יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

וואס עפעס? האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דא א זינגער שולי רנד וואס האט א שטיקעל ענדליכקייט

די איינציגסטע זאך וואס זיי ענדלען איז אנדערשט פון אנדערע האבן זיי נישט קיין "רויטע" שטימע, חוץ מזה זענען זיי צוויי עקן וועלט סיי און ניגונים און אויך אינעם וועג פון נוצן די שטימע, פוקס מאכט לייכטע הארציגע קומזיץ לידער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ בעת רנד מאכט טיפע פאעטישע קלאסיקס מיט פענסי קאורדס און טענער, פוקס נוצט זיין שטימע ווי א הייזעריגער וואס קען קוים זינגען און דאס איז זיין עיקר חן וויבאלד מען הערט א געוויסן הכנעה ארויסשרייען פון די ברעכענישן, משא"כ רנד האט בסך הכל א דיקע מענערישע שטימע מיט וועלכע ער זינגט ווי כאילו בדרך אגבדיג.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

תגובה דורך א שרייבערל »

איצל פיצל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:ער האט א ניגון אויפ'ן פסוק "עורי הנבל וכינור" גאר גאר ספעשל

דו רעדסט ווארשיינליך פון די ניגון 'נכון ליבי' אויף זיין אלבום 'בעת ההוא'

נכון ליבי!

טרערן פון דאנק און לויב צום באשעפער רינען צווישן די נאטן פון דעם געטליכן לידל וואס ברענגט עטוואס א שפור מיט זיך פון וויאזוי די לידער פון די לוויים אין ביהמ"ק האבן געקענט צונעמען הערצער פון אידישע קינדער.

עורה כבודי עורה...

א גייסטרייכע וועלט פון הימלישע נגינה איז אין יצחק פוקס באהאלטן, איך האב נישט קיין אהונונג פארוואס זיינע זאכן זענען נישט פאפולער ביים המון עם.

כל השירים קודש אבל נכון לבי קודש קדשים...

איינער קען ברענגן דעם ניגון?

https://drive.google.com/file/d/1YQNiku ... sp=sharing
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

תגובה דורך טישטוך »

מתמודד האט געשריבן:

בכלל איז שולי רנד דער וואס שרייבט די פאעזיע בעת וואס יצחק פוקס נוצט די פאעזיע פון די פסוקים און מיט א פאכמאנישקייט ברענגט ער עס אראפ אז מען זאל עס פארשטיין און דערשפירן טיף אין הארץ.

זיינע ווערטערלאזע לידער זענען טיף ביז גאר, און אזוי אויך די צוזאמענגעשטעלטע ניגונים. מען קען אויף זיינע טענער הערן זיין הארץ. אמאל איז עס צובראכן און אמאל איז עס גאנץ, אויף זיין המבדיל קען מען שפירן דעם שבת אוועקגיין, אויף זיין רבי ישמעל קען מען זען די עשרה הרוגי מלכות ארויפגיין צום כסא הכבוד, אויף זיין השקיפה קען מען שפירן צרות ישראל, און אויף בעת ההיא קען מען שפירן גאולה קלאנגען.

יצחק איז א מייסטער ארטיסט. טאמער וועל איך האבן צייט וועל איך שרייבן מער איבער זיינע ניגונים.
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריין און ארויס »

מתמודד האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דא א זינגער שולי רנד וואס האט א שטיקעל ענדליכקייט

די איינציגסטע זאך וואס זיי ענדלען איז אנדערשט פון אנדערע האבן זיי נישט קיין "רויטע" שטימע, חוץ מזה זענען זיי צוויי עקן וועלט סיי און ניגונים און אויך אינעם וועג פון נוצן די שטימע, פוקס מאכט לייכטע הארציגע קומזיץ לידער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ בעת רנד מאכט טיפע פאעטישע קלאסיקס מיט פענסי קאורדס און טענער, פוקס נוצט זיין שטימע ווי א הייזעריגער וואס קען קוים זינגען און דאס איז זיין עיקר חן וויבאלד מען הערט א געוויסן הכנעה ארויסשרייען פון די ברעכענישן, משא"כ רנד האט בסך הכל א דיקע מענערישע שטימע מיט וועלכע ער זינגט ווי כאילו בדרך אגבדיג.

