לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ענדע צדיק! האט געשריבן:

געליינט דיין אנאליז (נישט געוואלט ליינען פארן לייגן מיינס, אבער זיך נישט געקענט איינהאלטן..)
זאפטיג און שמאלציג. זייער הנאה געהאט, אויסגעכאפט עטליכע פוינטס וואס כ'האב געוואלט שרייבן ביי מיין צוקונפטיגן ריוויו..
ישר כוח, א מחי' צו זעהן יענעמס טעם וריח, און נאך א געשמאקע..!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center]זאנוויל וויינבערגער - מן השמים
[/align]


גיימיר זיך אויפשארן די ארבל און שרייבן מיינע געפילן אויפן סידי וואס מ'האמיר באקומען 'מן השמים' (תרתי משמע). ובשם ה' נעשה ונשמע פלעגט יענער זאגן..

פון זאנוויל אליינס פעלט נישט אויס צו רעדן, א מתנה פון א שטימע, א געשאנק פון א כח אראפצולייגן זאפטיג א ניגון, זייער א אייגנארטיגע שטימע, קלאר, ריין, שיין, פליסיג, ווארעם, וכו', זינגט זייער פראפעשעניל, באלעבאס אויף די נאוטן, און שפאנצירט ארום מיט זיי אויף די לענג און די הייעך ווי ביים טאטן און וויינבערגער...

די סידי איז א שלימות פון א יצירה, עפעס א פרישע זאך טאקע, אינגאנצן זאנוויל'דיג, דא דארט קעמען שמעקן אביסל אייזיק האניג'ס שטארקייט און ווארעמקייט, שרולי אדלערס קונצליכע געזינגעכטס, אברהם פריעד'ס זיסקייט און נאך, שלום לעמער'ס חזנות'דיגע שטימע, די אלטע מתיקות טעיפס, א פינטל מאטי שטיינמעץ, ליפא שמעלצער'ס גוטע זאכן האב איך ערגעצוואו געשפירט. בקיצער, עפעס א געמישעכטס דא דארט וואס דערמאנט די גוטע סחורה. (וואס גראדע קענען מאנכע אויך אנקוקן אלס חיסרון פאר די היינטיגע דארשט). די סידי איז אין די סעריע וואס מ'דארף הערן אסאך מאל צו כאפן יעדע דיטעיל, און מ'קען הערן אסאך מאל הנאה צו האבן. נישט עפעס וואס קומט און גייט.

מ'קען זאגן די סידי איז עכט חסידיש, אבער אויפן היינטיגן קוואליטי. מ'דערקענט דא גוט ר' יוסף משה כהנא'ס סטעמפל, די היינטיגע חסידישע געשמאק. פנחס ביכלער'ס קריעטיוועטי, יוסי גיל'ס הבנה, און איבעראלעם יוסי האניג'ס פראפעשענליזעם, א פרישע שטערן מיט א דעת זקנים.

און פון די מיקס ברויך מען זיכער נישט שמועסן, ס'שרייט'עך פון אלע ווינקלען.

פונעם בוקלעט דארף מען רעדן?.. די גרעפיקס וועליך לאזן פאר אנדערע, די באשרייבונגען איז זייער אינטרעסאנט און יוניק, ס'מאכט שפירן כאי' מ'נעמט דא קעיר פון די עולם הנגינה... די באשרייבונגען לכשעצמם איז הערליך באשריבן, און דער וואס קען פנחס ביכלער'ס פעדער דערקענט גלייך וועריז דער שרייבער (פנחס פלעגט שרייבן מיט יארן צוריק אין 'קהילות' פון המבשר, ער פלעגט באשרייבן אלטע פארצייטישע ניגונים, און נאך פארשידנס. אזוי אויך שרייבט ער היינט דא און דארט).
דער וואס האט עס איבערגעזעצט אין אידיש האט געמאכט צו א גוטע דזשאב... איבערגעטייטשט ווארט ביי ווארט, ווי עטליכע האבן געשריבן. כ'וועל נאר שרייבן א ביישפיל, אין לשה"ק איז דא אזא מליצה וואס שטאמט פון 'אחים לצרה' און מ'נוצט עס אויף אסאך מינ'ע קירבא'ס, דא האט פנחס געשריבן 'אחים לשירה אחים לפארעטשע', א שיינע מליצה, אבער אין אידיש איז נישטא אזא מליצה (ניגון 'ואזכה') 'ברודער צו זינגען ברודער צו די פארענטשע'...
שטייצעך נאר לחידודא.. אז כ'האב געליינט ביז די ניגון (גראדע די גאנצע, און מיט דארשט) ווייזט עס אז ער האט געמאכט א גוטע מלאכה. און אפשר גאר איז געווען די כוונה ס'זאל זיין טאקע אביסל פאני לשם אדווערטייזמענט.. מיט די היינטיגע מארקעטינג קעמען קיינמאל וויסן...

פיין, לאמיר נישט פארקריכן, לאמיר צוגיין צו די ניגונים. האמיר שוין יוצא געווען ידי קריטיק אויך...

- - -

הללו

'דאס' איז אן התחלה... ס'האט מיר שטארק געכאפט, זייער יוניק און דיפרענטס.

א געשמאקע זאפטיגע רוהיגע לידל, מיט די אינטרעסאנטע מוזיקאלישע מהלך וואס נאר הערשי ראטנבערג איז געשאנקען געווארן.
בפרט די ערשטע פאל, און בפרטי פרט די ערשטע שטיקל: 'הללוהו את ה' מן השמים' אידאך מתוק מדבש. מ'קען עס אנהייבן פון פריש נאכמאל און נאכאמאל און נישט זאט ווערן, יעדענס מאל מיט א פרישע פרישקייט.
אויך די צווייטע פאל איז גאשמאק און אינטרעסאנט. די הויעכע האט מיר אנפאנג אביסל געבאדערט, יעצט כאפ איך אביסל וואס ער וויל דא, בפרט ווען ער קומט אראפ די 'כי נשגב שמו לבדו'... זיס.

זאנוויל זינגט דא פריש, דערמאנט אביסל אברהמ'ל, זיינע שטיקעס דא לייגן צו א זיסקייט, ווען ער דרייט אדער ציט ארויף און צוריק אראפ וחוזר חלילה. די קווייער'ס (עדאלטס און קינדער) זענען זייער געשמאק. און ווען זאנוויל שפילט זיך מיט שירה קווייער ווען ער 'ביעט אריין' אין זיי, איזעס ציקער זיס. כ'קען פארשטיין פ"וו ס'איז איהם געווען שווער ביי דעם ניגון, ער דארף זיך ארומשפילן ציווישן די טראפן פון פעסטקייט און רוהיגקייט.
אין קורצן: א זיס לידל.

צבי בלומענפעלד איז איינע פון די חידושים אויפן סידי, וואס כאטש ער האט שוין לאנג אויפגעוויזן וואס ער קען, שטעלט ער זיך דא ארויס אויפן פראנט פון די היינטיגע גוטע אראנדזשירערס. ער טייטש'ט אפ דעם ניגון און מאכט עס פאר א שלימות.

עמיר זעהן אויב ס'גייט אויפכאפן ביים היימישן ציבור. הכל תלוי במזל אפי' הערשי ראטנבערג'ס היט ניגונים.
הייב אן נאכאמאל... הללו את ה' מן השמים... איי איי איי...

אקעי, דאסי נאר געווען א טעימה'לע פארן סידי, יעצט הייבט זיך אן די סידי...


ברכנו

א אלטע פארצייטישע געשמאקע ניגון. א שטיק שמחה, דערמאנט די ניגונים פון מתיקות וכדו', ותגדלם בתורתך (אויך פון ר' יו"מ) שהחיינו וכו'. ר' יוסף משה האט דעליווערט א גוטס, אזוי ווי ס'פאסט פאר אבי אבות ההיינטיגע-עכט-חסידישע נגינה.

די געבוי פונעם ניגון מיט די ווערטער אינאיינעם טייטשן אזוי גוט אפ דעם 'ברכנו אבינו' לארכה ולרחבה... ערשטע פאל איז לשון קודש גערעדט. ביים צווייטן איז ער מסביר דעם 'ברכנו': בענטש בענטש. דיינע קינדער, מ'רעדט'עך צו 'אבינו'.. ווייל כי אנו בניך.. און דערצו גראמט עס דאך מיטן כולנו באור פניך (א שלימות'דיגע גראם, כאטש וואס 'חסדך' אדער 'רחמיך' וואלטן אנדערע אויך צוגעלאזט...). און די הויעכע פאל גייט ער גראד צום 'אבינו': אוי טאטע, טאטע... ברכנו וכו'. (האט מיר געמאכט מכוון זיין אויך ביי שים שלום...).

די צווייטע פאל איז די היט פונעם ניגון, זייער געשמאק און ניי, ווי זאגט ר' וועלוול: די שטיקל וואס האט איהם געמאכט נעמען די ניגון... די ערשטע פאל איז זייער גוט אפגעטייטשט און עכט חסידיש שבחסידיש און זייער גוט געבויעט. די הויעכע פאל הייב איך ערשט יעצט אן אביסל צו שפירן, (נאכן זיך בארוהיגן פונעם 'טאטע' גניבה'לע... פונעם 'מיר דאנקען דיר 'טאטע'... ווי שרייבט יענער? מיר האבן דאך איין טאטע..) ס'הייבט מיר אן צו כאפן, ווען מ'טראכט פירוש המילות האט די ניגון א אנדערע צורה אינגאנצן. זייער ווארעם און לעבעדיג. ס'שטעלט זיך אביסל אפ, טאטע, אוי טאטע, און ס'פליסט ווייטער 'ברכנו אבינו וכו'.. אויפן זעלבן געדאנק בערך פונעם צווייטן פאל, בענטש בענטש, - - בענטש דיינע קינדער...

זאנוויל זינגט דא מיט די גאנצע פרישקייט און ברען, חסידיש און היימיש. כ'וואלט געזאגט אז ביים צווייטן מאל פארדרייען דעם טאטע(...) האט ער אביסל געוויזן אז דאס איז א בדיעבד'יגע פאל... לענ"ד האט ער געדארפט זינגען כאטש נאך איין מאל גראד דעם פאל. ביים צווייטן מאל די ערשטע פאל געבט ער א קנייטש ביים ברכנווו אבינווווו.. נו, בענטש שוין... און די קוועטש ביים ל' פון כולנו מאכט עס נאכמער חסידיש... ער ענדיגט די ניגון איז עס סימפל, זאנוויל.

די קווייער'ס באמערקט מען ניטאמאל אזוי שטארק, און דאסי גראדע א מעלה, דערווייל נאכנישט געכאפט די מלכות שטיקלעך דא.

משה לאופער כהלכתו ככל משפטו וחוקתו... דערמאנט אזוי די אלטע צייטן... א פארצייטישע אינטרא, מיטן היינטיגן מיקס...

געוואוט פאר דעם ניגון אז ס'גייט פאראייביגט ווערן (פארגעסט נישט אז די אנקעטע איז געווען א טאג נאכן הערן ס'ערשטע מאל..), נישט אז כ'האלט אז ס'גייט בכלל אריינגיין. שוין יארן וואס א לעבעדיגע חסידישע ניגון טרעפט נישט קיין פלאץ ביים היימישן ציבור, די איינציגע וואס זענען אריין זענען אויך אזעכע וואס ווערן שטאט אינמיטן (אוי, אוי, כי טוב האשעם... אהה לע לא אה לע לא אלוקי... וכו')... און געווענליך זינגט מען נאר דעם שטיקל, אדער שמירט מען שנעל איבער די לעבעדיגע ביז די הארא שטיקל... אבער אויב גייט 'ברכנו' יא אריינגיין קען עס פאראייביגט ווערן לענ"ד, אין די סעריע פון ותגדלם אא"וו וואס עד היום הזה קעמענעס הערן זינגען. א עכטע חסידישע פארצייטישע געזעצטע ניגון.


ותחזינה

זייער א שטארקע ניגון, טאקע פינקי, אבער נישט זיין געווענליכע היט סטייל (חננו ועננו, לכתך, רחם, עננו וכו' וואסי מער מסודר-געזעצטע ווערטער) נאר מער א פירוש המילות'דיגע וועג (אין די סעריע פון 'אזכרה ימים' פון שרולי אדלער (בעיקר די הויעכע פאל), 'וברצונך', 'וזכור לנו' פון אייזיק'ן, 'מלאכי רחמים' און נאך).

