערט און איינס איזראעלישע ארטיסטן, פון די ליסט אליין זענען דא הונדערט אכצן [!] וואס האבן חוזר בתשובה געווען, דער סיבה איז פשוט, וויבאלד דער נפש פונעם ארטיסט גארט פאר עפעס העכערקייט, ווערט ער געצווינגען צו חוזר זיין בתשובה אפילו קעגן די העסליך איזראעלשע אידעלאגיע אנטקעגן חוזרים בתשובה.

אפגעזען צו בעלי תשובה זענען ראוי צו משפיע זיין פארן ציבור פונעם רוחניותדיגן שטאנדפונקט, איז זיכער אז פראקטיש גערעדט גיבט עס אסאך צו, געווענליכע בעלי תשובה זענען געבענטשט געווארן מיט שטורעמישע מוחות וואס קוועלן אינספירירנדע געדאנקען, און ווען דאס ווערט פארוואנדלט אין טענער וויינען אפילו בלינדע שטיינער, די טעקסטן וואס שלענגלען זיך פון זייערע פעדערן צונעמען איעדן אידיש הארץ, און בלויז זייער פערזענליכקייט איז גענוג צו איבערנעמען א מענטש.

דא אויף אייוועלט אליינס, וואס איז די היימישסטע פלאטפארמע וואס איז נאר שייך, איז היפש קענטליך דער טויש וואס דער מוזיק ארענע גייט אדורך, גענוג מאל וועט אריינקומען "ישי ריבו" אדער "שולי ראנד" אינמיטן היציגע דיסקוסיעס איבער [להבדיל.....] שמואלי אונגאר און אהרעלע סאמעט, בלייבט נאר איבער דאס הייס צו רעקאמאנדירן פאר די וואס זענען נאך פרעמד צו דעם סטיל, איך אליינס ווייס קוים פון דעם עטליכע מאנאטן און יעצט הער איך שוין כמעט נאר דאס [און אויסנאם ווען איך פארבענק מיר אמאל צו אברעימלס שטימע אדער צו לאופערס פידעלעך...], און אויפפאדערן אלע וואס ווייסן שוין יא צו זאגן פון דעם זשאנער, מער צו דיסקוסירן איבער די מוזיק צו עפענען פארן עלטערן [און יונגערן] דור די מוזיק פלאטפארמע וואס ווערט אט אט דער סטאנדארט.

ברכה והצלחה.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
דיפלאמאטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2021 3:35 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפלאמאטיש »

זייער שיין געשריבן מתמודד. ס׳איז קלאר אז אז א גענצליך נייע ווינט אין נגינה האט אריינגעבלאזן אין די חרדישע וועלט.
אבער צו זאגן אז יוסי גרין׳ס קיבארד איז איינגעשלאפן איז אביסל איבערגעטריבן ווען ער האט נארוואס ארויסגערוקט פון ארבל נישט מיר נישט דיר 11 נייע ניגונים אויף אידיש נחת, צווישן זיי גאנץ שיינע זאכן.
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

פיינע ווארעמס אין א קאלטע מוצ״ש...
אינטערסאנט איר דערמאנט נישט דעם אשכול
viewtopic.php?f=18&t=41301&start=125ף
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

קען זיין ביזט גערעכט...אבער סאיז נישט שיין צו שרייבן אויף א פריוואטע מענטש אז זיין פיאנע האט נישט ארויס געגעבן גוטע זאכן אדער אז זיין סטודיאו איז וואטעווער....
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

שטארק געשריבן!

און וואס איז מיט יהודה גרין - דאהי אין חוץ לארץ?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דער טערם אלטערנאטיווע מוזיק מאכט נישט שכל; אבער דער פענאמען פון וואס איר רעדט איז א פאקט.

איך מיין עס איז אין פלאץ צו קלאר מאכן עטוואס.

- דאס נעמן פסוקים אין אריינפאסן אין מעלאדיעס איז נישט אזא פשוט׳ע זאך להלכה (עיין או״ח סי׳ תק״ס, מ״א ס״ק?).

- אידישע נגינה אין די אלטע צייטן פלעג דייקא זיין אויף אריגינעלע ווערטער; פארקערט דאס מאכן צוויי דריי פעלער קורצע ניגוניםנאויף פסוק/מדרש/תפילה איז א נאכן קריג ערשיינונג (חזנות אויף תפילה איז מער א נוסח קאטאגאריע)

- חסידישע נגינה (האסידיק מיוזיק בלע״ז) איז דוקא היינט צוטאג אין א בעסערע מצב ווי די לעציטע צענדלינג אנדעטהאלבן יאר אזלעכע קאמפאזיטירער ווי איצי בערי, הערשי וויינבערגער, איצי וואלדנער קומען אריין מיט שטארקע זאכן טעגליך. און זיידעס ווי גרין אין פינק זענען ווייט נישט אוועקצומאכן.