איך פארשטיי זי ביידע נישט
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

טישטוך האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דא א זינגער שולי רנד וואס האט א שטיקעל ענדליכקייט

די איינציגסטע זאך וואס זיי ענדלען איז אנדערשט פון אנדערע האבן זיי נישט קיין "רויטע" שטימע, חוץ מזה זענען זיי צוויי עקן וועלט סיי און ניגונים און אויך אינעם וועג פון נוצן די שטימע, פוקס מאכט לייכטע הארציגע קומזיץ לידער זיך אויסצוגיסן דאס הארץ בעת רנד מאכט טיפע פאעטישע קלאסיקס מיט פענסי קאורדס און טענער, פוקס נוצט זיין שטימע ווי א הייזעריגער וואס קען קוים זינגען און דאס איז זיין עיקר חן וויבאלד מען הערט א געוויסן הכנעה ארויסשרייען פון די ברעכענישן, משא"כ רנד האט בסך הכל א דיקע מענערישע שטימע מיט וועלכע ער זינגט ווי כאילו בדרך אגבדיג.

בכלל איז שולי רנד דער וואס שרייבט די פאעזיע בעת וואס יצחק פוקס נוצט די פאעזיע פון די פסוקים און מיט א פאכמאנישקייט ברענגט ער עס אראפ אז מען זאל עס פארשטיין און דערשפירן טיף אין הארץ.

זיינע ווערטערלאזע לידער זענען טיף ביז גאר, און אזוי אויך די צוזאמענגעשטעלטע ניגונים. מען קען אויף זיינע טענער הערן זיין הארץ. אמאל איז עס צובראכן און אמאל איז עס גאנץ, אויף זיין המבדיל קען מען שפירן דעם שבת אוועקגיין, אויף זיין רבי ישמעל קען מען זען די עשרה הרוגי מלכות ארויפגיין צום כסא הכבוד, אויף זיין השקיפה קען מען שפירן צרות ישראל, און אויף בעת ההיא קען מען שפירן גאולה קלאנגען.

יצחק איז א מייסטער ארטיסט. טאמער וועל איך האבן צייט וועל איך שרייבן מער איבער זיינע ניגונים.

יצחק'ס שטארקייט איז בעיקר אין זיין נגינה - בעת וואס שולי'ס שטארקייט איז אין זיין שרייבן.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א שרייבערל האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
א שרייבערל האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:ער האט א ניגון אויפ'ן פסוק "עורי הנבל וכינור" גאר גאר ספעשל

דו רעדסט ווארשיינליך פון די ניגון 'נכון ליבי' אויף זיין אלבום 'בעת ההוא'

נכון ליבי!

טרערן פון דאנק און לויב צום באשעפער רינען צווישן די נאטן פון דעם געטליכן לידל וואס ברענגט עטוואס א שפור מיט זיך פון וויאזוי די לידער פון די לוויים אין ביהמ"ק האבן געקענט צונעמען הערצער פון אידישע קינדער.

עורה כבודי עורה...

א גייסטרייכע וועלט פון הימלישע נגינה איז אין יצחק פוקס באהאלטן, איך האב נישט קיין אהונונג פארוואס זיינע זאכן זענען נישט פאפולער ביים המון עם.

כל השירים קודש אבל נכון לבי קודש קדשים...

איינער קען ברענגן דעם ניגון?

https://drive.google.com/file/d/1YQNiku ... sp=sharing

יישר כח
מען קען אויסגיין פאר נעימות
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אנטשולדיגט פארן שטערן (ווי אייביג).

יעצט האלט איך אינמיטן ארבעטן, און ווי שטענדיג זענען מיינע עירפאד'ס אין די אויערן שפילנדיג מיינע פלעיליסט'ס וואס איך האב ליב.

יצחק פוקס'נס 'יהא רעוא' איז יעצט אין מיינע אויערן, איך קען נישט שרייבן גראד! דאס איז א ניגון פון גן עדן! איך בעט פון @א שרייבערל אז ער זאל דאס זאפארט אפלאודן דא אויפן אשכול כדי אז יעדער איינער דא זאל הנאה האבן.

איך גיב אלסדינג אויף! אנא עבדא דקודשא בריך היא! יויש, די טרערן פליסן פון מיינע אויגן.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

טישטוך האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן שטערן (ווי אייביג).