די ניגון איז א שטיק בענקעניש און תשוקה, ביים ערשטן פאל פארט ער פונקט פארקערט פון וואו דו האסט געטראכט... מוזיקאליש און סימפל. די צווייטע פאל קוועטשט ער אריין דעם 'עינינו' און דעם 'בשובך לציון'.. א שטיק הארץ און א אמת'ע בענקשאפט מ'זאל שוין זעהן מיטן 'עינינו' דעם 'בשובך לציון'.
כ'טראכט ס'וואלט געווען בעסער ווען מ'זינגט די ערשטע פאל צוויי מאל, נישט ווי די היינטיגע מהלך אז מ'פליהט שנעל צום הויעכפונקט, אבער מיט מבינים גיי איך זיך נישט מבינ'ענען...

זאנוויל זינגט דא פשוט הארציג און פירוש המילות'דיג. די קרעכטץ ביים צווייטן מאל 'ותהי לרצון' איז שיין (90% אמת'דיג). ביים סיום ציעט ער ארויף, ווידעראמאל סימפל זאנווילדיג.

משה לאופער טייטשט'עך אפ דעם ניגון אזוי גוט, ער ברענגט ער ארויס די בענקשאפט-ניגון ווי נאר ער קען. פינקי שיקט אפציעל צו 'לויפערן' פאר זיינע שטאטע ניגונים. צום פאזעל פעלט הערשל בריסק.. אבער פנחס ביכלער איז נישט קיין קטלא קניא.. זייער שיין.


זוכרי זמירות

א פרישע לעבעדיגע געזעצטע שטיקל בשר... מ'הערט די ניגון וויל מען כאפן א שפרינגל אינעם רינגל... דער פינקי האט פשוט 'געזעצט' די ווערטער תרתי משמע... א שלימות פון א חתונה היט ניגון, מיט א חסידישע היינטיגע טעם, פריש פריש געבאקן - קאכעדיג!
די 'לעולם-עולם ועד' איז נישט פארצייטיש.. אבער דאס גייט היינט... ביים צווייטן מאל גראדע שפילט ער זיך דערמיט ס'זאל בלייבן פשוט 'לעולם ועד', אזש די חסידישע אידן זאלן נישט זיין צו ברוגז...

און ווי יעדער זאגט, די ניגון איז 'זאנוויל', ס'ברענגט ארויס זיין שטארקייט און פרישקייט. און ער לייגט עס אראפ מיט אלע באקן... יעדע נאוט איז געזעצט כהלכה... די שטיקלעך איז דא געוואלדיג, בפרט ביי די ערשטע פאל די צווייטע מאל, די שטיקל פונעם פריוויו (א פיינעם פריוויו געמאכט גראדע...).
און יא, דא קומט אריין מלכות פלאץ, פאר דעם זענען זיי דאך דא... הערליך.

און ווי קעמען פארגעסן פונעם נמ"ש הגדול.. נפתלי משה לייגט אראפ א ארבעט, וואס אין די סטייל איז ער [פון] די בעסטע. ער האט זיך זיין באוואוסטע מהלך (בצאת ישראל, זאל שוין זיין, נאך אביסל, וכו' וכו'), ער הייבט אן אינטרעסאנט און רוהיג, יעדענס מאל מיט א אנדערע איידיע, און פלוצלינג באומפט ער אריין מיט א פרישקייט. פאר היט-ניגונים איז נמ"ש דער אדרעס, ער קען זייער גוט דעליווערן די סטייל. (זייער אסאך היטס איז נמש'ס מלאכה, 'נשמה וואו ביסטו', 'ר' ישעי' ב"ר משה', 'ריבון העולמים' פון פריעד, 'מזרח מערב' פון ליפא, 'ניגון חב"ד' פון בערי, 'חננו ועננו' פון לוי כהן, און אסאך אנדערע באוואוסטע). ער האט עפעס א ספעיצעלע חוש צו די סארט ניגונים.

אמר"ש פון נמ"ש.. ווער ס'לייגט צו קאפ כאפט אז ער שטעלט צו אייביג א אינטרא וואס ס'זאל זיין א חלק פונעם ניגון, וואס מ'קען געווענליך נישט אויסלאזן. און דעם איז ער א תלמיד פון משה לאופער (דאכט זיך אז ער פאררופט זיך אפציעל זיין תלמיד, כאטש וואס זיי האבן שטייצעך נישט אקוראט די זעלבע געפילן), משה לאופער האט געזאגט אין א אינטערוויו אז די נפקא מינא 'בשיטה' ציווישן איהם און מונה איז אז מונה מאכט א אינטרא טיף אינטרעסאנט און מוזיקאליש, און משה קוקט די ערשטע זאך ס'זאל זיין א חלק פונעם ניגון מ'זאלעס קענען נאכזינגען. (און ווייטער, און געפיל האבן זיי נאך מיליאן נפקא מינא'ס..). יעדער קען דאך גוט זיינע שטיקלעך פון 'זכרנו לחיים' וכו' וכו' וכו', אבער דאס איז געווענליך זיין מהלך ביי אלע ניגונים. און נמ"ש גייט געווענליך אין זיין וועג.

נחזור לענינינו... ס'הייבט זיך אן די ניגון קומט ארויף א שמייכל, די שטיקל וואס לויפט ארום די ניגון איז אייזן גוט און צוגעפאסט צום ניגון, וואס זעהט נישט אויס אז מ'קען נאכזינגען דעם ניגון אנ'עם. אזוי ווי מלוך'ס שטיקל, וואס די גאנצע עוילעם ברימט זיך אונטער... (גראדע האט מיר איינער פארציילט אז ער האט געהערט מלכות קווייער לייוו ביי א חתונה זינגען דעם מלוך, זיי מאכן מטעמים פון די שטיקל... זיי זינגען עס איבער און איבער, ארויף א טאן און אראפ...).


אנא ה'

יעדע ניגון דא איז א בריליאנט, אבער מ'קומט אן צו דעם ניגון שפירט מען 'אקעי, יאסי בלייבט קעניג און קעניג בלייבט יאסי'... כ'ווייסיש פ"וו, אבער דאס האביך געשפירט דא... די ווערטער זיצן, פירוש המילות, מוזיקאליש, פעסט געבויעט, חידוש, ווארעמקייט, (דאס וואס כ'שרייב אויף אלע ניגונים דא, אבער פארשטייסט וואסעכמיין...).

די ניגון איז פלעין 'גוט', א שטיק ווארעמקייט, ערשטע פאל הייבט זיך אן מוזיקאליש און פארט אריבער צו א ווארעמען 'פתחת למוסרי' און פארט צוריק מוזיקאליש. די צווייטע איז גראד שטארק געפיליש און ווארעם, ווען די צווייטע מאל ווען ער ציעט ארויף 'לך לך ...' מאכט עס אויך א געבויעטע פאל.
כ'מיין א צווייטער וואס וואלט נישט געקוקט אזוי אויף פירוש המילות וואלט געזעצט בעסער דעם הויעכן פאל: ובשם, השם אקרא. אנשטאט ובשם השם, אאאאקרא. (איינער פארשטייט מיר?), עפעס אזוי שפיריך.
די חזנות האט מיר גראדע נישט איבערגעריסן צו שטארק, ס'זייער גוט, ווארעם, מוזיקאליש, יאסי גרינ'דיג, און זאנוויל לייגט עס אראפ מיט די גאנצע נשמה, אבער ס'פעלט מיר דא עפעס א אויפרייס, עפעס א 'תורה'...

זאנוויל גיסט זיך אויס זיין הארץ דא, גראדע האב איך אביסל געשפירט ווי ס'איז לייוו, (אפשר ווייל כ'האב פארדעם געזעהן די בוני עולם קליפטשע). און שירה קומט אריין דא זייער שטארק און פראפעשעניל, מיט זייער באוואוסטע אנגעפילטע שיינע קאליר.

און דער יהודה גלילי... ווי זאגט זאנוויל? 'הימליש', עפעס אזוי שפירט זיך דא, שווימט און שוועבט ציווישן כוואליעס און וואלקענעס... זייער פראפעשעניל און מוזיקאליש. זעהט אויס ער האט געהערט אז יוסי גרין האט זייער ליב געהאט יהודה'ס אינטרא ווי ער הייבט אן יאסי'ס 'שלום' ניגון (פון אידיש נחת 3), אזא כוואליעס געפיל, און ער האט עס דא געשמירט אויפן גאנצן ניגון. (יאסי האט עס געזאגט אויף קולמע בשעתו).


כלל ישראל

ווי שרייבט ר' צדוק לאנגער... 'יואלי טיילט פראסקעס'...
נאכן ווערן אביסל פארשלאפן פונעם לעצטן ניגון וואס די געפילן ווערן ערגעצוואו פארשווימט, קומט יואלי און ער שאקלט אויף די מענטש אויף אלע זייטן... די אינטרא פאסיג צו שפילן ווען די חתן קומט אריין... אזוי דורכאויס די גאנצע ניגון, אפשר אביסל צו ווילד, אבער גוט, מוזיקאליש צושפילט און דיקמאניש... טיילט פראסקעס... די פידלען שטורעם ווינטן איז געוואלדיג וכו'..

די ניגון: זייער שיין, קומט אריין קלאר, א היימישע ליטווישע ניגון... פאסיג עס צו הערן זינגען מיט זייער הברה... אבער ס'פיין געזעצט און נישט מאדערן, (יעצט ביים מגיה זיין דעם אנאליז האב איך שוין געהאלטן נאכן איבערבליקן דעם פרישן מאגזין 'קול פליי', פון די איזרעאלישע ראדיא, זעה איך טאקע אז די ניגון איז פון די צען שטערקסטע ניגונים וואס זענען געהערט געווארן אין יענעם ראדיא... ווען מ'בליקט אריין דא אין אונזער היכל'ס אנקעטע הערט זיך עס אביסל פאני... אבער ווי כ'האב געשריבן, דאסי א ליטווישע ניגון, פאר די אידן. שטייצעך לענ"ד לויט מיין ארעמע קאראנע שמעק).

די ערשטע פאל האט מיר גלייך געכאפט, זייער מסודר און זאגט קלאר וואס ער וויל, דערמאנט אביסל פון שמעון יואל'ס טאטע, דאכט זיך ער הייסט ר' פנחס מרדכי, וואס זיינע לעבעדיגע ניגונים זענען גוט געזעצט. די הויעכע פאל האט מיר נישט אינגעאנצן געכאפט, אבער ס'אויך געזעצט גוט און לעבעדיג, גאנץ סימפל אבער פריש. אפשר די אריינגעכאפטע ווערטער 'האסטו נאר אויסגעוועהלט כלל ישראל' האט מיר א טראפקי געבאדערט. אבער ביים 'הבוחר הבוחר בעמו ישראל' ווערט ער צוריק קלאר, שטארק און פשוט.

מ'הערט זאנוויל זינגען שפירט מען אז ער איז געשטאנען נעבן יואלי דיקמאן... לעבעדיג און אביסל צושפילט... זיינע שטיקעס זענען געוואלדיג... די צווייטע מאל ס'ערשטע פאל (ווייטער, די שטיקל פונעם פריוויו..) די פארמאכטע שטימע און ווי ער דרייט דארט, האט מיר עפעס געשמעקט משולם גרינבערער (נעעע...), און די סיום 'ישראאאאל' מוז זיין יואלי'ס איידיע...


יתומים היינו

זייער א שיינע ווארעמע ניגון, נישט צו ציפעדיג און הארציג ווי עס ברויכט פאר אזא טעמע, מ'קען שפירן אז ס'נישט געמאכט דירעקט פאר דעם, אבער ס'איז א הערליכע ניגון, נאר יעצט הייביך אן כאפן ס'געפיל פונעם הויעכן פאל. (כאטש וואס כ'האב דיר געשעצט, שפיר איך ערשט יעצט..). ערשטע פאל איז מוזיקאליש און א חידוש. די הויעכע פאל איז א פשוט'ע הארציגע געשריי שטיקל, מיט א שטיקל קנייטש אויף ארויף וואס מאכט אינטרעסאנט דעם פלעינער פאל.