- דער עולם אידענטיפיצירט היינט שטארק מיט הייפער-געפילישע ווערטער, עפעס מיט וואס א מאנס פערזאן האט זיך נישט-אזוי-לאנג-צוריק געשעמט (צי ס׳יז ריכטיג אדער ניין איז א שמועס פאר זיך).

האטס מיר א פרייליכן ביי.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

די איבערפלוס פון די אזוי גערופענע נייע סארט ניגונים איז ווארשיינליך נאך א רינגעלע פונעם אינטערנעט/אפנקייט צו וואס היימישע אינגעלייט האבן היינט צוטריט
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

שטארק זיך האט געשריבן:- דאס נעמן פסוקים אין אריינפאסן אין מעלאדיעס איז נישט אזא פשוט׳ע זאך להלכה (עיין או״ח סי׳ תק״ס, מ״א ס״ק?).

איי סקולען - פיטסבורג וכו' ?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

דיפלאמאטיש האט געשריבן:זייער שיין געשריבן מתמודד. ס׳איז קלאר אז אז א גענצליך נייע ווינט אין נגינה האט אריינגעבלאזן אין די חרדישע וועלט.
אבער צו זאגן אז יוסי גרין׳ס קיבארד איז איינגעשלאפן איז אביסל איבערגעטריבן ווען ער האט נארוואס ארויסגערוקט פון ארבל נישט מיר נישט דיר 11 נייע ניגונים אויף אידיש נחת, צווישן זיי גאנץ שיינע זאכן.

סאיז מיר טאקע געליגן אין קאפ צו שרייבן אז ער מאכט א שטיקל קאמבעק, כהאב פארגעסן, אבער מיט דעם אלעם רעד איך פון דעם כלליותדיגן בילד.
לעצט פארראכטן דורך מתמודד אום זונטאג יאנואר 24, 2021 9:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

מתמודד האט געשריבן:
דיפלאמאטיש האט געשריבן:זייער שיין געשריבן מתמודד. ס׳איז קלאר אז אז א גענצליך נייע ווינט אין נגינה האט אריינגעבלאזן אין די חרדישע וועלט.
אבער צו זאגן אז יוסי גרין׳ס קיבארד איז איינגעשלאפן איז אביסל איבערגעטריבן ווען ער האט נארוואס ארויסגערוקט פון ארבל נישט מיר נישט דיר 11 נייע ניגונים אויף אידיש נחת, צווישן זיי גאנץ שיינע זאכן.

סאיז מיר טאקע געליגן אין קאפ צו שרייבן אז ער מאכט א שטיקל קאמבעק, כהאב פארגעסן אבער מיט דעם אלעם רעד איך פון דעם כלליותדיגן בילד.

א קאמבעק? נישט ממש אבער עס איז גאנץ שיין!
און וואס טוט זיך מיט עומר אדם? דער בחור קומט אויכט אריין גאנץ קלאר אבער דאכט זיך אז ער איז א חילוני...
לפנות בוקר
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ער איז א חילוני, זיינע ניגונים זענען נישט געאייגנט פארן היימישן ציבור, [חוץ מודה אני, יום השישי, און תמחל לי]
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

דיפלאמאטיש האט געשריבן:אבער צו זאגן אז יוסי גרין׳ס קיבארד איז איינגעשלאפן איז אביסל איבערגעטריבן ווען ער האט נארוואס ארויסגערוקט פון ארבל נישט מיר נישט דיר 11 נייע ניגונים אויף אידיש נחת, צווישן זיי גאנץ שיינע זאכן.


קאמבעק??? ווען האט ער אויפגעהערט?? א וועלט פון נייע קאמפאזערס מילא זעסטו אים נישט קיין סאך, אבער די פאר א יאר וואס ער האט ארויסגערוקט איז גאר גוט פונקט ווי און די גוטע צייטן.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

זייער שיין געשריבן!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

נפתלי קעמפע הערט עמיצער אויס?
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יא איך. שוין פון זיין ערשטע סידי.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:יא איך. שוין פון זיין ערשטע סידי.

איך האב עם לעצטנס געהערט דאס ערשטע מאל, משוגע צו ווערן.
ער נישט קיין בעל תשובה פשוט א ליטווישער, אבער שיין אז עס שלעפט מיט די נשמה.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

פרא-חסיד האט געשריבן:נפתלי קמפה הערט עמיצער אויס?

פארהאן אן אשכול איבער אים דא אויף אייוועלט,
דער איז שטארקע נייעס!
לפנות בוקר
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

איך וויל פארשטיין דעס צו אוועקמאכן די קאמפאוזער און יענע זינגער און די סטייל מאכט א מענטש פאר א גרעסערע מבין און מוזיק..?
ווייל איך האב זייער ליב מוזיק און איך האב באמת ליב צו הערן אלע סטיילס און איך האב ליב די ניגונים פון כמעט אלע קאמפאוזערס אפילו פון די רך בשנים..
אפשר דארף איך אנהויבן צו קריטיקירן צו ווערן א גרעסערע מבין ווער ווייסט..
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

פרא-חסיד האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:יא איך. שוין פון זיין ערשטע סידי.