אינטערסאנט צו אנמערקן אז די ניגון האט יצחק פוקס שוין ארויסגעגעבן באלד 40 יאר צוריק אבער ס'איז מיטן זעלבן הארץ און אויפן זעלבן שטייגער ווי ער וואלט היינט ארויסגעגעבן

https://drive.google.com/file/d/15AtDq7 ... sp=sharing
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א שרייבערל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן שטערן (ווי אייביג).

יעצט האלט איך אינמיטן ארבעטן, און ווי שטענדיג זענען מיינע עירפאד'ס אין די אויערן שפילנדיג מיינע פלעיליסט'ס וואס איך האב ליב.

יצחק פוקס'נס 'יהא רעוא' איז יעצט אין מיינע אויערן, איך קען נישט שרייבן גראד! דאס איז א ניגון פון גן עדן! איך בעט פון @א שרייבערל אז ער זאל דאס זאפארט אפלאודן דא אויפן אשכול כדי אז יעדער איינער דא זאל הנאה האבן.

איך גיב אלסדינג אויף! אנא עבדא דקודשא בריך היא! יויש, די טרערן פליסן פון מיינע אויגן.

אינטערסאנט צו אנמערקן אז די ניגון האט יצחק פוקס שוין ארויסגעגעבן באלד 40 יאר צוריק אבער ס'איז מיטן זעלבן הארץ און אויפן זעלבן שטייגער ווי ער וואלט היינט ארויסגעגעבן

https://drive.google.com/file/d/15AtDq7 ... sp=sharing

א דאנק!

זייטיגער נאטיץ: דער לידל איז נאכאלס אויף ריפיעט פון נעכטן.

איך בעט אז די אייוועלטער זאלן אריינקומען מיט זייערע קאמענטארן איבער די ניגון.

וואס וואלט איר געהאלטן איבער אן אשכול וואו מען וועט יעדע וואך דורכטון א ניגון פון יצחק פוקס?
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

איז דאס די זעלבע יהא רעוא וואס בערי וועבער זינגט אויף זיין ערשטע פארברענגן אלבום? ס'האט אסאך ענליכע שטריכן...
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

ווער עס קען נישט ר' יצחק פערזענליך ווייסט ניטאמאל פון וועם מען רעדט דא.

א שיין פאר יאר צוריק ווען ר' יצחק האט געוואוינט אין בארא פארק, פלעג איך צומאל אריינפאלן אין די זעלבע, קליינע, שטילע ביהמ"ד מיט אים אוף א שבתדיגע דאווענען.

קיינער דארט האט ניטאמאל געוואוסט ווער דאס איז, ער האט אויסגעזעהן ווי סתם אן עלטערע איד מיט א הדרת פנים, פשוטע שטריימל און בעקיטשע, און צוזאמגענומענע פיאות.

ער פלעגט זיך שטעלן אין די זייט דאווענען שטילערהייט, בדביקות, מיט אזא מתיקות, ביז לאנג נאך דערוילעם האט זיך אהיימגעגאנגען.

מען רעדט דא פון א איד וואס קומט פון א פרייע עבר, האט אלעס אפגעלאזט, און איבערגעגעבן זיין לעבן פארן אייבישטערס וועגן.

הלוואי זאל מיין דאווענען אויסזעהן ווי זיינס.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ווען קומט דער דיסק שוין ארויס?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

מתמודד האט געשריבן:ווען קומט דער דיסק שוין ארויס?

כ'הער אז ס'האלט שוין נענטער ווי ווייטער
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ענינו פין יודל ווערדיגער איז דאכטסיכמיר אויך זיינס א ניגון
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

את פתח לו האט געשריבן:ענינו פין יודל ווערדיגער איז דאכטסיכמיר אויך זיינס א ניגון

ריכטיג.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16958
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:ענינו פין יודל ווערדיגער איז דאכטסיכמיר אויך זיינס א ניגון

ריכטיג.

It's a hit me a song!!!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

אייער_קיכל האט געשריבן:איז דאס די זעלבע יהא רעוא וואס בערי וועבער זינגט אויף זיין ערשטע פארברענגן אלבום? ס'האט אסאך ענליכע שטריכן...

יאפ
היינו הך
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

מנוחה ושמחה פון מבד איז אויך זיינס
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

אור האט געשריבן:מנוחה ושמחה פון מבד איז אויך זיינס

דוכט זיך אז "שלום עליכם" אויך.
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

וואלד האט געשריבן:
אור האט געשריבן:מנוחה ושמחה פון מבד איז אויך זיינס

דוכט זיך אז "שלום עליכם" אויך.