אבער ווען ליפא שמעלצער שרייבט ווערטער אויף א ניגון חלומ'ט מעניש אז ס'נישט געמאכט אינאיינעם מיטן ניגון... יעדע ווארט קלעבט... בפרט די הויעכע שטיקל 'יתומים היינו' וכו'.
שוין יארן נישט געזעהן אזא ארבעט פון ליפא, כאטש דא דארט האט ער געשריבן הערליכע שיינע זאכן, אבער דא האט מיר עס דערמאנט די 'גוטע צייטן' פון ליפא'ן, ווי ער פלעגט שרייבן פאר מרדכי, יעדע ווארט געמאסטן און אויסגעהאלטן, זיצט ווי א קעניג אויפן נאוט, קיין איין איבעריג ווארט... אזא 'גראמעזיע' - געמישעכטס פון גראמען און פאעזיע.
ביי די ערשטע פאל איז די ווערטער פשוט מעכטיג, הארציג און פאעטיש. מלא חידושים. ביים ערשטן מאל און ביים צווייטן. ביים הויעכן פאל איז עס טאקע אויך שטארק און אויסגעהאלטן, אבער אנטקעגן די ערשטע פאל וואלטעס לענ"ד געקענט זיין נאך בעסער. כ'טרעף נישט די ליין וואס האט מיר אזוי געכאפט. (אזוי אויך איז כלל ישראל, די מצב איז זייער שמאל, איז אביסל אויסגעדראשן.. אדער איז נישט אזוי קלאר די פוינט, כ'קעניש מסביר'ן פונקט פ"וו).

די תוכן איז זייער שיין, הנאה געהאט אז ס'ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער זאנוויל'ס טאטע, אזוי אז ס'איז א נחלת הכלל. די צווייטע מאל די הויעכע פאל גייט ער גלייך אריבער צו כלל ישראל (וואס פאר ר' וועלוועל'ן האט עס געבאדערט), מיר האט גראדע אויסגעזעהן אז ליפא האט געוואלט מאכן א פזמון וואס זאל לויפן ביידע מאל.

יעדע שורה איז גוט, 'איך זעה דיין געזוכט.. כאטש איך האב דיר געשעצט זעה איך ערשט יעצט, וואס באדייט א יתום וכו' (כאניש קיין נערוון שרייבן ס'גאנצע..).
אזוי אויך ביי כלל ישראל.. כ'מיין ביים צווייטן מאל.. ווי ער רעכנט אויס אונזערע אבידות, שכינה שכינה, כתר כהונה (א רמז אז זאנוויל איז א כהן? מיט ליפא קעמען קיינמאל וויסן..). די גאלדענע מזבח שרייט אויך פון די הייעך ווי זענען די קטורת. געוואלדיג!

און ווייטער, זאנוויל ביים ערשטן פאל איז עפעס מעכטיג, ער קומט אריין זייער קלאר און זעצט די ווערטער ווי ס'דארף צו זיין, די רוהיגקייט דא איז א שטיקל חידוש ביי זאנוויל. אבער ביים הויעכן פאל גייט ער ארויס פון די כלים, ער ווערט זייער עמאושעניל, און מיט רעכט... ס'נעמט אביסל אוועק פון די פראפעשעניליזעם אבער ס'מאכט עס מער הארציג כראוי לאותו ניגון. 'טאטי' איז אביסל היינטיג.. האנט 'ביי' האנט זאגט ער מיט א ירושליימ'ע אקציענט. (דאגות..).

און ווייטער משה לאופער, מ'באמערקט איהם ניטאמאל, ובמקום ענוותנותו שם אתה מוצא גדולתו... דאס איז זיין שטארקייט, ארויסברענגען דעם ניגון אויפן בעסטן פארנעם. די אינטרא זעהט אויס סימפל, אבער ווען מ'כאפט כאפט מען אז ס'איז פשוט א שטיקל פונעם געבוי פונעם ניגון, ווער ס'כאפט כאפט...

'קולות: האחים וויינבערגער'. טרעסאנט, די קאליר זעהט נישט אויס אנדערש ווי די אנדערע ניגונים, כ'מיין מלכות און הערשל בריסק. די סיבה דערצו איז פשוט, ווייל די זעלבע מעמבערס זינגען סיי פאר פנחס ביכלער'ן און אויך פאר הערשל, און די אבן היסוד פון די באנדע זענען די צוויי וויינבערגער ברודער, מיכאל מיט די הויעכע דינע שטימע (וויזויהייסטעס), און יאסי מיטן 'בס קול' און שטארקע שטימע, וואס ביידע שטימעס פולן זייער אן א קווייער. און די רעשט איז היסטרי זאגט מען... צו זיי לייגט מען צו נאך שטימעס (כ'אף אז כ'בין 100% קראנט מיט די לעצטע שורות, לחידודא בעלמא, אבער ס'ליגט זיכער עפעס אמת דערפון, קוקטס איבער די פיקטשערס/קליפס פון מלכות אין סטודיו, און נישט נאר פון מלכות).
די צוויי, יאסי און מיכאל, מאכן די קווייער אויף סינגעלס וכדו' דא און דארט (כ'מיין מ'שרייבט 'חברים' אדער גארנישט). דאכט זיך זיי ארבעטן פאר אברומי בערקא, און נאך. אזוי אויך זענען זיי [פון] די בעסטע 'אינטערזינגערס' ביי די ירושליימ'ע פויקער חתונות..
הכללל, זיי מאכן דא א געלונגענעם דזשאב, דורכאויס די גאנצע ניגון, און בפרט ביים הויעכן פאל 'יתומים היינו', ווען זיי שפילן זיך ארום מיטן זאנוויל'ען. זייער שטארק! מ'קען זעהן אז די ניגון האט עפעס גערעדט צו זיי...


ואזכה

א געשמאקע רוהיגע ניגון, א געלונגענע מארש, גוט געזעצט כמנהג משולם. ערשט יעצט הייב איך אן צו הנאה האבן דערפון, ס'האט מיר אויסגעזעהן צו פשוט ציווישן די אנדערע לייבן. אונז זעמיר לכאו' נישט געוואוינט היינט צוטאגס צו די סארט.
דאך בינעך געווען אביסל דיסעפוינטעד, געמיינט אז ער וועט נעמען עפעס שטערקער פון משולם, אזוי ווי זיין 'עד הנה' וואס זאנוויל זינגט, וכדו'.

זאנוויל זינגט דא זייער געשמאק, זייער ליב געהאט ווי ער זינגט די 'ואזכה' יעדעס מאל מיט אזא זיסע קוועטשעלע. ס'זעהט אויס ער האט זייער ליב דעם ניגון.

א געזעצטע ניגון דארף מען געבן פאר הערשל בריסק... איז ער דער משה לאופער אין קווייער'ס.. ער ברענגט ארויס יעדע ניגון אויף א גאלדענעם טאץ. מ'קען שפירן אויף א קווייער אז ער האט עס אנגעפירט, ער איז זייער פראפעשעניל און לייגט אריין אסאך כוחות און הארץ, מ'קען הערן אויף יעדן קוועטש אז הערשל בריסק שטייט אונטער דעם. ער לייגט אויך אסאך צו צום ניגון. (כ'רעד בכלליות, נישט דווקא אויף דעם ניגון).

און אברומי ג. איז דאך אזוי גוט... מ'דארף נישט מאריך זיין צופיל ארויסצוברענגען ס'ווארט 'גוט'. ער באצירט דעם ניגון זייער פראפעשעניל מוזיקאליש און איידל, געוואלדיג.

זייער אינטרעסאנט וואס זאנוויל זאגט אז מ'האט עס עקסטער געמאכט אויפן זעלבן סקעיל, ס'זאל אויסזעהן א המשך פונעם ניגון פארדעם, און נאך בכוונה עצומה. דאסי שוין א חידוש.


ישראל נושע

זייער הארציג און ווארעם, א מאטי שטיינמעטץ ניגון, די ערשטע פאל איז מעכטיג, חידוש'דיג, מיט קרעכצעדיגע בענקענישע קנייטשן. די הויכע פאל איז פשוט און גוט געבויעט, כאטש וואס די ערשטע טייל איז געקפיעט פון 'חיים, חיים, שאל ממך' (בעיקר די 'שאל ממך', די חיים חיים איז א אנדערע גאנג, כאטש וואס ס'חזרט'צעך איבער אויך צוויי מאל), אבער דאך איז עס געבויעט פון פריש, נאך וואס ס'איז ממשיך אויף א אנדערע וועג.

די פרישע ווערטער איז זייער שטארק, בפרט די ערשטע פאל איז ממש געפלאכטן צום ניגון. די הויעכע פאל באדערט מיר עפעס די אידישע ווערטער. זינג עס כאטש איינמאל אויף לשה"ק, אבער ס'נישט צו אפמאכן.
די ניגון קען רוהיג אריינפליסן אינעם חתונה/וכדו' פלעיליסט. זייער געשמאק הארציג און גרינג נאכצוזינגען.

זאנוויל לייגט עס אראפ מיט די גאנצע נשמה און הארץ, די שטיקלעך געבן צו אסאך צום ניגון. זייער הנאה געהאט.

ווייטער, אברומי ג. האט געמאכט א הערליכע ארבעט, בעסער ווי גוט, איידל און גוט אפגעטייטשט די ניגון.
הערשל בריסק פאסט זייער פאר אזא ניגון, א הערליכע ארבעט.


מי ימלל

טרעסאנט, כ'אב זייער ליב דעם ניגון... לענ"ד קען עס זיין א שטערקערע היט פון זמירות. ס'גרינגער צו זינגען און ס'פיל מיט חידושים, ווען זמירות לויפט אויף איין געוויסע מהלך און געבוי, לויפט די ניגון אויף עטליכע קאלירן. זייער א אינטרעסאנטע 'היינטיגע' חסידישע ניגון.

ערשטע פאל איז הערליך, האט די זעלבע געפיל פונעם 'ויקרא, די אייבישטער האט גערעדט, אל משה, צו משה' וכו' פון יאסי גרין... די ווערטער וואס לויפן נאך די ביעט.. און ס'זיצט אזוי געשמאק. א אינטרעסאנטע נייע זיסע שטיקל. די הויעכע פאל הייבט זיך אן פשוט מיט א באוואוסטע היט-תנועה (עפעס שמעקט מיר אז ס'עלטער פונעם 'מי כמוך' פון בערקא, כ'קעמיך נישט דערמאנען. אבער די פראבלעם מיטן מי כמוך איז אז ס'אויך די זעלבע ווארט 'מי', וואס ס'מאכט נאכמער ענדלען). אבער פון דארט פארט עס זייער שיין, יעדע קוועטש, דא ווערט עס א חסידישע שטיקל, מ'קוועטשט איבער דעם גבורות ה' מיט א פרישע קנייטש, און די 'מי מי מי מי ימלל', און ווייטער 'ישמיע, ישמיע' דעמאנט די אלטע געבויעטע ניגונים, אביסל א שמעק פון 'בזו השעה' פון פינקי. די 'ישמיע' איז די זעלבע געשריי פון 'בזו השעה', עפעס אזוי...

די ברידזש האט מיר אביסל געשטערט, ס'מאכט אויסזעהן צוויי עקסטערע ניגונים, כ'ווייס נישט וואס פעלט עס אויס. כ'פארשטיי ס'יוניק, אבער לאז איין מאל די ניגון כמו שהיא. לדעתי איז די ניגון גענוג שיין אן דעם אויך. בפרט ווען כ'זעה נישט די גרויסע עמקות און חידוש פונעם שטיקל. אבער ס'נישט די ערשטע זאך דא אויפן סידי וואס מ'דארף זיך צושטעלן צו די יונגט, וועליכעס לאזן פאר די מבינים (וואס פארשטייט א גוי?..).

די מוזיק דא איז געוואלדיג, איינע פון די פלעצער וואס כ'בין געלאפן בליקן אינעם בוקלעט 'ווער האט דאס געמאכט'... זייער אינטרעסאנט מוזיקאליש און דיפרענטס. צבי בלומענפעלד יכולט'צעך. ער ענדיגט אויך צו זייער יוניק און אומגעראכטן.
בד"וו ווען מ'באטראכט די צוויי הארא ניגונים, מי ימלל און זמירות, שרייט ארויס די ריזיגע נפקא מינא ציווישן נמ"ש און צבי, צוויי וועלטן, יעדער שטארק אויף זיין וועג.
און שטייצעך אז מלכות מלכות'צעך דא, ווי זייער שטייגער...