איך האב עם לעצטנס געהערט דאס ערשטע מאל, משוגע צו ווערן.
ער נישט קיין בעל תשובה פשוט א ליטווישער, אבער שיין אז עס שלעפט מיט די נשמה.

בעל תשובה ווייס איך נישט אבער אז די וועסט קוקן אלטע ווידיאס פון אים, ער פלעגט גיין מיט לאנגע האר.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

@מתמודד, זייער שיין געשריבן, איר שרייבט פיין!

דאס אז די עלטערע ווערן שוואכער איז נישט תלוי אין זיי, די פראדוסער'ס און זינגער'ס נעמען פון זיי ווייניגער, והא ראיה אז ווען שלום לעמער האט -מיט קיין נישט לאנגע צייט צוריק - ארויסגעגעבן זיין סידי האט ער באוויזן אהערצושטעלן הערליכע קנאקעדיגע ניגונים פון פינקי מיט יאסי, וואס וואלטן געקענט זיך פארמעסטן מיט די אמעליגע באמבעס.

פינקי איז וועלקאם פאר ווער ס'בעט, און ער שטעלט צי פרישע פיינע סחורה, יאסי גרין בעט א הון תועפות פאר א ניגון, און לכאו' איזעס אויך א סיבה וואס זינגער'ס גייען ווייניגער צו איהם. משולם גרינבערגער איניש געווארן שוואכער, דא דארט הערט מען פון איהם שטארקע זאכן, אבער מ'קויפט זייער ווייניג (מילד געזאגט) פון איהם לעצטנ'ס.

נאך א סיבה קען זיין, אז פינקי יאסי און משולם וכדו' זיצן נישט אפ אויף די אינטערנעט נאכצולויפן זינגער'ס/פראדוסער'ס, אזוי ווי די יונגע פרישע מאכן.

אבער מ'קעניש אפלאכן די נייעם דור, לענ"ד איז הערשי וויינבערגער א אוצר, וואס קען און גיבט ארויס שטארקע זאכן, כאטש וואס ס'קומען ארויס פונעם כסדר אויך פון די היינטיגע ארעמע סטייל... אבער ער האט פיל טאלאנט און חידוש און זיך, און זייער אסאך געפיל.
אזוי איז אויך דא נאך נייע גוטע חברה'לייט.

[דאס איז אויף דערווייל..]
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום זונטאג יאנואר 24, 2021 1:28 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

גאר גוט געשריבען נמ"ש, אינטערסאנט איז מיר נאר אז משולם און מיינע אויגן קען זיך פארמעסטען מיט גאר אסאך אלטע באמבעס און בוודאי מיט אלע היינטיגע, אבער ער האט קיינמאל געהאט זיינע גוטע יארן ווען יעדער איז געגאנגען צו אים.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גוט געשריבן מתמודד. חיים גולד באלאנגט לכאורה אויך צום 'אלטערנאטיוו נגינה' חדר.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום זונטאג יאנואר 24, 2021 1:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מקווה איד האט געשריבן:גאר גוט געשריבען נמ"ש, אינטערסאנט איז מיר נאר אז משולם און מיינע אויגן קען זיך פארמעסטען מיט גאר אסאך אלטע באמבעס און בוודאי מיט אלע היינטיגע, אבער ער האט קיינמאל געהאט זיינע גוטע יארן ווען יעדער איז געגאנגען צו אים.

טאקע אינטרעסאנט, אפשר דארף ער א גוטע פראדוסער. קען אויך זיין, אז ס'איז ווייל ער מאכט נישט אויפן פלאץ, נאר ווען ער האט א ניגון שיקט ער עס, נישט ווי פינקי און יאסי וואס מ'קומט צו זיי, און אינאיינעם קומט ארויס א ניגון.

גראדע יוסף משה כהנא פלעגט יא אסאך ארויסשלעפן פון איהם, און אויך געוויסע זינגער'ס, א שטייגער ווי צאלי גאלד (געהאט 6 ניגונים פון איהם אויף זיין סידי).

הלוואי הערט מען פון איהם מער.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

masmid האט געשריבן:איך וויל פארשטיין דעס צו אוועקמאכן די קאמפאוזער און יענע זינגער און די סטייל מאכט א מענטש פאר א גרעסערע מבין און מוזיק..?
ווייל איך האב זייער ליב מוזיק און איך האב באמת ליב צו הערן אלע סטיילס און איך האב ליב די ניגונים פון כמעט אלע קאמפאוזערס אפילו פון די רך בשנים..
אפשר דארף איך אנהויבן צו קריטיקירן צו ווערן א גרעסערע מבין ווער ווייסט..

איך וויל פארשטיין, ווען א מענטש מאכט אוועק געוויסע קאמפאוזערס און זינגערס מיינט עס אז ער וויל עפעס דעמאנסטרירן מיט דעם?

אפשר וויל ער סתם זאגן וואס ער האלט???......
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען טאר שוין נישט זאגן א מיינונג אויף זאכן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”