שלום עליכם איז פון רעכניץ

די ניגון וועגן מרדכי'ס טאטע אויף די צעקה אלבום איז אויך זיינס
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן:די ניגון וועגן מרדכי'ס טאטע אויף די צעקה אלבום איז אויך זיינס

ווי אויך דאכטצעך די ניגון הנה ימים באים אויף צעקה
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

א שרייבערל האט געשריבן:
שמואל גרינפעלד האט געשריבן:די ניגון וועגן מרדכי'ס טאטע אויף די צעקה אלבום איז אויך זיינס

ווי אויך דאכטצעך די ניגון הנה ימים באים אויף צעקה

אוודאי
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

יצחק איז דער קאמפאזירער פון פילע אויפגעכאפטע ניגונים וועלכע ווערן געזינגען דורך די גרעסטע זינגערס. ער האט געוואוינט אין ברוקלין א שטיק צייט אבער נאך א תקופה האט ער באשלאסן אז ער וויל צוריקגיין צו זיין היימשטאט ירושלים. זיין בענקעניש אהין האט ער אויסגעדרוקט אויף אן אייגנארטיגער און ארטיסטישער שטייגער אין זיין לידל 'בא לבארא פארק' וואו ער ברענגט ארויס אז כאטש וואס אין בארא פארק איז נישטא די קוואליטעט פון ארץ ישראל, דאך אבער זענען דא דארטן אידן וועלכע ווארטן און ווארטן אויף די גאולה. איינמאל ער איז צוריקגעפארן קיין ארץ ישראל וואוינען, איז ער שטיל, און ער פארנעמט זיך מער מיט זיין דזשולערי ביזנעס, און ווייניגער מיט נגינה. בכלל איז אינטערסאנט אנצומערקן אז אויף זיינע ערשטע אלבומ'ס האט ער נאך א זיסע שטימע וואס דערגרייכט העכערע אקטאוועס, נאר נאך וואס ער האט זיך געלערנט די פאך פון פראדוצירן צירונגען, איז ער געווארן אויסגעשטעלט צו אריינאטעמען שעדליכע מאטריאלן וועלכע האבן אוועקגעלייגט זיין שטימע. די פראפעסיאנאלן האבן געסטראשעט אז ער וועט שוין נישט קענען זינגען, אבער ער האט זיך איינגע'עקשנ'ט און געטון פארשידענע טעראפיע מיט זיין שטימע, און נאך עטליכע יאר האט ער עס צוריקגעקריגן, אבער עס איז פארוואנדלט געווארן אין א טיפע אנגערויכערטע באס שטימע.

א טייל פון די גאר אויפגעכאפטע לידער וואס יצחק האט געמאכט איז ווי פאלגענד:

הללו קל בקדשו - ליפא שמעלצער, יצחק זינגט מיט אים אויפן ארגינעלן טרעק.

ענינו - יודל ווערדיגער, יצחק זינגט מיט אים אויפן ארגינעלן טרעק.

מנוחה ושמחה - מרדכי בן דוד, יצחק זינגט עס אויך אליין אויף זיין אלבום ממעמקים.

הנה ימים באים - מרדכי בן דוד, יצחק זינגט עס אויך אליין אויף זיין אלבום באנו ביחד.

כשמשיח יגיע - שלומי גערטנער, יצחק זינגט מיט אים אויפן ארגינעלן טרעק.

לה' הארץ ומלואה - שלומי טויסיג, יצחק זינגט עס אליין אויף פילע קומזיצן.

עס זענען דא נאך פילע ניגונים וואס ליגן ביי אסאך בעלי מנגנים און וועלן ערשיינען אין די צוקונפט. אזוי אויך ערווארט מען אן אלבום פון יצחק'ן אליין, לאמיר האפן אז עס זאל ארויסקומען ווי פריער...
אוועטאר
יענץ פויגל
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 18, 2021 11:12 pm

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענץ פויגל »

דער קומט אויף מיט נעמען איך זאג דיר !?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יצחק פוקס - נייע אלבום מזבח אדמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

די סידי גייט נאך ערגעצוואו ערשיינען, אדער ליגט עס אויפן מזבח אדער אין אדמה...?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”