להתענג

איי אידאס א ניגון... ווי רופט עס יוסי גיל? נשמה!. א שטיק ווארעמקייט, איינער וואס בענקט'צעך און זוכט תענוג. די גאנצע געבוי איז א שלימות. נישטא קיין נאוט וואסי באררינג אדער נישט אין פלאץ. נאך א חידוש פון הערשי וויינבערגער. ס'דערקענט זיך דא אביסל א זעכצן יעריגע פרישקייט און תמימות, די גוטע בחור'ישע יארן ווען מ'מיינט אז די וועלט ענדיגט זיך מיטן משגיח און מגיד שיעור... און די חבורה ליל שישי איז דאס וואס די חבריא קדישא האבן געשפירט ביים שרייבן דעם זוהר... פיין, וואו בינעך פארפארן דא...

די צווייטע פאל איז טאקע די זאך, סיי די פשטות ביים ערשטן חלק און סיי ווען ער פארט ארויף ביים צווייטן מאל. אבער די ערשטע פאל ברענגט דיר אריין צום צווייטן פאל, זייער גוט געבויעט, מ'הערט נישט היינט צופיל אזוינע. און די הויעכע פאל איז די הויעכפונקט, ערשטע מאל פארט ארויף, צווייטע מאל קומט צוריק, געוואלדיג, געפיליש, רוממות.

און ווי דער זאנוויל לייגט עס אראפ.. דאסי ביי מיר די חידוש אויפן סידי, כ'מיין כאנאכנישט געהערט אזאנס פון זאנוויל, די ריינקייט, די קלארקייט, נישט צו שטארק פשוט איידל. און די שטיקעס... יעדע מאל מיט א פרישע טעם און געפיל. בפרט ביים 'מממממ.. להתענג על השם'. ער גיסט דא אויס זיין נשמה.

דוד לייפער קומט אריין טאקע קורץ, אבער דער שנייידט שטיקער. איין שטיקל שרייט מער ווי טויזנט ווערטער, כ'וואלט איהם געוואלט הערן מער, דארף מען טאקע וויסן פ"וו מ'האט איהם געגעבן נאר דיע קליינע שטיקל. ער דערמאנט די אלטע ילדי פלא, יששכר גוטמאן, יואלי טייכמאן וכו', מיט די גאנצע הארץ. און ער ברענגט אריין א יונגערליך שמעק אינעם ניגון...

צבי בלומעפעלד סורפרייזט אונז ווייטער, פשוט הערליך וכו'. און מלכות קווייער קומט אויך אריין שטארק, ביים זינגען דעם ערשטן פאל די צווייטע מאל האב איך געמיינט אז הערשל בריסק האט עס אנגעפירט, די פשטות ווי זיי זינגען דא, די געפיל, און די קרעכטץ ביים צווייטן מאל 'האדם', אימער געווען א חידוש...


מן השמים

דאס איז מיין פעיווערט (און לכאו' פון אלע וואס האבן ליב חזנות אד"ג, כאטש וואסי נאכנישט קיין חזנות ניגון). נו, אז כ'האב נגיעות וועליך טרייען מקצר'ן..

פינקי בלייבט פינקי, פריש בבחינת זקני ת"ח וכו', מיט פרישע חידושים וואס מ'האט נאכנישט געהערט פונעם, בכלל א יצירה מאכט ער זעלטן, געמאכט דאכט זיך איינציגע (בשעה פון שוואקי, תנא דבי אליהו פון מענדי ווערדיגער, תניא א"ר יוסי פון שלום לעמער, און אפשר נאך איינציגע). אבער דאס איז איינס און א גוטס.

אזא ניגון איז געווען ערווארטעט פון זאנוויל.. דורכאויס די גאנצע סידי ווארט מען שוין ווען קומט 'די זאך' פון זאנוויל, אזאנטס וואס פאסט פאר זיינע טענער וכו'. און דא האט פינקי זיך אריינגעלייגט אין זאנוויל'ס שטימע און אהערגעשטעלט א פאסיגע זאפטיגע יצירה.
די גאנצע ניגון מתחילתו ועד סופו איז א פאר היצירה, א מעסטער פיעס, נישט סתם דרייען נאר גוט געבויעט. מ'דארף הערן לכה"פ 15 מאל צו כאפן די סדר... א ניגון וואס מ'קען הערן און הערן. יעדע שטיקל פאר זיך איז א חידוש און א יצירה.

די 'מן השמים' שטיקל איז א היט, פינקי בתפארת תפארתו... געבויעט ווי א פעסטע בנין, אראפ און ארויף, איין שטאפל נאכן צווייטן, ביזן 'גם כל העולם כולו חל מפניך' אא"וו. (געזעצן און געזינגען מיט אפאר חברים און אינמיטן איז אריינגעקומען די 'מן השמים'שטיקל, נאכאמאל און נאכאמאל.. הערליך!).

און ווען עס קומט צום 'תורה'... האט ער מיר דערשראקן און סורפרייזט... געמיינט אז כ'האב שוין געהערט וואס ער קען... מ'דארף פארשטיין אז ס'נישט קיין חזנות, מיטן חזנישן שטימע קעמען דרייען און ארויפציהען ביזן לבנה, מרעדט דא פון זיין געהעריגע שטימע, און דאס איז א חידוש, דאס האט מען נאכנישט געהערט אויך פון זאנוויל אליינס (דאכט זיך).

די לעבעדיגע שטיקל איז נישט אזא היט ווי ס'גוט געבויעט. פירוש המילות. און די צווייטע מאל זינגט עס זאנוויל הערליך, ער דרייט מיטן שופר.., לייגט עס אראפ קורץ און שארף.

פינקי אליינס לייגט אויך צו אסאך מיטן זיין זינגען, די מן השמים איז אזא גוט שטיקל אזש פינקי מוז נישט פארדרייען די ניגון עס צו מאכן אינטרעסאנט... חוץ פון אפאר זאפטיגע קנייטשן.. פינקי'דיג כהלכתו... און ווען ער זינגט אונטער זאנוויל'ען... און ווען ביידע מאכן אינאיינעם יענע קנייטש דארט... כ'וואלט געוואלט הערן נאך א שטיקל פון זיי צוויי, ווען זאנוויל איז דער וואס זינגט העכער פינקי.

פינקי האט א חוש צו נעמען פארצייטישע הייליגע תנועות, און עס אריינפיטן אין א היינטיגע געבויעטע ניגון. צו. ב. ביי תניא א"ר יוסי פון שלום לעמער לייגט ער אריין די איכה קרעכטץ-תנועה ביים שטיקל 'שמעתי בת קול שמנהמת כיונה ואומרת' וכו'. 'ובוכה ומספיד עליהם..' פון שוואקי האט אויך אן אלטע שמעק. די כל נדרי פון מיכאל האט א פיצי שמעק טאביק פון יום כיפור. אזוי אויך ביי דעם ניגון שפירט זיך עפעס יום טוב'דיג, אזוי ווי יענער האט געשריבן 'ראש השנה ביי מוסף', די 'גם כל העולם כולו' איז עפעס פארצייטיש בנוסח היינטיג...

משה לאופער מאכט דא ווידער א שלימות'דיגע דזשאב, געוואלדיג. ער ברענגט עס ארויס אויפן העכסטן שטאפל. כאטש וואס מ'וואלט אפשר געווארט אויף א מונה שטיקל, אבער יעדער האט'צעך זיין גאנג און זיינע טאלאנטן, דער האט אהערגעשטעלט א שלימות.

און דא קעמען פיין אנמערקן די פינגערפרינטן פון הערשל בריסק, די קווייער דא איז מאסיוו. אויף יעדע שפיר און ריר.

כ'וואלט זייער שטארק געוואלט, ווי יעדער, זעהן ווי זאנוויל לייגט אראפ לייוו דעם ניגון... און נאך בעסער אינאיינעם מיט פינקי..

- - -

יישר כוח זאנוויל און אלע ארומיגע פארן געבן א אמת'ע הנאה, אויפן העכסטן און היימישסטן קוואליטעיט.
זאלט עטס זוכה זיין צו אלעם גוטן 'מן השמים', און אונז זאמיר זוכה זיין זיין צו נאך אזעכע גוטע סחורה, להגדיל שירה ולהאדירה, ביאמשיצקיינו מייראמייינו אמן!

טעם ונשלם..
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 1:57 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

שרעקעדיג גוט
אריין אונעם קומענדיגע דשורנאל
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

;l;p- ;l;p- ;l;p- נמ''ש! אן אטאם באמבע...
וואס זאל איך זאגן? נע... ענדערש וועל איך גארנישט זאגן... די אנאליז איז העכער פון וואס איך קען ארויסברענגען...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

מה בכך האט געשריבן:שרעקעדיג גוט
אריין אונעם קומענדיגע דשורנאל
masmid האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- נמ''ש! אן אטאם באמבע...
וואס זאל איך זאגן? נע... ענדערש וועל איך גארנישט זאגן... די אנאליז איז העכער פון וואס איך קען ארויסברענגען...
#איך-פארק-מענטשליך
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

ווווווווווואאאאאאאאאאףףףףףףףף!!!!!

אפט נארמאל!!!

@נמ"ש נישט דא קיין ווערטער!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נמש נישט נארמאל. הערליכע אנאליז!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
.די צווייטע פאל איז די היט פונעם ניגון, זייער געשמאק און ניי, ווי זאגט ר' וועלוול: די שטיקל וואס האט איהם געמאכט נעמען די ניגון... די ערשטע פאל איז זייער גוט אפגעטייטשט און עכט חסידיש שבחסידיש און זייער גוט געבויעט. די הויעכע פאל הייב איך ערשט יעצט אן אביסל צו שפירן, נאכן זיך בארוהיגן פונעם '[b]טאטע' גניבה'לע
...

טעם ונשלם..


געגנב'ט פון ווי ?
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
.די צווייטע פאל איז די היט פונעם ניגון, זייער געשמאק און ניי, ווי זאגט ר' וועלוול: די שטיקל וואס האט איהם געמאכט נעמען די ניגון... די ערשטע פאל איז זייער גוט אפגעטייטשט און עכט חסידיש שבחסידיש און זייער גוט געבויעט. די הויעכע פאל הייב איך ערשט יעצט אן אביסל צו שפירן, נאכן זיך בארוהיגן פונעם טאטע' גניבה'לע
...

טעם ונשלם..


געגנב'ט פון ווי ?
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מה בכך האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
.די צווייטע פאל איז די היט פונעם ניגון, זייער געשמאק און ניי, ווי זאגט ר' וועלוול: די שטיקל וואס האט איהם געמאכט נעמען די ניגון... די ערשטע פאל איז זייער גוט אפגעטייטשט און עכט חסידיש שבחסידיש און זייער גוט געבויעט. די הויעכע פאל הייב איך ערשט יעצט אן אביסל צו שפירן, נאכן זיך בארוהיגן פונעם '[b]טאטע' גניבה'לע
...

טעם ונשלם..


געגנב'ט פון ווי ?

די ווארט 'טאטע' איז די זעלבע טאטע פון 'מיר דאנקען דיר טאטע, אוי טאטע, ברכנו אבינו וכו'... (שהחיינו פון אייזיק האניג).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
.די צווייטע פאל איז די היט פונעם ניגון, זייער געשמאק און ניי, ווי זאגט ר' וועלוול: די שטיקל וואס האט איהם געמאכט נעמען די ניגון... די ערשטע פאל איז זייער גוט אפגעטייטשט און עכט חסידיש שבחסידיש און זייער גוט געבויעט. די הויעכע פאל הייב איך ערשט יעצט אן אביסל צו שפירן, נאכן זיך בארוהיגן פונעם '[b]טאטע' גניבה'לע
...

טעם ונשלם..


געגנב'ט פון ווי ?

די ווארט 'טאטע' איז די זעלבע טאטע פון 'מיר דאנקען דיר טאטע, אוי טאטע, ברכנו אבינו וכו'... (שהחיינו פון אייזיק האניג).

די ניגון האט מיר גערינגט א בעלל כהאניש געקענט כאפן פון ווי... טענקס נמ"ש@
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

דעי אנאליז איז דאך טיפיקל @נמ"ש מיט זיין חוט המשולש
גוטע אויערן,
ריכטיגע מבינות,
זאפטיגע שפראך,

אבער דאס מאל האסטו עס אהערגעשטעלט מיט א שמוץ אריבער ב"ה
אין מילים.....
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גרויסן דאנק פאר אלע הארציגע באדאנקערס!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

זאלעכעס מאכן און א פד"פ ?
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

wow wow!!!!!

מאסיוו געשריבן!!!!

נאר מיט שמחה האט געשריבן:פינקי האט א חוש צו נעמען פארצייטישע הייליגע תנועות, און עס אריינפיטן אין א היינטיגע געבויעטע ניגון. צו. ב. ביי תניא א"ר יוסי פון שלום לעמער לייגט ער אריין די איכה קרעכטץ-תנועה ביים שטיקל 'שמעתי בת קול שמנהמת כיונה ואומרת' וכו'. 'ובוכה ומספיד עליהם..' פון שוואקי האט אויך אן אלטע שמעק. די כל נדרי פון מיכאל האט א פיצי שמעק טאביק פון יום כיפור. אזוי אויך ביי דעם ניגון שפירט זיך עפעס יום טוב'דיג, אזוי ווי יענער האט געשריבן 'ראש השנה ביי מוסף', די 'גם כל העולם כולו' איז עפעס פארצייטיש בנוסח היינטיג...

גראדע אויך די חלק פון 'בקולות וברקים' דערמאנט זייער זייער שטארק פון יוסל'עס 'לא תחמוד' [פאר ווער עס ווייסט וואס מען רעדט..]

אגב: דער 'מן השמים' ניגון איז אויך מיין פעיוועריט [און עס איז בעצם די איינציגסטע ניגון פונעם אלבוים וואס איך האב 'עכט' ליב]
איידל און באחיינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 6:47 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איידל און באחיינט »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ברכנו
כ'וואלט געזאגט אז ביים צווייטן מאל פארדרייען דעם טאטע(...) האט ער אביסל געוויזן אז דאס איז א בדיעבד'יגע פאל... לענ"ד האט ער געדארפט זינגען כאטש נאך איין מאל גראד דעם פאל.

דאס זעט מיר אויס סתם ווי א שיינע דריי, ער טוט דאך עס נאר איינמאל, זעט נישט אויס ווי ער פרובירט עפעס צו פארווישן.

ותחזינה
זייער א שטארקע ניגון, טאקע פינקי, אבער נישט זיין געווענליכע היט סטייל (חננו ועננו, לכתך, רחם, עננו וכו' וואסי מער מסודר-געזעצטע ווערטער) נאר מער א פירוש המילות'דיגע וועג (אין די סעריע פון 'וברצונך', 'וזכור לנו' פון אייזיק'ן, 'מלאכי רחמים' און נאך).

זיי בעסער מסביר די חילוק פון די צוויי סארטן נגינום

יתומים היינו
האנט 'ביי' האנט זאגט ער מיט א ירושליימ'ע אקציענט. (דאגות..)

אויכעט זאגט ער א איד און נישט א יוד (איך וואלט גראדע אפי' אלס אמעריקאנער געזאגט ביי און נישט בא וואס הערט זיך נישט פאעטיש)

מן השמים
פינקי בלייבט פינקי, פריש בבחינת זקני ת"ח וכו', מיט פרישע חידושים וואס מ'האט נאכנישט געהערט פונעם, בכלל א יצירה מאכט ער זעלטן, געמאכט דאכט זיך איינציגע (שמעתי פון שוואקי, תנא דבי אליהו פון מענדי ווערדיגער, תניא א"ר יוסי פון שלום לעמער, און אפשר נאך איינציגע). אבער דאס איז איינס און א גוטס.

די מיינסט מסתמא בשעה פון די אלבום ידיד


גראדע האסטו גארנישט געשריבען איבער די קינדער קווייער

שכ''ח נמש'ל פארן נעמען די מי צו שרייבן דעם הערליכען אנאליז מיט א שמוץ אריבער, עס האט זיכער גענוצט אסאך קאפ און צייט.

קיפ דעם קאמינג!
לעצט פארראכטן דורך איידל און באחיינט אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 11:51 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

.
לעצט פארראכטן דורך עפעס א מענטש אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 8:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

נמ״ש! געוואלדיג!
געלט גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט גייער »

איידל און באחיינט האט געשריבן:
שכ''ח נמש'ל ...

וואס איז די משל?!...
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

די אנאליז איז הימליש און נמש'דיג
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:[align=center]זאנוויל וויינבערגער - מן השמים
[/align]


גיימיר זיך אויפשארן די ארבל און שרייבן מיינע געפילן אויפן סידי וואס מ'האמיר באקומען 'מן השמים' (תרתי משמע). ובשם ה' נעשה ונשמע פלעגט יענער זאגן..

פון זאנוויל אליינס פעלט נישט אויס צו רעדן, א מתנה פון א שטימע, א געשאנק פון א כח אראפצולייגן זאפטיג א ניגון, זייער א אייגנארטיגע שטימע, קלאר, ריין, שיין, פליסיג, ווארעם, וכו', זינגט זייער פראפעשעניל, באלעבאס אויף די נאוטן, און שפאנצירט ארום מיט זיי אויף די לענג און די הייעך ווי ביים טאטן און וויינבערגער...

די סידי איז א שלימות פון א יצירה, עפעס א פרישע זאך טאקע, אינגאנצן זאנוויל'דיג, דא דארט קעמען שמעקן אביסל אייזיק האניג'ס שטארקייט און ווארעמקייט, שרולי אדלערס קונצליכע געזינגעכטס, אברהם פריעד'ס זיסקייט און נאך, שלום לעמער'ס חזנות'דיגע שטימע, די אלטע מתיקות טעיפס, ליפא שמעלצער'ס גוטע זאכן האב איך ערגעצוואו געשפירט. בקיצער, עפעס א געמישעכטס דא דארט וואס דערמאנט די גוטע סחורה. (וואס גראדע קענען מאנכע אויך אנקוקן אלס חיסרון פאר די היינטיגע דארשט). די סידי איז אין די סעריע וואס מ'דארף הערן אסאך מאל צו כאפן יעדע דיטעיל, און מ'קען הערן אסאך מאל הנאה צו האבן. נישט עפעס וואס קומט און גייט.

מ'קען זאגן די סידי איז עכט חסידיש, אבער אויפן היינטיגן קוואליטי. מ'דערקענט דא גוט ר' יוסף משה כהנא'ס סטעמפל, די היינטיגע חסידישע געשמאק. פנחס ביכלער'ס קריעטיוועטי, יוסי גיל'ס הבנה, און איבעראלעם יוסי האניג'ס פראפעשענליזעם, א פרישע שטערן מיט א דעת זקנים.

און פון די מיקס ברויך מען זיכער נישט שמועסן, ס'שרייט'עך פון אלע ווינקלען.

פונעם בוקלעט דארף מען רעדן?.. די גרעפיקס וועליך לאזן פאר אנדערע, די באשרייבונגען איז זייער אינטרעסאנט און יוניק, ס'מאכט שפירן כאי' מ'נעמט דא קעיר פון די עולם הנגינה... די באשרייבונגען לכשעצמם איז הערליך באשריבן, און דער וואס קען פנחס ביכלער'ס פעדער דערקענט גלייך וועריז דער שרייבער (פנחס פלעגט שרייבן מיט יארן צוריק אין 'קהילות' פון המבשר, ער פלעגט באשרייבן אלטע פארצייטישע ניגונים, און נאך פארשידנס. אזוי אויך שרייבט ער היינט דא און דארט).
דער וואס האט עס איבערגעזעצט אין אידיש האט געמאכט צו א גוטע דזשאב... איבערגעטייטשט ווארט ביי ווארט, ווי עטליכע האבן געשריבן. כ'וועל נאר שרייבן א ביישפיל, אין לשה"ק איז דא אזא מליצה וואס שטאמט פון 'אחים לצרה' און מ'נוצט עס אויף אסאך מינ'ע קירבא'ס, דא האט פנחס געשריבן 'אחים לשירה אחים לפארעטשע', א שיינע מליצה, אבער אין אידיש איז נישטא אזא מליצה (ניגון 'ואזכה') 'ברודער צו זינגען ברודער צו די פארענטשע'...

פיין, לאמיר נישט פארקריכן, לאמיר צוגיין צו די ניגונים. האמיר שוין יוצא געווען ידי קריטיק אויך...

- - -

הללו

'דאס' איז אן התחלה... ס'האט מיר שטארק געכאפט, זייער יוניק און דיפרענטס.

א געשמאקע זאפטיגע רוהיגע לידל, מיט די אינטרעסאנטע מוזיקאלישע מהלך וואס נאר הערשי ראטנבערג איז געשאנקען געווארן.
בפרט די ערשטע פאל, און בפרטי פרט די ערשטע שטיקל: 'הללוהו את ה' מן השמים' אידאך מתוק מדבש. מ'קען עס אנהייבן פון פריש נאכמאל און נאכאמאל און נישט זאט ווערן, יעדענס מאל מיט א פרישע פרישקייט.
אויך די צווייטע פאל איז גאשמאק און אינטרעסאנט. די הויעכע האט מיר אנפאנג אביסל געבאדערט, יעצט כאפ איך אביסל וואס ער וויל דא, בפרט ווען ער קומט אראפ די 'כי נשגב שמו לבדו'... זיס.

זאנוויל זינגט דא פריש, דערמאנט אביסל אברהמ'ל, זיינע שטיקעס דא לייגן צו א זיסקייט, ווען ער דרייט אדער ציט ארויף און צוריק אראפ וחוזר חלילה. די קווייער'ס זענען זייער געשמאק. און ווען זאנוויל שפילט זיך מיט שירה קווייער ווען ער 'ביעט אריין' אין זיי, איזעס ציקער זיס. כ'קען פארשטיין פ"וו ס'איז איהם געווען שווער ביי דעם ניגון, ער דארף זיך ארומשפילן ציווישן די טראפן פון פעסטקייט און רוהיגקייט.
אין קורצן: א זיס לידל.

צבי בלומענפעלד איז איינע פון די חידושים אויפן סידי, וואס כאטש ער האט שוין לאנג אויפגעוויזן וואס ער קען, שטעלט ער זיך דא ארויס אויפן פראנט פון די היינטיגע גוטע אראנדזשירערס. ער טייטש'ט אפ דעם ניגון און מאכט עס פאר א שלימות.

עמיר זעהן אויב ס'גייט אויפכאפן ביים היימישן ציבור. הכל תלוי במזל אפי' הערשי ראטנבערג'ס היט ניגונים.
הייב אן נאכאמאל... הללו את ה' מן השמים... איי איי איי...

אקעי, דאסי נאר געווען א טעימה'לע פארן סידי, יעצט הייבט זיך אן די סידי...


ברכנו

א אלטע פארצייטישע געשמאקע ניגון. א שטיק שמחה, דערמאנט די ניגונים פון מתיקות וכדו', ותגדלם בתורתך (אויך פון ר' יו"מ) שהחיינו וכו'. ר' יוסף משה האט דעליווערט א גוטס, אזוי ווי ס'פאסט פאר אבי אבות ההיינטיגע-עכט-חסידישע נגינה.

די געבוי פונעם ניגון מיט די ווערטער אינאיינעם טייטשן אזוי גוט אפ דעם 'ברכנו אבינו' לארכה ולרחבה... ערשטע פאל איז לשון קודש גערעדט. ביים צווייטן איז ער מסביר דעם 'ברכנו': בענטש בענטש. דיינע קינדער, מ'רעדט'עך צו 'אבינו'.. ווייל כי אנו בניך.. און דערצו גראמט עס דאך מיטן כולנו באור פניך (א שלימות'דיגע גראם, כאטש וואס 'חסדך' אדער 'רחמיך' וואלטן אנדערע אויך צוגעלאזט...). און די הויעכע פאל גייט ער גראד צום 'אבינו': אוי טאטע, טאטע... ברכנו וכו'.

די צווייטע פאל איז די היט פונעם ניגון, זייער געשמאק און ניי, ווי זאגט ר' וועלוול: די שטיקל וואס האט איהם געמאכט נעמען די ניגון... די ערשטע פאל איז זייער גוט אפגעטייטשט און עכט חסידיש שבחסידיש און זייער גוט געבויעט. די הויעכע פאל הייב איך ערשט יעצט אן אביסל צו שפירן, נאכן זיך בארוהיגן פונעם 'טאטע' גניבה'לע... ס'הייבט מיר אן צו כאפן, ווען מ'טראכט פירוש המילות האט די ניגון א אנדערע צורה אינגאנצן. זייער ווארעם און לעבעדיג. ס'שטעלט זיך אביסל אפ, טאטע, אוי טאטע, און ס'פליסט ווייטער 'ברכנו אבינו וכו'.. אויפן זעלבן געדאנק בערך פונעם צווייטן פאל, בענטש בענטש, - - בענטש דיינע קינדער...

זאנוויל זינגט דא מיט די גאנצע פרישקייט און ברען, חסידיש און היימיש. כ'וואלט געזאגט אז ביים צווייטן מאל פארדרייען דעם טאטע(...) האט ער אביסל געוויזן אז דאס איז א בדיעבד'יגע פאל... לענ"ד האט ער געדארפט זינגען כאטש נאך איין מאל גראד דעם פאל. ביים צווייטן מאל די ערשטע פאל געבט ער א קנייטש ביים ברכנווו אבינווווו.. נו, בענטש שוין... און די קוועטש ביים ל' פון כולנו מאכט עס נאכמער חסידיש... ער ענדיגט די ניגון איז עס סימפל, זאנוויל.

די קווייער'ס באמערקט מען ניטאמאל אזוי שטארק, און דאסי גראדע א מעלה, דערווייל נאכנישט געכאפט די מלכות שטיקלעך דא.

משה לאופער כהלכתו ככל משפטו וחוקתו... דערמאנט אזוי די אלטע צייטן... א פארצייטישע אינטרא, מיטן היינטיגן מיקס...

געוואוט פאר דעם ניגון אז ס'גייט פאראייביגט ווערן (פארגעסט נישט אז די אנקעטע איז געווען א טאג נאכן הערן ס'ערשטע מאל..), נישט אז כ'האלט אז ס'גייט בכלל אריינגיין. שוין יארן וואס א לעבעדיגע חסידישע ניגון טרעפט נישט קיין פלאץ ביים היימישן ציבור, די איינציגע וואס זענען אריין זענען אויך אזעכע וואס ווערן שטאט אינמיטן (אוי, אוי, כי טוב האשעם... אהה לע לא אה לע לא אלוקי... וכו')... און געווענליך זינגט מען נאר דעם שטיקל, אדער שמירט מען שנעל איבער די לעבעדיגע ביז די הארא שטיקל... אבער אויב גייט 'ברכנו' יא אריינגיין קען עס פאראייביגט ווערן לענ"ד, אין די סעריע פון ותגדלם אא"וו וואס עד היום הזה קעמענעס הערן זינגען. א עכטע חסידישע פארצייטישע געזעצטע ניגון.


ותחזינה

זייער א שטארקע ניגון, טאקע פינקי, אבער נישט זיין געווענליכע היט סטייל (חננו ועננו, לכתך, רחם, עננו וכו' וואסי מער מסודר-געזעצטע ווערטער) נאר מער א פירוש המילות'דיגע וועג (אין די סעריע פון 'וברצונך', 'וזכור לנו' פון אייזיק'ן, 'מלאכי רחמים' און נאך).

די ניגון איז א שטיק בענקעניש און תשוקה, ביים ערשטן פאל פארט ער פונקט פארקערט פון וואו דו האסט געטראכט... מוזיקאליש און סימפל. די צווייטע פאל קוועטשט ער אריין דעם 'עינינו' און דעם 'בשובך לציון'.. א שטיק הארץ און א אמת'ע בענקשאפט מ'זאל שוין זעהן מיטן 'עינינו' דעם 'בשובך לציון'.
כ'טראכט ס'וואלט געווען בעסער ווען מ'זינגט די ערשטע פאל צוויי מאל, נישט ווי די היינטיגע מהלך אז מ'פליהט שנעל צום הויעכפונקט, אבער מיט מבינים גיי איך זיך נישט מבינ'ענען...

זאנוויל זינגט דא פשוט הארציג און פירוש המילות'דיג. די קרעכטץ ביים צווייטן מאל 'ותהי לרצון' איז שיין (90% אמת'דיג). ביים סיום ציעט ער ארויף, ווידעראמאל סימפל זאנווילדיג.

משה לאופער טייטשט'עך אפ דעם ניגון אזוי גוט, ער ברענגט ער ארויס די בענקשאפט-ניגון ווי נאר ער קען. פינקי שיקט אפציעל צו 'לויפערן' פאר זיינע שטאטע ניגונים. צום פאזעל פעלט הערשל בריסק.. אבער פנחס ביכלער איז נישט קיין קטלא קניא.. זייער שיין.


זוכרי זמירות

א פרישע לעבעדיגע געזעצטע שטיקל בשר... מ'הערט די ניגון וויל מען כאפן א שפרינגל אינעם רינגל... דער פינקי האט פשוט 'געזעצט' די ווערטער תרתי משמע... א שלימות פון א חתונה היט ניגון, מיט א חסידישע היינטיגע טעם, פריש פריש געבאקן - קאכעדיג!
די 'לעולם-עולם ועד' איז נישט פארצייטיש.. אבער דאס גייט היינט... ביים צווייטן מאל גראדע שפילט ער זיך דערמיט ס'זאל בלייבן פשוט 'לעולם ועד', אזש די חסידישע אידן זאלן נישט זיין צו ברוגז...

און ווי יעדער זאגט, די ניגון איז 'זאנוויל', ס'ברענגט ארויס זיין שטארקייט און פרישקייט. און ער לייגט עס אראפ מיט אלע באקן... יעדע נאוט איז געזעצט כהלכה... די שטיקלעך איז דא געוואלדיג, בפרט ביי די ערשטע פאל די צווייטע מאל, די שטיקל פונעם פריוויו (א פיינעם פריוויו געמאכט גראדע...).
און יא, דא קומט אריין מלכות פלאץ, פאר דעם זענען זיי דאך דא... הערליך.

און ווי קעמען פארגעסן פונעם נמ"ש הגדול.. נפתלי משה לייגט אראפ א ארבעט, וואס אין די סטייל איז ער [פון] די בעסטע. ער האט זיך זיין באוואוסטע מהלך (בצאת ישראל, זאל שוין זיין, נאך אביסל, וכו' וכו'), ער הייבט אן אינטרעסאנט און רוהיג, יעדענס מאל מיט א אנדערע איידיע, און פלוצלינג באומפט ער אריין מיט א פרישקייט. פאר היט-ניגונים איז נמ"ש דער אדרעס, ער קען זייער גוט דעליווערן די סטייל. (זייער אסאך היטס איז נמש'ס מלאכה, 'נשמה וואו ביסטו', 'ר' ישעי' ב"ר משה', 'ריבון העולמים' פון פריעד, 'מזרח מערב' פון ליפא, 'ניגון חב"ד' פון בערי, 'חננו ועננו' פון לוי כהן, און אסאך אנדערע באוואוסטע). ער האט עפעס א ספעיצעלע חוש צו די סארט ניגונים.

אמר"ש פון נמ"ש.. ווער ס'לייגט צו קאפ כאפט אז ער שטעלט צו אייביג א אינטרא וואס ס'זאל זיין א חלק פונעם ניגון, וואס מ'קען געווענליך נישט אויסלאזן. און דעם איז ער א תלמיד פון משה לאופער (דאכט זיך אז ער פאררופט זיך אפציעל זיין תלמיד, כאטש וואס זיי האבן שטייצעך נישט אקוראט די זעלבע געפילן), משה לאופער האט געזאגט אין א אינטערוויו אז די נפקא מינא 'בשיטה' ציווישן איהם און מונה איז אז מונה מאכט א אינטרא טיף אינטרעסאנט און מוזיקאליש, און משה קוקט די ערשטע זאך ס'זאל זיין א חלק פונעם ניגון מ'זאלעס קענען נאכזינגען. (און ווייטער, און געפיל האבן זיי נאך מיליאן נפקא מינא'ס..). יעדער קען דאך גוט זיינע שטיקלעך פון 'זכרנו לחיים' וכו' וכו' וכו', אבער דאס איז געווענליך זיין מהלך ביי אלע ניגונים. און נמ"ש גייט געווענליך אין זיין וועג.

נחזור לענינינו... ס'הייבט זיך אן די ניגון קומט ארויף א שמייכל, די שטיקל וואס לויפט ארום די ניגון איז אייזן גוט און צוגעפאסט צום ניגון, וואס זעהט נישט אויס אז מ'קען נאכזינגען דעם ניגון אנ'עם. אזוי ווי מלוך'ס שטיקל, וואס די גאנצע עוילעם ברימט זיך אונטער... (גראדע האט מיר איינער פארציילט אז ער האט געהערט מלכות קווייער לייוו ביי א חתונה זינגען דעם מלוך, זיי מאכן מטעמים פון די שטיקל... זיי זינגען עס איבער און איבער, ארויף א טאן און אראפ...).


אנא ה'

יעדע ניגון דא איז א בריליאנט, אבער מ'קומט אן צו דעם ניגון שפירט מען 'אקעי, יאסי בלייבט קעניג און קעניג בלייבט יאסי'... כ'ווייסיש פ"וו, אבער דאס האביך געשפירט דא... די ווערטער זיצן, פירוש המילות, מוזיקאליש, פעסט געבויעט, חידוש, ווארעמקייט, (דאס וואס כ'שרייב אויף אלע ניגונים דא, אבער פארשטייסט וואסעכמיין...).

די ניגון איז פלעין 'גוט', א שטיק ווארעמקייט, ערשטע פאל הייבט זיך אן מוזיקאליש און פארט אריבער צו א ווארעמען 'פתחת למוסרי' און פארט צוריק מוזיקאליש. די צווייטע איז גראד שטארק געפיליש און ווארעם, ווען די צווייטע מאל ווען ער ציעט ארויף 'לך לך ...' מאכט עס אויך א געבויעטע פאל.
כ'מיין א צווייטער וואס וואלט נישט געקוקט אזוי אויף פירוש המילות וואלט געזעצט בעסער דעם הויעכן פאל: ובשם, השם אקרא. אנשטאט ובשם השם, אאאאקרא. (איינער פארשטייט מיר?), עפעס אזוי שפיריך.
די חזנות האט מיר גראדע נישט איבערגעריסן צו שטארק, ס'זייער גוט, ווארעם, מוזיקאליש, יאסי גרינ'דיג, און זאנוויל לייגט עס אראפ מיט די גאנצע נשמה, אבער ס'פעלט מיר דא עפעס א אויפרייס, עפעס א 'תורה'...

זאנוויל גיסט זיך אויס זיין הארץ דא, גראדע האב איך אביסל געשפירט ווי ס'איז לייוו, (אפשר ווייל כ'האב פארדעם געזעהן די בוני עולם קליפטשע). און שירה קומט אריין דא זייער שטארק און פראפעשעניל, מיט זייער באוואוסטע אנגעפילטע שיינע קאליר.

און דער יהודה גלילי... ווי זאגט זאנוויל? 'הימליש', עפעס אזוי שפירט זיך דא, שווימט און שוועבט ציווישן כוואליעס און וואלקענעס... זייער פראפעשעניל און מוזיקאליש. זעהט אויס ער האט געהערט אז יוסי גרין האט זייער ליב געהאט יהודה'ס אינטרא ווי ער הייבט אן יאסי'ס 'שלום' ניגון (פון אידיש נחת 3), אזא כוואליעס געפיל, און ער האט עס דא געשמירט אויפן גאנצן ניגון. (יאסי האט עס געזאגט אויף קולמע בשעתו).


כלל ישראל

ווי שרייבט ר' צדוק לאנגער... 'יואלי טיילט פראסקעס'...
נאכן ווערן אביסל פארשלאפן פונעם לעצטן ניגון וואס די געפילן ווערן ערגעצוואו פארשווימט, קומט יואלי און ער שאקלט אויף די מענטש אויף אלע זייטן... די אינטרא פאסיג צו שפילן ווען די חתן קומט אריין... אזוי דורכאויס די גאנצע ניגון, אפשר אביסל צו ווילד, אבער גוט, מוזיקאליש צושפילט און דיקמאניש... טיילט פראסקעס... די פידלען שטורעם ווינטן איז געוואלדיג וכו'..

די ניגון: זייער שיין, א היימישע ליטווישע ניגון... פאסיג עס צו הערן זינגען מיט זייער הברה... אבער ס'פיין געזעצט און נישט מאדערן, (יעצט ביים מגיה זיין דעם אנאליז האב איך שוין געהאלטן נאכן איבערבליקן דעם פרישן מאגזין 'קול פליי', פון די איזרעאלישע ראדיא, זעה איך טאקע אז די ניגון איז פון די צען שטערקסטע ניגונים וואס זענען געהערט געווארן אין יענעם ראדיא... ווען מ'בליקט אריין דא אין אונזער היכל'ס אנקעטע הערט זיך עס אביסל פאני... אבער ווי כ'האב געשריבן, דאסי א ליטווישע ניגון, פאר די אידן. שטייצעך לענ"ד לויט מיין ארעמע קאראנע שמעק).

די ערשטע פאל האט מיר גלייך געכאפט, זייער מסודר און זאגט קלאר וואס ער וויל, דערמאנט אביסל פון שמעון יואל'ס טאטע, דאכט זיך ער הייסט ר' פנחס מרדכי, וואס זיינע לעבעדיגע ניגונים זענען גוט געזעצט. די הויעכע פאל האט מיר נישט אינגעאנצן געכאפט, אבער ס'אויך געזעצט גוט און לעבעדיג, גאנץ סימפל אבער פריש. אפשר די אריינגעכאפטע ווערטער 'האסטו נאר אויסגעוועהלט כלל ישראל' האט מיר א טראפקי געבאדערט. אבער ביים 'הבוחר הבוחר בעמו ישראל' ווערט ער צוריק קלאר, שטארק און פשוט.

מ'הערט זאנוויל זינגען שפירט מען אז ער איז געשטאנען נעבן יואלי דיקמאן... לעבעדיג און אביסל צושפילט... זיינע שטיקעס זענען געוואלדיג... די צווייטע מאל ס'ערשטע פאל (ווייטער, די שטיקל פונעם פריוויו..) די פארמאכטע שטימע און ווי ער דרייט דארט, האט מיר עפעס געשמעקט משולם גרינבערער (נעעע...), און די סיום 'ישראאאאל' מוז זיין יואלי'ס איידיע...


יתומים היינו

זייער א שיינע ווארעמע ניגון, נישט צו ציפעדיג און הארציג ווי עס ברויכט פאר אזא טעמע, מ'קען שפירן אז ס'נישט געמאכט דירעקט פאר דעם, אבער ס'איז א הערליכע ניגון, נאר יעצט הייביך אן כאפן ס'געפיל פונעם הויעכן פאל. (כאטש וואס כ'האב דיר געשעצט, שפיר איך ערשט יעצט..). ערשטע פאל איז מוזיקאליש און א חידוש. די הויעכע פאל איז א פשוט'ע הארציגע געשריי שטיקל, מיט א שטיקל קנייטש אויף ארויף וואס מאכט אינטרעסאנט דעם פלעינער פאל.

אבער ווען ליפא שמעלצער שרייבט ווערטער אויף א ניגון חלומ'ט מעניש אז ס'נישט געמאכט אינאיינעם מיטן ניגון... יעדע ווארט קלעבט... בפרט די הויעכע שטיקל 'יתומים היינו' וכו'.
שוין יארן נישט געזעהן אזא ארבעט פון ליפא, כאטש דא דארט האט ער געשריבן הערליכע שיינע זאכן, אבער דא האט מיר עס דערמאנט די 'גוטע צייטן' פון ליפא'ן, ווי ער פלעגט שרייבן פאר מרדכי, יעדע ווארט געמאסטן און אויסגעהאלטן, זיצט ווי א קעניג אויפן נאוט, קיין איין איבעריג ווארט... אזא 'גראמעזיע' - געמישעכטס פון גראמען און פאעזיע.
ביי די ערשטע פאל איז די ווערטער פשוט מעכטיג, הארציג און פאעטיש. מלא חידושים. ביים ערשטן מאל און ביים צווייטן. ביים הויעכן פאל איז עס טאקע אויך שטארק און אויסגעהאלטן, אבער אנטקעגן די ערשטע פאל וואלטעס לענ"ד געקענט זיין נאך בעסער. כ'טרעף נישט די ליין וואס האט מיר אזוי געכאפט. (אזוי אויך איז כלל ישראל, די מצב איז זייער שמאל, איז אביסל אויסגעדראשן.. אדער איז נישט אזוי קלאר די פוינט, כ'קעניש מסביר'ן פונקט פ"וו).

די תוכן איז זייער שיין, הנאה געהאט אז ס'ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט איבער זאנוויל'ס טאטע, אזוי אז ס'איז א נחלת הכלל. די צווייטע מאל די הויעכע פאל גייט ער גלייך אריבער צו כלל ישראל (וואס פאר ר' וועלוועל'ן האט עס געבאדערט), מיר האט גראדע אויסגעזעהן אז ליפא האט געוואלט מאכן א פזמון וואס זאל לויפן ביידע מאל.

יעדע שורה איז גוט, 'איך זעה דיין געזוכט.. כאטש איך האב דיר געשעצט זעה איך ערשט יעצט, וואס באדייט א יתום וכו' (כאניש קיין נערוון שרייבן ס'גאנצע..).
אזוי אויך ביי כלל ישראל.. כ'מיין ביים צווייטן מאל.. ווי ער רעכנט אויס אונזערע אבידות, שכינה שכינה, כתר כהונה (א רמז אז זאנוויל איז א כהן? מיט ליפא קעמען קיינמאל וויסן..). די גאלדענע מזבח שרייט אויך פון די הייעך ווי זענען די קטורת. געוואלדיג!

און ווייטער, זאנוויל ביים ערשטן פאל איז עפעס מעכטיג, ער קומט אריין זייער קלאר און זעצט די ווערטער ווי ס'דארף צו זיין, די רוהיגקייט דא איז א שטיקל חידוש ביי זאנוויל. אבער ביים הויעכן פאל גייט ער ארויס פון די כלים, ער ווערט זייער עמאושעניל, און מיט רעכט... ס'נעמט אביסל אוועק פון די פראפעשעניליזעם אבער ס'מאכט עס מער הארציג כראוי לאותו ניגון. 'טאטי' איז אביסל היינטיג.. האנט 'ביי' האנט זאגט ער מיט א ירושליימ'ע אקציענט. (דאגות..).

און ווייטער משה לאופער, מ'באמערקט איהם ניטאמאל, ובמקום ענוותנותו שם אתה מוצא גדולתו... דאס איז זיין שטארקייט, ארויסברענגען דעם ניגון אויפן בעסטן פארנעם. די אינטרא זעהט אויס סימפל, אבער ווען מ'כאפט כאפט מען אז ס'איז פשוט א שטיקל פונעם געבוי פונעם ניגון, ווער ס'כאפט כאפט...

'קולות: האחים וויינבערגער'. טרעסאנט, די קאליר זעהט נישט אויס אנדערש ווי די אנדערע ניגונים, כ'מיין מלכות און הערשל בריסק. די סיבה דערצו איז פשוט, ווייל די זעלבע מעמבערס זינגען סיי פאר פנחס ביכלער'ן און אויך פאר הערשל, און די אבן היסוד פון די באנדע זענען די צוויי וויינבערגער ברודער, מיכאל מיט די הויעכע דינע שטימע (וויזויהייסטעס), און יאסי מיטן 'בס קול' און שטארקע שטימע, וואס ביידע שטימעס פולן זייער אן א קווייער. און די רעשט איז היסטרי זאגט מען... צו זיי לייגט מען צו נאך שטימעס (כ'אף אז כ'בין 100% קראנט מיט די לעצטע שורות, לחידודא בעלמא, אבער ס'ליגט זיכער עפעס אמת דערפון).
די צוויי, יאסי און מיכאל, מאכן די קווייער אויף סינגעלס וכדו' דא און דארט (כ'מיין מ'שרייבט 'חברים' אדער גארנישט). דאכט זיך זיי ארבעטן פאר אברומי בערקא, און נאך. אזוי אויך זענען זיי [פון] די בעסטע 'אינטערזינגערס' ביי די ירושליימ'ע פויקער חתונות..
הכללל, זיי מאכן דא א געלונגענעם דזשאב, דורכאויס די גאנצע ניגון, און בפרט ביים הויעכן פאל 'יתומים היינו', ווען זיי שפילן זיך ארום מיטן זאנוויל'ען. זייער שטארק! מ'קען זעהן אז די ניגון האט עפעס גערעדט צו זיי...


ואזכה

א געשמאקע רוהיגע ניגון, גוט געזעצט כמנהג משולם. ערשט יעצט הייב איך אן צו הנאה האבן דערפון, ס'האט מיר אויסגעזעהן צו פשוט ציווישן די אנדערע לייבן. אונז זעמיר לכאו' נישט געוואוינט היינט צוטאגס צו די סארט.
דאך בינעך געווען אביסל דיסעפוינטעד, געמיינט אז ער וועט נעמען עפעס שטערקער פון משולם, אזוי ווי זיין 'עד הנה' וואס זאנוויל זינגט, וכדו'.

זאנוויל זינגט דא זייער געשמאק, זייער ליב געהאט ווי ער זינגט די 'ואזכה' יעדעס מאל מיט אזא זיסע קוועטשעלע. ס'זעהט אויס ער האט זייער ליב דעם ניגון.

א געזעצטע ניגון דארף מען געבן פאר הערשל בריסק... איז ער דער משה לאופער אין קווייער'ס.. ער ברענגט ארויס יעדע ניגון אויף א גאלדענעם טאץ. מ'קען שפירן אויף א קווייער אז ער האט עס אנגעפירט, ער איז זייער פראפעשעניל און לייגט אריין אסאך כוחות און הארץ, מ'קען הערן אויף יעדן קוועטש אז הערשל בריסק שטייט אונטער דעם. ער לייגט אויך אסאך צו צום ניגון. (כ'רעד בכלליות, נישט דווקא אויף דעם ניגון).

און אברומי ג. איז דאך אזוי גוט... מ'דארף נישט מאריך זיין צופיל ארויסצוברענגען ס'ווארט 'גוט'. ער באצירט דעם ניגון זייער פראפעשעניל מוזיקאליש און איידל, געוואלדיג.


ישראל נושע

זייער הארציג און ווארעם, א מאטי שטיינמעטץ ניגון, די ערשטע פאל איז מעכטיג, חידוש'דיג, מיט קרעכצעדיגע בענקענישע קנייטשן. די הויכע פאל איז פשוט און גוט געבויעט, כאטש וואס די ערשטע טייל איז געקפיעט פון 'חיים, חיים, שאל ממך' (בעיקר די 'שאל ממך', די חיים חיים איז א אנדערע גאנג, כאטש וואס ס'חזרט'צעך איבער אויך צוויי מאל), אבער דאך איז עס געבויעט פון פריש, נאך וואס ס'איז ממשיך אויף א אנדערע וועג.

די פרישע ווערטער איז זייער שטארק, בפרט די ערשטע פאל איז ממש געפלאכטן צום ניגון. די הויעכע פאל באדערט מיר עפעס די אידישע ווערטער. זינג עס כאטש איינמאל אויף לשה"ק, אבער ס'נישט צו אפמאכן.
די ניגון קען רוהיג אריינפליסן אינעם חתונה/וכדו' פלעיליסט. זייער געשמאק הארציג און גרינג נאכצוזינגען.

זאנוויל לייגט עס אראפ מיט די גאנצע נשמה און הארץ, די שטיקלעך געבן צו אסאך צום ניגון. זייער הנאה געהאט.

ווייטער, אברומי ג. האט געמאכט א הערליכע ארבעט, בעסער ווי גוט, איידל און גוט אפגעטייטשט די ניגון.
הערשל בריסק פאסט זייער פאר אזא ניגון, א הערליכע ארבעט.


מי ימלל

טרעסאנט, כ'אב זייער ליב דעם ניגון... לענ"ד קען עס זיין א שטערקערע היט פון זמירות. ס'גרינגער צו זינגען און ס'פיל מיט חידושים, ווען זמירות לויפט אויף איין געוויסע מהלך און געבוי, לויפט די ניגון אויף עטליכע קאלירן. זייער א אינטרעסאנטע 'היינטיגע' חסידישע ניגון.

ערשטע פאל איז הערליך, האט די זעלבע געפיל פונעם 'ויקרא, די אייבישטער האט גערעדט, אל משה, צו משה' וכו' פון יאסי גרין... די ווערטער וואס לויפן נאך די ביעט.. און ס'זיצט אזוי געשמאק. א אינטרעסאנטע נייע זיסע שטיקל. די הויעכע פאל הייבט זיך אן פשוט מיט א באוואוסטע היט-תנועה (עפעס שמעקט מיר אז ס'עלטער פונעם 'מי כמוך' פון בערקא, כ'קעמיך נישט דערמאנען. אבער די פראבלעם מיטן מי כמוך איז אז ס'אויך די זעלבע ווארט 'מי', וואס ס'מאכט נאכמער ענדלען). אבער פון דארט פארט עס זייער שיין, יעדע קוועטש, דא ווערט עס א חסידישע שטיקל, מ'קוועטשט איבער דעם גבורות ה' מיט א פרישע קנייטש, און די 'מי מי מי מי ימלל', און ווייטער 'ישמיע, ישמיע' דעמאנט די אלטע געבויעטע ניגונים, אביסל א שמעק פון 'בזו השעה' פון פינקי. די 'ישמיע' איז די זעלבע געשריי פון 'בזו השעה', עפעס אזוי...

די ברידזש האט מיר אביסל געשטערט, ס'מאכט אויסזעהן צוויי עקסטערע ניגונים, כ'ווייס נישט וואס פעלט עס אויס. כ'פארשטיי ס'יוניק, אבער לאז איין מאל די ניגון כמו שהיא. לדעתי איז די ניגון גענוג שיין אן דעם אויך. אבער ס'נישט די ערשטע זאך דא אויפן סידי וואס מ'דארף זיך צושטעלן צו די יונגט, וועליכעס לאזן פאר די מבינים (וואס פארשטייט א גוי?..).

די מוזיק דא איז געוואלדיג, איינע פון די פלעצער וואס כ'בין געלאפן בליקן אינעם בוקלעט 'ווער האט דאס געמאכט'... זייער אינטרעסאנט מוזיקאליש און דיפרענטס. צבי בלומענפעלד יכולט'צעך. ער ענדיגט אויך צו זייער יוניק און אומגעראכטן.
בד"וו ווען מ'באטראכט די צוויי הארא ניגונים, מי ימלל און זמירות, שרייט ארויס די ריזיגע נפקא מינא ציווישן נמ"ש און צבי, צוויי וועלטן, יעדער שטארק אויף זיין וועג.
און שטייצעך אז מלכות מלכות'צעך דא, ווי זייער שטייגער...


להתענג

איי אידאס א ניגון... ווי רופט עס יוסי גיל? נשמה!. א שטיק ווארעמקייט, איינער וואס בענקט'צעך און זוכט תענוג. די גאנצע געבוי איז א שלימות. נישטא קיין נאוט וואסי באררינג אדער נישט אין פלאץ. נאך א חידוש פון הערשי וויינבערגער. ס'דערקענט זיך דא אביסל א זעכצן יעריגע פרישקייט און תמימות, די גוטע בחור'ישע יארן ווען מ'מיינט אז די וועלט ענדיגט זיך מיטן משגיח און מגיד שיעור... און די חבורה ליל שישי איז דאס וואס די חבריא קדישא האבן געשפירט ביים שרייבן דעם זוהר... פיין, וואו בינעך פארפארן דא...

די צווייטע פאל איז טאקע די זאך, סיי די פשטות ביים ערשטן חלק און סיי ווען ער פארט ארויף ביים צווייטן מאל. אבער די ערשטע פאל ברענגט דיר אריין צום צווייטן פאל, זייער גוט געבויעט, מ'הערט נישט היינט צופיל אזוינע. און די הויעכע פאל איז די הויעכפונקט, ערשטע מאל פארט ארויף, צווייטע מאל קומט צוריק, געוואלדיג, געפיליש, רוממות.

און ווי דער זאנוויל לייגט עס אראפ.. דאסי ביי מיר די חידוש אויפן סידי, כ'מיין כאנאכנישט געהערט אזאנס פון זאנוויל, די ריינקייט, די קלארקייט, נישט צו שטארק פשוט איידל. און די שטיקעס... יעדע מאל מיט א פרישע טעם און געפיל. בפרט ביים 'מממממ.. להתענג על השם'. ער גיסט דא אויס זיין נשמה.

דוד לייפער קומט אריין טאקע קורץ, אבער דער שנייידט שטיקער. איין שטיקל שרייט מער ווי טויזנט ווערטער, כ'וואלט איהם געוואלט הערן מער, דארף מען טאקע וויסן פ"וו מ'האט איהם געגעבן נאר דיע קליינע שטיקל. ער דערמאנט די אלטע ילדי פלא, יששכר גוטמאן, יואלי טייכמאן וכו', מיט די גאנצע הארץ. און ער ברענגט אריין א יונגערליך שמעק אינעם ניגון...

צבי בלומעפעלד סורפרייזט אונז ווייטער, פשוט הערליך וכו'. און מלכות קווייער קומט אויך אריין שטארק, ביים זינגען דעם ערשטן פאל די צווייטע מאל האב איך געמיינט אז הערשל בריסק האט עס אנגעפירט, די פשטות ווי זיי זינגען דא, די געפיל, און די קרעכטץ ביים צווייטן מאל 'האדם', אימער געווען א חידוש...


מן השמים

דאס איז מיין פעיווערט (און לכאו' פון אלע וואס האבן ליב חזנות אד"ג, כאטש וואסי נאכנישט קיין חזנות ניגון). נו, אז כ'האב נגיעות וועליך טרייען מקצר'ן..

פינקי בלייבט פינקי, פריש בבחינת זקני ת"ח וכו', מיט פרישע חידושים וואס מ'האט נאכנישט געהערט פונעם, בכלל א יצירה מאכט ער זעלטן, געמאכט דאכט זיך איינציגע (שמעתי פון שוואקי, תנא דבי אליהו פון מענדי ווערדיגער, תניא א"ר יוסי פון שלום לעמער, און אפשר נאך איינציגע). אבער דאס איז איינס און א גוטס.

אזא ניגון איז געווען ערווארטעט פון זאנוויל.. דורכאויס די גאנצע סידי ווארט מען שוין ווען קומט 'די זאך' פון זאנוויל, אזאנטס וואס פאסט פאר זיינע טענער וכו'. און דא האט פינקי זיך אריינגעלייגט אין זאנוויל'ס שטימע און אהערגעשטעלט א פאסיגע זאפטיגע יצירה.
די גאנצע ניגון מתחילתו ועד סופו איז א פאר היצירה, א מעסטער פיעס, נישט סתם דרייען נאר גוט געבויעט. מ'דארף הערן לכה"פ 15 מאל צו כאפן די סדר... א ניגון וואס מ'קען הערן און הערן. יעדע שטיקל פאר זיך איז א חידוש און א יצירה.

די 'מן השמים' שטיקל איז א היט, פינקי בתפארת תפארתו... געבויעט ווי א פעסטע בנין, אראפ און ארויף, איין שטאפל נאכן צווייטן, ביזן 'גם כל העולם כולו חל מפניך' אא"וו. (געזעצן און געזינגען מיט אפאר חברים און אינמיטן איז אריינגעקומען די 'מן השמים'שטיקל, נאכאמאל און נאכאמאל.. הערליך!).

און ווען עס קומט צום 'תורה'... האט ער מיר דערשראקן און סורפרייזט... געמיינט אז כ'האב שוין געהערט וואס ער קען... מ'דארף פארשטיין אז ס'נישט קיין חזנות, מיטן חזנישן שטימע קעמען דרייען און ארויפציהען ביזן לבנה, מרעדט דא פון זיין געהעריגע שטימע, און דאס איז א חידוש, דאס האט מען נאכנישט געהערט אויך פון זאנוויל אליינס (דאכט זיך).

די לעבעדיגע שטיקל איז נישט אזא היט ווי ס'גוט געבויעט. פירוש המילות. און די צווייטע מאל זינגט עס זאנוויל הערליך, ער דרייט מיטן שופר.., לייגט עס אראפ קורץ און שארף.

פינקי אליינס לייגט אויך צו אסאך מיטן זיין זינגען, די מן השמים איז אזא גוט שטיקל אזש פינקי מוז נישט פארדרייען די ניגון עס צו מאכן אינטרעסאנט... חוץ פון אפאר זאפטיגע קנייטשן.. פינקי'דיג כהלכתו... און ווען ער זינגט אונטער זאנוויל'ען... און ווען ביידע מאכן אינאיינעם יענע קנייטש דארט... כ'וואלט געוואלט הערן נאך א שטיקל פון זיי צוויי, ווען זאנוויל איז דער וואס זינגט העכער פינקי.

פינקי האט א חוש צו נעמען פארצייטישע הייליגע תנועות, און עס אריינפיטן אין א היינטיגע געבויעטע ניגון. צו. ב. ביי תניא א"ר יוסי פון שלום לעמער לייגט ער אריין די איכה קרעכטץ-תנועה ביים שטיקל 'שמעתי בת קול שמנהמת כיונה ואומרת' וכו'. 'ובוכה ומספיד עליהם..' פון שוואקי האט אויך אן אלטע שמעק. די כל נדרי פון מיכאל האט א פיצי שמעק טאביק פון יום כיפור. אזוי אויך ביי דעם ניגון שפירט זיך עפעס יום טוב'דיג, אזוי ווי יענער האט געשריבן 'ראש השנה ביי מוסף', די 'גם כל העולם כולו' איז עפעס פארצייטיש בנוסח היינטיג...

משה לאופער מאכט דא ווידער א שלימות'דיגע דזשאב, געוואלדיג. ער ברענגט עס ארויס אויפן העכסטן שטאפל. כאטש וואס מ'וואלט אפשר געווארט אויף א מונה שטיקל, אבער יעדער האט'צעך זיין גאנג און זיינע טאלאנטן, דער האט אהערגעשטעלט א שלימות.

און דא קעמען פיין אנמערקן די פינגערפרינטן פון הערשל בריסק, די קווייער דא איז מאסיוו. אויף יעדע שפיר און ריר.

כ'וואלט זייער שטארק געוואלט, ווי יעדער, זעהן ווי זאנוויל לייגט אראפ לייוו דעם ניגון... און נאך בעסער אינאיינעם מיט פינקי..

- - -

יישר כוח זאנוויל און אלע ארומיגע פארן געבן א אמת'ע הנאה, אויפן העכסטן און היימישסטן קוואליטעיט.
זאלט עטס זוכה זיין צו אלעם גוטן 'מן השמים', און אונז זאמיר זוכה זיין זיין צו נאך אזעכע גוטע סחורה, להגדיל שירה ולהאדירה, ביאמשיצקיינו מייראמייינו אמן!

טעם ונשלם..

אייזן! מוראדיג, נשמהדיג, נמשדיג!
אנטשולדיגט פארן קוואטן די גאנצע, כ'קען עס בעסער ליינען אויף די פארמאט.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

נמש טענקס סוי מאטש. געוואלדיג.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

איך בין שפראכלאז פון דיין אנאליז נמש'ל. עפעס אוט אוו דיס ווארלד. גאר שטארק, קלאר, דערטאלירט. דו כאפסט אויף יעדע קנייטשל, יעדעס שטיקל.

איך האב באמת נישט די ווערטער צו די שטארקייט פון דיין אנאליז!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

וואלד האט געשריבן:גראדע אויך די חלק פון 'בקולות וברקים' דערמאנט זייער זייער שטארק פון יוסל'עס 'לא תחמוד' [פאר ווער עס ווייסט וואס מען רעדט..]

ריכטיג, און ביידע טייטשן גוט אפ ס'ווארט 'קולות וברקים'...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איידל און באחיינט האט געשריבן:
דאס זעט מיר אויס סתם ווי א שיינע דריי, ער טוט דאך עס נאר איינמאל, זעט נישט אויס ווי ער פרובירט עפעס צו פארווישן.

נישט געמיינט צו זאגן אז דאס האט ער געוואלט, זיכער נישט. נאר אזוי האב איך געשפירט.

ותחזינה
זייער א שטארקע ניגון, טאקע פינקי, אבער נישט זיין געווענליכע היט סטייל (חננו ועננו, לכתך, רחם, עננו וכו' וואסי מער מסודר-געזעצטע ווערטער) נאר מער א פירוש המילות'דיגע וועג (אין די סעריע פון 'וברצונך', 'וזכור לנו' פון אייזיק'ן, 'מלאכי רחמים' און נאך).

זיי בעסער מסביר די חילוק פון די צוויי סארטן נגינום

בל"נ נכאפאלגן.

פארראכטן 'בשעה', גערעכט.

קינדער קווייער: כ'האב געוואלט מקצר זיין האביך געשריבן קווייער'ס... כ'האב יעצט צוגעלייגט די פירוש. זיי זענען טאקע זייער הערליך דא. ביידע. איידל און באחנ'ט (יאפ!).



- - - -

ייש"כ פאר אלע פידבעק פון יעדער דא, ס'געבט זייער אסאך צו. ווען כ'ווייס ווען דאס פון פריער וואלט איך עס גרינגער געשריבן... ס'כמעט געבליבן סטאק דארט ווי מיכאל'ס און יונגערליך'ס איז (כ'מיין אין מיין קאפ..).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”